סאטמאר מוסד מהר"א וויליאמסבורג איז מודה אויף שווינדלעריי

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 1053 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל

סאטמאר מוסד מהר"א וויליאמסבורג איז מודה אויף שווינדלעריי

שליחה דורך מונטסורי »

וואו זענען די געווענליכע נייעס ברענגער דא? כ'קען נישט גלייבען אז אזא געשמאקע נעגאטיווע נייעס ווערט פשוט איגנארירט דא.

אקעי, שוין, גענוג געווארט, כ׳האב ענק געגעבען א פולע טאג, במקום שאין איש! עהעם, עעעעהעעעם, אהער מיט די מייק.

נעכטען מאנטאג האט די יו. עס. אטוירניס אפיס פון ניו יארק געמאלדען וועגן די הודאת בעל דין פון CUTA אין וויליאמסבורג אין שווינדעלעריי וואס פלעגט פארקומען אין זייערע אפיסעס. היות די פּרעס רעליעס איז ארויסגעלייגט געווארן אויך אין אידיש (!) קענען מיר פשוט קאפירן די נייעס אהער לשביעת לב פון אלע ערליכע אידן דא אין שטיבל.

ווי אנגעמערקט אינם מעלדונג זענען שוין צוויי אינדיווידואלען (מסתמא שעירים לעזאזל נעבעך) אנגעקלאגט געווארן מיט עטליכע יאר צוריק אויף א חלק פון די שווינדעלערייען אבער איצט האט אויך די מוסד זיך מודה געווען און זיך מתחייב געווען צו צאלן $5 מיליאן אין צוגאב צו $3 מיליאן וואס איז שוין געצאלט געווארן די פארגאנגענע עטליכע יאר.

עס איז צום האפן אז די אחראים האבן טאקע באמת תשובה געטון און מיר זאלן אלע צוזאמען נתעורר ווערן מיט זיי, ולב יודע מרת נפשו.
Department of Justice
U.S. Attorney’s Office
Eastern District of New York
FOR IMMEDIATE RELEASE
Monday, October 24, 2022
ברוקלין ישיבה איז זיך מודה צו שטארק פארשפרייטע פראגראם און בענעפיט שווינדל קאנספיראציע

שולע איז מסכים צו באצאלן 5 מיליאן דאלאר שטראפגעלט אין אפגעלייגטע משפט הסכם

צענטראלע פאראייניגטע תלמודישע אקאדעמיע (''CUTA'' אדער ''די שולע''), א ישיבה אין וויליאמסבורג, ברוקלין, האט זיך היינט מודה געווען אין פעדעראלע געריכט אז עס איז געווען פארמישט אין עטלעכע טיילווייזע דעקונג שווינדלען, ווי אויך א מולטי-מיליאן דאלאר פלאן צו באקומען אומיושרדיקע געלטער דעזיגנירט צו פיטערן נויטיקע שולע קינדער. דער פראצעס איז פארגעקומען פארן US דיסטריקט ריכטער ניקאלעס ג. גאראופיס(Nicholas G. Garaufis) .

CUTA איז אריינגעגאנגען אין א דריי יעריקן אפגעלייגטע משפט הסכם מיט דער רעגירונג אין שייכות מיט א קרימענעל אינפארמאציע איינגעגעבן היינט אין דעם מזרח'דיקן דיסטריקט פון ניו יארק וואס באשולדיקט די שולע מיט קאנספירירן צו באגיין עלעקטראנישער שווינדל. אלץ טייל פונעם הסכם, האט די שולע מסכם געווען צו באצאלן 5 מיליאן דאלאר קנס אין צוגאב צו מער ווי 3 מיליאן דאלאר אין פארגיטיקונג וואס איז שוין באצאלט געווארן, צו לייזן די אויספארשונג אין דער שולעס שווינדל אויפפירעכץ.

אלעזר פארגעס(Elozer Porges) , דער פריערדיגע עקזעקוטיווע דירעקטאר פון CUTA, און יואל לוי(Joel Lowy) , פארגעסעס געהילף, האבן זיך ביידע אנערקענט פאר שולדיג אין מארץ 2018 פאר זייער ראלע צו קאנספירירן אויסנארן די רעגירונג. פארגעס איז פארמשפט געווארן צו צוויי יאר אין טורמע אין אקטאבער 2019, בשעת לוי איז פארמשפט געווארן צו פינף יאר פראבע, 1000 שעה פון קאמיוניטי באדינונג און 98,407.21$ אין צוריקקער אין אפריל 2022.

בריאן פיס, US אדוואקאט פארן מזרחדיקע דיסטריקט פון ניו יארק, מייקל דזש. דריסקאל(Michael J. Driscoll) , געהילפ-דירעקטאר ממונה, פעדעראלע ביורא פון אויספארשונג, ניו יארק פעלד אפיס FBI)), בעט-אן מ. דינקינס(Bethanne M. Dinkins) , ספעציעלע אגענט ממונה, US דעפארטמענט אוו אגריקולטור, אפיס פון אלגעמיינער אינספעקטאר USDA-OIG)), און דזשויס ע. שטרויבער(Jocelyn E. Strauber) , קאמיסיאנער, ניו יארק סיטי דעפארטמענט אוו אינוועסטיגעשענס DOI)), האבן געמאלדן דעם אפמאך.

