באשולדיגונג פון א מאמין

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

באשולדיגונג פון א מאמין

שליחה דורך פרנס החודש »

יארן צוריק האב איך געליינט אן ארטיקל אין די מעלות פון א גלח וואס האט זיך מגייר געווען, איינע פון די צענטראלע פונקטן איז געווען ווי ווען ער האט געפרעגט פראגעס איבער קריסטענטום האט מען אים אויסגעלאכט פארן פרעגן אזאלכע אומוויכטיגע פראגעס. און דאן האט ער איינגעזען אז קיינער איז בכלל נישט אינטערעסירט אויב די רעליגיע איז בכלל אמת אדער נישט און ער האט זיך מגייר געווען.

איך בין געווען א זיבעצן יעריגעס בחור אין ישיבה, האב איך געטראכט איבער ווי ווייט איך בין באגרעניצט צוליב דעם סיסטעם. עס איז געווען ווען איינער פון מיינע חברים פון ישיבה האט חתונה געהאט אין בארא פארק און די ישיבה האט ווי געווענליך צוגעשטעלט נאר איין באס. די באס איז געווען איבערגעפילט מיט בחורים צוליב די חתונה און דער דרייוער האט נישט געוואלט פארן, זענען געגאנגען די בחורים וואס פארן טעגליך קיין בארא פארק און אנגעהויבן טיילן קלעפ פאר די בחורים וואס זענען געווען אויפן באס צוליב די חתונה. איך בין געווארן צוויי מאל אראפגעשלעפט פון די באס אבער איך האב זיך צוריק ארויפגעשווערצט און למעשה געווען ביי די חתונה.

שטיי איך אזוי און באטראכט די שלעגעריי אויפן באס אנגעפירט דורך א משגיח אין ישיבה און זע ווי די ישיבה׳ס פירערשאפט האט נישט קיין שום פראבלעם צו טיילן קלעפ פאר בחורים תלמידי חכמים וואס זיצען אכט ניין שעה א טאג און לערנען. דאס האט מיר געברענגט צו מאכן א ערנסטע חשבון הנפש, איך האב אנגעהויבן טראכטן איבער די הפסד פון זיצען אין ישיבה כנגד שכרה. איך האב געטראכט איבער ווי פיל א ישיבה בחור גיט אוועק כדי צו לערנען אין ישיבה, ער גייט מיט שווארצע הוט און רעקל, גייט מיט בארד און פיאות אפילו עס איז נישט באקוועם, גייט מיט קראצעדיגע אומבאקוועמע אונטערהויזן. א ישיבה בחור גיט אויף אויף אן א שיעור זאכן וואס דער אלגעמיינער טינעדשער האט, ווי ארומהאצקענען מיט מיידלעך, קוקן מאוויס, הערן מאוויס, באקומען נארמאלע וויסענשאפט איבער די וועלט. א יעדעס ישיבה בחור קען ווען זיך אויפהייבן און זיך איינשרייבן אין א אלגעמיינע היי סקול אדער קאלעדש און לעבן א גוטן טאג. נאר וואס פאסירט ווען ער זיצט אין ישיבה און גיט אוועק די בעסטע און שענסטע יארן פון זיין לעבן צו זיצן אין ישיבה און רייסן שטיקער פון די מענטשליכע תאוות, רעספעקטירט אים איינער פאר דעם? אדער נעמט מען עדווענטעדש פון דעם בחור׳ס תמימות אים אויסניצן און פייניגן? וועם נעמט מען אויף אלס משגיח אין ישיבה, איינער וואס רעספעקטירט א בחור א בן תורה אדער איינער וואס באהאנדלט אים ווי א הונט?

מען לאזט נישט דעם בחור ניצן די סובוועי, וואס דארף ער טון ווען זיין נאנטסטע חבר האט חתונה? א בחור וואס גיט אוועק זיין לעבן פאר תורה דארף כאפן קלעפ פארן זיין אויף א נישט ריכטיגע באס?

יענעם טאג האב איך פארשטאנען אז עפעס איז נישט ריכטיג, איך האב פארשטאנען אז די רבי׳ס מנהלים און ראשי ישיבה נוצן מיין רעליגיע מיר אונטערצודריקן. איך האב איינגעזען אז זיי רעספעקטירן בכלל נישט קיין תורה אדער יראת שמים.

