ע' פנים לתורה! דרש/סוד/חסידות יא, על פי פשוטו נישט ..??
ע' פנים לתורה! דרש/סוד/חסידות יא, על פי פשוטו נישט ..??
יעדן טאג קומען ארויס נייע ספרים על התורה, חידושים און געשריבענע געדאנקען פון כל מיני מענטשן אין דער היימישע וועלט, אנגעהויבען פון רבי'ס ראשי ישיבת ווי אויך פון בעל בתים כולל אינגעלייט. ספרים אנגעפילט מיט דרושים אדער סתם טייטשען אדער געדאנקען ווי אזוי זיי שפירען אריינצולערנען אינעם פסוק חומש און אריינקנייטשען ככל העולה על רוחם און דאס קומט אן אין שבת גליונות וכו' אזוי אויך איז דא ביינונז כל מיני בעלי דרשנים און דרש'ענען אריין אין חומש דרשות כפי בחירות לבם.
מיין פראגע איז, צו אויף די אלע ספרים און דרשות איז אויך שוין אמאל ארויסגעקומען איסורים און חרמות, אדער געזעצן און נאכגעגאנגען אויב יעדע טייטש איז לפי מסורות היהדות?!
ווי לאנג ס'איז געדאנקען אדער חסידישע טייטשען, מעגסטו מפיץ זיין וואס דו ווילסט און אנפילן אונזערע ספרים געשעפטן און אריינברענגן השקפה'דיגע געדאנקען אין אינזער געזעלשאפט לויט ווי אזוי ער זאגט אז כך כתוב בתורה, מיט די צייט זאגט מען דאס איבער פאר אונזערע קינדער אין חדר אדער בחורים אין ישיבה דאס און דאס מיינט די פסוק, אריינברענגעדיג פרישע גייסטליכע מחשבות און עניני השקפה לויט ווי אזוי זיי לערנען אריין פשט...
ווידערעם די תלמידי חכמים, המחברים פון די הייליגע חומש "פשוטו של מקרא" וואס האבן געבויט זייער פירוש לפי הראשונים מפרשי ע"פ הפשט און אפילו את"ל זיי האבן יא צוגעלייגט סברות ישרות לויט זייער תורה'דיגן און שכל'דיגע פארשטאנד, מה כל הצעקות האלה?! ע"פ דרוש וע"פ סוד ורמז חסידות מעג יעדער אריינלערנען אבער ע"פ פשט דאס נישט !!
אויב שוין יא עפעס וואס ס'פאסט צו מפיץ זיין אין א ספר, זאל עס זיין אזעלעכע טייטשען וואס זענען על פי פשט אזוי ווי די גמרא זאגט בפירוש במסכת שבת "אין מקרא יוצא מידי פשוטו".
וואס זעמער אונז שולדיג, אז עס זענען געווען געוויסע משכילים וואס זענען אויך געגאנגען אויף מהלך וואס זעהט אויס צו זיין ע"פ פשוטו של מקרא, הונדערטער יארען שפעטער טאר קיינער נישט זאגען א שיינע פשט אין די פסוק ווייל משכילים האבן אויך אזוי געטוהן?!
אדרבא, דאס איז אייביג געווען א מהלך און לכאורה די לכתחילה'דיגע מהלך פון זיכען צו טייטשען על פי "פשוטו של מקרא.
לסיומה, דא איז א שטיקל פון "אור החיים" אנפאנג פרשת בראשית, וזה לשונו...
