קרית יואל רבנים קומען ארויס מיט איסור קעגן זָכוּ פראגראם

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
לייבעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 21, 2012 6:34 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל

א אפדעיט אויף די זכו פרשה !!

שליחה דורך לייבעלע »

אלס איינער וואס איז אביסל אינוואלווד אין די ביטערע פרשה, האב איך געטון מער ריסורטש, און דאס איז וואס איז ארויסגעקומען מיט א קלארקייט:

מרת (זיסי) עבער איז דער וואס געבט איבער די שיעורים פון "זכו". זי איז א בארימטע כלה טיטשער שוין לאנגע יארן אין מאנסי. זי טרענירט כלה טיטשער'ס, זי גיבט שיעורים און העלפט ארויס סיי כלות, און סיי ווייבלעך. די שווערסטע פראבלעמען קומען אן צו איר. איר מאן איז הרה"צ ר' משה עבער, א מו"ץ אין בעלזא, א מחבר ספר, און ער שרייבט פאר די שיעורים. אויסער דעם וואס עס ווערט פארגעשריבן דורך א איד א ת"ח און איבערגעגעבן דורך א געטרייע ערליכע כלה טיטשער וואס פארשטייט די נסיונות הדור, האבן די שיעורים די פולשטענדיגע הסכמה פון הרב וועטענשטיין שליט"א, דומ"ץ בעלזא מאנסי.

עטליכע א"ג סיקריקים האבן זיך גענומען אקעגן די שיעורים, איין זיסע באשעפער ווייסט וואס עס שטערט זיי אז ווייבלעך ווערן אויסגעלערנט מיט די תורה'דיגע השקפה צו האבן א גוטע זיסע לעבן.

אונטער די אלע טעראר שטייט ש. ווייס, פון לוח המודעות פון ק"י, וואס איז א באקאנטער מחרחר ריב, אנטי וואקסין, חינוך, קאמאן קאור, נטורי קרתא, וכו' וכו'... ער איז געווען פארמישט אין די שמוציגסטע פרשיות ביי כלל ישראל, געמאכט פאלשע רעקארדירונגען אויף מהר"א מסאטמאר ועוד. זיינע צעטלעך לאזט מען שוין נישט אפאר יאר הענגן אין ק"י בתי מדרשים פון וואו מ'האט אים ארויסגעווארפן. ואתו עמו "הרב" ש. גאלדבערגער פון מאנסי, אנגעבליך א שטילע יונגערמאן, ער איז א וואנעבי, וויל ווערן א דיין.

זיי מאכן שוין חדשים לאנג משוגע הרב עבער מיט א תמימות'דיגע פנים, מיטן קומען פרעגן שאלות וכו'.

זיי האבן געשטיקלט רעקארדינגס פון די שיעורים און מיט זייער שקר באוויזן איינצורעדן רבנים אז עס איז נישט אויסגעהאלטן און מען מוז ארויסקומען מיט א איסור אקעגן דעם, און ליידער זענען זיי געווען סוקסעספול.

זיי ווילן בשום אופן נישט נאכקומען הרב וועטענשטיין'ס פארלאנג אויפצושפילן די רעקארדינג פארענט פון הרב עבער, און מקיים זיין דעם "שמוע בין אחיכם", וואס דאס אליינס ווייזט די פאלשקייט דערפון.

דער פרעכער מחוצף ש. ווייס האט פארלאנגט פון הרב וועטענשטיין אז ער זאל אראפנעמען זיין הסכמה פון די שיעורים, צו וואס הרב וועטענשטיין האט כמובן קאטעגאריש אפגעזאגט, און געענטפערט "ניין", בשו"א!

האט ער פרובירט צו פארלאנגען אז לכה"פ פאר א שטיק צייט זאל ער זאגן אז ער ווייסט נישט וכו' וכו', אבער ב"ה אז הרב וועטענשטיין איז קלוגער פון דעם און האט נישט צוגעהערט צו דעם לאו-לייף.

אצינד ארבעטען עסקנים שווער צו פאררעכטן די דעמעדזש, און זיי גייען ארום צו די רבנים אויפקלערן די ווירקליכקייט. א חלק האט מען שוין סוקסעספול מסדר געווען ב"ה.

