קאסע גראנדא אריזאנא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 349
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
- האט שוין געלייקט: 246 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1104 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל
ברוך הבאקאסא גראנדע האט געשריבן:שלום וברכה צו חשובע קאווע שטיבל ליינער און שרייבער כל אחד בשמו הטוב יבורך בשם ה'.
איך בין נישט דוקא א שרייבער אדער קאמענטירער אבער ההכרח לא יגונה ב"ה עס איז געפאלן אויף מיר די אחריות צו זיין א חלק פון די וואס טוען אויפשטעלן און מנהל זיין די נייע ישוב אין קאסא גראנדע אריזאנע און איך וואוין דא פאר איבער א יאר ב"ה או איך זעה דער עולם איז נייגעריג צו הערן איבער אלע שמועות וכדו' בין איך דא אייך צו ענטפערן (בפומבי אדער אין אישי) אויף אלע אייערע פראגן בנוגע די נייע ישוב. (ביטע פארשטייט אמאל ווען איך טשעק נישטא אריין פאר א טאג אדער צוויי), פון מיר וועט איר באקומען אפיציעלע ענטפערס נישט פון א חבר וואס האט געהערט פון א חבר וואס וואוינט אדער וואוינט נישט דאהי נאר ערשטהאנטיג.
צום אלעם ערשטן וועל איך פראבירן צו דורכגיין אלע פריערדיגע תגובות און זעהן צו פאררעכטן אדער אריינקומען קלאר מיט אלעם וואס איך זעה אז דער עולם איז געווארן נישט ריכטיג אינפארמירט. מיין אינפארציע איז גראד פון קהל חסידים בנשיאות הגה"צ רבי יחיאל שטיינמעץ גאב"ד קאסא גראנדע שליט"א
אונזער ציהל איז נישט צו געבן אומריכטיגע אינפארמאציע (אפילו אויב מאכט זך געוויסע אומפארגינער וועלעכע וועלן שטענדיג פראבירן צו זאגן אנדערש) נאר מיר פראבירן יעדעס מאל צו זיין אויפריכטיג און האנדלען ריכטיג מיט יעדע סענסיטיווע אינפארציע. ביטע פון יעדער וואס וויל עפעס וויסן צו קומען און פרעגן אדער זאגן עצות. אונז זעמיר דא צו סערווירן דעם עולם בס"ד.
ווי אויך קען זיין נוגע צו באזוכן די קהלות נייע וועבזייטל וואס האלט אינמיטן ווערן אויפגעשטעלט אבער איז שוין געווארן פאבליצירט פארן פאבליק (פארשטייט אז עס איז נאך ווייט פון פארטיג און מאטש מאר טו קאם ב"ה) וויכטיג צו באטאנען אז אויף קהל'ס וועבזייטל קענט איר אלעמאל טרעפן די לעצטע אינפארמאציע אויף יעדע זאך וואס איז אייך נוגע אפילו אויב איר ווילט נאר קומען באזוכן קענט איר מאכן זיכער איר דינגט א דירה פון א ערליכע נישט מייקרי השער וואס איז אפראווד פון קהל. אויך טרעפן די תקנת המוסדות והקהלה אדרעסן פון שוהלן און זמני תפלה, גראסערי. און ארטיקלן בנוגע אריזאנע און קאסא גראנדע און נאך פיל. און פיל מער צו קומען ב"ה
https://khalchasidimcg.com/
ענדליך איינער מיט ערשט האנטיגע אינפארמאציע
וויפיל משפחות וואוינען שוין דארט?
וואספארא סארט? איז דא דארט תקנות (סמארט פאון, וועד הצניעות וכדו’)?
לעצטנס הער איך אסאך צומישטע שמועות וואס עס גייט דארט פאר. וואס האט מיר געמאכט עס אראפלייגן פון טיש דערווייל ווילאנג זאכן ווערן קלאר, אדער עס קומט ארויס עפעס מער פאסיג.
איך האב געהאט דארט א חבר (נישט עקסטער נאנט אבער גענוג צו קענען פרעגן) אבער לעצטנס ווען איך פרעג אים דרייט ער זיך ארויס.
ווי געשריבן אויבן האב איך עס געוואלט אויסטשעקן תשרי, אבער די וועבסייט האט געמאכט פראבלעמען ווען איך האב געוואלט בוקען. און למעשה האב איך מיר מסדר געווען אין די קאנטרי
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1104 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל
אפשר ענדיגסטו יעצט די מעשה אז מיר האבן דא @קאסא גראנדע וועט מען באקומען א קלארערע פיקטשערנייגעריגע אינגערמאן האט געשריבן:איך האב א נאנטע חבר וואס וואוינט אין קאסא גראנדע, און נאכן זעהן וואס דא גייט פאר בין איך אויך געווארן נייגעריג און אויפגעהויבן א טעלעפאן צו אים און געפרעגט וואס דא גייט פאר.
נאכ'ן רעדן צו אים איבער א שעה און מברר זיין ווי ווייט איך קען זאכן ביי מענטשן וואס איך קען איז מיר ארויסגעקומען א שטיקל בילד וואס דארט גייט פאר.
איך וועל פרובירן די מערסטע אראפ צולייגן ביידע צדדים אבדשזעקטיוו, אויב איינער פון די תושבים ליינט דא און פילט זיך געטראפן אדער האט עפעס מעורר צו זיין איז אדרבה לאז זיך הערן.
לאמיר אנהייבן מיט בעקגראונד:
עס האט זיך אנגעהויבן מיט 3 אידן
1) יהושע רובין א אייניקל פון דינוב מאנסי זצ”ל א נעפיו פון די ממלא מקום
2) ר’ מנדל גאלדבערגער אב”ד רימנוב פון וויליאמסבורג א איידעם ביי ר’ אברהם לייטנער זצ”ל אב”ד מאנטיווידעי
3) אהרן גראסמאן, פון די בעלזע גראסמאנס אין מאנסי
ר’ מענדל גאלדבערגער איז אלץ געווען שטארק בעד די אלע נייע ישובים, אבער ער האט זיך אלץ אפגערעדט אז אויב מען גייט שוין אנהייבן בויען אינפראסטרוקטער פון דאסניי, פארוואס נישט עס מאכן אין א ווארעמע פלאץ (הרב גאלדבערגער פאר זיך פארנעמט נישט קיין קעלט),
יהושע רובין איז די לעצטע פאר יאר אריין אין ריעל עסטעיט, אין ער האט געוואלט אריין גיין אין א פראדזשעקט פון בויען א נייע ישוב, האט ער אריין געלייגט א עד צו עס דא פאראינטערסירטע אין א ישוב אין די ווארעמע פלעצער. גאלדבערגער האט געזעהן די עד, און ער האט אריין גערופן, אזוי האבן זיך די 2 צוזאם געטראפען.
שיע רובין ווען ער האט געוואלט אריין אין ריעל עסטעיט האט ער נישט געהאט קיין געלט (דא אין מאנסי ווען איך האב מיר נאכגעפרעגט ביי מענטשן וואס קענען אים האט מען מיר געזאגט אז ער איז געווען פאר דעם אינוואלווד אין דער בליק אדער מאמענט און געענדיגט צוקריגט, עס פעלט מיר פרטים לגבי דעם), האט ער אנגעהויבן מיט סינדיקעישאנס וכדו’. דעמאלטס האט ער געהאט עפעס א דיעל וואס ער האט געוואלט נעמען אהרן גראסמאן אלץ אינוועסטער. דארט האבן זיי זיך באקענט.
און אויף דעם איז אנגעקומען קאוויד ,
איך האב פארגעסען פריער צו שרייבן אז גאלדבערגער איז פאר פרנסה געווען א מלמד (איך ווייס נישט צו ער איז יעצט נאכאלץ).
היות מען האט צוגעמאכט די מוסדות, און גאלדבערגער האט געהאט א פרי וועקעישען האט ער געזוכט א ווארעמע פלאץ פאר ווינטער איז ער געפארן קיין טוסאן אריזאנע צו בראנער’ס ישוב.
יהושע רובין האט געהאט קודם געטראכט צו עפענען אין פיניקס אריזאנע, האט ער אויך געמאכט א חשבון אז יעצט איז א גוטע געלעגענהייט צו פראבירן אין ער איז געפארן קיין פיניקס, ווען ער איז געווען אין פיניקס האט ער געדארפט א מלמד פאר זיינע קינדער האט ער אנגערופן גאלדבערגער צו ער קען זיין מלמד, למעשה האט מען זיך דערזען אז ווי קומט אן איינער צום צווייטן (איך מיין אז פון פיניקס צו טוסאן איז 3-4 שעה צו פארן) האבן זיי אפגעמאכט די בתי מדרשים זענען ממילא פארמאכט, לאמיר זיך טרעפן אינמיטן וועג אין א שטעטל קאסא גראנדע און לאמיר דארט מאכן די ישוב פון וואס מען האט שוין לאנג גערעדט. און אויף געלט צו אנהייבן האט שיע געברענגט אהרן גראסמאן וואס האט געקויפט די ערשטע פאר הייזער.
הרב גאלדבערגער איז אריבערגעגאנגען קיין קאסא גראנדא, ער האט אפגעקויפט א הויז פון אהרן גראסמאן און געפענט אין גאראדזש א ביהמ"ד און אזוי איז געבוירן די התחלה פון די נייע ישוב
איך וועל ממשיך זיין בעזהשי”ת אין די נעקסטע תגובה ווייטער. איך וויל נאך מברר זיין אפאר פרטים.
ווי אויך לגבי די חלק ביז אהער האט מיר נאך געפעלט אסאך פרטים נאכן רעדן מיט מיין חבר, די איבעריגע האב איך פרובירט צו מברר זיין דא אין מאנסי (יהושע רובין קומט פון מאנסי), און פון חברים פון ישיבה וואס וואוינען היינט אין וויליאמסבורג און קענען הרב גאלדבערגער, און דאס איז די פיקטשער וואס איך האב צוזאמגעשטעלט.
אדרבה אז די עולם קען דא אויסקלארן פאקטן וועט עס אביסל שטילן מיין נייגער.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
ביסט זיכער צומישסט זיך נישט מיט לינדען?קהל'ס נער האט געשריבן:די סטארי איז אז די וועד דארט נעמט נישט אן אין די מוסד, איינער וואס קויפט א הויז אן דורך גיין די וועד.מתבודד האט געשריבן:איינער האט מיר פונקט היינט דערציילט אז די פאליטיק דארט לעיטלי איז עפעס נעקסט לעוועל.
עני אינפא @קאסא גראנדע?
גראדע פארשטיי איך עס, ווייל די תקנה איז לטובת הכלל, צי האלטן די פרייזן נידריג אזוי וועט זיך די שטאט בויען, און אז איינער רעכנט זיך נישט מיטן ציבור דארף די ציבור זיך נישט רעכענען מיט עים.
