אריגינאלע נעמען פון בארימטע מענטשן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

אריגינאלע נעמען פון בארימטע מענטשן

שליחה דורך berlbalaguleh »

די גמ' (יומא דף פ"ג ע"ב) פארציילט א מעשה אז 3 תנאים/אמוראים, רבי מאיר, ר' יהודה און ר' יוסי זענען געגאנגען אין וועג. ס'איז געווען ערב שבת, נאנט צום זמן פון שבת, זיי האבן געזוכט א פלאץ וואו מ'קען באהאלטן דאס געלט וואס זיי האבן געהאט מיט זיך (אפשר אויך די דרייווינג לייסנס און קרעדיט קארדס). האבן זיי אריינגעקלאפט אין א טיר און געפרעגט דעם בעה"ב אויב מ'קען ביי איהם באהאלטן געלט ביז איבער שבת. ער האט געזאגט... יא, זייער גערן... ר' מאיר, וועלכער האט אייביג מדייק געווען אין דעם נאמען פון א מענטש מיט וועם ער האט געהאנדלט, ווייל ער האט געהאלטן אז מ'קען וויסן די פערסאנאליטעט און כאראקטער פון א מענטש לויט זיין נאמען, האט געפרעגט ביי דעם מענטש וואס זיין נאמען איז. האט ער געענטפערט..."כידור"... ר' מאיר האט געזאגט (צו זיינע חברים) דער נאמען געפעלט מיר נישט... ס'דא א פסוק "כי דור תהפוכות הם", איך טראסט איהם נישט. זיינע חברים האבן געזאגט ס'איז גארנישט... נאר א נאמען. זיי האבן איהם איבערגעגעבן די געלט צו האלטן. ר' מאיר האט געזוכט אן אנדערע פלאץ. ער האט געטראפן אין בית החיים צווישן די מצבות...!

נאך שבת ווען זיי זענען געקומען בעטן די געלט האט יענער (מר. כידור) געזאגט, "שלום עליכם. איך זעה אייך "היינט צום ערשטן מאל אין מיין לעבן". וואספארא געלט רעדט עטץ פון?...!" האבן זיי שוין געזעהן אז ר' מאיר איז געווען גערעכט. די סוף פון די מעשה איז זייער אינטרעסאנט מיט וואספארא טריק זיי האבן צוריקבאקומען זייער געלט, אבער ס'נישט קיין נפקא מינה דא.

וואס אונז לערן מיר ארויס פון דעם איז אז פון א נאמען קענמען א סאך מאל דערקענען וואספארא מענטש ער איז.

אבער אפילו אונז קענען נישט אפלערנען די פערסאנאליטעט פון א מענטש לויט זיין נאמען, איז דאך אינטרעסאנט צו וויסן אז זייער א סאך בארימטע מענטשן אין די וועלט האבן געטוישט זייער אריגינאלע נאמען.

ובזה החלי:

1) יודל איציק בן ארון לייב. לויט ווי ער האט אליין פארציילט האט מען איהם געגעבן א נאמען נאך א זיידע אין רוסלאנד. דער זיידע האט אנגעפיהרט מיט א (אידישע) גענג, וואס אפילו די פאגראמטשיקעס די רשעות'דיגע גויים און רוצחים האבן געציטערט פאר איהם.

2) ד. גרין:

3) מ. שערטאק:

4) ל. שקאלניק:

5) ש.ז. רובאשאוו:

6) ג. מאירסון:

7) י. ראבינאוויטש. (אפשטאמיגער פון ר' בונם מ'פרשיסחא):

8) מרדכי אליהו צ.: (וואס האט ליידער חתונה געהאט מיט א כינעזער גוי'טע.)

9) (הרב) אליהו קאזלאווסקי:

ס'זענען דא נאך א סאך אנדערע בארימטע מענטשן וועלכע האבן געטוישט זייערע אריגינאלע (אידישע) נעמען. ווער ס'ווייסט נאך נעמען ווערט געבעטן זיי ארויפצולייגן...!

אויך, ווער ס'קען אידענטיפיצירן די מענטשן וועלכע זענען היינט באוואוסט מיט זייערע נייע (אנדערע) נעמען ווערט געבעטן זיך אנצורופן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מיכאל אראוויטץ. א זון פון א (געוועזענעם ) שמאטע סוחר. וועלכער האט זיך (ליידער) שפעטער געשמד'ט רח"ל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יסכה - שרה
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אדרבה. זאג...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

berlbalaguleh האט געשריבן: ובזה החלי:

1) יודל איציק בן ארון לייב. לויט ווי ער האט אליין פארציילט האט מען איהם געגעבן א נאמען נאך א זיידע אין רוסלאנד. דער זיידע האט אנגעפיהרט מיט א (אידישע) גענג, וואס אפילו די פאגראמטשיקעס די רשעות'דיגע גויים און רוצחים האבן געציטערט פאר איהם.

