אחד היה אברהם - וואס לערנען מיר פון דעם?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

אחד היה אברהם - וואס לערנען מיר פון דעם?

שליחה דורך שמן למאור »

אונז לערנען אין די פרשת השבוע וויאזוי די זיידע אברהם איז געווען די ערשטע צו אנערקענען גאט, היכר את בוראו!!! די מדרש פארציילט אז ער האט געטראכט און פארשטאנען אז עס קען נישט זיין אז די וועלט איז אליין באשאפן געווארן. עס איז דאך אזוי קאמפלעצירט און הערליך. יעדע צעל פון יעדע באשעפעניש האט דאך ביליאנען פון די ען עי קאודס געשריבן אין זיך. נו.. פינקט ווי א ביך שרייבט זיך נישט פון זיך אליין מוז דאך אויכעט זיין אז איינער האט געשריבן די בוך פון לעבן.. די בוך פונעם שיינעם בריאה... די בוך פון די וועלט!!! צו איז עס די זון..!? אבער א"כ ווער פירט די וועלט ביינאכט?! איז עס די לבנה?! דאן ווער פירט די וועלט בייטאג? און אזוי נאך אסאך מחשבה האט אברהם אבינו איינגעזען אז עס איז דא א באשעפער אויפן וועלט.
(איך האב עס פשוט בעסער ארויסגעברענגט... פארשטייט זיך אז אברהם אבינו האט נאכנישט געוויסט פון קיין די ען עי צו זאגן)

אברהם אבינו איז דאך די צענטראלע אמונה מאדעל אויף וועמען מיר קוקן ארויף. ער איז די ערשטע גר אין היסטאריע, יעדע גר צדק אדאפטירט די נאמען "אברהם" אלטס זיין טאטנס נאמען. כלל ישראל הייבט זיך פאקטיש אהן ביי אברהם אבינו. "אלה תולדות שמים וארץ בהבראם" זאגט די מדרש אל תקרא בהברהם אלא באברהם! די וועלט איז באשאפן געווארן צוליב אברהם!

איך האב געפרעגט מיין קליינע אינגעלע, וואס לערנט מען ארויס פון די גאנצע מעשה פון אברהם אבינו. האט ער מיר געענטפערט אז זיין מלמד האט געזאגט אז מען לערנט זיך ארויס אז מען דארף זיין א ערליכע איד און דינען די באשעפער. ס'טייטש, מען לערנט גאר ארויס פון די גאנצע מעשה אז מען דארף גיין מיט א תמימות און אננעמען אלעס וואס די רבי פארקויפט און נישט פראבירן צו זיין א אויבערחכם און גיין מיט חקירה... ווייל.. קוק ווי די תורה גיבט אפ די גאנצע רעספעקט פאר אברהם פארן זיין די ערשטע מאמין בשם.. דארפן מיר דאך זיכער אויך גיין אין זיינע פיסטריט און זיין ריכטיגע מאמינים און טון אלעס וואס מען הייסט... און נישט טראכטן קיין צוויי...

אבער איז דאס טאקע די מוסר השכל דא?! לאמיר עס אביסל צולייגן:
*
אברהם אבינו איז געבוירן צו גאר א חשובע רבנישע משפחה, צו זיין טאטע תרח, פון די גאר נאנטע צום (אפ)גאט נמרוד. יעדער אונעם דור האט געגלייבט מיט אן אמונה פשוטה אז נמרוד איז (אפ)גאט... תרח האט געהאט א דזשודעיקע געשעפט ווי ער פלעגט פארקויפן תשמישי קדושה. בעיקר געטשקעס צו דינען, ווען מען איז ווייט פונעם (אפ)גאט נמרוד. דער וואס איז אוועק פונעם ריכטיגן גלויבן האט מיאוס אפגעשניטן... ער איז געשטארבן מיט מיתות משונות און געהאט אסאך צרות. ווידערים די גלויביגע האבן געהאט גאר א גוטן לעבן (פארשטייט זיך אז עס זענען געווען יוצא מן הכלל.. אבער וואס פארשטייען מיר דען נמרוד'ס דרכים. עס האט אלעס העכערע חשבונות וואס נישט אלעס קענען אונז קליינע מענטשעלעך פארשטיין)

