זוכר נמחקות (אייוועלט)

הערות און אבזערוואציעס איבער דעם סאשעל מידיא וועבסייט
פארשפארט
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

שליחה דורך דערהויבענע איד »

די אשכול גייט פליען פריער אדער שפעטער

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=54115


הייםהויפט בלאטאיש את רעהו יעזורוולאחיו יאמר חזק
ס'פלאקערט א סכנה וואס הייסט: קאר סערוויס!!
די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

פארום געזעצן
שרייב תגובה

זוך אין דעם אשכול…
זוךפארגעשריטענע זוכעניש8 תגובות • בלאט 1 פון 1
באנאנא
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט
ס'פלאקערט א סכנה וואס הייסט: קאר סערוויס!!
תגובהדורך באנאנא » דאנארשטאג מארטש 31, 2022 7:26 pm

ווי שוין ברייט אויסגעשמועסט אינעם מאנסי אשכול און אין די נייע מאנסי שאטעל אשכול הערשט א ריזיגע פראבלעם פון פרויען און קינדער אין קאר סערוויסעס.

לאור די סענסיטיווקייט פונעם נושא און כדי מען זאל קענען האלטן אפן דעם אשכול, בעט מען מען זאל רעדן מיט די גאנצע איידלקייט וד"ל, מ'זאל האלטן די שמועס פאר'ן תכלית.


(וויבאלד די נושא איז ווייט ווייט פון מיוחד נאר פאר מאנסי, און סיי ווייל א שאטעל איז נישט די ענגילטיגע עצה, און סיי ווייל די נושא פארלאנגט א וויי געשריי מען זאל ערשט פשוט שאקלן וועלטן אז א פייער פלאקערט, דערפאר האב איך אויפגעמאכט דעם אשכול איבער דעם נושא, פאר אלע שטעט).
לעצט פאראכטן דורך באנאנא אום דאנארשטאג מארטש 31, 2022 7:29 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
צוריק ארויף

באנאנא
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט
Re: ס'פלאקערט א סכנה וואס הייסט: קאר סערוויס!!
תגובהדורך באנאנא » דאנארשטאג מארטש 31, 2022 7:27 pm

וואס איז די פראבלעם:
מער און מער הערט מען פון פרויען (און קינדער, אבער פרויען עטליכע מאל מער), אז ווען זיי באנוצען זיך מיט קאר סערוויסעס קען מען אריינפאלן מיט א דרייווער וואס האט צו א גוטע אויג אויפן מיטרייזענדע און די נאכפאלגן זענען שרעקליך.
עס זענען שוין געווען וועלכע האבן שוין אינעם קאר געפרעגט פריוואטע שאלות ווי אויב מען איז חתונה געהאט, עס איז שוין געווען וועלכע האבן באקומען א טעלעפאון קאלל שפעטער, עס איז שוין געווען וועלכע זענען געוויזן געווארן בילדער ה"י און איך וויל נישט רעדן ווייטער.
די פחד איז גרויס, די סכנה שרייט, און לא עת לחשות.

ווען איז די פראבלעם:
די פראבלעם איז אין אלע טעג אין יאר און אין אלע צייטן, די יצר הרע שלאפט נישט, אבער צוליב די סיבה פארוואס די פראבלעם איז דא מאכט זיך עס אסאך אסאך מער ווען פרויען גייען צו שמחות אנגעטוען שיין (ואהכמ"ל), ביינאכט, אין שטילע געגענטער, אד"ג.
אן אריינגיין אין פרטים, די פראבלעם האט זיך אויכעט אסאך געמאכט ווען זיי פירן די פרויען, און זיי ווייסן ווי זיי פירן און פארוואס וד"ל.

מיט וועם איז די פראבלעם:
מען האט שוין אויסגעמועסט אין די אנדערע אשכולות מיט וועלכע קאר סערוויס עס מאכט זיך מער און מיט וועלכע סארט מענטשען, אבער כ'מיין אז ווען מען ליינט אלעס אין איין שאס זעט מען אז יעדער האט פשוט אנדערע מעשיות אויף א צווייטע סארט גוי אבער הצד השוה אז א גוי איז א גוי נישט קיין חילוק פון וועלכע לאנד ער קומט..
ליידער, טאקע אויף א פיל קלענערע פראבלעם, דארף מען אבער אייביג שטיין על המשמר און וויסן אויב מען קען שיקן א קינד אליין אין א קאר סערוויס ביינאכט אפילו מיט משלנו. א פיצקעלע פראצענט אבער מען קען נישט לייקענען א פראבלעם.

וואס קען מען טוען דערצו:
אה, דא קומט די שאלה און צוליב דעם האב איך גע'עפענט די אשכול.

מען האט אויסגעשמועסט אינעם מאנסי אשכול וועגן א נייע היימישע שאטל, גאר א גוטע געדאנק אבער נאר פאר מאנסי, די פראבלעם בלייבט א ריזיגע (בפרט אין בארא פארק, וויליאמסבורג און נאכמער לעיקוואד). און אויכעט ווי געשמועסט מאכן זיך רוב פראבלעמען צווישען גיין אויף שמחות און אנדערע פלעצער ביינאכט וואס די פרויען וועלן נישט ניצן די שאטל וד"ל.

פרויען דרייוון הערט זיך ווי גאר א גוטע געדאנק און א ריזיגע תיקון, אבער ווער זענען אונז אריינצורעדן א זאך וואס גדולי ישראל האבן פארפירט, אבער עס וואלט געווען א ריזיגע טובה אויב אן עסקן קען צוזאמנעמען די אויבנאן פון ניו יארק און ניו דשערסי און אנהייבן דערציילן מעשה נאך מעשה כדי מען זאל ווידער דן זיין איבער'ן נושא און קומען צו אן החלטה בדעת תורה וחכמה.

נאך אידישע קאר סערוויס איז א גוטע געדאנק אבער ווי שוין געשמועסט אזויפיל מאל האלט מען נאך ווייט פון דארט. ס'איז נישט קיין לעזונג וואס גייט געשען יעצט און די פייער ברענט.
לעצט פאראכטן דורך באנאנא אום דאנארשטאג מארטש 31, 2022 7:31 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
צוריק ארויף
באנאנא
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט
Re: ס'פלאקערט א סכנה וואס הייסט: קאר סערוויס!!
תגובהדורך באנאנא » דאנארשטאג מארטש 31, 2022 7:27 pm

די הנהלה קען אהערברענגען די תגובות וואס באלאנגן דא לתועלת
צוריק ארויף
אוועטאראת פתח לו
שר ששת אלפים
תגובות: 6326
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm
Re: ס'פלאקערט א סכנה וואס הייסט: קאר סערוויס!!
תגובהדורך את פתח לו » דאנארשטאג מארטש 31, 2022 7:39 pm

נישטא וואס צו טוהן .פינטעל
צוריק ארויף
התחברות
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm
Re: ס'פלאקערט א סכנה וואס הייסט: קאר סערוויס!!
תגובהדורך התחברות » דאנארשטאג מארטש 31, 2022 7:40 pm

ביטע אויפקלערן 2 קליינע קלאץ קשיות:

די ערשטע קשיא איז:
מה נשתנה בתשפ"ב?
אמער, דער פראבלעם גייט שוין אן זינט קאר סערוויס שטייט, בערך 70 יאר?
צוריק ארויף
באנאנא
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט
Re: ס'פלאקערט א סכנה וואס הייסט: קאר סערוויס!!
תגובהדורך באנאנא » דאנארשטאג מארטש 31, 2022 7:42 pm

התחברות האט געשריבן:
ביטע אויפקלערן 2 קליינע קלאץ קשיות:

די ערשטע קשיא איז:
מה נשתנה בתשפ"ב?
אמער, דער פראבלעם גייט שוין אן זינט קאר סערוויס שטייט, בערך 70 יאר?

כווייס נישט, אבער אין די לעצטע געציילטע יארן הערט מען אויפשטעלנדע געשיכטעס.
יכול להוית ס'איז אייביג געווען און מען האט עס נישט מפרסים געווען? גיי ווייס. אבער יעצט געשע'ען צופיל מעשיות און ווען מען רעדט נאר דערוועגן הערט מען פלוצלינג "מיין ווייב האט געהאט אזא מעשה און מיין ווייב אזא"..
צוריק ארויף

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2895
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm
Re: ס'פלאקערט א סכנה וואס הייסט: קאר סערוויס!!
תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג מארטש 31, 2022 7:44 pm

די בעסטע עצה וואס דו קענסט טון איז ווערן די טעקסי דרייווער פון דיין הויזגעזונט. אונזערע פרויען גייען נישט דרייוון ביז ווילאנג ס'וועט זיין דרייווער'לאזע קארס.
אמאל האבן די מענער אויך נישט געדרייווד, נאר היינט וואוינט מען סאך ווייטער. עס איז אויפגעשטאנען א דור פון פראפעסאניאלן, און דרייוון איז איין בענעפיט.
צוריק ארויף
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4504
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm
Re: ס'פלאקערט א סכנה וואס הייסט: קאר סערוויס!!
תגובהדורך שמו » דאנארשטאג מארטש 31, 2022 7:58 pm

התחברות האט געשריבן:
ביטע אויפקלערן 2 קליינע קלאץ קשיות:

די ערשטע קשיא איז:
מה נשתנה בתשפ"ב?
אמער, דער פראבלעם גייט שוין אן זינט קאר סערוויס שטייט, בערך 70 יאר?

דער פראבלעם איז כהיום, 15 יאר צוריק האט מען דאס נישט געהערט

דער גאס ווערט מער און מער שמוציג.....
כשמ"ו כן הוא
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

שליחה דורך שפילער »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שפילער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 1053 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל

שליחה דורך מונטסורי »

געמעקט שוין, כמובן, דאס איז נישט קיין ענין וואס מ׳רעדט בפומבי וואו אלע חלושי דעת קענען מיטהאלטען. איצט איז אלעס פיין און וואויל, די רינדיג-בייכיגע מענער קענען ווייטער רואיג דיין סקראלן די טעלעפאנען אין די קאר ביינאכט בעת וואס די ווייבער לייגן שלאפען די וויינעדיגע קינדער. ב׳״ה מ׳האלט מיר ערליך אן די מסורה פון תשכ״ז, זאל דער רבי׳נס זכות מגין זיין אויף די אלע וואס שטרענגען זיך אן צו גיין אין זיינע דרכים.
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

מונטסורי האט געשריבן:וואויל, די רינדיג-בייכיגע מענער קענען ווייטער רואיג דיין סקראלן די טעלעפאנען אין די קאר ביינאכט בעת וואס די ווייבער לייגן שלאפען די וויינעדיגע קינדער.

גרייטנדיג זיך צו באשאפן נאך א קינד לה' ותורתו... :D
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

מונטסורי האט געשריבן:געמעקט שוין, כמובן, דאס איז נישט קיין ענין וואס מ׳רעדט בפומבי וואו אלע חלושי דעת קענען מיטהאלטען. איצט איז אלעס פיין און וואויל, די רינדיג-בייכיגע מענער קענען ווייטער רואיג דיין סקראלן די טעלעפאנען אין די קאר ביינאכט בעת וואס די ווייבער לייגן שלאפען די וויינעדיגע קינדער. ב׳״ה מ׳האלט מיר ערליך אן די מסורה פון תשכ״ז, זאל דער רבי׳נס זכות מגין זיין אויף די אלע וואס שטרענגען זיך אן צו גיין אין זיינע דרכים.

און האסט אויסגעלאזט אז פרויען זאלן ח"ו מער נישט האבן טעקסט ווייל דאס איז די גורם פון די אלע פראבלעמען.
.I got voices in my head.
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 1053 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל

שליחה דורך מונטסורי »

טו בי פעיר, ס׳צוריקגעשטעלט רעדאגירטערהייט מיט א בקשה צו בלייבען איידל.

