מצוה טאנץ
מצוה טאנץ
איך זיץ דא
שוין צוויי שעה
למה לא
סאסייאיטי זאגט אזוי
יענס געלעכטער
אן קיין הסבר
מלובש אין ענינים
ס'האט אבער נישט קיין פנים
דער עולם לאכט
שוין צווייע ביינאכט
נאך א זיידע אויסרופן
די נערווען טוהען קריכען
בדחן טוט זאגן
אט אט טוט טאג'ן
דער פעטער ר' זאב'ן
געווען א מקורב ביים רעבי'ן
די אלמנה פון מאנסי
ערליך און יאנטשי
חרוזים האלטען אן
מען ענדיגט נישט soon
די נאמען פונעם זיידען
באטרעפט גן עדן
די ראשי תיבות פונעם מחותן
טוהט אזוי שיין פיטען
פעטער ר' נחום
א גרויסע תלמוד חכם
אוי א בראך
ווי לאנג נאך
הותרה הרצועה
אראפ מיט די מחיצה
יאנקעל פרעגט
פארוואס ביסטו בארעגט
זיי נישט קיין קצב
מאך שלום מיט די מצב
חלילה נישט זיין משנה
אזוי זאגט די באבע
טרערן פליסן
אבער מענער שמועסן
זיידע עסט א באר
אייניקעל גייט פאר א סיגאר
בדחן מיט אן ערענסטע פנים
מ'האלט שוין ביי די מחותנים
מחותן, מגדל זיינע קינדער
אזוי ווי שאף און רינדער
מחותנ'סטע, ער"ש טוט לעכט אנצינדן
גייט אינגאנצען אפגעבינדען
ס'ווערט שוין שפעט
אבער נישט קיין געיעג
אשת חיל מי ימצא
ששון ושמחה
האטס מיר א לחיים
שמחת זיך פרייען
שוין צוויי שעה
למה לא
סאסייאיטי זאגט אזוי
יענס געלעכטער
אן קיין הסבר
מלובש אין ענינים
ס'האט אבער נישט קיין פנים
דער עולם לאכט
שוין צווייע ביינאכט
נאך א זיידע אויסרופן
די נערווען טוהען קריכען
בדחן טוט זאגן
אט אט טוט טאג'ן
דער פעטער ר' זאב'ן
געווען א מקורב ביים רעבי'ן
די אלמנה פון מאנסי
ערליך און יאנטשי
חרוזים האלטען אן
מען ענדיגט נישט soon
די נאמען פונעם זיידען
באטרעפט גן עדן
די ראשי תיבות פונעם מחותן
טוהט אזוי שיין פיטען
פעטער ר' נחום
א גרויסע תלמוד חכם
אוי א בראך
ווי לאנג נאך
הותרה הרצועה
אראפ מיט די מחיצה
יאנקעל פרעגט
פארוואס ביסטו בארעגט
זיי נישט קיין קצב
מאך שלום מיט די מצב
חלילה נישט זיין משנה
אזוי זאגט די באבע
טרערן פליסן
אבער מענער שמועסן
זיידע עסט א באר
אייניקעל גייט פאר א סיגאר
בדחן מיט אן ערענסטע פנים
מ'האלט שוין ביי די מחותנים
מחותן, מגדל זיינע קינדער
אזוי ווי שאף און רינדער
מחותנ'סטע, ער"ש טוט לעכט אנצינדן
גייט אינגאנצען אפגעבינדען
ס'ווערט שוין שפעט
אבער נישט קיין געיעג
אשת חיל מי ימצא
ששון ושמחה
האטס מיר א לחיים
שמחת זיך פרייען
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

אז מ'רעדט שוין וועגן מצוה טאנץ, וואלט איך געהאט חשק אז עסקנים זאלן זיך אריינלייגן דאס מבטל צו זיין. די משוגעת ווערט גרעסער און גרעסער און קיינער ווייסט שוין נישט וואס איז פשט דערפון.
