מילתא דבדיחותא

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

שליחה דורך תוהו ובוהו »

photo_2022-10-31_20-26-17.jpg
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

ווען תרח איז אהיים געקומען און געזעהן ווי זיין אלע געטשקעס זענען צובראכען האט איהם אברהם אבינו פארקויפט די מעשה אז די גרעסטע געטשקע האט זיך ארומגעשלאגען ביים טיילן עסן און האט זיי אלע צובראכען.

פארוואס ווען לבן האט פארגעהאלטען יעקב אבינו אז ער האט ג'גנב'ט זיין געטשקע האט יעקב אבינו איהם נישט פארקויפט א מעשה אז אפשר איז דיין געטשקע אנטלאפען פון דיר? אדער נאך עפעס אזא מעשה?

נאר פאר א שווער קען מען נישט פארקויפען וואס מען פארקויפט פאר א טאטע
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

איין זומער גייען צוויי חברים אויף א שפאציר ארויס פון קעמפ אריין טיעף אין וואלד. און נאכען גיין א האלבע שעה האבען זיי אנגעפאנגן צו בלאנדז'ען.

זיי גייען אזוי אפאר שעה, פארשטייט זיך אן א סעלפון, און טרעפן נישט די וועג ארויס און אויך נישט קיין מענטש. ממש זיי באגעגענען נישט קיין נפש חי.

שפעט ביינאכט טרעפען א הויז און זיי גייען צו און קלאפן אויפען טיהר און א אינגע שיינע בלאנדע מיידל עפענט אויף און זאגט זיי אז זי האט נישט קיין סאך פלאץ זי האט איין איבריגע בעט און איין קאוטש.

אפאר חדשים שפעטער טרעפען זיך נאכאמאהל די צוויי חברים, און איינער פרעגט דעם אנדערען:

זאג נאר, דו געדענקסט אפשר מיט אפאר חדשים צוריק ווען אונז זענען איינגעשטאנען ביי יענע בלונדע מיידל?

ענפערט ער, עעעהה, יא

זאג נאר, פרעגט ער ווייטער, דו ביזט אפשר אויפגעשטאנען אינמיטן די נאכט?

ענפערט ער, עעעעההה, יא

און ביזטו אפשר אריין אין איהר צימער? פרעגט ער

עעעעעעהההה, אאאםםםם, יא, ענפערט ער שטילערהייט

און, פרעגט ער ווייטער, האסטו אפשר געטוהן די מצוה מיט איהר?

אאאםםםם, עעעעהההה, יא, זאגט ער

און, פרעגט ער ווייטער, האסטו איהר אפשר געגעבען מיין נאמען, אדרעס, און טעלפון?

עעעעההה, אאאאםםם, עעעעהההה יא, זאגט ער, אבער דו דארפסט מיר פארשטיין... מיין נאמען... איך בין דאך א בנש"ק... און עס פאסט נישט... און...

ניין... ניין... ניין... שא... דו דארפסט זיך נישט פארענטפערן... איך וויל דיר נאר זאגן א גרויסען ישר כח... זי איז געשטארבען און האט מיר איבערגעלאזט א ירושה פון 10 מיליון דולר...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פאלאצ'ינטא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

האסט פארגעסען דער סוף פין דער מעשה.

דער בנש"ק האט נישט נאכגעלאזט, נאר גערופען דער לויער און געטענה'ט אז באמת איז עס אים, דער לויער האט אים באפוילען אונטערשרייבען א דעפאזישען, און ער האט זיך נישט געפוילט, און אונטערגעשריבען אז ער האט באמת מקיים געוועהן יענער נאכט דער מצוה לויט אלע שיטות.

דערנאך באקומט ער א ידיעה, אז דער מיידל לעבט נאך, נאר האט געבוירען א קינד, און מען האט אים מחייב געוועהן מיט טשיילד סאפפארט.

(אויב נישט, וואס איז א נפק"מ די ניין חדשים?)
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

יעצט געהערט אז עס האט זיך געמאכט א גליטש אין דער סיסטעם פון תהילים כולל, און מען קען באקומען ישועות בחינם... חאפטס אריין.

ווי אויך האט ארויס געליעקט א סוד. מען קען אליין נעמען א תהילים'ל.
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אונזערע חרד'ישע ברודער אין ארץ ישראל קענען שוין יעצט שלאפן רואיג, אונז דא אין אמעריקע האבן מיר נאך א וואך צו הערן פון גזירות...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א סאטמארע אינגערמאן זאגט מיר אויב די תורה וואלט געלאזט גיין צו די בחירות וואלט ער געוועלט פאר ציונות הדתית פארטיי ....

וואס וואס וואס, הער איך גוט?

זאגט ער, ווייל ביי אונז אין סאטמאר האט מען אלס מכבד געווען עשירים און גבירים, און פון אלע פארטיי פירער האב איך נישט געטראפן קיין איין עושר, ביי ציונות הדתית איז כאטש דא א זוהן פון א עושר (בן גביר)
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

השי"ת זאגט צו אברם, ווער עס וועט דיר בענטשן וועט זיין געבענטשט, און ווער עס וועט דיר שעלטן וועט פארלירן זיין קאנטרעקט מיט Adidas...