יענעם טאג האב איך געמאכט א חשבון אז איך בין באמת צו יונג, אומערפארן, און אומוויסענד צו קענען זעהן אויב די רעליגיע וואס מען פארקויפט מיר איז ריכטיג. אבער איך האב אפגעמאכט אז אויב איך ווען איך וועל עלטער ווערן וועל איך איינזעהן אז מיינע עלטערן און רבי׳ס האבן מיר ליגן געזאגט איבער אידישקייט, וועל איך זיי קיינמאל נישט מוחל זיין דערויף!!!

יארן שפעטער ווען איך האב אנגעהויבן פרעגן פראגעס האב איך צו מיין וואודער געהאט די זעלבע עקפיריענס ווי יענער גלח. ווען איך בין ארומגעגאנגען צו רבנים פרעגן די מערסט פשוטע פראגעס איבער אידישקייט, האבן זיי נישט געקענט פארשטיין פארוואס איך בין בכלל אינטערעסירט אין דעם ״גיי לערן הלכות שבת״ האבן זיי מיר געזאגט. פלוצלינג האב איך איינגעזען אז די גרעסטע רבנים האבן קיינמאל נישט דורך געטון די מערסט פונדאמענטאלע פראגעס איבער אידישקייט. אויב אזוי אויף וועמען פארלאזן מיר זיך? פארוואס וויינען זיי אזוי ביי תקיעת שופר דרשה? עס גייט זיי בכלל נישט אן אויב אידישקייט איז אמת אדער נישט!!!

ווען איך האב אפגעשניטן מיין בארד און פיאות בין איך שאקירט געווארן אז ״קיינער״ פון מיינע חבירים, רביים, אדער פאמיליע האבן נישט געפעלט פאר וויכטיג מיר צו פרעגן ״פארוואס״ איך האב געמאכט דעם באשלוס, דאס זענען די מענטשן וואס האבן זיך אלס געזארגט פאר מיין טובה און יעצט זענען זיי ניטאמאל אינטערעסירט צו וויסן פארוואס איך האב געמאכט אזא באשלוס? מענטשן האבן מיר באשולדיגט, אויסגעלאכט, באנעבעכט, געפרעגט ווען איך קום צוריק, אבער קיינער האט נישט געפרעגט פארוואס.

ביז איך האב איינגעזען אז עס גייט זיי נישט אן, נישט מיין טובה, נישט אידישקייט, נישט גויאישקייט, גארנישט.

השם משמים השקיף על בני אדם
היש משכיל דרש אלהים,
הכל סר יחדיו נאלחו
אין עושה טוב
אין גם אחד!

און יעצט פרעג איך אייך ווער גלייבט אין אידישקייט,
איך אדער זיי?
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

דברים יוצאין מן הלב.

ס'אויך גוט צו וויסען די סיפא פון די קאפיטאל, כי אלוקים בדור צדיק וגו' בשוב ה' שבות עמו יגל יעקב ישמח ישראל.

די קענסט נישט מוחל זיין, און דו דארפסט נישט מוחל זיין די אלע וואס האבן אוועק געראבעוועט דיין געלעגענהייט, און די געלעגענהייט פון דיינע חברים, פון אן אמת'ע טעם אין לעבן, א ספירטואל לעבן, און א קאנעקשאן צום אייבערשטער.

וואס די קענסט יא טוהן פאר דיינעט וועגען, איז עמברעיסן די יודישקייט וואס ווערט גע'אפערט אין אנדערע קרייזען, אדער אנדערע קבוצות אין דיין אייגענע קרייז.

אז די רבנים אין חרדים'וויל זענען אזוי סטאק מיט גאט עד כדי כך אז זיי פארגעסען אז ס'דא א עכטע גאט, לאז נישט דיין ווייטאג פון זיך אפהאלטן פון באקענען די עכטע גאט אויף די עכטע וועג. דיין ווייטאג זאל אבער יא אויסגענוצט ווערען צו זוכען די אמת ,ס'דא אסאך רבנים און משפיעים פון די ברייטע אידישע וועלט וואס ווייזען צו א לעבן פון אהבת ישראל און אהבת ה'.

אז די פרעגסט ווער גלייבט אין יודישקייט, דו אדער זיי?
די תירוץ איז, אז ס'איז נישט אדער אדער. ס'נישט דיך מיט זיי. דיין גלייבען איז דיין גלויבונג. א יעדער האט זיין אייגענע גאט. ס'מעסט זיך נישט מיט יענעם קיינמאל, זיי מיט זייער גאט זענען ניטאמאל א צד פאר דיר.

