אסיפה פאר פרויען - אלע חסידות'ער נעמען אנטייל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
למעשה מיין איך איז די גאנצע גענדער סעגרעגאציע פשוט א טאקטיק פון די רבנים מרבה צו זיין ++lgbtq לתפארת בית ישראל, און איך מוז מודה זיין אז אין דעם פאל זענען זיי מיט ביידע פיס אויפ'ן קרקע.
ומלאך רע/טוב בעל כרחו יענה אמן. אזוי ווי ס'יודישט זיך גוישט זיך. היינט האט די סענאט מיט די "רעספעקט פאר מעריעדזש אקט" נאך נענטער געברענגט פרייהייט פאר אירע קאלירפולע בירגערשאפט.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וואלווי האט געשריבן:

כ'האב מיך שוין דערשראקן אז היינט איז געווען נאך שלעכטע נייעס...

מען האט געאורטיילט די אנפירער פון "שומרי שבועות"!! איך האב געמיינט אז מ'רעדט פון די שלש שבועות.
למעשה שטעלט זיך ארויס אז מ'רעדט פון עפעס א גויאישע גרופע Oath Keepers ...
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:@רביה"ק זי"ע
די סיבה דערצו איז נישט סמארטפאונס, נישט פליפ-פאונס, און אויך נישט די אינטערנעט, נאר די סעגרעגאציע צווישן די גענדערס.

דו ווייסט גארנישט ווי גוט דו זאגסט, כ'שריי שוין דאס נאך איידער די אינטערנעט איז געווען אויפן ראדאר! כ'האב מיך שוין גענוג גערעגט בימים ההם נאך אויפן צווייטן רביה"ק פאר די עקסטרעמע סעגרעגאציע צווישן די גענדערס. א ווייטאג, און ס'ווערט נאר ערגער

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
זאגסט אז די מיידלעך ווילען נישט חתונה האבן ווייל זיי ווייסן נישט דער פאן וואס ווארט זיי נאך דער חתונה.
און די רבנים זאגט אז דער סיבה איז, ווייל זיי האבן מער ליב דער סעלפאון ווי חתונה האבן.

ולדעתי נראה, אז דער גאנצע מעשה איז א האוקס גדול, די מיידלעך ווילען יא חתונה האבן, כמאז ומקדם, נאר די רבנים אדער אפאר שווארצע פארגינען נישט אפאר סעלפאוןס פאר די מיידלעך, באקען זיי מעשיות כדי מעורר זיין דער כלל.

זאל מען אפיר קומען, האסט שוין געהערט א מיידל פין 18-21 וואס וויל נישט חתונה האבן?

באבקעס און ב"ש כדרכם תמיד.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ענדיוועיס, יא, כ'האב מער ווייניגער ארויסגעטשעקט, די איינציגסטע שייכות וואס איך האב נאך איז אז איך וואוין אויף אן אינטערסטעיט הייוועי אןן חברים וואס פארן צומאל אדורך סטאפן אריין און געבן איבער גריסן וכו' (@וואלווי פארצייל זיי :D ), אבער סתם אזוי האלט איך נישט ממש מיט.
די אמת איז אז הייליגע נשמות וואוינען ווייט פון אינטערסטעיטס.
ס'וועט זיין מער הייליגע נשמה טרעפיק, בכמות ובאיכות, אז די צדקתך געפונען זיך בהררי אל און די משפטיך אין תהום רבה. מיריחו היו מריחים ריח פטום הקטורת, זאגט דער תנא, נישט פון מלכי ישראל. ווער וויל דען צירוק קומען פון יריחו? רביה"ק שטעל דיין געצעלט אין א מדבר שממה, ווי מ'קען נאר אנקומען מיט אן וואן וועי גרעוועל ראוד הונדערטע מייל פונ'ם לעצטן טעלעפאן פאול.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

לאמיך דא צולייגן מיין צוויי צענט צו די גאנצע שמועס.
ווי רביה"ק האט שוין ארויסגעברענגט, איז די עיקר פראבלעם די סעגרעגאציע. אזוי ווי איך האב שוין ארויסגעברענגט אין מיין ארטיקל איבער די שידוכים סיסטעם האבן אונז א געפערליכן פראבלעם.

