איז זעלדין געוועהן א טעות?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

מהר"א ביי זיין תהילים/פאליטיק שיעור...

דברות קודש קילורין לעינים... לול :lol: :lol: :lol:
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ער האט א שטיקל פאונט. אפילו זעלדין איז שטארק אויף קריים טאקע, און אויך שטייט ער בעסער חכמי די עקאנאמיע, דאך איז די פייער געווען hyped up. מ'האט פארקויפט חינוך, די מענטשן וואס האבן גפייערט פאר זעלדין, ברענט נישט ספעציעל די חינוך. נאר ס'איז די בליק אז ער וועט ראטעווען די ביטערע מצב ווי אזוי ווי ביי טראמפ. אויב מ'וואלט געקוקט אויף זעלדין אין א פראקטישע וועג, אז קריים און עקאנאמי איז די מציאות, און נישט געדמיון'ט אז ער איז עתיד פון כלל ישראל וואלט עס נישט געווען הניח מעתיו כל קרן הצבי.

וואס שטימט נישט איז, אז טראמפיזם איז טאקע hype, אבער פון ווייסט ר' אהרן צו איידענטיציפרן hype...?

יבא בעל ה'hype ויעיד על בעל ה'hype...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ס'איז מיר א חידוש אז דא און אנדערע פלעצער איז מען נאר פארנומען צו אנאליזירן די נאכווייען פון די אומערווארטעטע האוקעל'ס געווינס, מען האט ניטאמאל אנגעגרייט א plan B ווי אזוי כלל ישראל גייט זיך א עצה געבן מיט די גזירות החינוך,
די לעצטע האפענונג צו קענען ממשיך זיין אונזער אידישקייט אין אמעריקע איז געווען א "זעלדין" פירערשאפט אבער יעצט אז ער האט פארלוירן ווי אזוי גייט מען פון דא ווייטער ??

ווי עס זעהט אויס דארף מען אויסווארטן נאך אפאר וואכן, ביי די כ"א כסלו מסיבות וועלען מיר הערן די קול מלחמה במחנה אלע גזירות מבית ומחוץ בא"י ובחו"ל, און וואס די ציבור זאל טוהן מכאן ולהבא !!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

לול
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

קהל'ס נער האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:אנטי אבארשען גזירה? די קאורט האט סה"כ געזאגט אז עס איז אפ טו די סטעיטס און אז די פעדעראלע רעגירונג האט נישט וואס אריינצירעדן אין דעים, וואס די אלץ ליבערטעריען וואלסטו אויך געדארפט אזוי האלטן.
און ווען א קאנסערוועטיוו געשטימטע געריכט גיבט ארויס א געזעץ אז האבן קנעכט איז "אפ טו די סטעיטס און די פעדעראלע רעגירונג האט נישט וואס אריינצורעדן בלאה בלאה בלאה" וואלסטו אויך אזוי געזאגט? איך נישט. דאס איז נישט ליבערטעריעניזם נאר ליבערשט אנארכיזם, און נישט סתם אנארכיזם, נאר ריגרעסיוו אנארכיזם. !Bro, א מענטש וויל מאכן אן עבארשן, וואס איז דיין פראבלעם? אבי געמאכט א געזעץ וואס האט נישט קיין שום פשט על פי דעמאקראטיע און איז בלויז באזירט אויף רעליגיעזע אנשויאונגען. ווייסט, אויב שוין יא אנארכיזם זאל עס גיין ביידע וועגן, די גרינע סחורה אדער געי מעררידש איז זיי נישט איינגעפאלן צו זאגן אז ס'איז "אפ טו די סטעיטס", דאס איז נישט ליבערטעריעניזם און אויך נישט אנארכיזם, דאס איז א קריסטליכע Theocracy ווי דו זאגסט.
מה ענין עבדים אצל הפלות?
א זאך וואס איז בעיסד אויף קאנסטיטושינעל פרייהייט רעכטן, אזוי ווי סלעווערי און רייט אוו טשאויס, איז עס די פליכט פון די פעדעראל ריגורינג דאס פראטעקאן
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