אפי' אז דוד המלך ווינדערט זיך היש משכיל דורש את אלהים, דאך איז ער מסיים, מי יתן מציון ישועת ישראל בשוב ה' שבות עמו יגל יעקב ישמח ישראל.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

יארן שפעטער ווען איך האב אנגעהויבן פרעגן פראגעס האב איך צו מיין וואודער געהאט די זעלבע עקפיריענס ווי יענער גלח. ווען איך בין ארומגעגאנגען צו רבנים פרעגן די מערסט פשוטע פראגעס איבער אידישקייט, האבן זיי נישט געקענט פארשטיין פארוואס איך בין בכלל אינטערעסירט אין דעם ״גיי לערן הלכות שבת״ האבן זיי מיר געזאגט. פלוצלינג האב איך איינגעזען אז די גרעסטע רבנים האבן קיינמאל נישט דורך געטון די מערסט פונדאמענטאלע פראגעס איבער אידישקייט. אויב אזוי אויף וועמען פארלאזן מיר זיך? פארוואס וויינען זיי אזוי ביי תקיעת שופר דרשה? עס גייט זיי בכלל נישט אן אויב אידישקייט איז אמת אדער נישט!!!
איך בין גאר נייגעריק אין דיינע פראגעס אויף אידישקייט. דא קענסטו פרעגען וואס דו ווילסט.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: באשולדיגונג פון א מאמין

שליחה דורך פרנס החודש »

היסטאריע האט געשריבן:

איך האב שוין היינט נאר איין פראגע: פארוואס ״איך״ דארף פרעגן די פראגעס, פארוואס פרעגן עס נישט די וואס פייניגן אונזערע בחורים אין די ישיבות? פארוואס פרעגן עס נישט די וואס זיצן אויבן אן כ״א כסליו?

און איך מיין אז מיר ווייסן אלע די ענטפער….
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אז דער עולם קומט ארויס מיט זייערע מעשיות דארף איך דאך אויך עפעס זאגן, מיין פראבלעם מיט "אידישקייט" האט זיך אנגעפאנגען שוין פון זייער אינג, ארום צעהן יאר אלט בערך. איך פלעג דעמאלטס ליינען און הערן די אלע מעשיות פונעם מיטל-אלטער ווי דער גלח/קעניג/בישאף האט געפייניגט די אידן ביז דער רב/רבי/מקובל איז געקומען און זיי געראטעוועט מיט זיין קלוגשאפט/רוח הקודש/העכערע כוחות, און איך פלעג מיך אלץ וואונדערן צו וואס דארף מען דעם רבי זאל אונז ראטעווען ווען מיר קענען פשוט גיין צום גלח'ס זייט און זיך לעבן א חיים טובים... צו וואס טויג מיר דעם אתה בחרתנו ווען ס'ברענגט סתם רדיפות? מוחל טובות, לא מעקוצך ולא מדובשך, האלט דיך מיט דיין תורה, וועל דיך אויס א צווייטן פאלק, און לאמיך לעבן. בקיצור, איך בין געווען זיכער אז ווען איך וועל ווערן גרויס וועל איך די ערשטע זאך לויפן אין קירכע זיך שמד'ן און פטור ווערן פון די גאנצע גלות מענטאליטעט און פערטיג... למעשה בין איך עלטער געווארן און איך האב אנגעפאנגען עוסק זיין אין רוחניות און כ'האב איינגעזעהן אז ס'דא עפעס מער אין לעבן ווי זיך סתם ארומדרייען און הוליען, דעמאלטס פלעג איך נאך מיינען אז רוחניות קען מען נאר טרעפן אין "אידישקייט", למעשה האב איך איינגעזעהן אז די מעשה איז פונקט קאפויער, הלכה און "אידישקייט" איז די גרעסטע שטער אין רוחניות, האב איך עס אפגעלאזט ווי א ברענעדיגע לאטקע. צום גלח בין איך נאכנישט געגאנגען ווייל איך לעב א חיים טובים אן איהם אויך...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: באשולדיגונג פון א מאמין

