אונזער סיסטעם - א סדום בעטל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

אונזער סיסטעם - א סדום בעטל

שליחה דורך שמן למאור »

יאר יערליך פלעגט מיין אינגן הארץ צוגיין פאר רחמנות בשעת מיינע מלמדים האבן פארציילט די מעשה פון די מנהגים פון סדום, וויאזוי זיי פלעגן האבן בלויז איין סייז בעט פאר די געסט. און ווען א אורח איז אנגעקומען צום גאסטהויז האבן זיי אים אריינגעפירט אינעם צימער. אויב איז ער געווען לענגער פון די בעט האט מען אים אפגעשניטן די פיס, און אויב איז ער געווען צו קורץ האט מען אים פיזיש אויסגעצויגן ביז ער האט געפיט די בייז פונעם בעט.

מיין קליינע מוח האט פראבירט זיך פארצושטעלן ווי די נעבעכדיגע ארעמאן קומט אהן אין שטאט, און ווייסט נעבעך נישט פון קיין צרות. און דאן לייגט מען אים ארויף אויפן בעט אין מען נעמט ארויס א שוחט מעסער... און... אוי.. ס'רינט נעבעך בלוט... איי באשעפער וויאזוי קען מען זיין אזוי אחזריות'דיג?! גראדע האב איך זיך נישט געקענט געהעריג פארשטעלן וויאזוי מען ציעט אויס א מענטש, אבער מיין קליין מח'ל איז געקומען צו די מסקנה אז קיין געשמאקע דורכגאנג איז עס זיכער נישט געווען.

ווען איך בין עלטער געווארן האב איך איינגעזען אז די זאך מיינט נישט כפשיטו, אזוי משוגה זענען זיי נישט געווען... שניידן פיס?! ביסט אראפ פון זינען? וויאזוי סטרעטשט מען בכלל אויס א מענטש? זיי זענען נישט געווען סתם ווילדע אומערצויגענע אינגען, זיי האבן געהאט א גאנצע שיטה און א אידיאל וויאזוי זיי האבן געהאלטן אז מען דארף זיך פירן. זיי פלעגן גנב'ענען דוקה פחות משוה פרוטה, געווען זייער קעגן אומעגראציע, ס'איז געווען א ספעציעלע אויסגע'חשבונ'טע סיסטעם.

עס אפילו איז באקאנט די מעשה וואס די מדרש פארציילט מיט אליעזר וואס האט געריפן איינער פון סדום צו דין תורה פארן אים ווארפן א שטיין אין קאפ וואס האט אים מוציא געווען דם. און די שופט האט גע'טענה'ט אז ער מוז גאר באצאלן פאר יענעם פאר די הקזת דם. איז אליעזר געגאנגען און געווארפן א שטיין אויפן שופט און געזאגט יעצט צאל מיר און איך וועל אים צאלן...
מען זעט פון דא אז סדום איז נישט געווען סתם א דריטע וועלט לאנד, זיי האבן געהאט שופטים מיט געזעצן, נאר די פראבלעם איז געווען אז עס איז געווען געבויט אויף גאר קרימע יסודות.

די בעטן זענען א משל פאר די סיסטעם וואס זיי האבן איינגעשטעלט. עס איז געווען א "איין סייז פאר אלע" סיסטעם. (One size fits all). יעדער מוז זיך צושטעלן, אויב נישט גייט מען דיר אינטערהאקן די פיס, מען וועט דיר אויסציען די קישקעס!

זיי האבן נישט געקענט דערליידן א צווייטע מהלך. וויאזוי 'אונז' לעבן, דאס איז די איינציגסטע גוטע וועג, און יעדער וואס טוט אנדערש, מוז מען זאפארט זען אז ער זאל אננעמען אונזער קולטור. אז די קומסט צוגאסט צו אונז און שטאט, אפילו די האסט אנדערע טראדיציעס, דיין תחינת הנפש איז אנדערש, די האסט בעסער ליב צו טון פארקערט, וועסטו זיך מוזן בייגן און טון וויאזוי די באהערדע פון סדום האבן באשלאסן! נישטא קיין צוויי וועגן, איין מהלך פאר יעדעם!