אברהם אבינו גייט אין חדר און די מלמד פארציילט וויאזוי נמרוד האט באשאפן די וועלט און אז מיט איין וויש מיטן הייליגן מאנטל באווייזט ער אותות ומופתים. אלע קינדער שאקלען מיט די קאפ און קויפן שיינערהייט אפ וואס די מלמד פארקויפט... אבער די קליינע אברעמל האט פייגעלעך אין קאפ... ווער האט באשאפן נמרוד?! קען א מענטש באשאפן א וועלט..?! איי ער באווייזט מופתים..? נו, אפשר האט ער כוחות הטומאה... אדער אפשר טאקע געלאנגט עס נישט אלעמאל און נאר ווען עס ארבייט מאכט מען א מצב דערפון..!?

אברהם ברענגט ארויף די נושא ביי לאנטש.. אבער זיינע חברים שטאפן שנעל צו די אויערן... כופר! כופר! וויאזוי ווייגסטו זיך צו פרעגן קשיות? מען טאר דאך נישט! אברהם טראכט צו זיך.. אקעי.. איך וויל נישט הייסן דא די מאדנע אינגל אבער צו דען זעען זיי נישט איין דאס וואס איך זע? אברהם האט נישט איינגעריט ער גייט נישט זיצן איינגעלייגן בלויז ווייל די באהערדע הייסן! אויב מאכט עס נישט קיין סענס דאן איז עס טאקע בעלאוני! ער איז געגאנגען רעדן צו די נמרוד קירוב רבנים, אויסגעהערט שיעורים פון "אור האמונה הנמרדי" און אויך פארגעלייגט פאר זיין טאטע די אלע קשיות וואס באדערן אים.

נאכן איינזען אז די אלע האבן גארנישט זאכליך צו פארקויפן האט אברהם אנגעהויבן אליין צו גריבלען און האט צוביסלעך איינצוזען די גראבע שקר וואס מען האט אים פארקויפט, וואספארע עולם הדמיון די גאנצע וועלט לעבט אין. ער האט אנגעהויבן צו זאגן אייגענע דרשות און האט אנגעהויבן צו בויען א אייגענע מאוומענט.

פארשטייט זיך אז די געפערליכע נייע קולט איז פארשריגן געווארן דורך די סאמע חשובסטע רבנים. זיי האבן נישט קשיות.. זיי האבן תירוצים!!! זיי ווילן פשוט נישט דינען די הייליגע נמרוד זענען זיי געגאנגען אין געמאכט א נייע רעליגיע מיט עפעס א אויפגעטראכטע אומזעבארע גאט...! און בכלל האסט נישט באמערקט אז פינקט ווען אברהם האט אנגעהויבן צו בויען זיין חסידות איז ער פלוצלינג געווארן פון א בלוטיגן ארעמאן צו א עושר מופלג... עס איז אלעס געלט מיט כבוד... ס'איז א שאד צו שטיין אין ווארט מיט די אברמיסטן, חוץ פון די געפערליכע איסור כפירה וואס איז דא דערין. קוק ווי דער אברהם דרייט זיך ארום קינדערלאז.. מיינסט אז ס'איז פאר אימזינסט? די באשעפער בלייבט נישט שילדיג. דער אפגעפליקטער קולט האט נישט קיין שום ממשיך דרך, געב עס א דור צוויי און עס בלייבט נישט קיין זכר פון די אלע אפיקורסים, מען וועט ניטאמאל וויסן פון זיי צו זאגן. און אונז די הייליגע מאמינים וועלן בלייבן לעולמי עד.

אבער פארפאלן, למעשה האט אברהם גערעדט צו דער זאך. בשעת זיינע קעגנער האבן נאר געשריגן לויזונגען און נישט גערעדט שכל'דיג, האט אברהם פארגעלייגט הארטע טענות מיט סברות. דער עולם האט גרינג אדורכגעזען די דעמאגאגיע פון די מנהיגים, און מענטשן האבן צוביסליך אנגעהויבן זיך צוצוקלעבן צו דעם אברהם און עס איז געווארן א גרויסע סכנה פאר די הנהגה פון נמרוד... און דא האט זיך דא אנגעהויבן די רדיפות...

פארשטייט זיך אז עס איז קודם פאריפן געווארן א דרינגנדע אסיפת רבנים איבער די נייע נסיון הדור, און נישט קיין אנדערע ווי די הייליגע נמרוד אליין האט אויפגעפאדערט און ארויסגעברענגט אז די ס"מ אליין האט זיך מתלבש געווען אין אברהם מיט דעם איינעם ציל אפצופארן די מענטשהייט. עס איז אגב געווען ניכר די ענווה און שפלות וואס האט זיך ארויסגעוויזן מצד נמרוד, ער האט קלאר נאר געמיינט כבוד שמים און נישט געמיינט סתם מענטשליכע כבוד. אנדערש ווי דער אברהם וואס מיינט קלאר נאר זיך.

עס איז ארויסגעקומען א גרויסע קול קורא אינטערגעשריבן דורך אלע רבנים, אז מען טאר נישט האבן חלילה קיין שום מגע ומשא מיט דעם שעדליכן כת און זייער פירער. עס איז אויפגעהאנגן געווארן ריזיגע פאשקעווילן איבער די גאנצע שטאט, און אלע קהילות האבן געשטעלט שטרענגע תקנות. אויב גייט איינער צו דעם אברהם אפילו נאר פאר א קוויטל, אדער אפילו נאר פאר א סעודה אדער א לחיים, פליען גלייך זיינע קינדער פון די מוסדות! דער אברהם האט שוין זיינע קינצליכע וועגן וויאזוי אריינצוריקן זיינע גיפטיגע אפיקורסות בלויז מיטן גיין עסן איין סעודה ביי אים, ותוצאותיו מי ישורנה...

די רדיפות האבן זיך נישט אפגעשטעלט דא, מען האט פיזיש אטאקירט אברהם אויף די גאס. ווי ער האט נאר געגאנגען האט מען אים נאכגעשריגן, ביז עס איז געקומען די ידועה צו די אויערן פון אברהם אז נמרוד זיכט אים אפצורוימען פון וועג, דאן האט ער איינגעזען אז עס איז כלו כל הקיצין און איז אנטלאפן און אריין אין באהעלטעניש.

אבער צו מיינט איר אז אברהם האט זיך אפגעשטעלט נאך די אלע רדיפות?! ניין!!! ער האט איינגעזען א אמת, און איז געגאנגען מיט דעם אין פייער אריין! זאל זיך די גאנצע וועלט איבערקערן, זאל די גאנצע וועלט שרייען אז איך בין משוגה, אויב זע איך קלאר איין אז זיי זענען פיל מיט שקר, די איינציגסטע תירוץ זייערע איז אז מען טאר נישט פרעגן און אז מען קען נישט אלעס פארשטיין, דאן וועל איך נישט איינרוען ביז איך וועל פארשפרייטן די אמת איבער די וועלט, און זען צו לעבן אן אמת'דיגן אויפריכטיגן ערליכן לעבן.

און.... די רעשטע איז היסטאריע.. מען האט דערווישט דעם אברהם, אריינגעווארפן אין א קאלך אויוון.. און!!! ער האט באוויזן לעיני כל העולם אז יש מנהיג לבירה און די גאנצע נמרוד בלאף איז טאקע נישט מער ווי איינגערעדטע חרוסת. עד היום הזה זענען זיינע אייניקלעך פארשפרייט איבער די גאנצע וועלט, יעדער קוקט ארויף און רעספעקטירט די געוואלדיגע קאראדזש און העלדישקייט פון די זיידע אברהם, בשעת די נמרוד דינאסטיע איז שוין לאנג באגראבן מיט די דור המבול און די דור הפלגה אינאיינעם.
*
מיר דאכצעך עפעס, אז די מוסר השכל פון די גאנצע מעשה איז גאר עפעס אנדערש ווי דאס וואס די מלמד האט אויסגעלערנט פאר מיין זון אין חדר. דער מלמד וויל אנכאפן די שטעקן פון ביידע זייטן. פון איין זייט וויל עס באגריסן די פאקט אז אברהם אבינו איז געווען א רעבעל און איז געגאנגען אנטקעגן אטאריטעט און זיך נישט געלאזט פון די אלע כופרים פון יעדע דור. אבער פון די אנדערע זייט וויל ער אז 'אונז' זאלן יא גיין בתמימות און אפקויפן פאר גוט געלט אלעס וואס די 'היינטיגע נמרוד'ס' פארקויפן אונז...