ר' געציל האט קלאר געזאגט פאר הרב וועטענשטיין (וואס גיט די הסכמה) אז ער ציעט צוריק פון זיין איסור. ער טענה'ט ער ער האט אפילו נישט געוואוסט אז ס'האט א הסכמה פון הרב וועטענשטיין, מיט וועם ער איז בידידות לאנגע יארן. ער האט פערזענליך גערופן "די בלאט" אז מ'זאל בשו"א נישט אריינשטעלן די ק"ק. (ר' געציל האט ניטאמאל געהערט די געפעלשטע רעקארדינג וואס זיי האבן אנגעצינדן פאר טייל רבנים).

הרב מייזעלס האט גערופן איבערבעטן הרב עבער און געזאגט אז ער ציעט צוריק. ער האט קודם גע'טענה'ט אז ס'נישט עפ"י תורה, אבער אין זייער צוויי שעה'דיגע שמועס האט אים ר' עבער אויפגעוויזן און אפגעענטפערט אלע זיינע פראגעס, צום סוף האט מייזעלס געוויינט צו אים אז ער בעהט אים איבער וכו', אבער זאגענדיג אז ער האט מורא פון ש. ווייס צוריקצוציען ברבים.

הרב יונגער ציעט אויך צוריק, ער האט געזאגט פאר א פרוי פון ק"י א טאג נאכדעם אז זי קען גיין צו די שיעורים. ער האט געזאגט פאר א יונגערמאן אין טאהש'ע ביהמ"ד אז ער האלט ער האט זיך צו שטארק געיאגט אונטערצושרייבן.

הרב אייזענבערגער פון סקווירא (אויך א געטרייע דיין) האט זיי ארויסגעווארפן פון שטוב.

אזוי אויך ר' אברהם הערש וואזנער שליט"א.

ר' ישראל מנשה רייזמאן שטיצט שטארק די שיעורים, און שיקט אהין יונגעלייט כסדר.

כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א שיקט אהין יונגעלייט.

ר' לייבוש פר"מ פון וומב"ג זאגט כסדר פאר יונגעלייט אז מ'קען אהין גיין,

ר' חיים אהרן אונגאר, ר' ישראל בער שטיין, ר' מענדל ווייס, ועוד ועוד

יעדער וואס טוט נאר מיט יונגעלייט און ווייסט וואס טוט זיך, שיקן אהין דעם עולם.

ס'דא פון לעצטנס א גאר שמוציגע רעקארדירונג ווי ש. גאלדבערגער איז מסביר פאר איינעם אז די פראבלעם פון די שיעורים איז, אז היות מ'לערנט אויס פאר די נשים וויאזוי הנאה צו האבן פון די מצוה (און נישט ווי די אלטע מארמאראשע מסורה אז דו ביסט א בלויזע שמאטע פאר די מאן - וואס ווערט נאך אגב געפרעקטיסט ביי געוויסע גרויסע כלה טיטשערס במחנינו), אשר ע"כ לייגט שמואל צו כזה: "כדי כדי די פרוי זאל הנאה האבן, "מוז" זי טראכטן שמוציגע מחשבות, דאס איז די מציאות" - טענה'ט שמואל מיט אן אומבויגזאמער פעסטקייט - "און ווי אזוי קען מען דערנאך האבן גוטע קינדער ווען די פרוי טראכט אזאלכע מיאוסע מחשבות בשעת די מצוה..."

ווען מ'האט אים אנגעפרעגט וואס למשל די פרוי דארף טראכטן, האט דער געמיינער מנוול געענטפערט: זי דארף זיך פארשטעלן ווי זי שטייט נאקעט אויפן גאס צווישן אנדערע מענטשן.

האט דער שואל אים געפרעגט צו ער איז זיכער אין דעם אז יעדע פרוי דארף דאס טראכטן, האט ער געענטפערט: ס'קען זיין אז ס'דא פרויען וואס דארפן טראכטן אנדערע סארט שמוציגע מחשבות, אבער הצד השווה, כדי די פרוי זאל אנקומען צום קלימאקס "מוז" זי טראכטן נבלה... ע"כ. אוי לאזנים שכך שומעות.

און ער פרובירט איינצורעדן די רבנים אז דאס איז וואס קומט ארויס פון די זכו שיעורים.

עס איז א מצוה לפרסם די אלע שמוץ. זיי זענען רודפים. זיי טרונקען הרב עבער'ס בלוט מיט א גראבע שטרוי.


==================

ברעיקינג: יעצט ביי ענדיגן שרייבן קומט אריין די ביטערע ידיעה אז יצחק שטערן איז געווארן אינוואלווד אין די קעיס... און ס'איז ערווארטעט צו האבן א איסור חתימה פון רוב זאלונישע דיינים ביי נעקסטע וואך. די אהרונים זעהט יא אויס ווי זיי וועלן זיך אפהאלטן, צוליב וואס אפאר פארשטענדליכע דיינים דארט פרובירן צו בעטן יעדעם אז מזאל נישט אויפנעמען די חברה.

נעקסט...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אין אנדערע נייעס קומט פאר די שבת די אכצען'סטע שבת קרבתנו א געפאקטע שבת מיט נאר חסידישע קאפלס וואס איז געווען אויספארקויפט שוין מיט א וואך צוריק!
איינער געדענקט נאך די איסור פון די זאלישע בית דין? פון ר' חיים דוד כ''ץ דרשה?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב מברר געווען ביי א באקאנטער מיינער וועלכער איז פארמישט אין די פרשה, און ער האט מיר קלארגעשטעלט אז עס גייען יעצט ארויסקומען נאך פילע זאלוינישע רבנים מיט א קול קורא קעגן די זכו שיעורים, נאך וואס י. שטערן האט זיך אריינגעמישט אין דעם קעיס און ער וויל זיכער מאכן אז מרת עבער גייט ארויס פון ביזנעס.

למעשה האט ער מיר געזאגט אז הרב וועטנשטיין שליט״א גרייט זיך ארויסצוקומען אין דער עפנטליכקייט שארף צו פארדאמען די צוויי אינגעלייט וואס דרייען זיך ארום מיט א ווילדקייט צווישן די רבנים און צינדן זיי אן צונויפגעשטיקלטע רעקארדירונגען פון די שיעורים, אבער ער ווארט נאך דערמיט וויבאלד ער האט זיי קודם פערזענליך מזהיר געווען אז זיי זאלן אויפהערן מיט די שמוציגע מעשים.

דער איינציגסטער פראבלעם וואס די צוויי מנוולים האבן מיט די שיעורים איז בלויז אז זי איז א ׳בעלזער׳ וואס איז ווי א רויטע פאטשיילע אין אויג פון די סאטמארע אקסן וואס לעבן נאך אינעם פארגאנגענעם יאר הונדערט. איז מרת עבער די קומענדיגע שמואל ניימאן אדער קידטשאטשקע? לכאורה יא, אבער אין דעם פאל קומט ארויס מיט קלארע פארבן די קארופציע ביי די פרומע רבנים וועלכע דזשאלעווען נישט קיין חתימות ווען עס קומען צוויי פארשטינקענע סיקריקים מיט געשטיקלטע רעקארדינגס, אבער ארויסצוציען פון זיי א היתר קען מען נישט (נאר פאר אפאר דאלער).
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יהורם: ייש"כ. דער גרעסטער חידוש איז אז בערל בעל עגלה און להבדיל הרב שמעקעדיג שליט"א זענען אויף איין פעידזש.

איך ווייס (וועיס) נישט. איינער דארף דא תשובה טון...!. מילא דער בעל עגלה איז דאך אן ארוני און א ציוני. ער לערנט (ליידער) דעם דף היומי (הרב ישראל מ. סופר וואלט שוין געזאגט...רחמנא ליצלן מהאי דעתא). און ער שרייבט פון צייט צו צייט איבער די קארופציע (און פאררוקטקייט) פון די אזוי גערופענע רע-בנים וועלכע ליגן כל כולו אין געלט און ריעל עסטעיט. און ווען זיי זענען נישט פארנימען מיט אט די גראבע גשמיות, שרייבן זיי אונטער כל'ערליי איסורים, קונמות וחרמות. אויף אלץ און א יעדן. אויסער אויף זיך און זייערע קינדער, פארשטייצעך.

ווען מ'זאלל וועל ארויסגעבן א בוך מיט די איסורים פון די רע-בנים וואלט עס געווען א דיקער בוך פון (לכה"פ) טויזנט בלעטער.

נאך אן אינטרעסאנטע זאך ביי די שוואנצונעס פון דעם איסור אויף די זכו שיעורים. אפילו די מוצ"י בני יואל האבן זיך צוגעשטעלט צו זייערע גרעסטע שונאים. די קר"י עסטאבלישמענט רע-בנים...!כאילו זיי ווילן זאגן אז בשעת חירום (רח"ל) שטעלט מען זיך צו צו די גרעסטע שקצים אויך...! ווייל דאס אידישקייט וועט (ח"ו) אונטערגיין אויב מרס. עבער/וועבער וועט געבן די שיעורים...!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

לייבעלע האט געשריבן:הרב מייזעלס האט גערופן איבערבעטן הרב עבער און געזאגט אז ער ציעט צוריק. ער האט קודם גע'טענה'ט אז ס'נישט עפ"י תורה, אבער אין זייער צוויי שעה'דיגע שמועס האט אים ר' עבער אויפגעוויזן און אפגעענטפערט אלע זיינע פראגעס, צום סוף האט מייזעלס געוויינט צו אים אז ער בעהט אים איבער וכו', אבער זאגענדיג אז ער האט מורא פון ש. ווייס צוריקצוציען ברבים.
איך בין אביסל ערשטוינט פון דעם שורה. ער האט מורא? וואס טוט זיך מיט לא תגורו? מען האט מורא פון א נארישן שייגעץ א טעראריסט?

אגב, לייבעלע, א דאנק פאר די רעפארט.
וירח ה' את ריח הניחוח
נחום הסופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

שליחה דורך נחום הסופר »

מיר האפן אז הרב וועטנשטיין וועט זיך נישט ברעכן צום שאנדפולן טעראר און מרת עבער וועט נישט ווערן די קומענדיגע ר' שמואל ניימאן

דאס טעראר און עקסטרעמיזם דארף קומען צו אן ענדע
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

זאגט מיר איינער אז ס'מוז זיין אז מרת. עבער פארקויפט א גוטע סיסטעם ווייל ווען ס'וואלט געווען א גארביזש/סוער סיסטעם וואלט קרית יואל געגאנגען פאר דעם...
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

די אלע הוכחות ווייזן שוין צום וויפילטן מאל אז נארמאלע רבנים. אריינגערעכנט רוב דייני קרית יואל ובראשם ר' געציל בערקאוויטש שליט"א ראש הדיינים בקר"י זענען (סוכ"ס) אויף די נארמאלע, מענטשליכע און אמת'דיגע זייט. און די מחנה מהרז"ל שליט"א זענען אויף די נישט ריכטיגע זייט. אזוי איז געווען מיט די שווינדלערישע אישו פון תלמידי הרב שמואל אויערבאך ז"ל. און גיוס בנים ובנות. וואו די מחנה מהרז"ל האבן אנגעמאכט א שטורעם ווינט. און ס'האטציך אלעס אויסגעלאזט בקול דממה דקה. מיט גארנישט. נאך די אלע כינוסים און געלט שנארונגען. און נאך א סאך אנדערע פרשיות שאי אפשר לפורטם כי רבים הם.
באניצער אוואטאר
חמול על מעשיך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 05, 2022 11:08 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 274 מאל

שליחה דורך חמול על מעשיך »

שכח פאר ווער עס האט געלייגט די צעטיל גיי’מיר שוין זיך איינשרייבן

נאך וואס מיין ב”ב איז געגאנגן צו כלה שיעורים פון די אלמנה כ”ץ (קאפיש)
קען גאר זיין אז איר מהלך ארבעט ביי אלמנות אבער פאר פארהייראטע נישט...
זיי לאכן פון מיר ווייל איך בין נישט ווי זיי...
איך לאך פון זיי ווייל זיי זענען אלע די זעלבע...
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: קרית יואל רבנים קומען ארויס מיט איסור קעגן זָכוּ פראגראם

שליחה דורך אונטער חכם »

מאנרא יונגערמאן האט געשריבן:נאך זעהן די חתונה פון העכט פון קרית יואל שטימט שוין אלעס
דו מיינסט עכט אז העכט קומט פון די זכו שיעורים? ער געט זיינע אייגענע שיעורים.