דאס הייסט א קרומע מדות סדום! וואס הייסט דאס אז יעדער מוז נאכפאלגן פינקטליך איין ליניע? יעדער מענטש איז אנדערש און אייגנארטיג אין זיין וועג. "כשם שאין פרצופיהם של בני האדם שווים זה לזה, כך אין דעותיהם שוות זה לזה" יעדער איז באשאפן אנדערש, און וואס איז גוט פאר איינעם קען זיין שלעכט און צומאל שעדליך פאר א צווייטן.
און אז הקב"ה האט געזען אזא רשעות'דיגע התנהגות, האט ער נישט געהאט קיין ברירה און איבערגעדרייט סדום, ער האט געדארפט גענצליך מהפך זיין זייער מהלך המחשבה וויאזוי צו באטראכטן די מענטשהייט.
******
מיט אפאר יאר צוריק איז די אידישע וועלט געווען אויף מיט די נייע ווידיא וואס איז ערשינען פון די חפץ חיים. יעדער האט באטראכט מיט נאסטאלגיע די אמאליגע צדיקים, דער אלטער היים, די אמאליגע חן, אין פארצייטישע אידן. האב איך געהערט פון ר' אברהם מרדכי מלאך א שיינע געדאנק וואס מען קען ארויסנעמען פון די ווידיא; א גאר מערקווירדיגע זאך. נעמליך, יעדער איינער דארטן אויפן ווידיא טראגט א צווייטע סארט היט. די חפץ חיים טראגט אזא גרויסע דאטשיק. די גבאי פון איין זייט טראגט אזא גרויסע סארט היטל, און די אנדערע גבאי א צווייטע סארט. יעדער האט זיך געטראפן אין מארק א היטל וואס געפעלט אים, וואס שטייט אים גוט, און סוט אים, און דאס האט ער אנגעטון!

פארן מלחמה איז נישט געווען אזוי ווייט קיין סיסטעם, יעדער האט זיך געלעבט זיין אייגענעם באשיידנעם לעבן. דער אינעם דערפל האט געהאקט האלץ בשעת זיינע קינדער האבן זיך געשפילט מיט די גויאישע פויערן, דער אנדערער האט געדינגען א מלמד פאר זיינע קינדער, דער דריטער האט גענימען זיינע קינדער נאכן בר מצוה צו ארבייטן אויפן פעלד. יעדער האט זיך געמאכט זיין אייגנארטיגע מהלך החיים סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.

דאס האט זיך אבער שטארק געטוישט נאכן קריג. די היימישע פארבליבענע איבערלעבערס האבן זיך צאמגעפרעסט צוזאמען ארום אפאר צדיקים וואס האבן אויך איבערגעלעבט דעם קריג, און עס האט זיך געשאפן א סיסטעם וואס ווי א יאר עס גייט פארביי ווערט עס נאר ערגער און ערגער.

איך געדענק נאך די אלטע אידן אין ביה"מ. אסאך האבן נישט געטראגן קיין שטריימלעך שבת (איך רעד פון אונזערע חסידישע זיידעס, די מסירת נפש אידן) זיי פלעגן הערן די ראדיא, אבער האבן אויך געזעצן און געלערנט אפאר שעה יעדן טאג, ס'נישט געווען קיין איין סיסטעם וואס יעדער האט געמוזט זיך צושטעלן דערצו. יעדער האט געדינט די באשעפער אויף זיין אויפן כפי יכולתו, און נישט אזוי ווייט פראבירט צו דינען א צענטראלע סיסטעם.

אין סקווירא האבן די דארטיגע מייסדי הסיסטעם שווער געארבייט, ביז מען האט איינגעפירט שטיוול געגייעכטס, בולעט פיאות, ספעציעלע גארטל און רינדיגע ציצית. אין וויזניץ איז געווען א מערכה אז מען זאל גיין מיט א ארומגעדרייטע הוט, באבובע רבי 48 האט אקטיוו אריינגעשוויצט אז אלע זיינע בחורים זאלן זיך אנטון שווארצע זאקן. און אזוי אין יעדע חסידות האבן די אנפירערס צעביסלעך איינגעפירט כל ערליי סיסטעמען וואס מאכט יעדער פאלגן און נאכטאנצן די זעלבע ליניע. עס האלט היינט ביי א מצב אז די עולם איז אזוי פראגראמירט, אז אלעס זעט אויס די זעלבע. מען דערקענט אויפן רגע וועליכע חסידות די געהערסט, און ווען די וואקסט אריין אין א ביהמ"ד פון א חסידות וועסטו זען יעדער איינער אהן קיין אויסנאם גייט די זעלבע יוניפארם, אויסער די פאר בעלי תשובה וואס קומען פון לעיקוואד און האלטן אינמיטן די טרענזישן צו ווערן א טייל פון די חסידות, און אויזער אפאר פארבליבענע אידן אין ראדשטילן וואס לעבן נאך, וואס האבן זיך נישט ארויפגעכאפט אויפן סיסטעם וואגאן באצייטנס און זענען נאך פארבליבן מיט זייערע אמאליגע חן.



אז עס וואלט נאר אזוי געווען בגשמיות מיט די דרויסנדיגע אויסזען וואלט געווען א האלבע צרה, אבער די פראבלעם איז ליידער אז די סדום סיסטעם פארנעמט די לייצעס פון אונזער גאנצע הלוך ילך סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, און דא ווערט שוין א געפערליכע פראבלעם. יעדער מוז זיך צושטעלן צו די זעלבע סיסטעם וואס די רבי/ראש ישיבה/ מנהל האט אוועקגעשטעלט, און ווער עס פיט נישט אריין, פאר וועמען די מהלך ארבייט נישט, אדער א צווייטע מהלך ארבייט בעסער פאר אים, וועט מען אים אפירנעמען אויפן סדום בעטל און שניידן שטיקער און ארויסציען די נשמה פונעם אומשילדיגן בחור'ל.

אמאל זענען די סטאנדארן וואס מען פארלאנגט פון "יעדעם" זיך צוצושטעלן דערצו, טאקע געאייגנט פאר אכ"פ "רוב" בחורים, און טייל מאל איז די עס גאר העכער פון די יכולות פון רוב ריבם פון אונזער קינדערלעך, און נישט קיין חילוק וואס, מוז מען זיי אריינשטיפן און אויסקוועטשן ביז זיי פיטן אריין אינעם קעסטל.
*
אויב ביסטו א בחור וואס האט א גוטע קאפ, און די האסט זיצפלייש און די גלייכסט צו לערנען, דאן וועלן דיינע יארן אין ישיבה נישט זיין אזוי געפערליך. וועסט טרעפן פיינע חבריתות און לערנען פלייסיג און אלע וועלן דיר קלאפן אין ריקן אז די ביסט דער חשובע מוצלח'דיגע בחור. אבער אויב ביסטו נאר א נארמאלן בחור וואס גלייכט צו האצקענען און מקיים זיין די שמח בחור בילדותיך דאן וועסטו צאמליידן אפאר פיינפולע יארן אויפן סדום בעטל. די סדום קעריקעלעם וואס די ישיבות שטעלן אהער פארלאנגט פון 'יעדע' בחור אהן קיין אויסנאם אויפצושטיין פארטאגסט, לערנען אפאר שעה עיון, אפאר שעה שיעור פשוט, און נאך א סדר ביינאכט. איז דאס געמאכט פאר יעדעם? קען אפילו א נארמאלע בחור מיטהאלטן און לערנען אזוי פיל שעה אין איין טאג? זיכער נישט! אבער אויב ווילסטו ארויסגיין שמועסן פאר א האלבע שעה וועט דיר די שופט פון סדום דערגיין די יארן. אויב ווילסטו אביסל טאנצן און זיך מיטפרייען ווען דיין חבר איז געווארן א חתן, וועט מען דיר ציברעכן די ספיקער, ווייל די ניגונים שטימען נישט מיט די תקנות פונעם ראש סדום.

