תשובה בענין הדפסת תמונות נשים - וועקער 15

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
פארשפארט
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

עצי שטים האט געשריבן:
מתבודד האט געשריבן:ווערט נישט געברענגט אויף איינער פון די מלכים וואס האט געדארפט האבן אויף כותלי ביתו צורות וכד' צו אים העלפן לבוא לידי חימום
איך ווייס נישט וואס די ווילסט ברענגען פון די גמרא. אז ער האט געהאט ביי זיך אין בעדרום פריוואט, ציורים לצורך חימום, מיינט דאס נישט אז פרויען אין אלגעמיין זענען געגאנגען אויסגעלאסן אויף די גאס.
זיך באצויגן צו דעם:
ער ברענגט אויך צו א סברא אז אמאל, פאר עס זענען געווען photographs, זענען געמאלענע נאקעטע בילדער פון בריסטן נישט געווען מקושר מיט ערוה, נאר מער מיט די פונקציע פון מניק זיין און פיטערן. און דערפאר טרעפט מען די סארט געמאלענע בילדער און אלטע שער בלעטער פון ספרים. ולכן איז דאס אז עולא הוה מנשק להו לאחוותיה אבי חדייהו (שבת יג.) נישט געווען א פראבלעם (ולאידך גיסא עיין ברש"י בברכות י: לגבי גיחזי, ואפשר דתלוי בכוונה וכהתוס' שם בשבת). כהיום אבער וואו עס איז אפירגעקומען פאטאגראפיע, וואס מאכט דאס אלעס מער "עכט", איז דאס שוין אלעס געווארן נאך מער עראטיש און "ערוה'דיג". און דאס איז נאכמער מיט דאס אויפשטייג פון moving pictures.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: תשובה בענין הדפסת תמונות נשים - וועקער 15

שליחה דורך פרנס החודש »

עצי שטים האט געשריבן:
מתבודד האט געשריבן:
מתבודד האט געשריבן: ס'איז פארהאן א אשכול מיט אסאך בילדער פון אמאליגע רביצין'ס, אז די צייט ערלויבט וועל איך עס פרובירן אפירזוכן, והזריז נשכר.
געטראפן.
viewtopic.php?f=8&t=5634#p174676

יראה הקהל וישפוט..
שכח פארן אנצייכענען. אינטערסאנט אז אין רוב פון די בילדער גייען די רביצינס דוקה יא גאנץ צניעות'דיג אנגעטון לויט אונזער היינטיגע סטאנדארטן. קיין קורצע ארבל אדער סקורטס העכער די פיס טרעפט מען בכלל נישט, העכסטנס זעט מען אז ביי געוויסע איז די האלדז מער אפען ווי די היינטיגע סטאנדארטן.
חוץ פון די בילד פון מרס טווערסקי וואס גייט יא מיט קורצע ארבל, אבער כפי הנראה איז די בילד געכאפט געווארן ביי איר אינדערהיים און נישט אויף דער גאס. דאך איז עס א מערקווירדיגע זאך אז זי איז אזוי געגאנגען פארנט פון אנדערע מענטשן. היינט וואלט נישט א פרוי אזוי געגאנגען אפילו אינדערהיים.
רובם ככולם פון די בילדער זענען גענומען געווארן אויף דער עלטער.
די איבריגע זענען א טייל גענומען געווארן ווינטער. איך וויל זען ווי אזוי זיי זענען געגאנגען אנגעטון אינגערהייט זומער אין פארק.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

בחורים און מיידלעך טאנצען צוזאמען אויפן ניגון "וע"י זה יושפע שפע רב".

די ניגון זאגט אז זיי זענען ארטאדאקסן, און דאך האבן זיי זיך נישט ציריקגעהאלטן פון דעים אזוי ווי ס'שטייט אין גמ' אז סאיז נישט קיין פראבלעים.

https://youtu.be/rp1OeIf0D0w?t=451
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: תשובה בענין הדפסת תמונות נשים - וועקער 15

שליחה דורך פרנס החודש »

קהל'ס נער האט געשריבן:בחורים און מיידלעך טאנצען צוזאמען אויפן ניגון "וע"י זה יושפע שפע רב".

די ניגון זאגט אז זיי זענען ארטאדאקסן, און דאך האבן זיי זיך נישט ציריקגעהאלטן פון דעים אזוי ווי ס'שטייט אין גמ' אז סאיז נישט קיין פראבלעים.

https://youtu.be/rp1OeIf0D0w?t=451
לכאורה א מזרחי אדער פרייע קלוב
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דער מהרש"ל (יש"ש גיטין פרק א סימן חי) אסר'ט דאס יא, וראיה מסוכה נא: ודין מחיצות. ער איז דאס משווה מיט די גמרא בסוף תענית לגבי ט"ו באב, וואו עס איז נישט געווען ביחד און איז געווען לש"ש לצורך חיתון ושידוך ע"ש.