די לעצטע פאר יאר האט זיך אויך פארמערט דאס גע'האג'אכץ. טאטעס ווערן פליצלינג אזוי איבערגענומען אז מ'קען זיך נישט צוריקהאלטן פון ארומנעמען די כלה און צודרוקן צו זיך בפני קהל ועדה. אן אנדערס מאל האב איך מיטגעהאלטן ווי די כלה'ס ברודער האט געטאנצן מיט די כלה און פון גרויס התרגשות האבן זיך ביידע געהאלזט און געקישט. און איך רעדט נישט דא פון באמעס.
געענדיגט מיט די מנהג - אותיות גהנם! טויגט פאר גארנישט, נישט גשמיות און נישט רוחניות

-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 156
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 7:06 pm
- געפינט זיך: וואו טאקע?!
- האט שוין געלייקט: 366 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל
די גראמען איז נישט די בעסטע, אבער פאר צווייע ביינאכט קען עס פעססען.
גראדע איז עס זייער שיין אראפגעלייגט און ארויסגעברענגט שארף.
אין מיינע אויגן איז עס א מעסטער פיס. תוכן'דיג און זאפטיג.
ביטע נישט קלאפן קיין חברי השטיבל, מיר ווילן דאך אלע אז קאווע שטיבל זאל זיין א פלאץ סיי וואו מען איז קונה, און סיי וואו מען קען ארויסגעבן טאלאנטן.
אשת חיל מי ימצא, ורחק מפנינים מכרה. בטח בה לב בעלה, ושלל לא יחסר.
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
Re: מצוה טאנץ
איך דינג זיך מיט אייךשמעון וואלף האט געשריבן:די גראמען איז נישט די בעסטע, .
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 306
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
- האט שוין געלייקט: 465 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
Re: מצוה טאנץ
טאקע דערפאר...מר. קלונימוס האט געשריבן: פאפולער ביי די ליטווישע
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 63
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 2:50 pm
- האט שוין געלייקט: 197 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל
Re: מצוה טאנץ
איך האב פארשטאנען אז סאיז געמאכט אזוי ווי מצוה טאנץ סטייל גראמען, און סאיז מוראדיג גוט.שמעון וואלף האט געשריבן:די גראמען איז נישט די בעסטע, אבער פאר צווייע ביינאכט קען עס פעססען.
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
איך דינג מיך נישט מיט דיר, אבער די ווערטער גראמען פשוט נישט.מי ימצא האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:די גראמען איז נישט די בעסטע, אבער פאר צווייע ביינאכט קען עס פעססען.
גראדע איז עס זייער שיין אראפגעלייגט און ארויסגעברענגט שארף.
אין מיינע אויגן איז עס א מעסטערפיס. תוכן'דיג און זאפטיג.
ביטע נישט קלאפן קיין חברי השטיבל, מיר ווילן דאך אלע אז קאווע שטיבל זאל זיין א פלאץ סיי וואו מען איז קונה, און סיי וואו מען קען ארויסגעבן טאלאנטן.
אט זענען עטליכע משלים
יענס געלעכטער
אן קיין הסבר
נאך א זיידע אויסרופן
די נערווען טוהען קריכען
הותרה הרצועה
אראפ מיט די מחיצה
חלילה נישט זיין משנה
אזוי זאגט די באבע
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
יענץ געלעכטער
נישטא קיין ווערטער
נאך א זיידע
א בעל צדקה ליידער
דרך ישראל סבא
אזוי זאגט די באבע
נישטא קיין ווערטער
נאך א זיידע
א בעל צדקה ליידער
דרך ישראל סבא
אזוי זאגט די באבע
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים

- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
איך האלט אז מצווה טאנץ איז יא א שיינע זאך, די חורבן איז נאר אז אינז האבן אפגעהארגט אזא הערליכע מנהג.