אפשר אזויפיל וועלן די רבנים קענען פועלן, אז מען זאל גיין צו זיינע שיעורים אנשטאט זכו...
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

אונטער חכם האט געשריבן:
מאנרא יונגערמאן האט געשריבן:נאך זעהן די חתונה פון העכט פון קרית יואל שטימט שוין אלעס
דו מיינסט עכט אז העכט קומט פון די זכו שיעורים? ער געט זיינע אייגענע שיעורים.

אפשר אזויפיל וועלן די רבנים קענען פועלן, אז מען זאל גיין צו זיינע שיעורים אנשטאט זכו...
ניין, ער זאגט אז ווען רעבעצין העכט וואלט געגאנגען צי די זכו שיעורים וואלט זי נישט אויסגעזעין אזוי.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
דוד שריפטליך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 350
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

שליחה דורך דוד שריפטליך »

חמול על מעשיך האט געשריבן:שכח פאר ווער עס האט געלייגט די צעטיל גיי’מיר שוין זיך איינשרייבן

נאך וואס מיין ב”ב איז געגאנגן צו כלה שיעורים פון די אלמנה כ”ץ (קאפיש)
קען גאר זיין אז איר מהלך ארבעט ביי אלמנות אבער פאר פארהייראטע נישט...
וואס איז די מעשה פון די אלמנה כ"ץ וואס איז איר מהלך?
דוד שריפטליך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 350
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

קום אריין קלאר

שליחה דורך דוד שריפטליך »

מאנרא יונגערמאן האט געשריבן:נאך זעהן די חתונה פון העכט פון קרית יואל שטימט שוין אלעס
וואס פונקטליך איז פארגעקומען ביי די חתונה פון העכט אין קרית יואל?
דוד שריפטליך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 350
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

איך בין נישט קיין סאטמארע

שליחה דורך דוד שריפטליך »

berlbalaguleh האט געשריבן:די אלע הוכחות ווייזן שוין צום וויפילטן מאל אז נארמאלע רבנים. אריינגערעכנט רוב דייני קרית יואל ובראשם ר' געציל בערקאוויטש שליט"א ראש הדיינים בקר"י זענען (סוכ"ס) אויף די נארמאלע, מענטשליכע און אמת'דיגע זייט. און די מחנה מהרז"ל שליט"א זענען אויף די נישט ריכטיגע זייט. אזוי איז געווען מיט די שווינדלערישע אישו פון תלמידי הרב שמואל אויערבאך ז"ל. און גיוס בנים ובנות. וואו די מחנה מהרז"ל האבן אנגעמאכט א שטורעם ווינט. און ס'האטציך אלעס אויסגעלאזט בקול דממה דקה. מיט גארנישט. נאך די אלע כינוסים און געלט שנארונגען. און נאך א סאך אנדערע פרשיות שאי אפשר לפורטם כי רבים הם.
איך בין טאקע כהיום נישט קיין סאטמארע אבער אזוי פיל ווייס איך אז די אויערבאך'ס למיניהם וואקסן ווי די שוועמלעך און קעשן פיין ארויס די טהרת הקודש ווייל זיי קומען כסדר פאנדרעיזן וכו וכ'ו.... און גראדע זענען די ארוינים גארנישט בעסער מיט דעם כידוע ליודעי חן אז דער ש. ב. מרגליות ווי ער רופט זיך וואס אויסער זיין למשל טראגן די קרוין פון סאטמר שטייט ער בראש פון די ועד החינוך וואס דאס באדייט אז אין בעסטע פאל וועלן ארויסקומען די פירות פון פאנטישע עקסטרעמיסטן אדער אנגעווייטאגטע otdס פיל מיט בעקפייער...
א בני יואל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

שליחה דורך א בני יואל »