אידער וועי איז דעיס נישט ”די” סטארי. אפשר א חלק קטן אינעם גרעסערן פיקטשער.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1104 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל
דו ווייסט וואס גייט פאר? קום אריין מיט פרטיםמתבודד האט געשריבן:ביסט זיכער צומישסט זיך נישט מיט לינדען?קהל'ס נער האט געשריבן:די סטארי איז אז די וועד דארט נעמט נישט אן אין די מוסד, איינער וואס קויפט א הויז אן דורך גיין די וועד.מתבודד האט געשריבן:איינער האט מיר פונקט היינט דערציילט אז די פאליטיק דארט לעיטלי איז עפעס נעקסט לעוועל.
עני אינפא @קאסא גראנדע?
גראדע פארשטיי איך עס, ווייל די תקנה איז לטובת הכלל, צי האלטן די פרייזן נידריג אזוי וועט זיך די שטאט בויען, און אז איינער רעכנט זיך נישט מיטן ציבור דארף די ציבור זיך נישט רעכענען מיט עים.
אידער וועי איז דעיס נישט ”די” סטארי. אפשר א חלק קטן אינעם גרעסערן פיקטשער.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 62
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 12, 2022 5:19 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
מערסט געפרעגטע קשיות
ערשטענס צו די מערסט געפרעגטע קשיא וויפיל משפחות וואוינען שוין דאהי. די ענטפער איז 32 קביעותדיג נאך עטליכע קומען פאר לענגערע תקופות ביז זיי ווערן קאמפארטעביל. די חיידר באשטייט פון קינדערגארטן. כיתה ב'. כיתה ג'. כיתה ד'. כיתה ה'. ו. ז' און ח' מיט איבער 20 יונגלעך כ"י און די סקוהל באשטייט מיט אלע קלאסן ביז 13 יעריגע מיידלעך מיט נאנט צו 40 קינדער קע"ה.
די קהילה פארמאגט 2 שבת שוהלן. איין וואכן ביהמ"ד און קאמיוניטי סענטער. מען ענדיגט יעצט בויען 2 מקואות. חיידר. מיידל שולע. כולל. א גראסערי וואס פארמאגט א זשודעיקא אפטיילונג. א רב מיט טובי קהל וועלעכע זענען געווארן אויסגעוועלט מיט בחירות על פי הלכה און על פי תקנת בעל תרומות הדשן. פארשטייט זיך עס זענען דא עטליכע וועלעכע ווילן נישט אננעמען און ספעציעל דרויסענדיגע אינוועסטירער וועלעכע מיינען אז זיי דארפן נאכלויפן די איינוואוינער און זיין שטערן פון טרעפן א מקום מנוחה און זיי האבן געמאכט א יד אחת מיט דריי אינגעלייט (צען פראצענט) וועלעכע זענען נעבעך נישט צופרידן מיט די רעזאלטאטן וואס די עולם האט געשטימט און שפירן אז מען שטערט זיי פון מאכן געלט על חשבון חביריהם. ספעציעל נאכדעם וואס איין דרויסענדיגע אינוועסטאר האט זיי אנגערייצט צוזאגענדיג זיי צו שטיצן אבי אינטערצוברענגן די נייע פרישע קהל.
די ועד איז געשטעלט צו היטן אויף די פרייזן און סדר ווער עס קויפט הייזער. די סדר איז ווי פאלגענד, א מלמד אדער טישטער האט די ערשטע דין קדימה, א תושב האט א דין קדימה פון א אינוועסטירער,
יעדער דארף זיך איינשרייבן ביי די וועד כדאי ארויפצוגיין אויף די וועיטינג ליסט און ווען עס קומט אן זיין רייע און די וועד שפירט אז עס איז דא א הויז צוגעפאסט לשביעת רצונו וועט אים די וועד זאגן וואס זיי שאצן די הויז איז ווערד און וויפיל ער קען שיקן זיין הצעה (אפפער),
די וועד רעכענט נישט קיין שום געלט פאר די סערוויס און די דריי איינגעשטעלטע ווערן אויסגעוועלט יעדעס יאר דורך די תושבים. ווען איינער קומט זיין רייע צו קויפן א הויז דארף יענער ערשט חתמ'ן די תקנות הקהלה וואס פארמאגט נישט קיין שום תקנה אויסער תקנות וואס זענען נוגע זיך צו היטן פון מייקרי השער אדער פון די וועלעכע ווילן אויסשפילן די מייקרי השער תקנות.