''דער אומאויפפיר פון CUTA, איז געווען סיסטעמאטיש און פארשפרייט, אריינגערעכנט גנב'ענען איבער 3 מיליאן דאלאר פאר שולע-קינדער אין נויט פון מאלצייטן,'' האט US אדוואקאט פיס פעסטגעשטעלט. ''די היינטיג רעזאלוציע גיט צו פארשטיין CUTA's פארמישונג אין די פארברעכעריי און שטעלט צו א וועג פאראויס צוריק צו צאלן און פארריכטן דעם היזק וואס איז געטאן געווארן צו דער קאמיוניטי, אין דער צייט טוט עס אויך ערלויבן CUTA ממשיך זיין צו צושטעלן חינוך פאר קינדער אין דער קאמיוניטי.

''דאס מודה זיין היינט טוט קלאר מאכן אז עס איז געווען א שטארק פארשפרייטע קולטור פון שווינדל און גייציקייט אויפן ארט אין CUTA. מיר רעכענען זיך אז שולעס זענען ערטער ווי מען לערנט אויס סטודענטן זיך צו פירן געהעריק. די פירער פון CUTA האבן זיך מטריח געווען צו טאן פונקט פארקערט, געשאפן פילפאכיקע סיסטעמס פון שווינדל כדי אפנארן די רעגירונג. די FBI און אונדזערע געזעץ-היטער שותפים וועלן ממשיך זיין צו פארשן די סארטן שווינדלעריי און פלענער, צו פארזיכערן רעגירונג פראגראמען בענעפיטן פאר יענע וואס זענען דעזיגנירט געווארן צו ווערן געהאלפן אן ווערן אויסגעניצט,'' האט דער געהילף דירעקטאר ממונה דריסקל ארויסגעזאגט.

די DOI קאמיסיאנערין דזשאסלין ע. שטרויבער האט געזאגט, ''אזוי ווי עס איז פארצייכנט אין דעם משפט הסכם, איז CUTA געווען פארמישט אין א ברייטן פלאן צו גנב'נען מיליאנען דאלארן פון ציבורדיקע געלטער, אוועקפירנדיק געלט וואס איז געשטעלט אויף צו פיטערן שולע-קינדער און צוגעהאלפן שטייער און בענעפיטן שווינדל דורך זייערע ארבעטער. DOI און אירע געזעץ-היטער שותפים אין די US אדוואקאטס אפיס פאר דער מזרח'דיקן דיסטריקט פון ניו יארק, די FBI און די USDA זענען איערגעגעבן צו פארמיידן שווינדלערייען וואס גראבט אונטער ציבור'דיקע הילף פראגראמען. מיט דער רעזעלוציע, וואס איז כולל א 5 מיליאן דאלאר קנס, האט CUTA אנערקענט און וועט טראגן דאס אחריות פאר איר שלעכטע אויפפירונג.

''USDA אפיס פון אלגעמיינער אינספעקטאר, ספעציעלע אגענט ממונה בעט-אן מ. דינקינס האט געזאגט: דאס קינד און דערוואקסענע קעיר עסן פראגראם (CACFP) איז באשאפן געווארן צו צושטעלן עסנווארג און שפייזונג צו יענע וואס נויטיקן זיך שטארק אויף דער הילף. יענע וואס נעמען אנטייל אין שווינדל און קרומבאניץ פון USDA פיטער פראגראמען וועלן ווערן געפארשט דורך אונדזער אפיס מיטן פולסטן פארנעם. אונדזער בשותפות'דיקע אויספארשונג מיט די פעדעראלע ביורא פון אויספארשונג און דער ניו יארק סיטי דעפארטמענט פון אויספארשונג אידענטיפיצירט יענע וועלכע זוכן צו פארדינען פון דער CACFP דורך אומלעגאלע פלענער. די USDA אפיס פון אלגעמיינעם אינספעקטאר וועט ממשיך זיין זיך אפגעבן צו פארש-רעסורסן, וואס וועט ארבעטן מיט אונדזער געזעץ-היטער און פראקורירישע שותפים, כדי אפצוהיטן די ערלעכקייט פון די פראגראמען און ברענגען אין געריכט די וואס באגייען שווינדל.

לויט די שולד אנערקענונג פון דעם באריכט פון די פאקטן און אנדערע פובליק דאקומענטן, צווישן 2014 און 2016, האט CUTA באקומען מער ווי 3.2 מיליאן דאלאר אויסגעצאלט פאר אן עסנווארג פראגראם געצילט צו פיטערן סטודענטן פון דער ישיבה. די פראגראם איז געווען כמעט אינגאנצן פאלש. אנשטאט פיטערן די קינדער, האט די שולע געפירט דאס געלט אין אן אנדער ריכטונג, ווי אויך סובסידירט מסיבות פאר דערוואקסענע. צו באגיין דאס פארברעכעריי, האט די שולע פאבריצירט רעקארדס און געמאכט צענדליגע געשוואוירענע פארדרייטע פאקטן צו רעגירונגס אגענטורן.

