אפלטון און דעמאקראטיע
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
אפלטון און דעמאקראטיע
צוויי יאר צוריק האב איך געהאט א שמועס מיט @קטלא קניא איבער די טוויִט זיינער. איך האב ארויסגעברענגט אז אפלטון, אין זיין דייאלאג רעפּאָבּליק (מאמר ח-ט), האלט אז עס זענען דא 5 סארטן רעגירונגען בהדרגה פונעם בעסטן ביז׳ן שוואכסטן, וואו יעדעס איינס צוביסלעך degenerate אין צו די שוואכערע אונטער איר:
1). אריסטאקראטיע - דאס איז בעצם דאס בעסטע אידעאלע פארעם פון רעגירונג: א מאנארכיע וואס ווערט געפירט דורך א קעניג א פילוסוף (צי מער ווי איינס) וואס איז ממאס אין סתם תאוות השררה און איז נאר פארנומען מיט דאס ענדגילטיגע פילאזאפישע גוטס. ער (צי זיי) און זיינע העלפערס פארמאגן נישט קיינע פריוואטע נכסים און זענען ריין פארנומען מיט׳ן רעגירן פאר׳ן וואוילזיין פונעם מדינה - עס איז א סארט מעריטאקרעסי וואו די וואס זענען ראוי לזה געוועלטיגן/רעגירן טאקע.
דאס איז ווייל אליבא דאפלטון איז די אידעאל צו צוטיילן דאס פאלק אין צו דריי קלאסן: די געוועלטיגערס כנ״ל, די סאלדאטן, און די וואס פלאנצן און ארבעטן. ער האט טאקע געהאלטן אז די קלאסן פון געוועלטיגערס און סאלדאטן טארן נישט פארמאגן קיינע נכסים (ווי אויך אז די געוועלטיגערס האבן נישט צו נעמען קיינע באשטומטע ווייבער און אזוי וויסן ווער זייערע קינדער זענען, וואס אויב ווייסן זיי יא פירט דאס דאך צו קאראפציע און נעפּאטיזם.)
ביי דעם איז אויך וואו ער זאגט זיין באקאנטע כלל פון ״שקרים קדושים״/אמונות הכרחיות אָנצוהאלטן די סטאבּיליטעט והסכמה דערצו, וואו מ׳רעדט איין דעם עולם אז די געוועלטיגער קלאס האט גאלד אין זייערע אָדערן/בלוט/נשמות, די סאלדאטן זילבער, און די ארבעטערס בּראַנז.
כמובן איז דאס אבער אַן אידעאל וואס איז בעצם מן הנמנע (ואפילו מארקוס אָרעליאוּס איז דאך נישט געווען ממש דאס), וויבאלד פּאַוּער קארופטירט (און אַבּסאלוטע פּאַוּער קארופטירט absolutely).
2). טימאקראטיע - דאס איז ווען די מדינה ווערט געפירט דורך פירערס וואס זוכן כבוד און דאס איז וואס טרייבט זיי; נישט פילאזאפיע און אמת. און וואו עס איז מער די מיטעלסטע סאלדאטן קלאס סארט וואס פירט דאס. עס איז נישט ריין געפירט למען האמת פילאזאפיע וחכמה. און אז דאס פעהלט איז שוין נישטא וואס זאל אפהאלטן פון נאכלויפן סתם תענוגים וממילא ווערט דאס צוביסלעך,
3). אליגארכיע - דאס איז ווען די מדינה ווערט געפירט דורך די רייכע פאר פירערס וואס זוכן געלט ונכסים אויך און נאר דאס איז וואס טרייבט זיי. ועכ״כ אז זיי שטעלן עס אזוי אויס אז די רעגירער און געוועלטיגערס זאלן זיין די וואס באקומען די רייכטום פונעם לאנד, און אז די ממשלה זאל פארבלייבן פאר די רייכע אפגעזעהן צי זיי זענען ראוי דערפאר. דאס זוכט דייקא אז עס זאל זיין אַן אינעקוואַליטי אין רייכטום וכו׳ צווישן די עליטע געוועלטיגערס און דאס סתם פאלק. (עס איז אנדערש ווי פּלוּטאַקרעסי, וואו די מדינה ווערט געפירט סתם דורך די רייכע, אין דעם אז ביי אליגארכיע איז די דגוש אז עס זאל זיין דייקא דורך א קליינע גרופע עליטע רייכע. ווי אויך איז דאס אביסל אנדערש ווי קלעפּטאַקרעסי, וואו די מדינה ווערט געפירט דורך רייכע וואס ווערן רייך פון די מדינה עפ״י קארופציע וגניבה, ווייל ביי אליגארכיע איז די דגוש מער אויף פירערשאפט און עס איז פארט דא עפעס א כח המעצר; הגם כמובן איז ביניהם כמלא נימה.) אבער עווענטועל דארפן זיי אָנקומען צום פאלק צו זיין זייער מיליטער וכדומה. דאן, ווען זיי האבן געווער און זענען אומצופרידן פונעם סיסטעם ,ווערט דאס,
4). דעמאקראטיע - עכ״פ די דעמאקראטיע בימיו, איז וואו למעשה ווערט די מדינה געפירט (טאקע דורך רעפּרעזענטעטיווס אבער פארט) דורך דאס ווילן פון די אונטערשטע קלאס שהן הרוב, און זיי זענען פונקט אזוי להוט לאחר געלט וכו׳, און דאס שפיגלט פונקט אזוי אפ אין זייער פירערשאפט. און אנדערש ווי ביי די אליגארכיע, איז בעצם ביי די רעגירער נישטא קיין אפהאלט וכח המעצר לגמרי, און ביי דעם איז ניטאמאל דא קיין פאקוס אויף פירערשאפט בכלל. (דאס קען אויך סתם אזוי ווערן אַן אכלאקרעסי, והיינו ״מאַבּ רוּל״, וואו די מדינה ווערט סתם אזוי געפירט דורך די מאסן וואו איש כל הישר בעיניו יעשה און וועלעכע גרופע איז אלים גבר; א פארעם פון אנארכיע.) דאס פירט אריין,
5). טירעני - וואו איינער נעמט עדווענטעדזש פון דאס למעשה׳דיגע חלל אין פירערשאפט און נעמט נאר פאר זיך די ממשלה און מאכט, און אונטערדרוקט עני ווידערשטאנד דערצו. ער איז נישט קיין געזעצליכע מענטש און שטעלט אוועק זיינע אייגענע ״געזעצן״ פאר זיינע אייגענע אינטערעסן.
דר. קאַרל פּאַפּער האט שארף ארונטערגעריסן אפלטון דערפאר, זאגענדיג אז זיין פארעם פון דאס בעסטע רעגירונג האט געגעבן דעם מבוא פאר טאָטעליטעריען רעגירונגען און פאַשיזם, וואס האלטן זיך באמת אלס ״פילאזאפישע״ קעניגן ולמען ״האמת״, וואס זענען טאקע טיראניש.
זעקס יאר צוריק, ווען דאנאלד טראמפּ איז געווארן פּרעזידענט, האט ענדרוּ סאָליווען גע׳טענה׳ט אז דאס איז אט דאס וואס אפלטון האט געמיינט, ואפילו בימינו אלה מיט מאדערנע דעמאקראטיעס, וואו בתוך טירעני ממש ליגן די קערענדלעך פון איר אוינטערגאנג צו טירעני. (און דאס איז על אף די גדרים וואס די אמעריקאנע גרינדער האבן אריינגעלייגט דערין אז עס זאל דאך נישט ווערן ממש ממש א ״גענצליכע״ דעמאקראטיע אין דעם זין וואס גייט צולאזן צו דאס אויפוואכונג פון טירעני. און א שולד דערין ליגט אויף מעס מיִדיִאַ, וואו דאס שנעלקייט וכו׳ דערפון שטארקט געפילן איבער לאגיק וראציאנאל און עקספּערטן, וואס דאס איז די יסוד פון בעסערע רעגירונגען וכדברי אפלטון.) און ווי דר. דזשעיסאן סטענלי ברענגט ארויס (צום סוף), איז דאס וויבאלד דעמאקראטיע האט בתוך זיך אין אירע אידעאלן פון פרייהייט פון מיינונג ודיבור אט דאס וואס ברענגט איר אונטער - וכעין די טאלעראנץ פאראדאקס, אז מ׳נעמט די אידעאל פון טאלעראנץ אויף אזוי ווייט צו טאלערירן די וואס טאלערירן נישט אנדערע, איבער וועלכע דר. פּאַפּער האט טאקע געווארענט איבער. און ווי לענגער דעמאקראטיע האלט אָן אלס מער דעמאקראטיש און טאלעראנט ווערט דאס. ווי אויך ווי לענגער דאס האלט אָן אלס מער ווערט דאס געדאנק פון אטאריטעט שוואכער ווארום אלע זענען דאך לגמרי גלייך. דאס איז וואו און ווען דעמאגאגן פּאַפּוּליסטן ודומיהם נעמען איבער מיט זייער רעטאריק, צו וועלכע זיי האבן ווייטער די פרייהייט, דאס פאלק צו זייער זייט, און זיי זענען דאך לגמרי גלייך צו די וואס זענען ערוועלט אלס אטאריטעטן, אזש ביז׳ן מבטל זיין דעמאקראטיע לגמרי און דאס אונטערדרוקן און זיי ווערן דערנאך טאקע די טיראנען. און משלים דערצו זענען ווי אזוי היטלער ימ״ש איז געקומען צום מאכט, ווי אויך רוסלאנד׳ס פוטין ימ״ש. (עס איז מערקווידיג צוצוצייכענען צו וואס דר. איִען שפירא זאגט אין די לעקציע [פון 7:19] אז וואס טוהט מען ווען, ווי אין אלדזשיריע אין 1991, א פארטיי לויפט אין דעמאקראטישע עלעקשאנס אויפ׳ן פלאטפארמע אז טאמער זיי געוואונען וועלן זיי אויפלעזן דעמאקראטיע אין לאנד בכלל, און זיי געוואונען טאקע? דארט האט זיך די מיליטער צום סוף אריינגעמישט.)
