(איך האב עס פשוט בעסער ארויסגעברענגט... פארשטייט זיך אז אברהם אבינו האט נאכנישט געוויסט פון קיין די ען עי צו זאגן)
אברהם אבינו איז דאך די צענטראלע אמונה מאדעל אויף וועמען מיר קוקן ארויף. ער איז די ערשטע גר אין היסטאריע, יעדע גר צדק אדאפטירט די נאמען "אברהם" אלטס זיין טאטנס נאמען. כלל ישראל הייבט זיך פאקטיש אהן ביי אברהם אבינו. "אלה תולדות שמים וארץ בהבראם" זאגט די מדרש אל תקרא בהברהם אלא באברהם! די וועלט איז באשאפן געווארן צוליב אברהם!
איך האב געפרעגט מיין קליינע אינגעלע, וואס לערנט מען ארויס פון די גאנצע מעשה פון אברהם אבינו. האט ער מיר געענטפערט אז זיין מלמד האט געזאגט אז מען לערנט זיך ארויס אז מען דארף זיין א ערליכע איד און דינען די באשעפער. ס'טייטש, מען לערנט גאר ארויס פון די גאנצע מעשה אז מען דארף גיין מיט א תמימות און אננעמען אלעס וואס די רבי פארקויפט און נישט פראבירן צו זיין א אויבערחכם און גיין מיט חקירה... ווייל.. קוק ווי די תורה גיבט אפ די גאנצע רעספעקט פאר אברהם פארן זיין די ערשטע מאמין בשם.. דארפן מיר דאך זיכער אויך גיין אין זיינע פיסטריט און זיין ריכטיגע מאמינים און טון אלעס וואס מען הייסט... און נישט טראכטן קיין צוויי...
אבער איז דאס טאקע די מוסר השכל דא?! לאמיר עס אביסל צולייגן:
אברהם אבינו גייט אין חדר און די מלמד פארציילט וויאזוי נמרוד האט באשאפן די וועלט און אז מיט איין וויש מיטן הייליגן מאנטל באווייזט ער אותות ומופתים. אלע קינדער שאקלען מיט די קאפ און קויפן שיינערהייט אפ וואס די מלמד פארקויפט... אבער די קליינע אברעמל האט פייגעלעך אין קאפ... ווער האט באשאפן נמרוד?! קען א מענטש באשאפן א וועלט..?! איי ער באווייזט מופתים..? נו, אפשר האט ער כוחות הטומאה... אדער אפשר טאקע געלאנגט עס נישט אלעמאל און נאר ווען עס ארבייט מאכט מען א מצב דערפון..!?
אברהם ברענגט ארויף די נושא ביי לאנטש.. אבער זיינע חברים שטאפן שנעל צו די אויערן... כופר! כופר! וויאזוי ווייגסטו זיך צו פרעגן קשיות? מען טאר דאך נישט! אברהם טראכט צו זיך.. אקעי.. איך וויל נישט הייסן דא די מאדנע אינגל אבער צו דען זעען זיי נישט איין דאס וואס איך זע? אברהם האט נישט איינגעריט ער גייט נישט זיצן איינגעלייגן בלויז ווייל די באהערדע הייסן! אויב מאכט עס נישט קיין סענס דאן איז עס טאקע בעלאוני! ער איז געגאנגען רעדן צו די נמרוד קירוב רבנים, אויסגעהערט שיעורים פון "אור האמונה הנמרדי" און אויך פארגעלייגט פאר זיין טאטע די אלע קשיות וואס באדערן אים.
נאכן איינזען אז די אלע האבן גארנישט זאכליך צו פארקויפן האט אברהם אנגעהויבן אליין צו גריבלען און האט צוביסלעך איינצוזען די גראבע שקר וואס מען האט אים פארקויפט, וואספארע עולם הדמיון די גאנצע וועלט לעבט אין. ער האט אנגעהויבן צו זאגן אייגענע דרשות און האט אנגעהויבן צו בויען א אייגענע מאוומענט.
פארשטייט זיך אז די געפערליכע נייע קולט איז פארשריגן געווארן דורך די סאמע חשובסטע רבנים. זיי האבן נישט קשיות.. זיי האבן תירוצים!!! זיי ווילן פשוט נישט דינען די הייליגע נמרוד זענען זיי געגאנגען אין געמאכט א נייע רעליגיע מיט עפעס א אויפגעטראכטע אומזעבארע גאט...! און בכלל האסט נישט באמערקט אז פינקט ווען אברהם האט אנגעהויבן צו בויען זיין חסידות איז ער פלוצלינג געווארן פון א בלוטיגן ארעמאן צו א עושר מופלג... עס איז אלעס געלט מיט כבוד... ס'איז א שאד צו שטיין אין ווארט מיט די אברמיסטן, חוץ פון די געפערליכע איסור כפירה וואס איז דא דערין. קוק ווי דער אברהם דרייט זיך ארום קינדערלאז.. מיינסט אז ס'איז פאר אימזינסט? די באשעפער בלייבט נישט שילדיג. דער אפגעפליקטער קולט האט נישט קיין שום ממשיך דרך, געב עס א דור צוויי און עס בלייבט נישט קיין זכר פון די אלע אפיקורסים, מען וועט ניטאמאל וויסן פון זיי צו זאגן. און אונז די הייליגע מאמינים וועלן בלייבן לעולמי עד.