בשעת דעם אויספארש וועגן די פאלשע עסנווארג פראגראם, האבן די אויספארש קאמאנדע אנטדעקט באווייזן פון נאך אנדערע שווינדלערישע התנהגות'ן ביי דער שולע און אירע ארבעטער. אין צוגאב צו דער אויבנדערמאנטער פאלשער פראגראם, איז געווען פארשידענע שכירות פירעכצער וואס האט ערלויבט די שולעס איינגעשטעלטע אפטאן בענעפיט און שטייער שווינדלערייען.

צום ביישפיל, די שולע האט באצאלט אירע איינגעשטעלטע אויף אן אויפן וואס האט שטארק אונטער-רעפרעזענטירט זייערע איינגעשטעלטע ''אויף די ביכער'' הכנסות. די שולע האט דאס אויסגעפירט אויף עטלעכע אופנים. אויסער באצאלן אירע איינגעשטעלטע מיט מזומן, האט די שולע צוגעשטעלט אירע ארבעטער מיט ''קופאנען'' וואס מ'קען אויסלייזן אין לאקאלע געשעפטן פאר א געוויסע מזומן-ווערדע. די איינגעשטעלטע קענען נוצן די קופאנען איינצוקויפן, און די געשעפטן האבן דאן אויסגעלייזט די קופאנען אין די שולע פאר געלט. די ''קופאנען'' האבן אזוי נאך געהאלפן באשאפן אן אונטערערדישע עקאנאמיע, אין וועלכע די איינגעשטעלטע האבן באקומען נוצלעכע הכנסה אומבאקאנט צו דער רעגירונג. די שולע האט צוגעשטעלט אנדערע ''נישט אויף די ביכער'' הכנסות אין אנדערע וועגן, אזוי ווי דורך באהאלטענע אינוועסטירונג קאנטעס.

דער אויספארש האט פעסטגעשטעלט אז די שולע האט זיך באטייליגט אין די מעשים, אין טייל, צו העלפן דערגאנצן שווינדלערייען אויסגעפירט דורך אירע ארבעטער. דורך אונטעררעפרעזענטירן אירע איינגעשטעלטעס הכנסה, האט CUTA דערמעגלעכט אירע ארבעטער צו באקומען פארשידענע פובליק בענעפיטן - ווי אויך העלטקעיר און קינדקעיר - וואס זיי וואלטן נישט געקענט באקומען אויב די איינגעשטעלטע וואלטן באריכט ערלעך זייער הכנסה. די שולע האט ווייטער געשטיצט די באמיאונגען דורך צושטעלן בריוו צו רעגירונג אגענטורן וואס האבן פאלש געשריבן אז זייערע ארבעטער האבן נאר פארדינט די ''אויף די ביכער'' סכומים וואס די שולע האט אריינגעגעבן צו די שטייער אויטאריטאטן, אזוי נאך ערלויבן זייערע איינגעשטעלטע צו באגיין וועלפעיר און אנדערע בענעפיטן שווינדלערייען. די שולע, ווידער, האט אויך פארדינט פון אירע ארבעטערס פארדרייאונגען, ווייל זי האט אנגענומען און איינקאסירט קינד-קעיר קופאנען וואס די סטעיט האט צוגעשטעלט צו אירע איינגעשטעלטע, וועלכע איר ארבעטער האבן נאר קוואליפיצירט צוליב די שולעס אייגענע פאלשע-אויסטייטשונגען. דער אנגעקלאגטער יואל לוי איז געווען איינער צווישן אסאך CUTA איינגעשטעלטע וואס האט זיך באניצט מיט דעם דריידל.

דערצו, צו דעם אויבנדערמאנטער שכירות שווינדל, האט די שולע צוגעשטעלט ''באווייז זיך נישט'' ארבעט פאר נישט קיין איינגעשטעלטע, וואס האט גורם געווען צו ''פאסטאראטן'' שטייער פרייהייטן פאר אזעלכע וואס שטעלן נישט צו פאסטאראט סערוויסעס, אויסגעזוכט און באקומען טעכנעלאגיע געלטער פאר נישט קיין שייכות'דיקע באניץ צו דער שולעס עדיוקעישענעל צוועקן און צוגעשטעלט קינד-קעיר סערוויסעס אָן קיין געהעריגע לייסענסעס.

אזוי ווי פארשריבן אין דעם הסכם, האט דער אפיס דערגרייכט א רעזעלוציע מיט דער שולע, אין טייל, צוליב די שולעס פארבעסערונג באמיאונגען, אסאך זענען שוין איינגעפירט געווארן פאר א פּּאָר יאר. אין דערצו, אין אנערקענען און צו צושטעלן א נול-טאלעראנץ פאליסי צו דעם אויבנדערמאנטע אויפפירעכץ, האט די שולע אנגענומען א רייע פון ממשות'דיגע פונדעמענטאלע ענדערונגען. צווישן אנדערע זאכן, האט זי אויסגעטוישט אירע עקזעקוטיווע אדמיניסטראציע פערסאנאל; אנטוויקעלט א זאץ פון פינאנציעלע און פראצעדורעלע קאנטראלען; איינגעפירט אן אויספאלג האנטביכל צו פירן און אננעמען עטישע באשליסונגען; באשאפן אן אויפזע קאמיסיע, אכטונג געבן, איינצופירן די נייע סטאנדארטן; און דורכגעפירט רעוויזיעס צו פארזיכערן כסדר'דיקע אויספאלגונג. דערצו, צום שטראף און רעסטיטוציע דערמאנט אויבן, וועט די שולע זיין אויסגעשטעלט צו דער השגחה פון אן אומאפהענגיקער קאנטראלירער אויף א תקופה פון דריי יאר. דער קאנטראלירער וועט שאצן די שולעס אויספאלגונג מיט דעם אפגעלייגטע פראקורירונג הסכם און פארזיכערן אז די שולע טוט ווייטער אויספאלגן אירע לעגאלע און עטישע אבליגאציעס.