אונז לעבן אין גאר א פארגעשריטענע וועלט, עס איז שוין מער נישט תרצ"ט, די וועלט ריקט זיך פאראויס אויף א געוואלדיגן פארנעם. אונז לעבן אין די הארץ פון די אויפגעקלערטע ליבעראלע ניו יארק סיטי, אונז קענען זיך נישט פארמאכן די אויגן ווי די אמיש אין די דערפלעך פון פענסעלוועניע אדער ווי די טאליבאנער אויף די אפגאניסטאנער בערג.

ווען עס קומט צו אונזער באקוועמליכקייטן ווי פארן מיט א קאר, ניצן הייצונג מיט לעקטער זעמער אונז אלע דא, אונז געניסן פון די פארגעשריטנקייט אויף אלע באקן. אבער די פראבלעם ווערט ווען עס באמפט מיט רעליגיע, דא מאכן מיר א רויטע ליניע. מיר וועלן בלייבן פרימעטיוו ווי ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים אבי נישט אויפצוגעבן אויף א קליינע מנהג.

מיר זענען פון די מערסטע מאדנע בריאים אין ניו יארק, יא כ'ווייס אז אין ס'מעדריש זענען אונז העכסט נארמאל, אבער אין די גאס זענען אונז די מערסטע צוריקגעשטאנענע סעקטע פון ניו יארק, ווער גייט אנגעטון מיט א שווארצע הוט מיט א מאדנע לאנגע רעקל ווען עס ברענגט א היץ אינדרויסן? ווער נאך פירט זיך מיט די אלע אלטע פאנדומענטאלע געפירעכצער? אבער פארפאלן, אונז האבן א (אייגן געמאכטע) נוסח פון אלטרא-ארטאדאקס רעליגיע וואס פארלאנגט געוויסע צוריק-געבליבנקייט, אבער פון די אנדערע זייט ריקן מיר זיך יא פאראויס מיט אנדערע אמעריקאנע באקוועמליכקייטן.

ביזן חתם סופר האט מען מער ווייניגער געזיכט צוציפאסן די רעליגיע לפי המקום ולפי הזמן, אבער היות די משכילים האבן עס געניצט אויף א אויפן אויסצורייסן אידישקייט בכללות, האט מען זיך געמוזט שלאגן מיט זיי דורך אויפקומען מיט איינע פון די גרעסטע 'חידושים' אין אידישקייט, אז 'חדש אסור מן התורה'! מען טאר נישט טוישן קיין שום מנהג! אפילו די מקום וזמן פארלאנגען למשל צו שפילן מיט אינסטראמענטן ביים דאווענען, זאלסטו זיך נישט צוטון מאכן דערפון! עס איז אייגנטליך אסור מן התורה!

למעשה קען מען טאקע זען ווי דער עולם איז ממש עלערדזשיק צו השכלה, אפילו עס איז שוין בעצם לאנג אפגעשטארבן. קיין שום מאוומענט גייט נישט כהיום אפפארן אדער אוועקבלאזן די פעלזן פעסטע אוועקגעשטעלטע מעגא סיסטעם פון די גרויסע חסידות'ן. אבער דאך הערט מען כסדר ווי דאס און יענץ איז געפערליך און עס ברענגט אריין א שפאלט אין די שיף בלא בלא בלא...
בעצם וואלט מען געקענט מאכן גרויסע שינויים צו די גאנצע סיסטעם און עס וועט גארנישט און קיינעם אפעקטירן. קארלין-סטולין ובעלז יוכיח, ווילאנג עס קומט מבפנים קען מען טוישן און טון וואס מען וויל, ווילאנג די סיסטעם לאזט עס, איז אלעס כשר, די חסרון איז נאר אז די ביסט א יוצא דופן, דאן הייבט זיך אהן די צרות.

למעשה ציען אבער גאר אסאך חסידות'ן צו עקסטרעמיזם מער און מער. ווי א יאר עס גייט פארביי ווערט די נעכטיגע רשות א איסור און אלעס ווערט מער און מער פרום. טאקע אין די נושא פון פרויען און סעגרעגאציע איז א פלאץ ווי עס ווערט אלס פרומער און פרומער, די ענגליש ביכער וואס אנהאלטן געמאלענע בילדער פון מיידלעך וואס זענען נאך געווען כשר פאר אפאר יאר צוריק זענען שוין לאנג חזיר טריפה. קוים וואס מען מעג רעדן צו די אייגענע שוועסטער... קישן די מאמע איז שוין געפערליך טאבאו. און... דאן ווערט נולד פראבלעמען...