די ארגינעלע מנהג איז מען ברעינגט א בדחן מאכט "פרייליך" די עולם, און די חתן און די כלה "טאנצן" צוזאמען.
נאכן קריג האט מען געטוישט אז די בדחן איז מספיד די זיידעס די טויטע און די לעבעדיגע, ער געט א מוסר שמועס פאר חתן ווי כאילו מען האלט דא ביי יום המיתה, אזוי מיטן פארביטערטע מינע, דארף נעבעך די חתן ווי א איכה-קרעכצער אפזאגן דעם אשת חיל מיט א ביטערקייט בשעת'ן האלטן זיין כלה'ס פינגערס פאר'משכון'ט צווישן זיינע פינגער.....
ווי זאגט וועלוועלע חאצאצקער?
לייז אינז אויס אלץ יודן ווי איידער אלץ משוגעים חלילה.......
(מיוסד על מאמר של ר' בונים מפשיסחא
"לייז אינז אויס אלץ יודן ווי איידער אלץ גויים חלילה")

If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 15
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 2:04 pm
- האט שוין געלייקט: 24 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
הלואי ווען מ'קען ווען מבטל זיין דעם מאדנעם מנהג וואס האט קיין זין נישט...
פון מיין אייגענע עקספיריענס. געזעצן בין איך ווי א גולם פאר גאנצע פיר שעה אין א צי, און אויסגעהערט דעם בדחנ'ס בויך וויי ווי ער מאכט דעם עולם וויינען נאכ'ן אראפברענגען אלע זיידעס לעבעדיג דא אין זאל...וואספארא משוגעת אויסצופייניגן דעם חתן כלה וואס קענען נישט געהעריג קאמיוניקירן אזוי ווען הונדערטער אויגן קוקן אין זייער ריכטונג?
געווען בין איך אנגעצויגן אויף די העכסטע שטאפלען וויסענדיג אז איך האב נאך א לאנגע נאכט, אנגעפילט מיט דראמא...אלע גייען אהיים רואיג און מ'פאקט זיך פאפן, אבער איך די עיקר פון די נאכט האב איך נאכישט מקיים געווען און עס איז שוין 4'ער פארטאגס...
גערעדט אמאל מיט א ליטווישע איד און איך האב אים פארציילט איבער מצוה טאנץ, ער האט אונז אנגעקוקט משוגע. און גערעכט זענען זיי. זיי ענדיגן די חתונה 12-12:30. אלע גייען אהיים צופרידן. אנגעהויבן פון די חתן כלה וואס קענען גלייך אריינלויפן אין שויער, און געענדיגט ביי די קליינע קינדערלעך וואס דרימלען איין אויף דריי בענקלעך אין זאל. די ארבעטער קענען גיין רואיג מארגן צו די ארבעט, און די בחורים קענען אויפשטיין נארמאל.
ס'איז א שאד אויסצופייניגן א ציבור אידן. ווער דארף עס? נאר די עלטער פעטערס וואס האבן שוין לאנג רעטייערט...
---
צום פותח האשכול, הערליכע גראמען. א דאנק פאר'ן מהנה זיין

- נעקסט לעוועל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 294
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 08, 2021 12:58 pm
- האט שוין געלייקט: 427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 507 מאל
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
משוגע מטורה די גאנצע אויסשטעל פון מצוה טאנץ. דער בדחן דארף מכלומר'שט ווערן א בעל דרשן וואס זאגט נאך רעיונות פון חסידישע ספרים וכדומה וואס דארף ברענגען אן התעוררות פאר'ן זיידע וואס גייט אט טאנצן. די שקרים וכזבים וואס ווערן אלץ דערמאנט ביים אויסרימען די טאנצערס זענען אן איבל. און וואסי פשט פון זיצן אנע מחיצות 4 פרעמדע משפחות?
