די נייעס סטאנציע בחדרי חדרים (נישט צו פארטוישן מיט בחדרי חרדים) האט יעצט באריכטעט אז אין דעם ניי געגרינדעטן שטאט..."פאלם טרי"...האט מען יעצט ערוועהלט די נייע פיהרערשאפט. (ווער...? ווען, און אוואו זענען געווען די בחירות (הטמאות) ווייסט קיינער נישט.) ...!
דער טאון סופערווייזער איז (כנהוג) הרב אברהם ווידער. טאון קלוירק איז ר'...סעגעדין, הי"ו. און די גאנצע אקרו"ט וזט"א זענען אויך (עפ"י פקודת כ"ק מרן הגה"ק שליט"א ערוועהלט געווארן.
דער חרדי'שער צייטונג דער בלאט באריכט אויך אז די נייע טאון אוו פאלם טרי (געוועזענע קר"י והגלילות) האט אויך אנעקסירט און אינטעגרירט 150 אקער לאנד פון דעם דערנעבנדיגן שטעטל טאון אוו מאנרא. מ'ארבעט אויס די פלענער אויף ווען ס'וועט אי"ה נאכמער נתרחב ווערן די גבולי הקדושה. ווען מ'וועט אי"ה אנעקסירן די איבעריגע 350 אקער לאנד.
נאר איידער מ'איז צוגעגאנגען אדורכפיהרן די אלע אויבנדערמאנטע פעולות האט מען אנגעפרעגט ביי דעם דיין הגאון הגדול מוהר"ר געציל בערקאוויטש שליט"א. און ער האט געפסקנ'ט אז מ'דארף זיך נישט רעכענען מיט די התנגדות פון די לאקאלע (גוי'אישע) איינוואוינערס. ווייל דאהי אין אמעריקע גייט נישט אן דער איסור פון התגרות באומות. דער דאזיגער איסור גייט נאר אן אין מדינת ישראל. (אשר בדו הציונים הטמאים מליבם הטמא, רח"ל). דער דיין שליט"א פאררופט זיך אויף א רמב"ם (כאטש דער רמב"ם איז געווען א ליובאוויטשער). אין הלכות מלכים פט"ו הלכה ד' זאגט דער רמב"ם. וזה לשונו..."אין התגרות באומות נוהג אלא במדינת ישראל. בין בזמן הבית ושלא בזמן הבית"...ובודאי לא בנסיכות ה'תפוזים או בנסיכות המלכים...זאגט אויף דעם דער כסף משנה...פי'. ארענדזש קאונטי. ו'קינגס קאונטי...!
דער ראב"ד קריעגט אויפ'ן רמב"ם און ער זאגט...זה אינו. כי כ"ק הגה"ק מהר"א שליט"א בכבודו ובעצמו תקף את חב"ד באופן מבהיל ונורא על שהם בעד מדינת ישראל השלימה. וזה גורם התגרות באומות, רחמנא ליצלן מהאי דעתא...! פרעגט דער ראב"ד ווייטער. אויב התגרות באומות איז אסור אין מדינת ישראל. פארוואס איז עס נישט אסור אין מאנרא...?!ס'שטייט דאך אין די זעלבע תורה...?!
אידישע און וועלטליכע נייעס: בחדרי חדרים.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:
דער ראב"ד קריעגט אויפ'ן רמב"ם און ער זאגט...זה אינו. כי כ"ק הגה"ק מהר"א שליט"א בכבודו ובעצמו תקף את חב"ד באופן מבהיל ונורא על שהם בעד מדינת ישראל השלימה. וזה גורם התגרות באומות, רחמנא ליצלן מהאי דעתא...! פרעגט דער ראב"ד ווייטער. אויב התגרות באומות איז אסור אין מדינת ישראל. פארוואס איז עס נישט אסור אין מאנרא...?!ס'שטייט דאך אין די זעלבע תורה...?!