דער הסכם וואס מ'האט היינט געמאלדן איז טייל פון אן אויספארשונג וואס איז געווארן אנגעפירט דורך דער US אדוואקאטס אפיס פאר דער מזרח'דיקע דיסטריקט פון ניו יארק, די FBI's ניו יארק פעלד אפיס, USDA אפיס פון אלגעמיינער אינספעקטארס אפיס פון פארשונגען צפון מזרח געגנט אפיס און דער ניו יארק סיטי דעפארמענט פון אויספארשונגען. דער קעיס ווערט באהאנדעלט ביי דער אפיסעס פובליק גאנצקייט אפטייל. דער געהילף US אדוואקאט עריק פאולסון(Erik Paulsen) איז דער אחראי פון די פראקורירונג.

דער אנגעקלאגטע:

CENTRAL UNITED TALMUDIC ACADEMY
Brooklyn, New York

E.D.N.Y. Docket No. 22-CR-378 (NGG)
די מעלדונג אין ענגליש:
https://www.justice.gov/usao-edny/pr/br ... conspiracy
די מעלדונג אין אידיש:
https://www.justice.gov/usao-edny/pr-5

די ניו יארק טיימס ארטיקל איבער די נייעס:
https://www.nytimes.com/2022/10/24/nyre ... ademy.html
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: סאטמאר מוסד מהר״א וויליאמסבורג איז מודה אויף שווינדעלערי

שליחה דורך פרנס החודש »

די מעלדונג אין יודיש איז היסטאריש!
Don’t ask unless you want to hear the answer.
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 1053 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל

שליחה דורך מונטסורי »

אדער אנשטאט אויפהערן שווינדלען קען מען בעטן אויף משיח׳ן והכל על מקומו יבוא בשלום אי״ה:
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 6#p3881186
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

זעהט אויס די פעדס ווייסן נישט פונעם ''עס גייט גארנישט פאר'' לחש.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

עס דערקענט זיך אז דאס האט געשריבן א פרוי אדער עמיצער וואס האט שוין פארגעסן אידיש; עס איז שוין כמעט לייכטער צו לייענען די ארטיקל אין ענגליש ווי אין אידיש. פיהל מאל פארגעסן טרענסעלעיטער די פוינט וואס איז: די נקודה איז נישט "איבערצוטייטשן אויף אידיש". די נקוה איז צו ערמעגליכן "אידיש לייענער עס צו פארשטיין"..

אבער לעצם הענין איז עס א געוואלדיגע קידוש השם דאס אז מען האט פיינעלי אביסל ליכט געווארפן אויף די שווינדלערייען און עס געמאכט אפיציעל; פונקט היינט האב איך באזוכט די בענעפיטס אפיס מיט עמיצען אים צוהעלפן קלעימען בענעפיטס און כ'בין שאקירט געווארן פון די מאס שנאה, אפאטיע און אינדיפערענץ וואס די איינגעשטעלטע דארט האבן געהאט צו אונז (עטס האטס ענק אייערע אייגענע טשאריטיס, גייטס העלפטס ענק אליין..!) מחמת זיי זענען שוין אזוי צו-געוואוינט אז די אידעלעך זענען ביי-דיפאולט גנבים!

און ווער זענען שולדיג? די מוסדות און זייערע מנהיגים. טאקע די "אפיציעלע" סאטאמערע מוסדות (א גאר וויכטיגע אבער נישט אבּוויעס פוינט וואס די ארטיקל האט פארפעלט מדגיש צו זיין און זינט די גנבים האבן אייביג ליב זיך צו באהאלטן אונטער עפעס א ענגלישע אבריוויעישן, UTA, וואס האט נאר א ווייטע קרבהשפאט צו איר אידישע אדער העברעאישע אלטערנאטיוו, זענען זיי אזוי ארום מצליח זיך צו פארשלייערן און באגיין איידענטיטי פראָד אויך..) וואס האבן זייערע קינדער א מכה און א רעטעך געלערנט און אזוי ארום גורם געווען זיי זאלן דארפן צוקומען, דזשעניואינלי, צו גאווערנמענט סופארט. פעך! :אומגלויבליך: וואו איז די ברעכן עמאודזשי?