דע "כי רשות" לנו נתונה לפרש משמעות הכתובים בנתיבות העיון "ויישוב הדעת" הגם שקדמונו ראשונים ויישבו באופן אחר כי ע' פנים לתורה ואין אנו מוזהרים שלא לנטות מדברי הראשונים אלא בפירושים שישתנה הדין לפיהן, ולזה תמצא שהאמוראים אין כח בהם לחלוק על התנאים במשפטי ה' אבל ביישוב הכתובים ובמשמעותן מצינו להם בכמה מקומות שיפרשו באופן אחר:

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
זיי האבן מורא פון פשט ווייל זיי וועלן מער נישט קענען איינרעדן די עולם זייערע הלכות, ווילאנג מען קען דרשנ'ן קען מען פארן ווי מען וויל און די קענסט עים נישט אפפרעיגן, אבער איינמאל סקימט צי פשט האבן זיי מורא אז מען וועט זיי פארהאלטן פארן מגלה פנים זיין בתורה שלא כהלכה, מילא ווילן זיי אינטערברעינגען די פשט אינדעסטרי.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
דו זאגסט זייער שיין, און גאנץ מעגליך אז פאר ר' חיים אבן עטר האט עס געארבעט, די פאקט אין די לעצטערע יארן האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אז די אלע וואס טוען אין "פשט" קומען צום ענדע אן צו ביקורת המקרא און פון דארט ביז כפירה בעיקר איז גאר א קורצער מהלך בעז"ה, אפילו הרב קוק ווי אויפגעקלערט ער איז געווען האט זיך געפארכט פון ביקורת המקרא מער ווי פון גאט אליינס.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: ע' פנים לתורה! דרש/סוד/חסידות יא, על פי פשוטו נישט ..??
מיטאמאל ווערט @רביה"ק זי"ע א טשיקען![emoji1787] ווענדט זיך וויאזוי מ'גייט צו דערצו, אויב לערענט מען עס אלץ תורה מן השמים דאן קען מען אריין לערנען דערין וועלכע פשט מ'וויל, און חז"ל'ס מהלך פון אפלערנען די תורה וואס איז נוגע הלכות, אדער רמז, דרוש, סוד, איז אלעס במקומו עומדת און קיינער פארט נישט אפ דערפון.רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דו זאגסט זייער שיין, און גאנץ מעגליך אז פאר ר' חיים אבן עטר האט עס געארבעט, די פאקט אין די לעצטערע יארן האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אז די אלע וואס טוען אין "פשט" קומען צום ענדע אן צו ביקורת המקרא און פון דארט ביז כפירה בעיקר איז גאר א קורצער מהלך בעז"ה, אפילו הרב קוק ווי אויפגעקלערט ער איז געווען האט זיך געפארכט פון ביקורת המקרא מער ווי פון גאט אליינס.
אויב איז אבער די גישה דערצו אז די תורה איז געשריבן געווארן דורך עטליכע קלוגע מענטשן דורכאויס די יארן, דאן קען מען טאקע יא גאנץ גיך אפפארן, אויב איז מען נאכנישט אפפגעפארן פארדעם.
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
אינטערסאנטע צוזאמשטעל.קהל'ס נער האט געשריבן:זיי האבן מורא פון פשט ווייל זיי וועלן מער נישט קענען איינרעדן די עולם זייערע הלכות, ווילאנג מען קען דרשנ'ן קען מען פארן ווי מען וויל און די קענסט עים נישט אפפרעיגן, אבער איינמאל סקימט צי פשט האבן זיי מורא אז מען וועט זיי פארהאלטן פארן מגלה פנים זיין בתורה שלא כהלכה, מילא ווילן זיי אינטערברעינגען די פשט אינדעסטרי.
עוד יש לומר, געוויסע יסודות ביי עטליכע חרד'ישע קהילות ווערט געטוהן שלא על פי פשוטו, און מ'קען עס נאר פארענטפערן ע"פ סוד אדער ע"פ פלפול ודרוש, לדוגמא די ישרות פון די ראשי עם קודש אדער די מהלך פון די הנהגות הקהילות והמסתעף ועוד ועוד.
טראכטען מיט שכל און סברא כפשוטו, קען אונטערברעכן זייער כוח...