מאנרא יונגערמאן האט געשריבן:נאך זעהן די חתונה פון העכט פון קרית יואל שטימט שוין אלעס
וואס איז דארט פארגעקומען?
איך בין דארט געוועהן, איך ווייס נישט וואס דו רעדסט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דוד שריפטליך האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:די אלע הוכחות ווייזן שוין צום וויפילטן מאל אז נארמאלע רבנים. אריינגערעכנט רוב דייני קרית יואל ובראשם ר' געציל בערקאוויטש שליט"א ראש הדיינים בקר"י זענען (סוכ"ס) אויף די נארמאלע, מענטשליכע און אמת'דיגע זייט. און די מחנה מהרז"ל שליט"א זענען אויף די נישט ריכטיגע זייט. אזוי איז געווען מיט די שווינדלערישע אישו פון תלמידי הרב שמואל אויערבאך ז"ל. און גיוס בנים ובנות. וואו די מחנה מהרז"ל האבן אנגעמאכט א שטורעם ווינט. און ס'האטציך אלעס אויסגעלאזט בקול דממה דקה. מיט גארנישט. נאך די אלע כינוסים און געלט שנארונגען. און נאך א סאך אנדערע פרשיות שאי אפשר לפורטם כי רבים הם.
איך בין טאקע כהיום נישט קיין סאטמארע אבער אזוי פיל ווייס איך אז די אויערבאך'ס למיניהם וואקסן ווי די שוועמלעך און קעשן פיין ארויס די טהרת הקודש ווייל זיי קומען כסדר פאנדרעיזן וכו וכ'ו.... און גראדע זענען די ארוינים גארנישט בעסער מיט דעם כידוע ליודעי חן אז דער ש. ב. מרגליות ווי ער רופט זיך וואס אויסער זיין למשל טראגן די קרוין פון סאטמר שטייט ער בראש פון די ועד החינוך וואס דאס באדייט אז אין בעסטע פאל וועלן ארויסקומען די פירות פון פאנטישע עקסטרעמיסטן אדער אנגעווייטאגטע otdס פיל מיט בעקפייער...
דוד שריפטליך: וועגן ש.ב. מרגליות (שמואל שלמה טעללער) ביניך מסכים מיט דיר 100%. צו זאגן אז ער איז א פערד איז נאך ווייניג געזאגט. אויך איז ער א דעמאגאג פון העכסטן גראד. אויסער זיינע וועכנטליכע פראפאגאנדע שטיקלעך אין בלאט דארפסטו ליינען זיינע ווערק וואס ער האט געשריבן און רעדאגירט. זיין קונטרס'ל איבער דעם אותו האיש. איך בין אריינגעפאללן. איך האב עס געקויפט. און געצאלט $8 דאללער פאר די שטותים והבלים וואס ער פרעדיגט דארט, כדרכו. און דעם אזוי גערופענעם ספר..."א טאג ביים רבי'ן"... וואס אויסער די רעפעטיטיוו (איבערגחזר'טע) שטותים וואס ער לאזט אין גאנג, האביך פון א ביכל פון איבער 200 בלעטער ארויסגענימען סך הכל 3 מעשיות וועלכע זענען עפעס ווערד אלס לימוד. די איבריגע איז אלעס שטותים מיט לאקשן.

אלס דוגמא פון די שטותים וואס ער מאלט דארט צוזאם. אז דעם רבינ'ס אונטערוועש...(ער האט געקוקט?) וועלכע ער האט אויסגעטון זענען געווען פונקט אזוי ריין ווי די פרישע. מ'האט נאר דערקענט א חילוק אז די גענוצטע זענען נישט געווען צוזאמגעלייגט...כא כא כא. כי. כי כי...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