שליחה דורך פרנס החודש »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אז דער עולם קומט ארויס מיט זייערע מעשיות דארף איך דאך אויך עפעס זאגן, מיין פראבלעם מיט "אידישקייט" האט זיך אנגעפאנגען שוין פון זייער אינג, ארום צעהן יאר אלט בערך. איך פלעג דעמאלטס ליינען און הערן די אלע מעשיות פונעם מיטל-אלטער ווי דער גלח/קעניג/בישאף האט געפייניגט די אידן ביז דער רב/רבי/מקובל איז געקומען און זיי געראטעוועט מיט זיין קלוגשאפט/רוח הקודש/העכערע כוחות, און איך פלעג מיך אלץ וואונדערן צו וואס דארף מען דעם רבי זאל אונז ראטעווען ווען מיר קענען פשוט גיין צום גלח'ס זייט און זיך לעבן א חיים טובים... צו וואס טויג מיר דעם אתה בחרתנו ווען ס'ברענגט סתם רדיפות? מוחל טובות, לא מעקוצך ולא מדובשך, האלט דיך מיט דיין תורה, וועל דיך אויס א צווייטן פאלק, און לאמיך לעבן. בקיצור, איך בין געווען זיכער אז ווען איך וועל ווערן גרויס וועל איך די ערשטע זאך לויפן אין קירכע זיך שמד'ן און פטור ווערן פון די גאנצע גלות מענטאליטעט און פערטיג... למעשה בין איך עלטער געווארן און איך האב אנגעפאנגען עוסק זיין אין רוחניות און כ'האב איינגעזעהן אז ס'דא עפעס מער אין לעבן ווי זיך סתם ארומדרייען און הוליען, דעמאלטס פלעג איך נאך מיינען אז רוחניות קען מען נאר טרעפן אין "אידישקייט", למעשה האב איך איינגעזעהן אז די מעשה איז פונקט קאפויער, הלכה און "אידישקייט" איז די גרעסטע שטער אין רוחניות, האב איך עס אפגעלאזט ווי א ברענעדיגע לאטקע. צום גלח בין איך נאכנישט געגאנגען ווייל איך לעב א חיים טובים אן איהם אויך...
זיכער האסטו נישט געליינט די מחניים ביכער, דו האסט געוואלט גיין צו יענע גלח?!
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

יא, ס'איז אלץ געוועהן בעסער ווי דעם רב'ס זייט, זעלבסטפארשטענדליך אז היינטיגע צייטן זענען שוין דא בעסערע אפציעס, אבער דאס האב איך נאך דעמאלטס נישט געוואוסט. :D
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: באשולדיגונג פון א מאמין

שליחה דורך פרנס החודש »

ווען נישט די מחניים ביכער וואלט איך שוין אפגעפארן פאר די בר מצוה.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

האבן מיר דא א מחלוקת אויב די מחנים ביכער זענען גוט אדער שלעכט פאר קינדער.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אז דער עולם קומט ארויס מיט זייערע מעשיות דארף איך דאך אויך עפעס זאגן, מיין פראבלעם מיט "אידישקייט" האט זיך אנגעפאנגען שוין פון זייער אינג, ארום צעהן יאר אלט בערך. איך פלעג דעמאלטס ליינען און הערן די אלע מעשיות פונעם מיטל-אלטער ווי דער גלח/קעניג/בישאף האט געפייניגט די אידן ביז דער רב/רבי/מקובל איז געקומען און זיי געראטעוועט מיט זיין קלוגשאפט/רוח הקודש/העכערע כוחות, און איך פלעג מיך אלץ וואונדערן צו וואס דארף מען דעם רבי זאל אונז ראטעווען ווען מיר קענען פשוט גיין צום גלח'ס זייט און זיך לעבן א חיים טובים... צו וואס טויג מיר דעם אתה בחרתנו ווען ס'ברענגט סתם רדיפות? מוחל טובות, לא מעקוצך ולא מדובשך, האלט דיך מיט דיין תורה, וועל דיך אויס א צווייטן פאלק, און לאמיך לעבן. בקיצור, איך בין געווען זיכער אז ווען איך וועל ווערן גרויס וועל איך די ערשטע זאך לויפן אין קירכע זיך שמד'ן און פטור ווערן פון די גאנצע גלות מענטאליטעט און פערטיג... למעשה בין איך עלטער געווארן און איך האב אנגעפאנגען עוסק זיין אין רוחניות און כ'האב איינגעזעהן אז ס'דא עפעס מער אין לעבן ווי זיך סתם ארומדרייען און הוליען, דעמאלטס פלעג איך נאך מיינען אז רוחניות קען מען נאר טרעפן אין "אידישקייט", למעשה האב איך איינגעזעהן אז די מעשה איז פונקט קאפויער, הלכה און "אידישקייט" איז די גרעסטע שטער אין רוחניות, האב איך עס אפגעלאזט ווי א ברענעדיגע לאטקע. צום גלח בין איך נאכנישט געגאנגען ווייל איך לעב א חיים טובים אן איהם אויך...

אויב נישט א רב און נישט א גלח, צו וועם ביקסטע זיך?

דו קומסט across צו שטארק ספיריטואל, ערגעץ ביסטו מקושר. קום ארויס פון שאנק. דארפסט נישט מורא האבן.

