מעיל אין בעלאטס

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
א בני יואל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

מעיל אין בעלאטס

שליחה דורך א בני יואל »

איך מיין אז מ'דארף אביסעלע באשרייבען די מעיל אין בעלאטס, ווי אזוי דאס האט געברענגט אז אינז אמעריקאנע זענען צוריקגעגאנגען צו די צייטען פין אחשורוש ווען ס'איז געוועהן הרצים יצאו דחופים בדבר המלך והדת און ס'הערשט א מין צימישעניש איבעראל, קיינער ווייסט נישט ווי מען שטייט אין ווער עס האט געווינען,

און איך האבּ אביסעל א אינטרעסאנטע צוגאנג דערצו.

צים אלעמען ערשטען ווייסען מיר דאך אז אינז האבען געהאט אינזער פרעזידענט אויף וועם ר' לייביש ליש האט אמאל באשריבען אין דער צייטשריפט מיינעך אז ער איז בעצם צוויי מענטשען צוויי קערעקטערס
אבער למעשה איז ער געוועהן לויט מיין מיינונג זייער א שטארקער פרעזידענט וואס יעדער האט פאר אים מורא געהאט, סיי דעמאקראטן און סיי אנדערע וועלט פירער, אפילו רוסלאנד.
למעשה איז אין זיינע צייטען געוועהן שלום ושלוה, נישט געוועהן קיין שום מלחמה, און אדרבה ס'האט געהערשט א שלום אפילו מיט די אראבערס,
אבער ער האט זיך געשלאגען מיט די דעמאקראטן אויף יעדע ריר און זיך נישט דערשראקען פון גארנישט,
צי סאיז געוועהן רעליגיע אדער פרייע רעכטן אויף אלעמען, ער איז געוועהן א בחור צי דער זאך ווי אזוי מען ריפט דאס היינטיגע צייטן.
איינע פון די זאכען וואס ער איז געלאפען און געהאלטען אין איין שרייען איז געוועהן קאראפשען פין די גאווערמענט, און דאס מיין איך איז געוועהן איינע פין זיינע זאכען וואס האט געברענגט בייז בלוט אויף אלע דעמאקראטען אין אסאך געוועזענע עלטערע סענאטארן אפילו פון די ריפאבליקענס וואס האבען אויך נישט געקענט דולדען, און די אלע האבען טאקע געמאכט זיכער אז ער זאל פארלירן זיין פרעזידענטשאפט.

מיין קאנספירעסי איז אז אפילו מיטש מעקאנעל האט געהאט א חלק דערינען, ער איז געווען להשמיד ולהרוג אקעגן אים, און ער ווי אינז ווייסן וואס איז שוין אזויפיל יארן אין די סענאט האט אויך געוויסט אז איינמאל מען גייט אריינקיקען אינטער זיינע געשעפטן פארט ער אויך אראפ אדער אין חד גדיא אדער ערגעץ אנדערש.

ויהי, אין ויהי אלא לשון צער, ווער עס געדענקט סאיז אנטשינען א מחלה וואס הייסט קאוויד, ס'איז אנגעקימען פון טשיינע סופאזעטלי, למעשה ווי אסאך ווייסען שוין אז די דעמאקראטן (ווי קעווין מעקארטי שרייט) מיט דאקטער פאטשי האט אויף דעם געארבעט און דאס איז א געמאכטע מחלה, און טאקע דאס וואס איך האלט באמת איז א פּארט פין די גאנצע לינקע זייט פין אנפאנג,
למשל זיי האבען טאקע אים געוואלט אים אימפּיטשען ווייל זיי האבן פאר אים געציטערט אימת מות.. דענק איך יענע נאכט וואס ס'האט זיך אנגעפאנגען די אימפיטשמענט האט איינער פין די פייווס געמאכט א סטעיטמענט אז ווי אזוי עס קוקט אויס איז דאס זיין טיקעט צו די נעקסט טערמין (גראדע דעמאלטס האבען זיי אריינגעלייגט א צעטעלע אין א באקס וואס געזאגט האבען זיי אז זיי גייען עס עפענען די נאכט פין די וואלען אבער איך האב קיינמאל נישט געזעהן זיי זאלען עס טאקע עפענען),
און בשעת דאס האט זיך אפגעשפילט זענען טאקע אלע געוועהן זיכער אז דאס גייט זיך אויסשפילען צום גוטען לטובת מר טראמפ, אויסער די גאר פארביסענע סאשעליסטן און עכטע משוגענע דעמאקראטן וואס דאס איז טאקע געוועהן זייער ציל אים צי באשווארצן, און לכאורה איז דאס געוועהן די גאנצע סיבה פאר די אימפיטשמענט אז ער זאל נישט קענען לויפן נאכאמאל.

