באשולדיגונגען קעגן מזרחי מנהיג - הרב טאו

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

באשולדיגונגען קעגן מזרחי מנהיג - הרב טאו

שליחה דורך תוהו ובוהו »

אן ערדציטערניש קומט פאר די לעצטע פּאר טעג אין דער מזרח'יסטישער גאס אין ארץ ישראל, איבער באשולדיגונגען וואס זענען ארויפגעשווימען קעגן הרב צבי טאו - פון די גרעסטע מזרח'יסטשע רבנים.

הרב צבי ישראל טאו איז געווען פון די רבני מרכז הרב און איינער פון די גרעסטע תלמידים פון הרב צבי יהודה קוק - וואס איז דער פאקטישער גרינדער און פלעגער פון רוב מזרח'יסטישע שטערמונגען כהיום. יארן צוריק האט הרב טאו זיך אפגעטיילט פון ישיבת מרכז הרב - צוליב פארשידענע רייבערייען - און געעפנט זיין אייגענע ישיבה 'הר המור' וואס איז מיט דער צייט געווארן דער צענטער פאר דער חרד"ל'ישער באוועגונג אינערהאלב מזרחי. און צענדליגער מזרח'יסטישע רבנים ווערן פאררעכנט אלס זיינע תלמידים. (חרד"לים - חרדי לאומי, זענען בדרך כלל סאך פרומער און מער פאנדאמענטאליסטיש ווי דער אלגעמיינער דתי לאומי; זענען מער מקפיד אויף דקדוקי הלכה וכו'. אזאנע ישיבה'ישע ציונים...)

לעצטנס האט ער אפי' געעפנט זיין אייגענע פאליטישע פארטיי מיט'ן נאמען 'נועם' וואס איז בעיקר פארנומען צו שטופן קאנסערוואטיווע אנטשויאינגען קעגן להט"ב, מצעד הגאווה, וכו'. אין די לעצטע בחירות זענען זיי געלאפן צוזאמען אין דער צוזאמגעשטעלטער רשימה פון סמוטריץ' און בן-גביר.

כאטש ער איז א פרומער חרד"ל'ישער רב (ער גייט מיט'ן ישיבה'שן ליטווישן לבוש), איז ער גאר שטארק ארויפגעקוקט אפילו ביי די מער ליבעראלע פליגלען אין מזרחי, אלס א גרויסער פערזענליכקייט און איש גדול. אפגערעדט ביים פרומערן עולם וואס על פיו ישק כל דבר און ער איז דער אפיציעלער מנהיג (צו פארשטיין געבן בערך, כ'וואלט געזאגט אז ביי די חרדל"ים איז ער ווי הרב שטיינמאן ביי די ליטווישע, און אינעם אלגעמיינעם מזרחי גאס - ווי הרב וואזנער ביי חסידים...).

שוין אפאר חדשים צוריק, איז א פרוי נחמה תאנה ארויסגעקומען מיט א באשולדיגונג אויף פעיסבוק אז הרב טאו האט איר סקסואל באלעסטיגט און גערעיפט עטליכע מאל - יארן צוריק ווען זי איז נאך געווען א יונג מיידל. פאר סיי וואספארא סיבה האט דאס נישט אנגעמאכט קיין שטורעם, און מ'האט איר אוועקגעמאכט אלס גייסטיש אומסטאביל. זי האט אבער נישט אויפגעגעבן, און די לעצטע פאר חדשים שטייט זי אין פארנט פון כנסת און מאכט אן איין-מענטשיגע פראטעסט אז מ'זאל אויספארשן הרב טאו.

די טויש איז געקומען ווען זי איז ארויף אויף ישראל'ישער טעלעוויזיע און פארציילט איר געשיכטע, צוויי טאג דערויף איז פלוצלינג אפירגעקומען נאך א פרוי וואס האט אויף טעלעוויזיע מיט אן אויפגעדעקטן פנים באשולדיגט אז הרב טאו האט אויך איר באלעסטיגט. ארום דער זעלבער צייט זענען באקאנטע מזרח'יסטישע אקטיוויסטן און רבנים ווי 'יובל שרלו' און 'דוד סתיו' ארויסגעקומען מיט אן עפנטליכער בקשה צו דער משטרה אז מ'זאל אויספארשן די פרשה, טענה'דיג אז זיי האבן געהערט נאך עדות'ער קעגן אים. די צוויי פרויען טענה'נען אויך ביידע אז זיי קענען נאך פרויען; און אז ס'איז מעגליך דא אזויפיל ווי אכט פרויען. די משטרה האט טאקע געמאלדן אז זיי עפענען אן אפיציעלע אויספארשונג.