עס איז וויכטיק צו אויפקלערן אלגעמיינע מענטשן אז ארדינערי יחידים זענען נישט קיין גנבים. דאס זענען נאר די פירער, וואס ליידער אין גם אחד א גלייכער צווישן זיי, וואס זענען א כאפטע אגרעסערס, באטריגער און פּרעדעטאָרס וואס אין נאמען, אבער נישט אין וויסן, פון אלע אנדערע טועהן זיי אפ די דאזיגע אומווערדיגע מעשים. און אזוי לאנג ווי פון צווישן אונז וועלן נישט אויפשטיין ארנטליכע מענטשן וואס וועלן די שווינדלער דערלאנגען א שטויס אין אחוריים אויף ארויס, וועלן נאר מער אגרעסערס זיך שאָפלען אויף ארויף, צו אויבן פון שטייסל, און די פאר פארבליבענע עטישע און ארנטליכע מענטשן וועלן זיך ארויסשאקלען, ארויסזיפּלען און אוועקלויפן צו וואו די אויגן טראגן זיי, איבערלאזענדיג א מחנה פאווער הונגעריקע, **** אויסגעדארשטע און ארבייטס-פוילע פאראזיטן. געלויבט גאט אז מיר האלטן נאכנישט דארט אבער כ'קען זען די באן ציהלן אויף יענעם ריכטונג. השם ירחם אויב שטעלט מען עס נישט אפ באצייטנס.

איך מיין, איר כאפט ווי טיף אין דער ערד אונז זענען? אויב דא קומט א 35 יעריגע אינגערמאן וואס האט ביז יעצט נאר שווער געארבעט און קען זיך נישטאמאל אן עצה געבן צו קריגן גאווערנמענט בענעפיטס -- אין די צייט וואס 18 יעריגע שנוקעס, דראפאוטס, האבן געלט פאר דראגס און אלקעהאל יעדע נאכט און די נייעסטע אייפאון -- נאר ווייל ער האט געמאכט א מיסטעיק און געהאט עטליכע קינדער כאטש ער האט זיך שוין ג'גט פופצן יאר צוריק און נאר ווייל ער זעהט אויס ווי א איד און במילא האט אים דער אָפישעל פיינט, און במילא וועט ער נאר געפונען הילף ביי די "ספעציעלע", היימישע ארגענאזאציעס לגניבת כספים, איז דאך פשט אז פשוטע המון עם איז שוין היינט ביי א מצב וואו עס קען מארגן קומען נאך א היטלער חלילה, און זאגן: גייט אלע אריין אין געטאוס און זייט אייך אליינס מסדר ביני לביני ביז די אויסזידלונג (אונטער די אויפזיכט פון UTA) און מיר אלע וועלן וואלענטערילי פאלגן ווייל מיר האבן סייווי נישט קיין אנדערע טשויס..!? רבונו דעלמא כולה! מיר האבן יא אן אנדערע טשויס!

ווער, וועלכע אינדיווידועל, וויל וויסן אז ער איז פינאנציעליש אויף אזא מצב? אזוי ווייט אנגעהאנגען? אז דער אפישעל האט דיך שוין יעצט פיינט (ווייל די פילע ארגענעזאציעס לגניבת כספים האבן שוין מצליח געוען צו ערייכן זייער, בעל התניא'דיגע-בשייכות-צו-נאפאליאנ'דיגע מטרה), גייסטו נאך מער זיך איינשליסן און צוזאמענהאלטן זיך ווי די שאף, אזוי ער זאל דיך נאך מער פיינט האבן און זיין אומשטאנד דיך ארויסצוסינגלען בעת מצור? מיינד באָגעלינג! :קראץ:
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פשיהא, עס שפריצט דא שנאה....
Hate is in the air
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעקעדיג האט געשריבן:פשיהא, עס שפריצט דא שנאה....
Hate is in the air
יא, ס׳שפריצט שנאה, און מיט רעכט.

א מוסד האט געראבעוועט און גערעיפט די באהערדע און אידן ווערן באקריוודעט דערוועגן. א שאנדע.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

נישט קיין ביג דיל. מען וועט מער אכטונג געבן נעקסטע מאל, מען וועט מער נישט כאפן.
היינט האב איך באזוכט די בענעפיטס אפיס מיט עמיצען אים צוהעלפן קלעימען בענעפיטס און כ'בין שאקירט געווארן פון די מאס שנאה, אפאטיע און אינדיפערענץ וואס די איינגעשטעלטע דארט האבן געהאט צו אונז (עטס האטס ענק אייערע אייגענע טשאריטיס, גייטס העלפטס ענק אליין..!) מחמת זיי זענען שוין אזוי צו-געוואוינט אז די אידעלעך זענען ביי-דיפאולט גנבים!
קען מען מיטפילען מיט די שווארצע, זיי זענען דאם, און אונז זענען גנבים.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

שמעקעדיג האט געשריבן:פשיהא, עס שפריצט דא שנאה....
Hate is in the air
שנאה איז נישט די ריכטיגע ווארט.

עקל, פאראכטונג און פּיטי.. עקל פון אזא ביהעיוויער, פאראכטונג אויף מענטשן וואס קענען אין זיך באזיצן אזא לעוול פון מאראלישע פארדארבנקייט און שׁיִר אידיאָסי, און פּיטי אויף וואס איז עלול צו געשעהן פאר זיי, אלס תוצאה פונדעם, אין די פיוטשער.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

שמעקעדיג האט געשריבן:פשיהא, עס שפריצט דא שנאה....
Hate is in the air
אז ער שרייבט עס איבער מיט אביסל ווייניגער "שנאה" ביסטו מסכים אז ער איז גערעכט?