דא קומט א גרויסער אבער.
זיי האבען געזעהן אז דאס גייט נישט העלפן און עס מאכט אים נאר גרעסער.. זענען זיך ציזאם געקומען די חכמים ויודעי העתים ווי אזוי געט מען זיך א עצה מיט דעם טראמפ,
זענען זיי אויפגעקומען מיט א וועג ווי אזוי אפּצושטעלן די גאנצע עקאנאמיע, און דאס איז געוועהן קאוויד, ווייל בשעתו האט אלעס געוואקסען און געבליהט ווי קיינמאל פריער.

לאמיר אריינטראכטן וואס די גאנצע קאוויד האט געטוהן און ווי אזוי עס איז צוניצגעקומען, און אביסעלע צולייגן די זאך וואספארא מעלות עס האט געהאט פאר די דעמאקראטן און ווי אזוי עס האט זיי געהאלפן.

די מעיל אין בעלאטס.
קודם וועל איך אביסעלע אריינגיין אין א פרט. עבסענטי בעלאטס, וואס איז דאס? דאס איז למעשה עפעס וואס איז אלעמאל געוועהן אויב איינער קען נישט אנקומען צו זיין שטים בודקע קען ער בעטן פאר א עבסענטי בעלעט און דאס סיינען פארענט פון א עדות, און אזוי געבט ער אפּ זיין שטימע, ווייל יעדער אמעריקאנער איז בארעכטיגט צי שטימען. אזוי פלעגט דאס זיין. לכתחילה מיין איך איז עס געוועהן געמאכט פאר די ארמיי וואס געפינען זיך אין אנדערע לענדער, און דאס מיינט טאקע עבסענטי בעלאט, איך בין נישטא אבער איך וויל נאך אלס אפגעבן מיין שטימע, און טאקע דערפאר האט מען געדארפט עדות איך מיין א נוטערייזער אויך.

ווי באקאנט זענען די דעמאקראטען שוין פאר יארען להשמיד פין די איידיע אז איינער זאל דארפן ווייזען א איידי בשעת ער געבט אפּ א שטימע, (אינטרעסאנט איז אז צו אריין גיין אין עני גאווערמענט בילדינג דארף מען האבען א פיקטשער איי.די. אבער צו וואטען פאר פרעזידענט ברויך מען נישט), און דא בשעת קאוויד שטייט דאך יעדער איינער ווייט איינער פינעם צווייטען, ממילא קען מען דאך נישט טוהן אלע זאכען וואס זענען נארמאלערהייט די רעגולעשענס פאר עבסענטי בעלאט, זענען טאקע די דעמאקראטישע באהערדע אויפגעקומען מיט א נייע שפיל: מעיל אין בעלאטס.

ומה הוא מעיל אין בעלאטס, אין איין ווארט, קיינער ווייסט נישט. ס'איז געמאכט סתם צי נוצען צי צימישען דאס אמעריקאנע פאלק אין צי קענען באשווינדלען די וואלען.
למשל איינער וואוינט אין א אפארטמענט בילדינג און עס קימט אן א באקס פון בעלאטס, וואס שטעלט אים אפּ פון נעמען אלע און עס אויסשטעלן ווי אזוי עם גלוסט זיך?

