בשורה מרנינה...!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

בשורה מרנינה...!

שליחה דורך berlbalaguleh »

ווען כ'האב געליינט אין מאמענט פון די וואך די בשורה מרנינה אז ק"ק סאטמאר אין קרית יואל האט (ב"ה) געשלאסן מקח אויף א ריזיגן שטח פון 15 מיליאן דאללער וואו מ'וועט בעז"ה אויפשטעללן א גרויס (ריזיג) ביהמ"ד וואו מ'וועט קענען פלאצירן די אלע הונדערטער (טויזנטער) מתפללים. נאכדעים וואס די איצטיגע ביהמ"ד איז שוין אויסגעוואקסן פון פלאץ, בליעה"ר. נאך די אלע פארברייטערונגען. האב איך מיך זייער שטארק געפרייט. די איינציגע דאגה וואס איך האב געהאט איז וואו רבינו מהר"א שליט"א וועט דאווענען שבתים. אין נייעם ביהמ"ד אדער אין אלטן. כ'האב געטראכט אז אפשר ועט ער דאווענען איין וואך אין אלטן ביהמ"ד אויף גארפיעלד. און איין וואך אין נייעם ביהמ"ד אויף פארעסט רד. אלעס האט געשטימט. כ'האב שוין געזעהן דעם רונדעכיגן קעיק מיט די זילבערנע בעכערס וואס מ'לייגט געוויינליך ארויס ביי אונז בעידן ד'חדותא. נאר דעם רבי'ן אליין האביך נישט געזעהן. ס'איז מיר עפעס געווען זייער מאדנע.ביז... אין די לעצטע שורה פון די מודעה שטייט אז מ'רעדט דא פון קהילת מהרי"י שליט"א. (אנטשולדיגט). אבער כ'האב אזוי שטארק אויסגעפלאצט אין געלעכטער אז כ'האב נישט געקענט קומען צו מיר ביז צום זמן הדלקת הנרות...!

שוין. איך ווינטש זיי (קהילת מהרי"י שליט"א) אז זיי זאללן קענען אנפולן דעם נייעם ביהמ"ד געזינטערהייט. נאר איך קען פאראויסזאגן אז ס'וועט זיין ברייט פלאץ פאר א יעדן מתפלל. אפשר וועט מען גאר האבן א טיש פאר זיך אליין. ווייל לויט ווי איך בין אינפארמירט מוטשעט מען זיך אנצופילן דעם איצטיגן ביהמ"ד אויך...!..

כ'האב איין בקשה צום מאמענט. ווען עטץ ברענגטס א בשורה מרנינה זאלט עטץ אייביג צוערשט ארויסשרייבן פון וועלכע ק"ק סאטמאר מ'רעדט דא. עד ביאת משיח צדקנו ווען ביידע קהילות קדושות וועלן זיך צוריק פאראייניגן, בב"א. (פון די הייליגע ק"ק בני יואל רעדט מען דאך נישט. זיי האלטן דאך אז ביידע זענען שקצים).3
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

וואס פארגינסטו נישט?

נאר די בלאט מעג שרייבן אז זיי האבן ארויסגעברענגט א ריזיגע בלאק וואוט, בשעת זייער קאנדידאט האט אנגעצויגן קוים צעהן פראצענט פון די היימישע ציבור?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וואס איז שלעכט מיט דעם אז מען בויט א שול וואס איז ברייטער און גרעסער וואס פארלאנגט זיך פאר די יעצטיגע עולם ..

ווען מען האט געקויפט די נייע חלקה פאר א בית החיים, האט מען דען עס גלייך אנגעפילט?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

תרמב האט געשריבן:וואס פארגינסטו נישט?

נאר די בלאט מעג שרייבן אז זיי האבן ארויסגעברענגט א ריזיגע בלאק וואוט, בשעת זייער קאנדידאט האט אנגעצויגן קוים צעהן פראצענט פון די היימישע ציבור?
אבער די קאנדידאט האט דאך (ליידער) געווינען...!
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

berlbalaguleh האט געשריבן:ס'איז מיר עפעס געווען זייער מאדנע.ביז... אין די לעצטע שורה פון די מודעה שטייט אז מ'רעדט דא פון קהילת מהרי"י שליט"א.

אוי אוי אוי, ערעב בערל זז"ג עד מאה ועשרים נשים (או ע"ב בתולות, והמכין יכין). זעהט אויס אז די אהרוני אין דיר האט זיך צושפילט, אדער גאר האסטו בטעות אנגעטוהן באבי'ס גלעזער. אפשר גאר איינגעדרימעלט אינמיטן די ארטיקל? (איך האף די הייסע נארוואס קאלט געווארענע טיי האט זיך נישט געגאסן אויף די הויזן). האסט געליינט די ערשטע פאראגראף??
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יין שרף: דו ביסט גערעכט. נאר ס'איז מן השמים (אין זכות פון מרן רבינו הגה"ק שליט"א) אז איך האב טאקע נישט באמערקט דעם פאראגראף. ווייל אויב יא וואלט איך דאך נישט געהאט וואס צו שרייבן...!

ס'איז פונקט אזוי ווי דער גרויסער קול תרועה במחנה וואס האט אויסגערופן מיט רויטע קידוש לבנה אותיות..."מלחמה. און ס'האטציך געענדיגט מיט א קול דממה דקה. דער דאקטער וואס האט געזאגט אז ער האט די רפואה פאר די (שרעקליכע) גזירת החינוך, רחמנא ליצלן. איהם האט מען אויסגעלאכט. און מ'איז געגאנגען צו דעם אנדער'ן דאקטער וואס האט געארבעט פאר גזירת החינוך. און פלוצלינג זעמיר צוריק געווארן גלות אידן...!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

יין שרף האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:ס'איז מיר עפעס געווען זייער מאדנע.ביז... אין די לעצטע שורה פון די מודעה שטייט אז מ'רעדט דא פון קהילת מהרי"י שליט"א.

אוי אוי אוי, ערעב בערל זז"ג עד מאה ועשרים נשים (או ע"ב בתולות, והמכין יכין). זעהט אויס אז די אהרוני אין דיר האט זיך צושפילט, אדער גאר האסטו בטעות אנגעטוהן באבי'ס גלעזער. אפשר גאר איינגעדרימעלט אינמיטן די ארטיקל? (איך האף די הייסע נארוואס קאלט געווארענע טיי האט זיך נישט געגאסן אויף די הויזן). האסט געליינט די ערשטע פאראגראף??
די מעשה איז געווען אזוי.
ווי נאר ר' בערל האט געזעהן ס'קעפל אז מ'רעדט פון עפעס גינאנטיש אין קר"י, האט ער נישט געקענט טראכטן אז מ'רעדט פון א צווייטן ווי זיין רשכבה"ג. איי ס'שטייט דאך מהר"יי? נישט געפערליך. פארלאז דיך אויף אונזערע שרייבעליך, זיי קענען די פאך פון ארום ספינען. ביים צווייטן מאל איז עס שוין געווען טו מאטש און דא האט ער געשפירט אז ער איז סטאק.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעון וואלף (און יין שרף): כ'האב נישט געוויסט אז שיחת חולין של בערל בעל עגלה צריכין לימוד. כש"כ די ערנסטע דיבורים...!

אבער רבותיי: ווען איך וואלט נישט געהאט קיין טעות וואלט איך דאך נישט געהאט איבער וואס צו שרייבן...לאל.
פארשפארט