טאקע דאס איז די גרויסע פראבלעם. די ווילסט מסביר זיין די ווייטאג, ער קומט מסביר זיין כבוד בני אדם, וואס דאס האט נישט קיין פרייס טעגאיך אויך האט געשריבן:ס'איז בערך די חילוק צו איינער האט פארדינט א מיליאן דאלער אדער פארלוירן א מיליאן, כאפסט?
קען מען צוריקהאלטן עלטערן פון א קינד'ס חתונה ?
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- יעקב מעקסוועל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 360
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
- האט שוין געלייקט: 930 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל
Re: קען מען צוריקהאלטן עלטערן פון א קינד'ס חתונה ?
זעט אויס איך האב מיר נישט גענוג גוט ארויסגעברענגט.
איך האב נישט געמיינט צוצוגלייכן א בעל תשובה צו אן OTD, עס איז אוודאי צוויי אנדערע זאכן. איך האב נאר געוואלט מאכן א פארגלייך פון מעשיות וואס האבן זיך געענדיגט ביי די זעלבע מצב, דאס הייסט, ביי ביידע איז דא די מציאות פון אן ערליכע קינד, מיט נישט ערליכע עלטערן.
איין מעשה הייבט זיך אן מיט א משפחה וואס איז נישט ערליך, און די קינד ווערט א בעל תשובה. און די צווייטע מעשה הייבט זיך אן מיט אן ערליכע משפחה וואס איין פון די עלטערן איז געגאנגען OTD. אחרי ככלות הכל, האבן אונז ביי ביידע מצבים די שאלה וויאזוי זאל א היימישע בחור זיך באציען צו א טאטע וואס איז נישט ערליך.
און אויף דעם האב איך געזאגט, ביי די בעל תשובה פארשטייט יעדער ער זאל מכבד זיין זיינע עלטערן. אבער ביי די OTD איז עס נישט אזוי. און לענ"ד איז נישטא קיין שום חילוק, חוץ די געפילן וואס ווערן אינוואלווד.
Sent from my SM-G970U using Tapatalk

Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
אמת. ס’איז די געפילן וואס ווערן איוואלווד, און טאקע פון ביידע זייטן סיי פונעם קינד און ארומיגע משפחה כלפי דעם אט’ד, און סיי פארקערט פונעם אט’ד כלפי די פרום געבליבענע משפחה מיטגלידער.
ס’אוודאי נישט קיין כלל און ס’בארעכטיגט אויך נישט גארנישט אבער אפטמאל איז דאס די קעיס.
אבער גלייך עס נישט ממש צו צום פרייען באבע וואס ווישט זיך די טרערן פון התרגשות פון זען אזויפיל פרומע אידן און פריידט זיך מיט די אידישע נחת...

רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
בדרך כלל, א OTD איז איינער וואס האט מחליט געווען אז זיין פריוואטע נייגונג צו א פרייע לעבן, איז עם וויכטיגער ווי זיינע קינדער און משפחה. צומאל איז דא אזעלכע וואס פרובירן מיטשלעפן די קינדער, אבער ווען עס גייט נישט, גייען זיי אליינס און לאזן איבער די קינדער אונטער זיך. עס גייט אים נישט אן די בזיונות וואס זיינע קינדער און משפחה וועלן דורכגיין אין חדר, סקול, ביהמ"ד וכו', ווייל ער שפירט אז זיין לעבן קען אנדערש נישט גיין.יעקב מעקסוועל האט געשריבן:איך וויל נישט אריינרעדן אין די ספעציפישע מעשיות פון מענטשן, ווייל איך בין נישט באקאנט פון דער נאנט. לאמיר נאר רעדן פון ווען איינער איז אראפ פון דרך וכדומה.
די מציאות איז, די עדיטוט ביי אונז קעגן OTD איז זייער נעגאטיוו. קינדער וואס וואקסן אויף אין די קאמיוניטי, וואס האבן א טאטע אדער מאמע וואס איז אוועק געגאנגען, וועלן זיי אפט הערן און זען א נעגאטיווע באציאונג איבער זייער טאטע/מאמע.
אויב עס קומט צו אזא קינד'ס חתונה, און דער חתן וויל נישט זיין טאטע זאל קומען צו די חתונה למשל, איז דאס בכלל א חידוש? פארשטייט זיך אויב האט ער אייביג נאר געהערט נעגאטיוויטי און באשולדיגונגען כלפי זיין טאטע, און ער ווייסט עס איז א "בושה" צו האבן אזא טאטע אין די קהילה, איז צו ערווארטן ער זאל טאקע צושטימען מען זאל נישט רופן זיין טאטע צום חתונה.
לאמיר א מינוט טראכטן פון אן אנדערע מציאות, אויב זאל זיין א בעל תשובה וואס איז געווארן א היימישער איד, און זיין טאטע און זיידע פאר 5 דורות זענען נישט געווען ערליך בכלל, וועט מען רעדן צו אים נעגאטיוו וועגן זיין טאטע און מאמע? קיינמאל נישט. אפילו אויב זיין גאנצע משפחה בלייבט אינגאנצן פריי, וועט יעדער פארשטיין ער זאל זיי מכבד זיין, און יעדער וועט אים רעספעקטירן אויב ער האלט אן א געזונטע רילעשינשיפ מיט זיי.
ווען עס וועט קומען די גליקליכע יום החתונה פון די בעל תשובה, וועט מען אוודאי רופן זיין משפחה, און מען וועט זיי פראבירן צו מכבד ווי ווייט מעגליך לפי המצב.
פארוואס ווען די מעשה איז פארקערט זאל זיין אנדערש? איך פארשטיי די געפילן זענען אנדערש, און מען קען זיין אויפגעברויזט אויף זיי. אבער ווען מען לייגט אוועק די געפילן, און מען קוקט עס בלויז מיט לאגיק, זע איך נאר מען דארף זיי מכבד זיין און זען צו מאכן א קידוש השם. דאס איז לענ"ד אמת סיי אין געווענליכע צייטן, און סיי ביי א חתונה אדער אנדערע ספעציעלע זמנים.
נו, לאמיר פרובירן אים דן זיין לכף זכות, מיט אלע תירוצים שונים, אבער פון די צווייטע זייט האט ער אויסגעשטעלט זיינע קינדער און משפחה, צו אומגעהויערע ווייטאג און שאנדע. עס איז גאנץ פארשטענדליך, פון א מענטשליכע בליק, אז די קינדער און משפחה זאלן זיין אנגעווייטאגט אויף אים, און נישט וועלן אים מוחל זיין.
און ווען ער קומט אן צו א חתונה, מיט קראקאדייל טרערן אז מ'לאזט אים נישט קומען צו זיין קינד'ס א חתונה, איז עס הוילע דעמעגאגיע.