פארשטייט זיך די וואס רעדן פון פרויען דרייווען ברויכען זיפען די ווערטער בי״ג נפה…
לשם יחוד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 10:47 am
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 50 מאל

שליחה דורך לשם יחוד »

סאיז אן עקל וואס סגייט דארט פאר.
סזיצן מענער און שטיפן אויף אייוועלט (אקעגן הוראת הרבנים), און רעדן וויאזוי מדארף אסרן פאר פרויען אינטערנעט, דרייוון און טעקסט…
די מיסאזשעני און סעקסיזם דארט איז ביזן דאך, און זאל זיך איינער וואגן צו שרייבן איין ווארט אקעגן דעם, ווערט עס גלייך אויסגעמעקט.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

לשם יחוד האט געשריבן:סאיז אן עקל וואס סגייט דארט פאר.
סזיצן מענער און שטיפן אויף אייוועלט (אקעגן הוראת הרבנים), און רעדן וויאזוי מדארף אסרן פאר פרויען אינטערנעט, דרייוון און טעקסט…
די מיסאזשעני און סעקסיזם דארט איז ביזן דאך, און זאל זיך איינער וואגן צו שרייבן איין ווארט אקעגן דעם, ווערט עס גלייך אויסגעמעקט.


און פרויען דרייוון ווייניגער ווי מענער און מאכן מער עקסידענטן, וואס א חילוק וואס אמת'ע דאטא צייגט. :קראנק
.I got voices in my head.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

עפעס א טיפש שרייבט דארט אז 'פרויען דרייוון' וועט נאר מאכן די פראבלעם פון קדושה ערגער, ווייטער אהן קוקן אויף דאטא פון ליטווישע שטעט ווי למשל לעיקוואד אדער פאסעיק וכדומה
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)

שליחה דורך כרם זית »

ווי האט יענער פרוי דרייווערין געזאגט פאר א חניאקישן היטשער וועלכע האט זיך כמעט געהרג'ט נישט קוקנדיג ווי ער גייט: "א מזל כ'האב דיך נישט געהרג'ט. אז יא וואלטן די רבנים געזאגט אז די טראגעדיע איז געקומען צוליב די פרויען'ס צניעות''...

(מקור: דוד ליכנטשטיין, העדליינס.)
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך אבשלום בן מעכה »

אין אייוועלט איז יעצט געווען א מחיקה גדולה אין די אשכול פון די קאר סערוויס. ס'איז געווען דארט אפאר ערשט-האנטיגע מעשיות פון קאר-סערוויס, האר פון קאפ וואלטן זיך געקענט אויפשטעלן, אבער זיי האבן פארשטאנען אז די מעלה פון באהאלטן דעם אמת, וועגט איבער די מעלה פון ארויסקומען קלאר וואס עס קומט פאר (וואס דאס זעט מען נישט מיט די ביז יעצטיגע מעשיות). דעריבער האבן זיי באשלאסן צו מעקן.

האט איינער אפשר געסעיווט וואס דארט איז געשטאנען? - אדרבה, זאל מען הערן!
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

כהאב עס געלייגט אין די אנדערע אשכול.
.I got voices in my head.
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)

שליחה דורך אונטער חכם »

ווער עס ליינט די כ''ו אב אשכול אויף אייוועלט איז זיכער אז היי יאר איז עפעס געווען ממש אזוי גוט צוגעשטעלט אז יעדער איז ארויס צופרידן, ממש למעלה מדרך הטבע.

איין ניק דארט האט גוט ארויסגעברענגט דעם מצב.
בילד
דאס איז נישט מיך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:33 am
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

שליחה דורך דאס איז נישט מיך »

איינער ווייסט וואס איז דארט פארגעגאנגען ?

viewtopic.php?p=3781410#p3781410

אחראי האט געשריבן:
מודעה ואזהרה

עס איז אויסדרוקליך נישט ערלויבט צו רעדן דא פון די נושא

מיר ווייסן אז איר האט באמת פארשטאנען

ונזכה לראות בבנין ציון וירושלים בקרוב

החותמים: המנהלים, הטובים, האחראים והעקסנים
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

דאס איז נישט מיך האט געשריבן:איינער ווייסט וואס איז דארט פארגעגאנגען ?

viewtopic.php?p=3781410#p3781410

אחראי האט געשריבן:
מודעה ואזהרה

עס איז אויסדרוקליך נישט ערלויבט צו רעדן דא פון די נושא

מיר ווייסן אז איר האט באמת פארשטאנען

ונזכה לראות בבנין ציון וירושלים בקרוב

החותמים: המנהלים, הטובים, האחראים והעקסנים
איך האב עס נישט געזען, נאר הערצו מיין אנאליז.

