מי אני האט געשריבן:דער תפארת ישראל אין זיין באקאנטע דרוש אור החיים (וואו ער דערמאנט די פאסילס) (אות ב) פרעגט די קשיא אויף כרת (ווי אויך וואס איז אויב איינער טוהט מערערע מאל איסורי כריתות, צווישן אנדערע קשיות אויף די מושג). ער ענטפערט אז עס זענען דא צוויי מיני נפשות אינ׳ם מענטש. איינס איז די חלק אלוק וניצוץ ממעל וואס איז אומעגליך אז עס זאל נתאפס ווערן לכלום; דאס האט אן השארה אלעמאל און איז נצחי. דערנאך איז דא די נפש הבהמית (עס קען האבן פאראלעלן מיט׳ן נפש הבהמית וואס דער תניא דערמאנט), וואס איז פשוט באשאפן געווארן און אריינגעגעבן געווארן אינ׳ם מענטש כדי צו האלטן די נפש הנצחי, וואס איז כולו רוחני, מיט די גוף החמור, וואס איז איר דירעקטע אפאזיט; עס איז די מתווך און האלט זיי צוויי צוזאם.
די נפש הבהמית וואלט ווען געדארפט בטל ווערן לאחר המיתה ווען די חבילה צווישן זיי דריי [נפש הרוחני, נפש הבהמית, והגוף] ווערט נתפרד. אבער דורך מצות ומעש״ט קען מען מאכן אז די נפש הבהמית זאל אויך האבן א נצחיות.
יעצט (ווי אזוי איך פארשטיי זיין דרך), איינמאל מ׳גייט פון די וועלט איז כדי די נשמה/נפש הנצחי זאל נזדכך ווערן פון די חטאים פעהלט אויס אז עס זאל נאך זיין באהאפטן מיט׳ן נפש הבהמית (ווייל אזוי קען עס נאך פאלן אונטער די יצירה פון זמן וואס דורך דעם קענען די קינדער פונ׳ם מת וואס זענען נאך אויף די וועלט ותחת הזמן האבן נאך א שייכות צו אים/איר, און קענען איר ארויסהעלפן, מעלה זיין וכו׳, די ערשטע 12 חדשים (מער) יארצייט אא"וו). און איינמאל עס איז פערטיג דעמאלטס צוטיילן זיי זיך און די נפש הבהמית גייט צו איר (שכר) נצחי אויך.
אבער ביי עוברי איסורי כריתות ווערט עס דערנאך בטל לאפס, און וויפיל מער מ׳האט עובר געווען פון די מיני איסורים, אלס לענגער דויערט די זיכוך און דאס באהאפטענקייט פונ׳ם נפש הנצחי צום נפש הבהמית וואס דארף בטל ווערן, וואס דאס איז א צער (for lack of a better term) פאר׳ן נפש הנצחי. ועוד, אז תחיית המתים איז נאר שייך אויב די נפש הבהמית האט אן השארה, ווייל אזוי וועט די נפש הנצחי זיך קענען צוריק באהעפטן צום גוף, משא״כ ביי עונש כרת וואו דאס ווערט נתאפס גייט ער נישט קענען אויפשטיין, ע״ש באריכות.
איך פארשטיי אז מידי אפאלאגעטיקס לא יצאנו, און דאס לאט נאך איבער היפש פון די פסוקים איבער דעם וואס זענען נישט משמע צו דעם מהלך.
מענין לענין באותו ענין קען זיין אינטרעסאנט צו באמערקן אז דער גריכישער-רוימישער פילאזאף פּלוטארך האט געהאלטן (און געמאכט א השוואה בדברי אפלטון) אז עס זענען דא צוויי סארט נפשות ממש בתוך דעם מענטש: אן איראציאנאלע נפש וואס איז צוזאמען מיט דעם
חומר קדמון וואס אפלטון האט געהאלטן פון [א סארט נפש בהמיות], צוזאמען מיט דאס ראציאנאלן נפש וואס ג-ט האט באשאפן. (הגם אז אין די פארמולאציע איז גאר די נפש הבהמית
מער נצחי, עכ״פ מעיקרא, ווי די אנדערע נפש.)
(ולהבדיל, עיין בפ״א משמונה פרקים להרמב״ם בענין חלקי ומיני ״נפש״.)