יואל פעלזן נעמט איבער ר' זלמן ווידער אלס דער נייעס געבער
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

דאס קול פון ר' זלמן ווידער איז ביז היינט געוועזן ווי א בילד אויף דער וואנט, ס'איז געפארן ווי א באן. שוין פאר די לעצט כ'ווייס נישט וויפיל יאר [15-20?] האט ר' זלמן געליפערט די נייעס מיט זיין געשליפן צינגל און שנעלן חיתוך הדיבור.
פאר קול מבשר צוהערער איז היינט געווען א מאדנעם און היסטארישן טאג, ווען יואל פעלזן האט איבערגענומען דאס מייקרעפאון שוין פון היינט אינדערפרי. ר' זלמן האט נאך עספיעט צו געבן איין אפדעיט היינט אינדערפרי איבער די אויפרייס אין טערקיי, פון דארט און ווייטער איז יואל פעלזן אריינגעקומען אין בילד.
ס'איז וויכטיג אנצומערקן אז פון מוצאי שבת האט זיך שוין געהערט ווי ר' זלמן ווערט מער און מער הייזעריג. היינט אינדערפרי איז געווען נאך ערגער און דערנאך האט ער צום ערשטן מאל איבערגעלאזט דאס מייק.
זיינע צוהערער האפן אויף די בעסטע און וואונטשן אים פון אלע עקן וועלט א שנעלע גרינגע און גענצליכע רפואה שלמה!
אויב איינער האט מער דעטאלן אויב ס'איז ערנסט אדער בלויז א שווערן פארקילונג זאל ביטע לאזן וויסן. אויך אויב אימיצער ווייסט צו יואל פעלזן איז דער עמטליכער במקום, אדער איז ער בלויז דא אויף די רגע ביז מ'איז זיך מסדר.

איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
קיינער קען נישט ביעטען דעם זלמן, ווען יואל פעלזן ליינט אפ דעם סקריפט הערט מען ווי ער ליינט עס און מיטשעט זיך צי בלייבן אין די פלאw.
מיט דעים ווערט געבאסט די קאנספיראציע טעאריע אז זלמן האט שוין פרי רעקארדעד די נייעס פאר די נעקסטע צוויי וואכן.......
אבער בעצם קען די קאנספיראציע פארן נאך טיפער, אז כדי מען זאל גלייבן אז ס'איז נישט פרי רעקארדעד האט די AI געמאכט ווי כאילו זלמן איז הייזעריג, און יעצט מאכט עס נאך די קול פון פעלזן.......-לאמיר אויסרופן מלחמה אויף די ראבאטס, "מי ליומענס אלי", אראפ מיט די ראובאטס, דר. פאוטשי איז שילדיג מיט זיין טשיפ-אינפיוזד-וואקסין וויל ער אינז פארוואנדלען אין טרענס-הומואים, והראיה אז זלמן איז הייזעריג, די גאנצע גזירת החינוך האט זיך אנגעהויבן פון דעים, און ווען די רבנים אינדורסירן ווען זעלדין וואלט זלמן קיינמאל נישט הייזעריג געווארען, דאס אלעס איז קאלו'זען מיטן מנהל פון בית-רחל-שולע די קוויט-פרא-קווא גייט צי אז די ווילידזש אוו KJ וועט באשטעלן 10k פאר פאלמשטרימפ א יאר און אין אויסטויש וועט שומער נישט שיקען מער קיין הילפסגעלט קיין ישראל, אזוי וועלן די ישראלי'שע מוסדות מיזן ציקימען צי קרן הצלה ד'סאטמאר און וועלן מודה זיין אז מהר"יי איז די עכטע און איינציגסטע סאטמארע רבי....איינער האלט נאך מיט?

If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
Re: יואל פעלזן נעמט איבער ר'זלמן ווידער אלס דער נייעס געבער
@קהל'ס נער
ווער עס לייגט צו אן אויער וועט אויפכאפן אז אויך די סקריפט איז אנדערש געשריבן.
אגב, האסט פארגעסן אריינציווארפן די TAG קינדער עליפּאָרני-גראַפיע אנעם געמויזאַכץ פונעם קאנספיראציע.

ניין איך בין זיכער!מתבודד האט געשריבן:איך מיין דו דמיונ'סטצוזאמגעדרייט האט געשריבן: ווער עס לייגט צו אן אויער וועט אויפכאפן אז אויך די סקריפט איז אנדערש געשריבן.
איך הער שוין קול מבשר 15 יאר יעדן טאג. עס קען זיין אז ס'איז די זעלבע שרייבער אבער ער שרייבט אנדערש ספעציעל לויט די רעדנערס סטייל.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
Re: יואל פעלזן נעמט איבער ר'זלמן ווידער אלס דער נייעס געבער
ר' זלמן ווידער איז צוריק אין דינסט. מ'קען הערן אז ער נאך שטארק הייזעריג\פארקילט.
ב"ה פאר דעם
י welcome back
ב"ה פאר דעם
י welcome back
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
- דרויסענדער
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 25
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 30, 2020 1:13 pm
- האט שוין געלייקט: 28 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל
משום סיבה ליג איך אביסל אין די בולעטין אפטיילונג פון קול מבשר און אירע מערערע שרייבער (איך קען פערזענליך דערקענען אויף א נייעס, צווישן צוויי פון זיי זיכער).צוזאמגעדרייט האט געשריבן: ניין איך בין זיכער!
איך הער שוין קול מבשר 15 יאר יעדן טאג. עס קען זיין אז ס'איז די זעלבע שרייבער אבער ער שרייבט אנדערשט ספעציעל לויט די רעדנערס סטייל.
זלמן האט א וועג פון עס אפליינען וואס ס'איז אין בדומה לו. פארשטייט זיך אז די שרייבער שרייבן אין זיין סטיל, דאס איז דאך זייער דזשאב.
ווי ווייט איך זעה איך נישט דא קיין שום טויש אין די עצם שרייב ווערק, און די זאכן זענען געשריבן געווארן געהעריג אז זלמן זאל זיי זאגן. ס'קען אפילו זיין אז די שרייבער ווייסן ניטאמאל אז זלמן איז נישט דער וואס האט געליינט זייערע ווערק.
די חילוק זעהט מען שטארק ביי די וועג וויאזוי פעלזן זינגט די קאמע (,) און סוף פסוק. ווי אויך האט זלמן א וועג פון אויסציען און אויסזינגען די סוף פון א ווארט וועלכע איז איינס פאר א שווערע ווארט, אזוי ארום אז ער ליינט עס בעפאר ער קומט אן דערצו - אנדערש ווי געווענליכע מענטשן ליינען, אריינגערעכנט פעלזן, וואס קעקעצן אדער שטעלן זיך אפ אויף די שווערע ווארט אליינס און דאס צוהאקט די רידם.
רעדנדיג פון רידם (rythm) איז קלאר אז אויסער די ניגון האקט זלמן זייער שטארק די ווערטער אויף אן עטוואס מאדנע אופן, דרוקענדיג שטארק אויף יעדע syllable אויף גאר א געמאסטענע און monospace פארנעם, עפעס וואס פעלזן טוט פארשטייט זיך נישט. אגב איז דאס לדעתי די סיבה וואס אסאך קענען ממש נישט דערהייבן זיין רעדעריי.
פעלזן הערט זיך אויך עטוואס טרוקן און געפיללאז, אנדערש פון זלמן וועלכע וויינט דעם "ברוך דיין באמת" און זינגט שוין די דאטום איידערן זאגן "חסדי ה' כי לא תמנו"...