מיין טראמפעלע, ער איז צוריק!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

מיין טראמפעלע, ער איז צוריק!

שליחה דורך גבור חיל »

כאכא האבן זיך די ליבעראלע טרערן זויפער צולאכט, דער טראמפ'לע, דער קעניג אין אויסזייגן זייערע זוידיגע טרערן איז צוריק אויף טוויטער. דאס געשוואוירענע אז עס וועט נישט פאסירן, האט ווירקליך פאסירט. יעצט ווארטן מיר אז טראמפ זאל זיך ברעכן און טוויטן: איים בעק ב....!

איך פארשטיי אז קיינער האט נישט געהאט אויף זייער באקעט ליסט אז עפעס א וואזיניגער ביליאנער וועט אפקויפן דעם טוויטער, און ארויס קאפען דעם באבערדלטן דזשעק און דעם נישט ברסלב'ער יואליש ראטה, אבער עס איז דאך א ווילדער שטעך פאר די שונאים.

כ'וועל אייך אפילו געטרויען מיטן אמת, איך גלייך שוין היינט נישט דעם קעניג דעם טראמפי. ער געפעלט מיר מער נישט, און כ'האב געהאפט אז עפעס אינגערע קרעפטן פון די טעראריסטישע ארגאניזאציע "מאגא" וועלן איבערנעמען דעם רידער, טראמפ וועט מען אנטוהן א גאלדענע קרוין און אים הייס פארשפרעכן אז ער איז דער קעניג פון אמעריקע, און א צווייטער וועט לויפן אויפן רעפובליקאנער טיקעט, און ארויסשטויסן דעם יאסל בדחן פון זיין ברייטער בעט אינעם ווייסן אלד עידזש האום.

בכלל בין איך שטארק פאר עידזש און טורם לימיטס. די אלע קאקערס וואס ווייסן נישט וויאזוי סנעפטשעט ארבעט, זיי זענען סטאק מיט טייפרייטערס און ווייסן נישט פונעם היינטיגן טאג צוזאגן, זאלן ביטע גיין טרעידן סטאקס פאר א ליווינג און צוריה לאזן דעם אמעריקאנער פאלק. גענוג געהאט פון די אכציג יעריגע פאליטיקאנטן. אנגעהויבן ביי מכשפה נעסטי פעלאסי און דער אלטער געדאפלטער מארדע מיטש מעקאנעל.

צוריק צו אונזער טראמפי, זאל זיין טוויטער וואקסן מיט רוים, איך האב געגליכן דעם 2016 ווערסיע פון אים. דער אלטער וועלכע איז סטאק מיט 2020, גערעכט צו נישט, איז אויסצושפייען. ער איז נישט צום צוקייען, און זיכער נישט צו אראפשלינגן.

קיינער איז נישט נייגעריג אין זיינע קאזאק הנגזל געווינערייען. ס'איז אווער מיין פריינד, געב דיך א שאקל, און גיי ווייטער. ביסט געבליבן סטאק ווייסעך וואו, און האסט דיך געטראפן דארט מיט אלע דיינע פארלוירענע קאנדידאטן פונעם מידטורם רויטע כוואליע וואס האט געזאלט קומען אבער איז פארוואנדעלט געווארן אין א נישטיגע מים אחרונים געשפריץ.

ביי זיין רעדע ווען דער גאלפער פון פלארידע (קרעדיט: ניו יארק פאוסט) האט געמאלדן עפעס וואס קיינער האט נישט פאראויס געזעהן (ווידער קרעדיט צום פאוסט) האבן אים זיינע פארבליבענע נאנטע ווייזט אויס אנגעווארענט אז ער זאל קיין ווארט נישט דערמאנען פונעם עבר, אז נישט וועלן זיי זיין אראנדזשע טשופקע אראפשניידן, ווארום קיין אנדערע וועג וויאזוי זיי האבן אים געמאכט זיך האלטן צום סקריפט זעה איך נישט.

הכלל, דער האט קיין ווארט נישט גערעדט פון זיינע משוגעתן, אבער ווי יענער האט שוין געזאגט, טראמפ 2016 וואלט אנגערופן טראמפ 2022 לאו ענערגיע...

איך האף אז ער וועט זיך טאקע קענען איינהאלטן און זיך גענצליך אפלאזן פון די 2020 משוגעתן, הגם כ'לייג ווייניג האפענונג אויף דעם טראמפי, אבער מען קען נישט וויסן וויפיל ער פארכט זיך פון אן אפגעגאלטער קאפ... וואס ווייסן מיר...