פון וואנעט נעמסטו דאס אז Right of choice איז באזירט אויף די קאנסטיטוציע?
און בכלל יעדע זאך וואס איז באזירט אויף די קאנסטיטוציע איז נאכנישט די קאנסטיטוציע!
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

חתם סופר האט געשריבן:.
בקיצור, לויט די פאשקעוויל שרייבער האט מען געדארפט וואוטען פאר האוקעל "ווייל זי גייט מילא געווינען" (אגב, חכם לאחר המעשה אלערט)

פארשטיי איך נישט, וואס איז די פוינט פון וואוטען אויב דארף איך וואוטען פאר די געווינער?
און פארוואס זאל די געווינער מיך בכלל אנקיקען אויב זי וואלט מילא געווינען אן מיך?
לשיטתו, קען מען געהעריג צוריק גיין צי די פריץ-מאשקע עפאכע, דעמאלטס איז אסאך בעסער געוועין פאר יודן, ווייל קיינער האט נישט געוואוט אקעיגן די פריץ!

א מין טיפשות'דיגע סאwלאזער אויסברוך....
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

חתם סופר האט געשריבן:.
אונטערשטער שורה: געדענקט!! מהר''א איז דער מציל הדור! אויב גייט עס גוט פאר אידן איז עס נאר ווייל מ'פאלגט אים, און אויב גייט עס שלעכט איז עס נאר ווייל מ'האט אים נישט געפאלגט!.....


שוין לאנג נישט געלאכט אזוי שטארק..
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קהל'ס נער האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:.
בקיצור, לויט די פאשקעוויל שרייבער האט מען געדארפט וואוטען פאר האוקעל "ווייל זי גייט מילא געווינען" (אגב, חכם לאחר המעשה אלערט)

פארשטיי איך נישט, וואס איז די פוינט פון וואוטען אויב דארף איך וואוטען פאר די געווינער?
און פארוואס זאל די געווינער מיך בכלל אנקיקען אויב זי וואלט מילא געווינען אן מיך?
לשיטתו, קען מען געהעריג צוריק גיין צי די פריץ-מאשקע עפאכע, דעמאלטס איז אסאך בעסער געוועין פאר יודן, ווייל קיינער האט נישט געוואוט אקעיגן די פריץ!

א מין טיפשות'דיגע סאwלאזער אויסברוך....
לפי קט שכלי קומט דאס צוליב דעם ווייל ביי אונז רעכענט מען סוקסעס און הצלחה לויט וואס דער-עולם טוהט אויב איין טאג וועט רוב עולם גיין מיט א שטריימעל הויעך צוויי שטאק וועט יעדער אזוי טוהן ווייל אויב נישט איז ער א דורכפאל, ביי אונז איז נישטא קיין לוזער'ס און מיר גייען נישט מיט קיין לוזער'ס, אויב עפעס איז נישט געגאנגען זיין וועג, ווערט ער פארנעבעכט און א נעבעך וויל קיינער נישט זיין.....
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:פון וואנעט נעמסטו דאס אז Right of choice איז באזירט אויף די קאנסטיטוציע?
און בכלל יעדע זאך וואס איז באזירט אויף די קאנסטיטוציע איז נאכנישט די קאנסטיטוציע!
יאפ. א יעדע זאך וואס איז באזירט אויף די קאנסטיטוציע איז א חלק פון די קאנסטיטוציע.

בנוגע אבארשאן איז אזוי, אין 1973 האט די סאפרים קאורט גע'פסק'נט אין די קעיס פון:

In Roe v. Wade, the Supreme Court decided that the right to privacy implied in the 14th Amendment protected abortion as a fundamental right.