לעומת סאָליווען האט דזשעף גוּאָ אראפברענגט פון דר. ענדרוּ האנסען און דר. ראבּערט פלעק אז אפלטון איז טאקע געווען א גאון בפאליטישע פילאזאפיע אבער א שוואכע פאליטישע סייענטיסט. מיינענדיג, אז עמפּיריש (והיינו ״סייענטיסט״) איז דאס איז נישט אזוי געווען אין זיינע צייטן - פונקט פארקערט: פון טירעני, וויבאלד למעשה איז די עקאנאמישע שטאנד פון די מיטעלע קלאסן בעסער געווארן, האבן זיי צום סוף גורם געווען מ׳זאל זיך רעכענען מיט זיי און עס איז געווארן א דעמאקראטיע.
דר. דזשעק וויזשניק באמערקט אויך אז עס איז סתם אזוי דא א מבוכה צווישן היסטאריקער צי אין היסטאריע איז למעשה דא פּעטערנס וכדומה. (די שאלה איז צי דאס איז קעגן דזשארדזש סאַנטאַיאַנאַ׳ס באקאנטע מימרא, ״די וואס געדענקען נישט די עבר זענען פאראורטיילט דאס איבערצושפילן.״) ער ברענגט אויך ארויס אז עס איז יתכן אז בימיו האט אפלטון יא ממש געזעהן ווי די שטאפלען וויאזוי רעגירונגען טוהן פּראגרעסן איז יא אזוי ווי ער זאגט. און דער היסטאריקער פּאליבּיִאוס, וועלכע האט געלעבט 200 יאר נאך אפלטון, האט געהאט אַן ענליכן מאדעל.

דא טענה׳ן די עקאנאמיסטס דר. יורי גאראדניטשענקאָ און דר. גערארד ראלענד אז הגם רייכקייט און מאדערעניזאציע זענען פאקטארן אין צוקומען צו און ווערן דעמאקראטיש איז דאס נישט די עיקר פאקטאר. זיי טענה׳ן אז די קולטוראלע מיינדסעט פון די געזעלשאפט איז וואס איז מער קובע דערצו. אויב איז די קולטור מער אינדיווידואליסטיק דעמאלטס גייט דאס אין איינקלאנג מיט דעמאקראטיע וואס איר מטרה איז בעיקר אויף דעם אינדיווידואלן מענטש, זיינע פרייהייטן, שאיפות אד״ג. משא״כ א קאלעקטיוויסט קולטור, ווי דער מענטש קוקט זיך אן אלס א חלק פונעם געזעלשאפט און ווי דאס איז כאילו איין יוּניט, און ווי היערארכיע אז דאס זאל לויפן איז די עמפאסיס, זענען זיי אסאך ווייניגער נוטה און עלול צו בוחר זיין אין דעמאקראטיע.
איז לפי״ז איז דאך די חרדי׳שע געזעלשאפט און אויסקוק גאר שטארק קאלעקטיוויסט. איז דאס אפשר א סיבה פארוואס די טראדיציאנאלע חרדי קען שווערער דערהייבן די עצם אידעאל פון דאס וואס ליגט אונטער דעמאקראטיע. און דאס פארענטפערט ווייטער @קטלא קניא'ס פראגע.
איז לפי״ז איז דאך די חרדי׳שע געזעלשאפט און אויסקוק גאר שטארק קאלעקטיוויסט. איז דאס אפשר א סיבה פארוואס די טראדיציאנאלע חרדי קען שווערער דערהייבן די עצם אידעאל פון דאס וואס ליגט אונטער דעמאקראטיע. און דאס פארענטפערט ווייטער @קטלא קניא'ס פראגע.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דר. דזשאן מקאָרמיק טוהט דורך אז לפי דער איטאליענער רענעסאַנס דענקער פראַנסעסקאָ גוּטשארדיִניִ איז דאס וואס מ׳גיבט פאר די אלגעמיינע פאפולאציע דעמאקראטיע און די מעגליכקייט צו וועהלן, איז כדי אז עס זאל צוקומען צו אַן אָליגארכיע, ווייל די סארט מענטשן איז וואס זיי וועלן למעשה ענדגילטיג בוחר אין, און דאס איז דאך כאטש (לפי אפלטון הנ״ל) א בעסערע סארט רעדזשיִם. (דאס זאגט דר. מקאָרמיק איז אין קאנטראסט צו מאַכיאוועלי׳ס דרך.)
***
יהודה ליב קצנלסון/״בוקי בן יגלי״ האט געשריבן איבער אפלטון׳ס יוּטאָפּיע אין זיין אלימפּוס וציון:

הטוב בפילוסיפי היונים, אפלטון, ברא בדמיונו ממלכת אוטופיה - עולם שכולו טוב, עולם שאין בו כל מום וגרעון. ומה נחזה בממלכה ההיא? ליסוד חברת האדם הניח אפלטון את העבדות; יען כי בלא עבדים לא יוכלו האזרחים להשתעשע בעניני פוליטקה ופלוסופיה. רק האזרחים לבדם ימשלו בארץ, ואין להעבד ולהגר חלק ונחלה בתוכם... ואפלטון זה לא ידע, כי בידי העם הקטן והדל, אשר בין רוכסי הרי יהודה, יש אוטופיה אחרת מימים קדמונים, אשר אחד מיסודותיה הוא: “חקה אחת ומשפט אחד לכם ולגר הגר בתוככם".
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: אפלטון און דעמאקראטיע
נישטא קיין גרעסערע טיראניע ווי נישט טוהן קיין שטאך ארבעט ווי גרויס די יאהר איז - נאר זיצן און פרעסן בשר ויין, בשעתן מכלמרשט פילאזיפירן, אויף'ן קאנטע פון איינפאכע מענטשנ'ס אויסגעהארעוועטע האנט-ארבייט, און נאך שטופן אונזערע טעכטער, און נישט איינס, ווייל מען טאר דאך נישט וויסן ווער זייערע קינדער זענען..
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דער פאליטישער סייענטיסט דר. שמואל האָנטינגטאן האט געהאט דעפינירט דעמאקראטיע (אין איר מאדערנער פארעם) ווען וס האט שוין נישט א (געהעריגע) מעגליכקייט זיך אומצוקערן צו אטאריטעריעניזם והיינו אטאקראטיש ע״י מלך אדער אַן אָליגארכיע. דאס איז ווען א מדינה און רעגירונג האט שוין געהאט צוויי מאל נאכאנאנד וואו עס איז פרידליך איבערגעגעבן געווארן די מאכט וממשלה פון איין פארטיי צו א צווייטע (אדער וואו איין פארטיי האט עס פרידליך איבערגעגעבן צו איר אפאזיציע).
אין די לעקציע [פון 13:00] ברענגט דר. איִען שפירא ארויס, עפ״י דער עקאנאמיקער דר. אַמאַרטיאַ סען, אז די געדאנק פון דעמאקראטיע איז דאס מענטשליכע דראנג פאר יוסטיץ. און דער מענטש קען נישט וויסן בשעת ער איז בעת צרה און אונטערדרוקט וואס עס איז די אידעאלע פארעם פון רעגירונג און דעמאקראטיע וואס וועט זיין די תכלית הנרצה. ולכן וועט דעמאקראטיע אלס דיסעפּוֺינטן די מענטשן וואס זוכן דאס. ועיין ערך טאָקעוויל עפעקט.