(מרים אנזובין)
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יעקב מאקסוועל: ייש"כ. דאס איז איינס און א גוטס. יעצט וועט דער שווארצער רוצח און שונא ישראל ערשט האבן א גוטע סיבה פיינט צו האבן אידן. זאל ער גיין קראכן. אויך פגר'ן מיט א מיתה משונה...אכיה"ר...

Take that, Shayves Achim...!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

אן עלטערע בחור איז ענדליך א חתן געווארן. האבן אים זיינע חברים געטרייסט... ממה נפשך, איז עס א גוטע זאך.. האט זיך דאך געלוינט צו ווארטן.. און אויב איז עס נישט קיין גוטע זאך.. האט זיך הערשט געלוינט צו ווארטן...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

איינער איז אריין צו א חאכאם און זיך געבעטן אז היות די לאטערי שטייט ביי היסטאריש הויעכע ציפערן זאל ער אים ביטע מגלה זיין די נומערן וואס גייט געווינען.

די חאכאם האט מסכים געווען אבער האט פארשטייט זיך פארלאנגט אפאר אלפים קעש באותו מקום ובאותו זמן, און נאר נאכן צאלן האט ער ארויסגענומען א צעטל, זיך פארגלייזט די אויגן, און אנגעהויבן שרייבן נומערן...

עס גייט נישט אדורך קיין פאר טעג און די איד קומט אריין מלא טענות. הלמאי ער האט נישט געווינען די לאטערי?! האסט מיר סתם באשווינדלט מיט געלט!!

זאגט אים די חאכאם, קוק אהער, איך האב דיר געגעבן די ריכטיגע נומערן, אבער וואס זאל מען טון אז די לאטערי האט אויסגעוועלט די נישט ריכטיגע נומערן...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עצי שטים האט געשריבן:אן עלטערע בחור איז ענדליך א חתן געווארן. האבן אים זיינע חברים געטרייסט... ממה נפשך, איז עס א גוטע זאך.. האט זיך דאך געלוינט צו ווארטן.. און אויב איז עס נישט קיין גוטע זאך.. האט זיך הערשט געלוינט צו ווארטן...
יעצט אלס חתן איז עס טאקע נאר א ספק און מיז ארבעטען מיט
א ממה נפשך, ווייל וואס ווייסט דען א בחור וואס ער באקומט. אז די שדכן מיט די עלטערן ווייסען אז עס גוט מיינט נאכנישט אז עס גוט פאר איהם, ערשט נאכען חתונה וועט ער שוין וויסען מיט א ודאית.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'איז געווען ביי א כ"א כסליו דינער (כ'מיין 2 יאר צוריק) פון די זאלונים פארטיי ווען סענאטאר טשארלס שומער האטציך אויפגעשטעלט און אנגעהויבן זיך בארימען וואס ער טוט אלץ פאר מדינת ישראל...דער עולם האט איהם געלאזט רעדן (ווייל אין סאטמאר איז מען גרויסע בעלי דרך ארץ, כידוע). און דער עולם האט נאך צוגעקלאפט ווען ער האט געענדיגט זיין דרשה. די יושבי ראש האבן געמאכט זיכער אז ער רעדט קורץ און שארף...!

נ.ב: אויב ס'איז דא אן אונגערישער וועלכער ווייסט נישט וואס ס'איז פאני 'עליך איהם מסביר זיין...!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

יענקל גייט פאר א דז'אב אינטערוויו.

דער מענעדז'ער זאגט איהם, זייער שיין אבער דו האסט נישט געדאאפט אזוי מגזם זיין.

זאגט יענקל, איך האב נישט מגזם געוועהן.

זאגט דער מענעדשער, דו שרייבסט דא אז דו קענסט די גאנצע וועלט די מיינסט נישט די גאנצע וועלט.

ענפערט יענקל, יא יא, איך קען די גאנצע וועלט און אויב די גלויבסט נישט, פראביר.

פיין, זאגט ער, די קענסט עראן בון? די מענעדשער פון די יענקיס?

זיכער, ענטפערט יענקל, ער איז אן אלטען ידיד.

אקיי לאמיר זעהן. ער באשטעלעט טיקעטס קיין ניו יורק און דער נאך א קאר צום סטאדיום און טיקעטס די ערשטע ליניע. אין מיטן די געים גיבט עראן בון זיך א דריי ארום און באמערקט יענקל...

יענקל גיבט ער א שריי... איך גלייב עס נישט. ווען ביזטו אנגעקומען אין ניו יורק?

ענטפרט יענקל, נעכטין.

רופט זיך אן עראן בון קום שוין אריין צו מיר אין אפיס...

פרעגט יענקל איך קען אפשר מיט ברענגען מיין חבר?

זיכער זאגט קום שוין, אזא זכי' דיר צו טרעפען דא.

מען שטעלט אפ דער געים און זיי גייען אריין אין אפיס.

