די טרויעריגע געשיכטע פון זוהר ארגוב ז"ל

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
[NAMELESS]

די טרויעריגע געשיכטע פון זוהר ארגוב ז"ל

שליחה דורך [NAMELESS] »

זוהר עורקבי איז געבוירן געווארן אום יולי 6 1955 אין ראשון לציון זייענדיג דער בכור צו זיין פאטער עובדי' וועלכער איז געווען פון די עולי תימן, ער האט חתונה געהאט צו ברכה צברי און געהאט א קינד מיטן נאמען גילי, ער האט געארבעט אלס א קאנטראקטאר, ער האט ארויסגעגעבן אינאיינעם מיט זיין ווייב צוויי לידער וועלכע זענען ברייט באקאנט געווארן איבערן לאנד, דאן האט ער זיך געטוישט זיין נאמען פון עורקבי צו ארגוב זאגנדיג אז עס שטימט אים בעסער אויס און עס הערט זיך שענער און אויך וויבאלד דאן איז אין איזראעל געווען א שטארקע מעסטונג אין אפשטאם און די תימנים זענען גאר שטארק באקריוודעט געווארן און מיטן תימנ'עם נאמען עורקבי וואלט ער נישט געקענט אנקומען צו ווייט אלס זינגער.

ער איז געווען א גאר קוריאזער מענטש, אין 1978 איז ער ארעסטירט געווארן פארן באלעסטיגן א מיידל, ער איז באשטראפט געווארן מיט דריי יאר תפיסה, ווען ער איז באפרייט געווארן האט ער זיך צוטיילט פון זיין פרוי און אנגעהויבן זיך באשעפטיגן נאר מיט מוזיק, ער איז אריין אין די מוזיקאלישע גרופע צלילי העוד וועלכע איז אנגעפירט געווארן דורך יהודה קיסר, ער איז ארומגעפארן אין די גאנצע מדינה זינגען יעדע נאכט ביי קלאב'ן און מאלצייטן, עס האט זיך אנגעהויבן פאר אים א גלעצנדע קאריערע פון פאפולערע מוזיק, ער האט זיך ערלויבט א ריזיגן .

זייענדיג אין לאס אנזשעלעס בערך 1983האט ער אנגעהויבן נעמען קאוקעין, ער איז געווארן אזוי צוגעבינדן צו דעם דראג אז ער האט פשוט אויפגעהערט קומען רעקארדירן זיינע זאכן אין סטודיא, מען פלעגט אים אראנזשירן קאנצערטן און ער פלעגט נישט ערשיינען, ער איז געווען צוגעבינדן צו די סחורה מיט זיין הארץ און נשמה.

ער האט באקומען פילע שונאים אין לאנד אבער זיין מוזיק האט נאך געשפילט אין גרויסן און זיינע אלבומ'ס זענען פארקויפט געווארן אין די הונדערטער טויזנטער, פילע געסער אין לאנד האבן באקומען נעמען פון זיינע לידער, ער איז אריבער אן ערהוילונג פון די דראגס אבער איז גלייך צוריקגעפאלן, ער האט פארלוירן זיין געלט און אריין אין טיפע חובות און דאן ווען ער איז איינמאל אנגעשיכור'טערהייט געגאנגען צו זיין פריערדיגן ווייב ברכה צברי בעטן אויב זי וויל צוריקקומען צו אים איז ער ברוטאל אנגעקלאפט געווארן דורך איר מאן וועלכער איז אויך געווען א פאליציי מאן.

מען האט אים ווידער ארעסטירט פארן גנב'ענען א ביקס פון א פאליציי מאן און נאך דריי חדשים האט מען אים באפרייט אויף א שבת, זונטאג דערנאך האט א מיידל אים אנגעקלאגט אז ער האט איר פרובירט צו באלעסטיגן און ער איז אריין אין תפיסה צוריק אויף א האלבן יאר.

דריי וואכן פאר זיין באפרייאונג האט ער אנגעהויבן פארפירן אין תפיסה אז ער מוז ארויסגיין, ווען דער שומר האט אים נישט אויסגעהערט האט ער זיך געהאנגען אין תפיסה מיט זיין העמד.

אלע זינגערס אין לאנד האבן אים און באוויינען נאך היינט, ער איז געווען דער וואס האט ארויפגעברענגט דעם סטיל פון מזרחי מוזיק אין לאנד און אלע זינגערס זענען זיינע תלמידים, פילע אלבומ'ס זענען ארויסגעקומען פון זיינע רעקארירונגען שוין נאך זיין טויט, ער האט געלעבט א לעבן פון צער און ווייטאג אויסגעמישט מיט פאפולעריטעט.

זאל ער רוען אין גן עדן.
באניצער אוואטאר
זבולון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 542 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל

שליחה דורך זבולון »

איך גלייך אויך זייער זיינע ניגונים, קיינמאל געהערט זיין טרויעריגע היסטוריה.

עס שיינט ווי ער איז פון די סארטן נשמות וואס קענען נישט לעבן במנוחה נכונה, נישט אויך דער וועלט און נישט אויף די קומענדיגע וועלט.
אין - כי הכל הבל
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

אינעם יו טוב לינק שרייבט איינער אז ער האט זיך נישט געהאנגען, ער האט זיך דערשטיקט פון שליים צוליב די פילע פילן וואס די שוטרים האבן אים אריינגעלייגט אין מויל.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

זבולון האט געשריבן:איך גלייך אויך זייער זיינע ניגונים, קיינמאל געהערט זיין טרויעריגע היסטוריה.

