מיין קליינע מוח האט פראבירט זיך פארצושטעלן ווי די נעבעכדיגע ארעמאן קומט אהן אין שטאט, און ווייסט נעבעך נישט פון קיין צרות. און דאן לייגט מען אים ארויף אויפן בעט אין מען נעמט ארויס א שוחט מעסער... און... אוי.. ס'רינט נעבעך בלוט... איי באשעפער וויאזוי קען מען זיין אזוי אחזריות'דיג?! גראדע האב איך זיך נישט געקענט געהעריג פארשטעלן וויאזוי מען ציעט אויס א מענטש, אבער מיין קליין מח'ל איז געקומען צו די מסקנה אז קיין געשמאקע דורכגאנג איז עס זיכער נישט געווען.
ווען איך בין עלטער געווארן האב איך איינגעזען אז די זאך מיינט נישט כפשיטו, אזוי משוגה זענען זיי נישט געווען... שניידן פיס?! ביסט אראפ פון זינען? וויאזוי סטרעטשט מען בכלל אויס א מענטש? זיי זענען נישט געווען סתם ווילדע אומערצויגענע אינגען, זיי האבן געהאט א גאנצע שיטה און א אידיאל וויאזוי זיי האבן געהאלטן אז מען דארף זיך פירן. זיי פלעגן גנב'ענען דוקה פחות משוה פרוטה, געווען זייער קעגן אומעגראציע, ס'איז געווען א ספעציעלע אויסגע'חשבונ'טע סיסטעם.
עס אפילו איז באקאנט די מעשה וואס די מדרש פארציילט מיט אליעזר וואס האט געריפן איינער פון סדום צו דין תורה פארן אים ווארפן א שטיין אין קאפ וואס האט אים מוציא געווען דם. און די שופט האט גע'טענה'ט אז ער מוז גאר באצאלן פאר יענעם פאר די הקזת דם. איז אליעזר געגאנגען און געווארפן א שטיין אויפן שופט און געזאגט יעצט צאל מיר און איך וועל אים צאלן...
מען זעט פון דא אז סדום איז נישט געווען סתם א דריטע וועלט לאנד, זיי האבן געהאט שופטים מיט געזעצן, נאר די פראבלעם איז געווען אז עס איז געווען געבויט אויף גאר קרימע יסודות.
די בעטן זענען א משל פאר די סיסטעם וואס זיי האבן איינגעשטעלט. עס איז געווען א "איין סייז פאר אלע" סיסטעם. (One size fits all). יעדער מוז זיך צושטעלן, אויב נישט גייט מען דיר אינטערהאקן די פיס, מען וועט דיר אויסציען די קישקעס!
זיי האבן נישט געקענט דערליידן א צווייטע מהלך. וויאזוי 'אונז' לעבן, דאס איז די איינציגסטע גוטע וועג, און יעדער וואס טוט אנדערש, מוז מען זאפארט זען אז ער זאל אננעמען אונזער קולטור. אז די קומסט צוגאסט צו אונז און שטאט, אפילו די האסט אנדערע טראדיציעס, דיין תחינת הנפש איז אנדערש, די האסט בעסער ליב צו טון פארקערט, וועסטו זיך מוזן בייגן און טון וויאזוי די באהערדע פון סדום האבן באשלאסן! נישטא קיין צוויי וועגן, איין מהלך פאר יעדעם!
דאס הייסט א קרומע מדות סדום! וואס הייסט דאס אז יעדער מוז נאכפאלגן פינקטליך איין ליניע? יעדער מענטש איז אנדערש און אייגנארטיג אין זיין וועג. "כשם שאין פרצופיהם של בני האדם שווים זה לזה, כך אין דעותיהם שוות זה לזה" יעדער איז באשאפן אנדערש, און וואס איז גוט פאר איינעם קען זיין שלעכט און צומאל שעדליך פאר א צווייטן.
און אז הקב"ה האט געזען אזא רשעות'דיגע התנהגות, האט ער נישט געהאט קיין ברירה און איבערגעדרייט סדום, ער האט געדארפט גענצליך מהפך זיין זייער מהלך המחשבה וויאזוי צו באטראכטן די מענטשהייט.
פארן מלחמה איז נישט געווען אזוי ווייט קיין סיסטעם, יעדער האט זיך געלעבט זיין אייגענעם באשיידנעם לעבן. דער אינעם דערפל האט געהאקט האלץ בשעת זיינע קינדער האבן זיך געשפילט מיט די גויאישע פויערן, דער אנדערער האט געדינגען א מלמד פאר זיינע קינדער, דער דריטער האט גענימען זיינע קינדער נאכן בר מצוה צו ארבייטן אויפן פעלד. יעדער האט זיך געמאכט זיין אייגנארטיגע מהלך החיים סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.
דאס האט זיך אבער שטארק געטוישט נאכן קריג. די היימישע פארבליבענע איבערלעבערס האבן זיך צאמגעפרעסט צוזאמען ארום אפאר צדיקים וואס האבן אויך איבערגעלעבט דעם קריג, און עס האט זיך געשאפן א סיסטעם וואס ווי א יאר עס גייט פארביי ווערט עס נאר ערגער און ערגער.
איך געדענק נאך די אלטע אידן אין ביה"מ. אסאך האבן נישט געטראגן קיין שטריימלעך שבת (איך רעד פון אונזערע חסידישע זיידעס, די מסירת נפש אידן) זיי פלעגן הערן די ראדיא, אבער האבן אויך געזעצן און געלערנט אפאר שעה יעדן טאג, ס'נישט געווען קיין איין סיסטעם וואס יעדער האט געמוזט זיך צושטעלן דערצו. יעדער האט געדינט די באשעפער אויף זיין אויפן כפי יכולתו, און נישט אזוי ווייט פראבירט צו דינען א צענטראלע סיסטעם.
אין סקווירא האבן די דארטיגע מייסדי הסיסטעם שווער געארבייט, ביז מען האט איינגעפירט שטיוול געגייעכטס, בולעט פיאות, ספעציעלע גארטל און רינדיגע ציצית. אין וויזניץ איז געווען א מערכה אז מען זאל גיין מיט א ארומגעדרייטע הוט, באבובע רבי 48 האט אקטיוו אריינגעשוויצט אז אלע זיינע בחורים זאלן זיך אנטון שווארצע זאקן. און אזוי אין יעדע חסידות האבן די אנפירערס צעביסלעך איינגעפירט כל ערליי סיסטעמען וואס מאכט יעדער פאלגן און נאכטאנצן די זעלבע ליניע. עס האלט היינט ביי א מצב אז די עולם איז אזוי פראגראמירט, אז אלעס זעט אויס די זעלבע. מען דערקענט אויפן רגע וועליכע חסידות די געהערסט, און ווען די וואקסט אריין אין א ביהמ"ד פון א חסידות וועסטו זען יעדער איינער אהן קיין אויסנאם גייט די זעלבע יוניפארם, אויסער די פאר בעלי תשובה וואס קומען פון לעיקוואד און האלטן אינמיטן די טרענזישן צו ווערן א טייל פון די חסידות, און אויזער אפאר פארבליבענע אידן אין ראדשטילן וואס לעבן נאך, וואס האבן זיך נישט ארויפגעכאפט אויפן סיסטעם וואגאן באצייטנס און זענען נאך פארבליבן מיט זייערע אמאליגע חן.
אז עס וואלט נאר אזוי געווען בגשמיות מיט די דרויסנדיגע אויסזען וואלט געווען א האלבע צרה, אבער די פראבלעם איז ליידער אז די סדום סיסטעם פארנעמט די לייצעס פון אונזער גאנצע הלוך ילך סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, און דא ווערט שוין א געפערליכע פראבלעם. יעדער מוז זיך צושטעלן צו די זעלבע סיסטעם וואס די רבי/ראש ישיבה/ מנהל האט אוועקגעשטעלט, און ווער עס פיט נישט אריין, פאר וועמען די מהלך ארבייט נישט, אדער א צווייטע מהלך ארבייט בעסער פאר אים, וועט מען אים אפירנעמען אויפן סדום בעטל און שניידן שטיקער און ארויסציען די נשמה פונעם אומשילדיגן בחור'ל.
אמאל זענען די סטאנדארן וואס מען פארלאנגט פון "יעדעם" זיך צוצושטעלן דערצו, טאקע געאייגנט פאר אכ"פ "רוב" בחורים, און טייל מאל איז די עס גאר העכער פון די יכולות פון רוב ריבם פון אונזער קינדערלעך, און נישט קיין חילוק וואס, מוז מען זיי אריינשטיפן און אויסקוועטשן ביז זיי פיטן אריין אינעם קעסטל.
און אויב ביסטו א בחור מיט שוואכערע כשרונות, די לערנען קומט דיר אהן ממש שווער, דאן וועט מען דיר גאר ארויס'זרק'ענען פון די סדום ישיבה פאר די קענסט זיך בכלל אריאנטירן. די וועסט באקומען דעם בליטיגן לא נתקבל צעטיל נעקסטע זמן. "דיין זון שטעלט זיך נישט געהעריג צו, צו די סדרי הישיבה"!!! כאילו דער בחורל איז שילדיג אז מען האט ארויפגעשטעלט א הויעכע סטאנדארט וואס ער מוז זיך צושטעלן דערצו אפילו ס'איז העכער זיינע כוחות הנפש. זאל ער גיין ארבייטן?! חלילה וחס!! די סיסטעם וועט אים פארשמירן אלטס א "בחור וואס ארבייט" און ער קען פארגעסן פון טון א געהעריגן שידוך... איי דאס איז די בעסטע תועלת פארן בחור? אבער די סדום סיסטעם לאזט נישט קיין בחורים ארבייטן, פינטל. זאל ער זיך ענדערש דרייען אויפן גאס און צוגרינד גיין לעיני השמש
אבער וואס טוט זיך אויב דער מיידל וואס מען האט אראפגעזעצט קעגן דיר איז בכלל נישט דיין טיפ, די ווייסט ניטאמאל וואס א מיידל דארף צו זיין צו קענען מאכן די ריכטיגע באשלוס. די וועסטו מעגליך ליידן דיין גאנצע לעבן איבער א נערישע אומוויסנדע טעות וואס די האסט נעבעך געמאכט. טייל טענה'ן גאר אז די איינציגסטע סיבה פארוואס מען האט געמאכט די ישיבה סיסטעם אזוי שווער פארן בחור, איז טאקע אז די שידוכים סיסטעם זאל פארן געשמירט. ווען נישט דער בחור ליידט זיך צאם יעדן טאג עקסטער אין ישיבה, וואלט ער קיינמאל נישט געזאגט יא אויף א שידוך נאכן זען א מיידל צוויי מאל און נאכן שמועסן פאר בלויז צוויי שעה.
אבער גיין דעיטן?! חלילה! עס האט דאך ערנסטע חששות אז די בחור וועט זינדיגן דורכדעם! ענדערש זאלן מאסן בחורים אריינפאלן מיט אומפאסיגע שידוכים ווי איידער איין בחור זאל האבן א חשש פון א נדנוד פון א הרהור. אזוי האבן די ראשי סדום באשלאסן...