ס'איז אקעי.אסאך פון אונז דאווענען צום אידישן גאט ווען די קאר הייבט אן גליטשען אויף אייז.

עכ"פ, ווען קיינער הערט נישט...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום וואלווי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: באשולדיגונג פון א מאמין

שליחה דורך פרנס החודש »

ער בויגט זיך צום אמת.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

פרנס החודש האט געשריבן:ער בויגט זיך צום אמת.
That's easy. מ'קען טשוסען אמת ווי העמדער א יעדע אינדערפרי. לבי אומר לי אז דא רעדט מען פון א טיפע אמת לאמיתו. אמת מער מיט שורש נשמה.

קען זיין ס'איז נאכנישט די צייט צו נתגלה ווערן.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די ווייטאג איז נאכמער, ס'איז דא אזעלעכע רבנים וואס ווייסען ווי אזוי צו האלטן התעוררות'דיגע תקיעות שופר דרשות, אזוי אויך האלטען זיי געשפאנט אן עולם מיט געפלאכטענע שבת-הגדול דרשות.

זיי קענען גוט מסביר זיין דער חילוק פון שאלות חכם מיטען שאלות תם, מיט פילע ידיעות און חסידישע רעיונות אויף די גאנצע הגדה...

אבער עס וועט זיי ניטאמאל בייפאלן וואס שאלות חכם מיינט אויף למעשה!!!

די תורה גופה שרייבט פלעין און סימפּל, "כי ישאלך" בנך מחר לאמר מה העדת והחקים והמשפטים אשר צוה ה' אלהינו אתכם!! ס'איז דא אזא מציאות אז ערגעץ אין די שפעטערדיגע טעג, וועלן פרעגער'ס פרעגן, און דו זאלסט זעהן זיי צו ענטפערן וכו'...

אבער אזוי ווי @וואלווי האט שוין ארויסגעברענגט, לא אלמן ישראל.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

פרנס החודש האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:
יארן שפעטער ווען איך האב אנגעהויבן פרעגן פראגעס האב איך צו מיין וואודער געהאט די זעלבע עקפיריענס ווי יענער גלח. ווען איך בין ארומגעגאנגען צו רבנים פרעגן די מערסט פשוטע פראגעס איבער אידישקייט, האבן זיי נישט געקענט פארשטיין פארוואס איך בין בכלל אינטערעסירט אין דעם ״גיי לערן הלכות שבת״ האבן זיי מיר געזאגט. פלוצלינג האב איך איינגעזען אז די גרעסטע רבנים האבן קיינמאל נישט דורך געטון די מערסט פונדאמענטאלע פראגעס איבער אידישקייט. אויב אזוי אויף וועמען פארלאזן מיר זיך? פארוואס וויינען זיי אזוי ביי תקיעת שופר דרשה? עס גייט זיי בכלל נישט אן אויב אידישקייט איז אמת אדער נישט!!!
איך בין גאר נייגעריק אין דיינע פראגעס אויף אידישקייט. דא קענסטו פרעגען וואס דו ווילסט.
איך האב שוין היינט נאר איין פראגע: פארוואס ״איך״ דארף פרעגן די פראגעס, פארוואס פרעגן עס נישט די וואס פייניגן אונזערע בחורים אין די ישיבות? פארוואס פרעגן עס נישט די וואס זיצן אויבן אן כ״א כסליו?

און איך מיין אז מיר ווייסן אלע די ענטפער….
דער תירוץ איז, וואס גייט דיר אהן?
עפעס ביסטו נבוך צווישן אידישקייט און די ראש ישיבות.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: באשולדיגונג פון א מאמין

שליחה דורך פרנס החודש »

היסטאריע האט געשריבן:
פרנס החודש האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:
יארן שפעטער ווען איך האב אנגעהויבן פרעגן פראגעס האב איך צו מיין וואודער געהאט די זעלבע עקפיריענס ווי יענער גלח. ווען איך בין ארומגעגאנגען צו רבנים פרעגן די מערסט פשוטע פראגעס איבער אידישקייט, האבן זיי נישט געקענט פארשטיין פארוואס איך בין בכלל אינטערעסירט אין דעם ״גיי לערן הלכות שבת״ האבן זיי מיר געזאגט. פלוצלינג האב איך איינגעזען אז די גרעסטע רבנים האבן קיינמאל נישט דורך געטון די מערסט פונדאמענטאלע פראגעס איבער אידישקייט. אויב אזוי אויף וועמען פארלאזן מיר זיך? פארוואס וויינען זיי אזוי ביי תקיעת שופר דרשה? עס גייט זיי בכלל נישט אן אויב אידישקייט איז אמת אדער נישט!!!
איך בין גאר נייגעריק אין דיינע פראגעס אויף אידישקייט. דא קענסטו פרעגען וואס דו ווילסט.
איך האב שוין היינט נאר איין פראגע: פארוואס ״איך״ דארף פרעגן די פראגעס, פארוואס פרעגן עס נישט די וואס פייניגן אונזערע בחורים אין די ישיבות? פארוואס פרעגן עס נישט די וואס זיצן אויבן אן כ״א כסליו?