עס שיינט ווי ער איז פון די סארטן נשמות וואס קענען נישט לעבן במנוחה נכונה, נישט אויך דער וועלט און נישט אויף די קומענדיגע וועלט.

קרייניצ'ער רבי זצוק"ל וואלט זיך באלעקט מיט אים
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

געעענדיגט וואטשען א דאקומענטערי איבער זהר'ס ז"ל לעבן וואס איז ארויס לרגל 30 יאר פון זיין טויט ''זוהר ארגוב: סוף עצוב וידוע מראש''. די פילם פארט קונצליך צווישן ביידע קעגנזייטיגע אספעקטן ופון זוהר, פון איין זייט- דער מעגא-סטאר וואס האט סוקסעספול אויפגעבראכען די לאנגיעריגע מויערן וואס האבן באגרעניצט די תימנע און ספרד'ישע מיוזיק אין איזראעל און דער העלד פון הונדערטע טויזענטע ביזן היינטיגן טאג. פון דער אנדערע זייט- א קרימינעל, נאַרקאׁמַאן און נאכאנאדע רעיפער און באלעסטיגער וואס איז (ווארשיינליך) באגאנגען זעלבסמארד אין תפיסה זייענדיג אין א ביטערע נידעריגע סיטואציע. זוהר אליין האט אויך פארמאגט צוויי זייטן, אן איידעלע און גוטע נשמה אין נאטור וואס איז אריבער א ביטערע שווערע יוגנט פון וואס ער איז ארויס אומסטאביל און מיט קרימינאלע און נידעריגע נייגונגען.
אויך אינטערסאנט די פראגן וואס זיי ברענגען ארויף איבער זיין טויט און צו ער האט זיך טאקע גענומען דאס לעבן.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 1053 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל

שליחה דורך מונטסורי »

יהורם האט געשריבן:https://www.youtube.com/watch?v=kGoYq_TN5FY
טרויעריג, נשמה׳דיג!!

יישר כחכם פארן באשרייבען און פאר די לינק! קיינמאל נישט געהערט פון אים ביפאר.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שאלתיאל האט געשריבן:געעענדיגט וואטשען א דאקומענטערי איבער זהר'ס ז"ל לעבן וואס איז ארויס לרגל 30 יאר פון זיין טויט ''זוהר ארגוב: סוף עצוב וידוע מראש''. די פילם פארט קונצליך צווישן ביידע קעגנזייטיגע אספעקטן ופון זוהר, פון איין זייט- דער מעגא-סטאר וואס האט סוקסעספול אויפגעבראכען די לאנגיעריגע מויערן וואס האבן באגרעניצט די תימנע און ספרד'ישע מיוזיק אין איזראעל און דער העלד פון הונדערטע טויזענטע ביזן היינטיגן טאג. פון דער אנדערע זייט- א קרימינעל, נאַרקאׁמַאן און נאכאנאדע רעיפער און באלעסטיגער וואס איז (ווארשיינליך) באגאנגען זעלבסמארד אין תפיסה זייענדיג אין א ביטערע נידעריגע סיטואציע. זוהר אליין האט אויך פארמאגט צוויי זייטן, אן איידעלע און גוטע נשמה אין נאטור וואס איז אריבער א ביטערע שווערע יוגנט פון וואס ער איז ארויס אומסטאביל און מיט קרימינאלע און נידעריגע נייגונגען.
אויך אינטערסאנט די פראגן וואס זיי ברענגען ארויף איבער זיין טויט און צו ער האט זיך טאקע גענומען דאס לעבן.
דרך אגב, א דאנק פארן צולינקן צו איינע פון מיינע ערשטע ארטיקלען אויף קאווע שטיבל. איך האב דאס טאקע אפגעשריבן נאכן זען דיין אויבנדערמאנטער דאקומענטאר.
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

ער האט א זוהן גילי וואס איז אויכעט געפלאגט מיט פראבלעמען ער איז געווען אויף די the voice פראגראם און איז ארויס אינדערמיט
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

האב איך טאקע געזעהן אז היינט איז זוהר'ס יארצייט
ווער עס וויל קען לערנען א פרק משניות אדער זאגן א קאפיטל תהילים וועט עס זיין אן עליה פאר זיין נשמה.

קרעדיט: איינער האט מיך גע'אישי'ט
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

שליחה דורך כספי »

לעצטנס הער איך כסדר א הערליכע ניגון זיינס 'הפרח בגני', זוכנדיג צו איינער רעדט פון דעם בין איך אנגעקומען צו דעם אשכול, זייער טרויעריג

דא איז עס מורא'דיג אפגעשפילט דורך מקהלת רביבו (וואס איז אגב גאר א פיינעם מקהלה, זיי רופן זיך 'פרויקט של רביבו')
https://www.youtube.com/watch?v=PbnyBesrAs4
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

Re: די טרויעריגע געשיכטע פון זוהר ארגוב ז"ל

שליחה דורך שאלתיאל »

הפרויקט של רביבו איז זייער גוט! כ'הער זיי ווען כבין אין די מוט פון מזרח תיכוני מוזיק. זייערע ענערגישע קבלת שבת חאפלא'ס איז עפעס ספעציעל

https://youtu.be/xR68U4Bc-9c?si=_UB7uK7PnQ2tiLfL
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
פארשפארט