2) ד. גרין:

3) מ. שערטאק:

4) ל. שקאלניק:

5) ש.ז. רובאשאוו:

6) ג. מאירסון:

7) י. ראבינאוויטש. (אפשטאמיגער פון ר' בונם מ'פרשיסחא):

8) מרדכי אליהו צ.: (וואס האט ליידער חתונה געהאט מיט א כינעזער גוי'טע.)

9) (הרב) אליהו קאזלאווסקי
:

1). איז דער געוועזענער מעיאר פון ניו יארק עדוארד קאטש.
2). דויד בן גוריון. ער האט אריגינאל געהייסן גרין.
3). משה שרת. דער געוועזענער אויסערן מיניסטער פן מדינת ישראל
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

berlbalaguleh האט געשריבן: 4) ל. שקאלניק:

5) ש.ז. רובאשאוו:

6) ג. מאירסון:

7) י. ראבינאוויטש. (אפשטאמיגער פון ר' בונם מ'פרשיסחא):

8) מרדכי אליהו צ.: (וואס האט ליידער חתונה געהאט מיט א כינעזער גוי'טע.)

9) (הרב) אליהו קאזלאווסקי:
4) לוי אשכול. געוועזענער פרעמיער פון מדינת ישראל
5) זלמן שז"ר. דאס זענען די ר"ת פון שניאור זלמן רובאשאוו
6)גאלדא מאיר. איהר אריגינאלער נאמען איז געווען מאירסון
7)יצחק רבין. געוועזענער הויפט גענעראל און פרעמיער פון מדינת ישראל
8)מארק צוקערבערג. דער גרינדער פון ספר הפנים. פעיסבוק
9)ראביי עליאט קאסגראוו. זיין זיידע איז געווען אן ארטאדאקסישער רב אין סקאטלאנד. ער האט געטוישט דעם משפחה נאמען פון קאזלאווסקי צו קאסגראוו.
10) מייקל לענדאן א (פארשטארבענער) בארימטער עקטאר פון אידישן אפשטאם. זיין טאטע איז צוערשט געווען א שמאטע סוחר. נאכדעם איז ער געגאנגען קיין האליוואוד און געווארן אן עקטאר. און זיך געשמד'ט (רח"ל)
דוד שריפטליך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 350
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

שליחה דורך דוד שריפטליך »

קודם וויל איך אנהייבן מיט א דאנק דיר הייליגע בעל עגלה וואס אלס אין יעדן הינזיכט שרייבסטו אינטרעסאנטע צום פונקט מאמרים, איך פערזענליך אלס א שרייבער וואס שרייבט און פארשטייט זיך האט אויך א אייגנארטיגע צוגאנג וויאזוי צו שרייבן און/אדער אנאליזירן טעמעס בין איך זייער אנטציקט ווי אזוי דו טרעפסט צו צום פונקט.

יעצט נאך מיין הקדמה האב איך געוואלט צולייגן ווען איך האב געזען אז דו שרייבסט פון בן גוריון, האב איך מיר דערמאנט וואס מוהרא"ש האט ערווענט ביי א שיעור פאר יארן צוריק איז ווען ער פלעגט רעדן פון בן גוריון פלעגט ער אים אנרופן דוד גרין פון פלאנסק, דער וואס די עירפארט הייסט נאך אים.......

אגב אז מען רעדט שוין פון נעמען פון באקאנטע פיגורן איז נישט מער ווי רעכט צו דערמאנען דער וועלט בארימטער דיכטער און שרייבער וואס איז באקאנט מיט די פען נאמען שלום עליכם וואס איז באקאנט פאר שרייבן וועלט בארימטע נאוועלס צווישן רבי טבי דער מילכיגער און אזוי ווייטער.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דויד שריפטליך: ייש"כ. דיינע ווערטער זענען כמים קרים על נפש עייפה. אדער ווי באלזאם אויף מיין נשמה.