1) ער ענדיגט צו מיט ונזכה לראות בבנין ציון וירושלים בקרוב.
2) נעכטן האט מען געוואוט אז די טיטל גאב”ד עדה החרדית גייט נישט געטראגן ווערן דורך א לעבעדיגע מענטש פאר די נעקסטע יאר.
3) די סיבות דערצו קען מען נישט מסביר זיין אן נכשל ווערן מיט מחלוקת ולשון הרע ורכילות.
4) רעדן פון מחלוקת וכו’ איז נישט ערלויבט אויף אייוועלט.

יעצט נעם צאם די אלע יסודות, און זאג מיר וואס דו האלסט איז געשטאנען דארט.
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

שליחה דורך היכי דמי »

היינט איז געווען א קריטישע זוכעריי אין מאנסי ווי א 4 יעריג קינד איז געווען פארלוירן פאר עטליכע שעה.
חברים האט איבערגעדרייט א שטאט. עס איז געווען אסאך פאליציי, למעשה האט מען געטראפן די קינד אין א אנדערע חדר נאכדעם וואס ער איז ארויף אויף א ראנג באס.

איך האלט אינמיטן ליינען די אשכול אויף איי וועלט איבער די נייעס און אופס. אינמיטן ליינען ווער איך אויסגעשפארט און איך זעה די אשכול איז געפלויגן צוליב דעם וואס עס איז געווארן א שמועס אז חברים מאכט א מצב צו ווייזן אז זיי האבן פאוער אין שטאט אלס די חביבים פייט.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 4#p3808554
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

B20949FA-4A4F-4270-B65E-72FB8386114E.jpeg
.I got voices in my head.
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

שליחה דורך דערהויבענע איד »

unbelievable
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

היינט איז פאר א קורצע צייט געווען אזא ארטיקל אויף אייוועלט. איך האב געמאכט קאפי פעיסט אלטס חשש אז עס וועט פליען, (הגם עס איז נישט אזוי שלעכט) וכך הוה.
***
"פארוואס איז נאכנישט דא קיין "חוב קדוש" צו גיין שטימען אין אמעריקע?"

עס איז אלעמען באקאנט דעתו הטהורה פון רביה"ק זי"ע וואס איז געשטאנען ווי א לייב אנטקעגן די נסיון הדור פון ציונות, און אויסגערופן זיין דעת תורה אז עס איז אסור צו גיין צו די בחירות אין מדינת ישראל, און ס'איז גאר ממש ביהרג ואל יעבור. און ב"ה ביזן היינטיגן טאג האלטן זיך טויזענטער אידן פעלזן פעסט, און פאלגן אויס הוראותיו הקדושים און שטייען אינגאנצן אפגעטיילט פון די מדינה הטמאה, און נעמען נישט אנטייל און זייער בחירות הטמאות.

מען קען זיך אבער נישט פארהוילן פונעם פאקט אז טייל מנהיגים פון אמאל און היינט האבן יא געהאלטן אז מען מעג גיין צו די בחירות און ביי זייער קהילות פאלגט מען וואס מען הייסט ביי זיי, און מען גייט יא שטימען. אינטערסאנט איז אבער אז ביי די אלע פלעצער איז עס נישט סתם אזא היתר, מען מעג גיין, נאר עס איז זאגאר א "חוב קדוש" צו גיין!

אין די באקאנטע בריוו וואס בעלזא רב זי"ע מיטן טשעבינער רב האבן גע'חתמ'עט אז מען קען יא גיין צו די בחירות, שרייבן זיי נישט סתם עפעס א היתר בחירות, נאר זיי ברענגען ארויס קלאר אז עס איז א "חיוב"!! עס איז גאר א "מצוה" צו גיין שטימען.

אין טייל חסיד'ישע חצירות איז עס ממש א געהעריגע "מצוה". די רבי אליין איז מעורר איבער דעם, ער גייט ארויס מיט א געהעריגע באגלייטונג פון חסידים צום שטים בודקע, און בשעת מעשה זינגט מען "לעשות נחת רוח" פונקט ווי ווען מען שעפט מים שלנו..!