טאקע פארדעם האט מען איגנארירט די ראב"ד וואס מ'האט מכתיר געווען אין וומ"ס און מ'ניצט נאר די טיטול דומ"ץ, און ס'איז ווייטער שטיל. די סוגיא איז אבער אריין אין א פלאנטער פאריאר ווען מ'האט מכתיר געווען דעם אנדערען ראב"ד אלס פוסק הדור איז דאך שווער געווארן אי מלכא אנא, פארוואס רעכענט מען זיך נישט מיט'ן ראב"ד וואס קריגט אויפ'ן רמב"ם? אויף דעם עמיר מוזן ווארטן אויף די הדרכת השנה וואס הגה"ק וועט משמיע זיין ברמה כ"א כסלו הבעל"ט ווי ס'וועט נתברר ווערן בדרך פלפול אז ביי אונז אין די מוסדות איז אלעס אין בעסטן ארדענונג סיי ביי די יונגלעך און סיי ביי די מיידלעך, הן ביי די גרויסע און הן ביי די קליינע, און ארץ ישראל, דארט איז אבער דא פראבלעמען פון די רעליגעיעזע פארטייען וואס ווערן ליידער נכשל אין כח הפיפעל און אויך אז ס'דא דארט מחלוקת (וואס כידוע אז נאך אין סיגוט אינדערהיים איז דאס געווען מג' חמורות וכן נהגו עד היום, וואס מ'הערט נישט פון די זאכן ב"ה). אבער די אמת איז אז אונז האמיר זיך נישט וואס צו שעמען ווייל למעשה איז אונזער רבי געווען די איינציגסטער וואס איז געבליבן מיט די דיוקנא קדישא, איז וואס דארפן מיר זיך פארענטפערן פאר די אנדערע מגולחים?
ואח"כ פרצו (בפ"ה רפה) כל העם בשיר, חסדי השם וכו' בך בטחו וכו'
ברוך אלקינו... והבדלנו מן התועים בשיטה הקדושה דהינו שוואנצאנית
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
די פארגאנגענע וואך (פ' תולדות) איז געווען דאס ערשטע מאל אין א זייער לאנגע צייט וואס דער בלאט האט עובר געווען אויפ איינס פון די י"ג עיקרים פון זייער עקזיסטענץ. ער האט נישט געשריבן אויפ'ן ערשטן בלאט מיט קידוש לבנה אותיות בגנות הציונים...!
נאר ס'זעהט אויס אז די וויכטיגע נייעס פונ'ם נייעם שטעטל ..."פאלם טרי"...(געוועזענע קר"י והגלילות)...און די ניי ערוועהלטע באאמטע פון די דעמאקראטישע שטאטישע אדמיניסטראציע (וועלכעס שטייט נאכאלץ תחת פיקוחו ועידודו פון מרן רבינו הגה"ק מ'סאטמאר שליט"א.) האט איבערגעוואויגן די מצוות עשה ולא תעשה פון מחיית עמלק בדורינו, ובכל הדורות...!
איך וועל אויסבארגן א מאמר אדער פסוק פון חיים נחמן ביאליק (שר"י. כבר אמרנו)...ער האטציך אויסגעדרוקט אז דאמאלס וועללן מיר וויסן אז אונזער מדינה (של גהינום, רחמנא ליצלן מהאי דעתא) איז א לאנד ככל הגויים. ווען אונז וועללן מיר האבן אייגענע גנבים. און אייגענע תפיסות...!
עס וועט אונז (א יעדן ערליכן איד.) געבן גרויס צופרידנקייט ווען ס'וועללן זיך ארומדרייען חסיד'ישע יונגעלייט און זיי וועללן זיין די פאליס פון טאון אוו פאלם טרי. און זיי וועללן סטאפן היימישע יונגעלייט אין קארס. און טיילן טיקעטס. לאמיר זיך פארשטעללן איך פאר אין די געגנד. פלוצלינג זעה איך רויטע לעמפלעך (לעלו'ס, בלע"ז) בליטשקען. און דער חסידי'שער פאליס קומט ארויס און זאגט מיר אין א היימישן אידיש (מיט א מאנדרוי אקסענט)..."לייסנס. רעגיסטרעישאן. אינשאארנטץ...! און ער געט מיר א טיקעט געשריבן אויף לשון הקודש אדער אידיש. און איך דארף מיך שטעללן צום בי"ד פון קרית יואל והגלילות. (דאס איז נאך געבליבן אזוי ווי פריער.) און זיך טענה'ן מיט די תלמידים פון הגאון הגדול מרן ר' געציל בערקאוויטש שליט"א.
ס'פיהלט כמעט אזוי ווי אין מדינת ישראל, רח"ל. (מ'טאר אפילו נישט מהרהר זיין אזעלכע אפיקורסישע רעיונות.)...!
נאר ס'זעהט אויס אז די וויכטיגע נייעס פונ'ם נייעם שטעטל ..."פאלם טרי"...(געוועזענע קר"י והגלילות)...און די ניי ערוועהלטע באאמטע פון די דעמאקראטישע שטאטישע אדמיניסטראציע (וועלכעס שטייט נאכאלץ תחת פיקוחו ועידודו פון מרן רבינו הגה"ק מ'סאטמאר שליט"א.) האט איבערגעוואויגן די מצוות עשה ולא תעשה פון מחיית עמלק בדורינו, ובכל הדורות...!
איך וועל אויסבארגן א מאמר אדער פסוק פון חיים נחמן ביאליק (שר"י. כבר אמרנו)...ער האטציך אויסגעדרוקט אז דאמאלס וועללן מיר וויסן אז אונזער מדינה (של גהינום, רחמנא ליצלן מהאי דעתא) איז א לאנד ככל הגויים. ווען אונז וועללן מיר האבן אייגענע גנבים. און אייגענע תפיסות...!
עס וועט אונז (א יעדן ערליכן איד.) געבן גרויס צופרידנקייט ווען ס'וועללן זיך ארומדרייען חסיד'ישע יונגעלייט און זיי וועללן זיין די פאליס פון טאון אוו פאלם טרי. און זיי וועללן סטאפן היימישע יונגעלייט אין קארס. און טיילן טיקעטס. לאמיר זיך פארשטעללן איך פאר אין די געגנד. פלוצלינג זעה איך רויטע לעמפלעך (לעלו'ס, בלע"ז) בליטשקען. און דער חסידי'שער פאליס קומט ארויס און זאגט מיר אין א היימישן אידיש (מיט א מאנדרוי אקסענט)..."לייסנס. רעגיסטרעישאן. אינשאארנטץ...! און ער געט מיר א טיקעט געשריבן אויף לשון הקודש אדער אידיש. און איך דארף מיך שטעללן צום בי"ד פון קרית יואל והגלילות. (דאס איז נאך געבליבן אזוי ווי פריער.) און זיך טענה'ן מיט די תלמידים פון הגאון הגדול מרן ר' געציל בערקאוויטש שליט"א.
ס'פיהלט כמעט אזוי ווי אין מדינת ישראל, רח"ל. (מ'טאר אפילו נישט מהרהר זיין אזעלכע אפיקורסישע רעיונות.)...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
רבותיי: פרייליכע נייעס. ס'קומט (אי"ה) א פעסט ארטיקל די וואך. (פ' ויצא). געשריבן דורך דעם הייליגן איד און גרויסער היסטאריקער און בקי בשיטת רבינו הק' . זי"ע וממשיך דרכו בקדושה ובטהרה. ה"ה הרב הגאון הגדול. הרב (כבר אמרנו) ש.ב. מרגליות שליט"א. המכונה הרב שמואל שלמה טעללער...!
דער הרב ש.ב. מרגליות שליט"א וועט מברר זיין , און צולייגן אויף אלע טעלערלעך (נאך אפשר בעסער ווי זיין קאלעגע, בדומה לו. הרב ישראל מ. סופר. המכונה הרב מנשה פליפ-פלאפ.) דעם פשט אין דעם פאקט וואס ד דריי גרעסטע בעלי עבירה ביי אונז היימישע אידן (וועלכע זענען נאך ציונים אויך רח"ל) ליפא, אברהם פריעד. און דער ניי צוגעקומענער נודע בגויים המכונה דער חזן שלום לעממער. וועלכער האט רח"ל געזינגען אין א גוי'אישן ספארטס סטעדיום בתערובות אנשים ונשים. גויים וגוי'טעס, רח"ל. זענען געפארן קיין פיטסבורג. מחזק צו זיין די רעפארמער קאנסערוואטיוון ציונים, רחמנא ליצלן מהאי דעתא. אויך זענען דארט געווען אנוועזנד עטליכע חב"'ד'סקער ..."חסידים"...וועלכע זענען בעד ארץ ישראל השלימה, רח"ל. און זיי דרייען זיך ארום מיט די קאלירטע יארמולקעס. א זאך וואס אונז האמיר קיינמאל נישט געזעהן ביי אונזערע עלטערן אינדערהיים אין הוידו נאנאש......!

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: אידישע און וועלטליכע נייעס: בחדרי חדרים.
ר' בערל: איר זאגט פיין.
כ'מיין אז די ווארט וואס איר ברענגט נאך פון חיים נחמן ביאליק
"איך וועל אויסבארגן א מאמר אדער פסוק פון חיים נחמן ביאליק (שר"י. כבר אמרנו)...ער האטציך אויסגעדרוקט אז דאמאלס וועללן מיר וויסן אז אונזער מדינה (של גהינום, רחמנא ליצלן מהאי דעתא) איז א לאנד ככל הגויים. ווען אונז וועללן מיר האבן אייגענע גנבים. און אייגענע תפיסות...!"
איז פון דוד בן גריון
כ'מיין אז די ווארט וואס איר ברענגט נאך פון חיים נחמן ביאליק
"איך וועל אויסבארגן א מאמר אדער פסוק פון חיים נחמן ביאליק (שר"י. כבר אמרנו)...ער האטציך אויסגעדרוקט אז דאמאלס וועללן מיר וויסן אז אונזער מדינה (של גהינום, רחמנא ליצלן מהאי דעתא) איז א לאנד ככל הגויים. ווען אונז וועללן מיר האבן אייגענע גנבים. און אייגענע תפיסות...!"
איז פון דוד בן גריון
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דער גאלדענער אדלער: בן גוריון (שר"י. כבר אמרנו.) האט עס איבערגעזאגט בשמו. אן געבן איהם קרעדיט דערפאר...!
נאר ס'איז דא א צווייט ווערטל וואס מ'זאגט נאך פון דוד בן גוריון. בראשית התייסדות המדינה איז ער געקומען צו הרב איטשע מאיר לעווין (וואס אונז היימישע, ערליכע אידן שרייבן אויף איהם. ווילל איך אפילו נישט ארויסזאגן. בערך די זעלבע וואס זיי האבן געזאגט אויף הרב שטיינמאן זצ"ל). און ער האט איהם געזאגט אז ער ווילל גרינדן א מדינה עפ"י תורה. האט איהם ר' איטשע מאיר געפרעגט. ס'שטייט דאך אין די תורה וואו יתרו האט געזאגט פאר משה רבנו אז ער זאלל נעמען אנשי אמת שונאי בצע. פון וואו וועט ער נעמען שונאי בצע...?! האט איהם בן גוריון געענטפערט..."פאר געלט וועלל איך טרעפן שונאי בצע, אויך"...!