נאכען פארברענגען א לאנגע צייט זענען זיי אוועק געגאנגען און דער מענעדשער רופט זיך אן צו איהם, אקיי סא עראן בון קען נאך זיין אז דו קענסט, אבער נאך אלץ דו קענסט נישט די גאנצע וועלט.

רופט זיך אן יענקל דו ווילסט פראבירען נאך אמאהל?

יא זאגט ער דער מלך פון ענגלאנד.

פיין זאגט ער. און מען פארט ארויס קיין ענגלאנד.

פונקט איז געוועהן א פאראדע אןן זיי שטעלען זיך צווישען דער ריזיקן עולם. און בשעת דער קעניגליכען וואגען פארט אדורך גיבט עס זיך א שטעל אפ... און דער מלך אליין קומט ארויס פון וואגען און גייט צו צו יענקל און שרייט הויך... יענקל איך גלייב נישט... וואס טוסטו דא? און ער רופט זיך אן צו די סאלדאטן און צו אלע באדינער...

ענק האבען באמערקט ווער עס איס געקומען אויף באזוך און ער נעמט איהם אריין אין איהר קעניגליכע וואגען און יענקל פרעגט וואס איז מיט מיין חבר? זיכער זאגט דער מלך... יענקל'ס חבר איז ענגלאנד'ס חבר.

נאכען פארברענגען א אין קעניגליגען פאלאץ א גאנצען נאךמיטאג רופט זיך אן דער מענעדז'ער איך גלייב נאך אלץ נישט. לאמיר זאהען אויב דו קענסט דער פויבסט.

פיין זאגט יענקל.

מען פארט אפ קיין רוים און עס געוועהן דאן א חגא און הונדערטער טוזענער זענען גשטאנען און צוגעהערט ווי דער פויבסט רעדט. נאך אפאר מינוט ווערט דער פויבט שטיל א מינוט און שרייט הויך... יענקל דאס ביזטו? קום שוין ארויף דא צו מיר. נאכען ארויף גיין אויבן אן גיבט יענקל א קוק און זעהט אז דער מענעדז'ער האט גע'חלש'ט.

נאכען דערמינטערען פרעגט איהם יענקל וואס איז געשעהן? דו גלייבסט שוין?

ניין זאגט ער... נאר ווען דו ביזט געשטאנען דארט און געשמועסט מיט'ן פויבסט האט מיר איינער געפרעגט.

ווער איז דער אלטער איטאליענער מיט די ווייסע בגדים וועליכע שמועסט מיט יענקל ?
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

כאפ איך נישט דער עמקות
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

היסטאריע: נו, זיכער. דו קומסט פון בודאפעסט אדער דעברעצין...!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

וישלח יעקב מלאכים... זאגט רש"י, מלאכים ממש... עכטע מלאכים.

קען מען פרעגען פארוואס? פארוואס עכטע מלאכים? פארוואס נישט מענטשען?

נאר ווי מען ווייסט איז עשיו געוועהן א גרויסע רבי מיט 400 חסידים שלעגער גרייט צו הרג'נן און טאמער וואלט יעקב אבינו געשיקט מענטשען וואלט מען זיי קיינמאהל, נישט אריין געלאזט.
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

אן עלטערע איד גייט ארויף אויפ'ן מאנסי באס און עס איז געפאקט און עס איז נישט דא קיין פלאץ. זעהט ער דארט זיצט א אינגע בחור'ל און מאכט זיך נישט צוטוהן פון איהם. גייט ער צו און זאגט איהם, בחור'ל, מיינע פיס טוען מיר זייער וויי, ווען איך בין געוועהן אינג און איך האב געזעהן אן עלטערע שטיין בין איך גליין אופגעשטאנען.

ענטפערט איהם דער בחור'ל, דו זעסט אז דו ביזט א נער, טאמער וואלסטו נישט געשטאנען אזוי פיהל אויף די פיס וואלט עס נישט יעצט וויי געטוהן
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

אין מיט'ן דאווענען שטעלט זיך א משולח אונטער א גרויסען גביר און ביי שמונה עשרה גיבט ער א הויכען קרעכץ... אוי... ותן שכר טוב

גיבט דער גביר א קרעכץ... אוי וויי ולירשלים עירך ברחמים תשוב
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איי האביך איינס און א גוטס וועגן די איצטיגע בחירות הטמאות אין ניו יארק סטעיט. און איינער פון די קאנדידאטן. וואס מ'האט געפרעגט פון א ליטווישן ראש ישיבה איבער איהם...!

נאר איך ווייס זיכער אז מ'גייט עס פארמעקן. און איך וועל נישט (קענען) האבן קיין טענות...!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פארוואס טראכסטו מען גייט עס פארמעקן?
דא איז נישט אייוועלט...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ווייל איך ווייס אליין אז דער דזשאוק איז טאקע א גוטס. אבער ס'איז נישט איידל. אפשר אין די (געוועזענע) קרעטשמע/פאליש בלאג וואלט איך עס געקענט שרייבן. און באקומען א פאר לייקס.
פארשפארט