און דאס אז זיי זענען ארטאדאקסן איז נישט ממש א ראיה, ווי מ'זעהט אז דער יערות דבש בדרשותיו האט שוין פארפירט דערויף אין אפאר פלעצער פאר זיין קהילה (ח"א ד"ג, ד"ה, וד"ח).

ואגב, עיין בב"ב צא:
אמר רבי יוחנן נהירנא כד הוו מטיילין (משחקין, רשב"ם) טליא וטלייתא בשוקא כבר שית עשרה וכבר שב עשרה ולא הוו חטאן.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

אמר רבי יוחנן נהירנא כד הוו מטיילין (משחקין, רשב"ם) טליא וטלייתא בשוקא כבר שית עשרה וכבר שב עשרה ולא הוו חטאן.
יא יא פון די גמ' רעדט איך א גאנצע צייט, כהאב נאר נישט געדעינקט די לשון.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

אונז האמיר דא סאליד ש''ס אידן.

איך פיל געהעריג כחוח בין השושנים...
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

נאך 2 גמ' וואס מען זעיט אז נישטא פארוואס צי אבסעסען פון די אנדערע מין.

אמר רבי פדת: לא אסרה תורה אלא קורבה של גלוי עריות בלבד, שנאמר (ויקרא יח, ו) אִישׁ אִישׁ אֶל כָּל שְׁאֵר בְּשָׂרוֹ לֹא תִקְרְבוּ לְגַלּוֹת עֶרְוָה" (מסכתות שבת דף יג ע"א; ועבודה זרה דף יז ע"א).

רב גידל הוה רגיל דהוה קא אזיל ויתיב אשערי דטבילה, אמר להו: הכי טבילו והכי טבילו. אמרי ליה רבנן: לא קא מסתפי מר מיצר הרע? אמר להו: דמיין באפאי כי קאקי חיורי" (ברכות, כ ע"א).
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

רב אדא בר אהבה מרכיב לה אכתפיה ומרקד א"ל רבנן אנן מהו למעבד הכי א"ל אי דמיא לכון כי כשורא לחיי ואי לא לא
כתובות (דף יז.)
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

די ערשטע גמרא כאפ איך נישט ווי עס קומט אריין דא. די צווייטע גמרא איז יא נוגע הלכה למעשה. ס’בא’אנט די ספר חסידים אז מ’קען נישט זאגן שהשמחה במעונו אויב עס איז דא תערובות. די לבוש פסקנ’ט אבער אז עכשיו מורגלות הנשים בין האנשים, ואין כאן הרהורי עבירה על כך, דדמיין עלן כקאקי חיוורא מתוך רוב הרגלן בינינו, וכיון דדשו דשו.
פון די אנדערע זייט דא האסטו די גמרא אין קידושין פ”א
אמר רב כהנא אנשים מבחוץ ונשים מבפנים אין חוששין משום ייחוד אנשים מבפנים ונשים מבחוץ חוששין משום ייחוד במתניתא תנא איפכא אמר אביי חהשתא דאמר רב כהנא הכי ותנא מתניתא איפכא אנא נעביד לחומרא אביי דייר גולפי רבא דייר קנה אמר אבין סקבא דשתא ריגלא. ופירש”י, גולפי - מקום קבוצת אנשים ונשים או לדרשה או לחופה היה מסדר קנקנים של חרס הרבה ביניהם שאם יבאו זה אצל זה יקשקשו וישמע קול: דייר - לשון דרי דרי (מגילה דף יב.) שורות שורות: דייר קנה - מסדר קנים שהעובר עליהן קולם נשמע: סקבא דשתא ריגלא - ריעוע של ימות השנה ליחוד ולעבירה ימות הרגל שיש קבוצת אנשים ונשים לשמוע דרשה ונותנים ונושאים זה עם זה סקבא דדרישדור"א (רידוישידור"א: קיהיון, פגימוּת [כאן בהוראה מושאלת: נקודת התורפה]) בלע"ז כמו דמסקב להו לחמרייהו (ב"מ דף כז:):
און אויף דעם איז געבויעט די באקאנטע רמב”ם וואס פסקנ’ט אז חייבים בית דין להעמיד שוטרים ברגלים שיזהירו לכל העם כדי שלא יתערבו אנשים ונשים בבתיהם לשמחה, שמא יבואו לידי עבירה. וכן נפסק בשו”ע סי’ תקכ”ט.

