פראגעס אויף חרדישע און אלגעמיינע אידישקייט
- פרנס החודש
- ידיד ותיק
- הודעות: 699
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
- האט שוין געלייקט: 3763 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

היות אין א צווייטע אשכול האט איינער ארויסגעוויזן גאר שטארקע אינטערעסע איבער מיינע פראגעס אויף אידישקייט וועל איך פרובירן צו אראפברענגען טייל פון מיינע פראגעס דא. פארשטייט זיך לא הרי אידישקייט כהרי אידישקייט און יעדע פראגע האט אן ענטפער (לאו דוקא לאגישע). פארשטייט זיך אז יעדער איז בארעכטיגט צו אננעמען אז מיינע פראגעס זענען בכלל נישט בגדר פראגע, דאך ברויך מען נעמען אין באטראכט אז פאר מיר איז עס (בעבר) שווער געווען.
1) צום אלעם ערשטן די אור אלטע פראגע פון צדיק ורע לו.
(ווערט ספעציעל שווער ווען דאס לעבן גייט נישט גוט).
2) ווי אזוי קענען די חכמים צולייגן מצוות צו די תורה והמסתעף, אין דעם איז אריינגערעכנט די עוואלוציע פון הלכה.
3) פארוואס רעליגיע מאכט מענטשן טון מאראליש שלעכטע מעשים.
4) פארוואס חרדישע אידן זענען פרימיטיוו
5) פארוואס מיר נוצן נישט עוואלוציע און ביג בענג טעאריע אלץ ראיה לאמיתת תורתינו
6) והוא העיקר, פארוואס אין אלגעמיין מענטשן וואס גלייבן אין תורה מסיני ציען צו עקטרעמיזם.
7) פארוואס לומדי תורה לייגן זיך אן אויפן ציבור.
פארשטייט זיך אז אויף די אלע זאכן האט מען שוין גערעדט און געזינגען פאר טויזענטער יארן און אויך געשריבן גאנצעטע אשכולות ממילא האב איך גארנישט מחדש געווען. גרויסע חכמים בעבר האבן שוין דן געווען איבער די פראגעס און געקומען צו פארשידענארטיגע מסקנות.
(הבהרה: די פראגעס האבן נישט דוקא צו טון מיט געוויסע אויסוואלן וואס איך האב יא אדער נישט געמאכט אין פערזענליכן לעבן).

Don’t ask unless you want to hear the answer.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
Wow, דאס איז אסאך.
א. צדיק ורע לו, ספר איוב באהאנדלט דאס באריכות, נאך אלע שיטות אין דער ספר, זעה איך נישט פארוואס דער קשיא ווערט נישט געפרעגט אנדערש.
אויב איז דא א באשעפער, פארוואס זעה איך אים נישט? ד.ה. דער וועלט ווערט געפירט אויף א וועג וואס הנהגה איז נישט מוכרח.
לעומתם יאמרו, אז דווקא פין דא זעהט מען אז יש מנהיג לבירה. און עס איז טאקע קאנפליקטונג.
ב. זיי לייגן גזירות, וואס איז די קשיא?
ג. ווייל זיי האבן א יצר הרע.
ד. ווייל זיי זענען סטופיד.
ה. ווייל א טעאריע איז נישט א ראיה אויף גארנישט.
ו. עקסטרעם איז א טייטש, נישטא קיין שיטה וואס איז עקסטרעם לכולא עלמא, וואס איז פאר דער עקסטרעם איז ביי יענעם מיטל מעסיג.
ז. ווער לייגט זיך נישט אהן אויף דער ציבור? לעבט אליין אויף א טראפיקעל איילאנד, און וועסט לעבן אויף דער חשבון פין נאטור. טאמער דו מיינסט צו זאגן אז זיי געבן גארנישט צו צום צבור, דאס אז יעדער דארף צוגעבן צום כלל, איז א מצוה אין דער תורה?

