לאמיר אנהייבן מיט א חלק פון די מציאות הדברים די איבריגע וועט נאכפאלגןקאסא גראנדע האט געשריבן:ערשטענס צו די מערסט געפרעגטע קשיא וויפיל משפחות וואוינען שוין דאהי. די ענטפער איז 32 קביעותדיג נאך עטליכע קומען פאר לענגערע תקופות ביז זיי ווערן קאמפארטעביל. די חיידר באשטייט פון קינדערגארטן. כיתה ב'. כיתה ג'. כיתה ד'. כיתה ה'. ו. ז' און ח' מיט איבער 20 יונגלעך כ"י און די סקוהל באשטייט מיט אלע קלאסן ביז 13 יעריגע מיידלעך מיט נאנט צו 40 קינדער קע"ה.
די קהילה פארמאגט 2 שבת שוהלן. איין וואכן ביהמ"ד און קאמיוניטי סענטער. מען ענדיגט יעצט בויען 2 מקואות. חיידר. מיידל שולע. כולל. א גראסערי וואס פארמאגט א זשודעיקא אפטיילונג. א רב מיט טובי קהל וועלעכע זענען געווארן אויסגעוועלט מיט בחירות על פי הלכה און על פי תקנת בעל תרומות הדשן. פארשטייט זיך עס זענען דא עטליכע וועלעכע ווילן נישט אננעמען און ספעציעל דרויסענדיגע אינוועסטירער וועלעכע מיינען אז זיי דארפן נאכלויפן די איינוואוינער און זיין שטערן פון טרעפן א מקום מנוחה און זיי האבן געמאכט א יד אחת מיט דריי אינגעלייט (צען פראצענט) וועלעכע זענען נעבעך נישט צופרידן מיט די רעזאלטאטן וואס די עולם האט געשטימט און שפירן אז מען שטערט זיי פון מאכן געלט על חשבון חביריהם. ספעציעל נאכדעם וואס איין דרויסענדיגע אינוועסטאר האט זיי אנגערייצט צוזאגענדיג זיי צו שטיצן אבי אינטערצוברענגן די נייע פרישע קהל.
ע”פ תקנות המקום וועל איך פראבירן נישט שרייבן קיין נעמען פון פריוואטע מענטשן, אויב שרייב איך בטעות ביטע אויפמערקן
ובזה החלי
ער איז דא פרנומען א גאנצן צייט מיט קהל.
לאמיר צונעמען פון וואספארא קהל מען רעדט.
עס איז דא א איד וואס האט א תאוות שררה (יש אומרים אז ער איז נעבעך נישט שילדיג ער איז פשוט א נארסעסיסט) וואס איז געווען א שותף צו בויען די שטאט, און ער איז א משתלט על הציבור.
ארויס צוברענגן זיין מהות די ערשטע 3 מענטשן זענען געקומען פאר 2 יאר צוריק, יעצט 2 יאר שפעטער איז ער שוין צוקריגט מיט 2 פון די ערשטע 3, משך די יאר זענען געקומען נאך 5 משפחות (חוץ פון זיין משפחה וואס ער האט ארויס געברענגט) וואס ער איז שוין צוקריגט מיט 3, ס”ה פון די ערשטע 7 משפחות צו קומען וואוינען האט ער זיך צוקריגט מיט 4.
אויף תשפ”ב האט ער געברענגט א כולל, און ער האטזיך שוין צוקריגט מיט די ראש הכולל דאס איז אין א נאט שעל זיין מהות.
די וועד פון וואס מען רעדט איז איין טאג האט זיך דער איד אופגעוועקט אז ער מאכט א וועד, איז קודם די וועד באשטאנען פון אים אליינס נאך וואס גוטע פריינד האבן אים געזאגט אז עס מאכט נישט קיין סענס האט ער צוגלייגט 2 נעמען וואס האט זיך געטוישט 3 מאל.
איין טאג איז ער ארויס מיט א חרם אויף א הויז (נאךוואס יענער האט אים נישט געפרעגט פארן קויפן), אז ווער עס שטייט דארט איין וועט מען ארויס ווארפן פון אלע בתי מדרשים, און ער איז געקומען אין רימאנוב עס הענגען (רימאנוב איז דעמאלטס געווען די איינציגסטע ביהמ”ד אין שטאט, וואס די רימאנובע רב האט געקויפט מיט זיין אייגן געלט) האט אים די רימאנובע רב געזאגט אז ער האט נאך קיינמאל קיין איד נישט ארויס געווארפן פון זיין ביהמ”ד (אין וויליאמסבורג) ממילא ער גייט נישט ארויס ווארפן, און לגבי די צעטל שרייבט מען נישט חרם אז די ווילסט שרייבן אן איסור דארט צו איינשטיין אן די לשון חרם וועל איך עס לאזן הענגען (און אינפארסירן אין דיינע פראפערטיס) אבער אויב א צווייטער וועט עס וועלן רייססן וועל איך אים אויך לאזן.
פון דא און ווייטער האט דער איד (איך וועל שרייבן מיט ראשי תיבות איך האף אז עס איז אויסגעהאלטן מיט די תקנות) י”ר אנגעהויבן צו רודף’ן רימנוב בעקיפין ובישורין.
איינער פון די זאכן איז געווען אז די וועד (דהיינו י”ר) האט נישט געגעבן קיין רשות פאר קיינעם צו קויפן קיין הייזער און רימנוב געגענט מיט כל מיני תירוצים.
נאך אינמיטן ווינטער ווען רימנוב איז געווען די איינציגסטע ביהמ”ד איז געווען זייער א פולע שבת וואס עס איז נישט געווען קיין פלאץ זיך צו רירן אין רימנוב, דעמאלטס האט רימנובע רב צוליב דעם און נאך סיבות אנגעהויבן צו ארבעטן אויף צו קויפן א צווייטע הויז אין געגנט כדי צו קענען געבן זיין ביז יעצטיגע הויז פאר די ביהמ”ד (ביז דעמאלטס איז געווען האלב זיין הויז און האלב ביהמ”ד) אבער ווען ער איז געווען גרייט צו קויפן און נאך וואס ער האט געזעהן וואס י”ר טוט אים. האט ער געוויסט אז ער האט נישט וואס צו פרעגן און ער איז עס געגאנגען אליינס קויפן.
יעצט האט שוין י”ר געהאט א תירוץ פון מייקר השער אויף וואס צו רייטן, ער האט געמאכט א גענעראל פארזאמלונג און געזאגט יעדער זאל רעדן און זאגן וואס ער האט צו זאגן און פארשטייט זיך ווער עס האט געזאגט אנדערש ווי אים איז געווארן פארשריגן און פאררופן וואלן פאר א וועד.
די וואלן איז געווארן אנגעפירט ביי זיין איירבעטארער און מיסטריעז איז געוואנען י”ר די ארבעטארער וואס האט געציילט די וואלן און איינער וואס האט ביי די אסיפה גערעדט פונקט וואס י”ר האט געוואלט הערן.
די פעלשערייען וואס זענען דארט פארגעגאנגען לעיני השמש איז א שמועס פאר זיך ועוד חזון