און אויב ביסטו א בחור מיט שוואכערע כשרונות, די לערנען קומט דיר אהן ממש שווער, דאן וועט מען דיר גאר ארויס'זרק'ענען פון די סדום ישיבה פאר די קענסט זיך בכלל אריאנטירן. די וועסט באקומען דעם בליטיגן לא נתקבל צעטיל נעקסטע זמן. "דיין זון שטעלט זיך נישט געהעריג צו, צו די סדרי הישיבה"!!! כאילו דער בחורל איז שילדיג אז מען האט ארויפגעשטעלט א הויעכע סטאנדארט וואס ער מוז זיך צושטעלן דערצו אפילו ס'איז העכער זיינע כוחות הנפש. זאל ער גיין ארבייטן?! חלילה וחס!! די סיסטעם וועט אים פארשמירן אלטס א "בחור וואס ארבייט" און ער קען פארגעסן פון טון א געהעריגן שידוך... איי דאס איז די בעסטע תועלת פארן בחור? אבער די סדום סיסטעם לאזט נישט קיין בחורים ארבייטן, פינטל. זאל ער זיך ענדערש דרייען אויפן גאס און צוגרינד גיין לעיני השמש
*
טאמער האסטו פינקט געהאט אן אויסטערלישן גוטע מזל און די האסט אנגעטראפן ביים בעשוי א מיידל וואס ווען זי גייט ווען צוזאמען מיט דיר אין פאבליק סקול וואלסטו איר בכלל קאנסידערט צו דעיטן, שטייסטו שוין גאנץ גוט. די וועסט 'מעגליך' לעבן א שיינעם פרייליכן לעבן מיט דיין עזר כנגדו.
אבער וואס טוט זיך אויב דער מיידל וואס מען האט אראפגעזעצט קעגן דיר איז בכלל נישט דיין טיפ, די ווייסט ניטאמאל וואס א מיידל דארף צו זיין צו קענען מאכן די ריכטיגע באשלוס. די וועסטו מעגליך ליידן דיין גאנצע לעבן איבער א נערישע אומוויסנדע טעות וואס די האסט נעבעך געמאכט. טייל טענה'ן גאר אז די איינציגסטע סיבה פארוואס מען האט געמאכט די ישיבה סיסטעם אזוי שווער פארן בחור, איז טאקע אז די שידוכים סיסטעם זאל פארן געשמירט. ווען נישט דער בחור ליידט זיך צאם יעדן טאג עקסטער אין ישיבה, וואלט ער קיינמאל נישט געזאגט יא אויף א שידוך נאכן זען א מיידל צוויי מאל און נאכן שמועסן פאר בלויז צוויי שעה.
אבער גיין דעיטן?! חלילה! עס האט דאך ערנסטע חששות אז די בחור וועט זינדיגן דורכדעם! ענדערש זאלן מאסן בחורים אריינפאלן מיט אומפאסיגע שידוכים ווי איידער איין בחור זאל האבן א חשש פון א נדנוד פון א הרהור. אזוי האבן די ראשי סדום באשלאסן...
*
אויב ביסטו א קעלטערע סארט נאטור, די תאוות פון קדושה רייצן דיר נישט אין קאפ, און ביסט אויך נישט איבריג נייגעריג, דאן ביסטו מסודר. וועסט נאיווערהייט אריינשפאצירן צום חתן מדריך און געוואר ווערן צום ערשטן מאל די סודות פון די בריאה, און גלייך דערנאך אויפשטעלן א בית נאמן בישראל. די צוויי אומריינע וואכן, און די תקופה נאכן געבוירן א קינד שטערט דיך נישט צו שטארק, מאכסט עס גאנץ פיין אדורך, און די ביסט מער ווייניגער מסודר פארן לעבן. אבער וואס טוט זיך אויב ביסטו א נארמאלער בחור וואס האט אין זיך די רתיחת הדמים פון די ימי הבחרות? די וועסט מוזן פארן אויפן ענדלאזן ראלער קאוסטער פון שבע יפול צדיק וקם, שובבים דרשות, חרטה ותשובה, אלעס פארן חטא פון געבוירן ווערן ווי א נארמאלן מענטש וואס האט נאטירליכע גליסטענישן. וועסט נישט וויסן וואס איז ראונג מיט דיר, וועסט נישט האבן צו וועמען זיך אויסצורעדן, און וועסט ליידן פאר יארן, בלויז ווייל אונזער סדום סיסטעם לאזט נישט רעדן דערפון, מען מאכט א שווייג... און אלעס פארט פיין ב"ה.
*
אויב ביסטו געבוירן געזינט, ביסט גלייך (סטרעיט), דאן ביסטו ב"ה מסודר. אבער אויב ביסטו געבוירן צו די אותיות גרופע דאן וועסטו זיך פיין אנליידן אויפן סדום בעטל אונזערע. קודם וועסטו נישט וויסן וואס עס איז נישט אין ארדענינג מיט דיר, וועסט מוזן לעבן א געצווינגענע אומציפרידענע לעבן און טייל מאל נישט וויסנדיג אז עס איז דא א פראבלעם בכלל, ווייל די טאפיק איז א נאו גאו זאון אין די היימישע סדום סיסטעם. אויב ביסטו נישט ווי די נארמא, דאן עגזיסטירסטו נישט בכלל.
*****
נאכן אדורכגיין דא אפאר משלים (און ס'איז דא געניג אנדערע זאכן וואס איך בין נישט אנגעקומען דא צו מפרט זיין) שטעלט זיך ארויס אז אונז זענען נישט אזוי ווייט פון די אמאליגע סיסטעם פון סדום, וואס די באשעפער האט געזאגט אויף זיי אז זיי זענען "רעים וחטאים לה' מאוד"! און מען האט געדארפט נעמען באלדיגע שריט אפצושטעלן אזא פארקרימטע סעסייעטי. זאלן אונז נעמען א לקח פון די פרשת השבוע און זיך זען צו פארבעסערן און אונזערע מעשים. מיר זאלן אנהייבן אנצוקוקן אונזערע צאן קדשים אלטס אינדיווידואלן ווי איידער א סטאדע פון אקסן. מען זאל זיי ארויסלאזן פון די פרעשור, און זיי לאזן זיך אויפשטעלן פון די געקעסטלטע סדום בעטן, און לאזן יעדעם וואקסן און שטייגן אויף זיין אייגענעם אויפן. און אויף אזא מהלך וועלן מיר זוכה זיין צו זען ווי אונזערע דורות בליען און שטייגן כל אחד לפי מדרגתו, און זיי וועלן קענען אנקומען צו די העכסטע פלאץ וואס זייער אייגנארטיגע נפש לאזט זיי דערגרייכן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: אונזער סיסטעם - א סדום בעטל

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

עצי דאס מאל האסטו עס גאנאגלט! ! !

איך קלער אז ווער עס קען זאל טאקע אנטלויפן און ניטאמאל -צוריק קוקן-
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

Wow!
שטארקע רייד @עצי
מי ימצא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 156
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 7:06 pm
געפינט זיך: וואו טאקע?!
האט שוין געלייקט: 366 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל

שליחה דורך מי ימצא »

אייזן!

אזא ארטיקל איז א מאסט צו ווערן געהאנגען אין די גאסן.
עצי, איך וואלט געראטן עס צו פארשפרייטן ווי סלאזט זיך נאר.

איינער וואס איז שוין אינדרויסן - ווייסטעס שוין.
ציהל צו דעי וואס מען האלט זיי נאך אינמיטן ציען די פיס, אז כאטש זייערע אויגן זאלן ליינען דערווייל עפעס מים קרים.
אשת חיל מי ימצא, ורחק מפנינים מכרה. בטח בה לב בעלה, ושלל לא יחסר.
דוד שריפטליך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 350
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

גוט געזאגט אבער למעשה?

שליחה דורך דוד שריפטליך »

איין קען איך זאגן בלויז ווייל איך בין א סערווייווער פון די אזוי גערופענע סיסטעם שרייב איך דא אויף קאווע שטיבל און פארשטייט זיך מיט א ניק איך האב שוין ערווענט איינמאל מיין צוויי סענט אבער אזוי ווי איך זע אז @עצי האט עס ערווענט נאך א מאל פיל איך פשוט פאר א פליכט נאכאמאל דאס אויפצוברענגען און די מעשה איז אזוי אונז אלע אדער כמעט אלע זענען אויפגעוואקסן און מחונך געווארן אויף דעם סיסטעם אבער וואס טוסטו אינטערלעקטועלע אינגערמאן אז דיינע אייגענע. באליבטע קינדער זאלן נישט ליידן וואס איך/דו/אונז האמיר געליטן?????? ווער פון אונז קען זאגן בפה מלא אז אפילו די וואוינסט אין אזא סאסייעטי פרובירסטו כאטש איין מאל מפעם לפעם צו כאפן א שמועס מיט דיין קינד/קינדער צו ערקלערן וואס ריאל לייף איז אלל עבאוט? און נאך דערצו צו זעען אז ווען עס קומט צו שידוכים זאלן זיי יא קענען געהעריג דעיטן וכ'ו וכ'ו.....
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

אויף דעם גייט ארויף די באקאנטע ווארט ”אנשי סדום רעים וחטאים, מאוד לה’! ” מיט אלע שלעכטסקייט מיינען זיי שטארק דעם באשעפער...

למעשה גערעדט איז די סעלושען בכלל נישט קיין גרינגע. מענטשן ארבעטן היינט שווער פאר פרנסה און קיינער האט נישט די צייט (און נערוון) זיך אפצוגעבן אגאנצן טאג מיט די קינדער, און די דרך העולם איז אז א אומערצויגן קינד וואקסט אויף א פרא אדם, במילא בכלליות איז א מסגרת א געבענטשטע זאך.

די איינציגסטע זאך וואס איז באמת ביכולת צו טוישן איז צו מאכן פילע קלענערע מסגרות לפי די יכולת פונעם מחונך און מהלך החיים פונעם משפחה, אנשטאט ריזיגע מעסס-פראדאקשען קאמפאניס ווי די פראדוקטן ווערן כמעט געלעיבלט מיט נומערן (דערמאנט פון עפעס אומהיימליך, הא?) אנשטאט באזונדערע אינדיווידועלע נשמות מיט באזונדערע נטיות און יכולות.