דער גאנצער סיפור ווערט באטראכט ווי א ריזיגן חידוש, נעמנדיג אין באטראכט אז הרב טאו ווערט באטראכט ווי א פרוש און בעל מדרגה, אפגערעדט פון זיין ציבור'ישן מעמד.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

די לייק איז פאר'ן אזוי שיין באשרייבן די פרשה.
לגבי די עצם באשילדונג קען איך נישט נעמען קיין שטעלונג טאמער ס'יש דברים בגו, ווייל איך ווייס נישט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מען דארף א טראפקעלע מער אויסקלארן די מעשה.

הרב טאו איז שוין יארן באקאנט אלס אן אויסגערופענער תלמיד חכם און געהויבענער איד, א שטארקער אידיאלאג וואס איז זייער קלאר און אפן מיט אלעם וואס ער טוט. אנדערש ווי אלע אנדערע רבנים אויף וועמען עס זענען ארויסגעקומען אינטימע באשולדיגונגען, איז עס דאסמאל די רעדע פון בלויז צוויי פרויען, וואס ביידע פון זיי זעט נישט אויס צו זיין באגרינדעט. כלומר, ער איז נישט קיין מיסטעריעזער מטורף ווי בערלאנד אדער פיני אוחנה, און אויך נישט קיין ליידיגייער ווי חיים האלפערין אדער משה יזדי, און אזוי אויך יאווען זיך נישט קיין סאך מתלוננות ווי ביי די אויבנדערמאנטע, און די צוויי וועלכע האבן זיך יא ארויסגעשטעלט זענען ביידע שוואך באגרינדעט.

מען רעדט פון א גאר געהויבענער איד וואס פארמאגט טויזענטער תלמידים, און ער איז שטארק פארמישט אין נאציאנאלע פאליטיק און אזוי אויך אין מחלוקת אינערהאלב די ציונות הדתית. צוליב זיינע אויסברוכן קעגן געוויסע מזרחי'סטישע מנהיגים, און אויך צוליב זיינע גאר עקסטרעמע אנשויאונגען, איז ער גאנץ פארפיינטעט געווארן ביי די ליבעראלע דתי לאומי שטרעמונגען, און זיי קוקן אים אן ווי א פארפרומטער עקסטרעמיסט (בערך אזוי ווי געוויסע באטראכטן ר' יחזקאל גאלד שליט"א) און זיי גלייכן אים בכלל נישט. יעצט האט זיין פארטיי נעם זיך עמטליך אנגעשלאסן אין די ציונות הדתית פארטיי, און געוויסע רבנים און עסקנים וועלכע געהערן צו די מער ליבעראלע צהר שטרעמונג נוצן אויס די געלעגנהייט זיך אפצורעכענען מיט אים, נאך וואס עס שמעקט זיי נישט זיין נארוואס געקריגענע פאליטישע מאכט. עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס צהר קומט ארויס עפנטליך קעגן הרב טאו, און זיי באהאלטן בכלל נישט זייער שנאה צו אים.

די גירסה פון נחמה תאנה וועלכע איז די ערשטע פרוי וואס איז געקומען און גע'טענה'ט אז הרב טאו האט איר מאלעסטירט אלס קינד איז נישט אזוי באגלייבט צוליב דעם וואס זי האט שוין עטליכע מאל געטוישט די מעשה, און נאכמער ווי דעם קען מען זען אז איר געוועזענער מאן האט געשריבן אז זי ליידט פון די סארט דמיונות און אויך ער האט געליטן דערפון. דא קענט איר זען צווישן די דאקומענטן און בילדער דעם מעסעדזש פון איר געוועזענער מאן. אזוי אויך איז די פרוי מרת דורית וועלכע זאגט אז הרב טאו האט איר באלעסטיגט, נישט אינגאנצן באגלייבט ווייל זי רעדט פון א געשיכטע וואס זאל זיך האבן אפגעשפילט מיט פערציג יאר צוריק, און וואו איז זי געווען ביז יעצט? נאך א פראגע צייכן שטעלט זיך ווען מען זעט אז זי האט זיך ספעציעל אנגעטון פרום פארן אינטערוויו, און געזיצן מיט א ספרים שאפע אין הינטערגרונט, ווען אין אמת'ן פירט זי א פרייע לעבנסשטייגער.

אויך איז וויכטיג צו געדענקען אז די ציונות הדתית שטרעמונג האט שוין אן אלטן היסטאריע פון זיך רייסן און פראסקען ביי די קעפ, אויף פיל אן ערגערער אופן ווי ביי די חסידים. דעריבער איז ליבערשט נישט צו גלייבן די גאנצע מעשה וואס הערט זיך מעל פניו אויסגעזויגן פון פינגער דורך אן אומסטאבילע פרוי און עטליכע בייזוויליגע עסקנים, און לאמיר זען אויב די משטרה וועט אויפווייזן אנדערש. אויפדערווייל איז בעסער נישט צו שפרינגען צו קיין מסקנות, און זיכער נישט צו באשולדיגן א מענטש בעפארן ווערן פאראורטיילט, און זיכער נישט ווען ער האט זיך נאכנישט מתייחס געווען צו די גאנצע פרשה.
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

עד יום מותו תחכה לו, מען רעדט דא פון א 84 יעריגע איד.