נאך א גמרא אין סוכה נ”א
מאי תיקון גדול אמר רבי אלעזר כאותה ששנינו חלקה היתה בראשונה והקיפוה גזוזטרא והתקינו גשיהו נשים יושבות מלמעלה ואנשים מלמטה תנו רבנן בראשונה היו נשים מבפנים ואנשים מבחוץ והיו באים לידי קלות ראש התקינו שיהו נשים יושבות מבחוץ ואנשים מבפנים ועדיין היו באין לידי קלות ראש התקינו שיהו נשים יושבות מלמעלה ואנשים מלמטה. ופירש”י, הכל בכתב מיד ה' עלי השכיל - כל מלאכת התבנית שהודיעו הקב"ה ע"י גד החוזה ונתן הנביא. קרא אשכחו שצריך להבדיל אנשים מנשים ולעשות גדר בישראל שלא יבאו לידי קלקול:.
ווי באקאנט לערנט מען פון דא ארויס אז תערובות אנשים ונשים איז אסור מדאורייתא, ווייל אז נישט וואחט מען נישט געקענט משנה זיין פון תבנית ביהמ”ק.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

חדשים האט געשריבן:די ערשטע גמרא כאפ איך נישט ווי עס קומט אריין דא.
ר' פדת זאגט אז ווי די תורה האט געאסרט גילוי עריות איז עס נאר א קריבה וואס איז גילוי עריות דהיינו חיבוק ונישוק, אבער נגיעה סתם איז מותר וכ"ש בילדער אדער שמועסן וכו'

די צווייטע גמרא איז יא נוגע הלכה למעשה.
ס’בא’אנט די ספר חסידים אז מ’קען נישט זאגן שהשמחה במעונו אויב עס איז דא תערובות. די לבוש פסקנ’ט אבער אז עכשיו מורגלות הנשים בין האנשים, ואין כאן הרהורי עבירה על כך, דדמיין עלן כקאקי חיוורא מתוך רוב הרגלן בינינו, וכיון דדשו דשו.

פון די אנדערע זייט דא האסטו די גמרא אין קידושין פ”א
אמר רב כהנא אנשים מבחוץ ונשים מבפנים אין חוששין משום ייחוד אנשים מבפנים ונשים מבחוץ חוששין משום ייחוד במתניתא תנא איפכא אמר אביי חהשתא דאמר רב כהנא הכי ותנא מתניתא איפכא אנא נעביד לחומרא אביי דייר גולפי רבא דייר קנה אמר אבין סקבא דשתא ריגלא. ופירש”י, גולפי - מקום קבוצת אנשים ונשים או לדרשה או לחופה היה מסדר קנקנים של חרס הרבה ביניהם שאם יבאו זה אצל זה יקשקשו וישמע קול: דייר - לשון דרי דרי (מגילה דף יב.) שורות שורות: דייר קנה - מסדר קנים שהעובר עליהן קולם נשמע: סקבא דשתא ריגלא - ריעוע של ימות השנה ליחוד ולעבירה ימות הרגל שיש קבוצת אנשים ונשים לשמוע דרשה ונותנים ונושאים זה עם זה סקבא דדרישדור"א (רידוישידור"א: קיהיון, פגימוּת [כאן בהוראה מושאלת: נקודת התורפה]) בלע"ז כמו דמסקב להו לחמרייהו (ב"מ דף כז:):
און אויף דעם איז געבויעט די באקאנטע רמב”ם וואס פסקנ’ט אז חייבים בית דין להעמיד שוטרים ברגלים שיזהירו לכל העם כדי שלא יתערבו אנשים ונשים בבתיהם לשמחה, שמא יבואו לידי עבירה. וכן נפסק בשו”ע סי’ תקכ”ט.

נאך א גמרא אין סוכה נ”א
מאי תיקון גדול אמר רבי אלעזר כאותה ששנינו חלקה היתה בראשונה והקיפוה גזוזטרא והתקינו גשיהו נשים יושבות מלמעלה ואנשים מלמטה תנו רבנן בראשונה היו נשים מבפנים ואנשים מבחוץ והיו באים לידי קלות ראש התקינו שיהו נשים יושבות מבחוץ ואנשים מבפנים ועדיין היו באין לידי קלות ראש התקינו שיהו נשים יושבות מלמעלה ואנשים מלמטה. ופירש”י, הכל בכתב מיד ה' עלי השכיל - כל מלאכת התבנית שהודיעו הקב"ה ע"י גד החוזה ונתן הנביא. קרא אשכחו שצריך להבדיל אנשים מנשים ולעשות גדר בישראל שלא יבאו לידי קלקול:.
איך ברעינג גמרות וואס די הלכה איז, און די ברעינגסט מעשיות וואס מען האט געטין, סהאט אבער נישט קיין שייכות, סאיז אזויווי איינער וועט ברעינגען א ראיה אז מען דארף גיין מיט סימס ווייל אין סאטמאר גייט מען מיט סימס, פיין, סמיינט אבער נישט אז די הלכה איז אזוי.