אויף דעם ארויף, האט די קאורט היי יאר גע'פסק'נט אין די קעיס פון:

Dobbs v. Jackson Women's Health Organization, a landmark decision of the U.S. Supreme Court in which the court held that the Constitution of the United States does not confer a right to abortion

געזעץ, סיי פעדעראלע און סיי סטעיט, דארף זיין אויסגעהאלטן לויט די קאנסטיטוציע. ס'דא צווי חלקים אין געזעץ, statuary law and common law, די statuary מיינט די געשריבענע געזעץ אזוי ווי קאנסטיטושינס אראפ ביז לאקאל געשריבענע געזעץ, common איז כעין תשובה ספרים, דאס מיינט אז מ'נוצט precedent געזעץ וואס איז געפסקנט געווארן אין קאורט און מ'איז מדמה מילתא למילתא. ביידע אופנים איז באזירט אויף די קאנסטיטושאן אזוי צו אזוי. אפי' די סטעיט רעכטן פאר אייגענע געזעצן גופא איז א יסוד אין די פעדעראלע קאנסטיטושאן. זעהסט דאך ביי roe vs Wade ווי מ'האט יעצט מפלפל געווען אין precedent צו די ערשטע פסק איז געווען אויסגעהאלטן קאנסטיטושינאלי אדער נישט. די עיקר צדדים זענען צו ס'איז דא א רעכט פאר פריוואטקייט אדער נעמט איבער די לעבן רעכט. פון דארט ווערט עס קאמפערט צו קאנסטיטושאן גופא, און א יעדע ריכטער טייטש עס אויס לויט זיין פארשטאנד, ווייל ער האט אויך די קאנסטיטושינאל רעכט אפ צו טייטשן געזעצן. אן אריינגיין אין די סוגיא פון אבארשאן אליינס, איז קלאר אז דאס איז א געהעריגע חקירה ווי אזוי מ'טייטש אפ די קאנסטיטושאן. אזוי א יעדע פסק. הגע בעצמך,וואס טוט א געזעץ און קאורט אויב ס'נישט א קאנסטיטוציאנאלע פראגע? אפי' א פארקינג טיקעט איז א ווייאלעישאן פון statuary law פון דעם מיוניסיפעליטי. אזוי אויך pro choice vs pro life איז א קאנסטיטוצילע שאלה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום וואלווי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

נייגעריג צו ווען זעלדין וואלט געוואונען, וואס וואלט דעמאלט געווען דער טעות?
נייגעריג ווי זענען די אלע חכמים געווען פאר די עלעקשאנס שרייען וועגן דעם 'טעות'?
נייגעריג צו ר' אביגדור מילער איז אויך מושפע געווארן פון טראמפיזים?

הערטס אויף האקן אין טשייניק.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

המלוכה והממשלה האט געשריבן:פון שמעון ראלניצקי:

די מערכה קעגן האקול האט נישט געהאט קיין הענט און פיס.
.
נארישקייטן!
אויב האוקעל וויל איז העלפן ווי איז זי געוועין ביז יעצט?
אינז זעמיר נישט איר נער, ווייז אז די טיסט פאר אינז וועלן מיר געיבן די וואוט, אינז האבן גארנישט פארלוירן פון אינדורסן זעלדין, אונז האבן דוקא פארדינט מיטן איר וויזן אז אינז קענען ארויסברעינגען מאסן מענטשן, און אויב וויל זי זיך פארזיכערן מיט איר בעינקל אין 2026 זאל זי אינז נישט איגנארירען.

דעי גאנצע מגילה פון שמעון ראלניצקי (המכונה ר.ש. כהן #בערלבעלעגלה-אלערט)
איז מיט א שלוש-שבועות-טאון-נוסח-גלות-יוד.

ולהאוקעל אמר, ניין, מיר וועלן זיך נישט לאזן פארפירן פון דיינע ספינערייען, ברעינג א רעזומעי מיט וואס די האסט געטין פאר אינז וועלן מיר דיר שטיצן, און אז נישט וועלן מיר קאמפיינען אקעיגן דיר און דיר פארשעימען בריש גליה.