אינטערסאנט צו צוצייכענען אז סיי ביי די פרשה פון משה קצב און סיי ביי חיים ולדר איז ער געווען פון זייער שטארקע סופארטערס.
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

רוב מזרחי'שע רבנים און פובליק פיגורן זענען בעד פארשען דער פרשה.
א שיינע פוסט אויף פעיסבוק פון זיין תלמיד הרב נתנאל אלישיב
https://www.facebook.com/Netanel.Elyash ... 45tAWCsAjl
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שאלתיאל האט געשריבן:רוב מזרחי'שע רבנים און פובליק פיגורן זענען בעד פארשען דער פרשה.
א שיינע פוסט אויף פעיסבוק פון זיין תלמיד הרב נתנאל אלישיב
https://www.facebook.com/Netanel.Elyash ... 45tAWCsAjl
כ׳גלייב אז הרב טאו אליין איז בעד צו פארשן די פרשה. א דאנק פאר די פאוסט, עס ברענגט זייער קלאר ארויס וואס כ׳האב אויבן געשריבן איבער זיין אייגנארטיגער גאר אפענער דמות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

כ'על דיר זאגן באלד וואס איז אים צו אפן.. זיין זיפער..
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ר' האט נישט קיין אנונג וואס דאס איז בכלל טאַוּ; אבער איבערן זיפּער האט ער קראנטע אינפארמאציע.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

@יהורם פון וואו קענסטו אזוי גוט יעדע פרשה!?

זאל עס זיין בערגער מיט געלט- איז יהורם דא. זאל עס זיין עפעס איבער טאו- איז יהורם ווידער דא. זאל עס זיין קרישעווסקי- איז יהורם ווייטער דא...

פון וואו האסטו אלץ אזעלכע קראנטע אינפארמאציע?

די קענסט טאקע די גאנצע וועלט פערזענליך, אדער די פאלאוסט עפעס גאר א גוטע נייעס סטאנציע אדער טעלעגראם קאנאל?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

יהורם האט געשריבן: כ׳גלייב אז הרב טאו אליין איז בעד צו פארשן די פרשה. א דאנק פאר די פאוסט, עס ברענגט זייער קלאר ארויס וואס כ׳האב אויבן געשריבן איבער זיין אייגנארטיגער גאר אפענער דמות.
וואס האט אן אפענע ערליכע דמות וכדו', צו טון מיטן זיך באהערשן...? יא, ער קען זיין ערליך, מאראליש, און אלע שיינע טיטלען. ברודער געדענק, מענטשן זענען ווי חיות אויב זיי זענען אויף די הפקר. דאס איז אנגענומען סיי אינעם סייענטיפישן וועלט [ עוועלאציע] און סיי ביינונז אידן [ ס'דא עפעס א מאמר חז"ל, ליגט מיר אויף מיין שפיץ צונג. דענק-איך-נישט]

זייער אסאך מענטשן וואס באקומען, און האבן מאַכט\פירערשאפט, פאלן אדורך מיט געמיינע אקטן. יא מענטשן אין "פאוער" מיינען אסאך מאל אז זיי קענען טון וואס ס'שמעקט זיך זיי (און זיי טוען טאקע).

ווי געזאגט מענטשן זענען מענטשן... און אז ס'איז נישטא דאס שרעק פון געזעץ, אדער למעשה אויב האט ער\זי א פרוי\מאן אין די הענט, דאס מיינט אז ער\זי איז מער מאכטפול און האט דעם פסיכאלאגישן אויבערהאנט, געשעהט טייל מאל וואס ס'געשעהט.

איך באציה זיך נישט צו דעם ספעציפישן פאל, איך ווייס כמעט גארנישט איבער דעם ספעציפישן באשולדיגונג. איך אַדרעסיר בלויז דיינע לעכערליכע ווערטער.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זעט אויס אז דו האסט נישט געליינט די פאוסט. עס איז געשריבן דורך א תלמיד וואס ברענגט ארויס צום אלעם ערשט אז עס איז וויכטיג אויסצופארשן סיי ווען עס קומען ארויף קלאגעס, און גלייכצייטיג גיבט ער אביסל צו פארשטיין ווער הרב טאו איז, און פארוואס עס שטימט פשוט נישט מיט זיין פערזענליכקייט. א כאראקטער ווי הרב טאו איז פשוט זייער שווער צו באשולדיגן אין אזעלכע מעשיות צוליב זיין דורכזיכטיגע דמות וואס ערלויבט נישט צו זיך קיין טונקעלע זייט.