אלעקסיס דע טאָקעוויל האט געשריבן אין 1833 איבער דעמאקראטיע אין אמעריקע:

The gradual progress of democracy is something fated. It's providential. It can't be stopped. . . The thing about democracy is it has wild instincts. What we need to do is try and domesticate it, not get rid of it. We can't get rid of it. We can't stop it so we must domesticate it
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דער יווני׳שער/רוימישער היסטאריקער פּאַליבּיאוס האט געזאגט ענליך צו אפלטון אין דעם לגבי וואס ער האט טערמינט ענעסייקלאָסיס. זיין סדר פון סארט רעגירונגען אז עס זענען דא דריי סארטן רעגירונגען וואס זוכן די אינטערעסן פונעם כלל און דריי וואס זוכן נאר די אינטערעסן פון יחידים. די סדר איז אזוי:
1). מאנארכיע - דאס איז א קעניג וכעין די ״פילוסוף-קעניג״ פון אפלטון וועלכע איז קלוג און טוהט באַאיינפלוסן. די סארט רעגירונג זוכט די אינטערעסן פונעם כלל
2). קעניגשאפט/טיראניע - ווען עס גייט אריבער צו די יורשים פונעם ״פילוסוף-קעניג״ וועט דאס עווענטועל אָנקומען צו איינעם וואס איז נישט ראוי לאותו איצטלא. אבער הגם די סארט רעגירונג זוכט די אינטערעסן פון יחידים, איז עס ל״ד ממש ״שלעכט. אבער ווי ווייטער עס גייט בירושה, גייט דאס עווענטועל אָנקומען צום יורש וואס זוכט די אינטערעסן פון זיך אזש אז ער אונטערדרוקט דאס פאלק. (מ׳קען צו דעם אלעם ברענגען היסטארישע פּאראלעלן פונעם סטאָאיק רוימישן קייסער מאַרקוּס אָרעליאוּס און זיין יורש קאמאדוס)
3). אריסטאקראטיע - עווענטועלי ווען אנשי שם ווערן מיד פון דעם טייראנט וועלן זיי אים אונטערווארפן. זיי זוכן דעם טובת הכלל
4). אליגארכיע - עווענטועלי נעמען איבער די פערזענליכע יורשים פון די אנשי שם וואס זיי זוכן נאר זייער טובה
5). דעמאקראטיע - ווען די כלל ווערט מיד פון די קארופציע פון די אליגארכן ווארפן זיי זיי אונטער און עס ווערט געפירט דורך די רבים און זייערע ערוועלטע. זיי זוכן די טובת הכלל
6). אכלאקרעסי - דאס ווערט ברבות הימים ״סטעיל״ און די (spoiled) קינדער פון די רבים און עס וועט זיי נישט געהעריג אָנגיין דאס גאנצע ענין פון רעגירונג און רעגירונג, וממילא ווערט אזא סארט אנארכישע עירבוב פון איש כל הישר בעיניו יעשה און זוכט זיינע אייגענע אינטערעסן. דאס ברענגט עווענטועל כאאס און געבט א מקום פאר ברענגט אז די רבים הייבט אָן (מכח די פוילקייט וכו׳) אויסצוהערן באמבאסטישע דעמאגאגן. די שטערקסטע דעמאגאג נעמט עווענטועל איבער און ער קען זיין אדער א קלוגער מאנארך אדער א טייראנט. און פון דארט הייבט זיך די סדר ווידער אָן.
(פּאַליבּיאוס האט דאס געשריבן אין רוים אין א קאנטעקסט פון איר היסטאריע און רעגירונג. עס איז נתברר געווארן לאחר מיתתו אז לגבי רוים איז טאקע, מער-ווייניגער, אזוי געווארן.)
פּאַליבּיאוס האט גע׳טענה׳ט אז זיך ארויסצוזעהן דערפון דארף מען מאכן א רעגירונג וואס איז געמישט פון די דריי גוטע סארטן וואס זוכן דעם טובת הכלל: מאנארכיע, אריסטאקראטיע, און דעמאקראטיע. (די גרינדערס פון אמעריקע האבן אים געליינט און מ׳קען באטראכטן אז זיי האבן דאס אוועקגעשטעלט על זה המהלך, מיט א פרעזידענט, קאנגרעס/סענאט/עלעקטארעל, און וואלן בכלליות. בימיו האט פּאַליבּיאוס געהאלטן אז רוים איז אזא סארט געמישטע פארעם פון רעגירונג און דערפאר איז עס אזוי סטאביל און מאכטפול; ער האט אבער, אנדערש פון סיסעראָ, געהאלטן אז עס איז נישט גענוג געמישט זיך ארויסצוזעהן לגמרי פון דעם סייקל.)
דזשאַן עדעמס האט געשריבן:

No simple form of government, can possibly secure men against the violences of power. Simple Monarchy will soon mould itself into Despotism, Aristocracy will soon commence an Oligarchy, and Democracy, will soon degenerate into an Anarchy, such an Anarchy that every man will do what is right in his own eyes, and no man’s life or property or reputation or liberty will be secure and every one of these will soon mould itself into a system of subordination of all the moral virtues, and intellectual abilities, all the powers of wealth, beauty, wit, and science, to the wanton pleasures, the capricious will, and the execrable cruelty of one or a very few
This last paragraph has been the creed of my whole life
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דער היסטאריקער אלכסנדר טיטלער האט גע׳טענה׳ט אז וויבאלד יצר לב האדם רע מנעוריו איז די געדאנק פון דעמאקראטיע בעצם אַן אילוזיע; צום מערסטענסט איז דאס א באהאלטענע מאנארכיע אונטער א שלייער.
ער האט גע׳טענה׳ט אז דעמאקראטיע, ווי אזוי אימער, קען נאר אָנגיין פאר א קורצע וויילע. דאס איז וויבאלד מענטשן וועלן געוואור ווערן אז דורך זייערע וואַלן מאכט דאס אויס ווי אזוי זיי באקומען געלט פונעם פּאָבּליק קאסע; זיי קענען דורך זייער כח פון וואַלן באקומען געלט און צו דעם וועלן זיך ערוועלטע צושטעלן זיי דאס צוצוזאגן און צושטעלן כדי צו באקומען די וואַלן. די סארט הפקרות איבער פּאָבּליק פאָנדס מאכט אז עס זאל כעין באנקראטירן און צאמפאלן, וואס ברענגט דערנאך א דיקטאטור וואס ״גייט מאכן סדר״.
טיטלער (ווי אויך אלעקסיס דע טאָקעוויל) האט גע׳טענה׳ט אז פעלקער און זייערע רעגירונגען גייען אין א סייקל אזוי:
1). עבדות - וואו מענטשן זענען קעגן זייער אונטערדרוקונג
וואס ברענגט,
2). אמונה - וואס געבט זיי מיינונג אין שווערע אומשטענדן
וואס ברענגט,
3). קוראזש - זיך קעגנצושטעלן זייער אונטערדרוקונג
וואס ברענגט,
4). פרייהייט
וואס ברענגט,
5). שפע - די פאקוס שטעלט זיך אויף עררייכן
וואס ברענגט,
6). סעלפישקייט
וואס ברענגט,
7). עצלות און entitlement
וואס ברענגט,
8). אומאחריות און ווי מ׳קעירט נישט
וואס ברענגט,
9). דעפּענדענט אויף א פירער און רעגירונג
וואס ברענגט עבדות און מ׳הייבט אָן דעם סייקל פון פריש. (ער האט אויך ארויסגעברענגט בנוגע פעלקער אז פאטריאטיזם און העראָאישקייט פאר׳ן מדינה איז הויך ווען די מצב איז שווער און נידעריג ווען עס איז דא רחבות.)
***
עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דער דזשורנאליסט דזשאש בּעראָ טענה׳ט אז אויב טענה׳ט איין פארטיי(בפרט הייפּערבּאליקלי) אז די צווייטע פארטיי ״איז קעגן און א סכנה צו דעמאקראטיע״, דאן דורך דעם אליין אונטערמינעווען זיי דעמאקראטיע דורכ׳ן טענה׳ן אז מ׳קען נאר וועהלן פאר זיי.