דער עדיטאר און פאבלישער פון דער איד. הרב ר' סענדער דייטש ע"ה. וועלכער איז געווען זייער א טאלאנטירטער שרייבער. נישט ווי א טייל פון די היינטיגע שרייבערס וועלכע פארדרייען אפשר שלא ביודעים לשון יחיד און לשון רבים. אדער לשון זכר מיט לשון נקבה. אבער אויך מעגליך אז ביודעים. זיי האבן אן אגענדא. ער האט געשריבן 100% לויט די כללים פון גראמאטיק. ער האט אבער געהאט איין מיחוש. ער האט קיינמאל נישט געשריבן די נעמען פון די אנפיהרערס פון מדינת ישראל מיט וועלכע זיי זענען געווען באוואוסט. ער האט אייביג געניצט זייערע אריגינאלע נעמען. און א סאך מאל האט מען זיך געדארפט קראצן דעם זיכרון וועים ער מיינט דא. דאס האט מיר געמאכט זיך אינטרעסירן אין די אריגינאלע נעמען פון בארימטע פערזענליכקייטן. אויך דאהי אין אמעריקע זענען געווען א סאך עקטארס און עקטערעסעס פון אידישן אפשטאם וועלכע האבן געטוישט זייערע נעמען צו אמעריקאניזירטע.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

נאך 2 נעמען, וו איך גלייב נישט אז איינער דא וועט וויסן זייער ארגיעלע נעמען.
1. מ. פליפ-פלאפ
2. י.מ. סופר
@בערל אפשר קענסטו ארויסהעלפן די עולם, @שמעקעדיג לייג צי א האנט.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

קהל'ס נער האט געשריבן:נאך 2 נעמען, וו איך גלייב נישט אז איינער דא וועט וויסן זייער ארגיעלע נעמען.
1. מ. פליפ-פלאפ
2. י.מ. סופר
@בערל אפשר קענסטו ארויסהעלפן די עולם, @שמעקעדיג לייג צי א האנט.
דער איז נישט אזא @קהל'ס נער ווי מ'מיינט....
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קהל'ס נער: אם כבר בליצנות עסקינן. דו האט פארגעסן נאך 2 (וויכטיגע) נעמען...(הרב) ש.ב. מרגליות: ש.ש.ט. (ניין. נישט שרה ששה טייטלבוים.)
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

קהל'ס נער האט געשריבן:נאך 2 נעמען, וו איך גלייב נישט אז איינער דא וועט וויסן זייער ארגיעלע נעמען.
1. מ. פליפ-פלאפ
2. י.מ. סופר
@בערל אפשר קענסטו ארויסהעלפן די עולם, @שמעקעדיג לייג צי א האנט.
דאס דערמאנט מיר פון 2 פערזאנען וואס זענען מכנה שם (חברו) אויף יעדן איינעם. נחום ר. און דאנעלד טראמפ
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מרדכי מרדכי: אויף נחש ר. (רשע) פארשטיי איך. אבער דאנאלד טראמפ איז שוין היינט אומשעדליך...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

berlbalaguleh האט געשריבן:מרדכי מרדכי: אויף נחש ר. (רשע) פארשטיי איך. אבער דאנאלד טראמפ איז שוין היינט אומשעדליך...!
היינט טאקע אומשעדליך, אבער מארגען נאך די מיט-טערמס קומט ער צוריק מיטען גאנצען קראפט !
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בעזר השי"ת...! און מיט'ן רעבא'ס כח...!
דונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2022 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

שליחה דורך דונג »

אריק שרון - אהרן שיינערמאן
ציפי ליבני - ציפורה ווייס
שמעון פרס - פארשענאווסקי
בן גריון - דוד יצחק גרין
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דונג: ייש"כ. אלעס איז אמת אויסער אריק שרון. ער האט געהייסן אריאל. זיין טאטע האט (ליידער) חתונה געהאט מיט א רוסישע שיקסע. לפי ידיעת השכנים בקיבוץ. האט זי זיך קיינמאל נישט מגייר געווען.

אויך. מעגליך מהאי טעמא האט מען ביי זיין לויה געטון אלע מיליטערישע צערמאניעס כדי איהם אפצוגעבן כבוד (האחרון). נאר קדיש האט מען נישט געזאגט. ווייל די רבנות הראשית פון מדינת ישראל. זיי זענען טאקע ציונים. אבער ערליכע אידן...!

לעומת ביי מחם בגין'ס לויה האט זיין זון בנימן זאב געזאגט א קדיש יתום ווי אן ערליכער איד.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

berlbalaguleh האט געשריבן:דונג: ייש"כ. אלעס איז אמת אויסער אריק שרון. ער האט געהייסן אריאל. זיין טאטע האט (ליידער) חתונה געהאט מיט א רוסישע שיקסע. לפי ידיעת השכנים בקיבוץ. האט זי זיך קיינמאל נישט מגייר געווען.

אויך. מעגליך מהאי טעמא האט מען ביי זיין לויה געטון אלע מיליטערישע צערמאניעס כדי איהם אפצוגעבן כבוד (האחרון). נאר קדיש האט מען נישט געזאגט. ווייל די רבנות הראשית פון מדינת ישראל. זיי זענען טאקע ציונים. אבער ערליכע אידן...!