אסאך דא זענען שטארק פארווייטאגט אויפן מושג פון רבנים, און יעדע מאל א רב טוט עפעס איז עס ווי א רויטע שמאטע פאר אן אקס. עס איז פשוט שווער צו מסביר זיין פאר אונזערע וויקטימס (מיר זענען אלע קרבנות פון רבני׳שע אויטאריטעט) אז נישט אייביג מוז די מעשה זיין אמת. פונקט ווי ביי קרישעווסקי האט זיך דא געיאוועט טעאריעס איבער טעאריעס לכאן ולכאן, וואס רוב דערפון האט נישט געהאט קיין הענט און פיס, נישט די אנגעבליכע געשיכטע און נישט די פירכות דערויף, דאך אבער האט מען געקענט זען ווי אלע באשולדיגנדע תגובות זענען געקומען פון אן אנטי רבנים פאזיציע.

עס איז וויכטיג צו האלטן דעם קאפ גלייך; עס זענען דא תלונות? גלייך צו די פאליציי, אבער דאך מוז מען נישט גלייבן די מעשה אויף א מיליאן פראצענט בלויז ווייל דער מדובר איז א רב, מען אויך נעמען די אפציע פון ׳איך ווייס נישט׳ און אויסווארטן ביז די פאליציי און די פארשער קומען ארויף מיט זייערע ווערסיעס.

היפאקריטיע איז דאס אז געוויסע האבן געהערט צום ערשטן מאל דעם נאמען ״טאו״ לעצטנס, אבער זיי ווייסן שוין פאר א פאקט אז די מעשה איז אמת. דערפאר האב איך געשריבן די מעשה, לויט מיין ריסיורטש, באזירט אויף פילע פאקטן וואס איך האב צוגעלינקט. כ׳האב נישט געזאגט אז עס איז נישט געשען, כ׳האב געזאגט פארוואס עס איז שווער צו גלייבן די מעשה.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עצי שטים האט געשריבן:@יהורם פון וואו קענסטו אזוי גוט יעדע פרשה!?

זאל עס זיין בערגער מיט געלט- איז יהורם דא. זאל עס זיין עפעס איבער טאו- איז יהורם ווידער דא. זאל עס זיין קרישעווסקי- איז יהורם ווייטער דא...

פון וואו האסטו אלץ אזעלכע קראנטע אינפארמאציע?

די קענסט טאקע די גאנצע וועלט פערזענליך, אדער די פאלאוסט עפעס גאר א גוטע נייעס סטאנציע אדער טעלעגראם קאנאל?
ביי די מעשה פון הרב בערגער האט מען נישט געדארפט זיין קיין חכם צו זען אז דער יעניגער איז געקומען פון סקווירא מחסל צו זיין דעם רבינ׳ס חשבונות, און אז מען קען נישט אויף אייוועלט וועט מען קומען צו די ׳אויפגעקלערטע׳ אויף קאווע שטיבל און פרובירן פארקויפן די מיסט.

איך קען נישט פיגערן אויב דיין תגובה איז שטעכעדיג, אדער סתם געפרעגט פאר נייגער. וועסט באמערקן אז ביי מעשיות וואס איך קען נישט רוף איך זיך נישט אן. נאר וואס דען? איך פרוביר נישט צו קומען פון א פאזיציע, נאר קוקן אויפריכטיג אויפן גאנצער בילד פון א דרויסנדיגער קוק ווינקל. איך עקספעקט פון מענטשן מיר אנטקעגן צו קומען אויף דעם זעלביגן לעוול. פאזיציעלאז, און אפנקייט צו טוישן א מיינונג.

די וואך איז אנטדעקט געווארן נאך א פרשה מיט חיים האלפערין, און אויפדערווייל האב איך נישט קאמענטירט ווילאנג כ׳האב נישט קיין צייט עס צו נאכפארשן.

דרך אגב, איך האב מיטגעהאלטן טראומאטישע עבירות מין אויף א פערזענליכן שטייגער, און דאך שרייב איך וואס איך שרייב. איך בין זייער נישט איגנארענט ווען עס קומט צו הטרדות און אביוז.
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

שליחה דורך תוהו ובוהו »

@יהורם

דיין נקודה פון נישט שפרינגען צו מסקנות איז אוודאי וואליד און הונדערט פראצענט ריכטיג, ובפרט ווען יענעמס כאראקטער געבט נישט צו קיין סיבה אזוי צו טראכטן.

פון דער אנדערער זייט, זאגן אז ס'הערט זיך אויסגעזויגן און קומט פון עסקנים איז לדעתי אויך באלד אזוי מאדנע און פריע-מסקנות-געשפרינגאכטץ ווי דער עצם מעשה.

נאך צוויי נקודות.

איינס, די טענה "וואו איז זי געווען ביז יעצט?" איז שוין געווארן אפגעפרעגט צענדליגער מאל ביי מעשיות וואס האט זיך ארויסגעשטעלט ריכטיג. און איז דעריבער גאר א שוואכע טענה פון דעם עפעס פושט צו זיין, וויקטעמס קענען האבן פארשידענארטיגע סיבות נישט ארויסצוקומען גלייך נאך זייער שווערן דורכגאנג נאר ווארטן אפאר יאר. בפרט ביי דער פרשה (וואס זי זעלבסט איז שיין מסביר אין דער אינטערוויו) וואס מ'רעדט נישט פון צען יאר צוריק, נאר פון פופציג יאר צוריק! נאך פאר ס'איז געווען א הוה אמינא פון מי טו צי עפעס ענליך, און ס'גארנישט אזא פשוט'ע איידיע פאר אן עולה חדשה ארויסצוקומען קעגן אן איש מכובד אין יענע יארן. און דער פאקט איז טאקע אז פון די טויזנטער עביוז קעיסעס וואס קומען היינט ארויס פון יענע יארן איז כמעט גארנישט באריכטעט געווארן דעמאלטס. דעריבער שטימט זייער אז ווען ס'איז געווארן א שטורעם איז זי ארויסגעקומען מיט איר פעקל.

בנוגע איר לבוש און לעבנסשטייגער איז עס טאקע אינטערסאנט און מ'דארף עס בודק זיין (כאטש ספעציפיש דער ספרים שאנק איז מעגליך אז ס'איז רשת 13 איידיע עס צו מאכן אויסקוקן בעסער...).

צווייטנס, ס'איז פארהאן א וועלטס חילוק צווישן א 'טורף מין' א שטייגער ווי בערלאנד, ב"מ לעבאוויטש ודכוותייהו - און צווישן נארמאטיווע מענטשן וואס זענען דורכגעפאלן מיט הארבע עבירות מיניות א שטייגער ווי וועבערמאן צי כ'ווייס ווער. און אויף דער צווייטער סארט איז לדעתי כמעט נישט דא א כאראקטער וואס איז אימיוניזירט דערצו... און היסטאריע מוכחת כן לצערנו. לעניננו, כ'האב אוודאי נישט קיין אנונג צי די באשולדיגונגען אויף הרב טאו איז אמת, אבער אין א געוויסער זין טאקע דאס אז ס'נישט פארהאן קיין צענדליגער פרויען פארענטפערט די אנגעבליכע סתירה צו זיין כאראקטער.

צום שלוס, כ'האב מיך טאקע פרובירט צו האלטן נייטראל אין מיין באריכט און מעלדן דעם שטורעם עז איז, און כ'האב נישט געוואלט באלמוטשענען ק"ש ליינער מיט די פינקטליכע פרטים פון יעדער תלונה, און מ'דארף אוודאי געדענקן דעם לעגאלן און מאראלישן כלל פון innocent until proven guilty.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

תוהו ובוהו האט געשריבן:@יהורם

דיין נקודה פון נישט שפרינגען צו מסקנות איז אוודאי וואליד און הונדערט פראצענט ריכטיג, ובפרט ווען יענעמס כאראקטער געבט נישט צו קיין סיבה אזוי צו טראכטן.

פון דער אנדערער זייט, זאגן אז ס'הערט זיך אויסגעזויגן און קומט פון עסקנים איז לדעתי אויך באלד אזוי מאדנע און פריע-מסקנות-געשפרינגאכטץ ווי דער עצם מעשה.
הונדערט פראצענט, דערפאר האב איך נאר ערווענט די מעגליכקייט אז עס איז אונטערגעשטעלט, אדער עכ״פ אז געוויסע כוחות זוכן צו ׳פארשענערן׳ די מעשה אז עס זאל זיך הערן בעסער צו די מידיא. כ׳האב אבער קלאר נישט גענומען א שטעלונג.
תוהו ובוהו האט געשריבן:נאך צוויי נקודות.

איינס, די טענה "וואו איז זי געווען ביז יעצט?" איז שוין געווארן אפגעפרעגט צענדליגער מאל ביי מעשיות וואס האט זיך ארויסגעשטעלט ריכטיג. און איז דעריבער גאר א שוואכע טענה פון דעם עפעס פושט צו זיין, וויקטעמס קענען האבן פארשידענארטיגע סיבות נישט ארויסצוקומען גלייך נאך זייער שווערן דורכגאנג נאר ווארטן אפאר יאר. בפרט ביי דער פרשה (וואס זי זעלבסט איז שיין מסביר אין דער אינטערוויו) וואס מ'רעדט נישט פון צען יאר צוריק, נאר פון פופציג יאר צוריק! נאך פאר ס'איז געווען א הוה אמינא פון מי טו צי עפעס ענליך, און ס'גארנישט אזא פשוט'ע איידיע פאר אן עולה חדשה ארויסצוקומען קעגן אן איש מכובד אין יענע יארן. און דער פאקט איז טאקע אז פון די טויזנטער עביוז קעיסעס וואס קומען היינט ארויס פון יענע יארן איז כמעט גארנישט באריכטעט געווארן דעמאלטס. דעריבער שטימט זייער אז ווען ס'איז געווארן א שטורעם איז זי ארויסגעקומען מיט איר פעקל.