אזוי צו אזוי, מ'האמיר אים צוריק אויף טוויטער, טראץ די גרים צארן און זוידיגע כעס פון די פארשאלטענע ליבעראלן.
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

איך האב שוין באשטעלט טראק לאדס פון פאפקארן ..
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

טראמפ האט צוריק-באקומען בלויז איבער די נאכט 83 מיליאן נאכפאלגערס!!!
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נעבעך; טראמפעלע איז צוריק.

ווידעראמאל וועט מען זיך נישט קענען רירן אן הערן פון די שוואגערס איבער די לעצטיגע נפיחות וואס טראמפעלע האט געמאכט ברבים. נאכאמאל וועט מען דיל ווערן ווען מען וועט ווילן הערן אביסעלע ריינע געשמאקע פאליטיק און עס וועט זיך צורוקן א טראמפ חסיד. נאכאמאל גייט פאליטיק ווערן פערסאנעל און מענטשן וועלן רייסן קריעה ווען טראמפעלע גייט מאכן א באמפעלע אהיים קיין מאראלאגעלע ווי מאלאניעלע וועט אים אפווארטן אויף דער ערד מיט א טעלער אייער און אש. א קלוגע שריט פון מאסק׳ן אז ער האט צוריקגעעפנט טוויטער פאר דעם אלטן בלאנדער טיפש וגס רוח, אזוי וועט ער ווייטער בלאזן אויף טרוט סאצעאל בעת וואס זיינע נאכפאלגער וועלן שטורעמען טוויטער אין די מאסן. שוין גארנישט אזא שמחה פאר די רעפובליקאנער, און גארנישט אזא ניצחון פאר די טראמפעליסטן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יהורם: איך וואלט דיר געגעבן א לייק פאר די שיינע פאעטרי. נאר דער תוכן איז שוין גארנישט אזוי שיין...!

ס'זעהט אויס אז דו האסט שוין פארגעסן פון די אלע טובות וואס טראמפ האט געטון פאר דעם אידישן פאלק. און אויך געפיהרט אמעריקע אויפ'ן גוטן וועג...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

berlbalaguleh האט געשריבן:יהורם: איך וואלט דיר געגעבן א לייק פאר די שיינע פאעטרי. נאר דער תוכן איז שוין גארנישט אזוי שיין...!

ס'זעהט אויס אז דו האסט שוין פארגעסן פון די אלע טובות וואס טראמפ האט געטון פאר דעם אידישן פאלק. און אויך געפיהרט אמעריקע אויפ'ן גוטן וועג...!
ער האט גוט געטון פאר ארץ ישראל, ער האט באפרייט רובאשקין, ער האט געטון גוטע זאכן. בארעכטיגט עס אים דעם פאר זיין געמיינע מהות?
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

שליחה דורך גבור חיל »

יהורם האט געשריבן:
נעבעך; טראמפעלע איז צוריק.

ווידעראמאל וועט מען זיך נישט קענען רירן אן הערן פון די שוואגערס איבער די לעצטיגע נפיחות וואס טראמפעלע האט געמאכט ברבים. נאכאמאל וועט מען דיל ווערן ווען מען וועט ווילן הערן אביסעלע ריינע געשמאקע פאליטיק און עס וועט זיך צורוקן א טראמפ חסיד. נאכאמאל גייט פאליטיק ווערן פערסאנעל און מענטשן וועלן רייסן קריעה ווען טראמפעלע גייט מאכן א באמפעלע אהיים קיין מאראלאגעלע ווי מאלאניעלע וועט אים אפווארטן אויף דער ערד מיט א טעלער אייער און אש. א קלוגע שריט פון מאסק׳ן אז ער האט צוריקגעעפנט טוויטער פאר דעם אלטן בלאנדער טיפש וגס רוח, אזוי וועט ער ווייטער בלאזן אויף טרוט סאצעאל בעת וואס זיינע נאכפאלגער וועלן שטורעמען טוויטער אין די מאסן. שוין גארנישט אזא שמחה פאר די רעפובליקאנער, און גארנישט אזא ניצחון פאר די טראמפעליסטן.
שעפעלע, אטעם אריין, אטעם ארויס, ס'וועט דיר ווארשיינליך בעסער ווערן. טראמפי וועט נישט דא זיין פאר אייביג, נאך אביסל וועלן מיר שוין קענען פולקאם גיין אונטער די ווארימע נעגל פון קאזיאו און ברודער'ס ליבע אומאר. גארלענד וועט קענען פראצעסירן כעולה על רוחו, און די אלע פאשיסטן און מאגא'איסטן וועט מען פארווארפן אין די טינקעלע גולאגס אז זיי וועלן נישט וויסן וועלכע דעמאקראטיע ס'האט זיי באטראפן.
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יהורם: איך ווייס נישט פון וואספארא געמיינעם מהות דו רעדסט? אמעריקע דארף אזא פרעזידענט. וועלכער שטייט אויף פאר די רעכטן פון אמעריקע. און פאר אומשולדיגע יחידים.