פארשטייט זיך אז עס זענען פארהאן אויבער חכמים וועלעכע קוקן אן יעדע נארמאלע זאך כאילו מען קאנטראוילט זיי. און זיי האבן געקויפט הייזער פאר טייער אדער צוגעכאפט פון אנדערע אידן און מצער געווען א שיינע פאר אידן. דערפאר טוט די וועד קאנטראלירן (נאר אזעלעכע מחוצפים) און יעדער וואס קומט צו זייער דירה ווערט נישט ערלויבט צו ניצן גארנישט פון קהל. מה עשו? איז געגאנגן איינע פון די מייקרי השער און געמאכט א יד אחת מיט די אויבענדערמאנטע אומצופרידענע תושבים און שטיצט זיי צו ניצן א שוהל און מאכן א גראסערי וואס וועט ווערן באניצט נאר דורך מייקרי השער שטיצער וכדו'. א ווייטוגליכע פרקט אז איינע פון די דריי אנגעווייטאגטע אויבענדערמאטע אידן איז געווען א ארבייטער פאר קהל און געמענעזשט מטעם קהל די הייזער וועלעכע די ערליכע אינוועסטירער האבן געקויפט און יעצט נאכן ווערן אנגערייצט פון א דרויסענדיגע מייקרי השער אז ער גייט אים געבן הייזער צו מענעזשן און ער וועט נישט זיין משועבד צו קהל האט ער זיך געלאזט איבעררעדן און אנגעהויבן מענעזשן יענעם'ס הייזער קעגן תקנות הקהל און פארשטייט זיך קעגן די רצון פון רוב כלל ישראל און די תושבים. קהל האט פראבירט מיט יענעם צו עפעס אויסארבייטן אז ער זאל צוריקציען אבער נאך צוויי חודשים וואס אינדערמיטן האט יענער געטוהן אסאך היזק פאר קהל האט קהל בלית ברירה אים אפגעזאגט פון זיין אמט אלץ מענעזשער פון קהל'ס הייזער.
קהל איז בכלל נישט געווען גרייט צו איבערנעמען די מענעזשמענט אבער האט בלית ברירה געמוזט טוהן וואס איז ריכטיג צו פראטעקטן די תקנה קעגן מייקרי השער און קהל האט צוגעמאכט די וועבסייט פאר עטליכע טעג ווילאנג קהל האט זיך אויפגעסעט צו מענעזשן די וואקאציע הייזער. אלע ערליכע הויז אייגענטומער האבן איבערגעחתמ'ט מיט קהל. אבער דער יעניגער האט שנעל מצליח געווען צו קאפיען דאס געבוי פון קהל וועבזייטל און האט נאכגעמאכט א נייע וואס זאל אויסזעהן ענליך אויך האט יענער געטוישט די טעל נומער אינטער זיין נאמען אזוי ארום צו צומישן מענטשן. אלעס נאר כדאי אינטערצוברענגן און צו שטערן.
למעשה ב"ה אלעס פארט ווייטער און עס גייט מן הסתם זיין א דין תורה ווייל יענער טענה'ט אז קהל האט נישט קיין רעכט צו מענעזשן (גיי ווייס זיינע טענות).
למעשה קהל לאזט יעדעם איינעם מענעזשן וויאזוי יעדער וויל און מען קען עס ליסטן אויף וועלעכע וועבזייטל מען וויל (אויסער א מייקר שער וועבזייטל) און וויכטיג צו אנמערקן אז בעפאר איינער וויל דינגן א דירה וואוסענדיג אז עס איז מאושר מטעם קהל האט קהל צוגעשטעלט א עקטערע אפטיילונג (גייט צו "באזוכט אונז" אויף די מעין פעיזש https://khalchasidimcg.com/ און פון דארט גייט צו "פאר טוריסטן") ווי עס גייט ווערן געלינקט יעדע וועבזייטל וואס האט א הויז וואס איז מאושר צו דינגן מטעם קהל.
צום שלוס ב"ה די פלאץ בליהט שיין און ווי פארשטענדליך וועלן אלץ זיין אויבער חכמים אדער ווער עס גייט נישט זיין צופרידן פון דאס אדער יענץ און פארשטייט זיך אויך שטערערס. אבער ב"ה די עיקר שטער פון א שווערע לעבן מיט די גרויסע קאסטן אדער מצומצם'דיגע דירות אדער שוואכע חינוך סיסטעם וכו' וכו' איז נישטא און אויסער די איינגעשטעלטע טובי קהל איז די טאג טעגליכע לעבן אסאך רואיגער און געשמאקער פון עניווער אין ניו יארק אדער ניו זשערזי. לאמיר האפן אז בשם השם נעשה ונצליח והכל על מקומו יבוא בשלום

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאסא גראנדע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 62
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 12, 2022 5:19 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
און מיר האפן אז וועם עס געפעלט נישט וואס אונזער קהל טוט אדער וויאזוי זיי אפערעיטן איז וועלקאם צו גיין צו די נעקסטע שטעטל 10 מינוט אוועק און בויען וויאזוי אים געפעלט. פארוואס דארף ער זיצן דא און שטערן נאך איידער עס איז שוין פעסט געבויעטקאסא גראנדע האט געשריבן:צום שלוס, ב"ה די פלאץ בליהט שיין און ווי פארשטענדליך וועלן אלץ זיין אויבער חכמים אדער ווער עס גייט נישט זיין צופרידן פון דאס אדער יענץ און פארשטייט זיך אויך שטערערס, אבער ב"ה די עיקר שטער פון א שווערע לעבן מיט די גרויסע קאסטן אדער מצומצם'דיגע דירות אדער שוואכע חינוך סיסטעם וכו' וכו' איז נישטא, און אויסער די איינגעשטעלטע טובי קהל איז די טאג טעגליכע לעבן אסאך רואיגער און געשמאקער פון עניווער אין ניו יארק אדער ניו זשערזי. לאמיר האפן אז בשם השם נעשה ונצליח והכל על מקומו יבוא בשלום
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 62
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 12, 2022 5:19 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
עס איז דא א קאנסעס וואס רוב תושבי העיר האבן אינטערגעשריבן אין אויפצונעמען אלץ שטאט'ס רב (17 פון די 23 דעמאלטיגע תושבים בזמן אסיפת החתימות)יין שרף האט געשריבן:ווער האט אויפגענומען ר' יחיאל שטיינמעץ?נוח האט געשריבן:איך ווייס נישט פינקטליך אבער ווי ס'קוקט אויס איז שוין צווישן די 12 א-האלב משפחות שוין דא ערענסטע חילוקי דעות, און אויף אייוועלט האבן זיך געשלאגן יושע רובין און הגה"צ מרימונוב או באי כוחיהם.