דאס האט דער חכם געזאגט: חנוך לנער ע”פ דרכו, וועט זיין גם כי יזקין לא יסור. צווינגסטו אים אבער צו זיין ווי דער מציון וועט עס אנהאלטן ביזן טאג ווען ער קען דיר שטויסן אין אחוריים פארן בארויבן זיין יוגנט...
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

ס'איז געווען אמאל בימי נעירי וואס איך האב זיך אויסגעדרוקט מיט א טראמפ סטייל זלזול דרש קעגען הרב @עצי שיטים. וויל איך ניצען די געלעגנהייט ווען ער האט מיט גרויס נבואה געשריבן א הערליכע שיינע דיימאנט און אים איבערבעטן פאר צוויי זאכן. פאר די גנאי ווערטער און פאר ווארטן ביז יעצט אים צו איבערבעטן.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יישר כוח עצי שיטים פאר'ן ארויפגעברענגט די טאפיק...

דארף מען טאקע זעהן וואס איז דאס געווען די הויפט שלעכטיקייט פון די שטאט סדום, כ'מיין מ'קען האבן מער א קלארערע בילד אויב מען ווייסט וואס איז געווען די פארקערטע פון מידות סדום, אזוי אז מען טוהט די אנדער זאך ווייסט מען אז די פארקערטע איז מידות סדום..

צוליב דעם דארף מען קוקען עטליכע פסוקים פאר די הפיכות סדום.
די אייבערשטער איז מגלה נאר פאר אברהם אבינו וואס ער פלאנט צו טוהן מיט אט די שטאט, די פסוק זאגט פארוואס פונקט אברהם אבינו, ווייל ער גייט מיטען "דרך השם" וואס איז דאס די וועג פון ה' זאגט די פסוק דאס איז "צדק ומשפט". איז משמע אז ווען א שטאט גייט נישט מיט "צדק ומשפט" ווערען דאס אנגערופן אנשי עיר סדום....

"ויקמו משם האנשים וישקפו על־פני סדם" ואברהם הלך עמם לשלחם׃
וה' אמר המכסה אני "מאברהם" אשר אני עשה׃
ואברהם היו יהיה לגוי גדול ועצום ונברכו בו כל גויי הארץ׃
כי ידעתיו למען אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו ושמרו "דרך ה' לעשות צדקה ומשפט" למען הביא ה' על אברהם את אשר דבר עליו׃

איז לפי זה ווען א מענטש וויל גיין וואוינען אין א שטאט וואס גייט מיטען דרך ה' און ער וויל עס דייעגנאזען צו זעהן אויב זייער הנהגה גייט מיט די מהלך פון אברהם אבינו וואס דאס איז די דרך ה' אדער מיט די מהלך פון אנשי סדום, זאל ארייקוקען צו זעהן אויב זיי פירען זוך ע"פ די כללים פון צדק ומשפט.

פארשטייט זוך איינער קען זאגען אז פאר איהם איז די דרך ה' א אנדערע זאכען אבער פון די תורה זעהט אויס אז דרך ה' איז לעשות צדק ומשפט....

נו שוין
לאמיר אביסעל העלפען די עולם אריינקוקען אין די סוגיא פון צדק ומשפט ואידך זיל גמור..

1) ממנה זיין מנהיגי רוחני וגשמי פון די שטאט/קהילות; גייט דאס צו מיט די כללים פון צדק ומשפט אדער האט עס אנדערע כללים ?

2) בתי דינים; גייט דאס צו מיט די כללים פון צדק ומשפט אדער האט עס אויך אנדערע כללים ?

דיינים/ דעת תורה; האט מען אפאר מאל מורא צו זאגען די גאנצע אמת און דעת תורה, כדי צו מקיים צדק צדק תרדוף ולא תגירו מפני איש אדער איז דא אויך אנדערע כללים ?

3) מוסדות; גייט דאס צו מיט די כללים פון צדק ומשפט אדער האט עס אנדערע כללים ?

4) הייזער/דירות; גייט דאס צו מיט די כללים פון צדק ומשפט אדער האט עס אנדערע כללים ?

5) מקח וממכר / מסחר; כנ"ל

6) שידוכים; כנ"ל

7) כבוד לבני הקהילה; גייט דאס צו מיט די כללים פון צדק ומשפט אדער האט עס אנדערע כללים ?

8) קופת צדקה וחסד וכו': גייט דאס צו מיט די כללים פון צדק ומשפט אדער האט עס אנדערע כללים ?

