וכל המינים כרגע יאבדו - מינים ממינים שונים!!!

נאך טויזענטער יאהר'ן צושפליטערט בין העמים האבן זיך די אידן "בסייעתא דשמיא" צוביסלעך אנגעהויבן זיך צו פאראייניגן און צוריקקערן קיין ארץ ישראל, זייענדיג משורשם פון אט דעם לאנד, פארשטייט זיך אז בטבע הדברים גייט זיין א גרויסע פראבלעם ווען מענטשן פון אנדערע קאלטורישע דיפערענצן קומען זיך צוזאם.
כלל ישראל איז דאך סוף סוף איין פאלק איין לאנד מיט די זעלבע תורה, איז עס דאך א דבר המובן מאליו אז מיט די צייט דארף מען טוהן אלעס אין די וועלט אז במשך השנים זאלען זיך די מענטשן צוריק פאראייניגען, און צוביסלעך זיך דורכקומען און פארשטיין איינער מיטען אנדערען, און אויפבויען א נייע פרישע קאלטור געבויט אויפען תורה און גיין אויף די אויסגעטרויטענע וועג, די דרך ה' וואס אברהם אבינו האט אונז אויסגעלערנט, לעשות צדקה ומשפט אא"וו...
אבל דא עקא, נאכען קריג האבן געוויסע משפחות און זייער מיטהעלפער, זייער שטארק געוואלט ממשיך זיין און איבערפלאנצען זייער אייראפעישער חצרות און מיט דעם מיטגעשלעפט זייער גאנצע קאלטור, אנגעהויבן מיט ספעציפישע מנהגים ביז קפידות, א קאלטור פון האלטן א דינאסטיע לו ולזרעו אחריו און אפי' געבליבן מיט די נאמען פון די פוילישע/גאליציאנער/אונגרישע/רוסישער שטעט ולא זזה מכאן.
חוץ מזה, וואס צוליב דעם איז געווארען כיתות כיתות בבני ישראל מינים ממינים שונים ומשונים, זענען זיי דא פעלזען שטארק מיט אן אייגענארטיגע אפגעטיילטע געפירעכצער ובראשם מיט די נאמען פון זייער אייראפעישער גלות שטעטעלע, וואס די נאמען פון די חסידות איז געווארען געקניפט און געבינדען מיט די מענטשען וואס געהערען צו זיי, אזש ס'איז נארמאליזירט געווארען ביי אונז אז א מענטש האט א נאמען און מיז זיך אידענטיפיצירן צו וועלעכע פון 10 משפחות ער "געהערט" לביזה ולחרפה, און דאס נעמט איהם ארום זיין גאנצע לעבן, מלידה עד סתימת הגולל פון מוסדות ביז שידוכים, השקפה און הלכה, אפילו פאר וועם צו וואוטען אין א דעמאקראטישע לאנד.
די ווייטאג איז אוודאי בפרטיות, דער עצם זאך אז מ'האט גענומען מענטשן און מען האט זיי משעבד געווען במחשבה דיבור ומעשה, און אונז זענען ללעג ולקלס פאר יעדע וואס האט נאר א מוח בקדקדו, אבער אז מען באטראכט עס פון א קוק ווינקעל בכלליות פונעם "פאלק ישראל" איז דאס אן עוולה שאין כדוגמתו פון אפטיילען און צושפליטערען א פאלק וואס קומט און דארף זיך צוריק אויפבויען מיט פאראייניגטע מטרות.
באמת, דאס זעלבע איז געשען אין אמעריקע, אבער אמעריקע, נישט אזוי ווי אנדערע מיינען, איז דאס למעשה א חלק פון די גלות, וויפיל הייליגע שטעטלעך מ'זאל נאר אויפבויען איז דאס בתוך עמים אחרים, ס'איז נישט אזוי געפערלעך, מ'האט געברענגט לדוגמה א שטאט פון אונגארן קיין ניו יארק פון איין גלות לאנד צו אן אנדערע גלות לאנד, א ערענסטע פראבלעם ווי דערמאנט פריער אבער נישט אזא אומגליק ווי דאס וואס עס איז געטוהן געווארען בתוך עם ישראל בארץ ישראל.
יה"ר מ'זאל זוכה אז די כתות שונות ומשונות זאלען בטל ווערען בארץ ובחו"ל, מתוך רחמים וחסדים בקרוב !!

-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
- האט שוין געלייקט: 1053 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל
שיינע רייד!
דער פראבלעם איז אבער אז אידן זענען קיינמאל נישט געווען פאראייניגט אין ארץ ישראל, ״כלל״ ישראל איז אלץ געווען א קאלעקציע מינים ממינים שונים, יהודה און ישראל, יעדע דינאסטיע האט זיך געקעניגט פאר א דור צוויי דריי ביז אן אנדערע פראקציע האט איבערגענומען, ווידעראום די נביא׳אישע פראקציס האבן סתם אזוי געטאנצען צו זייער אייגענע ביט. גייענדיג ווייטער אראפ צו די פשוטי עם, יעדער אין זיין דערפעל האט זיך ווארים געדינט זיין אפגאט מיט זיין במה׳לה, און דאס איז בלויז וואס מיר טרעפן רעקארדירט אין נ״ך.
אז דו גייסט ווייטער צום צווייטען בית המקדש - ספעציעל די ביים צווייטען העלפט - זענען געווען אזויפיל פראקציעס כמעט וויפיל מענטשען עס זענען געווען, צדוקים פרושים איסיים מתייוונים און נאך פילע קלענערע וואס נאר א טייל דערפון איז געבליבען רעקארדירט, מ׳קען אננעמען אז אז ספר ווי ספר היובלות האט געהאט א נאכפאלגערשאפט און דאס זעלבע מיט יעדע אנדערע אַפּאָקאַליפּטיק ספר׳ל און זעלבסט דערקלערטער משיח. פון איין יאשקע איז געבליבען פיינע סחורה אבער ער איז נאר געווען איינס פון פיל.