דער בחור אדער מיידל פארן שוין נישט מיט קיין פערד אין וואגן... מען האט הייצונג מיט לעקטער, מען איז מער אפן צו די וועלט, שוין.. גייט מען מאדנע קליידער, דאס איז אונזער קאלטור, וועמען שטערט עס? אבער ווען די הייבסט אהן צו שפילן מיט פשוטע מענטשליכע נאטורן בלויז וועגן (אויסגעטראכטע) רעליגיע, דאן ווערט עס פראבלאמאטיש... מענטשן זענען דאך מענטשן... דאס קען מען נישט טוישן.

אודאי אז מען טוישט סדרי בראשית און מען מאכט אזא אבסעלוטע סעגרעגאציע, ווערן אונזערע קינדער נישט געזינט ערצויגן צו די גאנצע ענין פון א נאטורליכע מאן און ווייב לעבן. די גאנצע מושג פון נאטירליכע ליבע ווערט אויסגעריסן.. און דאן האט מען טענות פארוואס עס איז דא א שידוכים קריזיס אדער פארוואס עס איז דא א צונאמי פון גיטין...

פארוואס זאל די מיידל וועלן חתונה האבן? זי לעבט דאך שוין נישט אין די מיטל אלטער, עפעס האט זי דאך יא אויפגעכאפט אז עס איז דא עפעס א מושג פון ליבע.. און היות זי פארשטייט אז פון זיך טרעפן מיט א צוקנייטשטע בחור צוויי מאל וועט זי קיין ליבע נאכנישט טרעפן, יאגט זי זיך נישט אין ערגעץ... זי שטיפט עס אפ ביז מען שלעפט איר שוין מיט קייטן.

און די גיטין... ס'שוין געענדיגט די צייטן ווי מען לעבט די לעבן וואס 'יעדער' האט 'אלעמאל' געלעבט אין הודו-נאנוש... מען שלאגט זיך אדער צום בעסטן פאל לעבט מען סתם צוזאמען אין איין הויז אהן קיין שייכות.. ניין! עפעס האט מען יא געהערט איבער א שיתוף אין לעבן, איבער א געשמאקע מערידזש לייף..! און אז מען טרעפט עס נישט לאזט מען עס ליפטערן נאך פאר מען ווערט סטאק מיט צוויי קינדער וואס דערנאך מוז מען יעצט בלייבן סטאק פארן גאנץ לעבן און זיך שלאגן ביי די זיבעציג אזוי ווי אלע אונזערע זיידעס און באבעס.... נאו מאור! ס'שוין 2022 מיי פרענד!

אבער אנשטאט טוישן די סיסטעם, וואס דאס קען מען דאך נישט צוליב רעליגיעזע סיבות, גייט מען עס גאר פארעכטן מיטן נאכמער ארויפדרייען די עקסטרעמיזם קנעפלעך! נעם זיי אוועק די סעלפאונס! זאלן זיי נישט רעדן צו חבר'טעס... יע יע... לאמיר זען וואס גייט דעמאלטס געשען... פריער אדער שפעטער גייט די גאנצע זאך קראכן ווי א פעסטע נוקלעארע באמבע... די שאלה איז שוין מער נישט אויב, נאר ווען. נאר ווי שפעטער עס וועט געשען אלס מער בלוט וועט עס פארגיסן אויפן וועג.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

היסטאריע האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:@רביה"ק זי"ע
די סיבה דערצו איז נישט סמארטפאונס, נישט פליפ-פאונס, און אויך נישט די אינטערנעט, נאר די סעגרעגאציע צווישן די גענדערס.