berlbalaguleh האט געשריבן:די אלע הוכחות ווייזן שוין צום וויפילטן מאל אז נארמאלע רבנים. אריינגערעכנט רוב דייני קרית יואל ובראשם ר' געציל בערקאוויטש שליט"א ראש הדיינים בקר"י זענען (סוכ"ס) אויף די נארמאלע, מענטשליכע און אמת'דיגע זייט. און די מחנה מהרז"ל שליט"א זענען אויף די נישט ריכטיגע זייט. אזוי איז געווען מיט די שווינדלערישע אישו פון תלמידי הרב שמואל אויערבאך ז"ל. און גיוס בנים ובנות. וואו די מחנה מהרז"ל האבן אנגעמאכט א שטורעם ווינט. און ס'האטציך אלעס אויסגעלאזט בקול דממה דקה. מיט גארנישט. נאך די אלע כינוסים און געלט שנארונגען. און נאך א סאך אנדערע פרשיות שאי אפשר לפורטם כי רבים הם.
איך כאפ נישט פונקטליך וואס דו זאגסט, אין דעם אזויגערופענע קול קורא זענען דא עטליכע דיינים פון די אהרונים, בראשם פון ר' געציל, ר' העניך, ועוד. זענען זיי פונקט אזוי נישט אויף די גוטע זייט.

אויב דו מיינסט צו זאגן אז ר' געציל האט שוין חרטה געהאט, נו, איינער שרייבט דא פריער אז הרב מייזעלס (זאלונים) האט שוין אויך חרטה געהאט. דערווייל האט נאך קיינער נישט ארויסגעגעבן קיין הכחשה, אדער חזרה, ממילא זעה איך נישט פונקטליך די חילוק.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א בני יואל האט געשריבן:
מאנרא יונגערמאן האט געשריבן:נאך זעהן די חתונה פון העכט פון קרית יואל שטימט שוין אלעס
וואס איז דארט פארגעקומען?
איך בין דארט געוועהן, איך ווייס נישט וואס דו רעדסט.
אפשר קומט איינער אריין מיט א קלארקייט וואס דאס איז די העכט חתונה
דוד שריפטליך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 350
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

שליחה דורך דוד שריפטליך »

berlbalaguleh האט געשריבן: וועגן ש.ב. מרגליות (שמואל שלמה טעללער) ביניך מסכים מיט דיר 100%. צו זאגן אז ער איז א פערד איז נאך ווייניג געזאגט. אויך איז ער א דעמאגאג פון העכסטן גראד. אויסער זיינע וועכנטליכע פראפאגאנדע שטיקלעך אין בלאט דארפסטו ליינען זיינע ווערק וואס ער האט געשריבן און רעדאגירט. זיין קונטרס'ל איבער דעם אותו האיש. איך בין אריינגעפאללן. איך האב עס געקויפט. און געצאלט $8 דאללער פאר די שטותים והבלים וואס ער פרעדיגט דארט, כדרכו. און דעם אזוי גערופענעם ספר..."א טאג ביים רבי'ן"... וואס אויסער די רעפעטיטיוו (איבערגחזר'טע) שטותים וואס ער לאזט אין גאנג, האביך פון א ביכל פון איבער 200 בלעטער ארויסגענימען סך הכל 3 מעשיות וועלכע זענען עפעס ווערד אלס לימוד. די איבריגע איז אלעס שטותים מיט לאקשן.
הייליגע בעל עגלה א דאנק פארן צושטימען אבער פון די אנדערע זייט ברויכסטו און אלע דא אויף קאווע שטיבל וויסן אז די ליטעראטור וואס שמואל שלמה שרייבט איז נאך פון די מילדע זאכן, די ריכטיגע פראבלעם איז די איינפלוס און די באשלוסן וואס ער רעדט אריין אין די וועד החינוך אין די קהילה/מוסדות און בעיקר ביי די בית יעקב אלו הנשים וואס אין סאטמר האט דאס גאר א שטארקע באדייט וכו' ואין כאן המקום להאריך כמובן.....
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

IMG_20221122_153000_433.jpg
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

שמן למאור האט געשריבן:
IMG_20221122_153000_433.jpg
Wow
עס איז נייע צייטן... דאס איז שוין לאנג overdue
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

געווענליך ווען איינער ציהט צירוק פין א חתימה, אפילו ער גיבט נישט קיין הכחשה פארלאנגט ער לכה''פ מ'זאל מער נישט לייגן זיין נאמען, בינעך נייגעריג אויב איינער האט געזעהן לעצטנס די קול קורא ערגעץ
פארשפארט