עס איז אינטרעסאנט ווי איזידאר פיינשטיין סטוֺין האלט אז מ׳האט הינגעריכטעט סקראט וועגן זיין אפאזיציע צו דעמאקראטיע, און זיי האבן געליטן פון טיראנען. אפלטון האט דאס געזוכט צו פארוואסערן און צענזורירן. סטוֺין איז דאס מייסד אויף וואס אעסקיניִס און עקסענעפאן, תלמיד חבר של סקראט, האבן געשריבן און געזאגט דערוועגן.
ומענין לענין באותו ענין, אין די באקאנטע מעשה וואס מ׳פארציילט אז אפלטון האט זיך געטראפן מיט ירמיה הנביא, שרייבט סטוֺין: ומענין לענין לגבי free speech, שרייבט דר. מיכה גאטליב במשנתו של הרמב״ם:

- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
ערשטנס מי אני דעיס איז זייער א אינטערסאנטע אשכול טהענק יו קיפ איט גאוטינג.
ולעניננו, איך קיק אן דעמאקראטיע מיט מער א פויערישע בליק, לאמיר זעהן אין וועלכע מדינה וויל איך וואוינען.
ירדן מיט א מאנארכיע? ניין.
רוסלאנד ממט א אוליגראכיע? ניין.
סוריה מיט א טיראן? ניין.
אריסטאקראטיע? איז בכלל אמאל געוועין אזא זאך במציאות? ניין.
זענען מיר געבליבען מיט דעמאקראטיע וואס האלט שוין אן איבער 200 יאר לטובה, מיט אלע פראבלעימען פון דעמאקראטיע איז עס נאך אלץ די בעסטע מהלך פון א ממשלה.

If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
יא יא. ווי דו האסט אראפגעברענגט דעם מימרא פון ווינסטאן טשורטשהיל:
Democracy is the worst form of government – except for all the others that have been tried
הגם, אפילו אין דעם מאכט ער נישט אוועק מכל וכל אפלטון'ס שיטה. והיינו, אז "טעארעטיש" קען מען טאקע קלערן אז א מלך פילוסוף, וואס איז טאקע לגמרי לגמרי לגמרי altruistic, און ווי אויך האבן אזא סארט שטאט וואס אפלטון שטעלט אויס אין זיין רעפּאָבּליק, איז דאס בעסטע. אבער דאס איז פשוט נישט במציאות בעלמא הדין - ווי געזאגט איז עס נאר, און קען נאר זיין, טעארעטיש לגמרי. די קשיא איז נאר אז אפלטון האלט דאך אז אפילו א, למשל, אליגארכיע איז שוין בעסער. וכבר הבאנו לעיל די טענה פון דר. קאַרל פּאַפּער נגדו. (און אונז הא'מיר שוין אראפגעברענגט אז דער עיקרים האט געזאגט אויף אפלטון, באותו ענין פונעם טעארעטישן סארט שטאט און געזעלשאפט וואס אפלטון האט אוועקגעשטעלט, "אפלטון טעה בזה טעות גדולה".)
עס איז אויך מן הראוי לציין צו וואס דר. דזשעק וויזשניק זאגט:

I remember in school when we learned about the Chinese view of history, the students and teachers basically laughed at it. Like, “oh, look at those silly, premodern people with their silly views. We obviously aren’t beholden to any cycle. We’ve made uninterrupted progress for hundreds of years. We put a literal man on the literal moon. We have AI chips and robotic dogs. Obviously, if Plato or Khaldun or any Chinese historian saw us today, they’d realize how wrong they were”
But here’s something to think about. Plato, and even more so Polybius, also lived at a time of unprecedented progress. When Polybius was writing in the 100’s BC, the Mediterranean world had seen uninterrupted technological advances for 800 years. They were building complex machines like the Antikythera Mechanism, which humans wouldn’t be able to build again for 1500 years. There were also major political and constitutional advances that were made during that time frame. Many states and political thinkers considered monarchy to be a primitive system they had left behind them. The Roman Republic thought it was going to free the world from Kings and Tyrants forever. Instead, it stamped out democracy and destroyed its own republican system. And self-government was not seen again in Europe for over a thousand years
So, when we look back at the amazing progress we’ve witnessed over the past 500 years, it’s tempting to conclude that that’s the new normal, and it will go on forever. But how do we know we’re not living at a moment like the one Polybius lived in. Maybe we’re not decades away from a technological singularity, but from a great political reset
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דר. חיים קרייסעל פירט אויס לגבי די פאליטישע פילאזאפיע פונעם רמב״ם בכלל:
דר. אביעזר ראוויצקי שרייבט דארט במשנתו של הרמב״ם:Western society is committed to the ideal of liberal democracy - an open society in which its members are free to hold conflicting views and maintain divergent lifestyles as long as they do not interfere with the rights of others to do the same. The ideal polity is one that not only treats all its members as equal in the eyes of the law, but also allows for a marketplace of ideas and choices without government interference or even official preference. Stress is placed on the duty of the government to protect basic rights of the individual, even when the individual makes use of these rights in a manner that does not find favor with the majority, and may even pose a challenge to the objectives that most members of the society hold dear. At the same time, the majority has the right to determine the general direction in which society moves and can change its direction when it sees fit
Maimonides' political philosophy is problematic for one who is committed to this ideal. The context of his thought is reminiscent of societies ruled by religious fundamentalists, with all the negative associations evoked by such regimes in the mind of the western reader. Yet it also offers the reader a chance to evaluate better the underlying assumptions on which western society is based, and afford an opportunity to appreciate the rationale for alternative systems. The political philosophy of Maimonides is predicated on the belief that there are absolute truths, and that the highest value in life lies in holding these truths and acting in accordance with them. Furthermore, it is the duty of the government not only to guarantee social order, but to adopt the necessary measures to ensure that the members of society learn and accept these truths as far as it is in its, and their, power to do so. Freedom of choice is an important theological principle for Maimonides. Any law would be meaningless if human actions were predetermined, as it would not be in one's own power to obey or disobey. But, as noted before, although as individuals we are not coerced in our choice of what goals to pursue and actions to perform, we do not determine the goals that should be pursued by us as human beings. These goals are divinely naturally ordered. From a political perspective, there is no intrinsic value in upholding the freedom of the individual to believe falsehoods or the right to make bad choices. Nor does it make sense to entrust the direction of society to the majority who are ignorant of the true path and tend to equate the good life with material acquisition. In Maimonides positive approach to liberty, the task of government is to free the individual precisely from all that prevents the attainment of truth and goodness in accordance with one's ability. Indeed, the government would be doing its members a great disservice if it acted otherwise. It must utilize the instrument of law to guide the masses in the right path, rather than act in accordance with popular views grounded in a lack of understanding. Maimonides develops his political thought within the context of a traditional society that is, for the most part, a homogenous one governed by sacred texts grounded in revelation. The vast majority of people are committed to the belief that God legislated Mosaic Law and that obedience to it is crucial to one's state in this world and in the next
Like several of his predecessors, Maimonides did not believe that society could rest on a purely intellectual foundation. In fact he warned that truth should not be disseminated indiscriminately, without consideration for the capacity of people to accommodate it. Critical reflection may undermine commonly accepted beliefs and wreak havoc on social and ethical norms. Worse, it does not necessarily provide a reliable alternative. Although the pursuit of truth has the power to construct, it also has the power to destroy. Thus people who have not been trained for this sort of reflection may find themselves with no convictions at all and jeopardize the social order as a result
We can illustrate this by a parable. Had Maimonides attended Socrates' trial, he would have understood part of the prosecutors' motive. Presumably he would not have demanded Socrates execution, but he would have attempted to silence him - precisely because he knew Socrates' questions were valid. Socrates was unflinching in his quest for truth. In his own words, "All day long I never cease to settle here, there and everywhere rousing, persuading, reproving every one of them." Important as it is, in Maimonides' opinion, this kind of intellectual "persuasion" does not belong in the public realm for not only does it endanger the philosopher, it endangers society as well. Maimonides was concerned with the preservation of the social order and, in the terminology of our parable, placed the welfare of the Athenians above that of Socrates
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דר. היינס גאָמאנס זאגט אז מלחמות קומען צושטאנד מכח אזא סארט געים טעארעטישע מאדעל וואו די שוואכערע זייט האט נישט גוט גע׳חשבונ׳ט זייער שטארקייט קעגן זייער שונא מעיקרא. דערנאך ווען זיי פארלירן זעהן זיי דאס איין און זוכן צו קומען צו א הסכם ווי בעסער. דאס איז די ערשטע חלק פון ווי אזוי מלחמות קומען צו אַן ענדע.