בנוגע איר לבוש און לעבנסשטייגער איז עס טאקע אינטערסאנט און מ'דארף עס בודק זיין (כאטש ספעציפיש דער ספרים שאנק איז מעגליך אז ס'איז רשת 13 איידיע עס צו מאכן אויסקוקן בעסער...).
די טענה פון וואו איז זי געווען ביז יעצט איז זייער א שוואכע, אבער דאך בלייבט עס א טענה, ספעציעל ווען עס האנדלט זיך מיט א מעשה פון פופציג יאר צוריק... נישט אלע געדענקען זייער קלאר מעשיות וואס זענען פופציג יאר אלט, און עס איז שווער צו גלייבן אז זי האט געלעבט מיט די אינפארמאציע פאר פופציג יאר אין א ציה און גארנישט געטון דערמיט, נאכדערצו ווען הרב טאו איז פילצאליגע מאל אריינגעשלעפט געווארן אין הייסע מערכות וואו די מעשה וואלט גוט צוניצגעקומען.

וועגן איר לבוש האב איך געזען אז זי טענה׳ט אז זי איז שוין אן אלמנה פאר זיבן יאר, און דעריבער גייט זיך אויך מיט אפענע האר ווייל זי וויל לאזן וויסן פאר אלעמען אז זי איז א פנויה און גרייט צו חתונה האבן נאכאמאל.
תוהו ובוהו האט געשריבן: צווייטנס, ס'איז פארהאן א וועלטס חילוק צווישן א 'טורף מין' א שטייגער ווי בערלאנד, ב"מ לעבאוויטש ודכוותייהו - און צווישן נארמאטיווע מענטשן וואס זענען דורכגעפאלן מיט הארבע עבירות מיניות א שטייגער ווי וועבערמאן צי כ'ווייס ווער. און אויף דער צווייטער סארט איז לדעתי כמעט נישט דא א כאראקטער וואס איז אימיוניזירט דערצו... און היסטאריע מוכחת כן לצערנו. לעניננו, כ'האב אוודאי נישט קיין אנונג צי די באשולדיגונגען אויף הרב טאו איז אמת, אבער אין א געוויסער זין טאקע דאס אז ס'נישט פארהאן קיין צענדליגער פרויען פארענטפערט די אנגעבליכע סתירה צו זיין כאראקטער.
גערעכט, און דאס האב איך אויך ארויסגעברענגט אין מיין תגובה, אז ער איז זיכער נישט קיין ווילדער חזיר ווייל דאס זאגן דאך אלע וואס קענען אים פון דער נאנט און אפילו זיינע געוועזענע תלמידים. אבער די אינטערסאנטע זאך איז, אז די מעשה פון דורית איז יא עפעס מער ווי סתם א זיסע אסור׳דיגע ראמאנס, און לויט איר מעשה האט ער איר פארקנאקט דעם טיר און אנגעהויבן אטאקירן אויף א שרעקליכער אומעטישער אופן. דאס איז זייער שווער צו גלייבן אבער נאכאלס איז אנגענומען אז א מען איז חוקר ודורש אזעלכע געשיכטעס. (כאטש וואס נאך פופציג יאר איז שוין דא דער חוק ההתיישנות וואס מאכט עס נישט וואליד, אבער פאר אונז איז דאך וויכטיג צו וויסן אויב ער איז אן אדם כשר אדער נישט, אפגעזען צו מען וועט אים ארעסטירן אויב ער וועט געפינען ווערן שולדיג).
תוהו ובוהו האט געשריבן: צום שלוס, כ'האב מיך טאקע פרובירט צו האלטן נייטראל אין מיין באריכט און מעלדן דעם שטורעם עז איז, און כ'האב נישט געוואלט באלמוטשענען ק"ש ליינער מיט די פינקטליכע פרטים פון יעדער תלונה, און מ'דארף אוודאי געדענקן דעם לעגאלן און מאראלישן כלל פון innocent until proven guilty.
דאס בין איך מסכים אויף יעדן ווארט. זעלטן וואס מען זעט אזעלכע אויפריכטיגע באריכטן אויף קאווע שטיבל, כה לחי.
נחום הסופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

שליחה דורך נחום הסופר »

חדשים האט געשריבן:עד יום מותו תחכה לו, מען רעדט דא פון א 84 יעריגע איד.

