איך פארשטיי אז קיינער האט נישט געהאט אויף זייער באקעט ליסט אז עפעס א וואזיניגער ביליאנער וועט אפקויפן דעם טוויטער, און ארויס קאפען דעם באבערדלטן דזשעק און דעם נישט ברסלב'ער יואליש ראטה, אבער עס איז דאך א ווילדער שטעך פאר די שונאים.
כ'וועל אייך אפילו געטרויען מיטן אמת, איך גלייך שוין היינט נישט דעם קעניג דעם טראמפי. ער געפעלט מיר מער נישט, און כ'האב געהאפט אז עפעס אינגערע קרעפטן פון די טעראריסטישע ארגאניזאציע "מאגא" וועלן איבערנעמען דעם רידער, טראמפ וועט מען אנטוהן א גאלדענע קרוין און אים הייס פארשפרעכן אז ער איז דער קעניג פון אמעריקע, און א צווייטער וועט לויפן אויפן רעפובליקאנער טיקעט, און ארויסשטויסן דעם יאסל בדחן פון זיין ברייטער בעט אינעם ווייסן אלד עידזש האום.
בכלל בין איך שטארק פאר עידזש און טורם לימיטס. די אלע קאקערס וואס ווייסן נישט וויאזוי סנעפטשעט ארבעט, זיי זענען סטאק מיט טייפרייטערס און ווייסן נישט פונעם היינטיגן טאג צוזאגן, זאלן ביטע גיין טרעידן סטאקס פאר א ליווינג און צוריה לאזן דעם אמעריקאנער פאלק. גענוג געהאט פון די אכציג יעריגע פאליטיקאנטן. אנגעהויבן ביי מכשפה נעסטי פעלאסי און דער אלטער געדאפלטער מארדע מיטש מעקאנעל.
צוריק צו אונזער טראמפי, זאל זיין טוויטער וואקסן מיט רוים, איך האב געגליכן דעם 2016 ווערסיע פון אים. דער אלטער וועלכע איז סטאק מיט 2020, גערעכט צו נישט, איז אויסצושפייען. ער איז נישט צום צוקייען, און זיכער נישט צו אראפשלינגן.
קיינער איז נישט נייגעריג אין זיינע קאזאק הנגזל געווינערייען. ס'איז אווער מיין פריינד, געב דיך א שאקל, און גיי ווייטער. ביסט געבליבן סטאק ווייסעך וואו, און האסט דיך געטראפן דארט מיט אלע דיינע פארלוירענע קאנדידאטן פונעם מידטורם רויטע כוואליע וואס האט געזאלט קומען אבער איז פארוואנדעלט געווארן אין א נישטיגע מים אחרונים געשפריץ.
ביי זיין רעדע ווען דער גאלפער פון פלארידע (קרעדיט: ניו יארק פאוסט) האט געמאלדן עפעס וואס קיינער האט נישט פאראויס געזעהן (ווידער קרעדיט צום פאוסט) האבן אים זיינע פארבליבענע נאנטע ווייזט אויס אנגעווארענט אז ער זאל קיין ווארט נישט דערמאנען פונעם עבר, אז נישט וועלן זיי זיין אראנדזשע טשופקע אראפשניידן, ווארום קיין אנדערע וועג וויאזוי זיי האבן אים געמאכט זיך האלטן צום סקריפט זעה איך נישט.
הכלל, דער האט קיין ווארט נישט גערעדט פון זיינע משוגעתן, אבער ווי יענער האט שוין געזאגט, טראמפ 2016 וואלט אנגערופן טראמפ 2022 לאו ענערגיע...
איך האף אז ער וועט זיך טאקע קענען איינהאלטן און זיך גענצליך אפלאזן פון די 2020 משוגעתן, הגם כ'לייג ווייניג האפענונג אויף דעם טראמפי, אבער מען קען נישט וויסן וויפיל ער פארכט זיך פון אן אפגעגאלטער קאפ... וואס ווייסן מיר...
אזוי צו אזוי, מ'האמיר אים צוריק אויף טוויטער, טראץ די גרים צארן און זוידיגע כעס פון די פארשאלטענע ליבעראלן.