און שמעון פאר דיר, אינטערעסאנט אלע רבנים זענען נאאיוו אחוץ מהר"א, ס'שמעקט אביסל ווי די האסט אג'ענדע, וואס איז גארנישט ווראנג מיט דעים, אבער ספין אינז נישט ווי כאילו די קימסט פון א ריין פראגמאטישע שטאנדפונקט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קהל'ס נער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

חתם סופר האט געשריבן:
גייט נאך האקול קוקן אויף אונזער זייט? אויב האט האקול ביז יעצט נאך געטרייט אביסעל אונז צו געפעלן וועט זי דאס יעצט אויך נישט טוהן, און קארגע פאר טויזענט אהרונישע שטימעס גלייב איך נישט מאכט אסאך אויס אין א פארמעסט פון מיליאנען.
מ'קען מיינען אז ביז איצט האט זי יא געקוקט אויף אונזער זייט. זי האט געטון וואס ס'האט איר געטויגט און זי וועט ווייטער טון ווי ס'טויגט איר.
קענסט אבער זיין זיכער אז דעמאקראטישע פירערשאפט איז אויפגעשאקעלט געווארן פון די לעצטע אלעקשאנס. חרד'ישע וואוטס זענען געווען די וואס האבן דעסיידעט די אוטקאם פון כאטש דריי קאנגרעשינאל רעיסעס: NY 17, NY 18 & NY 19. יעדע פון זיי האט געוואנען מיט עטליכע טויזענט שטימען און אין זיי קען זיך ווענדן ווער ס'האט די מעזשאריטי אין קאנגרעס. זי וועט באקומען ארדערס פון די דעמאקראטישע הויכע פענסטער זיך נישט צו פאר טשעפענען צו שטארק מיט אונז, ווייל דאס קען האבן א ווייטגרייכענדע אפעקט.

ווען נישט די זעלדין אנגעדרייעכץ וואלט קיינמאל נישט ארויסגעקומען אזויפיל אידן וואוטן און יעצט האט מען געוויזן וואס מיר זענען אומשטאנד אנצומאכן
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

שמעון וואלף האט געשריבן: מ'קען מיינען אז ביז איצט האט זי יא געקוקט אויף אונזער זייט. זי האט געטון וואס ס'האט איר געטויגט און זי וועט ווייטער טון ווי ס'טויגט איר.
וואו איז האוקעל געוועהן ביז יעצט?

וואס הייסט וואו? דא! זי איז אייביג דא געוועהן!

די דעמאקראטן זענען אייביג דא צוהעלפן מינארעטיס און אימיגראנטן (נישט נאר שווארצע און שפאנישע נאר א שטייגער ווי מיינע עלטערן וואס זענען ביידע אימיגראנטן) זינט די צווייטע וועלט קריג ווען טרומאן האט געפענט די טויערן פאר די אידן. און שפעטער די קענעדי-דזשאנסאן אדמינסטראציע וואס האבן געטוהן אלעס אין די וועלט צוהעלפן די רוסישע-רומענישע אידן ארויס קומען under the iron curtain פון די קאמוניסטישע רעזשים וואס האט דאן געוועלטיגט אויף אוקריינא און רומעניע (א שטייגער ווי מיין מאמעס גאנצע משפחה וואס וואס איז געבליבן שטעקן אין חוסט-מארמארוש-אוקריינא נאך די מלחמה און דורך גרויס דרוק פון די קענעדי אדמיניסטראציע אויף רוסלאנד האבן זיי געפענט די טויערן פאר צענדליגער טויזנטער אידן און זיי געלאזט ארויסגיין קיין ארץ ישראל אדער אמעריקע, מיין זיידע און זיין שוואגער און אלע זייערע קינדער האבן דאן אימיגרירט קיין ארץ ישראל און שפעטער קיין אמעריקע).

די דעמאקראטן האבן אייביג געגעבן אלע פראגראמען וואס די ארימע אידישע אימיגראנטן האבן זיך באנוצט, די רעפובליקאנער האבן אלץ געפייט מיט ציין און נעגל קעגן דעם. און נאר אזוי האבן זיי געקענט דורכלעבן. און דעריבער זענען רוב אידן אין אמעריקע דעמאקראטן ביזן היינטיגן טאג.