מונטסורי האט געשריבן:שיינע רייד!

שכוח פאר דיינע הערות.
די נקודה איז אז מיר האבן געלעבט געוויסע תקופות וואס אונזער ראשי ומנהיגי העם זענען געווען, אזוי ווי די פסוק זאגט אין פרשת דברים 'הבו לכם אנשים "חכמים ונבנים וידעים" לשבטיכם ואשימם בראשיכם' וואס ווערט געפירט ע"פ צדק ומשפט - צדק צדק תרדוף - לא תגורו מפני איש ועוד.
אויך זאל מען זיך פאראייניגן אין די לאנד מיט אירע הויפט יסודות און צילען וכו' ווי איידער צו אויפציען דורות וואס אלעס דרייט זיך ארום געוויסע משפחות און זייערע אינטערעסן בגשם וברוח, וואס די ראשים זענען מנהיגים לאו דוקא בזכות עצמם, וואס שלעפט אונז שוין ארום פאר גאנץ א לאנגע תקופה.
מארגען, מיטוואך גייט ערשיינען אזוי ווי יעדע וואך די חרדישע צייטונגען, אזוי אויך אלע בילדער צייטונגען, מיט דעם גייט ווערן אנגעפילט נאך א וואך די קעפ פון אונזערע קינדער, בחורים אברכים און די זקנים.
יאפ, באריכטן פון חצרות (קדשינו) און זייערע אינטערעסן, אנגעהויבן מיט זייערע נסיעות און יומא דפגרא'ס און גענדיגט מיט זייערע שמחות.
די אינטערעסע פון דעם איז זייער וויכטיג ביי די המון עם, מ'קען דאס אויך זעהן ביי אן אנדערע חרדישע פורום ווי עס איז דא א פארנומענע אשכול, איבער 700 בלעטער פון באריכטן און בילדער נייעס פון חצרות הקודש !!
שומו שמים, עד מתי...
אנשטאט אויפצובויען א אינטערעס אין א חצר הקודש אין ארץ ישראל איז מען פארנומען מיט אזוי גערופענע חצרות הקודש ...
אנשטאט זיך אליינס אומקוקן אלס א פאלק און טראכטן און עוסק זיין אינדעם, איז מען פארנומען מיט חצרות הקודש פון פארטייאישע אינטערעסן....
אנשטאט אריינצוברענגן אן אינטערעס בפרטיות אויף אונזער פראבלעמען פון דיור חינוך פרנסה בתי דינים חולאים בגוף ובנפש, איז מען פארנומען מיט חצרות הקודש פון איינצעלע משפחות...
אוי געוואלד, עד מתי !!

- פרנס החודש
- ידיד ותיק
- הודעות: 699
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
- האט שוין געלייקט: 3763 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל
Re: וכל המינים כרגע יאבדו - מינים ממינים שונים!!!
די פראגע איז צו די געשמאק אין די זאך איז צוליב נישט האבן צוטריט צו עפעס אנדערש.תרמב האט געשריבן:וואס איז אזוי פאני פון קוקן בילדער פון רבי'ס? קוקן בילדער איז גאר א אנגענומענע זאך אין די וועלט, געוויסע מענטשן האבן ליב צו זעהן בילדער און מיטהאלטן נייעס פון אקטיארן און מאדעלס, און געוויסע האבן ליב צו זעהן בילדער פון רבי'ס מיט קאלירטע בעקיטשעס, יעדער האט זיך זיין טעיסט...
פיל מאל קען פאסירן אז נאכן באקומען צוטריט צו אנדערע זאכן פארשטייט מען ניטאמאל ווי אזוי מען איז געווען בעפאר. צום ביישפיל מענטשן וואס עס פעלט זיי געוויסע וויטאמינען וועלן אנהויבן עסן מאדנע זאכן ווי ערד און שטיינער צו באקומען די מינעראלן וואס עס פעלט זיי. אדער קען מען זען ווי מענטשן וואס עס פעלט זיי געזעלשאפט וועלן זיין צוגעצויגן צו בעלי חיים און איינמאל זיי ווערן מער סאציאל וועלן זיי מער נישט זיין אינטערעסירט דערין.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
גוט ארויסגעברעגט, ס'איז טאקע נישט פאני, הא גופא שפיגעלט אפ אונזערע סאסייאיטי, בילדער און נייעס פון לאקאלע פאמיליע עליטס, איז די זאך וואס אונזערע מענטשן האבן ליב צו זעהן און מיטהאלטן..תרמב האט געשריבן:וואס איז אזוי פאני פון קוקן בילדער פון רבי'ס? קוקן בילדער איז גאר א אנגענומענע זאך אין די וועלט, געוויסע מענטשן האבן ליב צו זעהן בילדער און מיטהאלטן נייעס פון אקטיארן און מאדעלס, און געוויסע האבן ליב צו זעהן בילדער פון רבי'ס מיט קאלירטע בעקיטשעס, יעדער האט זיך זיין טעיסט...