אבער פארפאלן, למעשה האט אברהם גערעדט צו דער זאך. בשעת זיינע קעגנער האבן נאר געשריגן לויזונגען און נישט גערעדט שכל'דיג, האט אברהם פארגעלייגט הארטע טענות מיט סברות. דער עולם האט גרינג אדורכגעזען די דעמאגאגיע פון די מנהיגים, און מענטשן האבן צוביסליך אנגעהויבן זיך צוצוקלעבן צו דעם אברהם און עס איז געווארן א גרויסע סכנה פאר די הנהגה פון נמרוד... און דא האט זיך דא אנגעהויבן די רדיפות...
פארשטייט זיך אז עס איז קודם פאריפן געווארן א דרינגנדע אסיפת רבנים איבער די נייע נסיון הדור, און נישט קיין אנדערע ווי די הייליגע נמרוד אליין האט אויפגעפאדערט און ארויסגעברענגט אז די ס"מ אליין האט זיך מתלבש געווען אין אברהם מיט דעם איינעם ציל אפצופארן די מענטשהייט. עס איז אגב געווען ניכר די ענווה און שפלות וואס האט זיך ארויסגעוויזן מצד נמרוד, ער האט קלאר נאר געמיינט כבוד שמים און נישט געמיינט סתם מענטשליכע כבוד. אנדערש ווי דער אברהם וואס מיינט קלאר נאר זיך.
עס איז ארויסגעקומען א גרויסע קול קורא אינטערגעשריבן דורך אלע רבנים, אז מען טאר נישט האבן חלילה קיין שום מגע ומשא מיט דעם שעדליכן כת און זייער פירער. עס איז אויפגעהאנגן געווארן ריזיגע פאשקעווילן איבער די גאנצע שטאט, און אלע קהילות האבן געשטעלט שטרענגע תקנות. אויב גייט איינער צו דעם אברהם אפילו נאר פאר א קוויטל, אדער אפילו נאר פאר א סעודה אדער א לחיים, פליען גלייך זיינע קינדער פון די מוסדות! דער אברהם האט שוין זיינע קינצליכע וועגן וויאזוי אריינצוריקן זיינע גיפטיגע אפיקורסות בלויז מיטן גיין עסן איין סעודה ביי אים, ותוצאותיו מי ישורנה...
די רדיפות האבן זיך נישט אפגעשטעלט דא, מען האט פיזיש אטאקירט אברהם אויף די גאס. ווי ער האט נאר געגאנגען האט מען אים נאכגעשריגן, ביז עס איז געקומען די ידועה צו די אויערן פון אברהם אז נמרוד זיכט אים אפצורוימען פון וועג, דאן האט ער איינגעזען אז עס איז כלו כל הקיצין און איז אנטלאפן און אריין אין באהעלטעניש.
אבער צו מיינט איר אז אברהם האט זיך אפגעשטעלט נאך די אלע רדיפות?! ניין!!! ער האט איינגעזען א אמת, און איז געגאנגען מיט דעם אין פייער אריין! זאל זיך די גאנצע וועלט איבערקערן, זאל די גאנצע וועלט שרייען אז איך בין משוגה, אויב זע איך קלאר איין אז זיי זענען פיל מיט שקר, די איינציגסטע תירוץ זייערע איז אז מען טאר נישט פרעגן און אז מען קען נישט אלעס פארשטיין, דאן וועל איך נישט איינרוען ביז איך וועל פארשפרייטן די אמת איבער די וועלט, און זען צו לעבן אן אמת'דיגן אויפריכטיגן ערליכן לעבן.
און.... די רעשטע איז היסטאריע.. מען האט דערווישט דעם אברהם, אריינגעווארפן אין א קאלך אויוון.. און!!! ער האט באוויזן לעיני כל העולם אז יש מנהיג לבירה און די גאנצע נמרוד בלאף איז טאקע נישט מער ווי איינגערעדטע חרוסת. עד היום הזה זענען זיינע אייניקלעך פארשפרייט איבער די גאנצע וועלט, יעדער קוקט ארויף און רעספעקטירט די געוואלדיגע קאראדזש און העלדישקייט פון די זיידע אברהם, בשעת די נמרוד דינאסטיע איז שוין לאנג באגראבן מיט די דור המבול און די דור הפלגה אינאיינעם.
אויב לערנען מיט טאקע עפעס ארויס פון די לעבנסגעשיכטע פון אונזער זיידע אברהם, איז דאס אז מען זאל זיך נישט אפשטעלן פון צו דערגיין דעם אמת. אויב קשיות נודזשן דיר אין קאפ זאלסטו דוקה יא גיין און זיכן תירוצים, און אויב זעסטו אז די אלע חברה רעדן נישט צו דער זאך, דאן זאלסטו טון וואס איז ריכטיג צו טון און לעבן די אמת'ע לעבן וואס די האסט אייגעזען אז מען דארף זיך אזוי צו פירן. זאל די גאנצע וועלט שרייען אז די ביסט א כופר, זאלן אלע דיינע חברים שרייען אז מען טאר נישט טראכטן פון אזעלכע זאכן, זאל דיין אייגענע טאטע דיר ווארענען אז די וועסט נישט גוט אפשניידן מיט אזא מהלך, זאלסטו דיך אבער נישט לאזן און שטיין פעלזן פעסט אנטקעגן די גאנצע וועלט, צו לעבן דיין אייגנארטיגע אויפריכטיגע לעבן וואס די האסט איינגעזען אז דאס איז די ריכטיגע וועג צו גיין.