דו ווייסט גארנישט ווי גוט דו זאגסט, כ'שריי שוין דאס נאך איידער די אינטערנעט איז געווען אויפן ראדאר! כ'האב מיך שוין גענוג גערעגט בימים ההם נאך אויפן צווייטן רביה"ק פאר די עקסטרעמע סעגרעגאציע צווישן די גענדערס. א ווייטאג, און ס'ווערט נאר ערגער

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
זאגסט אז די מיידלעך ווילען נישט חתונה האבן ווייל זיי ווייסן נישט דער פאן וואס ווארט זיי נאך דער חתונה.
און די רבנים זאגט אז דער סיבה איז, ווייל זיי האבן מער ליב דער סעלפאון ווי חתונה האבן.

ולדעתי נראה, אז דער גאנצע מעשה איז א האוקס גדול, די מיידלעך ווילען יא חתונה האבן, כמאז ומקדם, נאר די רבנים אדער אפאר שווארצע פארגינען נישט אפאר סעלפאוןס פאר די מיידלעך, באקען זיי מעשיות כדי מעורר זיין דער כלל.

זאל מען אפיר קומען, האסט שוין געהערט א מיידל פין 18-21 וואס וויל נישט חתונה האבן?

באבקעס און ב"ש כדרכם תמיד.
נישט אינגאנצן. ס'זענען דא היינט סאך מער מיידלעך ווי אמאל (פראצענטואל) וואס זענען נישט אינטערעסירט חתונה צו האבן. היינט איז זייער גרינג צאמצושטעלן גרופעס פון יעדע סארט וואס איז נאר פארהאנען, זענען דא גרופעס פון עלטערע מיידלעך און גרושות וואס מאכן א לעבן צוזאמען. מ'פארברענגט, מ'מאכט שבתון, מ'פארט אויף וואקאציעס צוזאמען און אזוי ווייטער. וכמובן צווישן די גרופעס זענען דא אזעלכע וואס קלערט אויף אנדערע אז מה לך ולצרה הזאת, פארוואס זאלסטי חתונה האבן ווען די הייבסט נישט אן צו קענען דיין חתן און די ווייסט נישט אין וואס די לאזט דיך אריין. וחברא חברא אית לה און ווען זיי האבן שוין יא חתונה, גייען זיי אריין דערין מיט קאלטע פיס, פיל מיט חשדות אז ווער ווייסט מיט וואספארא באנדיט איך בין דא אריינגעפאלן. פארשטייט זיך אז אזא רילעישינשיפ האט שוואכע שאנשעס צו סוקסירן און ס'פאסירט ליידער וואס פאסירט.

שולדיג אין דעם זענען אויך די רבנים, וכמובן די א. ג. עסקנים וואס דרייען זיי אן, וואס האבן לעצטענס איינגעפירט די אסיפות פאר פרויען און מיידלעך יעדן שעיני וחמישי, ווי צווישן אנדערע איז מען זיי מסביר ווי זיי האבן א פליכט צו אבאכט געבן אויף זייערע מענער אז זיי זאלן נישט אריינפאלן אין שאול תחתית. אודאי קומט זי אהיים פון דארט צעמישט און ווייסט שוין נישט צו זי קען רעספעקטירן איר מאן לויט ווי ער איז. און פון דארט פארן זאכן זייער שנעל ביז גיטין ר"ל. סא קום מיר נישט האקן א טשייניק וועגן גיטין. הער אויף צו העצן די פרויען קעגן זייערע מענער און שלום ישראל.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

היינטיגע מיידלעך גיבן זיך פיין אן עצה. טאמער וועט מען זיי נישט לאזן זיך באניצן מיט זייערע פאונס ווען זיי ווילן, וועלן זיי זיך פארשאפען אייגענע פאונס וואס די עלטערן ווייסן נישט דערפון. דאס וועט שוין זיין אומגעפילטערט און אפילו סמארטפאוןס.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

זענען דא גרופעס פון עלטערע מיידלעך און גרושות וואס מאכן א לעבן צוזאמען. מ'פארברענגט, מ'מאכט שבתון, מ'פארט אויף וואקאציעס צוזאמען און אזוי ווייטער. וכמובן צווישן די גרופעס זענען דא אזעלכע וואס קלערט אויף אנדערע אז מה לך ולצרה הזאת, פארוואס זאלסטי חתונה האבן ווען די הייבסט נישט אן צו קענען דיין חתן און די ווייסט נישט אין וואס די לאזט דיך אריין. וחברא חברא אית לה און ווען זיי האבן שוין יא חתונה, גייען זיי אריין דערין מיט קאלטע פיס, פיל מיט חשדות אז ווער ווייסט מיט וואספארא באנדיט איך בין דא אריינגעפאלן
דער חלק פין עלטערע און גרושות וואס קענען באשטיין צו זיין אליין, בן איך אויך נאך נישט זיכער, אפשר זוכן זיי א מער צוגעפאסטע שידוך ווי אמאהל, און דאס טיטילירט מען אז מען וויל נישט נישט חתונה האבן?