לעומת ביי מחם בגין'ס לויה האט זיין זון בנימן זאב געזאגט א קדיש יתום ווי אן ערליכער איד.
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס ער האט אוועקגעגעיבען עזה פאר די אראבער, ווייל ער איז געוועין א פראסטער אוקריינישער גוי
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

דונג האט געשריבן:אריק שרון - אהרן שיינערמאן
ציפי ליבני - ציפורה ווייס
שמעון פרס - פארשענאווסקי
בן גריון - דוד יצחק גרין
די נאמען לבני קומט נישט פון ווייס איר טאטע האט געהייסן ירוחם בזוזוביטש.
פרס קומט פון פערסקי.
דוד יוסף גרין.

אגב איך האב אמאל געהערט א אינטערוויו מיט מוטי קירשנבאום האט ער דערציילט אז בזמנו האט מען געהייסן אלע ארבעטער פון די אפיציעלע ראדיו/טעלעוויזיע צו טוישן זייערע משפחה נעמען צו העברעישע נעמען און ער האט נישט געוואלט מען האט זיך איינגעבעטן ביי עם האט ער געזאגט אז ער איז נאר מסכים צו טוישן צו בן גוריון, מער האט מען עם נישט געבעטן.
דונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2022 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

שליחה דורך דונג »

berlbalaguleh האט געשריבן:דונג: ייש"כ. אלעס איז אמת אויסער אריק שרון. ער האט געהייסן אריאל. זיין טאטע האט (ליידער) חתונה געהאט מיט א רוסישע שיקסע. לפי ידיעת השכנים בקיבוץ. האט זי זיך קיינמאל נישט מגייר געווען.

אויך. מעגליך מהאי טעמא האט מען ביי זיין לויה געטון אלע מיליטערישע צערמאניעס כדי איהם אפצוגעבן כבוד (האחרון). נאר קדיש האט מען נישט געזאגט. ווייל די רבנות הראשית פון מדינת ישראל. זיי זענען טאקע ציונים. אבער ערליכע אידן...!

לעומת ביי מחם בגין'ס לויה האט זיין זון בנימן זאב געזאגט א קדיש יתום ווי אן ערליכער איד.
wow איך האב דאס נישט געוואוסט.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

Warren Willhelm Jr
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

מענדלע מוכר ספרים-שלום יעקב אבראמאוויטש
Woody Allen -קעניגסבערג Konigsberg
Jason Alexander-גרינשפאן
Rodney Dangerfield- קאהן
Ram Dass- אלפערט
Bob Dylan-צימערמאן
Kirk Douglas-דאניעלאוויטש
Simon Dubno-מייעראוויטש
Larry Fine-פיינבערג
William Fox-פוקס
(20th Century Studios- “FOX NEWS” Is named after him)
Kathie Lee Gifford-עפשטיין
Samuel Goldwyn- געלבפיש
Alexander Grothendieck- שפירא
David Ben-Gurion-גרין
Monty Hall-האלפערן
Yip Harburg-האכבערג
Steven Hill-קראקאווסקי
:The Three Stooges
Curly Howard-האראוויץ
Moe Howard- האראוויץ
Shemp Howard-האראוויץ
Garry Kasparov-וויינשטיין
Danny Kaye-קאמינסקי
Larry King-צייגער
Sandy Koufax-ברוין
Hedy Lamarr-קייזלער
Estée Lauder-מענצער
Ralph Lauren-ליפשיץ
Stan Lee-ליבער
Natasha Lyonne-ברוינשטיין
Golda Meir-מעיבאוויטש
Benzion Netanyahu-מילקאווסקי
Frank Oz-אזנאוויטש
Natalie Portman-הערשלאג
Ilya Prigogine-אבראמאוויטש
Ayn Rand-ראזענבוים
Sholem Aleichem-ראבינאוויטש
Joan Rivers-מאלינסקי
Freddie Roman-קירשענבוים
Winona Ryder- האראוויץ
Michael Savage-וויינער
Lev Shestov-שווארצמאן
George Soros-שווארץ
Jon Stewart-לעבאוויטש
Leo Szilard-שפיץ ‏
Sydney Taylor-ברעננער
Alfred Tarski-טייטלבוים
Gene Wilder-זילבערמאן
Steve Wynn-וויינבערג
Kevin Youkilis-וויינער
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
דונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2022 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

שליחה דורך דונג »

דזעקי מעיסאן - יעקב מוצען
פארשפארט