צווייטענס
אין א קאלידזש מיט הונדערטער שרצים באקומט מען א באקס און דארט ליגט אלע מעיל אין די זעלבע זאך מיט די מעיל אין בעלאטס איינער נעמט וויפיעל עם גלוסט און שיקט עס צוריק ווי אזוי אים שמעקט,

דריטענס
איז דא איינער וואס קוקט נאך ווען די קומסט אראפ פערזענליך שטימען אויב דו האסט שוין געשטימט אויך מעיל אין בעלאט אדער נישט?

און טאקע דאס האבן די דעמאקראטן אויפגעטוהן מיט די גאנצע מעיל אין בעלאט סיסטעם.

איינס מען קען יעדען איינרעדן אז פארדעם נעמט דאס אזוי לאנג צי ציילען ווייל עס נעמט צייט צי אריינסקענען אלע מעיל אינס,
צווייטענס אז אויב דארף מען נאך קען מען אייביג דעליווערען א טראק מיט פרישע, און אויך קען מען יעדעם איינרעדן וואס מ'וויל.
אבער אינטרעסאנט אין פלארידע למשל קען מען זעהן פיפצען מינוט נאך וואס די בודקעס פארמאכען זיך ווער עס איז דער געווינער,
און נאך מער איז אינטרעסאנט אז נאר אין די בלויע שטעטלעך אדער סווינג סטעיטס קומען אן די פראבלעמען פון לאנג ווארטען,
אפשר מיינט דאס אז נאר דארט ווי ס'איז דא א טשענס אז די רעפאבליקאנע זאלען אריינקומען נאר דארט געשעהן אזוינע זאכען?
און אפשר מיינט דאס גאר אז דאס וועט קיינמאל נישט גיין צי די ריפאבליקענס?
געט א קוק אויף דאקטער אז מיט פעטערמאן סאיז ממש חוץ לדרך הטבע זיין גאנצע אריינקומען, דער מענטש איז קראנק סיי אין קאפּ און סיי פיזיקלי אבער ער איז אריינגעקומען,
אדער ווילסט מיר זאגען אז זיי זענען סתם משוגע די דארטיגע רעזידענטן,

און דאס איז טאקע וואס איך וויל ארויסברענגען,
די גאנצע מעיל אין בעלאטס זענען געמאכט געווארען נאר צי קענען שווינדלען די וואלען נאר פאר טראמפ, און אזוי ווי עס איז זייער גוט געגאנגען מיט טראמפ גייען זיי גיין מיט די זעלבע סיסטעם אויף אייביג און די רעפאבליקאנער זענען אין דער ערד?

און נישט נאר דאס, ווען סאיז געקומען צי קאומא האבען זיי געוויסט אז ער איז זייערס א מענטש און ער וועט נאך פארציילען זייערע טריקס זענען זיי ארויסגעקומען מיט א גאנצע מעשה, און טאקע די רגע ער האט נאר געזאגט ער האלט פון טראמפ א טראפעלע און ער האט מודה געווען ווי אזוי טראמפ האט אים געהאלפען מיטן שיף שפיטאל האט מען אים געמוזט אונטערברענגען.
אפשר האט ער אזא שנאה אויף טראמפ און די רעפאבליקאנע אז ער וועט קיינמאל ארויסקומען און פארציילען אינסייד נייעס?

אדער אפשר זענען מיינע קאנספירעסיס צו עקסטריעם..
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: מעיל אין בעלאטס

שליחה דורך החוקר »

איך האב דיר געגעבן א לייק פאר דיין תמימות.

בעצם האסטו נישט געשריבן קיין חידושים. אבער דאס פשטות, דיין conviction, האט מיר געמאכט שמייכלען.
פארשפארט