אבער די יונגע, ווילען ווייטער חתונה האבן. אייביג זענען פראצענטועל מיידלעך געגאנגען צו א פחד, אבער זיי זענען געגאנגען, און זיי גייען ווייטער, ווי שאף צו דער שחיטה.

ווי שפילט אויס דער כלומרשט סינדראם אז זיי ווילען נישט חתונה האבן?

אפשר האט עס שייכות מיט דער פראבלעם אז עס זענען דא צענדליגע טויזענטער בחורים און מיידלעך וואס זענען סינגל?

איך בין נישט מסכים צו דער גאנצע טעאריע. חוץ אויב מען וועט מעיד זיין הארטע פאקטן.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
לאנגע הויזן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך לאנגע הויזן »

ריבקי שפאצירט אהיים 11:30 באנאכט פון איר חבר'טעס חתונה, זי וואוינט ביי די נייע געגענט אין וויליאמסבורג נעבן די פראדזשעקס, און זי טראכט זיך אזוי איבער ווי אזוי די חתונה איז געפארן אלעס ווי געפלאנט מיט אלע שטיקס וכדומה.

אזוי וואקענדיג האט זיך איר געדאכט אז זי זעהט פון דערווייטענס צוויי ברייטביינערדיגע פארדעכטיגטע גוים קומען איר אנקעגען, פארשטייט זיך אלץ נקבה האט זי גלייך געמאכט א יוטירן און אנגעהויבן צוריקצוגיין מיט שנעלע טריט ארום צו גיין די גאס פון די אנדערע זייט.

אבער ווי נאר זי דרייט זיך אויס זעהט זי נאך צוויי גוים פון אינטער איר גרייט איר צו פארציקען.

אירע ערשטע מחשבות האבן גלייך געצויגן צו אנרופן איר מאן און לאזן וויסן אז זי איז אין א מעגליכער באלדיגע געפאר, אבער נאך א סקונדע טראכטן האט זי באשלאסן אז די וויכטיגסטע זאך יעצט אויף די מינוט וואלט געווען צו רופן שומרים אדער פאליציי, וואס אין די 10 סקונדעס ביז די איבערפאל וועט זי שנעל אריינזאגן איר לאקאציע און זיי וועלן ביז א מינוט זיין דארט איר צו ראטעווען.

די חברה שטייען שוין אזא 30 פיס אפגערוקט פון איר, זי לייגט פלינקערהייט אריין איר הענט אין איר פאקעטבוק, זי וויל ארויסשלעפן איר סעלפאון, אבער.. אוי באשעפער! לעצטע וואך האט דאך די רביצין גע'אסר'ט פאר די נשים אין די קהילה צו האבן א פשוט'ער טאלק אנלי סעלפאון, צוליב וואס א פרוי האט געשיקט א בילד פון א מתנה באקומען פון איר מאן אין די ייחד שטיבעל.. השם ישמור.
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

יעדער בר-דעת פארשטייט אז מען רעדט נישט ווען דאס מיידל גייט ארויס אויפן גאס גייענדיג ערגעץ...
מען רעדט אויסדריקלעך ווען דאס מיידל זיצט אינדערהיים און קאלעצט ארום... והמכין יכין...
[נישט אז איך האלט אז אסר’ן איז די סלושען, נאר בלויז מסביר זיין וואס זיי רעדן]

ובכל אופן @לאנגע הויזן, האסט זייער א גוטע פענע קיפ איט אפ..
כניאק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 197 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

Re: אסיפה פאר פרויען - אלע חסידות'ער נעמען אנטייל

שליחה דורך כניאק »

לאנגע הויזן האט געשריבן:ריבקי שפאצירט אהיים 11:30 באנאכט פון איר חבר'טעס חתונה, זי וואוינט ביי די נייע געגענט אין וויליאמסבורג נעבן די פראדזשעקס, און זי טראכט זיך אזוי איבער ווי אזוי די חתונה איז געפארן אלעס ווי געפלאנט מיט אלע שטיקס וכדומה.

אזוי וואקענדיג האט זיך איר געדאכט אז זי זעהט פון דערווייטענס צוויי ברייטביינערדיגע פארדעכטיגטע גוים קומען איר אנקעגען, פארשטייט זיך אלץ נקבה האט זי גלייך געמאכט א יוטירן און אנגעהויבן צוריקצוגיין מיט שנעלע טריט ארום צו גיין די גאס פון די אנדערע זייט.

אבער ווי נאר זי דרייט זיך אויס זעהט זי נאך צוויי גוים פון אינטער איר גרייט איר צו פארציקען.

אירע ערשטע מחשבות האבן גלייך געצויגן צו אנרופן איר מאן און לאזן וויסן אז זי איז אין א מעגליכער באלדיגע געפאר, אבער נאך א סקונדע טראכטן האט זי באשלאסן אז די וויכטיגסטע זאך יעצט אויף די מינוט וואלט געווען צו רופן שומרים אדער פאליציי, וואס אין די 10 סקונדעס ביז די איבערפאל וועט זי שנעל אריינזאגן איר לאקאציע און זיי וועלן ביז א מינוט זיין דארט איר צו ראטעווען.

די חברה שטייען שוין אזא 30 פיס אפגערוקט פון איר, זי לייגט פלינקערהייט אריין איר הענט אין איר פאקעטבוק, זי וויל ארויסשלעפן איר סעלפאון, אבער.. אוי באשעפער! לעצטע וואך האט דאך די רביצין גע'אסר'ט פאר די נשים אין די קהילה צו האבן א פשוט'ער טאלק אנלי סעלפאון, צוליב וואס א פרוי האט געשיקט א בילד פון א מתנה באקומען פון איר מאן אין די ייחד שטיבעל.. השם ישמור.
די מעשה קען נישט זיין אמת, א ערליכע ווייבל גייט נישט אליין אויפן גאס נאך 11 אזייגער ביינאכט...
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:יעדער בר-דעת פארשטייט אז מען רעדט נישט ווען דאס מיידל גייט ארויס אויפן גאס גייענדיג ערגעץ...
מען רעדט אויסדריקלעך ווען דאס מיידל זיצט אינדערהיים און קאלעצט ארום... והמכין יכין...
[נישט אז איך האלט אז אסר’ן איז די סלושען, נאר בלויז מסביר זיין וואס זיי רעדן]

ובכל אופן @לאנגע הויזן, האסט זייער א גוטע פענע קיפ איט אפ..
סאו וויאזוי קען מען עס אינפארסירן? אז עס איז דא א סעלפאון פאר ווען מען גייט אין גאס האט מען דאך דאס גרייט אויך אינדערהיים צו ניצן? איך טראכט אז יעדער זאל מוזן האבן אזא לאק באקס אין שטוב, בערך אזוי ווי די לאק באקסעס וואס אסאך שולן האבן. און נאר די מאן זאל האבן די שליסל...
בעסער געזאגט, די מאן זאל האבן די קאמבינאציע עס צו קענען עפענען עלעקטראניש פון זיין סמארטפאון, אזוי וועט ער עס קענען עפענען אפילו ער איז נישט אינדערהיים ווען די ווייב וויל ארויסגיין. מה טוב ומה נעים וואלט געווען אויב מען קען איינפירן אז די מאן זאל נאר האבן האלב פון די קאמבינאציע און די ראשי קהילה זאלן האבן די אנדערע האלב, אזוי אז יעדעס מאל וואס די ווייב וויל ארויסגיין פון שטוב זאל די מאן אריינלייגן זיין האלב פון די נומערן און ער וועט אנריפן די ראשי קהילה אז זיי זאלן אריינלייגן עלעקטראניש זייער סעט פון נומערן... און אזוי וועט מען אויך שוין קענען אריינכאפן צו וויסן וויפול די פרויען זענען ליידער עובר אויף דעם כל כבודה בת מלך פנימה... אזא הייליגע סיסטעם!! אוי ווי גאט פרייט זיך אויבן אין הימל! מען האלט ממש איין טריט אוועק פונעם תיקון השלם!
אהה מי כעמך ישראל! אזא הייליג פאלק!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