אויך. פארגעס נישט די אלע צרות און בזיונות וואס ער איז אדורך. נאר זייט ער האט פארלאזט דאס ווייסע הויז. אזא רישעות און שלעכטקייט מיט וואס זיינע שונאים האבן זיך באצויגן צו איהם איז נישט געווען אין די היסטאריע פון אמעריקע. מיום היווסדה. מ'האט דאס נישט געטון צו קיין שום פרעזידענט. יא. ס'געווען פרעזידענטן וועלכע האבן געהאט א סאך פאליטישע שונאים. אבער די רגע וואס ער איז אראפ- פון בענקל האבן זיי אויפגעהערט צו העצן אקעגן איהם. און איהם געלאזט במנוחה. אבער נישט טראמפ. זיינע שונאים וועלכע האבן איהם נישט געגעבן אפילו איין טאג מנוחה אלס פרעזידענט האבן נישט אויפגעהערט איהם צו רדופ'ן אפילו נאך וואס ער איז שוין געווארן א ציווילער בירגער.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

וואס איז אויב די איינציגסטע וועג וויאזוי צו טוהן גוטע זאכן אין דער געמיינע וואשינגטאן איז נאר מיט א געמיינע מהות?

גיין אין מלחמה איז רצחנן מענטשן איז אויך א געמיינע אקט. אבער יעדער פארשטייט אז צומאל קען עס זיין בארעכטיגט.

איר וועט אויפגעבן כל המעלות נאר ווייל אז ביי דער חנוכה פארטי זאלן דיינע שוואגערס נישט קענען האבן קיין שמייכל. ווייל אויב חלילה יא, וועסטו פילן אינטימידעיטעד.

גראדע רעדסטו געווענליך צום זאך, אבער ס'זענען ליידער דא פילע אזעלכע מיט דער TDS.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קורקלענד האט געשריבן:וואס איז אויב די איינציגסטע וועג וויאזוי צו טוהן גוטע זאכן אין דער געמיינע וואשינגטאן איז נאר מיט א געמיינע מהות?

גיין אין מלחמה איז רצחנן מענטשן איז אויך א געמיינע אקט. אבער יעדער פארשטייט אז צומאל קען עס זיין בארעכטיגט.

איר וועט אויפגעבן כל המעלות נאר ווייל אז ביי דער חנוכה פארטי זאלן דיינע שוואגערס נישט קענען האבן קיין שמייכל. ווייל אויב חלילה יא, וועסטו פילן אינטימידעיטעד.

גראדע רעדסטו געווענליך צום זאך, אבער ס'זענען ליידער דא פילע אזעלכע מיט דער TDS.
איך פארשטיי די אלע צדדים און איך האב אויך הנאה געהאט ווען ארץ ישראל און אידן האבן געהאט א טובת הנאה פון אים אלס פרעזידענט, אבער ווען עס קומט צו טראמפ זעלבסט ווער איך שרעקליך אויפגעברויזט און איך קען נישט פארשטיין וויאזוי אזא מענטש איז אריינגעוועלט געווארן, ס׳זאגט עפעס אויפן קולטור פון אמעריקע.
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

שליחה דורך גבור חיל »

יהורם האט געשריבן:
איך פארשטיי די אלע צדדים און איך האב אויך הנאה געהאט ווען ארץ ישראל און אידן האבן געהאט א טובת הנאה פון אים אלס פרעזידענט, אבער ווען עס קומט צו טראמפ זעלבסט ווער איך שרעקליך אויפגעברויזט און איך קען נישט פארשטיין וויאזוי אזא מענטש איז אריינגעוועלט געווארן, ס׳זאגט עפעס אויפן קולטור פון אמעריקע.
ער וויינט עפעס אזוי ביטערליך אויף די געפאלענע קולטור פון אמעריקע, וואו קארדי בי איז די יוגנט העלד, און דזשארדזש וואשינגטאן מיט טאמאס דזשעפרעסאן פרובירט מען צו פאררייסן.

די זעלבע ארט וואו קינדער ווערן קעץ און מ'שטיפט פרויען מיט ביצים אין דאס האלז און מאגן פון די נארמאלע ציוויליזאציע, מ'ברענגט לאפע טענצער בעפאר קליינע קינדער, און דער דראג אדיקט דזשארדזש פלויד איז קדוש יאמר לו.

אבער אים באדערט נישט די טויטע קולטור, אים באדערט אז דער פארשאלטענער אראנדזשער מאן האט באוויזן צו זעצן די אלטע טיראנען אויף זייערע קניען, געבן א שפריץ פאר די יושבי חושך און ארויפברענגען אויפן אויבערפלאך פאר די אמעריקאנער פאלק די קארופציע און אומרעכטן וואס שפרידלן אין וואשינגטאן ווי געי קינדער אין קאליפארניע.

וויי צו דיר אמעריקאנער קולטור, אבער נישט צוליב וואס דו האסט ערוועלט טראמפ, נאר צוליב וואס דו טוסט מיט דיינע קינדער, מיט דיין היסטאריע און דיין שיינער לאנד.
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

יהורם האט געשריבן:
.......אבער ווען עס קומט צו טראמפ זעלבסט ווער איך שרעקליך אויפגעברויזט און איך קען נישט פארשטיין וויאזוי אזא מענטש איז אריינגעוועלט געווארן, ס׳זאגט עפעס אויפן קולטור פון אמעריקע.
און אז ביידן, אן אלטער קראנקער מאן וואס די זכרון איז אים שוין פארהויכט און איז איז באקאנט אלס איינער מיט שוואכע באליס און גרייזיגע סטראטעגיעס איז געווארן אריינגעוועלט פארשטייסטו יא? וואס פארציילט דיר דאס אויף די קולטור פון אמעריקא? און אויף איר עסטעבלישמענט וואס האט אים העפטיג ארויפגעשטיפט צו געווינען די פריימעריס?
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
פויגל מילעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 13, 2021 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך פויגל מילעך »

ווער ס'האט פיינט טראמפ, פערזענליך צו בשיטה, איז אליינס א אגאאיסט, א לינקער קאפ, און פעסעמיסט - אין אלע אנדערע טיילן אין זיין לעבן. בין אדם למקום ובין לחברו.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מתבודד האט געשריבן: און אז ביידן, אן אלטער קראנקער מאן וואס די זכרון איז אים שוין פארהויכט און איז איז באקאנט אלס איינער מיט שוואכע באליס און גרייזיגע סטראטעגיעס איז געווארן אריינגעוועלט פארשטייסטו יא? וואס פארציילט דיר דאס אויף די קולטור פון אמעריקא? און אויף איר עסטעבלישמענט וואס האט אים העפטיג ארויפגעשטיפט צו געווינען די פריימעריס?
וואס האסטו קעגן דעם? סך הכל איז עס א רעזולטאט פון זיין עלטער, וואס איז נאטורליך. ער האט נישט קיין פארדארבענע מדות ווי טראמפ.

נישט אז איך נעם א שטעלונג אדער האב עפעס אקעגן טראמפ פאר פרעזידענט, אבער מען מוז מודה זיין אז ער האט שלעכטע מדות, טראץ די טובות וואס ער האט געטון. אפילו יוסי געשטעטנער איז עס מודה...
וירח ה' את ריח הניחוח
פויגל מילעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 13, 2021 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך פויגל מילעך »

טראמפ איז פון נאטור אויס א בעל טובה, און ער האט שוין געהאלפן גאר אסאך מענטשן, וואס האבן גארנישט געהאט מיט עהם ביזנעס - נאך פאר ער איז געווען פרעזידענט.
צו דעם, האט אפילו הילארי קלינטאן מודה געווען, אז אזא חינוך וואס טראמפ האט געגעבן פאר זיינע קינדער, איז א מוסטער צום באוואונדערן.
ער האט מער געטון פאר ארץ ישראל ווי ביבי, און ווער ס'קען נישט דייטלען גענוי ווי צום ביישפיל ער האט געטון שלעכטס, זאגט דאס בלויז פון פארביסענע קנאה אויף זיינע הצלחות.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

ר' יוד, מען טאר נישט דינען עבודה זרה.

דער וואס האט פיינט טראמפ איז אן עגאיסט?? ר' יוד, וואס האט איר געטרינקען היינט?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

טראמפ לענ״ד האט אזוי ווי יעדע מענטש א הערליכע זייט פון אויפטוהן זאכן וואס אנדערע מענטשן האבן געציטערט צו טוהן, ער האט אויך א געוויסע אייגנארטיגע צוגאנג צו פאליטיק וואס דאס קומט מיט אסאך גרויסע מעלות, און פון די אנדערע זייט האט ער א געוויסע ווילדקייט וואס קען אסאך מאל חרוב מאכן, און ווי יעדע זאך אין לעבן דארף מען ארויסנעמען זיינע גוטע חלקים און אוועקווארפן די שלעכטע. ער איז נישט געוועהן אונזער בעסטע פרעזידענט אבער אויך נישט אונזער ערגסטע, ממילא זעה איך נישט פארוואס מענטשן זאלן זיך רעגן אז ער איז צוריק אויף טוויטער, אויב האסטו נישט ליב וואס ער שרייבט דעמאלטס אנפאלאו איהם, קיינער הייסט דיך שמועסן מיט דיין שוואגער קיין פאליטיק
פויגל מילעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 13, 2021 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך פויגל מילעך »

עמקות המחשבה האט געשריבן:טראמפ לענ״ד האט אזוי ווי יעדע מענטש א הערליכע זייט פון אויפטוהן זאכן וואס אנדערע מענטשן האבן געציטערט צו טוהן, ער האט אויך א געוויסע אייגנארטיגע צוגאנג צו פאליטיק וואס דאס קומט מיט אסאך גרויסע מעלות, און פון די אנדערע זייט האט ער א געוויסע ווילדקייט וואס קען אסאך מאל חרוב מאכן, און ווי יעדע זאך אין לעבן דארף מען ארויסנעמען זיינע גוטע חלקים און אוועקווארפן די שלעכטע. ער איז נישט געוועהן אונזער בעסטע פרעזידענט אבער אויך נישט אונזער ערגסטע, ממילא זעה איך נישט פארוואס מענטשן זאלן זיך רעגן אז ער איז צוריק אויף טוויטער, אויב האסטו נישט ליב וואס ער שרייבט דעמאלטס אנפאלאו איהם, קיינער הייסט דיך שמועסן מיט דיין שוואגער קיין פאליטיק
שלעכט איז ער?
ווער איז געווען א בעסער פון עהם?
נאלויפן ר' שאול אלטר איז עבודה זרה, אבער מכיר טוב זיין פאר איינער וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו פלאשען דעם זומפ, איז עבודה זרה?
זאג מיר וואס קוועטשט דיר?
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

שמעקעדיג האט געשריבן:
מתבודד האט געשריבן: און אז ביידן, אן אלטער קראנקער מאן וואס די זכרון איז אים שוין פארהויכט און איז איז באקאנט אלס איינער מיט שוואכע באליס און גרייזיגע סטראטעגיעס איז געווארן אריינגעוועלט פארשטייסטו יא? וואס פארציילט דיר דאס אויף די קולטור פון אמעריקא? און אויף איר עסטעבלישמענט וואס האט אים העפטיג ארויפגעשטיפט צו געווינען די פריימעריס?
וואס האסטו קעגן דעם? סך הכל איז עס א רעזולטאט פון זיין עלטער, וואס איז נאטורליך. ער האט נישט קיין פארדארבענע מדות ווי טראמפ.

נישט אז איך נעם א שטעלונג אדער האב עפעס אקעגן טראמפ פאר פרעזידענט, אבער מען מוז מודה זיין אז ער האט שלעכטע מדות, טראץ די טובות וואס ער האט געטון. אפילו יוסי געשטעטנער איז עס מודה...
וואס זאל מען טון אז די הצלחה פון א פרעזידענט אין 2022 איז נישט געוואנדן צו ער האט גוטע מידות. מר. ביידן איז אפשר א פיינער כאראכטער אבער זיינע שוואכקייטן האבן גורם געווען אסאך אומאנגענעמע זאכן וואס דער ווילדער טראמפ מיט די שלעכטע מידות זיינע האט מצליח געווען צו מונע זיין. ע''ע צפון קאריע, רוסלאנד/אוקריינא, ועוד ועוד. איך האלט מיר איין פון שרייבן אפגאניסטאן כדי נישט אריינצוגיין אין איבעריגע וויכוחים...