ווען הרב רובין האט אין אלול תשע"ט אדווערטייזט די געדאנק פון זיך ציען קיין אריזאנע האבן זיך איינגעשריבן עטליכע אידן. און נאך עטליכע זיצונגן שוקל זיין ווער וועט זיין די פאסיגע קאנדידאט אלץ רב זענען אין חשוון תש"פ. אריבער א משלחת פון עטליכע איינגעשריבענע אידן בראש פון הרב רובין אינאיינעם מיט מענדיל גאלדבערגער און רבי חיים מאיר פרייליך און נאך. צו פארבעטן דעם רב הרב שטיינמעץ צו ווערן די רב הקהילה. נאך עטליכע זיצונגן האט דער רב עס אנגענומען מיטן תנאי אז ווילאנג עס וואוינען נאכנישט קיין קביעותדיגע 20 משפחות וועט ער בלייבן אין ניו יורק ומצודתו תהיה פרוסה על קאסא גראנדע און ער וועט קומען פון צייט צו צייט וכך הוה.
דערנאך ווען אין שבט פארגאנגענע יאר תשפ"ב איז שוין געווען ארום צוואנציג משפחות און מען האט איבערגעפרעגט דעם נייע עולם און צוזאמגענומען חתימות און נאכן האבן האלב פון די ציבור'ס חתימות (עטעטשט די ערשטע האלב עולם'ס חתימות) האט מען מאשר געווען און באשטימט דאס אז די רב שליט"א וועט זיך למעשה אריבער.
די עולם ווינדערט זיך אין די ווייטערדיגע תגובות און די עולם דא ווייסט שוין אז למעשה האט רבי מענדיל גאלדבערגער צוריקגעצויגן אין די לעצטע מינוט און נישט געחתמ'ט און אנשטאט האט ער אויפגעהאנגן אויף זיין טיהר די צעטיל עטעטשט דא ווי ער בכבודו ובעצמו האט זיך אויפגענומען פאר רב. מיטן אויסרייד אז ער איז גענוג גוט צו זיין שטאט'ס רב און עס איז מער וויכטיג צו האבן א מער קנאי'שע רב. עס האט נישט געהאלפן קיין שום הסברים אז די עולם וויל אים נישט און די עולם האט געחתמ'ט פארן רב שליט"א און נישט פאר גאלדבערגער אבער ער האט אפגעמאכט אז הרב רובין האט געשטיפט דעם עולם צו חתמ'ן פארן רב קעגן אים. למעשה איז ער איינגערעדט אז די 4 סאטמאר משפחות (פון צווישן איבער 30) וואלטן אים געוואלט פאר רב איי עס זענען געווען 16 נישט סאטמאר משפחות און פון די סאטמארע האבן געוואלט הרב שטיינמעץ. ער איז געבליבן ביי זיינעם און אפגעמאכט אז הרב רובין איז אין א קאמף מיט אים. (דאס איז נאכדעם וואס הרב רובין האט אין אויפגעבויעט זיין שוהל און עס אויסגעהאלטן און אלע נדרים ונדבות איז געגאנגן צו הרב גאלדבערגער אלץ הכנסה)
תכלית רבי מענדיל גאלדבערגער וואוינט אפילו נישט אין קאסא גראנדע שוין זינט סוכות תשפ"א (ער איז ס"ה דא געווען אזוי ווי אסאך קאוויד אנטלאפענע פון חודש אב תש"פ ביז סוכות תשפ"א) דריי חודשים וואקאציע און גלייך דערנאך צוריקגעפארן אהיים קיין ניו יורק. און די קומענדיגע מאל וואס ער האט באזוכט קאסא גראנדע איז געווען א יאר און דריי חודשים דערויף (טבת תשפ"ב) טוען ער האט געהערט אז די רב הרב שטיינמעץ קומט טאקע האט ער געוואלט פראבירן זיין מזל אין אפצוהאלטן פון קומען (די ריכטיגע סיבה קען מען הערן אויף די ריקורדינג פון די גענעראל פארזאמלונג סיוון תשפ"ב זאגט ער אז ער וויל די געגענט זאל זיין א וואקאציע געגענט אזוי וועלן קומען רייכע יודן צו זיין שוהל וועט ער האבן פרנסה פון די נדבות). למעשה ב"ה מעשה שטן לא הצליח און רב גאלדבערגער איז צוריקגעפארן אהיים קיין וויליאמסבורג צו טראכטן זיינע נעקסטע סטעפס
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאסא גראנדע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 62
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 12, 2022 5:19 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
די נויז איז ס"ה א עניין פון מחזק זיין די יסודות קעגן מייקרי השער און וועם עס טוט וויי די עניין דער האט גרר הנאה פון די הויז ווייל דאס שוואכט אסאך אפ די מייקרי השער. און דערפאר רוב תושבים וועלכע ציען זיך יעצט אריבער (כולל 5 די קומענדיגע וואלה אליין בס"ד) האבן זיך אויסגעדריקט אז א שטארקע חלק פון זייער החלטה איז געווען געווידמעט נאכן זעהן אז קהל איז טאקע דא און שטעלט זיך פאר זיי. נישט סתם אז מענטשן זאגן צו גאלדענע גליקן און גיבן דערנאך גארנישט.עצי שטים האט געשריבן:עס איז נאר דא דארטן בערך צוועלף משפחות,Nanach האט געשריבן:דאס האב איך דארט געזען.נוח האט געשריבן:איך ווייס נישט פינקטליך אבער ווי ס'קוקט אויס איז שוין צווישן די 12 א-האלב משפחות שוין דא ערענסטע חילוקי דעות, און אויף אייוועלט האבן זיך געשלאגן יושע רובין און הגה"צ מרימונוב או באי כוחיהם.