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
סתם אינטערעסאנט אנצומערקן, די ליטארעל עברי טייטש פון "מגלה פנים בתורה שלא כהלכה אין לו חלק לעולם הבא" איז איינער וואס דעקט אויף (מגלה) א פשט (פנים - מלשון שבעים פנים לתורה) אין די תורה (בתורה) אנדערש ווי די אנגענומענע הלכה (שלא כהלכה). צ.ב. איינער וואס זאגט אז די פסוק וקשרתם לאות על ידיך מיינט נישט תפילין נאר ווי דער רשב"ם איז מפרש, אדער אז דאס וואס ס'שטייט אין די תורה וּבָשָׂר בַּשָּׂדֶה טְרֵפָה לֹא תֹאכֵלוּ מיינט אז מ'זאל נישט עסן איבערבלייבענישן פון א פארצוקטע בהמה וואס מ'טרעפט אין פעלד (טריפה איז טייטש פארצוקט - מלשון טרוף טורף יוסף) און ס'האט נישט קיין שייכות מיט די ocd נערוון וואס רופן זיך הלכות טריפות, אדער נאך אזעלכע ביקורת המקרא פשטים. ס'שטייט נישט "איינער וואס קוועטשט און לערנט אריין א פשט וואס איז נישט אמת", ניין, מ'רעדט פון א פשט וואס איז יא די ריכטיגע כוונת המחבר און טאקע דערפאר איז עס אזוי הארב "אויפצודעקן" אזש רבי אלעזר המודעי האט געפינען פאר וויכטיג אנצושרעקן אז מ'פארלירט דערפאר די חלק אין עולם הבא (אמונות הכרחיות), ווייל נישט נאר איז ער אן אפיקורס, ער איז נאך גערעכט אויך...קהל'ס נער האט געשריבן:זיי האבן מורא פון פשט ווייל זיי וועלן מער נישט קענען איינרעדן די עולם זייערע הלכות, ווילאנג מען קען דרשנ'ן קען מען פארן ווי מען וויל און די קענסט עים נישט אפפרעיגן, אבער איינמאל סקימט צי פשט האבן זיי מורא אז מען וועט זיי פארהאלטן פארן מגלה פנים זיין בתורה שלא כהלכה, מילא ווילן זיי אינטערברעינגען די פשט אינדעסטרי.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
דערווייל זעהט אויס ווי די ליטווישע רבנים שטעלען זיך ארויס מער עקסטרעם לגבי "פשוטו של מקרא" ווי זייער חסידישע קאלעגעס. און זיי זאגן אז מ'זאל עס ארויסנעמען פון די הייזער און פון די בתי מדרשים...
התורה חסה על ממונם של ישראל! ובפרט די תורה/חומש
וואלט כדי געווען צו באשטעלן א טראק אפצונעמען די חומשים פון לעיקוואד און ברענגען קיין ב.פ. וויליאמסבורג מאנסי ווי עס ווערט צעכאפט זייער שנעל אין די בתי מדרשים צווישען די לומדי תורה !!

- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: ע' פנים לתורה! דרש/סוד/חסידות יא, על פי פשוטו נישט ..??
ידוע אז שריפת התלמוד אין פאריז איז געווען אן עונש אויף פארברענען מורה הנבוכים (אקעי @רביה''ק כ'ווייס אז דער רמב''ם אליין שרייבט אין מורה הנבוכים אקעגן די טעאריע...).
דארף מען זאגן פאר די קנאים העושים מעשה זמרי, א 'גזירת' החינוך איז אן עונש פארן פארברענען אבן עזרא און רשב''ם.
דארף מען זאגן פאר די קנאים העושים מעשה זמרי, א 'גזירת' החינוך איז אן עונש פארן פארברענען אבן עזרא און רשב''ם.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
דער טענה'ט ענליך... באמת קען אבער זיין אז מיט'ן פארברענען דעם תלמוד אלץ עונש האט מען זיך אפגערעכנט מיט'ן רמב"ם אויך... (לויט דעם אז דו ווילסט מקיים זיין דעם לועג לרש בהידור רב קענסטו גיין צום רמב"ם'ס קבר )כרם זית האט געשריבן:ידוע אז שריפת התלמוד אין פאריז איז געווען אן עונש אויף פארברענען מורה הנבוכים (אקעי @רביה''ק כ'ווייס אז דער רמב''ם אליין שרייבט אין מורה הנבוכים אקעגן די טעאריע...).
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
וואס איז טאקע פשט אז די ליטאים האבן מער מורא פין די חסידים אין דעם?
עפעס מוז ליגען אים דעם.
עפעס מוז ליגען אים דעם.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
- פרנס החודש
- ידיד ותיק
- הודעות: 699
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
- האט שוין געלייקט: 3763 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל
Re: ע' פנים לתורה! דרש/סוד/חסידות יא, על פי פשוטו נישט ..??
