שידוכים קריזיס - ערגער געווארען

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1379 מאל

שידוכים קריזיס - ערגער געווארען

שליחה דורך היסטאריע »

מען האט אמאהל גערעדט וועגען א שידוכים קריזיס ביי די ליטווישע, בנוגע די מיידלעך דוקא, מען האט אמאהל גערעדט וועגען א שידוכים קריזיס ביי חסידים, אז עלטערע בחורים ריקען זיך נישט. אבער מער ווייניגער האבען רוב מענטשען געטוהן שידוכים פאר די צוואנציג.

דער לעצטער צוויי יאר איז עס ערגער געווארען פי כמה. איינער זאגט מיר בשם דור ישרים אז עס איז דא זיבעציג פראצענט ווייניגער בקשות ווי פריער. און עס איז דא צענליגער טויזענט בחורים און מיידלעך פין די היימישע מוסדות וואס בלייבען שטיין, אהן קיין שום סיבה וואס מען קען אנווייזען אז עפעס איז ראנג, כלומר, נישט קיין פיזישע פראבלעם, נישט קיין מענטעל פראבלעם, נישט קיין רוחניות'דיגע פראבלעם, געהעריגע אין דער באקס בחורים און מיידלעך וואס בלייבען אהן א שידוך און זענען שוין 21. אין הכי נמי, נישט די מצויינים, די בחורים מצויינים וועלען געוועהנליך צוכאפט ווערען, צומאל אפילו ווען די משפחות וואלטען זיך נישט משדך געוועהן פאר די לעצטע פיפציג יאר, זעהט מען היינט שידוכים פין משפחות, וועןדער בחור איז א בחור א מצויין, ד.ה. א בחור א בעל מדות וואס איז א למדן און א יר"ש, ווערט ער פארכאפט תומ"י, אבער דער געווענליכע בינוני, אדער אפילו א בעסערע בינוני, און אזוי אויך ביי די מיידלעך, וואס דארט איז נישט שווער צו זיין א מצויינת, רוב מיידלעך זענען גוט, זיצען זיי אפ היינט, און דער עולם טוט פשוט נישט קיין שידוכים.

וואס איז געשעהן? מען רייבט זיך דער גרויסע שטערען, און מען טראכט, קיינער ווייסט נישט, קאוויד? סתם? איך ווייס אויך נישט. אפשר ווייסט איינער דא??

ר' חיים שמערלר פין צאנז אר"י, א גרויסער גאון און חכם בין אדם לחבירו, האט געמאכט א ארג. הגפן, וואס גיבט זיך אפ מיט שידוכים אין אר"י, און צאלט עקסטערע פאר שדכנים אויף א שידוך וואס זיי פירען אויס, איז דא יעצט, און גייט ארום האלטען דרשות בנוגע דער ענין, און פראבירט אויפצוטוהן למען הכלל.

קען מען הערען זיין דרשה דא, ער רעדט אדורך דער נושא בטוט"וד, נישט קיין גרויסע חידושים און עצות וויאזוי צו לעזען דער פראבלעם, אבער דאך רעדט ער וועגען דעם, מען זאל פראבירען צו העלפען איינער דער אנדערע וויפיל מען קען בנוגע דער ענין, ווען איינער האט א קינד אין שידוכים זאל איר פראבירען צו רעדען מיט אים וואס ער זוכט, און אפשר געבט אים אהן עצות וועמען ער קען נעמען. אזוי איז מען מחזק דער לב נשבר וכו'.

פאר זיין דרשה איז דא פתיחה פין רב באלד, רב באלד דער ארגענזאטיר פין ארגון שיעורי תורה רעדט דארט מיט א געוויסע חן און תמימות, ווי ער פארציילט זיין פערזעהליכע עפאכע פין אויספירען א שידוך פין א עלטערע בחור און מיידל פין בערך 26, און ווי לאנג און וויפיל צייט עס האט גענומען, אלץ נאר צו פועל'ן ביי די עלטערען דער בחור זאל זיך טרעפען מיט דער מיידל. ער רעכנט דארט אויס אפאר פראבלעמען און פונקטען וואס לדעתו זענען די גורם פין דער עצירת שידוכים.

א. קשה לזווגן כקריעת ים סוף (רח"ק).
ב. רב שטרנבוך, עס פעלט שדכנים, כלל ישראל איז געוואקסען, און שדכנים זענען געבליבען דער זעלבער כמות.
ג. זיידעס דארפען העלפען די אייניקלעך טרעפען שידוכים.
ד. טאטעס פין זוהן זאלען זיך דורכשמועסען צוזאמען וועגען דער ענין.
ה. נאך יעדעס אסיפה וועגען דער ענין ווערען שידוכים פין זיך אליין.
ו. דער מצב איז פיל ערגער געווארען, יעדעס ישיבה און מיידל שולע דארף האבען א אפיס מיט א שדכן.
ז. הנהלת הישיבה און מיידל שולעס, לא די זיי העלפען נישט, שטערען זיי נאך און בארעדען בחורים און מיידלעך און שטערען שידוכים. (אמת?).
ח. יעדער קען העלפען, נישט דורך שרייען אויף דער עלטערען היתכן ביסט פיקי, חס ושלום, נאר מען דארף זיי פראבירן צו העלפען דורך אריין טראכטען וואס קען טאקע שטימען.
ט. שדכנים שיקען סתם נעמען אין די וועלט אריין, אימעיל מיט פיפציג נעמען אבי געהאקט.
י. א שדכן דארף פארברענגען יומם ולילה אויף א שידוך ביז עס געשעהט.
יא. נישטא קיין מדריכים צו זאגען א בחור וויאזוי אומצוגיין ווען ער טרעפט א מיידל.
יב. מען דארף ספענדען און קאלעקטען ביליאנען און צאלען שדכנים פול טיים זיי זאלען עוסק זיין און פראבירן צו מאכען גוטע שידוכים לשביעת רצון פין די עלטערען, קיינער האלט עס נישט ביים טוהן, ווייל מען צאלט נישט דערפאר.


דאס איז אין א נאטשעל וואס ער זאגט, וואס האלט דער עולם?
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים

דער אשכול פארמאגט 46 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר