ווער באקומט מער שכר?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16635
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18952 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19291 מאל

ווער באקומט מער שכר?

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך עפן דעם אשכול, אין ליכט פון עטליכע אנדערע אשכולות, און פון מחשבות וועלכע איך טראכט שוין יארן...

למשל, דא אין דעם אשכול זעה מיר אז מען איז דזשעלעס אויף ערליכע אידן, וועלכע לעבן אין זייערע ד' אמות של הלכה, אבער כדרכו של תורה, זה בונה וזה סותר, אנדערע פרעגן אים אפ און גלייכן ליבערשט צו זיין מעורב בין הבריות ובחיי העולם הזה, טראץ דעם וואס מען דארף זיך שווערער ראנגלען מיטן יצר, און גלייך דערויף ענטפערט מען אים אפ אז אדרבה, כל הגדול מחבירו יצרו גדול הימנו, וכו', עיי"ש.

לאמיר זעהן, רבותי. ווער גייט באקומען מער שכר אויף יענער וועלט, די תורה אידן וועלכע זענען אין ביהמ"ד און ווייקן זיך בדביקות בה', אדער די פשוט'ע נהנה-מיגיע-כפו אידן?

איך וועל נעמען א משל. ווער גייט באקומען א גרעסערע עולם הבא, איך, אדער דער הייליגער בארדיטשוב'ער?..

און לאמיר זיך מסביר זיין -

מען האט אמאל פארציילט פארן הייליגן קדושת לוי זי"ע אז אינעם געגנט געפינט זיך א פריץ וועלכער געניסט פון אלע תאוות עוה"ז, אן קיין שום אפהאלט. לדוגמא, ער גלייכט זייער צו גליטשן אויף די שניי מיט א שליטן, איז זומער ווען עס איז נישטא קיין שניי, קויפט ער איין ריזיגע בערג מיט צוקער כדי ער זאל קענען דערויף גליטשן וויפיל זיין הארץ גלוסט... דער בארדיטשוב'ער צדיק הערט זיך צו, און גיט א פרעג, און "חנוכה ליכט" האט ער שוין אמאל געצינדן?

נעמליך, דער הייליגער בארדיטשוב'ער האט געשפירט א בעסערן טעם אין די חנוכה ליכט פי כמה ווי דער פריץ אין אלע זיינע תאוות גשמיים.

עס איז אויך באקאנט פונעם בארדיטשוב'ער אז די ערשטע נאכט סוכות האט ער נישט געקענט שלאפן פאר גרויס התרגשות און עקסייטמענט פאר די מצווה פון אתרוג בענטשן, און האט צובראכן די גלאז פון זיין שאנק ביים וועלן ארויסענעמען דעם אתרוג... און מוצאי יו"ט האט ער ווייטער נישט געקענט שלאפן, ער איז געווען מלא התרגשות צו לייגן תפלין אויפצומארגענס, וועלכע ער האט שוין נישט געלייגט במשך דעם גאנצן יו"ט.

אזוי אויך אנדערע צדיקים, וועלכע האבן זוכה געווען צו דעם "עולמך תראה בחייך", און צום "שכר מצוה מצוה", און געפילט א צוקער-זיסן טעם אין עבודת ה', און אין א בלאט גמרא, זיי האבן זיך פשוט נישט געקענט אפרייסן פון תורה ומצוות, "מתוקים מדבש ונופת צופים" איז געווען א רעאליטי. ס'איז אויך ידוע ווי ערליכע אידן האבן זיך נישט געקענט שיידן פון דער סוכה, עד כדי כך, אז איינמאל זענען א קבוצה אידן געבליבן דערין און זענען בדרך נס אוועקגעפלויגן צו א ווארימע פלאץ.

אודאי איז עס נישט אנגעקומען גרינג פאר זיי, זיי האבן געהארעוועט דערויף, דער הייליגער קאמארנער שרייבט אז ווען ער האט געלערנט אין אנהויב האט ער געשפירט "אלף פעמים טעם מיתה"!!, אבער עווענטועל האבן זיי דאס אדורכגעבראכן, און אנגעקומען צום להתענג על ה', לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו, אויף א אופן וואס מיר קענען קוים משיג זיין.

יא, און איך. איך - און נאך טויזענטער אידן אינאיינעם - האלט נאך ביים סאמע אנהויב, און שפיר נאך א טעם מיתה ביי יעדע מצוה. ווען נישט איך מוז צינדן חנוכה ליכט, וואלט איך עס נישט געטון. איך האב נישט קיין שום תאווה דערצו, און נאכן צינדן קוק איך כסדר אויפן זייגער ווען די האלבע שעה ענדיגט זיך... און איך וואלט אזוי אויך נישט געשאקעלט אתרוג, און נישט געשלאפן אין די קאלטע אדער הייסע סוכה. איך שפיר נישט קיין שום געהויבענע הרגש דערין (בושתי ונכלמתי, אבער פאקט איז פאקט). אבער איך טו עס יא, פשוט צו מקיים זיין די מצוות וועלכע איך בין באפוילן, אדער כדי לקיים "ועשית ככל אשר יורוך".

אצינד, קומען די 2 אידן ארויף אויפן עולם העליון. איינער האט אפגעלעבט א לעבן ווי עס ברויך צו זיין, (א רז"ל פילאפף למשל). און איך שטיי אין דער זייט פארשעמט, ווי אזוי מיין לעבן האט אויסגעקוקט, כ'האב א גאנצע "טובה געטון" דעם רבש"ע מיט מיינע מצווה'לעך, פול מיט מחשבות זרות...

אבער דאן בליצט אויף א געדאנק אין מיין מחשבה. חז"ל לערנען אונז, "לפום צערא אגרא". ווי מער מען מוטשעט זיך, אלס מער שכר באקומט מען! אין אבות דרבי נתן ברענגט ער "אחד בצער ממאה שלא בצער", כידוע. איין מאל אויפשטיין אויסגעמוטשעט צו סוף זמן קר"ש, איז הונדערט מאל חשוב'ער ווי עסן פיש מיט קאטשעניו לכבוד שב"ק. קומט אויס אז איין מצוה'לע פון מיר, איז פיל מער חשוב ווי די מצוות פון די צדיקים וועלכע האבן פשוט ליטערעלי געהאט א תאווה דערצו!

איז למעשה אונטערשטע שורה, ווער באקומט מער שכר??
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר