בס"ד
א גוטן טייערע חבירים וידידים..!
אין אונזער פרשה געפונען מיר די מעשה מיט סדום, ווי די תורה הקדושה דערציילט אונז אז די שלעכטיגקייט און די עבירות פון די מענטשן פון סדום איז געווארן גאר גרויס און שטארק, ביז דער אייבישטער האט באשלאסן אז דאס קען מער נישט ווייטער אנגיין, און ווי די תורה זאגט די לשון וואס השי"ת האט גענוצט, "אֵרֲדָה נָּא וְאֶרְאֶה הַכְּצַעֲקָתָהּ הַבָּאָה אֵלַי עָשׂוּ, כָּלָה" איך וועל אראפגיין און זעהן אויב די געשריי וואס מען הערט פון דארט איז אמת, אויב ס'איז טאקע אזויווי די געפייניגטע מענטשן אין סדום שרייען, דעמאלטס וועל איך זיי פאַרלענדן און חרוב מאכן. אבער ווי דער אור החיים הקדוש פרעגט שוין, וויאזוי איז שייך צו זאגן די לשון "אֵרֲדָה נָּא וְאֶרְאֶה" דער אייבישטער דארף דען כביכול אראפגיין? און קוקן? די גאנצע וועלט איז דאָך נישט מער ווי א 'גרגיר של חרדל' ווי א קליינע ברעקל פארן אייבישטער, און ער זעהט אלעס אין א רגע, אויב אזוי וואס מיינט דאס אֵרֲדָה נָּא וְאֶרְאֶה?. און דער אמת איז רש"י זאגט טאקע צוויי פשטים וואס דאס קומט אונז לערנען, און די צווייטע פשט איז "ארדה נא לסוף מעשיהם" כביכול דער רבוש"ע זאגט איך וועל אריינקוקן טיף און דערגיין די סוף און די טיפקייט פון זייערע מעשים. וואס מיינט דאס סוף מעשיהם, און וואס באדייט דער ענין?
מיר ווייסן אלע די סוף פון די מעשה, אז סדום איז געווארן איבערגעדרייט און חרוב, און ווען די מלאכים האבן געראטעוועט לוט מיט זיין ווייב, האבן זיי באפוילן אז מ'טאר נישט צוריק קוקן און זעהן די מפלה פון סדום, אבער די ווייב פון לוט האט זיך נישט געקענט איינהאלטן, וַתַּבֵּט אִשְׁתּוֹ מֵאַחֲרָיו, זי האט זיך אויסגעדרייט אונטער די רוקן פון לוט און צוריק געקוקט, וַתְּהִי נְצִיב מֶלַח, און זי איז געווארן א שטיק זאלץ! דארף מען פארשטיין, פארוואס עפעס דווקא זאלץ? וואס ליגט אונטער דעם אינטרעסאנטן עונש. אויך געפונען מיר אין חז"ל נאך א חידוש, אז ווען איינער קומט אמאל אָן צו דעם פלאץ און ער זעהט די נציב מלח פון לוט'ס ווייב, דארף מען מאכן די ברכה "ברוך דיין האמת", וואס איז די קשר פון די ברכה צו די ווייב פון לוט און צו סדום?.
איידער מיר וועלן ערקלערן אביסל די נושא, איז כדאי צו דערמאנען א ענין וואס ווערט געברענגט אין ספרים הקדושים (זעה באריכות אין ספר שם משמואל בשם זיין טאטע הגה"ק רבי אברהם פון סאכאטשוב דער אבני נזר זי"ע) אויף דעם וואס מיר געפונען אין די תורה אין פרשת וישלח ביים געראנגל וואס יעקב אבינו האט געהאט מיט'ן מלאך - וַיֵאָבֵק אִישׁ עִמוֹ עַד עֲלוֹת הַשָׁחַר, וואס אין די גמרא (מסכת חולין דף צ"א.) איז פארהאן א מחלוקת איבער דעם, אויב דער מלאך וואס איז געקומען צו גיין זיך שלאגן מיט יעקב איז געווען פארשטעלט ווי א גוי אדער פארקערט גאר ווי א תלמיד חכם. זאגט דער אבני נזר אז די צוויי דֵיעוֹת דאס זענען א רמז אויף די צוויי וועגן וויאזוי דער יצר הרע - דער שַׂר פון עשו קען קומען צו א מענטש און איהם איינרעדן צו טוהן אן עבירה. אמאָל קומט ער טאקע ווי א 'גוי' דאס הייסט ער שטעלט זיך ארויס אָפן און גראב און ער איז מוֹדִיעַ פארן מענטש אז די זאך איז אסור צו טוהן און אז ס'איז אן עבירה, אבער דאָך לייגט ער אריין אין איהם די תאוה און די חשק צום עבירה און מאכט איהם זינדיגן, וואס דעמאלטס ווייסט דער מענטש די חומר הענין, ער ווייסט אז ער טוט שלעכטס, ער קען זיך פשוט נישט איינהאלטן. און פון אזעלכע עבירות קען מען גרינגער תשובה טוהן, ווייל מ'ווייסט דערפון און מ'אנערקענט אין די שלעכטס. אבער דערנאך איז דא די צווייטע סאָרט יצר הרע וואס איז נאך אסאך שווערער און אסאך מער מסוכן פונעם פריערדיגן, ער קומט גאר פארשטעלט ווי א 'תלמיד חכם' און ער קומט מיט א טיפע פשעטל איבערצוצייגן דעם מענטש פארוואס עס איז גאר א מצוה און א 'ענין' צו טוהן די עבירה, דאס איז געפערליך! ווייל ווען מ'ווייסט ניטאמאל אז מ'טוט אן עבירה דעמאלטס איז זייער שווער זיך ארויסצוזעהן דערפון און תשובה טוהן.
"סדום" איז אין אונזערע אויגן א שרעקעדיגע ווארט, סדום סימבאלעזירט רשעות און שלעכטיגקייט, אזויווי די תורה הקדושה זאגט אונז טאקע, און ווי ס'איז מבואר אין חז"ל. אבער לאמיר זיך אביסל מתבונן זיין אין עטליכע נקודות וואס מיר געפונען לגבי סדום, און באמערקן אז דאס ענהאלט אין זיך א געוויסע סארט שלעכטיגקייט וואס איז מער באהאלטן און באדעקט מיט א שלייער, אזוי אז מ'באמערקט עס נישט תיכף, ס'איז נישט אזוי זעהבאר אז ס'איז א שלעכט, און דאס איז ליידער א זאך אין וואס זייער אסאך פון אונז קען צומאל זיין געשלאגן ח"ו.
ס'איז פארהאן אמאל ווען דאס שלעכטס איז אפן, ס'איז קלאר און דייטליך, ס'איז קענטיג פארן יעדן, למשל ווען ראובן איז צוקריגט מיט שמעון, ער האט פיינט שמעון און ער וויל נקמה נעמען אין איהם, דעמאלטס איז ראובן גאנץ גוט באוויסטזיניג צום פאקט אז ער פירט זיך יעצט אויף מיט רשעות, ער איז ווי יענער יצר הרע וואס קומט צו גיין ווי א גוי, אלעס איז גראב און אפן; הגם ער האלט טאקע אז ער מעג און אז ער איז גערעכט ווייל שמעון האט איהם בא'עוול'ט וכדומה, אבער למעשה איז ער קלאר מיט'ן פאקט אז ער פירט זיך אויף נישט ווי עס דארף צו זיין. אויף אזא סארט שלעכטס איז שייך חרטה צו האבן, מ'קען תשובה טוהן, מ'קען צוריקציען און בעטן יענעם מחילה, אלעס פארוואס? ווייל מ'ווייסט אז מ'האט געזינדיגט, מ'ווייסט אז מ'האט שלעכטס געטוהן.
אבער נאכדעם איז דא א אנדערע סארט שלעכטיגקייט אין א מענטש, אזא קליינע און שטילע שלעכטיגקייט וואס שפריצט ארויס כמעט ווי פון זיך אליינס, אזוי שטילערהייט, אומבאמערקט, אסאך מאל כאפט מען אפילו נישט ווי ווייט דאס גייט, ווייל מ'האט עס בכלל נישט געטהן מיט א 'לשם יחוד' און מיט א כוונה פון זיין שלעכט ח"ו, ס'איז נאר געווען אזא 'לייכטזיניגקייט' אדער בלויז א 'שוואכע מינוט' און ס'איז ארויסגעקומען פון אונז אזא לשון הרע'לע אדער א רכילות'ל תוך כדי דיבור אזוי כמעט בדרך אגב, און פון דארט פארט עס שוין ווייטער, אנדעם וואס מיר זאלן עס שענקן די ריכטיגע אויפמערקזאמקייט און וויסן ווי שלעכט און שעדליך דאס איז.
און דאס האט גאר אסאך דוגמאות און משלים פון אזעלכע שטילע און קליינע עוולות וואס א מענטש קען באגיין, און ניטאמאל באמערקן אז ער טוט באמת א גרויסע עוולה.
וויפיל מאל מאכט זיך ווען מיר האבן מיטגעהאלטן א מעשה, וואס דער בעל המעשה וואלט זייער געקענט באשטיין אז ס'ווערט נישט פארשפרייט ווייטער, אבער מיר קענען זיך נישט איינהאלטן, און מיר געבן נאר א קליינע 'שטופ צו' אז דער מעסעדזש זאל פארן ווייטער און ס'זאל באקאנט ווערן פאר אנדערע. אדער מיר האלטן מיט א שמועס וואו מען פויקט איינעם אויס ברבים, מען רעדט שלעכטס אויף איהם, אבער מיר טוען גארנישט כדי אפצושטעלן די שמועס, ווייל בדיעבד, טיף אינעווייניג, קען מען דאָך באשטיין אז דער עולם זאל טאקע יא וויסן. אדער ווען מ'קומט אין בית המדרש און מ'פרעגט אזוי תמימות'דיג אויב איינער האלט מיט די לעצטע אנטוויקלונגען וואס איז געווען צווישן ראובן און שמעון [און נאכדעם ווען יענער פרעגט וואס וואס? עפעס גייט פאָר?, און מ'ענטפערט ניין, ניין, גארנישט, איך האב פשוט געמיינט אז דו האלטסט מיט... אבער דערמיט האט מען שוין זיכער געמאכט אז יענער וועט שוין געוויס זיין נייגעריג און זיך אליינס גיין נאכפרעגן, און ווייטער קאכן א קאַשע, וואס האט זיך אנגעהויבן אזוי האלב בתמימות און האלב במזיד]...
ווער רעדט נאך ווען עס קומט מיט א שלייער פון צדקות אדער עסקנות, ווען מ'גייט רעדן צו רעכל וועגן מעכל, "ווייל איך טוה יעצט אביסל אין די שלום-בית דארטן, און איך האב געוואלט וויסן אויב דו קענסט מיר מברר זיין א געוויסע פרט וואס איז מיר וויכטיג צו וויסן", אדער "אפשר ווייסטו ווער עס קען האבן אן השפעה אויף איהם"... און אזוי מאכט מען זיכער אז די האלבע שטאט איז אזוי 'אומווילענדיג' געוואר געווארן פון יענעמ'ס שוואכקייט אדער חסרון. וואס זאל איך טוהן? איך האב דאָך באמת געמיינט זיין טובה און זיך געדארפט שואל עצה זיין מיט אפאר מענטשן וויאזוי צו באהאנדלן די זאך ווייטער... דאס איז א פרישע שטאפל פון שלעכטיגקייט און צומאל רשעות ח"ו, ווי די תורה הקדושה זאגט אין פרשת כי תבוא (כ"ז כ"ד) "אָרוּר מַכֵּה רֵעֵהוּ בַּסָתֶר" פארשאלטן איז דער מענטש וואס שלאגט זיין חבר באהאלטנערהייט, ווייל דער מענטש שטעלט זיך אהער ווי א גוטער פריינט, ווי איינער וואס איז דא צו העלפן, אבער פון די אנדערע זייט איז ער גורם שטילערהייט צו באשמירן זיין חבר'ס נאמען און איהם פארשעמען. אסאך מאל איז עס פשוט די גאוה און כבוד פון דער גוטהארציגער חבר וואס שטופן איהם מפרסם צו זיין געוויסע זאכן, לַאו דווקא ווייל ער וויל יענעם באגראבן, חס וחלילה, ער וויל פשוט ארויסהייבן זיין אייגענע מידת החסד, ער קען באשטיין צו פארשפרייטן אזעלכע אפענע רמזים פאר זיינע ארומיגע כדי דער עולם זאל וויסן און אנערקענען וויפיל ער טוט פאר אנדערע מיט אזא איבערגעגעבנקייט און מסירות נפש, און ממילא איז דער אומשולדיגע נצרך געפאלן א קרבן אז אלע שכנים און אלע פריינט האלטן נעבעך מיט זיין מעשה וואס איז גענוצט געווארן אלס א 'מארקעטינג' געצייג פארן עסקן.
חכמינו ז"ל זאגן אין מסכת ערכין (דף ט"ו:) וואס מיינט רעדן לשון הרע? אויב א איד פרעגט וואו מ'קען טרעפן פייער (ער זוכט פייער פאר א ליכט אדער א צוגארעטל) און מ'ענטפערט איהם "נוּרא בי פלניא" אה, גיי נאר צו פלוני אינדערהיים דארט קאכט מען און מ'באקט כסדר און דו וועסט האבן דארט פייער; הייסט עס גערעדט לשון הרע! און ווי די גמרא און די מפרשים ערקלערן דארט, אז עס רעדט זיך ווען דער מענטש זאגט עס מיט א לשון פון זלזול, און עס קומט ארויס פון זיינע ווערטער די באדייט פון "גיי נאר צו זיי אינדערהיים, דארט ליגט מען אין די אכילה, און מ'קאכט און מ'באקט אגאנצן טאג אזוי אז עס גייט א רויעך"...
אין אנדערע ווערטער, אויב דו ווילסט דווקא העלפן דעם איד מיט פייער, הייב זיך אויף, גיי אריבער שטילערהייט צו פלוני אינדערהיים און ברענג פייער פאר דער איד וואס
דארף עס. אין די מינוט וואס מ'נוצט אויס די געלעגנהייט מיטצוטיילן אינפארמאציע מיט אנדערע און באררעדן א צווייטן, איז דאס ריין לשון הרע! און פארשטייט זיך אז דאס איז א גרויסע נסיון, זייער אסאך מאל דרוקט עס אויפן צינג, עס קומט אזוי געשמאק אריין אין די שמועס און ס'איז ממש א גאלדענע געלעגנהייט חוזק צו מאכן פון יענעם, און מען שפירט אז ס'איז א שעת הכושר, זאל דער עולם טאקע מיטהאלטן וואס איך ווייס שוין פון לאנג, זאלן זיי אויך הנאה האבן, אבער עס איז אן איסור גמור!
מענין לענין איז כדאי צו דערמאנען א זאך וואס עס האט מיר לעצטענס דערציילט א חבר א באס דרייווער, אז ס'איז צוגעקומען צו איהם א יונגערמאן און געזאגט "דו זאלסט וויסן דו האסט נישט קיין אהנונג וואס פאר א השפעה דו האסט געהאט אויף מיר!"... דער דרייווער קוקט איהם אָן אזוי פארוואונדערט נישט וויסענדיג וואס ער מיינט, און דער יונגערמאן האט איהם דערמאנט, אז אמאל מיט יארן צוריק ווען ער פלעגט אויפנעמען איהם מיט זיינע חברים אויפן באס, און ווי די שטייגער פון בחורים קען אמאל זיין צו האבן לויזע צונגען און צו באַרעדן איינער דעם אנדערן. ויהי היום, זעהט אויס אז אונז האבן דעמאלטס איבערגעצויגן דעם שטריקל, און דו, דער באס דרייווער, האט געגעבן א שטעל אפ די באס אין א זייט, און געזאגט פאר די בחורים, חברה, איך וויל ענק פרעגן וואס טראכט איר???, אדער מיינט עטס אז איך בין טויב און איך קען נישט הערן וואס עטס רעדט, אדער מיינט איר אז איך בין א געפערליכע נאַר אז מען קען רעדן פארנט פון מיר וואס מ'וויל, אדער גייט אייך נישט אָן אז איך הער און איר פארמאגט נישט קיין ברעקל בושה אין זיך. איך האלט מיט ממש יעדן טאג ווי עס קענען זיצן ראובן און שמעון און בארעדן לוי, ווער רעדט נאך ווען לוי קומט צו לויפן צום באס אביסל שלימזלנות'דיג אין די לעצטע רגע, וועט מען חוזק מאכן פון איהם און זיך אונטערהאלטן אויף זיין חשבון. אבער ווינדער איבער ווינדער, דעם קומענדיגן טאג, ווען שמעון האט פונקט פארשפעטיגט דעם באס, זיצט יעצט ראובן מיט לוי און זיי בארעדן אינאיינעם שמעון, און אזוי ווייטער, איר שעמט זיך נישט? איר מיינט אז איך הער נישט און איך האלט נישט מיט?! עס איז ביי ענק געווארן ממש א געוואוינהייט, א שלעכטע נאטור וואו איר טראכט אפילו נישט וואס איר טוט. דו נארישע בחור, וואס קלערסטו ווייל היינט גייט דיר גוט חוזק צו מאכן פון יענעם כאפסטו זיך מיט אויפן וואגן און דו בארעדסט איהם, און וואס קלערסטו? מארגן ווען דו ביסט נישט דא, טוט דאס דיין יעצטיגער 'גוטער פריינט' מיט דיר!!! ער זיצט און מאכט חוזק און שפעט אפ פון דיך ווען דו הערסט נישט און דו ביסט נישט דא זיך צו באשיצן... און אזוי טוט דא יעדער מיט יעדער, איר זענט אלעמאל פארנומען מיט אראפרייסן און חוזק מאכן פון יענעם, און וואס איר באמערקט נישט איז אז ווען מ'געוואוינט זיך צו צו אזא סארט מהלך, דעמאלטס טוט מען עס כסדר, און אויך אונטער 'דיין' רוקן ווען דו הערסט נישט.
און דער בחור האט אויסגעפירט צום דרייווער, דיינע ווערטער זענען מיר אריינגעדרינגן טיף אין די ביינער, איך האב צום ערשטן מאל דערהערט אז אין מיינע אויגן איז עס טאקע בלויז ווי אן 'אינדזשוימענט' און איך רעד זיך איין אז איך האב א געשמאקע שמועס מיט מיינע חברים, אבער איך האב ווייניג באמערקט אז דאס איז פשוט א פארדארבנקייט, א שלעכטע רגילות, און אז מ'טוט דאס צו אנדערע, וועט זיך עס נישט אפשטעלן ווען עס קומט צו מיר, מען וועט טוהן די זעלבע אויף מיין חשבון. און פון דעמאלטס און ווייטער האב איך זיך אנגעהויבן צו היטן גאר שטארק, און געמאסטן מיינע רייד בין אדם לחבירו מיט א געוואלדיגע שמירה.
וואס דאס איז א שטארקע מוסר השכל אזוי בדרך אגב, ווייל ווי געזאגט איז פארהאן געוויסע שלכטע הנהגות אין א מענטש וואס קומט בלויז פון 'לייכטזיניגקייט' און פון זיין 'לויז' און נישט לעבן מיט א חשבון און מיט אן ערנסטקייט. און דערפאר איז כדאי דאס צו וויסן, אז ווען א מענטש איז זיך נישט מתבונן, ער טראכט נישט וואס ער טוט, און ער פירט זיך לייכטזיניג ווען עס קומט צו לשון הרע, רכילות, מלבין פני חבירו, וכדומה, און ער לויפט מיט מיט'ן שטראם ארויסצולאזן א קליינע טשעפע אדער א שלעכט ווארט ווען עס קומט איהם אויס גוט, זאל ער וויסן אז די זעלבע וועט דאָך פאסירן צו איהם מצד זיינע חברים, און א זאך וואס ער וויל נישט מ'זאל טוהן צו איהם זאל ער טאקע נישט צו אנדערע, מה דעלך סני לחברך לא תעביד.