אלזא אלס רבי צו אפי' חבר וואלט אפשר טראמפ געווען מיין לעצטע אפציע אבער אלס פרעזידענט גייט מיר גאנץ ווייניג אן וואס זיינע מידות זענען.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פויגל מילעך האט געשריבן:
עמקות המחשבה האט געשריבן:טראמפ לענ״ד האט אזוי ווי יעדע מענטש א הערליכע זייט פון אויפטוהן זאכן וואס אנדערע מענטשן האבן געציטערט צו טוהן, ער האט אויך א געוויסע אייגנארטיגע צוגאנג צו פאליטיק וואס דאס קומט מיט אסאך גרויסע מעלות, און פון די אנדערע זייט האט ער א געוויסע ווילדקייט וואס קען אסאך מאל חרוב מאכן, און ווי יעדע זאך אין לעבן דארף מען ארויסנעמען זיינע גוטע חלקים און אוועקווארפן די שלעכטע. ער איז נישט געוועהן אונזער בעסטע פרעזידענט אבער אויך נישט אונזער ערגסטע, ממילא זעה איך נישט פארוואס מענטשן זאלן זיך רעגן אז ער איז צוריק אויף טוויטער, אויב האסטו נישט ליב וואס ער שרייבט דעמאלטס אנפאלאו איהם, קיינער הייסט דיך שמועסן מיט דיין שוואגער קיין פאליטיק
שלעכט איז ער?
ווער איז געווען א בעסער פון עהם?
נאלויפן ר' שאול אלטר איז עבודה זרה, אבער מכיר טוב זיין פאר איינער וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו פלאשען דעם זומפ, איז עבודה זרה?
זאג מיר וואס קוועטשט דיר?

איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז ער איז געוועהן שלעכט, איך האב געזאגט אז ער האט געהאט זייער אסאך גוטע פאליסיס למשל ברענגען אסאך דזשאבס, אויפהייבן די עקאנעמיע, צושטערן שלעכטע דיעלס אזוי ווי נאפט״א, דעוועלעפן א קאוויד וואקסין, און די זעלבע צייט האט ער געהאט אסאך שלעכטע פאליסיס למשל די מאסלימענער טרעוועל בען, אוועקכאפן קליינע קינדער פון די טאטעס,
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

שליחה דורך פרנס החודש »

אוועקכאפן קליינע קינדער איז פונקט אזוי אן אובאמא קלינטאן ביידען פאליסי, און די מוסלעם טרעוועל בען איז א לינקע סלאגאן, נישט א טראמפ פאליסי.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פרנס החודש האט געשריבן:אוועקכאפן קליינע קינדער איז פונקט אזוי אן אובאמא קלינטאן ביידען פאליסי, און די מוסלעם טרעוועל בען איז א לינקע סלאגאן, נישט א טראמפ פאליסי.
Quote from the executive order that Mr. trump signed

Sec. 2. Suspension of Entry for Nationals of Countries of Identified Concern. The entry into the United States of nationals of the following countries is hereby suspended and limited, as follows, subject to categorical exceptions and case by-case waivers . . . . [Chad, Iran, Libya, Syria, Yemen,]
פויגל מילעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 13, 2021 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך פויגל מילעך »

מתבודד האט געשריבן:אלזא אלס רבי צו אפי' חבר וואלט אפשר טראמפ געווען מיין לעצטע אפציע אבער אלס פרעזידענט גייט מיר גאנץ ווייניג אן וואס זיינע מידות זענען.
דווקא אלץ חבר וואלט איך עם גענומען, ווייל ער איז א פעסטאק און ווייסט וואס ער וויל. ער האט א שיטה קלאר, און פול מיט קוראזש און מאטיוואציע.
איך בין אזוי ווייט פון פאליטיק אז ס'עקלט מיר ממש, נאר אזויווי אומצאליגע טראמפיסטן, האב איך הנאה פון זיין שטארקע כאראקטער און טון צום זאך. ער איז איינפאך מיין רול מאדעל
פארשפארט