ווי באקאנט לערנט מען פון דא ארויס אז תערובות אנשים ונשים איז אסור מדאורייתא, ווייל אז נישט וואחט מען נישט געקענט משנה זיין פון תבנית ביהמ”ק מקור?????????[.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

די שיינסט צו זיין א תלמיד חכם, ווייסט דאך זיכער אז רב פדת רעדט נאר מן התורה און מדרבנן האלט ער אויך אז עס איז אסור. ועיין בתוספות בעבו”ז ובשבת. און דו וווייסט זיכער די מחלוקה הרמב”ם והרמב”ן.

לגבי די חלק הלכה. ווייסט דאך אויך אז די הלכה איז סאך שטערקער אויב עס איז געבויעט אויף א מעשה. נאכדערצו מה שעשו בבית המקדש עפ”י הסנהדרין איז נישט דא שטערקער פון דעם און קיינער קען זיך נישט קריגן אויף דעם. פינטל.

די מקור אז עס איז מן התורה איז דאך די באקאנטע תשובה אין אגרות משה (ח”א סימן ל”ט) בענין המחיצות.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

כללי הצניעות נקבעים על פי המקובל באותו המקום ואותו הזמן (דברי חמודות עפ"י הרא"ש לברכות ג, לז, ס"ק קטז)
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

חדשים האט געשריבן:די שיינסט צו זיין א תלמיד חכם, ווייסט דאך זיכער אז רב פדת רעדט נאר מן התורה און מדרבנן האלט ער אויך אז עס איז אסור. ועיין בתוספות בעבו”ז ובשבת. און דו וווייסט זיכער די מחלוקה הרמב”ם והרמב”ן.

לגבי די חלק הלכה. ווייסט דאך אויך אז די הלכה איז סאך שטערקער אויב עס איז געבויעט אויף א מעשה. נאכדערצו מה שעשו בבית המקדש עפ”י הסנהדרין איז נישט דא שטערקער פון דעם און קיינער קען זיך נישט קריגן אויף דעם. פינטל.

די מקור אז עס איז מן התורה איז דאך די באקאנטע תשובה אין אגרות משה (ח”א סימן ל”ט) בענין המחיצות.
לויט ר' פדת מעיג מען אפילו חיבוק ונישוק נאר תשמיש איז אסור, וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז אפילו לויט די חכמים וואס זענען מחמיר איז עס נאר אויף חיבוק ונישוק, אבער נגיעה סתם איז מותר.

אין הכי נמי משום צניעותא, ד.מ. אלץ איידעלקייט נישט אלץ הלכה.
די גמ' אין מגילה זאגט אז בעצם מעיג א פרוי עולה זיין צי די תורה, נאר משום צניעותא זאל זי נישט, ד.מ. נישט אז זי טאר נישט נאר ספשוט נישט איידל, די זעלבע זאך איז מיט די מחיצה אין בית המקדש.

אנטשולדיגט ברעינג אבער נישט קיין ראיה פון ר' משה פיינשטיין צו דין מחיצה, ס'קלאר אז ער האט דוחק געוועהן א ראיה פאר מחיצות ווייל אז נישט וואלט מען עים נישט אויסגעהערט, גיי פרעיג עני דיין אויף ר' משה'ס ראיה, ס'מאכט נישט קיין טראפ סענס, ער אליינס האט אויך געוויסט אז סמאכט נישט קיין טראפ סענס, ווייל סקלעשט מיט הלכות שבת, ווי סגעפסקנט לויט אלע פוסקים אז מען מעיג יא מאכן א מחיצה צווישן מענער און פרויען ווייל ס נישט קיין מחיצה המתרת, ד.מ. אז מען דארף נישט קיין מחיצה צווישן די מינים להלכה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום קהל'ס נער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