זייער פשוט, די חסידישער עולם דולדעט שוין נישט אזויכע משוגעתן, און די ישיבה׳שע גייט בכלל נישט אן וואס זייערע רבנים האלטן. א ישיבה׳שער רב קען זיין פיל מער עקסטרעם און עס וועט אים גארנישט קאסטן ווייל עס איז ממילא קיינעם נישט מחייב.היסטאריע האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט אז די ליטאים האבן מער מורא פין די חסידים אין דעם?
עפעס מוז ליגען אים דעם.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
נעה. זיי מוזן האבן א חשבון מיט די מחברים פין דער חומש פין פריער..
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
- פישל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 42
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 12:26 pm
- האט שוין געלייקט: 41 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל
די גאנצע קול קורא הייבט מיך נישט אן צו מאכן קיין סענס פאר מיר. (אגב אויב איינער קען ביטע ארויפלייגן א קאפי פון די קול קורא וואלט איך הנאה גאהאט)
מילא דו זאגסט מיר אז מיט קינדער אין חדר זאל מען נאר לערנען דעם חומש לויט רש"י'ס פשט, הער איך. פאר עפעס א סיבה (גיי ווייס...) איז אנגענומען אז מ'רירט זיך נישט אוועק פון רש"י. רש"י וועט געווענדליך גיין מיט די מדרשי חז"ל און ווי ס'איז נישטא קיין מדרש וועט ער בלייבן מיט פשט (אפילו ווען ער גייט מיט'ן מדרש אויב איז דאס צו ווייט אוועק פונעם פשט וועט ער צולייגן די באקאנטן שפריכווארט 'ואין המקרא יוצא מידי פשוטו'), דאס קען מיין קליין קאפ פארשטיין אז ס'איז א שיינע זאך ווען מ'לערענט מיט די קינדער זאלן זיי כאטש קענען אביסל מדרשי חז"ל.
אבער די עצם געדאנק נישט צו לערנען דעם פסוק לויט'ן פשט? פארוואס אין די וועלט נישט? האסט מורא אז איך וועל זאגן אז ס'איז נישטא קיין עולם הבא, ווייל אין תורה שבכתב ווערט קיינמאל נישט דערמאנט די געדאנק פון עולם הבא? די תורה האט עס נישט געשריבן פאר א סיבה, און אויב דו ווילסט אויסלערנען פאר די קינדער וועגן עולם הבא און אמונה, פארדעם איז דא די תורה של בעל פה וואס איז פיל מיט דעם. אבער פארוואס פארדרייען א פסוק ע"פ דרש און ע"פ חסידות אין זאגן אז דאס - און נאר דאס - איז די אמת'ע פשט?

- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דו זאגסט זייער שיין, און גאנץ מעגליך אז פאר ר' חיים אבן עטר האט עס געארבעט, די פאקט אין די לעצטערע יארן האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אז די אלע וואס טוען אין "פשט" קומען צום ענדע אן צו ביקורת המקרא און פון דארט ביז כפירה בעיקר איז גאר א קורצער מהלך ''בעז"ה'', אפילו הרב קוק ווי אויפגעקלערט ער איז געווען האט זיך געפארכט פון ביקורת המקרא מער ווי פון גאט אליינס.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
היסטאריע האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט אז די ליטאים האבן מער מורא פין די חסידים אין דעם?
עפעס מוז ליגען אים דעם.
עס איז וויכטיג צו אנווייזן אז די ליטווישער וועלט איז פארשפרייט אין עטליכע מקומות, ווי אויך איז דא ביי זיי עטליכע פראקציעס. די שארפע צעטיל שיינט צו זיין בעיקר די ליטאים פון לעיקוואד (ישיבישע ליטאים).
לדוגמא הרב קאמינעצקי, פיינשטיין ועוד, זעהט מען נישט חתמ'נען..
אצינד, דו פרעגסט פארוואס פונקט די ליטווישע קומען ארויס אזוי שארף א קעגען "פשוטו של מקרא".
על דרך הפשט קאן זיין, די ליטווישע בדרך כלל האלטען אז זיי טראגען די "דגל התורה" און זיי זענען ממונים אכטונג צו צוגעבן אלעס ארום תורה משא"כ די חסידים זענען דא פאר אונז אפצוהיטן פון אנדערע גזירות און פריצות הנוגע לקדושתן וטהרתן של ישראל.