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום היסטאריע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים

- היימישער באניצער
- הודעות: 379
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 573 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל
די שאלות ווערן געפרעגט היפש כלליותדיג, כמעט אוממעגליך צו ענטפערן, אבער אויפן שפיציגן גאפל אין קורצן וואלט איך גענטפערט.
1) צום אלעם ערשטן די אור אלטע פראגע פון צדיק ורע לו.
(ווערט ספעציעל שווער ווען דאס לעבן גייט נישט גוט).
גוט און שלעכט איז רעלאטיוו פון א אידישן און אפילו אלגעמיינעם פרעספעקטיוו, א פרוי ווען זי איז פרעגנענט קען זי ליידן שווערע יסורים פארט פארשטייט זי אז ס'איז א אריינפיר פאר עפעס גוט, רעה איז לא בהכרח א סתירה מיט טוב. ס'איז טיילמאל א הכנה צו טוב. אין אידישקייט ווי עולם הבא און גלגולים זענען פאקטארן וואס דארפן אריינגערעכנט ווערן אין די פאקטארן פון גוט און שלעכט איז א שלעכט לעבן מעגליך א הכנה צו גוט'ס.
2) ווי אזוי קענען די חכמים צולייגן מצוות צו די תורה והמסתעף, אין דעם איז אריינגערעכנט די עוואלוציע פון הלכה.
אין אלגעמיין לייגן די חכמים נישט צו קיין מצוות, זיי גיבן נאר באדייט און אינטערפעטאציע צו עקזיסטירנדע מצוות געבויעט אויף זייער פארשטאנד אין די הלכה, געוויסע זאכן לייגן זיי יא צו אבער ס'איז אויך געבויעט אויף זייער מסקנה אויף וויאזוי לעבן דארף אויסקוקן ווען סווערט געפירט לויט די אידישע תורה.
3) פארוואס רעליגיע מאכט מענטשן טון מאראליש שלעכטע מעשים.
וועלכע מאראליש-שלעכטע זאכן? און צו איז דאס רעליגיע מאטיווירט? צו איז אבסאלוט זיכער אז ס'איז אוממאראליש צו איז עס גאר א מחלוקה צווישן א סאציאלע מיינדסעט און רעליגיע?
4) פארוואס חרדישע אידן זענען פרימיטיוו
כ'האב נישט קיין אהנונג וואס ביי דיר מיינט פרימיטיוו און פרימיטיוו צו וואס. זיי דרייוון קאר'ס, הייראטן, און ארבעטן. ס'פעלט קלארקייט אין די פראגע.
5) פארוואס מיר נוצן נישט עוואלוציע און ביג בענג טעאריע אלץ ראיה לאמיתת תורתינו
די וואס גלייבן אין עוועלוציע אלס א שכלדיגע טעאריע און גלויבן אין אידישקייט נוצן עס טאקע אלס א ראיה גאר, ס'איז דא וואס האלטן אז די גאנצע טעאריע פון עוועלוציע מאכט נישט קיין סענס דערפאר נוצן זיי עס נישט, ס'איז נישט ווייל עוועלוציע און ביג בענג זענען סתירות מיט אידישקייט, מקען עס מאכן ארבעטן ביידע וועגן.
6) והוא העיקר, פארוואס אין אלגעמיין מענטשן וואס גלייבן אין תורה מסיני ציען צו עקטרעמיזם.
מענטשן וואס גלייבן אין סיי וועלכע אידעאלאגיע ציען צו עקסטרעמיזם אויף ביידע זייטן פונעם ספעקטרום, יעדער עקסטרעם האט א פארקערטער עקסטרעם. כ'וואלט ענדערשער געזאגט אז מענטשן וואס גלייבן אין תורה מסיני האבן געווענטליך אן "אבסאלוטער מיינונג" און דאס זעלבע איז איינער וואס גלייבט און גלאבאלע ווארעמונג וכו' ס'האט מיט אידעאלאגיע בכלליות.