אין שטאט מ. איז געוועין א מיידל מיטן נאמען ש. (נעמען געהיטן אין מערכת) ווען זי איז אנגעקימען אין 12'טע קלאס האבן אירע עלטערען געזעין אז זי הייבט אן נויגן לינקס, ווי למשל מעיקאפ האט זיך באוויזן אויף איר געזיכט, און אירע האר האבן שוין נישט געזעין קיין שערל אין א לאנגע צייט, בצר להם האט מען מחליט געוועין אז מען מיז איר שנעל א כלה מאכן פאר זי ווערט פארפאלן אינגאנצן, אזוי ביי פורים צייט איז זי שוין געוועין א כלה און חשון אין 13'טע קלאס איז געוועין די חתונה, די לבנה האט נישט אנגעיאגט צי רי-געבוירען ווערן קיין גאנצע דריי מאל, ווען ס'ווייבל טרעפט אין איר האנט א צעטל מיט 12 שורות, אזוי ציבראכענערהייט איז זי געגאנגען מיט אירע פרענדס אין קאווע-הויז זיי אפרעדענדיג פון חתונה האבן מיט א מאן, אזוי טריפן זיי נאך עד היום הזה 7 יאר שפעיטער נאכט נאך נאכט, אין די באולינג עליס, מאווי טיאטערס און סתם פארקס, אונזער גרושה האט אזא crew פון ארום 10 מיידלעך פון איר קלאס וואס האלטן נישט ביים חתונה האבן און פלאנען נישט אינעם נאנטן ציקונפט.

עד כאן המעשה, אמת ויציב.
לעניינינו האלט איינער אז די סיבה איז ווייל זיי האבן סעלפאונס, אוואדי ביי נאו האבן זיי אלע פאונס, אבער סהאט זיך נישט אנגעהויבן מיט פאונס, סהאט זיך אנגעהויבן מיט אינזער פאריקטע שידוך סיסטעם, וואס איינער האט זיך אפגעבריט געניג פרי צי קענען ווארענען אירע חבר'טעס שלא תמות כדרך שמת פלוני'סטע.

אבער די סעלפאונס זענען די פראבלעים......
נאך ערגער פון כעלם, דארט האט מען כאטש געבויעט א שפיטאל לעבן די ציבראכענע בריק, אינז אסר'ן סעלפאונס ווילל ס'דא א ציבראכענע בריק.....
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

שמן למאור האט געשריבן:אזא הייליגע סיסטעם!! אוי ווי גאט פרייט זיך אויבן אין הימל! מען האלט ממש איין טריט אוועק פונעם תיקון השלם!
אהה מי כעמך ישראל! אזא הייליג פאלק!
פעלט אינגאנצן נישט אויס אויסצושטעלן אזא סיסטעם פון סקרעטש ווייל די תיקון השלום (אזא שלום נאבעל פרייז וואס אובאמא האט באקומען...) עקזיסטירט שוין אין איראן, ווער ס'וויל דאס זייער שטארק קען זיך אהינציען צוזאמען מיט העלבראנץ, און ס'קומט אויך מיט נאך אסאך בענעפיטן וואס איז נישט דא אפילו אין סאמע וויליאמסבורג.
קהל'ס נער האט געשריבן: נאך ערגער פון כעלם, דארט האט מען כאטש געבויעט א שפיטאל לעבן די ציבראכענע בריק, אינז אסר'ן סעלפאונס ווילל ס'דא א ציבראכענע בריק.....
דאס איז שוין מער אויפ'ן סטייל פונעם חעלמער שמש וואס האט נישט געוואלט צוטרעטן די פרישע שניי האט ער זיך ארויפגעשטעלט אויף א טיש און פיר מענטשן האבן איהם אזוי ארומגעטראגן... די יפה בעתו האט נישט געשריבן וויאזוי די מעשה דארט האט זיך געענדיגט, צו ער האט למעשה צוריקגעקוקט און געזעהן אז די שניי איז פיל מער צוטרויטן און ער איז געווארן אזוי צומישט ווי יענע מאל וואס מ'האט באהאלטן דעם לבנה אין א פאס... אדער האט ער קיינמאל נישט געכאפט אז ס'איז איהם געוועהן and he lived happily ever after אזויווי יענער חעלמער וואס האט געוואלט פארן אין א צווייטן שטאט אבער צוליב וואס זיינע שיך זענען אויסגעדרייט געווארן אויפ'ן וועג איז ער למעשה אנגעקומען צוריק קיין חעלם און ער לעבט נאך דארט ביז'ן היינטיגן טאג...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: אסיפה פאר פרויען - אלע חסידות'ער נעמען אנטייל