אינטערסאנט צו צוצייכענען אז סיי ביי די פרשה פון משה קצב און סיי ביי חיים ולדר איז ער געווען פון זייער שטארקע סופארטערס.
הרב צבי ישראל (האנס) טאו'ס ארויסשפרינגען פון זאק זיך אננעמען פאר חיים וולדר'ן, האט ביי מיר אצינד אנגעצינדן א רויט לעמפל קעגן אים זעלבסט - וואו קומט ער, א גרויסער רב ביי די מזרחי קרייזן, זיך אנצונעמען פאר'ן בני ברק'ער זצ"ל (עפ"י יתד נאמן) און חרדי'שער בעל השקפה חיים וואלדער? מה לכהן בבית הקברות? אלא מאי ער האט עפעס וואס צו באהאלטן... (איי וועט איר פרעגן וואס טוט זיך מיט שמואל אליהו? נישט קיין פארגלייך, אליהו פארמאגט אפיציעל א בי"ד זיך מטפל צו זיין איבער די ענינים)

כ'האב אבער געליינט צוויי אינטרעסאנטע ארטיקלען איבער'ן דמות פון הרב טאו, וואס האט אביסל פארענטפערט די תמיה מיינע בנוגע זיין שיטה איבער חיים וולדר, כאטש וואס נישט אינגאנצן. בקיצור נמרץ איז אזוי, הרב טאו האלט אז ס'איז דא געפערליכע כוחות הטומאה וואס לייגן אריין שווערע כוחות און געלטער מטמא צו זיין ארץ ישראל וכו', עקסטרעם-לינקע, ליבעראלן, לגט"ב, רעפארמער, קריסטן, וואס זייער גאנצער קראפט און פלאן איז צו מטמא זיין דאס אידישן פאלק און ארץ ישראל באחרית הימים, אממילא ווער ס'קעמפט קעגן זיי איז אויטאמאטיש אויף דער צד הקדושה און מ'דארף יענעם שטיצן מיט'ן גאנצן כוח.

והיינו עובדא מיט משה קצב'ן וואס האט איינמאל נישט אויפגענומען א דעלעגאציע פון די רעפארמער, וה"ה מיט וולדר וואס האט איינמאל געשריבן א שארפע ארטיקל קעגן אהרן ברק הידוע.

דאס איז אויפן שפיץ גאפל, בייגעלייגט די לינקס פארווער סוויל ליינען מער לעומק איבער הרב טאו, זיינע שיטות, און די יעצטיגע פרשה

https://www.israelhayom.co.il/magazine/ ... e/13320760
https://www.ynet.co.il/articles/premium/id/sjzawrmii
https://hashiloach.org.il/%D7%A6%D7%99% ... %92%D7%99/
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

אריאלה שטרנבך פון טשענעל 13 שרייבט:
אני לא מאמינה לך.
חוב קטן שרציתי לכתוב כשפרשיית הרב טאו פתחה מהדורות אבל לא הספקתי.
רציתי לומר: אני לא מאמינה לך. אין כאן טעות.
אני מבטיחה להקשיב לך, אני אעשה מה שבכלים שלי כדי לנסות להגיע לאמת,
לחקור, לבדוק ואפילו להסתכן כדי לנסות להוציא את האמת לאור, אבל אני לא
מאמינה לך באוטומט. זה לא רציונלי, לא אתי, לא יהודי וודאי שלא הלכתי.
התנועה החדשה הזו שנולדה ״מאמינה לך באוטומט״ היא מסוכנת ומחר יכולה
לפגוש כל אחד מאיתנו בצד השני.
קטונתי, אבל ההחלטה של רבנים לצאת בגלוי בפייסבוק בקריאה לחקור האם הרב
טאו פגע, היא הזויה, מסוכנת ופוגענית מאד.
איזה סיכוי לנקות את שמו השארתם לאדם כשרבנים בכירים מפרסמים את שמו
בבקשה לבדוק האם פגע מינית?
וזאת בשעה שכותבים במפורש שאינם יודעים ואין להם כלים לדעת האם פגע אבל
בו בעת תולים אותו בכיכר העיר עם חשדות חמורים שברור שקשה מאד יהיה
לבדוק. וכמו שזה נראה, מירב הסיכויים שתיק כמו זה ישאר באפלה ואת האמת לא
נדע לעולם.
לו באמת רצו רבנים להגיע לחקר האמת הם היו צריכים להקים הרכב בית דין
דיסקרטי או לחלופין לדאוג שהמשטרה תחקור.
חשוב לי לומר - פרשת הרב טאו היא כמשל בלבד לזרם ״המאמינה לך״ המסוכן
שנסחפנו אליו.
אני לא יוצאת נגד המתלוננות או חלילה מערערת לגביהן אני רק בטוחה שאם היו
פונות אליי (לפני שהרבנים יצאו בפומבי) לא יכולתי לפרסם או לשדר את התלונות
שלהן.
חקרתי לא מעט פרשיות עבירות מין בעצמי ובסיעתא דשמיא גדולה, לא פעם
נאלצתי להשיג לבד את הראיות למשטרה שלא אוהבת לעבוד קשה, היו פעמים
שגייסתי האקרים לשחזר הודעות או בלוגים מפלילים שנמחקו כדי שהתיק יגיע
לכתב אישום. היו פעמים שהתחזתי ונפגשתי עם הפוגע או סביבתו והעברתי
למשטרה הקלטות שהגיעו לכתבי אישום בסופו של דבר.
אבל היו פעמים שנכשלתי, על חיים ולדר קיבלתי מידע כבר ב2016 לא הצלחתי
להשיג ראיות ושתקתי, כנל לגבי משי זהב. לא מתחרטת על כך שלא הייתי
הראשונה לפרסם למרות שטכנית אולי יכולתי.
התורה בפרשת עיר נידחת מזהירה אותנו: ״ודרשת, וחקרת, ושאלת היטב והנה נכון
הדבר נעשתה התועבה הזאת בישראל״ - לפני שאתה בא להרשיע אדם, עליך
לדרוש לחקור ובנוסף לשאול היטב ורק לאחר מכן כשנכון הדבר, תוכל לחרוץ את
דינו.
תנועת המי טו הביאה איתה ניקוי אורוות נפלא, אבל חשוב שנזכור את הדרך,
הגבולות ובעיקר את הזהירות הרבה הנדרשת.
נ.ב. די רעדע דא איז פון א ארנטליכע סוקסעפולע דזשורנאליסט וועלכע האט שוין אויפגעדעקט א שיינע פאר סקאנדאלן.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