וואס איז פשט דערפון? וואס איז פשט פון אזא מצוה? וועל איך אייך ערקלערן; היות יענע גדולים ורבנים האלטן נישט אז עס איז אן איסור זיך משתתף צו זיין אין די בחירות (איך גיי בכלל נישט אריין דא אינעם דעליקאטן מחלוקת פון די סיבות הדברים פארוואס דער האלט אזוי און דער האלט פארקערט, איך בין נישט ראוי צו רעדן דערפון, און נישט איך פארשטיי עס. און איך רעד בכלל נישט אריין דערין, כמובן) אבער איין מאל עס איז נישטא קיין איסור, איז עס "אטאמאטיש" א מצוה און א חוב קדוש! אויב גייט מען נישט צו די בחירות, וועלן ווערן אריינגעוועלט פרייע ציונים רח"ל וואס זוכן דאך נאר אויסצורייסן יעדע זכר פון תורת משה, זיי וועלן איינשטעלן געזעצן אנטקעגן ערליכע חינוך, זיי וועלן פארמערן חילול שבת, פריצות אויפן גאס, וכדומה, און פראבירן צו מאכן געזעצן וואס זאל שווער מאכן פאר א ערליכע איד צו לעבן אין ארץ ישראל. עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז אויב האלט מען נישט פון קיין איסור בחירות דאן ווערט עס אטאמאטיש א מצוה און א חוב קדוש.

און טאקע אין ארץ ישראל אין די פלעצער ווי מען גייט צו די בחירות, איז עס אינגאנצן אנדערש ווי ביי אונז. עס איז נישט אזא אפשענעל זאך וואס נאר דער וואס הערט אויס שמעון ראלניצקי אויף קול מבשר, אדער ליגט אין פאליטיק, און האט אויך פונקט איבריג צייט און נערוון גייט שטימען. נאר "יעדער איינער ממש" גייט ארויס שטימען! חתנים און כלות ביום חופתם מאכן אויך צייט צו גיין שטימען! מען קוקט עס אהן ווי סיי וועלכע אנדערע מצוה ומנהג קדוש. יעדע קהילה האט א געהעריגע אפיס מיט ליסטעס, און מען גייט אדורך נאמען ביי נאמען צו זען אויב ער האט שוין געוועלט.

און דא קומט אריין מיין גרויסע תמיה... וואס איז טאקע געשען מיט אמעריקע? איך האב געכאפט א שמועס מיט איינע פון די עסקנים וואס איז עוסק אין פראבירן צו ברענגען די עולם צו שטימען. ער זאגט מיר ווי ער ארבייט ממש אליין מיט א קליינע גרופע מיטהעלפער, עס איז א ליצנות פון א אפעראציע אנטקעגן די מעכטיגע אימפעריע וואס אזא ארגעניזאציע וואלט געדארפט צו זיין.

טייל וועלן טענה'ן אז אההה.. אין מדינת ישראל ווי די שנאת עם הארץ לתלמיד חכם איז אזוי גרויס, און די פרייע זוכן נאר ווי זיי קענען אונטערברענגען דאס יהדות החרדית, איז פארשטענדליך פארוואס עס איז אזא חוב, אבער דא אין אמעריקע לעבט מען דאך אין א מלכות של חסד, און ממילא איז נישט אזוי וויכטיג צו שטימען ווי אין מדינת ישראל.
אבער איך מיין אז די עולם האט זיך שוין אויפגעוועקט צום ביטערן פאקט, אז די עשיו שונא ליעקב ברענט ליידער אויך דא אויף גאר א געפערליכן פארנעם. מען לעבט דא אין די שמוציגע ליבעראלע ניו יארק, ווי די ארומיגע גוים זוכן ליידער אויסצורייסן יעדעס ביסל נארמאלקייט און מענטשליכקייט. פאמיליע לעבן איז ביי זיי אראפגעקוקט, קדושה איז ביי זיי מיאוס. און אונזער ווירבלדיגע הייליגע חינוך און לעכטיגע פירות וואס שיינען זיי אין פנים שטייט ביי זיי ווי א דארן אין אויג, און זיי זוכן כל מיני תחבולות צו צוברעכן דעם הייליגן מויער וואס נעמט ארום אונזער הייליגע שטיבער. וואס דארף מען מער ווי דערמאנען די שרעקליכע גזירת החינוך וואס זיי האבן ליידער אדורכגעפירט אנטקעגן אונזער הייליגע מסורה און תורה הקדושה.