וויבאלד איך האב געטראכט ערנסט פון אהינמאפן איז מיר אינטערסאנט מער פרטים
און איך וויל זעהן צו עס איז א אבן הגולל אויפן ישוב אדער עס האט נאך א נארמאלע פיוטשער
אויב ציסטו דיך אהין, איז דא א ערענסטע חשש גלוי...
און טאקע די מענטשן וועלכע שפירן אז מען טאהר זיך נישט שלאגן קעגן די מייקרי השער. די מענטשן זאלן טאקע האבן טענות אויף אונז און זאלן טאקע נישט קומען דא וואוינען. עס וועט אונז זיין אסאך רואיגער.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 62
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 12, 2022 5:19 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
טעות געשיקט דאפעלט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאסא גראנדע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 62
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 12, 2022 5:19 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
מעשה נישט געשטויגן און נישט געפלויגן. פראיעקט איז יהושע רובין'ס איידיע. החלטה (שוין בעארבייט די באדן אין קאסא גראנדע 9 חודשים איידער הרב גאלדבערגער איז געקומען קיין אריזאנע און 6 חודשים איידערן זיך באקענען מיט גראסמאן). זיין טאטע האדמו"ר מדינוב איז געווען די ערשטע תושב און האט אפילו געלערנט מיט יהושע רובין'ס זוהן (אין קאסא גראנדע) 2 חודשים בעפאר גאלדבערגער האט אהין געמופט (עטעטשט בילדער מיט דאטוםס אשר יוכיחו).נייגעריגע אינגערמאן האט געשריבן:איך האב א נאנטע חבר וואס וואוינט אין קאסא גראנדע, און נאכן זעהן וואס דא גייט פאר בין איך אויך געווארן נייגעריג און אויפגעהויבן א טעלעפאן צו אים און געפרעגט וואס דא גייט פאר.
נאכ'ן רעדן צו אים איבער א שעה און מברר זיין ווי ווייט איך קען זאכן ביי מענטשן וואס איך קען איז מיר ארויסגעקומען א שטיקל בילד וואס דארט גייט פאר.
איך וועל פרובירן די מערסטע אראפ צולייגן ביידע צדדים אבדשזעקטיוו, אויב איינער פון די תושבים ליינט דא און פילט זיך געטראפן אדער האט עפעס מעורר צו זיין איז אדרבה לאז זיך הערן.
לאמיר אנהייבן מיט בעקגראונד:
עס האט זיך אנגעהויבן מיט 3 אידן
1) יהושע רובין א אייניקל פון דינוב מאנסי זצ”ל א נעפיו פון די ממלא מקום
2) ר’ מנדל גאלדבערגער אב”ד רימנוב פון וויליאמסבורג א איידעם ביי ר’ אברהם לייטנער זצ”ל אב”ד מאנטיווידעי
3) אהרן גראסמאן, פון די בעלזע גראסמאנס אין מאנסי
ר’ מענדל גאלדבערגער איז אלץ געווען שטארק בעד די אלע נייע ישובים, אבער ער האט זיך אלץ אפגערעדט אז אויב מען גייט שוין אנהייבן בויען אינפראסטרוקטער פון דאסניי, פארוואס נישט עס מאכן אין א ווארעמע פלאץ (הרב גאלדבערגער פאר זיך פארנעמט נישט קיין קעלט),
יהושע רובין איז די לעצטע פאר יאר אריין אין ריעל עסטעיט, אין ער האט געוואלט אריין גיין אין א פראדזשעקט פון בויען א נייע ישוב, האט ער אריין געלייגט א עד צו עס דא פאראינטערסירטע אין א ישוב אין די ווארעמע פלעצער. גאלדבערגער האט געזעהן די עד, און ער האט אריין גערופן, אזוי האבן זיך די 2 צוזאם געטראפען.
שיע רובין ווען ער האט געוואלט אריין אין ריעל עסטעיט האט ער נישט געהאט קיין געלט (דא אין מאנסי ווען איך האב מיר נאכגעפרעגט ביי מענטשן וואס קענען אים האט מען מיר געזאגט אז ער איז געווען פאר דעם אינוואלווד אין דער בליק אדער מאמענט און געענדיגט צוקריגט, עס פעלט מיר פרטים לגבי דעם), האט ער אנגעהויבן מיט סינדיקעישאנס וכדו’. דעמאלטס האט ער געהאט עפעס א דיעל וואס ער האט געוואלט נעמען אהרן גראסמאן אלץ אינוועסטער. דארט האבן זיי זיך באקענט.
און אויף דעם איז אנגעקומען קאוויד ,
איך האב פארגעסען פריער צו שרייבן אז גאלדבערגער איז פאר פרנסה געווען א מלמד (איך ווייס נישט צו ער איז יעצט נאכאלץ).