די צווייטע חלק איז אז די באזיגטע דארפן גלייבן אז די זיגער וועלן איינהאלטן זייער צד. ווייל וואו די שוואכערע זייט גלייבט נישט אז די שטערקערע זיגער וועלן איינהאלטן זייער צד, וועלן זיי נישט ענדיגן די קריג, ווייל זיי האבן ממילא נישט וואס צו פארלירן.
און די דריטע חלק ווענדט זיך אין די פארעם פון רעגירונג פון די באזיגטע. אויב איז די מנוצח א דעמאקראטישע מדינה האט דער פירער בעצם נישט וואס צו פארלירן מיט׳ן אויפגעבן - העכסטענסט וועט ער פארלירן די וואלן אין לאנד. דאס זעלבע איז מיט דיקטאטארן - זיי טוהן וואס זיי ווילן און וואַגן זאל זיך איינער אין לאנד זיי צו קריטיקירן. די סכנה איז מיט אזא סארט פירער וואס איז אינדערמיט: בעצם אַן אָטאָקראַט אבער נישט גענוג אז מ׳קען אים נישט אונטערווארפן, ובדרך כלל איז דאס תלוי בסכנה אויף זיין לעבן פון א בלוטיגע פוטש. דאס זאגט ער איז די סיבה פארוואס די ערשטע וועלט קריג האט זיך געצויגן אזוי לאנג הגם דער דייטשע קייזער האט זיך געטראפן מיט זיין קאבינעט שוין אין 1914 און געוואוסט אז מ׳קען נישט געוואונען די מלחמה. (ער זאגט אז וולאדימיר פוטין איז אזא סארט פירער.)
די צווייטע חלק איז אז די באזיגטע דארפן גלייבן אז די זיגער וועלן איינהאלטן זייער צד. ווייל וואו די שוואכערע זייט גלייבט נישט אז די שטערקערע זיגער וועלן איינהאלטן זייער צד, וועלן זיי נישט ענדיגן די קריג, ווייל זיי האבן ממילא נישט וואס צו פארלירן.
און די דריטע חלק ווענדט זיך אין די פארעם פון רעגירונג פון די באזיגטע. אויב איז די מנוצח א דעמאקראטישע מדינה האט דער פירער בעצם נישט וואס צו פארלירן מיט׳ן אויפגעבן - העכסטענסט וועט ער פארלירן די וואלן אין לאנד. דאס זעלבע איז מיט דיקטאטארן - זיי טוהן וואס זיי ווילן און וואַגן זאל זיך איינער אין לאנד זיי צו קריטיקירן. די סכנה איז מיט אזא סארט פירער וואס איז אינדערמיט: בעצם אַן אָטאָקראַט אבער נישט גענוג אז מ׳קען אים נישט אונטערווארפן, ובדרך כלל איז דאס תלוי בסכנה אויף זיין לעבן פון א בלוטיגע פוטש. דאס זאגט ער איז די סיבה פארוואס די ערשטע וועלט קריג האט זיך געצויגן אזוי לאנג הגם דער דייטשע קייזער האט זיך געטראפן מיט זיין קאבינעט שוין אין 1914 און געוואוסט אז מ׳קען נישט געוואונען די מלחמה. (ער זאגט אז וולאדימיר פוטין איז אזא סארט פירער.)
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דזשאַן סטוּערט מיל האט גע׳טענה׳ט אז בעצם האט זיך נישט א דעמאקראטישע מדינה אריינצומישן מיליטעריש אין אַן אנדערע ואפילו אויף כדי צו פארבעסערן די אנדערע מדינה און אונטערווארפן די אָטאָקראַטישע רעגירונג דארטן און אריינשטעלן א דעמאקראטיע. דאס איז ווייל אחוץ פון די סכנה וואס דאס שטייט אויס צום מדינה וואס אינוואדירט על ריב לא לה איז דא נאך א סיבה מכח די עצם אינוואדירטע מדינה וואס מאכט דאס (אין אלגעמיין) פאר א פעולת ריק וואס טוהט נישט אויף די מטרה וואס מ׳וויל (עיין במו״נ ח״ג פכ״ה), אפילו וואו די דעמאקראטישע אינוואדירער זיגן. דאס איז ווייל וויבאלד די טויש איז נישט געקומען פון די אלגעמיינע אינוואדירטע באפעלקערונג׳ס אייגענעם ווילן, זענען דא דריי וועגן ווי אזוי עס קען זיך אויסארבעטן אויף למעשה:
1). די געוויסע אינעם באזיגטן מדינה וואס בענעפעטירן פונעם טויש (עס איז דאך נישט די אלגעמיינע פאפולאציע דארט, והא ראיה אז זיי האבן גארנישט געטוהן דערצו) וועלן פשוט ווערן די נייע אָטאָקראַטן אינעם לאנג
2). א ברודער-קריג וועט אויסברעכן צווישן די פראקציעס דארט מכח די נייע אימסטאביליטעט וואס זיי האבן נישט געבעהטן פאר
3). די אינוואדירער מוזן דארט פארבלייבן און זיי ווערן אַן אימפעריע; די היפך פון זייער מטרה
דר. מיכאל דוֺיל טענה׳ט אז דאס וואס מיל זאגט האט סמוכין מן המציאות מהיסטאריע.
דאס איז ווען עס איז נישטא קיינע ברייטערע סיבות ווי מענטשליכע פארלעצונגען און א סכנה צום עצם national security, אדער ווי אנדערע מדינות מישן זיך שוין אריין דארט קעגן דיר.
ווי אויך איז דאס אלעס נאר נוגע, אליבא דמיל, ווען די מדובר איז איבער א ״ציוויליזירטע״ מדינה. ״אומציוויליזירט״ באדייט:
1). עס ווערט געפירט דורך א despot וואו דער אָטאָקרעטיק פירער פירט דאס מיט רשעות ואכזריות
וואס דעריבער ברענגט דאס צו,
2). אנארכיע
וואס דאס פירט צו צו,
3). געזעלשאפטליכע אימאראלישקייט וואו קיין שום הסכם ווערט נישט אינפארסירט וכו׳ וכו׳
וואס דאס פירט צו צו,
4). פאמיליאיזם, וואו גארנישט אינדרויסן פונעם פאמיליע האט בכלל א ווערט ושוויית החיים
1). די געוויסע אינעם באזיגטן מדינה וואס בענעפעטירן פונעם טויש (עס איז דאך נישט די אלגעמיינע פאפולאציע דארט, והא ראיה אז זיי האבן גארנישט געטוהן דערצו) וועלן פשוט ווערן די נייע אָטאָקראַטן אינעם לאנג
2). א ברודער-קריג וועט אויסברעכן צווישן די פראקציעס דארט מכח די נייע אימסטאביליטעט וואס זיי האבן נישט געבעהטן פאר
3). די אינוואדירער מוזן דארט פארבלייבן און זיי ווערן אַן אימפעריע; די היפך פון זייער מטרה
דר. מיכאל דוֺיל טענה׳ט אז דאס וואס מיל זאגט האט סמוכין מן המציאות מהיסטאריע.
דאס איז ווען עס איז נישטא קיינע ברייטערע סיבות ווי מענטשליכע פארלעצונגען און א סכנה צום עצם national security, אדער ווי אנדערע מדינות מישן זיך שוין אריין דארט קעגן דיר.
ווי אויך איז דאס אלעס נאר נוגע, אליבא דמיל, ווען די מדובר איז איבער א ״ציוויליזירטע״ מדינה. ״אומציוויליזירט״ באדייט:
1). עס ווערט געפירט דורך א despot וואו דער אָטאָקרעטיק פירער פירט דאס מיט רשעות ואכזריות
וואס דעריבער ברענגט דאס צו,
2). אנארכיע
וואס דאס פירט צו צו,
3). געזעלשאפטליכע אימאראלישקייט וואו קיין שום הסכם ווערט נישט אינפארסירט וכו׳ וכו׳
וואס דאס פירט צו צו,
4). פאמיליאיזם, וואו גארנישט אינדרויסן פונעם פאמיליע האט בכלל א ווערט ושוויית החיים
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
ווי דר. דוׂיל ציטירט:
ס'איז נישט ממש דאס.
***
דר. דוד סטאסאוואדזש זאגט אז מ'טרעפט דעמאקראטיע נאך פאר די יוונים. עס האט זיך דעוועלאפירט אין קלענערע געזעלשאפטליכע גרופעס, וואו די פירערשאפט איז נישט געווען אזוי שטארק און/אדער זיי האבן געדארפט באיזה מדריגה די הסכמה פונעם קהל, און מענטשן האבן געקענט און געהאט א ברירה צו פארלאזן.
Moral duties extend no further than the family; national or civic identity is altogether absent. They lack the scope for extensive, stable social relations. They do not have a civic or national self-conception, identifying only with the village or valley
***
דר. דוד סטאסאוואדזש זאגט אז מ'טרעפט דעמאקראטיע נאך פאר די יוונים. עס האט זיך דעוועלאפירט אין קלענערע געזעלשאפטליכע גרופעס, וואו די פירערשאפט איז נישט געווען אזוי שטארק און/אדער זיי האבן געדארפט באיזה מדריגה די הסכמה פונעם קהל, און מענטשן האבן געקענט און געהאט א ברירה צו פארלאזן.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דער פאליטישער טעאריסט און פילאזאף דר. ראבּערט דאַל האט ארויסגעברענגט אז סתם עלעקשאנס איז נישט גענוג מגדיר צו זיין א רעגירונג אלס א דעמאקראטיע. עס שארף זיין א "פּאליארכיע" וואו עס ווערט טאקע געפירט דורך דאס פאלק און צו דעם פעהלט אויס 6 תנאים:
1). די מענטשן אין די רעגירונג זענען אריינגעוועהלט
2). די עלעקשאנס זענען פריי און מיט יושר
3). פרייהייט פון אויסדרוק
4). עס זענען דא אנדערע מקורות פאר אינפארמאציע אחוץ די רעגירונג
5). די חלקים אין די רעגירונג זענען בעצם אומאפהענגיק איינע פון די אנדערע
6). אלע אזרחים/בירגער זענען בעצם דאס זעלבע נכלל אין אפמאכן בנוגע די רעגירונג, עלעקשאנס אא"וו
דאס באדייט אז די פירער זענען עקאַוּנטעבּל צום פאלק און זארגן זיך פאר'ן נעקסטן עלעקשאן זיי זאלן נישט פארלירן דאס בענקל.
ועפי"ז האבן זיי מגדיר געווען צוויי סארטן אָטאָקראטיעס און צוויי סארן דעמאקראטיעס:
1). פארמאכטע אָטאָקראטיע - עס איז אדער ניטאמאל דא אַן אָנשטעל פון וואַלן, אדער אז עס איז נאר דא איין פארטיי פאר וועלכע מ'קען וועהלן, אדער אז דער הויפט קען נישט אראפגענומען ווערן פונעם בענקל דורך די וואַלן
2). עלעקטאָרעל אָטאָקראטיע - עס זענען בעצם דא וואַלן אבער דאס איז נאר פאר די פארליעמענט וכדומה און דער הויפט האט נישט קיין מורא אדער עקאַוּנטעבּיליטי צום פאלק דאדורך (דורך קארופציע וכדומה). ווי אויך האט דאס פאלק נישט קיין (אינדירעקטע) ווארט אין די געזעצןפונעם לאנד. דאס ווערט אויך גערופן א גיידעד/מענדעזשד/טאָטעליטעריען דעמאקראטיע
3). עלעקטאָרעל דעמאקראטיע - עס קומט נאך די מינימאלע פאדערונגען פון דר. דאַל הנ"ל
4). ליבעראלע דעמאקראטיע - דאס איז ווען בנוסף זענען דא מאסנאמען אפצוהיטן פון די רעגירונג גיין צו ווייט און ארויפצווינגען די דעת הרבים על היחידים (בכל ענינים); אפצוהיטן פונעם "טיראניע פונעם רבים"
דר. בּאסטיען הער ווייזט אז עלעקטארעל דעמאקראטיעס זענען גאנץ אינג און נאר אכט מדינות זענען אזוי פאר מער ווי 100 יאר. ער צייגט דא א מעסטונג פון מדינות לויט ווי ווייט זיי זענען ליבעראלע דעמאקראטיעס (דא זאגט ער ווי אזוי די מעסטונג ארבעט און די שוועריקייט דערין): דא ווייזן זיי די היסטאריע דערפון אין פערצענט פון מענטשן וואס לעבן אין דעמאקראטישע מדינות: דא ברענגט דר. הער ארויס אז די וועלט איז געווארן ווייניגער דעמאקראטיש אין די לעצטע שטיק צייט.
***
דא הא'מיר אראפגעברענגט דעם קיוּבּ רוּט געזעץ אין פאליטישע פילאזאפיע:

מי אני האט געשריבן:דאס לויטעט אז (אין רוב לענדער) טאמער ווערט דאס פאלק רעפרעזענטירט דורך איין ״הויז״ אין רעגירונג, אדער טאמער איז עס צוויי דעמאלטס איז עס איינע פון די ״הייזער״ אין רעגירונג, גייען די מעמבערס דערין זיין דעם צאל פון בערך דעם קיוּבּ רוּט פון די מספר פון די פאפולאציע פונעם פאלק. דעריבער זענען דא וואס טענה׳ן אויף צו טאקע פארמערן די זיצן אין קאנגרעס פון די יעצטיגע 435 קאנגרעס-מעמבערס, וואס איז שוין אזוי זייט 1929, צו צווישן 593-693 וואס וועט זיין נענטער צום קיוּבּ רוּט פונעם פאלק לויט׳ן סענסוס.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
״אינווערטעד״ טאָטעליטעריעניזם
דער פאליטישער פילאזאף דר. שעלדאן וואלין האט טערמינט דעם געדאנק פון ״אינווערטעד״ טאָטעליטעריעניזם. דאס איז ענליך צו א טאָטעליטעריען אָטאָקראטישן רעזשים, ווי נאצי דייטשלאנד, נאר מיט אפאר חילוקים:
1). אנשטאט רעוואלוציע פון אינדרויסן אומצוווארפן א פריערדיגן רעגירונג, נוצט דאס די מיטלען פון די רעגירונג זעלבסט זיך ארויפצוארבעטן און איבערנעמען די מאכט; עס נוצט די דעמאקראטישע מעטאדן פון די רעגירונג קעגן די רעגירונג
2). אנשטאטס א געהעריגע אָטאָקראטיע, איז דאס א סארט עלעקטאָרעל אָטאָקראטיע
3). עס איז דא אַן אויסזעהן/אילוזיע פון פרייע מידיע וואס באלאנגט נישט צו די רעגירונג, אבער עס איז אין די הענט פון אפאר עליטע קארפּארעישאנס וואס זיי פירן די נאראטיוו און אין איינקלאנג מיט די רעגירונג
4). ולאחר הכל זעהט עס נאך אלס אויס ווי א דעמאקראטיע
5). אנשטאטס די רעגירונג קאנטראלירן גרויסע ביזנעסער איז עס בעצם פארקערט
6). עס איז נישט בעצם נאציאנאליסטיש/טרייבּעליסט
7). עס זוכט דייקא אז דאס פאלק זאל נישט זיין אינטרעסירט אין פאליטיק
8). עס איז נאר מעניש אין די פארעם פון פחד איבער געלט וכדומה
9). עס האט נישט קיין כאריזמאטישע פירער ווי איידער פירערס אזוי ווי ממש די אין ביזנעס
10). עס איז נישט קעגן די רייכע; פארקערט, עס נעמט עדווענטעדזש בעיקר פון די ארימע קלאסן
ער האט מורא געהאט אז אמעריקע גייט אין די ריכטונג אין די בוש יארן מיט איר ״מלחמה אויף טעראר״.
***
דער פראנצויזישער פילאזאף זשאַן בּאדין האט געהאלטן אז עס קען נישט געמאלט זיין קיין באלאנצירטער דעמאקראטישע רעגירונג - איין פאראיין וועט זיך אלעמאל זוכן אריינצומישן און איבערנעמען וכו׳ דאס אנדערע. ער האט געהאלטן אז דאס בעסטע פארעם פון רעגירונג איז א מאנארכיע (און נישט א פרוי), א ״תומך שבט״ (א ווארט ער דערמאנט פון לשה״ק).

די קאַנדאָרסעט פּאראדאקס און עררוֺי׳ס אומעגליכקייט טעארעם
לגבי עלעקשאנס איז דא די קאנדארסעט פּאראדאקס. דאס איז אין אזא סארט פאל וואו עס זענען דא דריי קאנדידאטן ראובן, שמעון, און לוי; עס זענען דא דריי מענטשן וואס וואָטן; עס איז א rank סארט וואָט וואו מ׳שטעלט אויס וואס וויל מען די מערסטע, די צווייט-מערסטע אא״וו.