די מנהגים ביים טאנצן, ווי יעדע זיידע דארף נאכאמאל טאנצן מיטן חתן און דערנאך דארף ער ווייזן וואספארא זשענטעלמאן ער איז ווען ער ווייזט פאר די אנדערע זיידע אויך אריינקומען אין רינג און אויך די מחותן אינאיינעם מיטן פעטער פון לאנדאן. ביים צווייטן זיידע געשענט די זעלבע שפיל וחוזר חלילה. און ווער רעדט נאך ווען די ברידער פון חתן כלה קומען טאנצן, אך, די צוקערדיגע קינדערלעך, און די טאטע און זיידעס שטייען פון די זייט און שעפען נחת מיינענדיג נעבעך אז יעדער ווערט אימפרעסט.
בקיצור ס'האט נישט קיין הענט און נישט קיין פוס.
ווי @קהל'ס האט געשריבן, וואלט עס געקענט זיין א שיינע זאך. דער בדחן זאל מאכן פרייליך און אויסרימען חתן כלה. אבער ס'נישט דא ווער ס'זאל מחזיר זיין עטרה צום יושנה.

- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
סאו פארוואס טאקע האלט נאך אן די משוגעתן נאך אזוי פיל יאר?
ווייל ווען מ'איז אליינס די בעל שמחה איז מען באמת עקסייטעד פאר די בית שמש (געשריבן ע"פ סוד, כדי מ'זאל נישט דארפן מטריח זיין צו צושרייבן, שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער-מנהל...). אז מ'איז גרייט ארויס צו קרוכען דערפון ווען מען שוועבט אין הימל ביי די אייגענע שמחה קען מען דאס עקספעקטן אלס גאסט. ווי לאנג ביי די אייגענע שמחה טוט מען דאס סיי ווי זאל מען זיצען מיט א פארמאכטע מויל ביים צווייטענס שמחה. ס'איז צייט צו זיין נחשונים און אויף הערן וויינען אז די וועלט מוז זיך אליינס פארעכטן ווייל אזוי וויל איך יעצט.

Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- signout
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1415
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1207 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל
סאטמאר רבי מהר''א האט שוין עטליכע מאל פארפיר דערוועגן, אמאל איז עס געווען א כיבוד וואס מ'האט מכבד געווען פעטערס אין אנשים חשובים, היינט גיבט מען עס אויך די חתן'ס געשוויסטער, בחורים אין קינדער וואס טאנצען פאר די נשים אין זייערע קעמרע'ס, ס'דא דארט אסאך וואס האבען אנגעהויבן שניידן דערפוןשמעון וואלף האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין וועגן מצוה טאנץ, וואלט איך געהאט חשק אז עסקנים זאלן זיך אריינלייגן דאס מבטל צו זיין. די משוגעת ווערט גרעסער און גרעסער און קיינער ווייסט שוין נישט וואס איז פשט דערפון.
די לעצטע פאר יאר האט זיך אויך פארמערט דאס גע'האג'אכץ. טאטעס ווערן פליצלינג אזוי איבערגענומען אז מ'קען זיך נישט צוריקהאלטן פון ארומנעמען די כלה און צודרוקן צו זיך בפני קהל ועדה. אן אנדערס מאל האב איך מיטגעהאלטן ווי די כלה'ס ברודער האט געטאנצן מיט די כלה און פון גרויס התרגשות האבן זיך ביידע געהאלזט און געקישט. און איך רעדט נישט דא פון באמעס.