און איך מיין אז מיר ווייסן אלע די ענטפער….
דער תירוץ איז, וואס גייט דיר אהן?
עפעס ביסטו נבוך צווישן אידישקייט און די ראש ישיבות.
פארוואס עס גייט מיר אן אז מיינע נאענטסטע האבן גענוצט מיין תמימות מיר צו אונטערדרוקן? פארוואס עס גייט מיר אן אז מען פייניגט תמימותדיגע בחורים אין ישיבות? זיך דיר א צווייטע אשכול צו טראללן.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

דער תירוץ איז, וואס גייט דיר אהן?
עפעס ביסטו נבוך צווישן אידישקייט און די ראש ישיבות.
פארוואס עס גייט מיר אן אז מיינע נאענטסטע האבן גענוצט מיין תמימות מיר צו אונטערדרוקן? פארוואס עס גייט מיר אן אז מען פייניגט תמימותדיגע בחורים אין ישיבות? זיך דיר א צווייטע אשכול צו טראלל
אנטשולדיגט, אבער פין פרעגען א שאלה ביז ווערען א טראל, איז א ווייטע מהלך.

ווייל מען האט גענוצט דיין תמימות דיר אונטער צודריקען, שערט איר זיך אפ די פיאות? מה ענין שמיטה אצל הר סיני?

ווילסט דיר נוקם זיין אין זיי, פארשטיי איך, אבער וואס האבן זיי מיט דיינע פיאות?
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

היסטאריע האט געשריבן:
דער תירוץ איז, וואס גייט דיר אהן?
עפעס ביסטו נבוך צווישן אידישקייט און די ראש ישיבות.
פארוואס עס גייט מיר אן אז מיינע נאענטסטע האבן גענוצט מיין תמימות מיר צו אונטערדרוקן? פארוואס עס גייט מיר אן אז מען פייניגט תמימותדיגע בחורים אין ישיבות? זיך דיר א צווייטע אשכול צו טראלל
אנטשולדיגט, אבער פין פרעגען א שאלה ביז ווערען א טראל, איז א ווייטע מהלך.

ווייל מען האט גענוצט דיין תמימות דיר אונטער צודריקען, שערט איר זיך אפ די פיאות? מה ענין שמיטה אצל הר סיני?

ווילסט דיר נוקם זיין אין זיי, פארשטיי איך, אבער וואס האבן זיי מיט דיינע פיאות?
ווי זעהסטו דא נקמה? ער וויל זיך פשוט נישט איידענטיפיצירן מיט זיי. ס'נישט קיין טראומא, ס'איז פשוט עקל און גרויל.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך ווייס נישט וואו דו זעהסט נקמה, דאס וואס דיין קאפ לויפט גלייך צו נקמה זאגט עפעס אויף דיר. גראדע קען איך פרנס פערזענליך, די סיבה פארוואס ער האט זיך אפגעשניטן די פאות איז געוועהן ווייל ער האט באקומען א גוט באצאלטע הויכע פאזיציע אין א פרעסטידשפולע קאמפאני, אזאנס וואס דו קענסט נאר חלומ'ען דערפון, און איינס פון די תנאים איז געווען אז ער דארף גיין א "נארמאלע" haircut (איי, וואס פארשטייט דען א גוי).
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: באשולדיגונג פון א מאמין

שליחה דורך פרנס החודש »

היסטאריע האט געשריבן:
דער תירוץ איז, וואס גייט דיר אהן?
עפעס ביסטו נבוך צווישן אידישקייט און די ראש ישיבות.
פארוואס עס גייט מיר אן אז מיינע נאענטסטע האבן גענוצט מיין תמימות מיר צו אונטערדרוקן? פארוואס עס גייט מיר אן אז מען פייניגט תמימותדיגע בחורים אין ישיבות? זיך דיר א צווייטע אשכול צו טראלל
אנטשולדיגט, אבער פין פרעגען א שאלה ביז ווערען א טראל, איז א ווייטע מהלך.