ר’ פדת לייג אין די זייט עס קומט נישט אריין אין אונזער שמועס. אונז וויל מיר וויסן וואס די חכמים האבן אוועקגעשטעלט די הלכה און נישט פון דעם רעדט רב פדת.
רש”י זאגט קרא אשכחו שצריך להבדיל אנשים מנשים ולעשות גדר בישראל שלא יבאו לידי קלקול:. איך ווייס נישט וואס דו ווילסט וועגן צניעות.
לגבי מחיצה המתרת, איך האב עס שוין געוואלט שרייבן אין דיין אנדערע אשכול, אבער דארט איז די שמועס געווען מער אויפן דיין ווי אויף מחיצה המתרת, האב איך עס נישט געשריבן. יעצט אז דו ברענגסט עס נאכאמאל וועט עס שוין זיין אויף דארט אויך. וואס טייטש מחיצה המתרת? אז די מינוט וואס די מאכסט די מחיצה איז עס דיר מתיר טלטול או ישיבה בסוכה, משא”כ במחיצה בין אנשים לנשים אינה מתרת אלא לאחר מכן מותר לישב שם ופשוט.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

קהל'ס נער האט געשריבן:בחורים און מיידלעך טאנצען צוזאמען אויפן ניגון "וע"י זה יושפע שפע רב".

די ניגון זאגט אז זיי זענען ארטאדאקסן, און דאך האבן זיי זיך נישט ציריקגעהאלטן פון דעים אזוי ווי ס'שטייט אין גמ' אז סאיז נישט קיין פראבלעים.

https://youtu.be/rp1OeIf0D0w?t=451
די קליפ איז ידוע, מען זעט עס גלייך ווען מען קומט אריין אין די יד ושם מוזיעם. די ווידיא איז גענומען געווארן הארט פארן קריג ביי די באקאנטע חתונה פון די בת יחידה פונעם מנחת אלעזר מיטן (שפעטער באקאנטן) מזרחיסט ר' ברוכ'ל (די טאטע פון די היינטיגע מונקאטשער און דינובע רבי'ס) די טענץ זענען פון די ציוניסטישע מוידן און מוידקעס וואס האבן זיך באטייליגט ביי די חתונה. מונקאטש איז געווען א שטאט מיט א ריזיגע פעסטונג פון די ציוניסטישע באוועגונג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

חדשים האט געשריבן:ר’ פדת לייג אין די זייט עס קומט נישט אריין אין אונזער שמועס. אונז וויל מיר וויסן וואס די חכמים האבן אוועקגעשטעלט די הלכה און נישט פון דעם רעדט רב פדת.
רש”י זאגט קרא אשכחו שצריך להבדיל אנשים מנשים ולעשות גדר בישראל שלא יבאו לידי קלקול:. איך ווייס נישט וואס דו ווילסט וועגן צניעות.
לגבי מחיצה המתרת, איך האב עס שוין געוואלט שרייבן אין דיין אנדערע אשכול, אבער דארט איז די שמועס געווען מער אויפן דיין ווי אויף מחיצה המתרת, האב איך עס נישט געשריבן. יעצט אז דו ברענגסט עס נאכאמאל וועט עס שוין זיין אויף דארט אויך. וואס טייטש מחיצה המתרת? אז די מינוט וואס די מאכסט די מחיצה איז עס דיר מתיר טלטול או ישיבה בסוכה, משא”כ במחיצה בין אנשים לנשים אינה מתרת אלא לאחר מכן מותר לישב שם ופשוט.
די נקודה איז אז אפילו לויט די חכמים וואס זענען מחמיר אויף ר' פדת האלטן אויך אז נגיעה בעלמא איז מותר, זייער מח' איז נאר לגבי חו"נ.

קיק אין די סדר פון די גמ', נאך מען איז ציגעקימען צי קלות ראש האט מען געוואלט מאכן א מחיצה, איי מען קען דאך נישט טוישן די תבנית אויף דעים זאגט רש"י קרא אשכח מען האט שוין געטראפן עפעס א פסוק ווי מען קען אריינטייטשן אז מען זאל מאכן א מחיצה, אבער נישט אז די פסוק זאגט אז מען זאל מאכן א מחיצה, פינקט פארקערט מען האט געדארפט טרעפן עפעס א לופהאול אז מען זאל מעיגען מאכן א מחיצה.