געענדיגט מיט די מנהג - אותיות גהנם! טויגט פאר גארנישט, נישט גשמיות און נישט רוחניות
איך מיין נישט קיין שום רבי פערזענליך, אבער עס זעהט מיר נישט אויס אז די רבי'ס זענען די וועלכע זאלן רעדן קעגן די מצוה טאנץ, ווייל טאמער עפעס הייבט זיך עס אן דארטן, א רבי'שע חתונה איז געווארן לעצטנס א גאנצע צירקוס שפיל ביים חופה און ביי מצוה טאנץ, מ'שטעלט אויס פארענטשעס אזוי ווי אין א סטאדיום, די בדחנים זינגען און גראמען אן אויפהער, מ'רימט אויס, מ'רעכנט אויס די יחוס פון אדה"ר און אראפ, דערנאך הייבט מען אן רעדן וואספארא צרות כלל ישראל פארמאגט, און ווי דער רבי גייט אט אין די מינוטן אויספועלן א גענצליכע ישועה וכו' וכו'.
דערנאך די טאנצן אליינס, וואס ענדלט מער אין א "שאו" ווי אין א חסידישע מנהג פון "מצוה טאנץ", יעדע רבי לפום דרגא דיליה. הצד השוה שבהן, אז די בעלבתישע עולם האט אנגעהויבן מקנא זיין, און וויל עס נאכמאכן. ממילא איידער מ'שרייט דערויף, זאלן די רבי'ס מבטל זיין זייערע גראנדיעזע מצוה טענץ. ניין, איך רעד נישט צו דער רבי טאנצט 2 אזייגער אדער עלף דרייסיג, נאר די גאנצע טארארארם ארום די מצוה טאנץ זאל מען סטאפן, און דאן וועלן מיר פשוטי עם גיין אין זייערע פיסטריט.

- הודעות: 62
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 11:49 am
- האט שוין געלייקט: 227 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל
איך זאג נישט אז מ'זאל מבטל זיין דעם מנהג, אבער וואס יא? מ'זאל ארום טוישן די סדר פון דעם חתונה, איז אזוי:
מ'הייבט אן 6 אזייגער קבלת פנים 6:35 באדעקן 6:45 איז די חופה ,7:30 די סעודה, 8:30 די חתן כלה קומען אריין און מ'טאנצט פאר א האַלבע שעה מיט אלע עלטער פעטערס און עלטער מומעס און נאענטע משפחה, 9 אזייגער מצוה טאנץ ביז 10:15 און דערנאך קענען אלע עלטער פעטערס אהיים גיין, און 10:30 הייבט מען אן סעקאנד דענס ביז 11:30 און לשנה הבאה.... און פאר עס וויל דווקא קען אויפהאלטן דעם בדחן פאר דעי שעה א האלב (אדער זאל ער גאר זיין דער זינגער אויך) און 11:30 זאל מען אויסרופן דעם חתן כלה, און 11:50 אשת חיל.... און אהיים.
אזוי וועט מען סאלווען אלע פראבלעמען....!
מ'הייבט אן 6 אזייגער קבלת פנים 6:35 באדעקן 6:45 איז די חופה ,7:30 די סעודה, 8:30 די חתן כלה קומען אריין און מ'טאנצט פאר א האַלבע שעה מיט אלע עלטער פעטערס און עלטער מומעס און נאענטע משפחה, 9 אזייגער מצוה טאנץ ביז 10:15 און דערנאך קענען אלע עלטער פעטערס אהיים גיין, און 10:30 הייבט מען אן סעקאנד דענס ביז 11:30 און לשנה הבאה.... און פאר עס וויל דווקא קען אויפהאלטן דעם בדחן פאר דעי שעה א האלב (אדער זאל ער גאר זיין דער זינגער אויך) און 11:30 זאל מען אויסרופן דעם חתן כלה, און 11:50 אשת חיל.... און אהיים.
אזוי וועט מען סאלווען אלע פראבלעמען....!