ביי די קאוויד געלעטער האט קיין איין איינציגע רעפובליקאנער נישט געוועלט פארדעם! וויפל געלט האבן די היימישע מוסדות באקומען? וויפל געלט איז אריינגעפלאסן געווארן צווישן אחבנ”י אין פריוואטע ביזנעסעס? וואו איז האוקעל פרעגסטו? נאכנישט געוועהן אזא געלט פארגיסונג אין די היסטאריע פון די כדור הארץ!

וואו זענען די רעפובליקאנער??? וואס האבן זיי געטוהן פאר אידן? ביז נישט לאנג צוריק האבן זיי געשריבן אין זייערע פארקס אין די סאוט “קיין אידן, קיין שווארצע, קיין הונט ערלויבט” - ממש פונקט וואס זייער גאט יאשקע האט געזאגט וויאזוי מ’דארף זיך אויפפירן צו אנדערע מענטשען…

און אז ס׳קומט שוין יא א פאליטשאון און בעט שיינערהייט פאר די וואוטס און זאגט צו א אפענע טיר, שפרינגט מען איר אין פנים אריין????

וואס זאגסטו די חסידים האבן געוויזן זייער כח?

גייטס ווייטער אזוי אן! וועלטס אריין די רעפובליקאנער, קיין תועבה וועלן ענק נישט האבן אבער קיין פודסטעמפס, מעדיקעיט, סעקשאן 8, וואוטשערס, און אלע אנדערע פראגראמען פאר די מוסדות וועלן ענק נישט באקומען!
און אויב איז דא איין כלל וואס יעדע חי׳ און בהמה אויף די וועלט האט זיך אויסגעלערענט איז:
“Don't 'Bite the Hand That Feeds You”

שמעון ראליניצקי איז הייליג גערעכט!

דיסקלעימער: איך נעם נישט קיין איין פרוטה פון די גאווערמענט, פארקערט גאר, איך באצאל שטייערן יעדעס יאר. אבער רוב היימישע אידן וואס איך קען פערזענליך, נעמען שוין איינמאל און קענען נישט דורכלעבן אנדעם!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

ווען נישט די זעלדין אנגעדרייעכץ וואלט קיינמאל נישט ארויסגעקומען אזויפיל אידן וואוטן און יעצט האט מען געוויזן וואס מיר זענען אומשטאנד אנצומאכן

אמת. די שאלה איז אבער, ווער פארדינט פין דעם? אפאר יחידים אנדרייערס, אדער אונז אלץ א כלל.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
עסקן בדברים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 22, 2013 10:41 am
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל

שליחה דורך עסקן בדברים »

פרעגן אויב זעלדין איז געווען א טעות איז די זעלבע ווי פרעגן אויף א חולה ואס מ' האט אריינגעפירט אין שפיטאל מיט שמאלע chances עס צו דורכמאכן, און ער האט עס נעבך נישט דורכגעמאכט, אויב ס' געווען א טעות איהם אריינצופירן אין שפיטאל.
אמת מארץ תצמח
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

שבת אחים האט געשריבן: די דעמאקראטן האבן אייביג געגעבן אלע פראגראמען וואס די ארימע אידישע אימיגראנטן האבן זיך באנוצט, די רעפובליקאנער האבן אלץ געפייט מיט ציין און נעגל קעגן דעם. און נאר אזוי האבן זיי געקענט דורכלעבן. און דעריבער זענען רוב אידן אין אמעריקע דעמאקראטן ביזן היינטיגן טאג.

ביי די קאוויד געלעטער האט קיין איין איינציגע רעפובליקאנער נישט געוועלט פארדעם! וויפל געלט האבן די היימישע מוסדות באקומען? וויפל געלט איז אריינגעפלאסן געווארן צווישן אחבנ”י אין פריוואטע ביזנעסעס? וואו איז האוקעל פרעגסטו? נאכנישט געוועהן אזא געלט פארגיסונג אין די היסטאריע פון די כדור הארץ!