לאמיר נישט סטאק ווערען מיט די טעמפערטור פון די נושא, די נושא אליינס איז גענוג ווערד אביסל חשבון הנפש. מ'טאר טאקע נישט מאכן קאנקלוזשענס אויף אינדיווידואלס בעיסד אויף ארום פארענדיגע נייעס, און מ'דארף דן זיין לכף זכות, אבער אלס א קהל'ישע רבים'דיגע אורח החיים, שרייעט דאס שטארק ארויס. ס'איז שוין נישט די שנות השובע פון די מ' יארן, און אז מ'נעמט נטילת ידים דארף מען צום סוף מאכן אשר יצר.

ס'איז א רחמנות אויף די עוסקים במלאכת הקודש, וואס די הצלחת המוסד האט איבערגענומען זייער אייגענע לעבן, בשעת וואס די מוסד און די הויפט בנשיאות (...) צאלן קיינמאל נישט בגופם. זאל די בנשיאות זיך אויפשטעלן ברבים קומענדיגע כ"א כסלו און דארט מודה זיין בריש גלי וואס די מוסד אינטער זיין בנשיאות האט אפגעטוהן. פאר די גאווערמענט איז מען מודה, און די גאווערמענט ווערט אימפרעסד. לאמיר זעהן אויב די בנשיאות קען מודה זיין פאר עוורידעי דזשאו'ס אז שוואכע בנשיאות האט געלאזט קאסטן פריוואטע לעבנס בשעת וואס די בנשיאות קען נישט זאגען קיין צדקה ממנו ברבים. כליפענען ביי אשמנו גזלנו פאר כל נדרי מיינט אודאי נישט דאס, וואס עפעס? אזא ווערטשאפט איז שפיץ נקדש את שמך העולם. נעמען אחריות? אשרי נשיא יחטא? נעה, דאס איז געווען בזמן הבית און בלייבט הלכתא למשיחא.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

שמעקעדיג האט געשריבן:פשיהא, עס שפריצט דא שנאה....
Hate is in the air
די שנאה איז אלץ געוועהן, און יעצט ווייסטו שוין אויך פארוואס..

און אינעם הונטערגרונד הער איך שוין צוריקשרייען "אה נאו! מ'האט זיי פיינט ווייל זיי גייען מיט מאדנע היטן..."

ווייסטו וואס, ביזט גערעכט..
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
צוויבל קניפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 60
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 21, 2022 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 126 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

Re: סאטמאר מוסד מהר״א וויליאמסבורג איז מודה אויף שווינדעלערי

שליחה דורך צוויבל קניפער »

די שנאת ישראל וואס דאס ברענגט ביי אלגעמיינע גויים,איך האב יעצט געזען איינער האט געפאוסט אויף אינסטאגראם אז סאטמאר זיך דערקלערן שולדיג, די קאמענטס אויף דעם פאוסט זענען איום ונורא איך בין רויט געווארן פאר בושה פון ווי אזוי מען רעדט וועגן אידן דארטבילד

Sent from my Pixel 6 Pro using Tapatalk
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

איך אויך האט געשריבן:זעהט אויס די פעדס ווייסן נישט פונעם ''עס גייט גארנישט פאר'' לחש.
אדער,

#יעדערטוטדאס
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

@טאמבל סאס, דער אפישעל וואס האט אזוי פיינט די UTA פירער פארן גנב’ענען, האט די זעלבע מאס שנאה צו זיינע אריינגעוועלטע פאליטישאנס וואס גנב’ענען?
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

וואס טוען אונזערע מוסרים ווען זיי האבן נישט וואס צו מסר'ן? זיי קומען אויף מיט אויסגעדראשענע בולבילם פון גניבה ווי כאלו דאס געלט איז נישט געגאנגן פאר די מלמדים און טיטשערס וכו' פון אונזערע קינדערלעך, העי מיס סאשעל לעדי איך בין א עכטע דראפ אוט קוק איך האב א טשופ מיט א קורצע רעקעל נישט ווי די נעבעכדיגע אוישוויץ גייער זיי אביוזן די סיסטעם איך בין לעדשיט בראוק פארוואס באקום איך גארנישט, דערערדליגער וואס דו בוסט גיי שארץ דיר ארויף סארבעל און מאך שבת פאר דיר מיט די בעסטע סיסטעם און בעסטע עסקנים שטייצעך אן קיין שום שטאטישע פאנדס... אדער גיי כאפ א הינדעל פון סיקריק לויפערס סאפ קיטשען זאלסט נישט אונטערשטארבן, סיק ענד טייערד פון די אויפגעקלערטע מוסרים קליקע גיי פאקן מסר'ט זיך זעלבסט
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

האַ, וואט אן אויסברוך! הילאריעס :lol:

אינטערעסאנט די 'פאקן' האט עס אדורכגעמאכט די פילטער.. ביזארר
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

shem-tov האט געשריבן: ווי כאלו דאס געלט איז נישט געגאנגן פאר די מלמדים און טיטשערס וכו' פון אונזערע קינדערלעך
ניין, ס'איז נישט געגאנגען פאר מלמדים און טיטשערס. ס'איז געגאנגען פאר גראבע SUVS מיט טשערי לייטס און פאר לוקסריעזע, און אינדולדשענט בּאַלן, מלוה דמלכא'ס און טיי אווענטס פון פרעס און חאזעריי! :געוואלד:
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

shem-tov האט געשריבן:מסר'ט זיך זעלבסט
כ'האב געמאכט א פשפוש במעשי אבער די מי רגלים לדבר האבן געפירט צו UTA אוואו איך בין אויפגעצויגן געווארן.. דאס זענען די מי פירות..
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

מתבודד האט געשריבן:@טאמבל סאס, דער אפישעל וואס האט אזוי פיינט די UTA פירער פארן גנב’ענען, האט די זעלבע מאס שנאה צו זיינע אריינגעוועלטע פאליטישאנס וואס גנב’ענען?
און אויב דער אפישעל איז נאך דערצו אריינגעוואוט אדאנק א חרדישע בלאָק וואוט, שטעל דיך שוין פאר די דאפלטע מאס שנאה וואס ער האט דאן..
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 1053 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל

שליחה דורך מונטסורי »

שמעקעדיג האט געשריבן:פשיהא, עס שפריצט דא שנאה....
‏Hate is in the air
ווייטאג, שמעקעדיג, ס׳איז ווייטאג זאג איך דיר, ביטע זייער אל תדון את חבריך. אז כ׳פאל אדורך אמאל און כ׳שריי אויף א קינד נישט כהוגן, מ׳ליגט אין בעט דערנאך און ס׳טוט וויי עד דכדוכה של נפש. קומט עס דען פון שנאה? ס׳קומט פון פרוסטעראציע פון ייאוש.

מען איז שוין אדורך דאס אלעס אין די מ׳ און די נ׳ יארן ועדיין השטן מרקד בינינו. אויב מ׳שרייט אין גאס מיט אפענע בריווען, מילא קען איך נאך זען די תרעומות, אבער אז מ'קומט אהער דאהי מיט ברודערס כערכינו און מ׳גיסט זיך אויס דאס הארץ אין אויפרעגעניש איז דאך נישט דא עפעס בעסערס, לאמיר זיך אליינס אויספראקען, זיך מוסר׳ן איינער דעם צווייטען, נחפשה דרכינו, צוזאמען, און האפענטליך זיך פארבעסערן אויך.

אויב איך מעג דיסאגריען מיט טאמבל סאס, ליידער טוט די גנב׳נען קולטור אראפדרינגען ביז אונטען ביי די עמך׳דיגסטער עמך, מ׳פאנגט אן תיכף נאך די חתונה ביים פוד סטעמפס אפיס און מ׳זעצט פאר ביי די קרעדיט קארד פירמעס, בענק, סתם קאמפעניס, און דערנאך אפילו אייגענע אידישע ברודערס, סתם יחידים, א חבר, א באקאנטער אין שול וואס האט ליידער צופיל טראסט און יענעמ'ס שיינע אידשאפט, בשבילי נברא העולם, שלי שלי ושלך שלי. מ׳מאכט אזא שעבודא דרבי נתן, מ׳גנב׳עט פון דעם און מ׳שנדר׳ט פאר יענעם און די גרעסערע העלפט לייגט מען אוועק ביי זיך פאר אפיקומן.

ס׳באקאנט די הארציגע משל פונם הייליגער ישמח משה פון א מענטש וואס האט געבלאנדזשעט אין וואלד און נישט געזען די וועג ארויס, אינגאנצען פארצווייפעלט זעט ער פלוצים נאך א מענטש, א שיין פון האפענונג, ער גייט צו און פרעגט יענעם צו ער ווייסט די וועג ארויס, אבער יענער זאגט אים אונז זעמיר אויף גרויסע צרות ווייל איך ווייס אויך נישט די וועג ארויס, אבער ווייסט וואס? מיר בלאנזשען שוין אזויפיל טעג, קום לאמיר גיין צוזאמען, אפשר צוזאמען וועלן מיר טרעפן די וועג ארויס.

והנמשל מובן מאליו, בערקאוויטש פארגעס מהר"א טאמבל סאס שמעקעדיג מונטוסורי, מיר אלע קענען זיך פארבעסערן בדיני ממונות בין אדם לחבירו זה בכה וזה בכה, לאמיר נעמען די געלעגענהייט נתעורר צו ווערן און תשובה טון צוזאמען מיט די הנהלת המוסד, וידוי, חרטה, עזיבת החטא, און א שטארקע קבלה על העתיד. זעה באשעפער, די ערשטע פינף און זיבעציג יאר אונזערע דאהי איז געווען אביסל באקאקט אבער אונז גיימיר זיך פארבעסערן, אונז גיימיר מחשיב זיין יענעמס א דאלער, אונז גיימיר מער נישט ליגענט זאגן בכדי צו פארדינען נאך א אומ'כשר'ע גרייצער, נישט קיין חילוק צו עס איז א חבר, א באנק, אדער די שטאטישע קהלישע קאסע.