אויב איז א חיוב צי האבן א מחיצה איז די מחיצה א מחיצה המתרת.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

קהל'ס נער האט געשריבן:

מהיכן דנתני?, פון די גמרא’ס סחור סחור איז משמע פונקט פארקערט

קיק אין די סדר פון די גמ', נאך מען איז ציגעקימען צי קלות ראש האט מען געוואלט מאכן א מחיצה, איי מען קען דאך נישט טוישן די תבנית אויף דעים זאגט רש"י קרא אשכח מען האט שוין געטראפן עפעס א פסוק ווי מען קען אריינטייטשן אז מען זאל מאכן א מחיצה, אבער נישט אז די פסוק זאגט אז מען זאל מאכן א מחיצה, פינקט פארקערט מען האט געדארפט טרעפן עפעס א לופהאול אז מען זאל מעיגען מאכן א מחיצה.
די גמרא ברענגט זייער א אפענע פסוק. (זכריה יב, יב) וספדה הארץ משפחות משפחות לבד משפחת בית דוד לבד ונשיהם לבד אמרו והלא דברים ק"ו ומה לעתיד לבא שעוסקין בהספד ואין יצר הרע שולט בהם אמרה תורה אנשים לבד ונשים לבד עכשיו שעסוקין בשמחה ויצה"ר שולט בהם על אחת כמה וכמה. אין כאן לא לופהאל ולא געטראפן ולא אריינטייטשן.

אויב איז א חיוב צי האבן א מחיצה איז די מחיצה א מחיצה המתרת
ניין. ווייל נישט די מחיצה איז די מתיר נאר די פועל יוצא וואס געשענט נאכדעם וואס איז דא א מחיצה
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

חדשים האט געשריבן:

הצד השווה שבהן אז די אלע זענען לופהאול'ס אדער אין לומדישע שפראך "אסמכתא".
ווען מען לערנט פשוט פשט מיינט עס נישט קיין איינס פון די דוחקים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קהל'ס נער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

די לשון החינוך ביי מצות שלא להתעדן באחת מכל העריות/קריבה (מצוה קפח) איז טאקע:
מדיני המצוה מה שאסרו חז״ל בזה לגדר, והוא שלא יקרץ אדם בידיו וירמז בעיניו לאחת מן העריות, ושלא לשחוק עמהם כלל. ואפילו להריח בשמים שעליהם אסרו.

. . .

ומכל מקום, לפי הדומה מכל מה שהזהירו זכרונם לברכה, אין אדם רשאי לזוז ממוסרם הטוב. ואף על פי שהוא מוצא עצמו חשוך התאוה קצת, לא יאמר "כיון שאני מוצא עצמי כן, מה אכפת לי אם אסתכל בנשים, כי יודע אני בעצמי שלא יתעורר יצרי בכך" – שהרבה אמרו כן ונכשלו. ועל זה רמזו זכרונם לברכה (סוכה נב.) באמרם כי היצר בתחילה חלש מאד, והולך ומתחזק על האדם הרבה. ואתה, בני, הזהר על זה מאד ואל יבטיחך יצרך, ואם אלף ערבים יתן לך.
אבער איה״נ לויט ר׳ פדת, עפ״י רש״י ור״ת בשבת שם, וואס קריגט זיך אויף די רבנן דארט, וועט סתם קריבה (ואפילו ממש) פון הוא בבגדו והיא בבגדה (וואו ס׳איז דא סיי שינוי און סיי דיעות להזכיר זה את זה שלא יבאו לידי עבירה) נישט זיין אסור מדרבנן אויך נישט. ‏(זאגסט, אז הגם ר׳ פדת איז טאקע דער יחיד און מ׳פסק׳נט נישט ווי ער, איז אבער דא די באקאנטע משניות בעדיות בפ״א מ״ה-ו.)

דער חינוך שרייבט דארט לגבי די גמרא בברכות כ. ובכתובות יז.
וזה שאתה מוצא קצת מעשים בגמרא מראים סותרים דברי אלה, כלומר שאפילו במה שאסרו רבותינו זכרונם לברכה בנשים לא היו קצת מהן חוששין, אין זה סתירה כלל לדברי. דבמקום מצוה הוא דוקא שהיו מקילין קצת, כמו שמצינו (ברכות כ.) ברבי יוחנן דהוה יתיב אשערי טבילה כדי שיסתכלו בו הנשים וילדו בנים נאים כמותו, והוא לא היה מסתכל בהן חלילה. ורבי (כתובות יז.) ורב אחא דהוה נקיט כלתא אכתפיה למצוה שהיה עושה כן כדי לשמחה, וקצת ענינים כיוצא באלו. ועוד שהם זכרונם לברכה היו כמלאכים, שלא היה עסקם אפילו שעה קלה כי אם בתורה ובמצות, והיתה מפורסמת כוונתם לכל העולם כשמש, ולא היו מרגישים הרגש רע בשום דבר מרוב דבקותם בתורה ובמצות. אבל אנחנו עכשיו אין לנו לפרוץ אפילו גדר קטן בעניינים אלו כלל, אלא לשמור כל ההרחקים שהודיעונו זכרונם לברכה בפרט.
די לשון פונעם רמב״ם לגבי די ל״ת דאורייתא בספר המצות לאו שנג איז, ״כגון חבוק ונשיקה והדומה להם מן הפעולות הזרות״ ע״ש, ונכפל בריש הלכות איסורי ביאה פכ״א ה״א ע״ש, וע״ש במגיד משנה. ובהלכה ב שם איז לשחק עמה מדרבנן ומכין אותו מכת מרדות ע״ש.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