ווייל מען האט גענוצט דיין תמימות דיר אונטער צודריקען, שערט איר זיך אפ די פיאות? מה ענין שמיטה אצל הר סיני?

ווילסט דיר נוקם זיין אין זיי, פארשטיי איך, אבער וואס האבן זיי מיט דיינע פיאות?
די ערשטע סימן פון א טראלל איז שואל שלא מן הענין.

דיינע פראגעס זענען ווי פאלגענד:

1) איך בין זייער נייגעריג וואס דיינע פראגעס זענען איבער אידישקייט
2) וואס גייט דיר אן ?
3) ווייל מען האט דיר אונטערגעדרוקט שניידסטו אפ די פיאות?

הגם איך האב עס דערמאנט דרך אגב, זענען אבער קיינע פון די פראגעס נישט מן הענין.

איך האב אראפגעשטעלט צוויי טענות:

1) די מהלך ווי די פירערשאפט באגייט זיך מיט אונזערע בחורים.
2) די מהלך ווי אונזער פירעשאפט באגייט זיך מיט השקפת היהדות.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

ווען איך האב אפגעשניטן מיין בארד און פיאות בין איך שאקירט געווארן אז ״קיינער״ פון מיינע חבירים, רביים, אדער פאמיליע האבן נישט געפעלט פאר וויכטיג מיר צו פרעגן ״פארוואס״
פרעגט איינער פארוואס, ווערט ער א טראל..

זיי מיר מוחל.

ביסט אביסל רוי, ביסט אפשר פין דער סארט וואס מען דארף אלעס זאגן, יא יא, געבן וואלידעישען, און מיט שאקלען ווי משוגע די מנהלים ראשי ישיבות זענען. אבער חלילה נישט פרעגן א שאלה וואס וועט אפשר פירן צו א מסקנה אז דו לעבסט אין א טעות.

פיין, בין איך א טראל.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך ווייס נישט וואו דו זעהסט נקמה, דאס וואס דיין קאפ לויפט גלייך צו נקמה זאגט עפעס אויף דיר. גראדע קען איך פרנס פערזענליך, די סיבה פארוואס ער האט זיך אפגעשניטן די פאות איז געוועהן ווייל ער האט באקומען א גוט באצאלטע הויכע פאזיציע אין א פרעסטידשפולע קאמפאני, אזאנס וואס דו קענסט נאר חלומ'ען דערפון, און איינס פון די תנאים איז געווען אז ער דארף גיין א "נארמאלע" haircut (איי, וואס פארשטייט דען א גוי).
ישר כח.

אבער פרנס החודש איז נישט א שטיקעל גמרא וואס מען מאכט אוקימתות, זיין שרייבען ברענגט ארויס אז ער האט אנגעשניטען די בארד און פיאות צוליב זיינע "פראגעס", אויף די שאלה פין וואס זיינע פראגעס זענען, זאגט ער ער האט נאר איין פראגע, אויף די ראשי ישיבות.

ער האט זיכער אוועק רעאקטעד ווען ער האט געשריבן אז איך בין א טראל, ער וויל נאר נישט מודה זיין.

און טאמער דו זעהסט אין אים א בן גיל, געזונטערהייט, אבער עס מיינט נישט אז איך בין א טראל.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וואלווי האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אז דער עולם קומט ארויס מיט זייערע מעשיות דארף איך דאך אויך עפעס זאגן, מיין פראבלעם מיט "אידישקייט" האט זיך אנגעפאנגען שוין פון זייער אינג, ארום צעהן יאר אלט בערך. איך פלעג דעמאלטס ליינען און הערן די אלע מעשיות פונעם מיטל-אלטער ווי דער גלח/קעניג/בישאף האט געפייניגט די אידן ביז דער רב/רבי/מקובל איז געקומען און זיי געראטעוועט מיט זיין קלוגשאפט/רוח הקודש/העכערע כוחות, און איך פלעג מיך אלץ וואונדערן צו וואס דארף מען דעם רבי זאל אונז ראטעווען ווען מיר קענען פשוט גיין צום גלח'ס זייט און זיך לעבן א חיים טובים... צו וואס טויג מיר דעם אתה בחרתנו ווען ס'ברענגט סתם רדיפות? מוחל טובות, לא מעקוצך ולא מדובשך, האלט דיך מיט דיין תורה, וועל דיך אויס א צווייטן פאלק, און לאמיך לעבן. בקיצור, איך בין געווען זיכער אז ווען איך וועל ווערן גרויס וועל איך די ערשטע זאך לויפן אין קירכע זיך שמד'ן און פטור ווערן פון די גאנצע גלות מענטאליטעט און פערטיג... למעשה בין איך עלטער געווארן און איך האב אנגעפאנגען עוסק זיין אין רוחניות און כ'האב איינגעזעהן אז ס'דא עפעס מער אין לעבן ווי זיך סתם ארומדרייען און הוליען, דעמאלטס פלעג איך נאך מיינען אז רוחניות קען מען נאר טרעפן אין "אידישקייט", למעשה האב איך איינגעזעהן אז די מעשה איז פונקט קאפויער, הלכה און "אידישקייט" איז די גרעסטע שטער אין רוחניות, האב איך עס אפגעלאזט ווי א ברענעדיגע לאטקע. צום גלח בין איך נאכנישט געגאנגען ווייל איך לעב א חיים טובים אן איהם אויך...