לויט באריכטן וועט די יוסטיץ דעפארטמענט אין ישראל מעלדן אין די קומענדיגע טעג איבער דאס ענדיגן די אויספארשונג אנטקעגן הרב טאו אן קיין אנקלאגעס נאכוואס זיי האבן נישט געקענט בויען קיין עכטע קעיס באזירט אויף די עקזיסטירנדע עדות'ער.


https://www.srugim.co.il/?p=743348
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:לויט באריכטן וועט די יוסטיץ דעפארטמענט אין ישראל מעלדן אין די קומענדיגע טעג איבער דאס ענדיגן די אויספארשונג אנטקעגן הרב טאו אן קיין אנקלאגעס נאכוואס זיי האבן נישט געקענט בויען קיין עכטע קעיס באזירט אויף די עקזיסטירנדע עדות'ער.


https://www.srugim.co.il/?p=743348
אכטונג! די אלע וואס זענען געשפרינגען צו מסקנות, הנה שלכם לפניכם.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

היינט איז די באשולדיגערין קעגן הרב טאו נחמה תאנה ארויסגעקומען מיט א פרישן בלבול. הרב טאו איז א נאצי פון משפחת מענגעלע וואס האט געגנב׳עט א ישראל׳ישן אידענטיטעט.

דאס צייגט די נידריגע פאזיציע פון די וואס זענען געשפרינגען צום באשולדיגן, בעפארן זיכער מאכן אז עס רעדט זיך פון א גייסטיש צערודערטע פרוי מיט ווילדע חזיונות אין קאפ. א גוטער לעקציע פארן צוקונפט.

https://www.inn.co.il/news/589394
ס׳דא נאך וואס האבן עס באריכטעט, דאס איז דאס מערסטע פראמינאנטע ארט.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

א וואנדאל, אדער אפאר וואנדאלן, האבן אנגעפירקלט די שטוב פון הרב טאו מיט גראפידי. דאס קומט נאך וואס נאך באשולדינגען זענען ארויסגעקומען קעגן אים.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
אבטח ולא אפחד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 13, 2023 9:58 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

שליחה דורך אבטח ולא אפחד »

שמן למאור האט געשריבן:א וואנדאל, אדער אפאר וואנדאלן, האבן אנגעפירקלט די שטוב פון הרב טאו מיט גראפידי. דאס קומט נאך וואס נאך באשולדינגען זענען ארויסגעקומען קעגן אים.
דיר, דיין מאמע און דיין שוועסטער? באמת נישט שיין!
געזונטערהייט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 16, 2020 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 198 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

שליחה דורך געזונטערהייט »

אבטח ולא אפחד האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:א וואנדאל, אדער אפאר וואנדאלן, האבן אנגעפירקלט די שטוב פון הרב טאו מיט גראפידי. דאס קומט נאך וואס נאך באשולדינגען זענען ארויסגעקומען קעגן אים.
דיר, דיין מאמע און דיין שוועסטער? באמת נישט שיין!
lol
פארשפארט