וואו זענען די רעפובליקאנער??? וואס האבן זיי געטוהן פאר אידן? ביז נישט לאנג צוריק האבן זיי געשריבן אין זייערע פארקס אין די סאוט “קיין אידן, קיין שווארצע, קיין הונט ערלויבט” - ממש פונקט וואס זייער גאט יאשקע האט געזאגט וויאזוי מ’דארף זיך אויפפירן צו אנדערע מענטשן…
און אז ס׳קומט שוין יא א פאליטשאון און בעט שיינערהייט פאר די וואוטס און זאגט צו א אפענע טיר, שפרינגט מען איר אין פנים אריין????

וואס זאגסטו די חסידים האבן געוויזן זייער כח?

גייטס ווייטער אזוי אן! וועלטס אריין די רעפובליקאנער, קיין תועבה וועלן ענק נישט האבן אבער קיין פודסטעמפס, מעדיקעיט, סעקשאן 8, וואוטשערס, און אלע אנדערע פראגראמען פאר די מוסדות וועלן ענק נישט באקומען!
און אויב איז דא איין כלל וואס יעדע חי׳ און בהמה אויף די וועלט האט זיך אויסגעלערענט איז:
“Don't 'Bite the Hand That Feeds You”

שמעון ראליניצקי איז הייליג גערעכט!

דיסקלעימער: איך נעם נישט קיין איין פרוטה פון די גאווערמענט, פארקערט גאר, איך באצאל שטייערן יעדעס יאר. אבער רוב היימישע אידן וואס איך קען פערזענליך, נעמען שוין איינמאל און קענען נישט דורכלעבן אנדעם!
אין הכי נמי אמאל זענען די דעמאקראטן גוט געווען פאר יודן, למעשה היינט זענען זיי נישט גוט און ווערן שוין אנטי ישראל און אנטיסעמיטיש געשטימט און זיי נעמען אריין די גאנצע לאנד אין ערד אריין (איי קאוד נאט קעיר לעסס עבאוט תועבה, פון מיין זייט קענען זיי ליגעליייזען אשת איש און משכב בהמה אויך).

לגבי קאוויד, לא מעוקצך ולא מדובשך, מיר דארפן נישט זייער געלטער ווען די פרייז פאר דעם איז געווען לאזן שטארבן אסאך עלטערע יודן, זיין איינגעשפארט אינדערהיים, אונטערברענגען ביזנעסעס וכו', היינו דאמרי אינשי Thanks, No thanks.

אין הכי נמי די אמאליגע ריפאבליקאנער זענען געווען ראסיסטן, למעשה די היינטיגע זענען נישט, פארקערט, די דעמאקראטן זענען גאר די ראסיסטן.

און אז האוקעל בעהט א וואוט אן גארנישט געבן פאר אונז אויף צי באקומען אונזער וואוט, קומט איר א הילכיגן פראסק אין פנים אזויווי זי האט טאקע באקומען למען ישמעו ויראו, מיר זענען מער נישט קיין צאן-לטבח'ניקעס, אונז האמיר שוין אמאל געטרייט די מהלך און ס'האט זיך אויסגעלאזט זייער ביטער.

אוודאי האבן אונז געוויזן אינזער כח, שטערקער פון משה דוד נידערמאן אדער וועלכע עסקן'ס עסקנות, איז אריין אדער ארויס וואוטען א פאליטישאן, ווען א פאליטישאן ווייסט אז זיין בענקל ליגט ביי אינז כחומר ביד היוצר שטעלט ער זיך פיין צו.

יעצט פוד סטעמפס מיט אלע פראגראמען גייט נישט אוועק, ווען די רעפאבליקאנער ווילן עס ווען אוועקנעמען וואלט זיי עס שוין געקענט טוהן אינטער טראמפ.