דער ערשטער וועהלט אין די רייע: ראובן, שמעון, לוי
דער צווייטער וועהלט אין די רייע: שמעון, לוי, ראובן
דער דריטער וועהלט אין די רייע: לוי, ראובן, שמעון
עס קומט אויס אז אויב זאגט מען אז לוי האט געוואונען, קען מען דאך דאס זעלבע זאגן אויף שמעון - ער האט דאך אויך, פונקט ווי לוי און פונקט ווי ראובן, וואו ער איז סיי דער ערשטער און סיי דער צווייטער און דריטער אין די רייע. אין אנדערע ווערטער, עס איז חוזר חלילה: ווען איך שטעל צאם דער ערשטער מיט׳ן צווייטער אז שמעון געוואונט ווייל ער קומט פאר לוי, האב איך נאכדעם דער זעלבער ערשטער מיט׳ן דריטער וואס האלטן אז ראובן קומט פאר דעם געוואונער שמעון. אבער דערנאך קומען דעם צווייטער און דריטער וואס שטעלן לוי פאר דעם יעצטיגן געוואונער ראובן. אא״וו.
עפי״ז האט דר. קענעט עררוֺי אויפגעוואוזן אז עס איז אומעגליך צו האבן אלע די פאלגענדע פיר פּראַפּערטיס צוזאמען אין אזא סארט רענקט וואָטינג סיסטעם פון דריי אדער מער קאנדידאטן וואס זאל אמת׳דיג אפשפיגלען דעת הרבים:
1). אינדעפּענדענס פון אירעלעווענט אלטערנאטיווס - דאס מיינט אז די אויסקום פון די וואַלן וועלן זיך נישט טוישן ווען איך לייג פליצלונג צו אדער נעם אוועק אַן אנדערע קאנדידאט
2). פּאַרעטאָ עפישענסי - אויב יעדעס איש פרטי וויל איין קאנדידאט איבער א צווייטע, דאן מוז אויך די על הכלל כולו וועלן די קאנדידאט איבער דאס צווייטע
3). אָנרעסטריקטעד דאָמעין - יעדן׳ס וואַל פרטי ווערט גערעכענט פונקט די זעלבע כדי צוצוקומען צו מהו הסכמת הכלל, און גארנישט חוץ מזה. און יעדעס מאל די וואַלן ווערן געטוהן אזוי גענוי דאס זעלבע טוישט זיך גארנישט
4). עס איז נישט קיין דיקטעטארשיפּ
ענליך צו דעם איז דא די גיבּערד-סאטערטווייט טעארעם. דאס לויטעט אז אין אזעלכע סארט וואָטינג סיסטעמס מוז זיין בהכרח איינע פון די דריי תנאים:
1). עס איז דא א סארט דיקטאטור וואס לאחרי הכל מאכט ער אפ די געווינער
2). עס איז נאר דא צוויי אויסוואלן
3). א וואָטער קען וועהלן נישט וואס ער/זי וויל באמת כדי די אויסקום זאל יא זיין עפעס וואס ער/זי וויל
למשל, עס איז דא אין די סארט רענק/אָרדינעל וואָטינג א מעטאדע פון בּאָרדאַ קאַוּנט וואס געבט (למשל) 3 פּוֺינטס צו דער וועמען מ׳וועהלט אלס ערשטע, 2 פּוֺינטס צו דער וועמען מ׳וועהלט אלס צווייטע, 1 פּוֺינט צו דער וועמען מ׳וועהלט אלס דריטע, און 0 פּוֺינטס צו דער וועמען מ׳וועהלט אלס לעצטע. דערנאך רעכענט מען צאם וויפיל פּוֺינטס יעדעס קאנדידאט האט באקומען פון יעדעס וואָטער.
יעצט, עס זענען דא פיר קאנדידאטן, ראובן, שמעון, לוי, און יהודה, מיט דריי וואָטערס. זייערע אמת׳ע ווילן און וואָטס זענען כזה:
א׳: ראובן, שמעון, לוי, יהודה
ב׳: לוי, שמעון, יהודה, ראובן
ג׳: לוי, שמעון, יהודה, ראובן
עס קומט אויס אז ראובן האט סך הכל 3 פּוֺינטס, שמעון האט סך הכל 6 פּוֺינטס, לוי האט סך הכל 7 פּוֺינטס, און יהודה האט סך הכל 2 פּוֺינטס. וואָטער א׳, וויסענדיג מעיקרא וואס די אנדערע וועלן וועהלן, קען אבער טוישן זיין/איר וואָט צו עפעס וואס איז אים/איר באמת נישט אינגאנצן ניחא כזה:
שמעון, ראובן, יהודה, לוי
וואס דאן האט ער/זי ארויסגעברענגט שמעון און אראפגעברענגט לוי, וואס אים/איר איז דאך מער ניחא אזוי, אזוי אז עס איז יעצט: ראובן האט סך הכל 2 פּוֺינטס, שמעון האט סך הכל 7 פּוֺינטס, לוי האט סך הכל 6 פּוֺינטס, און יהודה האט סך הכל 3 פּוֺינטס.
מ׳קען דאס אלס מאניפולירן, סיידן אויב עס איז דא א דיקטאטור אדער נאר צוויי קאנדידאטן.
*
ובזה זאגט דר. ניקאלאס סטעפאנאפּאלוס (לגבי דזשערימענדערינג, וואו אדער מ'"קרעקט" והיינו מ'שטעלט אויס געגענטער אזוי אז די וואָטערס וואס גייען וואָטען פאר אנדערע פארטייען ווערן צושפרייט איבער א געוואלד אנדערע דיסטריקטס אזוי אז זייערע וואָטס ווערן צוטיילט צווישן די פארשידענארטיגע דיסטריקטס אזוי אז זיי בלייבן די מיעוט דורכאויס די אלע דיסטריקטס, אדער ווען מ'קען נישט "פּעקט" מען זיי אלע אין איין אדער אפאר דיסטריקטס וואו זיי גייען ממילא געווינען און אזוי זאלן זיי כאטש נישט אויסמאכן אין אנדערע דיסטריקטס):
***
viewtopic.php?p=462145#p462145
***
לגבי וואָטס איז דא בּערטראנד'ס בּעלאט טעארעם. דאס לויטעט אז אויב זענען דא צוויי קאנדידאטן און איינער באקומט א געוויסע צאל וואָטס און דער אנדערער ווייניגער, איז די פּראבּעבּיליטי אז דער מיט די העכערע צאל וואָטס וועט דורכאויס די ציילונג זיין העכער ווי דער מיט די ווייניגער צאל די חילוק צווישן זיי צוויי אין די צאל וואָטס דיוויידעד ביי די גאנצע צאל וואָטס צונאזאם.

I consider alignment to be one of the core values of any democracy. As I use the term, it refers to the fit, the match, the the congruence, between what the government does, and what the people in the jurisdiction want. And so the simplest, I think the most compelling, form of alignment is having enacted governmental policies that in some, at least, roughly reflect the policy preferences of the public
viewtopic.php?p=462145#p462145
***
לגבי וואָטס איז דא בּערטראנד'ס בּעלאט טעארעם. דאס לויטעט אז אויב זענען דא צוויי קאנדידאטן און איינער באקומט א געוויסע צאל וואָטס און דער אנדערער ווייניגער, איז די פּראבּעבּיליטי אז דער מיט די העכערע צאל וואָטס וועט דורכאויס די ציילונג זיין העכער ווי דער מיט די ווייניגער צאל די חילוק צווישן זיי צוויי אין די צאל וואָטס דיוויידעד ביי די גאנצע צאל וואָטס צונאזאם.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
הרב דר. מיכאל אברהם ברענגט ארויס אז לפי אפלטון איז אז מ׳האט שוין יא א דעמאקראטיע וואלט לכאורה אויסגעקומען אז מ׳זאל געבן מער וואג צו א וואָט פון א חכם צו א וואָט פון איינער וואס איז נישט אזא חכם; ווי העכער די IQ, אלס מער וואג האט זיין/איר וואָט ווען עס ווערט געציילט. די שוועריקייטן מיט דעם איז אז וויאזוי מעסט מען אבּיעקטיוו די חכמה פון א מענטש אזוי דאס צו וועגן קוואנטיטעטיוולי? ווי אויך ווי אזוי ווייסט מען אז די חכמים וועלן נישט זיין קארופטירט און אויסנוצן די פאזיציע וואס זייער וואג געבט זיי? (אויף דעם קען מען לכאורה ענטפערן לפי אפלטון אז טאמער זענען זיי אזאנע וואס גייען דאדורך ווערן קארופטירט פון אויפטוהן פאר׳ן כלל כולו, דאן זענען זיי נישט קיינע (ריכטיגע) חכמים באמת.)