היות מען האט צוגעמאכט די מוסדות, און גאלדבערגער האט געהאט א פרי וועקעישען האט ער געזוכט א ווארעמע פלאץ פאר ווינטער איז ער געפארן קיין טוסאן אריזאנע צו בראנער’ס ישוב.
יהושע רובין האט געהאט קודם געטראכט צו עפענען אין פיניקס אריזאנע, האט ער אויך געמאכט א חשבון אז יעצט איז א גוטע געלעגענהייט צו פראבירן אין ער איז געפארן קיין פיניקס, ווען ער איז געווען אין פיניקס האט ער געדארפט א מלמד פאר זיינע קינדער האט ער אנגערופן גאלדבערגער צו ער קען זיין מלמד, למעשה האט מען זיך דערזען אז ווי קומט אן איינער צום צווייטן (איך מיין אז פון פיניקס צו טוסאן איז 3-4 שעה צו פארן) האבן זיי אפגעמאכט די בתי מדרשים זענען ממילא פארמאכט, לאמיר זיך טרעפן אינמיטן וועג אין א שטעטל קאסא גראנדע און לאמיר דארט מאכן די ישוב פון וואס מען האט שוין לאנג גערעדט. און אויף געלט צו אנהייבן האט שיע געברענגט אהרן גראסמאן וואס האט געקויפט די ערשטע פאר הייזער.
הרב גאלדבערגער איז אריבערגעגאנגען קיין קאסא גראנדא, ער האט אפגעקויפט א הויז פון אהרן גראסמאן און געפענט אין גאראדזש א ביהמ"ד און אזוי איז געבוירן די התחלה פון די נייע ישוב
איך וועל ממשיך זיין בעזהשי”ת אין די נעקסטע תגובה ווייטער. איך וויל נאך מברר זיין אפאר פרטים.
ווי אויך לגבי די חלק ביז אהער האט מיר נאך געפעלט אסאך פרטים נאכן רעדן מיט מיין חבר, די איבעריגע האב איך פרובירט צו מברר זיין דא אין מאנסי (יהושע רובין קומט פון מאנסי), און פון חברים פון ישיבה וואס וואוינען היינט אין וויליאמסבורג און קענען הרב גאלדבערגער, און דאס איז די פיקטשער וואס איך האב צוזאמגעשטעלט.
אדרבה אז די עולם קען דא אויסקלארן פאקטן וועט עס אביסל שטילן מיין נייגער.
גראסמאן איז ס"ה איינער וועם יהושע רובין האט געהאפט און געחלום'ט אז ער גייט זיין א שותף לדבר מצוה אבער האט זיך אויסגעלאזט א בוידעם ער איז נאך געווארן א מייקר השער (כנהוג אצל פריצי עשורי ישראל).
למעשה זיצט הרב רובין און בויעט מיט די אייגענע פינגער און זיצט שוין מיט נאנט צו צעהן מילאן דאלער אויפבויענדיג און אויסהאלטענדיג די מוסדות. בתי מדרשים. מקוואות. גמ"ח'ן. ארגאניזאציעס. גראסערי און נאך. ב"ה איך האב באקומען די זכיה דעם סיוון צו ווערן זיין העלפער אין די הייליגע ארבייט. הלואי שירבו כמותו בישראל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאסא גראנדע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 62
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 12, 2022 5:19 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
גוט געזאגט. פארדעם זאג איך נישט נאך פון קיין חבר. נאר איך אליין בין דא און איך זעה זאכן פונדערנאנט אהן קיין נגיעות. און איך האב די ברירה זיך צו שטעלן אויף וואס איך האלט איז ריכטיג און איך שרייב וואס איך האלט לויט וואס איך האלט מיט לעבעדיג אלע דעטאלןוואלווי האט געשריבן:אינטערסאנט, צו פיל קענערס און איינערס. צו פול מענטשען קומען ארויף אלס "קענערס" פון "איינער" וואס וואוינט אין קאסא גראנדע. ס'איז אדער אסאך ניקס וואס קענען איינעם, אדער איין ניק וואס קען א יעדען.
אזוי פול מענטשען האבן נאך נישט איבערגעטרעטן דאס פלאץ. ניטאמאל הוה אמינא'ס איז דא אזוי פול. מער מסתבר ס'איז איין "קענער" און "איינער" צוזאמען...