אויב לערנען מיט טאקע עפעס ארויס פון די לעבנסגעשיכטע פון אונזער זיידע אברהם, איז דאס אז מען זאל זיך נישט אפשטעלן פון צו דערגיין דעם אמת. אויב קשיות נודזשן דיר אין קאפ זאלסטו דוקה יא גיין און זיכן תירוצים, און אויב זעסטו אז די אלע חברה רעדן נישט צו דער זאך, דאן זאלסטו טון וואס איז ריכטיג צו טון און לעבן די אמת'ע לעבן וואס די האסט אייגעזען אז מען דארף זיך אזוי צו פירן. זאל די גאנצע וועלט שרייען אז די ביסט א כופר, זאלן אלע דיינע חברים שרייען אז מען טאר נישט טראכטן פון אזעלכע זאכן, זאל דיין אייגענע טאטע דיר ווארענען אז די וועסט נישט גוט אפשניידן מיט אזא מהלך, זאלסטו דיך אבער נישט לאזן און שטיין פעלזן פעסט אנטקעגן די גאנצע וועלט, צו לעבן דיין אייגנארטיגע אויפריכטיגע לעבן וואס די האסט איינגעזען אז דאס איז די ריכטיגע וועג צו גיין.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

זייער שיין :like :like :like

האסט נאר פארגעסן צוצוטשעפן מיין תגובה וואס האט אויפגעוועקט דעם בער פון שלאף https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 51#p446051

למעשה גערעדט זענען די אלע אויפגעקלערטע מאמינים גארנישט בעסער פון דיין זוהן'ס רבי אין חדר, ממארשירט פאראויס מיט זיכערע טריט ביז מ'קומט אן צו א ליניע פון וואו מ'עקשנ'ט זיך נישט צו גיין ווייטער. כ'האב א חבר צ.ב. וואס האלט זיך פאר א שפיץ אויפגעקלערטער, ער איז מקפיד אויף סוף זמן תפילה, גייט מיט תכלת, און לכאורה נאך נארישקייטן מיט וואס איך בין נאכנישט באקאנט. בקיצור, פרעגט ער מיר אמאל היתכן פארוואס איך גיין נישט מיט קיין תכלת, ווייל הגם די חרדיש'ע עסטעבלישמענט רבנים זאגן אז ס'נישט די ריכטיגע חילזון/תכלת ווייסן מיר דאך אז זיי זענען נישט גערעכט איז עס דאך ממש א ביטול מצוות עשה דאורייתא, נישט ווייניגער ווי מצה און שופר בלאזן!* האב איך איהם געזאגט אז ס'איז טאקע פונקט ווי שופר בלאזן, וואס כאטש וואס אין די תורה שטייט אז מ'דארף בלאזן שופר זענען די רבנים געקומען און אונז געזאגט אז ווען ראש השנה געפאלט אום שבת זאל מען זיך אנפייפן, די זעלבע זאך מיט תכלת... (דאס איז אויסערדעם וואס בדרך כלל טראג איך אינגאנצן נישט קיין ציצית, און א טלית קטן איז דאך סתם אזוי פטור פון ציצית... ענדיוועיס) אונטערשטע שורה, פונעם גאנצן שמועס דארט איז געבליבן אז איך בין אן אפיקורס און איך זאל נישט רעדן מיט זיינע קינדער, ברוך שפטרני.

*מיר זענען נישט אריין אין די גאנצע שמועס איבער די אויטענטישקייט פונעם מורעקס סנעיל ווייל לכאורה קען איך די סוגיא בעסער פון איהם, איך אליין פלעג אויך גיין מיט תכלת ביז כ'האב איינגעזעהן וואס כ'האב איינגעזעהן, פשוט די תכלת איז געווען פון די גרינגסטע זאכן אפצולאזן, מצה און שופר זענען טאקע שפעטער נאכגעקומען :P
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: אחד היה אברהם - וואס לערנען מיר פון דעם?

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

שטארקע ארטיקל! אבער אינעם זעלבן תורה ווי עס ווערט באשריבן אברהם, אין די זעלבע תורה שטייט אויף כל מיני אופנים אז מען זאל גלייבן מיט אמונה. סא ס'איז נישט דיין יונגלס מלמד, ס'איז בלויז אפאר בלעטער שפעטער אינעם ביך...