קהל'ס נער האט געשריבן:
חדשים האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:
חדשים האט געשריבן:ר’ פדת לייג אין די זייט עס קומט נישט אריין אין אונזער שמועס. אונז וויל מיר וויסן וואס די חכמים האבן אוועקגעשטעלט די הלכה און נישט פון דעם רעדט רב פדת.
רש”י זאגט קרא אשכחו שצריך להבדיל אנשים מנשים ולעשות גדר בישראל שלא יבאו לידי קלקול:. איך ווייס נישט וואס דו ווילסט וועגן צניעות.
לגבי מחיצה המתרת, איך האב עס שוין געוואלט שרייבן אין דיין אנדערע אשכול, אבער דארט איז די שמועס געווען מער אויפן דיין ווי אויף מחיצה המתרת, האב איך עס נישט געשריבן. יעצט אז דו ברענגסט עס נאכאמאל וועט עס שוין זיין אויף דארט אויך. וואס טייטש מחיצה המתרת? אז די מינוט וואס די מאכסט די מחיצה איז עס דיר מתיר טלטול או ישיבה בסוכה, משא”כ במחיצה בין אנשים לנשים אינה מתרת אלא לאחר מכן מותר לישב שם ופשוט.
די נקודה איז אז אפילו לויט די חכמים וואס זענען מחמיר אויף ר' פדת האלטן אויך אז נגיעה בעלמא איז מותר, זייער מח' איז נאר לגבי חו"נ.
מהיכן דנתני?, פון די גמרא’ס סחור סחור איז משמע פונקט פארקערט

קיק אין די סדר פון די גמ', נאך מען איז ציגעקימען צי קלות ראש האט מען געוואלט מאכן א מחיצה, איי מען קען דאך נישט טוישן די תבנית אויף דעים זאגט רש"י קרא אשכח מען האט שוין געטראפן עפעס א פסוק ווי מען קען אריינטייטשן אז מען זאל מאכן א מחיצה, אבער נישט אז די פסוק זאגט אז מען זאל מאכן א מחיצה, פינקט פארקערט מען האט געדארפט טרעפן עפעס א לופהאול אז מען זאל מעיגען מאכן א מחיצה.
די גמרא ברענגט זייער א אפענע פסוק. (זכריה יב, יב) וספדה הארץ משפחות משפחות לבד משפחת בית דוד לבד ונשיהם לבד אמרו והלא דברים ק"ו ומה לעתיד לבא שעוסקין בהספד ואין יצר הרע שולט בהם אמרה תורה אנשים לבד ונשים לבד עכשיו שעסוקין בשמחה ויצה"ר שולט בהם על אחת כמה וכמה. אין כאן לא לופהאל ולא געטראפן ולא אריינטייטשן.

אויב איז א חיוב צי האבן א מחיצה איז די מחיצה א מחיצה המתרת
ניין. ווייל נישט די מחיצה איז די מתיר נאר די פועל יוצא וואס געשענט נאכדעם וואס איז דא א מחיצה
הצד השווה שבהן אז די אלע זענען לטפהאול'ס אדער אין לומדישע שפראך "אסמכתא".
ווען מען לערנט פשוט פשט מיינט עס נישט קיין איינס פון די דוחקים.
איך זע אז דו קומסט מיט א הנחה אז עס איז נישטא קיין איסור מדרבנן פון תערובות אנשים ונשים. און דו ווילסט דאס אריינלערנען אין די גמרא. אויף דעם זאג איך דיר פארקערט. פשטות הגמרא איז דא א איסור. נאר וועגן דא גמרא פון קאקי חיוורי איז דא וואס ווילן זאגן א סברא אז אויב מ’איז מורגל אנשים ונשים און עס ברענגט נישט לידי הרהור איז נישטא קיין איסור.
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

מי אני האט געשריבן:די לשון החינוך ביי מצות שלא להתעדן באחת מכל העריות/קריבה (מצוה קפח) איז טאקע:
מדיני המצוה מה שאסרו חז״ל בזה לגדר, והוא שלא יקרץ אדם בידיו וירמז בעיניו לאחת מן העריות, ושלא לשחוק עמהם כלל. ואפילו להריח בשמים שעליהם אסרו.