צוריק קיין סדום. די מענטשן פון סדום האבן פארמאגט אין זיך אט אזא סארט 'באהאלטענע רשעות' וואס איז געווען גוט צוגעדעקט פון אויבן. אדרבה, אין חז"ל איז משמע אז אין סדום איז געווען סדר, עס זענען געווען געזעצן, ס'זענען געווען שופטים ושוטרים, מ'האט זיך נישט ארומגעדרייט אין די גאסן און געטוהן רשעות לשם רשעות, פון אינדרויסן האט אלעס געקלאפט ווי א זייגער, עס איז געווען פארשלייערט מיט א מהלך, מיט א שיטה און א דרך החיים, אבער אונטער דאס אלעס זענען זיי געווען פארדארבן, זיי זענען געווען שלעכט און רשעות'דיג, וואס פארדעם לערנט אונז די תורה הקדושה אז עס פעלט זיך אויס "אֵרֲדָה נָּא וְאֶרְאֶה - ארדה נא לסוף מעשיהם", אודאי דער רבוש"ע ווייסט אלעס און ער דארף נישט אראפגיין אין ערגעץ און ער דארף נישט אדורכזוכן און באקוקן זייערע מעשים, ווייל דער אייבישטער איז א בוחן לבבות, ער זעהט אלעס אדורך און אדורך, אבער די תורה הקדושה וויל אונז לערנען וואס איז געווען די פראבלעם מיט די מענטשן פון סדום, די קליינע רשעות'ן וואס זענען באדעקט און פארהוילן, מ'דארף אנקומען "לסוף מעשיהם" און גוט אריינקוקן צו טרעפן די סארט באהאלטענע עוולות.
לאמיר כאפן א בליק אין מדרש ווי חז"ל זאגן אונז פארוואס טאקע איז לוט'ס ווייב באשטראפט געווארן צו ווערן א שטיק זאלץ? זאגט דער מדרש (נ"א ה') וויבאלד זי האט געזינדיגט מיט זאלץ, דהיינו, ווען לוט האט אריינגענומען די געסט צו זיי אין שטוב, איז זי ארומגעלאפן צו די שכנים פשוט "כדי צו בארגן זאלץ פאר די געסט"... דאס הייסט זי האט זיך געדרייט פון איינעם צום אנדערן בלויז ווייל זי דארף עפעס וויכטיג האבן פאר די געסט וואס זענען געקומען, "באותו הלילה שבאו המלאכים אל לוט מה היא עושה, הולכת אל כל שכינותיה ואומרת להן תנו לי מלח שיש לנו אורחים, והיא מכוונת שיכירו בהן אנשי העיר". אויבנאויף האט דאס אויסגעקוקט ווי א תמימות, ווי א שטיק איידלקייט, א בעלת חסד, זי איז דא צו העלפן די געסט, אבער אזוי שטילערהייט ווארפט זי אריין א ווארט צו דעם און צו יענעם אזוי אז דער עולם זאל וויסן אז עס זענען געקומען געסט און מ'זאל זיך נעמען צו זייערע ביינער. דאס איז סדום! רשעות וואס איז פארהוילן און פארדעקט און ס'קומט נאר ארויס אזוי פון צווישן די שורות ווייל מ'האלט נישט דאס מויל פארמאכט ווען מ'דארף.
און ווי די תורה הקדושה זאגט טאקע, אֵרֲדָה נָּא וְאֶרְאֶה הַכְּצַעֲקָתָהּ הַבָּאָה אֵלַי עָשׂוּ, דער אייבישטער זאגט איך וועל גיין זיך אומקוקן אויב עס איז טאקע אזויווי איר געשריי, און ווי רש"י ברענגט פון חז"ל, אז די ווארט הַכְּצַעֲקָתָהּ גייט ארויף אויף די געשריי פון א מיידל, ס'איז געווען א 'ריבה אחת' א יונגע מיידל וואס האט זיך מרחם געווען אויף א ארימאן און איהם געגעבן צו עסן, און די מענטשן פון סדום האבן איר געהארגעט. איז אין מדרש (מ"ט ו') שטייט א מעשה, אז צוויי מיידלעך אין סדום זענען אמאל געגאנגען אינאיינעם צו שעפן וואסער, און איין מיידל האט באמערקט ווי די צווייטע זעהט אויס זייער שלעכט, האט זי איר געפרעגט וואס גייט פאָר מיט דיר דו זעהסט דאך אויס ממש קראנק, האט די צווייטע מיידל געענטפערט אז זיי האבן נישט וואס צו עסן אינדערהיים און זי שפירט ווי זי גייט שוין אויס פאר הונגער ח"ו, איז געגאנגען די ערשטע מיידל און זי האט באהאלטן מעהל אין איר קריגל און דאס ארויסגעברענגט און אויפגעטוישט איר קריגל מיט די אנדערע מיידלס קריגל, אזוי אז קיינער זאל נישט באמערקן ווי זי גיבט איר צו עסן, ווען די מענטשן פון סדום האבן דאס באמערקט האט מען גענומען דאס מיידל און מ'האט איר פארברענט רח"ל. "אמר הקב"ה אפילו אני מבקש לשתוק, דינה של נערה אינו מניח אותי לשתוק, הדא היא דכתיב הכצעקתה", דער אייבישטער האט געזאגט דאס קען איך שוין נישט פארשווייגן, אפילו אויב איך וואלט געוואלט שווייגן, די גערעכטיגקייט וואס מען דארף מאכן פאר די מיידל דאס לאזט מיר נישט שווייגן, און אויף דעם גייט ארויף הַכְּצַעֲקָתָהּ, די געשריי פון די אומשולדיגע מיידל.
רש"י צייכנט צו א מעשה וואס ווערט געברענגט אין די גמרא אין מסכת סנהדרין (דף ק"ט:) וואס איז אביסל מער באקאנט פאר אונז נאך פון חדר, אז די מיידל האט באהאלטן ברויט אין איר קריגל כדי צו געבן פאר אן ארימאן, האבן די מענטשן פון סדום איר גענומען און אנגעשמירט מיט האניג און מ'האט איר ארויפגעלייגט הויעך אויפן מויער פון שטאט, ביז די בינען זענען געקומען איר בייסן און זי איז געשטארבן.
איז צום ערשט, באמערקן מיר דא א געוויסע מאס רשעות ווי מיר האבן פריער דערמאנט, אז אמאל איז דא איינער וואס האט ליב אריינצושטעקן די נאז וואו מען דארף נישט, און דערנאך מאכט ער נאך זיכער צו טראגן און ברענגן די נייעס ווייטער, ער איז פארנומען כסדר צוצוגיסן אויל אויפן פייער אז ס'זאל ווייטער ברענען, פשוט ווייל ער האט הנאה דערפון, ער קען באשטיין אז אנדערע זאלן אויך וויסן און מיטהאלטן די רכילות. באמת האט זיך דאס אפגעשפילט דא, די מיידלעך האבן דאָך נישט געטיילט קיין צדקה בפרהסיא, זיי האבן קיינעם נישט 'מכשיל' געווען דורכ'ן מעורר זיין צו טוהן חסד, אדרבה, וואס זיי האבן געטוהן האבן זיי געטוהן גאר באהאלטן, ווייט פון יעדעמ'ס אויג אז קיינער זאל נישט באמערקן. איז דער וואס האט דאס באמערקט וואלט דאָך רואיג געקענט זיך פארהוילן און גיין ווייטער כאילו ער האט גאר נישט באמערקט, מאך דיך כאילו דו ווייסט גארנישט, כאילו עס האט גארנישט פאסירט! אבער ניין, נישט אין סדום! דא מאכט מען זיכער אזוי 'שטילערהייט' צו טראגן און ברענגן נייעס, דא זוכט מען אז יעדע זאך זאל ווערן אויפגעבלאזן און פארשפרייט.
אבער נאך מער, די מעשה וואס די גמרא ברענגט אז מ'האט באשמירט דאס מיידל מיט האניג, לערנט אונז בדרך רמז, אז די מענטשן פון סדום האבן נישט געהאלטן אז זיי טוען אן עוולה, זיי האבן נישט געהאלטן אז זיי זענען שלעכט, דאס וואס די בינען זענען געקומען שפעטער, דאס האט דאָך שוין נישט מיט זיי צו טוהן, זיי האבן נישט ממש געהארגעט דאס מיידל. אדרבה, זיי פאר זיך האט זיך געדאכט אז זיי זענען "מתוק מדבש!", פון אינדרויסן איז עס געווען איבערגעדעקט מיט האניג, עס האט געקענט אויסקוקן ווי אלעס איז גוט און ריכטיג, אבער פון אונטן איז עס באמת געווען פארפוילט אדורך און אדורך. און דאס איז טאקע די שפיץ פון שלעכטס, דאס ערגסטע וואס קען נאר זיין, ווען מ'טוט עוולות וואס מ'מיינט אז אלעס איז גוט און אין ארדענונג, און אויף דעם איז טאקע געקומען אזא עונש און א חורבן.
אויך לוט'ס ווייב, וואס ווי דערמאנט האט זי זיך געפירט מיט די מנהגים פון סדום, זי איז ארומגעלאפן בארגן זאלץ פון די שכנים, אבער אין הארץ האט זי געקענט באשטיין מפרסם צו זיין אז עס זענען געקומען געסט צו איר מאן. ווי פאסיג איז די עונש וואס זי איז נענש געווארן צו ווערן א נְצִיב מֶלַח, א שטיק זאלץ, ווייל אט דאס טוט זאלץ סימבאליזירן, זאלץ איז א קליינע שטילע זאך, פיצלעך ברעקלעך וואס זענען דקה מן הדקה, מ'זעהט עס נישט מיט די אויגן, אבער זיי טוען גאר אסאך! אָן זאלץ האט דאס עסן נישט קיין טעם, און מיט זאלץ איז עס גאנץ עפעס אנדערש, מ'באמערקט טאקע גארנישט פון אינדרויסן אויף די עסנווארג, אבער אינעווייניג איז דאס ממש א עיקר. און דערפאר טאקע איז זי געווארן א נציב מלח, אויסער די עצם מדה כנגד מדה אנטקעגן די שלעכטס וואס זי האט געטוהן דורך זאלץ, ווייזט עס אויף די עונש וואס איז געקומען צוליב די 'באהאלטענע שלעכטס' וואס מען זעהט נישט און מ'באמערקט נישט אזוי שנעל, עס געפונט זיך טיך אינעווייניג ביי די 'סוף מעשיהם' אבער עס מאכט א גרויסע חילוק. און טאקע פארעדם ווען מ'זעהט די נציב מלח דארף מען מאכן א ברכה אז הקב"ה איז דער "דיין האמת" דער אייבישטער וואס זעהט אלעס דער בוחן לבבות וואס באמערקט אפילו די באהאלטענע טיילן, און די קליינע און שטילע לשון הרע'ס און רכילות, און אויף אלעס איז ער דן דעם מענטש און נעמט עס באטראכט אינעם חשבון!
היוצא לנו, ווי ווייט מיר דארפן זיין פארזיכטיג, לעבן מיט א חשבון הנפש און התבוננות, נישט צו ווערן פארכאפט אינעם נעץ פונעם אומזעהבארן יצר הרע, נישט זיך צו פירן מיט מידת סדום ח"ו און טוהן די קליינע פארהוילענע עוולות וואס מ'מיינט אז ס'איז גארנישט, אבער באמת האבן זיי גרויסע און שרעקליכע תוצאות, נאר זיך דערווייטערן פון זיי וואס מער, מיט א געוואלדיגע מאס זהירות, און אנטלויפן וואס ווייטער פון די אנשי סדום. אדרבה, לאמיר זיך אפלערנען פון אונזער הייליגע מאמע שרה וואס טוט חסד, זי ארבעט שווער אנצוגרייטן פאר די אורחים, אבער ווען מ'זוכט איר איז זי נישט צום געפונען, ווען די מלאכים פרעגן פון אברהם אבינו אַיֵּה שָׂרָה אִשְׁתֶּךָ, איז די תשובה "הִנֵּה בָאֹהֶל - צנועה היא", זי ווייסט אוועקצושטיין פון פרסום, זי ווייסט זיך צו באווייזן פאר אנדערע וואס ווייניגער און זוכט קיינמאל נישט צו טראגן און צו ברענגן נייעס אדער אנדערע זאכן וואס מען דארף נישט...
לסיכום געדענק:
• צומאל טוט מען א קליינע עוולה, כמעט אומבאמערקט, מ'ווייסט נישט אז מ'האט אבער געטוהן א געפערליכע זאך.
• די חומר הענין פון די קליינע און דקות'דיגע עוולות קענען זיין אסאך ערגער ווי עבירות וואס מ'טוט קלאר און אפן.
• מיר טארן נישט זיין לייכטזיניג און נאכגיין אונזערע רצונות און תאוות צו בארעדן אנדערע וכדומה, נאר מ'דארף זיך מתבונן זיין און אכטונג געבן אויף דעם זייער שטארק.
א לעכטיגע שבת קודש!
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com