ועוד, אויב די מעשה מיט אברהם לערנט דיר אויס צו טראכטן אליינס, און די קומסט צו צום מסקנא (וואס אלע חוקרים קומען צו) אז תורת משה איז... בקיצור. איז לויט דעם הייבט זיך בכלל נישט אָן קיין מוסר הסכל פון אברהם, ווייל ס'איז נישטא קיין צד צו זאגן אז דער האט בכלל עקזיסטירט. פאַראַדאָקס!

וחוזר הדין, לא ראי זה כראי זה, ולא ראי זה כראי זה...
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

@רביה"ק זי"ע וואס איז דיין ליניע וואס די ביסט יא אריבער מיט א פעסטקייט...?

בד"וו, וואס האסט געטוהן מיט דיין אלטע תכלת? ווי אזוי ביסטו שמור מן החטא יעצט...?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

Re: אחד היה אברהם - וואס לערנען מיר פון דעם?

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

עצי wow!

צוזאמגעדרייט, זאגסט גוטע סברות. אבער אויב נעמט אן אז די היינטיגע נמרוד'ס פארקויפן נישט די זעלבע אמונה פון אברהם אבינו, פאלן ביידע דיינע טענות אוועק.

Sent from my SM-G970U using Tapatalk
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:זייער שיין :like :like :like

האסט נאר פארגעסן צוצוטשעפן מיין תגובה וואס האט אויפגעוועקט דעם בער פון שלאף https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 51#p446051
:P
יא.. כ'דארף פארציילן פארן עולם די השתלשלות הדברים. נאך מיין ארטיקל וואס איך האב געשריבן אנהייב וואך וועגן די פארגלייך פון די סדום בעטן צו אונזער סעסייעטי, האט מיר @רביה"ק געשיקט אין אישי די אויבנדעמאנטע לינק... און אונז זענען אריין אין א שטיקל טענה'ריי. למעשה זענען אונז געקומען צו די מסקנה אז כו"ע מודה אז די שרייבער פון די שירות האט געמיינט אויפגעקלערטקייט, נאר די חרדים פארדרייען עס צו פראקלאמירן פארמאכטקייט.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

וואלווי האט געשריבן:@רביה"ק זי"ע וואס איז דיין ליניע וואס די ביסט יא אריבער מיט א פעסטקייט...?
ס'איז אלעס בעלאוני.. רביה"ק האט זיך אויך זיינע ליניעס און אברהם אבינו האט אויך געהאט.
די מוסר השכל איז טאקע דאס, אז מען זאל דאך נאכגיין נאך די מסקנות אפגעזען פון די פאקט אז עס איז דא ליניעס וואס וועלן דיר מעגליך אפהאלטן...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: אחד היה אברהם - וואס לערנען מיר פון דעם?

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

יעקב מעקסוועל האט געשריבן:עצי wow!

צוזאמגעדרייט, זאגסט גוטע סברות. אבער אויב נעמט אן אז די היינטיגע נמרוד'ס פארקויפן נישט די זעלבע אמונה פון אברהם אבינו, פאלן ביידע דיינע טענות אוועק.

Sent from my SM-G970U using Tapatalk
זיי פארקויפן נישט, נישט די אמונה פון אברהם אבינו, און נישט די אמינא פון נמרוד (אין א געוויסן זון אפשר יא), זיי פארקויפן ויאמינו בה' ובמשה עבדו.

איך פארשטיי נישט פארוואס מיינע סברות זאלן אוועק פאלן אויב די היינטיגע נמרוד'ס פארקויפן אן אנדערע סארט אמינא ווי אברהם.