7) פארוואס לומדי תורה לייגן זיך אן אויפן ציבור.
לומדי תורה לייגן זיך נישט אן אויפן ציבור חוץ אין ארץ ישראל, דארטן איז עס טאקע א קראנקהאפטיגע זאך און האט צו טוהן וויאזוי מען האט דארטן אוועקגעשטעלט די סיסטעם. אין אלגעמיין ווען לומדי תורה לעבן אויפן ציבור'ס חשבון איז עס אויפן חשבון פון א ציבור וואס גלייבט אין די ווערד פון לומדי תורה, ווען נישט וואלט דער ציבור זיי נישט געשטיצט.. אלזא קענסטו גאר זאגן אז דער ציבור לייגט אן זייער לימוד התורה אויף די לומדים.
ווען כ'האב נישט פארשטאנען א פראגע מיינט נישט אז כ'האב עס אוועקגעמאכט, סמיינט אז כהאב עס נישט פארשטאנען, איך וועל אפרישיעיטן מער דעטאלירטע הסברים.

אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
יעדע פראגע איז בגדר פראגע אויב ווערט עס געפרעגט. אויב ווערט עס געזאגט אלס א פאקט אדער אן הנחה איז עס שוין נישט א פראגע, נאר ענדערש א סטעיטמענט.פרנס החודש האט געשריבן:היות אין א צווייטע אשכול האט איינער ארויסגעוויזן גאר שטארקע אינטערעסע איבער מיינע פראגעס אויף אידישקייט וועל איך פרובירן צו אראפברענגען טייל פון מיינע פראגעס דא. פארשטייט זיך לא הרי אידישקייט כהרי אידישקייט און יעדע פראגע האט אן ענטפער (לאו דוקא לאגישע). פארשטייט זיך אז יעדער איז בארעכטיגט צו אננעמען אז מיינע פראגעס זענען בכלל נישט בגדר פראגע, דאך ברויך מען נעמען אין באטראכט אז פאר מיר איז עס (בעבר) שווער געווען.
צדיק ורע לו איז גאר א שווערע פראגע, אבער עס זענען דא זייער אסאך תירוצים דערויף. איינע פון די בעסטע תירוצים איז דאס וואס @זופ מיט מאנדלען האט ערווענט, אז רע אין אונזערע אויגן קען זיין אן הקדמה צו שטארקע טוב.פרנס החודש האט געשריבן:1) צום אלעם ערשטן די אור אלטע פראגע פון צדיק ורע לו.
(ווערט ספעציעל שווער ווען דאס לעבן גייט נישט גוט).
די חכמים האבן נישט צוגעלייגט קיין מצוות, זיי האבן מפרש געווען די תורה יעדער אויף זייער אייגענע שטייגער. דערפאר איז שייך אז עס בלייבט מחלוקת אין פשט, ווייל מען קען אפלערנען די תורה אויף פארשידנארטיגע וועגן. די איינציגסטע הלכות וואס מען האט אליין צוגעלייגט און עס פארמאגט כמעט נישט קיין גרונד אין די תורה איז הלכות צניעות, און דאס האבן נישט די חכמים געמאכט.פרנס החודש האט געשריבן:2) ווי אזוי קענען די חכמים צולייגן מצוות צו די תורה והמסתעף, אין דעם איז אריינגערעכנט די עוואלוציע פון הלכה.
אזוי ווי שוין אויסגעשמועסט אין פילע אשכולות, שטאמט מאראל פון רעליגיע. דאס הייסט אז די גאנצע מחייב אויף מאראלן איז דער פאקט אז עס איז דא רעליגיע. פארשטייט זיך אליין אז מען קען נישט קומען זאגן אז אן אומרעליגיעזער פירט זיך אוממאראליש, אבער די הויפט מאראלן (נישט גנב׳ענען, רצח׳ענען אדער רעיפן וכו׳) זענען באזירט אויף רעליגיע.פרנס החודש האט געשריבן:3) פארוואס רעליגיע מאכט מענטשן טון מאראליש שלעכטע מעשים.
