עצי שטים האט געשריבן:"גיהנם". דאס איז די פלאץ וואס יעדער האט מורא פון, אפילו די גרעסטע צדיקים פלעגן וויינען אז זיי וועלן דארטן אנקומען פריער אדער שפעטער, און הגם אז ביי די תלמידי בעש"ט האט מען ווייניגער עוסק געווען אין דעם ווייל עס קען ברענגען צו עצבות, דאך אבער גלייבט מען אין דעם באמונה שלימה, און עס איז גאר די עלעפטע אני מאמין וואס יעדע איד איז מחויב צו גלייבן.
"אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו".
יעדער האט זיך אין זיין מחשבה שוין פון קינדווייז אהן א בערך'דיגע בילד וויאזוי עס זעט דארטן אויס אינעם גיהנם, איינער האט די בילד פון א ברענעדיגע הייסע פייער, איינער האט זיך גוט אויסגע'משל'ט די כף הקלע וכדומה, בקיצור ס'איז בכלל נישט קיין פאן דארטן, ווער רעדט נאך ווען מען קוקט אריין אינעם ראשית חכמה ווי ער לייגט אראפ די גיהנם של שלג און של אש!! ס'כאפט א פחד!!!
מיר איז אייביג שווער געווען די עצם עקזיסטענץ פונעם גיהנם, און לאמיר עס מסביר זיין מיט א הקדמה קצרה:
דער באשעפער האט באשאפן א גאנצע וועלט מיט מענטשן, אין אלעס וואס איז דא אין איר, פארוואס? וואס האט אים אויסגעפעלט די גאנצע זאך? שטייט אין די ספרים, אז היות די באשעפער איז כל כלו טוב און ער איז תכלית הטוב, און דרך הטוב להטיב, און ער האט דאך נישט געהאט צו וועמען משפיע צו זיין טוב, האט ער באשאפן נשמות וואס ער וועט צו זיי קענען משפיע זיין טוב, אבער סתם צו געבן פאר נשמות גוטס איז נישט געווען קיין מהלך ווייל עס וואלט געווען נהמא דכסיפא, עס איז נישט די זעלבע צו באקומען א טובה, ווי באקומען באצאלט פאר עפעס וואס מען האט זיך ערליך פארדינט, ממילא האט ג-ט ברוך הוא באשאפן א וועלט מיט תאוות און נסיונות, און געגעבן פאר די אידן רמ"ח עשין און שס"ה לאווין, אזוי וועט ער קענען געבן נאך די הונדערט און צוואנציג די פארדינטע שכר פאר די נשמות וואס האבן זיך עס פארדינט.
(איי שטעלט זיך די קשיא, ער איז דאך א כל יכול, קען ער דאך מאכן אז נהמא דכסיפא זאל יא גאר טעיסטן גוט, און א"כ מה לו להצרה הזאת פון באשאפן די וועלט? איך האב אמאל געהערט א תירוץ אויף דעם וואס איך האב נישט פארשטאנען, אדרבה איך ווארט נאך אויף א ציפרידנשטעלדן ענטפער, די עולם איז מכובד..)
יעצט כדי אז די אידן זאלן טאקע היטן די מצוות, און נישט זיך אנפייפן אויף די סיסטעם, און נאכגיין שרירות לבם, האט מען געמוזט איינשטעלן א גיהנם, א פלאץ פון ליידן, וואס ווער עס וועט נישט פאלגן, וועט אנקומען דארטן,
יעצט לכאורה איז עס בלויז א סטראשע מיטל, אז מען זאל יא זיך האלטן גוט, ווייל ווי געזאגט אויבן איז נישט די ציל צו געבן יסורים, עס איז דאך נאר דרך הטוב להטיב, נאר עס איז בלויז געמאכט צו שטופן די עולם זיך צו האלטן גוט,
למעשה אויב מען מעג זאגן, איז עס גאנץ א שטארקע פלאפ, לויט די בלו פרינט וואס איך האב פריער פארגעלייגט, וויאזוי וואלט די וועלט געדארפט אויסקוקן?
די גוים זאלן אלע זיך ברעכן און זיין וואויל, און ערליך איינהאלטן די שבע מצות בני נח, און די אידן זאלן אלע זיין צדיקים, קיינמאל עובר זיין עבירות, און אויב יא, זאל מען גלייך תשובה טון, אזוי אז לכה"פ רוב וועלט זאל אנקומען גלייך אין גן עדן אריין, ווי די באשעפער וועט קענען גראד ערפילן זיין לאנג ערווארטעטע וואונטש פון געבן גוטס,
למעשה... א פייג.. רוב וועלט לאכט זיך אויס פון ג-ט, אפילו די גלויביגע זענען אנגעפיקעוועט מיט עבירות, איך מיין אז מען קען זאגן מיט א רוהיגע געוויסן אז די גיהנם איז פול, נא... איז דאך אלעס א פלאפ, דער באשעפער מוז גיין טאג טעגליך קעגן זיין רצון פון להטיב און געבן צרות יגון ואנחה פאר די אלע רשעים, נא.. וואס גייט דא פאר?
בין איך אויפגעקומען מיט א טעאריע, און איך וויל הערן וואס די עולם האט צו זאגן אויף דעם:
בעצם איז נישטא קיין גיהנם!!! וואס? כופר! יא, די באשעפער וויל און האט געהייסן גלייבן אז עס איז יא דא אזא פלאץ בלויז כדי אז מען זאל יא זיין גוט אין זיך פארדינען די ערליך פארדינטע שכר, אבער אז איינער איז כל ימיו געווען א רשע גייט אים דען די באשעפער שטראפן? עס איז דאך קעגן זיין טבע, העכסטנס איז ער אים מוחל אין גיבט אים נאך א שאנס, דאס וואלט די תכלית הטוב געטון, נישט אזוי?
אבער מאכן א נשמה בראטן פאר גארנישט, וואס האט ער פון דעם? איי וועט מען גלייך שרייען, עס איז בלויז אויסצולייטערן די נשמה, גיוו מי א ברעיק, די כל יכול האט נישט קיין אנדערע וועג וויאזוי אויסצולייטערן א פארפלעקטע נשמה, בלויז מיטן גיין קעגן זיין "דרך הטוב להטיב",
איך ווארט אז די עולם זאל זיך אנרופן ווייל כ'בין אליינס נאכנישט קלאר אין אלעס, און אדרבה לאמיר עס דורכקאכן בדיבוק חברים.
וועט דיר נאכן אסאך קלארער. אבער וועסט ווערן מער קלארער ביים הערן נאך פון זיינע דרשות