מיין פוינט איז, אויב די לערנסט דיך פון אברהם איז נישטא קיין אברהם, איז נישטא פון וועם זיך צו לערנען.. בסך הכול קענסטו זאגן אז דער כאראקטער אברהם איז א באלערנדע געדאנק.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

צאמגעדרייט, ס'איז נישט אמת אז אלע חוקרים קומען צו אז תורת משה איז...
מען קען האלטן אז תורת משה איז אמת און דאך זענען די אלע היינטיגע זאכן בול. מען קען למשל נעמען פאר א מוסר השכל פון אברהם אז ער האט זיך נישט געפארכט צו טון וואס ער האט געהאלטן פאר ריכטיג. און לפי דעם אויך נישט מורא האבן צו לאזן די ווייב זיך וואקסן די האר אדער דרייוון א קאר, (אויב זעסטו איין אז דאס איז די ריכטיגע וועג פאר דיר צו גיין) אפגעזען די היץ וואס די גייסט באקומען דערפאר...
וכדומה וכדומה.. כהאב נאר געגעבן א קליינע משל.

ועוד אפילו די וואס קומען צו אז תורת משה... דאן איז טאקע אברהם א אויסגעטראכטע פיגור. אבער דאך פארציילן די מלמדים די מעשה, וואס די מחבר דערפון האט קלאר געוואלט שטיפן אויפגעקלערטקייט (הגם ער האט געהאלטן אז דאס וועט דיר יא ברענגען צו די זעלבע מסקנות ווי דאס וואס ער האלט, אזוי ווי אלע פריערדיגע ראשונים ביז די תלמידי בעש"ט וואס האבן אלע געטון אין חקירה) וא"כ אז מען שטיפט יא צו טראכטן (וואס דאס איז באמת וואס די שכל איז אליין מחייב, מען ניצט נאר א שיינע מעשה ארויסצוברענגען די שיינקייט און ריכטיגקייט דערפון, אזוי ווי יעדע נאוול וואס האט א שיינע מוסר השכל) נו.. קען מען דאס שוין יעצט נעמען צום נעקסטן לעוול...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ס'דא א צימישעניש בנוגע אברהם אבינו'ס סוגיא פון יש מנהיג לבירה מיט א שואל וואס פרעגט מנלן. אברהם אבינו דער חוקר איז געקומען זיכען א תירוץ, ער האט זיך געמוטשעט ביז ער האט געטראפן. דאס איז געווען זיין שטארקייט, א חכם איז ער טאקע געווען, אבער ער האט געוויסט אז א מענטש דארף זיין א מקבל האמת ממי שאמרו, און ס'האט פאר עם פיין געארבעט. פון די אנדערע זייט איז דא אסאך שואלין פון צעמישעניש אדער ווייטאג וואס די חקירות דרייען זיך ארום די צורך צו ערפילן א לאך. אז די חקירה פילט די לאך דעמאלטס דארף מען נישט קיין תירוץ, מ'זוכט עס טאקע נישט, און פארשטייט זיך אליינס אז מ'קומט קיינמאל נישט אן קלוגער צו ווערן דורך אן נעמען עפעס א מהלך.

אז מ'וויל זיך אנהענגען אין אאע"ה דארפן זיין אז מ'זוכט א תירוץ, ווייל אויב מ'זוכט קשיות וואס ווייטאג ארויס פון די "אז מ'פרעגט איז מען אן אפיקורס" דאקטריין, בלייבט די מטרה אפ צו פרעגן די ארגינייזד רעליגיע און מ'וואקסט קיינמאל נישט ווייטער. דאס איז די כונה פון חז"ל אחד היה אברהם וכו' הוא אברהם צדיק מתחילתו עד סופו וכו' אז פון די ערשטע חקירה ביז די לעצטע מינוט האט ער נאר געזוכט אן ערליכען געזונטע וועג און דעריבער האט ער דאס געטראפן. אז מפרובירט נאך מאכען אברהם אבינו קען מען נישט נעמען נאר נאקעטע קשיות, ווייל אויב יא בלייבט מען נאר מיט דאס, און פרעגען קשיות אויף גאט און רעליגיע איז נישט גענוג פאר א מענטש צו מצליח זיין געזונטערהייט.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

זארג זיך נישט וועלוול, דער עולם האט ענטפערס, אינגרויסן, אוי ווי מ'האט ענטפערס! מ'פארכט זיך פשוט זיי ארויסצושרייבן. אנדערע פארכטן זיך אפילו זיי צו טראכטן, ממש ווי אין סאוויעט רוסלאנד.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:זארג זיך נישט וועלוול, דער עולם האט ענטפערס, אינגרויסן, אוי ווי מ'האט ענטפערס! מ'פארכט זיך פשוט זיי ארויסצושרייבן. אנדערע פארכטן זיך אפילו זיי צו טראכטן, ממש ווי אין סאוויעט רוסלאנד.
העי, דאס האט געדארפט בלייבן צווישען מיר און דיר. נאך איינמאל די פאקסט דא ארויס מיין שגץ'ל פון הארץ, הער איך אויף קומען צו דיר זונטאג פאר confession....