די ביידע פראבלעמען נעמען אבער אָן אז די געדאנק אונטער התחייבות להחלטת הרוב איז ווייל דאס איז ריכטיג, ולכן וויל מען אז אט די החלטה זאל זיין געוועגט לצד החכמים שבה וועלכע זענען מער עלול לכוון להאמת. ולכן קומט אויס אז אויב מ׳וואלט געקענט לעזן די צוויי פראבלעמען דאן וואלט מען טאקע געברויכט וועגן די וואָטס לפי די חכמה פונעם וואָטער.
אבער די געדאנק פון התחייבות להחלטת הרוב בדעמאקראטיע איז נישט מכח דעם. נאר עס איז מכח דעם אז החלטת הרוב צייגט צו וואס עס איז די רצון הכלל, אפגעזעהן צו דאס איז ״ריכטיג ואמת״. מ׳דארף דאס נישט מכבד זיין אבער א התחייבות האט דאס. אין אזא פאל האט מען נישט בשום פנים צו געבן מער ווערט און וואג צו א חכם׳ס וואָט ווי א צווייטענס.(ער ברענגט צו דאס וואס בן גוריון האט געזאגט, ״המומחים מומחים למה שהיה ולא למה שיהיה.״)
לכאורה איז דאס אלעס נישט געזאגט געווארן ווען החלטת הרוב איז נגד מענטשליכקייט מפורסמות ממש, כעין הנאצים. ער באציהט זיך צו דעם אינעם נעקסטן טור.
לגבי הלכה ואחרי רבים להטות זאגט דער חינוך (מצוה עח) אז החלטת הרוב איז יא אלס להגיע אל האמת, עכ״פ ווען די חולקים זענען שווים בחכמה ע״ש.
דא הא׳מיר ארומגערעדט איבער די געדאנק פון התחייבות הרוב לגבי הלכה. וע״ע כאן.
ולגבי דעם צי די רוב איז טאקע ״גערעכט״ און די השלכות דערפון לגבי אמונה שרייבט ער:
עכ״פ דאס געבט א נייעם געדאנק אינעם לאגישן שטרויכלונג פונעם ארגומענטום עד פּאַפּולום.
ועיין כאן בדברי @שליח. ועיין כאן במה שהבאתי מדר. עלעין האַוּווערד עקלונד.

ער טוהט דאס דורך עפ״י די געדאנק פון א גאַוּסיען דיסטריבּיוּשאן - אין אזעלכע וויכוחים בין המשכילים זענען בדרך כלל נישטא, און מ׳איז זיך נישט מתמקד מיט, די נעגאטיווע טעיל פון טיפשים גמורים, וממילא איז די מיעוט, די חכמים גמורים, די גערעכטע. ולאידך גיסא, ביי די אינם משכילים איז דאך נאר נישטא די פאזיטיווע טעיל פון די חכמים גמורים, און דארט איז טאקע די רוב גערעכט. ער איז אבער מודה אז די טענה האלט נישט אויס און איז מביא לידי גיחוך. למשל, אז טיפשים ענטפערן ביי רענדאם משא״כ החכמים.דוקינס בספריו כמו גם בכל מיני אתרים אתיאיסטיים למיניהם תמצאו מחקרים (בעיניי נכון יותר לכנות אותם סקרים) שמראים שבאופן ממוצע המשכילים נוטים לאתיאיזם והמאמינים הם פחות משכילים. (בדיון כזה חשוב להבחין בין סקרים שמראים שהמאמינים הם פחות משכילים (או שהאתיאיסטים הם יותר משכילים) לבין סקרים שמראים שהפחות משכילים הם מאמינים (או שהיותר משכילים הם אתיאיסטים). לכיוון הקורלציה יש משמעות שונה לענייננו.) הוא הדין לגבי ימין ושמאל. על אף שהוצעו לכך כמה הסברים שלא קשורים לשאלה מה משני הצדדים נכון יותר, מאד נפוץ להציג את הנתונים הללו כטיעוןן לטובת השמאל והחילוניות. אם החכמים והמשכילים (לא אכנס כאן לשאלת היחס בין השכלה לחכמה) מצדדים בעמדה אחת והפחות משכילים וחכמים בעמדה אחרת, כי אז העמדה הראשונה היא כנראה נכונה. מה שמניחים כאן הוא שהמשכילים קולעים יותר לאמת. לכאורה זה מאד סביר, לא?
האינטואיציה האנרכיסטית הראשונית שלי היא שבכל ויכוח שני הצדדים טועים אלא אם הוכח אחרת. אבל גם אם שתי הדעות שמעומתות הן היחידות האפשריות (שאז לא ייתכן ששני הצדדים טועים) – כי אז בדרך כלל המיעוט צודק. היה לי אפילו טיעון חביב לטובת העניין. הרי סביר שיש פירמידת אינטליגנציה, כלומר שבקבוצת אנשים רגילה יש מעט חכמים והרבה יותר טיפשים. אז אם יש ויכוח ציבורי בנושא כלשהו שדורש חכמה, סביר להניח שהמיעוט הוא דעת החכמים והרוב הוא כנראה רוב האנשים (שכמובן בנוי מהטיפשים יותר). לכן בכל ויכוח נקודת המוצא צריכה להיות שהמיעוט הוא הצודק.
המסקנה היא שבוויכוחים אודות אמונה או ימין ושמאל, אם המיעוט שבין החכמים דוגל באמונה ובדתיות הוא כנראה צודק. בני משה הציע מודל מורכב יותר. הוא טוען שלפי התרשמותו ההתפלגות היא שארבעת העשירונים התחתונים הם ימין/דתיים, חמשת הבאים הם שמאל/חילוניים, והעשירון העליון הוא שוב ימין/דתיים.
עכ״פ דאס געבט א נייעם געדאנק אינעם לאגישן שטרויכלונג פונעם ארגומענטום עד פּאַפּולום.
ועיין כאן בדברי @שליח. ועיין כאן במה שהבאתי מדר. עלעין האַוּווערד עקלונד.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
עס איז ידוע אז העכער דעם שער פון אפלטון׳ס ישיבה איז געשטאנען: ״דער וואס קען נישט דזשיאמעטרי זאל נישט אריינטרעהטן.״ דר. עמיר אלכסנדר שרייבט לגבי די מהפיכה צווישן מאטעמאטיקער ביים התייסדות פון קאלקולוס איבער דעם אינפיניטעסימעל [גיין קלענער און קלענער אינפיניטלי מאל] והמסתעף:
דר. וויקטאר בּלאַזשאָ זאגט:
דאס קען גיין אין איינקלאנג מיט אפלטון אז מ׳דארף אויסלערנען דעם דאגמאטישן קעניג זאל טאקע זיין א פילאזאף, וואס איז טאקע דאס בעסטע רעגירונג אליביה, ולעומת טיראניע וואס איז די שוואכסטע און קומט אפיר נאך מ׳נעמט עדווענטעדזש פון דעמאקראטיע ומהלך הרבים.Mathematics, [the Royal Society founders] believed, was the ally and the tool of the dogmatic philosopher. It was the model for the elaborate systems of the rationalists, and the pride of the mathematicians was the foundation of the pride of Descartes and Hobbes. And just as the dogmatism of those rationalists would lead to intolerance, confrontation, and even civil war, so it was with mathematics. Mathematical results, after all, left no room for competing opinions, discussions, or compromise of the kind cherished by the Royal Society. Mathematical results were produced in private, not in a public demonstration, by a tiny priesthood of professionals who spoke their own language, used their own methods, and accepted no input from laymen. Once introduced, mathematical results imposed themselves with tyrannical power, demanding perfect assent and no opposition. This, of course, was precisely what Hobbes so admired about mathematics, but it was also what Boyle and his fellows feared: mathematics, by its very nature, they believed, leads to claims of absolute truth, dogmatism, threats of tyranny
דר. וויקטאר בּלאַזשאָ זאגט:
Seeing mathematics as nothing but logical inferences from arbitrary axioms is as heartless as realpolitik. It reigns to this day, despite a now checkered record, because the only alternatives are hippie fantasies with no realistic prospects of ruling. Modern mathematics and modern politics are alike in this regard
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דר.טאַרוּנאַבּ חייטאַן זאגט [19:20-20:21] אז כהיום, זייט דאס אונטערגאנג פון קאמוניזם וועלטליך, וואו עס זענען נישט עכט פארהאן קיינע אפענע קעגנערס צו דעמאקראטיע, און דאס איז בעצם די איינציגסטע סארט רעגירונג שייך, איז ווי אזוי פּאַפּוליסט אָטאקראטן ווילן קומען צו מאכט איז דורכ'ן זיך אָנגעבליך אָננעמען פאר דעמאקראטיע.