דערפאר שטיי איך און איך שטוין!!! פארוואס האט מען נאכנישט איינגעזען אז, עס איז א חוב קדוש צו גיין שטימען!!! יא!! אין אמעריקע!!! ביי די קהילות וואס אין ארץ ישראל איז עס א חוב, איז דאך דא זיכער דא דעם זעלבן חיוב. נאר אפילו אין סאטמאר, וואס אין ארץ ישראל איז עס אסור, איז עס דאך אין אמעריקע מותר, און אז עס איז מותר, איז עס דאך א חוב קדוש!! וויי געוואלד!!

אין די פאריגע עלעקשאנס האט אונזער לאנג יעריגע פריינט פון וויליאמסבורג באקומען א נישטיגע 6000 וואלן! און האט שמאל פארלוירן צו אן ארכי-ליבעראלע קאנדידאט וואס האסט אפן אונזער לעבנסשטייגער און קאמיוניטי. זי האט שוין געלאזט פאלן שענדליכע ווערטער אין שטיצע פון די נייע חינוך רעגולאציעס און פון די טרויעריג-בארימטע ניו יארק טיימס ארטיקל, און ארבייט געהעריג לטובת אלע שמוציגע ליבעראלע אגענדעס.

זענען אונז ביים זינען? וויליאמסבורג קען נאר ארויסברענגען נישטיגע 6000 שטימעס? די פאלעטישנס לאכן אונז אין פנים, זיי האבן נישט קיין שום סיבה זיך צו רעכענען מיט אונז, אונז גייען ממילא נישט ארויס שטימען, טא וואס האבן זיי צו פארלירן..? די נידריגע ליבעראלן שטעלן זיי צו אסאך מער שטימעס!

רבותי!!! מען דארף זיך נעמען אין די הענט אריין! יעדער איינער העכער 18 זאל זאפארט זיך רעגיסטרירן צו שטימען (איך מיין אז עס איז שוין צו שפעט זיך צו רעגיסטרירן פאר די קומענדיגע וואלן, אבער לייגטס עס נישט אפ, שרייבט ענק שוין איין!!) און די אלע וואס זענען יא רעגיסטרירט, לאמיר "אלע" ארויסגיין שטימען אין די מאסן!!! איש בל יעדר!!! בנערינו ובזקנינו נלך!!! לקדש שם שמים! אונז ווילן אז די פאליטישאנס זאלן זיך רעכענען מיט אונזערע ווירדן. זיי זאלן איינשטעלן געזעצן וואס רעספעקטירן אונזער תורה און לעבנסשטייגער. מען דארף אנקוקן די שטימען ווי סיי וועלכע אנדערע הייליגע מצוה וואס מען גייט מקיים זיין. זאג א פייערדיגע "לשם יחוד" פאר דעם, און מיט א ברען גיי אויספילן די בעלעט מיט די קאנדידאטן וואס די קהילות האבן אינדארסירט.

"איך האב נישט קיין נערוון" אדער "איך בין פארנומען" זענען בכלל נישט קיין גוטע תירוצים!!! וואלסטו דאס אויך געזאגט פאר סיי וועלכע אנדערע מצוה? "כ'האב נישט קיין נערוון צו גיין כפרות שלאגן"... "כ'בין צו פארנומען צו דאווענען מנחה"...? פונקט דא ווען מען רעדט פון אונזער גאנצע עקזיסטענץ צו קענען פראקטיצירן אונזער הייליגע תורה אומגעשטערט, מיינען טייל אז די סארט תירוצים זענען מאסגעבנד. אתמהה!!!

(ומכאן הקריאה יוצאת פאר די וואס האבן א ווארט ביי אונזערע אדמורי"ם ורבנים, אז זיי זאלן זען צו מאכן די רבנים באוויסטזיניג צו די נייע מציאות. אונז לעבן שוין מער נישט אין די אלטע מלכות של חסד פון אמאל ווי די דעמאקראטן האבן רעספעקטירט אונזער רעליגיע און לעבנסשטייגער, און עס איז געווען גענוג פאר די חדרים אהיימצישיקן א צעטיל אז ווער עס האט אביסל איבריג צייט זאלן זען צו שטימען אלס הכרת הטוב וכדומה. מיר לעבן אין א שעת השמד, שטימען איז שוין היינט א חוב קדוש! און אז די רבנים וועלן טאקע רעדן איבער די חיוב פון גיין שטימען, וועט עס האבן א שטארקע אפקלאנג, און די עולם וועט טאקע פאלגן אין די מאסן לעשות רצון צדיקי ומאורי דורינו).