God bless
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
מי ימצא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 156
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 7:06 pm
געפינט זיך: וואו טאקע?!
האט שוין געלייקט: 366 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל

שליחה דורך מי ימצא »

האבן די טיטשערס געלערנט אזוי פשט: 'אחד היה אברהם' סהאט געדארפט זיין נאר איינער וואס טרעפט די ריכטיגע וועג. און מיר אלע דארפן שפאנען ווייטער אויף דעי וועג, וואס דאס מיינט 'פאלגטס'.

און אויב איינער א אונטער חכם, האט זיך גענומען די חוצפה צו זאגן אז זי לערנט ארויס אנדערש, האט זי זיך אויפגעשטעלט מיט א כעס און געשריגן " טאקע וועגן דיך האט סאטמער רב נישט געלאזט מיידלעך לערנען "... ... ...
אשת חיל מי ימצא, ורחק מפנינים מכרה. בטח בה לב בעלה, ושלל לא יחסר.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

מי ימצא האט געשריבן:האבן די טיטשערס געלערנט אזוי פשט: 'אחד היה אברהם' סהאט געדארפט זיין נאר איינער וואס טרעפט די ריכטיגע וועג. און מיר אלע דארפן שפאנען ווייטער אויף דעי וועג, וואס דאס מיינט 'פאלגטס'.

און אויב איינער א אונטער חכם, האט זיך גענומען די חוצפה צו זאגן אז זי לערנט ארויס אנדערש, האט זי זיך אויפגעשטעלט מיט א כעס און געשריגן " טאקע וועגן דיך האט סאטמער רב נישט געלאזט מיידלעך לערנען "... ... ...
אינטערסאנט, די איינציגסטע גאונות'טע וואס האט גע'פסק'נט שאלות ביי יודען איז געזעצן אינטער א טייטלבוים...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

וואלווי האט געשריבן:אינטערסאנט, די איינציגסטע גאונות'טע וואס האט גע'פסק'נט שאלות ביי יודען איז געזעצן אינטער א טייטלבוים...
דאס איז נאך געווען אין די צייטן פון שופטים, יעצט איז צייטן פון דיקטאטורן...
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:זארג זיך נישט וועלוול, דער עולם האט ענטפערס, אינגרויסן, אוי ווי מ'האט ענטפערס! מ'פארכט זיך פשוט זיי ארויסצושרייבן. אנדערע פארכטן זיך אפילו זיי צו טראכטן, ממש ווי אין סאוויעט רוסלאנד.
איי... דאס כפירה איז גרויס... און דאס ליצנות איז נאך גרעסער... לול.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

נישטא קיין בעסער דור ששפטו את שופטיו ווי היינט. די היינטיגע דיקטאטורן קענען זיך פארשטעקען פאר די שופטים הימים ההם.

זיי דיך מהנה דיין זעהל און לייען אביסל שופטים
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

עצי שטים האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:זארג זיך נישט וועלוול, דער עולם האט ענטפערס, אינגרויסן, אוי ווי מ'האט ענטפערס! מ'פארכט זיך פשוט זיי ארויסצושרייבן. אנדערע פארכטן זיך אפילו זיי צו טראכטן, ממש ווי אין סאוויעט רוסלאנד.
איי... דאס כפירה איז גרויס... און דאס ליצנות איז נאך גרעסער... לול.
דאס איז די סייד עפעקט פון ליצנות, ס'מאכט קאלט די כפירה אויך...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