9) אפשר להוסיף ..
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

יאסל ראקאווער האט געשריבן:ס'איז געווען אמאל בימי נעירי וואס איך האב זיך אויסגעדרוקט מיט א טראמפ סטייל זלזול דרש קעגען הרב @עצי שיטים. וויל איך ניצען די געלעגנהייט ווען ער האט מיט גרויס נבואה געשריבן א הערליכע שיינע דיימאנט און אים איבערבעטן פאר צוויי זאכן. פאר די גנאי ווערטער און פאר ווארטן ביז יעצט אים צו איבערבעטן.
מחל לך מחל לך...
יוסל, איך געדענק נישט פון וועלכע דברי זולזול די רעדסט, אבער גאנץ מעגליך אז עס איז מיר געקומען... כ'בין דאך נישט אייביג געווען דער היינטיגן עצי שטים. מען האלט אינאיין וואקסן יעדן טאג. און נאר דורך דברי מוסר ותוכחה פון די עלטערע חשובע ניקים אזוי ווי דיר קען מען וואקסן און שטייגן.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

אן עלטערע ניק האט מיר אנגעמערקט אז @אבטולמוס האט מיר שוין מקדים געווען מיטן געדאנק פון ניצן די סדום בעטל ארויסצוברענגען א נקידה איבער סעסייעטי.
viewtopic.php?p=310672#p310672
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

נוצן סדום פאר א משל איז שוין אלט באלד ווי סדום. די נביאים האבן שוין גענוצט סדום פאר א משל פאר זייער סאסייעטי. און די גמרא איז פיל מיט מדת סדום. עס איז גארנישט שלעכט אז אבטולמוס האט עס גענוצט בדורו און עצי שיטים נוצט עס איבער בדורינו, יעדער מיט זיין קנייטש.

לגופו של ענין, איז דאך א דבר פשוט אז דער ניק פון די יאר, זאגט זייער וואר. אזויווי אברהם האט געבעטן אם אמצא שם חמישים צדיקים, זאל מען ראטעווען די גאנצע שטאט. די עקזיסטענס פון עצי שיטים/קאווע שטיבל וניקותיה איז די שמירה צו אונז אפהיטן אז עס זאל זיך נישט איבערחזרן קיין הפיכת סדום. און עס מאכט שטערקער די פליכט צו שטיין על המשמר אז אונזער דור זאל נישט ווייטער פאלן.
באניצער אוואטאר
קבצו זקנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 12, 2022 12:12 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

שליחה דורך קבצו זקנים »

סדום זענען די גלייכע אותיות ווי מוסד ועיין פה
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

קבצו זקנים האט געשריבן:סדום זענען די גלייכע אותיות ווי מוסד ועיין פה
ער זאגט דאך ממש ווי אונז, שכח פארן אנווייזן.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

א פי די עף פונעם ארטיקל, עס איז ראטזאם ארויסצופרינטן און טראגן אין ס'מעדריש שבת, און עס דערנאך לייגן אויפן טיש לעבן די פלאץ ווי די רב גייט געווענטליך אדורך...
בייגעלייגטע פיילס
דאס סדום בעטל.pdf
(51.19 KiB) אראפגעלאדנט 60 מאל
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

דער לעצטע פאראגראף מאכט עס קאליע פאר בית המדרש, מענטשן וואס ליינען עס, וועלען פסל'ן דער גאנצע רעיון צוליב דער לעצטער פאראגראף.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
נחום הסופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

שליחה דורך נחום הסופר »

וואס איז די 'אותיות גרופע' פון וואס עצי רעדט ?

כ'קען נישט אריינגיין אינעם לינק (פארוואס טאקע?)
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

עצי שטים האט געשריבן:א פי די עף פונעם ארטיקל, עס איז ראטזאם ארויסצופרינטן און טראגן אין ס'מעדריש שבת, און עס דערנאך לייגן אויפן טיש לעבן די פלאץ ווי די רב גייט געווענטליך אדורך...
וואס זאגט דער עולם צום געדאנק אז איך זאל ארויסגעבן א וועכנטליכע גליון...? ;)

איינער שרייבט מיר א גוטע עצה.. מען קען מאכן קאפי פעיסט אויף קאווע שטיבל ארטיקלען און עס אויסלייגן אין רש"י אותיות אויף צוויי פעראגראפן אזוי אז עס זעט אויס ווי א קאפי פון א חסידיש ספר, אזוי קען מען רואיג ליינען קאווע שטיבל גליונות אונמיטן לכה דודי...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

נחום הסופר האט געשריבן:וואס איז די 'אותיות גרופע' פון וואס עצי רעדט ?
מנצפ’’ך
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

עצי שטים האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:א פי די עף פונעם ארטיקל, עס איז ראטזאם ארויסצופרינטן און טראגן אין ס'מעדריש שבת, און עס דערנאך לייגן אויפן טיש לעבן די פלאץ ווי די רב גייט געווענטליך אדורך...
וואס זאגט דער עולם צום געדאנק אז איך זאל ארויסגעבן א וועכנטליכע גליון...? ;)

איינער שרייבט מיר א גוטע עצה.. מען קען מאכן קאפי פעיסט אויף קאווע שטיבל ארטיקלען און עס אויסלייגן אין רש"י אותיות אויף צוויי פעראגראפן אזוי אז עס זעט אויס ווי א קאפי פון א חסידיש ספר, אזוי קען מען רואיג ליינען קאווע שטיבל גליונות אונמיטן לכה דודי...
יא, מאך א גליון, רוף עס "אותיות מנצפך"

קענסט פראבירן צו טרעפען קערעקטערס אין די פרשה יעדעס וואך.