. . .

ומכל מקום, לפי הדומה מכל מה שהזהירו זכרונם לברכה, אין אדם רשאי לזוז ממוסרם הטוב. ואף על פי שהוא מוצא עצמו חשוך התאוה קצת, לא יאמר "כיון שאני מוצא עצמי כן, מה אכפת לי אם אסתכל בנשים, כי יודע אני בעצמי שלא יתעורר יצרי בכך" – שהרבה אמרו כן ונכשלו. ועל זה רמזו זכרונם לברכה (סוכה נב.) באמרם כי היצר בתחילה חלש מאד, והולך ומתחזק על האדם הרבה. ואתה, בני, הזהר על זה מאד ואל יבטיחך יצרך, ואם אלף ערבים יתן לך.
אבער איה״נ לויט ר׳ פדת, עפ״י רש״י ור״ת בשבת שם, וואס קריגט זיך אויף די רבנן דארט, וועט סתם קריבה (ואפילו ממש) פון הוא בבגדו והיא בבגדה (וואו ס׳איז דא סיי שינוי און סיי דיעות להזכיר זה את זה שלא יבאו לידי עבירה) נישט זיין אסור מדרבנן אויך נישט. ‏(זאגסט, אז הגם ר׳ פדת איז טאקע דער יחיד און מ׳פסק׳נט נישט ווי ער, איז אבער דא די באקאנטע משניות בעדיות בפ״א מ״ה-ו.)

דער חינוך שרייבט דארט לגבי די גמרא בברכות כ. ובכתובות יז.
וזה שאתה מוצא קצת מעשים בגמרא מראים סותרים דברי אלה, כלומר שאפילו במה שאסרו רבותינו זכרונם לברכה בנשים לא היו קצת מהן חוששין, אין זה סתירה כלל לדברי. דבמקום מצוה הוא דוקא שהיו מקילין קצת, כמו שמצינו (ברכות כ.) ברבי יוחנן דהוה יתיב אשערי טבילה כדי שיסתכלו בו הנשים וילדו בנים נאים כמותו, והוא לא היה מסתכל בהן חלילה. ורבי (כתובות יז.) ורב אחא דהוה נקיט כלתא אכתפיה למצוה שהיה עושה כן כדי לשמחה, וקצת ענינים כיוצא באלו. ועוד שהם זכרונם לברכה היו כמלאכים, שלא היה עסקם אפילו שעה קלה כי אם בתורה ובמצות, והיתה מפורסמת כוונתם לכל העולם כשמש, ולא היו מרגישים הרגש רע בשום דבר מרוב דבקותם בתורה ובמצות. אבל אנחנו עכשיו אין לנו לפרוץ אפילו גדר קטן בעניינים אלו כלל, אלא לשמור כל ההרחקים שהודיעונו זכרונם לברכה בפרט.
די לשון פונעם רמב״ם לגבי די ל״ת דאורייתא בספר המצות לאו שנג איז, ״כגון חבוק ונשיקה והדומה להם מן הפעולות הזרות״ ע״ש, ונכפל בריש הלכות איסורי ביאה פכ״א ה״א ע״ש. ובהלכה ב שם איז לשחק עמה מדרבנן ומכין אותו מכת מרדות ע״ש.
איך האב נישט קיין פראבלעם אז קהלס נער נעמט אן ווי ר’ פדת און לפי די שיטה וואס האלט אז ער איז מתיר אפילו בדרבנן (וזהו דוחק גדול בעיני, אבל אי”ז הנידון כאן). נאר גיין זאגן אז עס עקזיסטירט נישט אזא איסור דאס איז אבסורד.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

איך זע אז דו קומסט מיט א הנחה אז עס איז נישטא קיין איסור מדרבנן פון תערובות אנשים ונשים. און דו ווילסט דאס אריינלערנען אין די גמרא. אויף דעם זאג איך דיר פארקערט. פשטות הגמרא איז דא א איסור. נאר וועגן דא גמרא פון קאקי חיוורי איז דא וואס ווילן זאגן א סברא אז אויב מ’איז מורגל אנשים ונשים און עס ברענגט נישט לידי הרהור איז נישטא קיין איסור.[
/
קאקי חיורי און די מעשה פון טאנצן מיט די כלה אויפו אקסל, איז די הלכה, די מעשה מיט בית דין איז תקנות וואס די לאקאלע בית דין מאכט אזויווי התאחדות צי ווער.