אברהם שטייט, האט אויסגעטרייט יעדע סארט ע”ז ביזן אנקומען צום אמת, וואס איז געשען ביי...
ביי די דריי יאר. בן שלש הכיר אברהם את בוראו.
ווידער דו גייסט זוכן און זוכן ביז וועסט זיך טרעפן מיט א ווייסע בארד אדער אן אלטן אויסגעקראכענעם קאפ און זוכן די אמת מיט א פרישקייט while די שטייסט מיט איין פוס אין קבר. לאדיך אפ.
שאף דיר א זשוינטעלע, אביסעלע ווייסע שטויב, שפאציר אריין אין bar (מיט ס’ווייב שטייטצעך..) באשטעל און אייז קאלטן ביר והשתייה כדת, ביז מארגן אינדערפרי וועסטו האבן פארגעסן פונעם אמת, לעב דיין לעבן וויאזוי ס’שמעקט דיך, וויאזוי גייסט אינזשויען, וויאזוי ס’איז דיר באקוועם און פערטיג!!


עהה חס ושלום. זוך זוך גענישט אויף!! און לאמיר וויסן די פיינדינגס!
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

מתבודד האט געשריבן:אברהם שטייט, האט אויסגעטרייט יעדע סארט ע”ז ביזן אנקומען צום אמת, וואס איז געשען ביי...
ביי די דריי יאר. בן שלש הכיר אברהם את בוראו.
ווידער דו גייסט זוכן און זוכן ביז וועסט זיך טרעפן מיט א ווייסע בארד אדער אן אלטן אויסגעקראכענעם קאפ און זוכן די אמת מיט א פרישקייט while די שטייסט מיט איין פוס אין קבר. לאדיך אפ.
שאף דיר א זשוינטעלע, אביסעלע ווייסע שטויב, שפאציר אריין אין bar (מיט ס’ווייב שטייטצעך..) באשטעל און אייז קאלטן ביר והשתייה כדת, ביז מארגן אינדערפרי וועסטו האבן פארגעסן פונעם אמת, לעב דיין לעבן וויאזוי ס’שמעקט דיך, וויאזוי גייסט אינזשויען, וויאזוי ס’איז דיר באקוועם און פערטיג!!


עהה חס ושלום. זוך זוך גענישט אויף!! און לאמיר וויסן די פיינדינגס!
וואס מיינסטו אברהם אבינו האט געטוהן? ער האט געטריפט ביינאכט אויף די שטערנס....
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

מתבודד האט געשריבן:אברהם שטייט, האט אויסגעטרייט יעדע סארט ע”ז ביזן אנקומען צום אמת, וואס איז געשען ביי...
ביי די דריי יאר. בן שלש הכיר אברהם את בוראו.
ווידער דו גייסט זוכן און זוכן ביז וועסט זיך טרעפן מיט א ווייסע בארד אדער אן אלטן אויסגעקראכענעם קאפ און זוכן די אמת מיט א פרישקייט while די שטייסט מיט איין פוס אין קבר. לאדיך אפ.
שאף דיר א זשוינטעלע, אביסעלע ווייסע שטויב, שפאציר אריין אין bar (מיט ס’ווייב שטייטצעך..) באשטעל און אייז קאלטן ביר והשתייה כדת, ביז מארגן אינדערפרי וועסטו האבן פארגעסן פונעם אמת, לעב דיין לעבן וויאזוי ס’שמעקט דיך, וויאזוי גייסט אינזשויען, וויאזוי ס’איז דיר באקוועם און פערטיג!!


עהה חס ושלום. זוך זוך גענישט אויף!! און לאמיר וויסן די פיינדינגס!
דיין מהלך האט אויך א געוויסע אמת אין זיך... יעדער מיט זיין אמת... די ווארט איז נישט אמת ווס. שקר, קען מען דען וויסן די אמת? יעדער קומט דאך צו, צו אנדערע מסקנות.. די ווארט איז נאכגיין נאך וואס די שכל זאגט און נישט מורה האבן פון קיינעם... גאר ענדליך צו וואס די זאגסט... לול.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

פאר ווער ס'וויל האבן דעם ארטיקל אין א גליון פארמאט צו קענען ליינען שבת אין ס'מעדרעש און עס דערנאך אריינריקן פאר א פארמאכטע חבר...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

@עצי שטים,

Wow לכבודך מוז איך מיר איינהאנדלען א נייעם פרינטער ס'זאל זיין שטענדיג לעת מצוא צו ארויספרינטן דיינע הערליכע ארטיקלעך און עס קענען ליינען שב"ק ביים ליינען בין גברא לגברא.
פארשפארט