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 64
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 24, 2014 4:54 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל
אין די נייעס יעצט אין די UK:
צוויי [רעליגעיזע] אידן באקומען הויכע שטעלעס אין די רעגירונג און ביים צוקונפטיגן קעניג. אינער סוראזשבי, אן אקעדעמיק פון קאנסטיטושענל געזעץ, דאטא פריוועסי און אלטערנאטיוו דיספיוט רעזעלושען (איז שאריא און בי"ד אינקלודעד? האו נאוס?) פון UCL ווערט דער פריוואטער יועץ פון קעניג טשארלס. זיי זאגן אז טשארלס פלאנט צו רעפארמירן (לטובה?) די מאנארכיע און פאוקעסן אויף מער טרענספערנסי, ספעציעל נאך די פאכּ-אפ מיט זיין ברודער אַנדרו און זיינע קינדער, מעגען און הערי. אבער פון אן אינסיידער האב איך געהערט אז ס'הערשט א שטיקל אויפוואכונג צוריקצוברענגען די דעבאטע פון קאווענענטל גאווערנמענט אָווער קאנטראקטשועל גאווערנעמענט און ער האפט אז סוראזשבי, מיט אביסל געלט אין די זייט, קען אים העלפן אין דער ענדעווער..
א צווייטער, גרינבערג, ווערט די נייער קאמישענער אף סטענדערטס אין פארלעמענט. גרינבערג האט יארן לאנג געדינט אלס חזן אין די ארטאדאקסישע שוהל אין גולדרס גרין ביז ווען ער האט מיט עטליכע יאר צוריק רעזיגנירט אויס שוואכע העלטה (?). דאס איז געווען ארום די צייט וואס ער האט ארויסגעגיבן א בוך אין וועלכער ער האט דערמאנט די רעמפענט פראוד וואס די חרדים באגייען מיט בענעפיטס און האוזינג, אין סטעמפארד הילל. די נושאים קען ער גוט נאכוואס ער האט געספענט קאריער אין שרייבן געזעץ און שטאטוען, א שטייגער ווי די קאמפליצירטע סעיפים אין שו"ע להבדיל - די זעלביגע סעיפים וואס די חרדים האבן געמאכט דערפון מטעמים און געדרייט ווי נאר א בריסקער קען.. נישט קיין וואונדער ער האט זיך באליידיגט
אלס א סייד דזשאב, פלעגט ער לערנען בר מצוה הלכות מיט בחורלעך. ער איז גאר א ווארעמער און הארציגע מענטש און משמועה, האט נישט מורא צו אינסולטן סיי וועמען אויב האלט ער עס פאר ריכטיג. א פערפעקט רעסעפי זיך צו מאכן שונאים. אבער האו קעירס, מיר האבן ר"ה און ווער נאך ווי ר' דניאל קען אזוי גוט זיך איבערבעטן מיט גאט און מענטש.. ס'איז אבער צום וואונדערן אויב יעצט, אז גרינבערג האט צוריקבאקומען כח, צו ער וועט צוריקנעמען זיין פאסטן אז שליח ציבור אין גולדרס גרין סינאגאגע.
לאמיר נאר האפן אז ווען די צוויי צערייבן זיך דארט ביי די הויכע פענצטער, מיט די אנדערע טייגערס און בערן עט די טאפ אף די פוד טשעין, וועלכע פארטרעטן די אנדערע פארשידנארטיגע פראקציעס אין די קאנטרי, אז די שנאה גיסט זיך נישט איבער אויך אויף זייער פאלק, מיר ארימע און נעבעכדיגע אידן וואס האבן קוים צוויי גרייצער אין די קעשענע און אהנע גרויסע, באצירטע סערטיפיקאטן צו אונזער נאמען..
לעט די גוט טיימס פאר די דזשוס בעגין..
אין אנדערע נייעס, האט אקארשט די ראביי פון די זעלבע שוהל, ראביי בעלאווסקי א לאנגיעריגע תלמיד פון געיצהעד, אויך אפגעטרעטן פון זיין פאזיציע צוזאמען מיט זיין רעבעצין נאך צוואנציג יאהר אין אמט, צוליב אָנדיסקלאוזד ריזענס. מ'קען שפעקולירן אויב ראביי בעלאווסקי טרעט אפ כדי אז גרינבערג זאל קענען צוריקנעמען זיין פאזיציע ווייל אפשר האבן זיך די צוויי נישט אויסגעקומען? האו נאוס..
אגב, דאס איז די זעלבע שוהל וואו ראביי סאקס ז"ל האט געדינט אלס רב.

![ווינקט ;)](./images/smilies/icon_e_wink.gif)