יעצט וועגן פאנדינג פאר די מוסדות, אויב די רעפאבליקאנער קומען קומט סקול טשויס, וואס דאס איז אסאך אסאך מער געלט פון די אלע ביינדלעך וואס מען ווארפט אינז צו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום קהל'ס נער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יעדע נארמאלע מענטש האט געוויסט אז בדרך הטבע געווינט האוקעל, עס איז געווען א גאר א קליינע ווייטע טשענס אז זעלדין וועט ארויסקוועטשען עפעס, אנדערש ווי ביי די מעיאר רעיס וואס ביים אינדארסען יענג האט מען זיך איינגערעדט אז ער האט א שטארקע טשאנס, גיב א קוק אין אייוועלט ווי רוב עולם איז געווען פאר זעלדין האבן זיי געמאכט אן אנקעטע פאר די וואלן צו זיי האלטן אז זעלדין גייט געווינען, גאנצע פופציג פראצענט האט געשטימט אז ער גייט ווארשיינליך פארלירן און אפילו הכי וואויט מען פאר עם.

די רבנים האבן גענומען א נייע מהלך אין פאליטיק און די קומענדיגע טעג און חדשים וועלן זאגן אויב דאס איז געווען די ריכטיגע מהלך.

שמעון איז נאריש ביז גאר, כמעט ווי זיין רבי, צו זאגן אז דאס איז געקומען אומאויסגערעכנט און מיט א ווילדקייט. די אלע קהילות, בפרט סאטמער וויליאמסבורג, זענען נאך אזוי הונגעריג פאר געלד ווי זיין רבי, און זייערע ארומיגע פארשטייען נאך אזוי גוט צו די ענגלישע שפראך ווי שמעון'נען וואס ער פראבירט זיי צו מאכן ווי דום קעפ כאילו זיי האבן פשוט נישט פארשטאנען וואס זי רעדט.... אפילו הכי האבן זיי מחליט געווען צו איר נישט אינדארסירן.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

ביז היינט האט אונזער וואוט נישט אויסגעמאכט, האט מען פראבירט צו מאכן כאילו עס טוט אויף, האט מען געוואוט פאר דער וואס גייט געווינען. היינט אבער מאכט עס שוין יא אויס.

ר' אהרן פארשטייט באמת נישט פארוואס קיינער האט נישט פארשטאנען וואס ער פארשטייט, נאר ער האט געוואוסט אריין צו פליקן האוקלען אין פנים, כאילו זי וואלט געוועהן "פאפא רב זאגט א קלוגע זאך" סינדראם, הייבט נישט אהן צו וויסן אז מען טוט נישט אזוי. אבער נאכדעם וואס זי האט אים צוגעזאגט אפצווישען א חוב, איז עס געווארען דער חוב פון גאנץ כלל ישראל צו גיין פאר האוקעל. איז ער באמת קליינקעפיג? לעבט אין זיינע ד' אמות, הוא ואפסו ואין עוד.

אונז זענען אלע די זעלבע טראמפיסט וואס ער איז געוועהן פאר די הבטחה.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

המלוכה והממשלה האט געשריבן:פון שמעון ראלניצקי:

ס'איז א בושה אז געוויסע רבנים האבן זיך געלאזט פארפירן פון דעם טראמפישן דעת הקהל.
דאס איז וואס איך נעם ארויס פון די גאנצע זאך. לאז אפ די זעלדין האוקל שטותים, ס'איז א פארגאנגענהייט. איך ווייס נישט צו די עולם באמערקט דא ווי א פראמינענטע עסקן ואיש ציבור שרייבט אפן אז די רבנים לאזן זיך פארפירן און מען קען זיי איינרעדן וואס מען וויל. שמעון, אז דו ביסט עס שוין יא מודה ברבים האב איך וויכטיגערע זאכן צו דיסקוסירן, זאכן וואס אפעקטירן אונזער אידישע חיי יום יום, וואס איז נאר דיקטירט דורך אפאר רבנים וואס האבן זיך געלאזט איינרעדן...
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

המלוכה והממשלה האט געשריבן:פון שמעון ראלניצקי:
וואו האט ער עס געשריבן?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

עצי שטים האט געשריבן:
המלוכה והממשלה האט געשריבן:פון שמעון ראלניצקי:
וואו האט ער עס געשריבן?
https://www.yiddish24.com/analysis/146/72785
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
פארשפארט