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 62
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 12, 2022 5:19 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 62
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 12, 2022 5:19 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
אויב מען שלאגט נישט אפ די רויבער בלייבט נישט אויף וואס זיך צו שלאגן. אשאהד טאקע אז די אלע מייקרי השער וועקן זיך נישט אויף און הייבן אן טראכטן אביסל מיטצופילן מיט יענעם.סמבטיון האט געשריבן:וואס איז פשט אז מען ציקריגט זיך אין די אלע נייע פלעצער? עס נעמט דאך אועק די אפעטיט פון וועלן אהין מאפן, גאנצע שטעט און הערליכע רעיונות גייט שלאפן א דאנק אפאר נארישע מינדערוויכטיגע קריגערייען, א שאד א שאד.. איך האף נאר אז לעיקפראנט וועט עס דורך שוויצן און עס וועט מצליח זיין זיך אוועק צושטעלן און אויפבליען מיט הינדערטע היימישע איינוואוינער.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 62
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 12, 2022 5:19 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
אדרבה זאגסט דאך אזוי גוט. עס זענען געקומען אויפגעקלערטע מענטשן און ווילן נישט ווערן קאנטראוילט פון די זעלבע מייקרי השער פון מאנסי אדער וויליאמסבורג. און דא פלוצלינג קומען די מייקרי השער פון ניו יורק און פראבירן צו צושטערן די רואיגקייט און זיי צוריקשלעפן צו די אטמאספערע פון ניו יורק. און ס"ה די תושבים טוהן סעלף פראטעקשן און פראבירן צו אפהאלטן די אלימי ניו יורק פון אונז שטערן.בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:בדרך כלל די קליינע נייע ישובים באשטייט פון ׳קלוגערע׳ מענטשן וואס פארשטייען אז די סיסטעם איז קאראפט און ווילן זיך מסדר זיין באופן הנראה להם... אבער קוקט אויס אז דער געדאנק אז ׳אלע׳ דארפן זיך פירן אייניג האבן זיי בטעות מיטגעשלעפט מיטן מאווינג טראק....סמבטיון האט געשריבן:וואס איז פשט אז מען ציקריגט זיך אין די אלע נייע פלעצער? עס נעמט דאך אועק די אפעטיט פון וועלן אהין מאפן, גאנצע שטעט און הערליכע רעיונות גייט שלאפן א דאנק אפאר נארישע מינדערוויכטיגע קריגערייען, א שאד א שאד.. איך האף נאר אז לעיקפראנט וועט עס דורך שוויצן און עס וועט מצליח זיין זיך אוועק צושטעלן און אויפבליען מיט הינדערטע היימישע איינוואוינער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאסא גראנדע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 62
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 12, 2022 5:19 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
א דאנק פארן זיך ריכטיג אינטרעסירן. יאפס די ווייטאג איז גרויס. שווער צו גלייבן ווי ווייט מענטשן זענען גרייט זיך צו פארקויפן פאר אפאר ביליגע פיאסטער אפילו פאר ממש ווייניג געלט פארגעסט מען אינגאנצן פון מענטשליכקייטראזשינקע האט געשריבן:איך האב געהאט א געוואלדיגע הנאה פראוונדיג א הערליכן סוף וואך (וויק ענד בלע''ז) אין קאסא גראנדע אריזאנע, עס איז געווען די ערשטע מאל וואס איך האב באגעגענט א פלאץ וואס איז אזוי ווארעם און געשמאק צו יעדעם צוגלייך, א פלאץ אן קיין פרעשור און לחץ בנוגע סמארטפאון, אינטערנעט, פאליטיק, און דאס גלייכן, א פלאץ ווי יעדער באקומט די נויטיגע רעספעקט, א פלאץ יעדער האלט זיך צוזאמען, נישט קיין חילוק צו סאטמאר, בעלזא, סקווירא, ברסלב, א.א.וו.
בנוגע די פאליטיק וואס גייט דארט פאר, אנע זאגן קיין נעמען, איז פארהאן א פאמיליע דארט וועלכע האט פרובירט אנצוזייען כאאס און צושטערן די רואיגקייט דארט, מיטן אנפאנגן אריינברענגען אייגענע פאליטישע סיבות אויפצוטרייסלען די געשמאקע רואיגקייט דארט, פאר די עסקנים וועלכע האבן געארבעט מיט בלוט אויפצובויען דאס פלאץ און מאכן פאר א רואיגן געשמאקן ווינקל, האט דאס גאר שטארק געבאדערט, און זיי האבן אים געבעטן שיין ער זאל זיך בארואיגן, ווען ער האט נישט געהאלטן דערביי, האבן זיי אים געבעטן צוריקצומופן צו ניו יארק, אבער ער האט ווידער רעפיוזירט, האט די קהילה אפגעמאכט צו פרובירן ווי מעגליך צו איגנארירן זיינע שטיק...
עס איז דא אסאך מער דעטאלן און אנטוויקלונגען בנוגע די פאסירונג דארט, נישט אלעס פיל איך איז פאסיג ארויסצולייגן דא אין פובליק, אי''ה עוד חזון למועד.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 62
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 12, 2022 5:19 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
וואס איך שרייב יעצט מוז נישט זיין אז עס וועט בלייבן. עס זעהט ענדערש אויס ווי פרייזן נידערן נאך און נאך. יעדע טאג זעהט מען פרישע פרייז שניטן ביי די הייזער וואס זיצן אויפן מארקעט שוין אזוי לאנג און ווארטן אויף א גואל. אבער למעשה אויף די מינוט די רעינזש לויפט צווישן די היי $200 טויזענט ארויף כמעט ביז $400 טויזענט, ווענדט זיך אויף די סייז און נאך פעקטארס.צפת האט געשריבן:וויפיל קאסט א הייזקע אין קאסא-גראנדא?
אבער אויב איינער האלט ביים קויפן זאל ער פשוט זיך איינשרייבן ביים וועד, אדער אריבערקומען און די וועד וועט אייך באגלייטן און מאכן זיכער אז איר צאהלט נישט מער פון וואס איר דארפט באצאלן. די סערוויס איז בחינם און עקסטער געטריי פאר יעדעם איינעם.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 62
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 12, 2022 5:19 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
דאנק בריוו פון קאסא גראנדע איינוואוינער
צו פארשטיין ווער עס גיבט זיך איבער און ווער עס בויעט די פלאץ צו רובין אדער גאלדבערגער און גראסמאן. אדרבה יעדער קען רופן וועם עס איז פון די תושבים און קען עס מברר זיין