אויב נישט א רב און נישט א גלח, צו וועם ביקסטע זיך?

דו קומסט across צו שטארק ספיריטואל, ערגעץ ביסטו מקושר. קום ארויס פון שאנק. דארפסט נישט מורא האבן.

ס'איז אקעי.אסאך פון אונז דאווענען צום אידישן גאט ווען די קאר הייבט אן גליטשען אויף אייז.

עכ"פ, ווען קיינער הערט נישט...
:lol: :lol: :lol:

ועל זה אמר הכתוב ״אוי מיין גאט!״...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פרנס החודש האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:
דער תירוץ איז, וואס גייט דיר אהן?
עפעס ביסטו נבוך צווישן אידישקייט און די ראש ישיבות.
פארוואס עס גייט מיר אן אז מיינע נאענטסטע האבן גענוצט מיין תמימות מיר צו אונטערדרוקן? פארוואס עס גייט מיר אן אז מען פייניגט תמימותדיגע בחורים אין ישיבות? זיך דיר א צווייטע אשכול צו טראלל
אנטשולדיגט, אבער פין פרעגען א שאלה ביז ווערען א טראל, איז א ווייטע מהלך.

ווייל מען האט גענוצט דיין תמימות דיר אונטער צודריקען, שערט איר זיך אפ די פיאות? מה ענין שמיטה אצל הר סיני?

ווילסט דיר נוקם זיין אין זיי, פארשטיי איך, אבער וואס האבן זיי מיט דיינע פיאות?
די ערשטע סימן פון א טראלל איז שואל שלא מן הענין.

דיינע פראגעס זענען ווי פאלגענד:

1) איך בין זייער נייגעריג וואס דיינע פראגעס זענען איבער אידישקייט
2) וואס גייט דיר אן ?
3) ווייל מען האט דיר אונטערגעדרוקט שניידסטו אפ די פיאות?

הגם איך האב עס דערמאנט דרך אגב, זענען אבער קיינע פון די פראגעס נישט מן הענין.

איך האב אראפגעשטעלט צוויי טענות:

1) די מהלך ווי די פירערשאפט באגייט זיך מיט אונזערע בחורים.
2) די מהלך ווי אונזער פירעשאפט באגייט זיך מיט השקפת היהדות.
אינטערסאנט אז דו ביסט שוין א שטיק צייט און דו ווייסט נאכנישט אז עמיצער וואס האט זיך איינגעהאנדלט דעם שריפטשטעלער טיטל איז ניין און ניינציג פראצענט נישט א טראלל, און ספעציעל ווען עס האנדלט זיך מיט @היסטאריע וועלכער איז אן אינטעליגענטער ניק וואס גיבט גאר אסאך צו צום שטיבל, און ווערט גאנץ ווייניג געכאפט אין היציגע דעבאטעס.

לאמיר דיר ערקלערן וואס זיין פראגע איז געווען.

ער האט געוואלט וויסן - זייענדיג אינספירירט פון דיין ארטיקל - וואס עס זענען געווען די פראגעס וואס האבן דיר באוואויגן אראפצונעמען די בארד און פאות און זיך ארויסלאזן אויף א זוך אקציע נאך דיין נשמה. ס׳קען זיין אז דו האסט אפגעליינט זיין פראגע היציגערהייט, דערפאר האסטו געמיינט אז ער איז דא לקנטר. אצינד ווען עס איז שוין פארענטפערט געווארן וואס זיין ציל איז; וואלסטו ארויסגעשריבן דיינע קשיות? מענטשן האבן ליב זיך צו אידענטיפיצירן.
פארשפארט