בענקסי איז בארימט מיט זיין סובווערסיוו און באהאלטענע מעסעדזשס וואס ער/זי טוט קונצליך אריינבלענדן אין זיין ארט. פיל איז שוין באשריבן געווארן איבער דעם מיסטעריעזן פארשוין, ווער איז דאס, איז דאס איין מענטש? וואס איז זיין מיסיע? וואס איז זיין פאליטישע אידיאלאגיע? וואס איז זיין אפיעל? און איבערהויפט וויאזוי זעט אויס דער פארשוין וואס האלט די וועלט געשפאנט שוין פאר אזויפיל יארן.
מיט יעדן גראפיטי וואס קומט ארויס ווערט די אינטערעסע איבער דעם מענטש שטערקער. יעדעס שטיקל ארט ווערט שטודירט און באטראכט וואס די באהאלטענע מעסעדזש קומט מיינען, און פאר א גוט יאר ווער איז דער טאלאטפולער וואונדערליכע ארטיסט.
פיל מענטשן זענען שוין כמעט געקומען צו אנמעסקן די פנים פונעם ארטיסט, אבער ביזדערווייל איז אנגענומען אז קיינער ווייסט נישט ווער דאס איז.
נישטא קיין איין לעבעדיגן מענטש וואס טראכט אז וויבאלד איך ווייס נישט ווער די ארטיסט איז, דאמאלט איז נישטא קיין ארטיסט.
נישטא קיין איין לעבעדיגן מענטש וואס טראכט אז א באטל פארב האט זיך אויסגעגאסן און עס האט אויסגעמאלן א גראפיטי.
נישטא קיין איין לעבעדיגן מענטש וואס טראכט אז וויבאלד איך ווייס נישט ווער די ארטיסט איז דאמאלט מוז זיין אז א וואלקענע אויסברויך האט איר אויסגעמאלן.
די מיסטעריע פונעם ארטיסט מאכט די ארט אבסטראקט. די ארט ווערט שענער, טיפער, באדייטענד, מינינגפיל, זיסער, formless, און איבער אלעם, א דורשט און תשוקה צו זיכן און נאכצולויפן און טרעפן דעם ארטיסט.
פארוואס ווען מיר זאָמען אריין אינעם גראפיטי איז די אינטעלידזשענט דיזיין אזא פשטות וואס יעדער תינוק בן יומו פארשטייט, און ווען מיר זאָמען ארויס ווערן מיר אינגאצן צושאקעלט?