וְיָשֻׁבוּ אִישׁ מִדַּרְכּוֹ הָרָעָה וּמִן הֶחָמָס אֲשֶׁר בְּכַפֵּיהֶם. מִי יוֹדֵעַ יָשׁוּב וְנִחַם הָאֱלֹקִים וְשָׁב מֵחֲרוֹן אַפּוֹ וְלֹא נֹאבֵד. וַיַּרְא הָאֱלֹקִים אֶת מַעֲשֵׂיהֶם כִּי שָׁבוּ מִדַּרְכָּם הָרָעָה וַיִּנָּחֶם הָאֱלֹקִים עַל הָרָעָה אֲשֶׁר דִּבֶּר לַעֲשׂוֹת לָהֶם וְלֹא עָשָׂה. אמן כן יהי רצון.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מונטסורי האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:פשיהא, עס שפריצט דא שנאה....
‏Hate is in the air
ווייטאג, שמעקעדיג, ס׳איז ווייטאג זאג איך דיר, ביטע זייער אל תדון את חבריך. אז כ׳פאל אדורך אמאל און כ׳שריי אויף א קינד נישט כהוגן, מ׳ליגט אין בעט דערנאך און ס׳טוט וויי עד דכדוכה של נפש. קומט עס דען פון שנאה? ס׳קומט פון פרוסטעראציע פון ייאוש.
איך פארשטיי. איך האב בכלל נישט דיר געהאט אין מיינד. איך האב בעיקר גערעדט פון טאמבעלע.... ער איז שוין אנגעווייטאגט לאנגע יארן וכאן מצא מקום להתגדר, די וואולקאן בארג האט אויפגעשאסן....

יא, מען קען זיין פארווייטאגט, מען קען זיין אויפגערעגט, אבער אז מען רעדט פון אייגענע ברודער וואס זענען אין טראבל רעדט מען מיט רעספעקט און א טראפעלע מיטגעפיל, פונקט ווי ווען עס וואלט טאקע געווען דיין אייגענע ברודער וואס האט געטון די עוולה. דא רעדט מען ערגער אויף אחינו בני ישראל ווי אויף א טעראריסט וואס האט זיך אויפגעריסן אין א ביהמ"ד פול מיט אידן....

איך האב בכלל נישט געמיינט צו זאגן אז רעדן פון די עצם נושא איז ראנג, נאר די וועג ווי אזוי מאנכע, וטאמבל בראשם, האבן געפרעדיגט מיט אזא האס, אז די שפייעכץ האט זיך אים געגאסן, דאס איז בלויז שנאה. און מיר זענען דאך אין א רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען.... :P
וירח ה' את ריח הניחוח
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

shem-tov האט געשריבן:וואס טוען אונזערע מוסרים ווען זיי האבן נישט וואס צו מסר'ן? זיי קומען אויף מיט אויסגעדראשענע בולבילם פון גניבה ווי כאלו דאס געלט איז נישט געגאנגן פאר די מלמדים און טיטשערס וכו' פון אונזערע קינדערלעך, העי מיס סאשעל לעדי איך בין א עכטע דראפ אוט קוק איך האב א טשופ מיט א קורצע רעקעל נישט ווי די נעבעכדיגע אוישוויץ גייער זיי אביוזן די סיסטעם איך בין לעדשיט בראוק פארוואס באקום איך גארנישט, דערערדליגער וואס דו בוסט גיי שארץ דיר ארויף סארבעל און מאך שבת פאר דיר מיט די בעסטע סיסטעם און בעסטע עסקנים שטייצעך אן קיין שום שטאטישע פאנדס... אדער גיי כאפ א הינדעל פון סיקריק לויפערס סאפ קיטשען זאלסט נישט אונטערשטארבן, סיק ענד טייערד פון די אויפגעקלערטע מוסרים קליקע גיי פאקן מסר'ט זיך זעלבסט
לול
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

shem-tov האט געשריבן:וואס טוען אונזערע מוסרים ווען זיי האבן נישט וואס צו מסר'ן? זיי קומען אויף מיט אויסגעדראשענע בולבילם פון גניבה ווי כאלו דאס געלט איז נישט געגאנגן פאר די מלמדים און טיטשערס וכו' פון אונזערע קינדערלעך, העי מיס סאשעל לעדי איך בין א עכטע דראפ אוט קוק איך האב א טשופ מיט א קורצע רעקעל נישט ווי די נעבעכדיגע אוישוויץ גייער זיי אביוזן די סיסטעם איך בין לעדשיט בראוק פארוואס באקום איך גארנישט, דערערדליגער וואס דו בוסט גיי שארץ דיר ארויף סארבעל און מאך שבת פאר דיר מיט די בעסטע סיסטעם און בעסטע עסקנים שטייצעך אן קיין שום שטאטישע פאנדס... אדער גיי כאפ א הינדעל פון סיקריק לויפערס סאפ קיטשען זאלסט נישט אונטערשטארבן, סיק ענד טייערד פון די אויפגעקלערטע מוסרים קליקע גיי פאקן מסר'ט זיך זעלבסט
די האסטע א גיטע שפראך דערמאנט אביסל פון בראך דער סעילסמען פון קדם
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
פארשפארט