פארוואס זענען חרדישע אידן פרימיטיוו, און מיט וואס? דאס איז נישט קיין פראגע. עס זענען דא פרימיטיווע פויערן אין יעדן ארט. חרדי׳שע אידן זענען אין אלגעמיין בכלל נישט פרימיטיוו - זיי פירן א פרימיטיווער לעבנסשטייגער, אבער דאס זאגט נישט אז זיי זענען פרימיטיוו.פרנס החודש האט געשריבן:4) פארוואס חרדישע אידן זענען פרימיטיוו
ווייל עוואלוציע און ביג בענג טעאריע זענען גענוצט געווארן אלס קעגנזייטיגע ראיה, אפצופרעגן די תורה, דערפאר האלטן זיך חרדי׳שע אידן אפ פון עס לערנען. אבער יעדער וואס האט נאר אמאל אנגעהויבן פארשן קען די צוויי טעאריעס.פרנס החודש האט געשריבן:5) פארוואס מיר נוצן נישט עוואלוציע און ביג בענג טעאריע אלץ ראיה לאמיתת תורתינו
פארוואס זאגסטו אז אלע וואס גלייבן אין תורה מסיני ציען צו עקסטרעמיזם? איך האלט פארקערט ווי דיר. מוסלמענער זענען הונדערט מאל מער עקסטרעם, עד היום הזה הרג׳עט מען דארטן מענטשן וואס פארשעמען די משפחה, געיז ווערן געטראסקעט פון די דעכער, און נעכטן האט מען געוואלט ארעסטירן א מאדעל וואס איז געווען אין קאטאר געקליידעט נישט צניעות׳דיג.פרנס החודש האט געשריבן:6) והוא העיקר, פארוואס אין אלגעמיין מענטשן וואס גלייבן אין תורה מסיני ציען צו עקטרעמיזם.
ווער עס גלייבט אין די חשיבות פון תורה איז גרייט אויסצוהאלטן לומדי תורה. קיינער לייגט זיך נישט אן אויף קיינעם.פרנס החודש האט געשריבן:7) פארוואס לומדי תורה לייגן זיך אן אויפן ציבור.
סתם פאר נייגעריגקייט, לויט וויאזוי דו שרייבסט האבן שוין גרויסע חכמים פרובירט צו דערגיין די פראגעס און זענען געקומען צו מסקנות. האסטו פרובירט צו שטודירן זייערע מסקנות?פרנס החודש האט געשריבן:פארשטייט זיך אז אויף די אלע זאכן האט מען שוין גערעדט און געזינגען פאר טויזענטער יארן און אויך געשריבן גאנצעטע אשכולות ממילא האב איך גארנישט מחדש געווען. גרויסע חכמים בעבר האבן שוין דן געווען איבער די פראגעס און געקומען צו פארשידענארטיגע מסקנות.
(הבהרה: די פראגעס האבן נישט דוקא צו טון מיט געוויסע אויסוואלן וואס איך האב יא אדער נישט געמאכט אין פערזענליכן לעבן).
כ׳קען נישט גלייבן אז איך דין דא אלס דעם טייוול׳ס אדוואקאט, איך בין אנגעגעסן אויף די חרדי׳שע געמיינדע ביז איבערן אויער, אבער נישט די סארט פראגעס האבן מיר דיקטירט אין מיינע באשלוסן אין לעבן.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
Re: פראגעס אויף חרדישע און אלגעמיינע אידישקייט
קום אריין מיט דיינע פראגעס. וואס האט דיר געקוועטשט און געבאדערט? אפשר קען מען עס אויסגלייכן פונקט ווי פאר פרנס. [emoji846][emoji848]יהורם האט געשריבן:נישט די סארט פראגעס האבן מיר דיקטירט אין מיינע באשלוסן אין לעבן.[/justify]
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
Re: פראגעס אויף חרדישע און אלגעמיינע אידישקייט
אלגעמיין? בכלל נישט.פרנס החודש האט געשריבן: 6) והוא העיקר, פארוואס אין אלגעמיין מענטשן וואס גלייבן אין תורה מסיני ציען צו עקטרעמיזם.
עס איז דא אן אלטע דעבאטע ווער עס ברענגט מער רציחה וכדו' אויף די וועלט, רעליגיע, אדער אטעאיזם\פרייהייט\סעקולער "יו נעים איט".
זעהט זיך אויס אז די ביסט שוין צוגעקומען צום באשלוס אז רעליגיע איז די געוואונער. אקעי, איך קען באשטיין צו הערן פארוואס דו ביסט צוגעקומען צו דעם מסקנא. אבער לאמיר זאגן ביסט גערעכט, רעליגיע "איט איז". ווער אויב נישט אונז אידן האבן ריינע הענט? אויב עפעס זענען אונז געווען די קרבנות.
איך רעדט פון מאדערענע היסטאריע, אדער בעסער געזאגט זינט מיר זענען אין גלות, האבן מיר דען געטשעפעט א פליג? ווער אויב נישט היטלער און סטאלין האבן אונז אויסגעבוטשערט???
----
און וועגן פרימעטיווקייט, דארפסט קודם פארשטעלן פארוואס לעבן פרימעטיוו איז א פראבלעם, און נאכדעם קען מען אריינקוקן אויב מיר לעבן טאקע פרימעטיוו.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
- פרנס החודש
- ידיד ותיק
- הודעות: 699
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
- האט שוין געלייקט: 3763 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל
Re: פראגעס אויף חרדישע און אלגעמיינע אידישקייט
1) איך האב גערעדט פון עקסטרעמיזם נישט ווייאלענס.צוזאמגעדרייט האט געשריבן:אלגעמיין? בכלל נישט.פרנס החודש האט געשריבן: 6) והוא העיקר, פארוואס אין אלגעמיין מענטשן וואס גלייבן אין תורה מסיני ציען צו עקטרעמיזם.
עס איז דא אן אלטע דעבאטע ווער עס ברענגט מער רציחה וכדו' אויף די וועלט, רעליגיע, אדער אטעאיזם\פרייהייט\סעקולער "יו נעים איט".
זעהט זיך אויס אז די ביסט שוין צוגעקומען צום באשלוס אז רעליגיע איז די געוואונער. אקעי, איך קען באשטיין צו הערן פארוואס דו ביסט צוגעקומען צו דעם מסקנא. אבער לאמיר זאגן ביסט גערעכט, רעליגיע "איט איז". ווער אויב נישט אונז אידן האבן ריינע הענט? אויב עפעס זענען אונז געווען די קרבנות.
איך רעדט פון מאדערענע היסטאריע, אדער בעסער געזאגט זינט מיר זענען אין גלות, האבן מיר דען געטשעפעט א פליג? ווער אויב נישט היטלער און סטאלין האבן אונז אויסגעבוטשערט???
----
און וועגן פרימעטיווקייט, דארפסט קודם פארשטעלן פארוואס לעבן פרימעטיוו איז א פראבלעם, און נאכדעם קען מען אריינקוקן אויב מיר לעבן טאקע פרימעטיוו.
2)אויב מען זעט אז חרדים זענען פרימיטיוו קען מען צוקומען צו א מסקנה אז די חרידישע רעליגיע איז פרימיטיוו.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
- פרנס החודש
- ידיד ותיק
- הודעות: 699
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
- האט שוין געלייקט: 3763 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל
Re: פראגעס אויף חרדישע און אלגעמיינע אידישקייט
איין זאך בין איך מסכים מיט מיינע רבי׳ס:יהורם האט געשריבן:כ׳האב נישט קיין פראגעס, אלס איז נאר ווייל איך פארשטיי…החוקר האט געשריבן:קום אריין מיט דיינע פראגעס. וואס האט דיר געקוועטשט און געבאדערט? אפשר קען מען עס אויסגלייכן פונקט ווי פאר פרנס. [emoji846][emoji848]יהורם האט געשריבן:נישט די סארט פראגעס האבן מיר דיקטירט אין מיינע באשלוסן אין לעבן.[/justify]
מען פארט נישט אפ פון קיין קשיות, מען פארט אפ פון תירוצים….
Don’t ask unless you want to hear the answer.
- נעקסט לעוועל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 294
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 08, 2021 12:58 pm
- האט שוין געלייקט: 427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 507 מאל
Re: פראגעס אויף חרדישע און אלגעמיינע אידישקייט
וויאזוי איך קוק עס אן איז עס אז די רעליגיע איז געגעבן געווארן 2000 יאר צוריק, און די סטאנדארטן פון די וועלט האבן זיך געטוישט, שטארק מער צי ליבעראלע לינקע זייט, אוטאמאטיש ווען מ'שטעלט אוועק די רעליגיע פון 2000 יאר צוריק סייד ביי סייד מיט די היינטיגע 2022 וועלט קומט אויס די בליק ווי די רעליגיע איז א א שטיק עקסטרימיזם און עס האלט אירע אנהענגער צי פרימעטיוויטי און לאזט נישט מאדיפיצירן לעולם אשר בו אנו חייםפרנס החודש האט געשריבן:
4) פארוואס חרדישע אידן זענען פרימיטיוו
6) והוא העיקר, פארוואס אין אלגעמיין מענטשן וואס גלייבן אין תורה מסיני ציען צו עקטרעמיזם.
.
אבער בעצם איז עס נישט אזוי בכלל, מקען מקיים זיין די רעליגיע לויט די היינטיגע מושגים אויך און עס איז בכלל נישט געבינדן צו די טעכנישע דעטאלן אז סאיז געגעבן 2000 יאר צוריק, אבער דאס איז לכאורה די סיבה פאר די בליק אז אידן וואס זענען מקיים די תורה זענען פרימיטיוו און צוריקגעשטאנען, אבער בעצם איז עס בכלל נישט אזוי
כהאף כהאב גוט פארשטאנען דיין שאלה און גענוג קלאר ארויסגעברענגט מיין ענפער, עווריעוואן איז וועלקאם צי חולק ומחלק זיין, דאס איז מיין פוינ"ט או"ו ווי"א
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
Re: פראגעס אויף חרדישע און אלגעמיינע אידישקייט
אויב דאס זענען פראגעס אויף די תורה, האב איך באווייזן אז די תורה איז אמת.
1) אידן זענען די מערסט סוקסעספולע פאלק. דאס ווייזט זיך ארויס אויף אלע פראנטן. געלט, ערפינדונגען, האַליוואד, הויעך-דערגרייכטע שטודירער א שטייגער ווי וועלט'ס פאפולערע דוקטוירים לויערס און וויסנשאפטלער.
2) מיר האבן אויפגעבויט א העכסט פארגעשריטענע "לינקע" לאנד אין בלויז 50-60 יאר. א לאנד וואס שאקעלט די נייעס יעדעס שטיק צייט מיט איר געווייגטקייט און אינטעלעדזשענס.
3) אידן האבן נישט באקומען די שווארצע מגיפה.
1) אידן זענען די מערסט סוקסעספולע פאלק. דאס ווייזט זיך ארויס אויף אלע פראנטן. געלט, ערפינדונגען, האַליוואד, הויעך-דערגרייכטע שטודירער א שטייגער ווי וועלט'ס פאפולערע דוקטוירים לויערס און וויסנשאפטלער.
2) מיר האבן אויפגעבויט א העכסט פארגעשריטענע "לינקע" לאנד אין בלויז 50-60 יאר. א לאנד וואס שאקעלט די נייעס יעדעס שטיק צייט מיט איר געווייגטקייט און אינטעלעדזשענס.
3) אידן האבן נישט באקומען די שווארצע מגיפה.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
- נעקסט לעוועל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 294
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 08, 2021 12:58 pm
- האט שוין געלייקט: 427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 507 מאל
Re: פראגעס אויף חרדישע און אלגעמיינע אידישקייט
פשוט די הויעכראנגיגע האליוואד חברה און די לינקע לאנד פרודיצירער האבן קיין תורה נישט געלערנטצוזאמגעדרייט האט געשריבן:אויב דאס זענען פראגעס אויף די תורה, האב איך באווייזן אז די תורה איז אמת.
1) אידן זענען די מערסט סוקסעספולע פאלק. דאס ווייזט זיך ארויס אויף אלע פראנטן. געלט, ערפינדונגען, האַליוואד, הויעך-דערגרייכטע שטודירער א שטייגער ווי וועלט'ס פאפולערע דוקטוירים לויערס און וויסנשאפטלער.
2) מיר האבן אויפגעבויט א העכסט פארגעשריטענע "לינקע" לאנד אין בלויז 50-60 יאר. א לאנד וואס שאקעלט די נייעס יעדעס שטיק צייט מיט איר געווייגטקייט און אינטעלעדזשענס.
3) אידן האבן נישט באקומען די שווארצע מגיפה.
(בדרך כלל)
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 17
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 17, 2018 10:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
איך בין מסופק אויב איך בין א העכערע איד, אדער געפערליך נאיוופרנס החודש האט געשריבן:היות אין א צווייטע אשכול האט איינער ארויסגעוויזן גאר שטארקע אינטערעסע איבער מיינע פראגעס אויף אידישקייט וועל איך פרובירן צו אראפברענגען טייל פון מיינע פראגעס דא. פארשטייט זיך לא הרי אידישקייט כהרי אידישקייט און יעדע פראגע האט אן ענטפער (לאו דוקא לאגישע). פארשטייט זיך אז יעדער איז בארעכטיגט צו אננעמען אז מיינע פראגעס זענען בכלל נישט בגדר פראגע, דאך ברויך מען נעמען אין באטראכט אז פאר מיר איז עס (בעבר) שווער געווען.
1) צום אלעם ערשטן די אור אלטע פראגע פון צדיק ורע לו.
(ווערט ספעציעל שווער ווען דאס לעבן גייט נישט גוט).
2) ווי אזוי קענען די חכמים צולייגן מצוות צו די תורה והמסתעף, אין דעם איז אריינגערעכנט די עוואלוציע פון הלכה.
3) פארוואס רעליגיע מאכט מענטשן טון מאראליש שלעכטע מעשים.
4) פארוואס חרדישע אידן זענען פרימיטיוו
5) פארוואס מיר נוצן נישט עוואלוציע און ביג בענג טעאריע אלץ ראיה לאמיתת תורתינו
6) והוא העיקר, פארוואס אין אלגעמיין מענטשן וואס גלייבן אין תורה מסיני ציען צו עקטרעמיזם.
7) פארוואס לומדי תורה לייגן זיך אן אויפן ציבור.
פארשטייט זיך אז אויף די אלע זאכן האט מען שוין גערעדט און געזינגען פאר טויזענטער יארן און אויך געשריבן גאנצעטע אשכולות ממילא האב איך גארנישט מחדש געווען. גרויסע חכמים בעבר האבן שוין דן געווען איבער די פראגעס און געקומען צו פארשידענארטיגע מסקנות.
(הבהרה: די פראגעס האבן נישט דוקא צו טון מיט געוויסע אויסוואלן וואס איך האב יא אדער נישט געמאכט אין פערזענליכן לעבן).
א חלק קשיות הייבט מיך נישט אן שווער צו זיין און א חלק הייב איך נישט אן צו פארשטיין