- נעקסט לעוועל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 294
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 08, 2021 12:58 pm
- האט שוין געלייקט: 427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 507 מאל
יעדער שרייעט אז דער צווייטער זאל זיין די נחשון, קיינער איז נישט גרייט צי זיין די ערשטעצפוני האט געשריבן:איך זאג נישט אז מ'זאל מבטל זיין דעם מנהג, אבער וואס יא? מ'זאל ארום טוישן די סדר פון דעם חתונה,
וואס יא, אויב קען מען טראנספארמירן די הספד טראדיציע צו מער בדחנות און ווערטלעך וועט עס אוטאמאטיש נעמען שנעלער
(באזינגען די טויטע און לעבעדיגע קען נעמען אפאר שעה, משא"כ פאוקעסן מער אויף ווערטלעך און משמח זיין אנשטאט באוויינען איז א שעה מער ווי גענוג)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
דער פראבלעם איז, אז דער בדחן וויל אויך טוהן א גוטע דזשאב, און רעדן לאנג און זינגען שיין, און דערפאר לאזן זיי זיך נישט יאגן אפילו ווען דער מחותן הייסט.
עס איז דא מענטשן וואס ענדיגן טאקע איינס אזייגער.
עס איז דא מענטשן וואס ענדיגן טאקע איינס אזייגער.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
- נעקסט לעוועל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 294
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 08, 2021 12:58 pm
- האט שוין געלייקט: 427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 507 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 74
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 64 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל
וויפיל רבי'ס האסטו שוין אמאל געהערט רעדן קעגן וועקאציע?פורים קטן האט געשריבן:איך מיין נישט קיין שום רבי פערזענליך, אבער עס זעהט מיר נישט אויס אז די רבי'ס זענען די וועלכע זאלן רעדן קעגן די מצוה טאנץ, ווייל טאמער עפעס הייבט זיך עס אן דארטן, א רבי'שע חתונה איז געווארן לעצטנס א גאנצע צירקוס שפיל ביים חופה און ביי מצוה טאנץ, מ'שטעלט אויס פארענטשעס אזוי ווי אין א סטאדיום, די בדחנים זינגען און גראמען אן אויפהער, מ'רימט אויס, מ'רעכנט אויס די יחוס פון אדה"ר און אראפ, דערנאך הייבט מען אן רעדן וואספארא צרות כלל ישראל פארמאגט, און ווי דער רבי גייט אט אין די מינוטן אויספועלן א גענצליכע ישועה וכו' וכו'.
דערנאך די טאנצן אליינס, וואס ענדלט מער אין א "שאו" ווי אין א חסידישע מנהג פון "מצוה טאנץ", יעדע רבי לפום דרגא דיליה. הצד השוה שבהן, אז די בעלבתישע עולם האט אנגעהויבן מקנא זיין, און וויל עס נאכמאכן. ממילא איידער מ'שרייט דערויף, זאלן די רבי'ס מבטל זיין זייערע גראנדיעזע מצוה טענץ. ניין, איך רעד נישט צו דער רבי טאנצט 2 אזייגער אדער עלף דרייסיג, נאר די גאנצע טארארארם ארום די מצוה טאנץ זאל מען סטאפן, און דאן וועלן מיר פשוטי עם גיין אין זייערע פיסטריט.
וויפיל רבי'ס האסטו שוין אמאל געהערט רעדן קעגן טייערע קארס?
וויפיל רבי'ס האסטו שוין אמאל געהערט רעדן קעגן דאס וואס היימישע דעוועלאפערס (ליין: נדבנים פאר די מוסדות) הייבן די רענט פרייזן יאר נאך יאר אן קיין שום אפהאלט?
א זאך וואס איך רבי מיט מיין רביצין קענען טון איז דאס דאך בכלל נישט קיין אידישקייט פראבלעם, אבער אלע אנדערע זאכן וואס איך אדער מיין רבנות קענען נישט טון איז חלילה נישט אויסגעהאלטן.
מיר רבי'ס און אונזערע ווייבער קענען נישט גיין אנגעטוהן ווי אזוי אנדערע נארמאלע מענטשן גייען אויפן גאס, גייען מיר ארויסקומען שרייען קעגען אלע אזויגעריפענע פריצות וואס טוט זיך אפ ביי אונזערע חסידים. ועוד.