דער וואך צ.ב.ש. איז דא ישמעאל, וואס האט געליטען, מען האט אים ארויסגעווארפען אין מדבר אריין, אלץ ווייל ער האט פראבירט אותיות מיט יצחק.

נעקסטע וואך האסטו סדום ועמורה.

לעצטע וואך דער דור המבול.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

און אז מען רעדט שוין וועגען די ענינים, אביגיל האלפערין אויף טוויטער דא איז שופך חימה אויף ר' מרדכי וויליג פין yu פאר האבען די חוצפה צו זאגען אז דער בעל האות קען תשובה טוהן, און ווערען א אוהב נשים צוריק דורך טעראפי.

אויף דער קשיא אז עס שטייט אין פסוק ואת זכר לא תשכבו וכו', ענטפערט איינער צוריק אז דער טעראפי ווערט געטוהן דורך ווייזען אסאך פרויען בילדער און למעשה, ביז דער תאווה ווערט ערוועקט און מען איז מקיים דער מצוה, און אזוי ארום ווערט מען געהיילט. טענה'ט דער בעל האות, אז דאס איז פונקט אזוי נישט אויסגעהאלטען וכו'.

איינער ווייסט אויב די דעטאלען פין דער טעראפי זענען אויסגעהאלטען?
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: אונזער סיסטעם - א סדום בעטל

שליחה דורך פרנס החודש »

היסטאריע האט געשריבן:און אז מען רעדט שוין וועגען די ענינים, אביגיל האלפערין אויף טוויטער דא איז שופך חימה אויף ר' מרדכי וויליג פין yu פאר האבען די חוצפה צו זאגען אז דער בעל האות קען תשובה טוהן, און ווערען א אוהב נשים צוריק דורך טעראפי.

אויף דער קשיא אז עס שטייט אין פסוק ואת זכר לא תשכבו וכו', ענטפערט איינער צוריק אז דער טעראפי ווערט געטוהן דורך ווייזען אסאך פרויען בילדער און למעשה, ביז דער תאווה ווערט ערוועקט און מען איז מקיים דער מצוה, און אזוי ארום ווערט מען געהיילט. טענה'ט דער בעל האות, אז דאס איז פונקט אזוי נישט אויסגעהאלטען וכו'.

איינער ווייסט אויב די דעטאלען פין דער טעראפי זענען אויסגעהאלטען?
גראדע דער רמב״ם רעדט שוין פון די טעראפי… אזוי זעט אויס ווען צוויי רעליגיעס שלאגן זיך, השם יצילנו מהם ומהמונם.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

היסטאריע האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:א פי די עף פונעם ארטיקל, עס איז ראטזאם ארויסצופרינטן און טראגן אין ס'מעדריש שבת, און עס דערנאך לייגן אויפן טיש לעבן די פלאץ ווי די רב גייט געווענטליך אדורך...
וואס זאגט דער עולם צום געדאנק אז איך זאל ארויסגעבן א וועכנטליכע גליון...? ;)

איינער שרייבט מיר א גוטע עצה.. מען קען מאכן קאפי פעיסט אויף קאווע שטיבל ארטיקלען און עס אויסלייגן אין רש"י אותיות אויף צוויי פעראגראפן אזוי אז עס זעט אויס ווי א קאפי פון א חסידיש ספר, אזוי קען מען רואיג ליינען קאווע שטיבל גליונות אונמיטן לכה דודי...
יא, מאך א גליון, רוף עס "אותיות מנצפך"

קענסט פראבירן צו טרעפען קערעקטערס אין די פרשה יעדעס וואך.

דער וואך צ.ב.ש. איז דא ישמעאל, וואס האט געליטען, מען האט אים ארויסגעווארפען אין מדבר אריין, אלץ ווייל ער האט פראבירט אותיות מיט יצחק.

נעקסטע וואך האסטו סדום ועמורה.

לעצטע וואך דער דור המבול.
יא יא, און א וואך פריער האמיר אונז חם.
נישט אומזינסט שטייט אין מדרש "תורה תחילתו וסופו אותיות"...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
פארשפארט