לאמיר אלע מיט א פאראייניגטן כח ארויסגיין מקיים זיין די הייליגע מצוה פון שטימען!!!
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמן למאור: ייש"כ. ס'איז דא איין פסוק אין שיר השירים..."כרמי שלי לא נטרתי"...!

מ'איז ביזי מיט הפגנות און מחאות איבער דעם חורבן אין אידישקייט וואס די ציונים (וואו זענען זיי?) מאכן אן אין מדינת ישראל. אבער דעם זעלבן חורבן וואס די גרועים שבאומות וויללן אהערשטעללן דא אין אמעריקע פון דעים מאכט מען זיך נישט וויסנדיג...!

ס'איז זעלבסט פארשטענדליך אז די (הייליגע) איי-וועלט האט אויסגעמעקט דעם ארטיקל. ווייל ס'זאגט דעם אמת אין פנים אריין פון די (קארופטיר'טע) עסטאבלישמענט...!

איך האב נאר מורא אז קאווע שטיבל זאלל נישט נאכגיין אין זייערע פיסטריט. ווייל ס'זענען דא סימנים אויפ'ן האריזאנט אז מ'רוקט זיך אין יענע ריכטונג. יא. (דערווייל). מיט תירוצים ותירוצים שונים. אבער די אונטערשטע שורה איז אז אויב מ'קרומט מיט די נאז איבער געוויסע שרייבערס' אידעאלאגיע מעקט מען.

אמת. איי-וועלט האט זיך אויך אנגעהויבן מיט גוטע כוונות. ווען א פאר איידעלע יונגעלייט האבן שוין נישט געקענט פארנעמען די שענאניגענס און בזיונות און לשון הרע און רכילות פון הייד פארק האבן זיך אפגעטיילט און געמאכט א נייע וועבסייט. נאר דארט איז צוערשט געווען א פריי פעלד. בעסער געזאגט. הפקירות האט געהערשט דארט. דאס ניבול פה איז געווען שרעקליך. (איך וויל נישט יעצט אריינגיין אין קיין פרטים.) ביז מ'האט אנגעהויבן איינצוימען די הפקירות. מ'איז אבער געגאנגען צו ווייט. ווען מ'האט אנגעהויבן מעקן תגובות און מאמרים פון שרייבערס ווייל ס'האט נישט געשטימט אידעאלאגיש מיט די אפיציעלע (קארופטירטע) ליניע...!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

berlbalaguleh האט געשריבן: איך האב נאר מורא אז קאווע שטיבל זאלל נישט נאכגיין אין זייערע פיסטריט. ווייל ס'זענען דא סימנים אויפ'ן האריזאנט אז מ'רוקט זיך אין יענע ריכטונג. יא. (דערווייל). מיט תירוצים ותירוצים שונים. אבער די אונטערשטע שורה איז אז אויב מ'קרומט מיט די נאז איבער געוויסע שרייבערס' אידעאלאגיע מעקט מען.
אז מ'קרומט אביסל ווייניגער איז נישטא וואס מורא צו האבן...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
דאס איז נישט מיך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:33 am
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

שליחה דורך דאס איז נישט מיך »

היינט איז געווען א גאנצע שמועס אין די אשכול פין ירושלים איבער די נעכטיגע פראגראם און ירושלים אקעגען די אמעריקאנע בחורים
און ס'איז שוין נישט דא קיין זכר...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ר' ד.א.נ.מ.: פראגראמען זענען וואס די ישיבות הק' און דער היימישער עולם נעמט אין אמעריקע. פאגראמען זענען ראיאטן. וועלכע האבן זיך אנגעהויבן אין רוסלאנד. און זענען פארגעקומען נעכטן אין ירושלים עיה"ק אקעגן אמעריקאנער בחורים. לאמיר נישט אויסמישן די צוויי...!
פארשפארט