המשך פון פריעדיגע תגובה
לגבי די וואלען איך וועל דערציילן די דברים כהווייתן וואס איז מילתא דעבידו לגלויי די גאנצע שטאט האט עס מיטגעהאלטן. און מאכט אליינס אפ צו די וואלן האבן האפט
נאך די אסיפה (נוסח פוטין ראלי) האט מען אויסגעריפן מען גייט מאכן וואלן. יעצט אנשטאט צו נעמען צוויי מענטשן פון ביידע זייטן וואס זאלן עס איבערקוקן האט מען עס איבערגעגעבן פאר א אינגערמאן י”ג וואס האט פונקט 2 חדשים פארדעם אנגעהויבן ארבעטן פאר י”ר און מען האט זייער קלארגעמאכט אז די דעדליין אריין צו געבן די וואוטס איז די נעקסטע טאג 5 מיטאג. היות א גרויסע חלק שטאט האט געוואלט אז די מחלוקת זאל זיך אפשטעלן איז געווען א שטארקע מאמענטום אז מען זאל אריין וועלן כאטש איינעם פון די צווייטע זייט. עס איז געקומען די נעקסטע טאג 5 מיטאג און ווען מען האט געפרעגט ווער איז גווינען האט מען געענטפערט אז מען האט נאכנישט געענדיגט ציילן (ארום 25 וואוטס) די נעקסטע טאג אינדערפרי איז ארויס געקומען א צעטיל אז די געווינער זענען אימגלויבליך י”ר דער משתלט י”ג וואס האט צוזאמגענומען די וואלען און מא”ב וואס האט זיך אויפגעשטעלט ביי די אסיפה רעדן בשבח י”ר.
יעצט אויב דאס צינדט נישט אן רויטע לעמפלעך ווייס איך נישט וואס יא. ווען אינגעלייט זענען געגאנגען בעטן אז זיי ווילן זעהן די וואוטס צו זעהן אז עס איז נישט געפעלטשט האבן י”ג און י”ר געזאגט אז מען האט געשיקט די צעטלעך פארמאכטערהייט צו הרב רויזמאן רב פון פיניקס. אבער דא האט ער נאכאמאל געמאכט זיין אלטע מיסטעיק, אז ווען ער וועט רעדן מיט קאנפידענס וועט מען נישט נאכקוקן זיינע ראיות, למעשה האבן אינגעלייט געפרעגט פון הרב רבי מאן צו עס אמת, און סורפרייז סורפרייז! ער האט אפילו נישט געוויסט אז עס איז געווען וואלן
המשך
און חוץ פון דעם וואס הרב ש. וואס איז אימפלויעד ביי י”ר איז ארום געגאנגען אין כולל טעראזירן פאר וועם מען זאל יא און נישט וואוטן, א אינגערמאן וואס האט אריין געמופט ליטערלי יענע טאג איז מען געקומען צו אים ער זאל וואוטען האט ער געזאגט אז ער קען נישט קיינעם פון די נעמען איז מען געקומען צו אים מיט א צעטיל מיט 3 נעמען אז די רב האט געהייסן ער אל וואוטען פאר די 3 נעמען
קאסא גראנדע האט געשריבן:איך וויל דא מודיע זיין, אז די וועד האט מיך אריבערגערופן, זיי שפירן אז עס איז נישט לפי כבודם אז מען זאל קומען דא אויף א וועבזייטל און זיך אויס'טענה'ן מיט יעדן וואס האט צוטריט צו א קיבארד.
די וועד איז א געהעריגע קערפערשאפט פון מענטשן מיט נעמען, וועלכע זענען ערוועלט געווארן דורך די תושבי העיר צו פארפיגן מיט די געברויכן פון די שטאט. זיי זענען גרייט צו ענטפערן פאר יעדן וואס האט סיי וועלכע געברויך צו וויסן וואס גייט פאר אין שטאט, אבער נישט זיך ארום דינגען דא.
אינטערסאנטער האט געשריבן:איך האב היינט גערעדט צו א אינגערמאן וואס זיינס א חבר וואוינט דארט. לויט ווי ער זאגט שפירט מען דארט נישט קיין מחלוקה, ווען ער וויל וויסן נייעס איבער עפעס א מחלוקה דארט רופט ער קיין ניו יארק....
איך האב נאכאמאל גערעדט באריכות מיט אים, ער האט מיר אראפגעלייגט די גאנצע פרשה בפרטי פרטים, און ער האט געלאכט ווען איך האב עס אנגערופן א "פרשה". לויט די אלע אינפארמאציע איז פשוט געווען איין משפחה וואס האט געוואלט זיין בעל הבית, און למעשה האבן זיי שוין אוועקגעמופט פון דארט, שליסנדיג דערמיט די גאנצע מחלוקה.
היינט צוטאג'ס - נאך וואס יענע משפחה האט אוועקגעמופט - איז די גאנצע קהילה שיין פאראייניגט, יעדער האלט זיך באחדות, און ר' יושע רובין וואס האט שוין אינוועסטירט מיליאנען אין די נייע שטעטל ועוד ידו נטוי', איז באליבט ביי יעדן איינעם ווייל יעדער איז איבעצייגט אז ער האט געמיינט דא די טובה פונעם שטעטל מיט יענעם פארשיקן כדי אז עס זאל נישט זיין קיין ייקור השער. און למעשה בליעט די שטעטל זייער שיין צוזאמאן אן קיין מחלוקת.
Nanach האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 05, 2024 7:14 am
פארוואס איז ער געגאנגען?
ער איז לכתחילה געגאנגען נאר ווייל ער האט געוואלט האבן א חלק אין אוועקשטעלן דעם יסוד פאר א נייע אידישן ישוב. די משפחה זיינער אין מאנסי האט עס גענומען זייער שווער, ס׳איז זייער שווער צו קומען און גיין כסדר פון אזא מרחק...
Nanach האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 05, 2024 7:14 am
פארוואס איז ער געגאנגען?
ער איז לכתחילה געגאנגען נאר ווייל ער האט געוואלט האבן א חלק אין אוועקשטעלן דעם יסוד פאר א נייע אידישן ישוב. די משפחה זיינער אין מאנסי האט עס גענומען זייער שווער, ס׳איז זייער שווער צו קומען און גיין כסדר פון אזא מרחק...
Nanach האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 05, 2024 7:14 am
פארוואס איז ער געגאנגען?
ער איז לכתחילה געגאנגען נאר ווייל ער האט געוואלט האבן א חלק אין אוועקשטעלן דעם יסוד פאר א נייע אידישן ישוב. די משפחה זיינער אין מאנסי האט עס גענומען זייער שווער, ס׳איז זייער שווער צו קומען און גיין כסדר פון אזא מרחק...