שליחה דורך פרנס החודש »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:אזא הייליגע סיסטעם!! אוי ווי גאט פרייט זיך אויבן אין הימל! מען האלט ממש איין טריט אוועק פונעם תיקון השלם!
אהה מי כעמך ישראל! אזא הייליג פאלק!
פעלט אינגאנצן נישט אויס אויסצושטעלן אזא סיסטעם פון סקרעטש ווייל די תיקון השלום (אזא שלום נאבעל פרייז וואס אובאמא האט באקומען...) עקזיסטירט שוין אין איראן, ווער ס'וויל דאס זייער שטארק קען זיך אהינציען צוזאמען מיט העלבראנץ, און ס'קומט אויך מיט נאך אסאך בענעפיטן וואס איז נישט דא אפילו אין סאמע וויליאמסבורג.
קהל'ס נער האט געשריבן: נאך ערגער פון כעלם, דארט האט מען כאטש געבויעט א שפיטאל לעבן די ציבראכענע בריק, אינז אסר'ן סעלפאונס ווילל ס'דא א ציבראכענע בריק.....
דאס איז שוין מער אויפ'ן סטייל פונעם חעלמער שמש וואס האט נישט געוואלט צוטרעטן די פרישע שניי האט ער זיך ארויפגעשטעלט אויף א טיש און פיר מענטשן האבן איהם אזוי ארומגעטראגן... די יפה בעתו האט נישט געשריבן וויאזוי די מעשה דארט האט זיך געענדיגט, צו ער האט למעשה צוריקגעקוקט און געזעהן אז די שניי איז פיל מער צוטרויטן און ער איז געווארן אזוי צומישט ווי יענע מאל וואס מ'האט באהאלטן דעם לבנה אין א פאס... אדער האט ער קיינמאל נישט געכאפט אז ס'איז איהם געוועהן and he lived happily ever after אזויווי יענער חעלמער וואס האט געוואלט פארן אין א צווייטן שטאט אבער צוליב וואס זיינע שיך זענען אויסגעדרייט געווארן אויפ'ן וועג איז ער למעשה אנגעקומען צוריק קיין חעלם און ער לעבט נאך דארט ביז'ן היינטיגן טאג...
די סיבה פארוואס חרדישע אידן האבן קפידה צו וואוינען בדווקא אין גרויסע שטעט ווי ניו יארק, לאנדאן, אנטווערפען אא״וו, און נישט צווישן מיטל קלאס ווייסע פרומע קריסטן, איז וויבאלד חרדים ברויכן דעם שמוציגן גוי צו קענען בארעכטיגן זייערע עקטרעמיסטישקייטן און זיך קלאפן אין בויך אז זיי זענען בעסער פון זייערע (פארטאריקאנער) שכינים.

איינער האט מיר לעצטענס געזאגט אז העלבראנץ ציעט זיך אריבער קיין איראן, האב איך אים געזאגט אז זיי וועלן עס קיינמאל נישט טון וויבאלד דארט גייען די גוים אויך אנגעטון ווי זיי So what’s the point? ווי אויך איז עס א סכנת התבוללות.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

מיט אזא חעלעמע בקיאות? כ'האב נישט געוויסט רביה"ק איז א פוילישער...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

די מיידלעך ווילן יא חתונה האבן.
נאר נישט אזוי יונג.

סאטמאר רעדט פון פארמאכן די 12טע קלאס אז די מיידלעך זאלן מסכים זיין צוריק צו גיין צום אלטן, אבער צוריק גייט א קאזע.
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

לאנגע הויזן האט געשריבן:ריבקי שפאצירט אהיים 11:30 באנאכט פון איר חבר'טעס חתונה, זי וואוינט ביי די נייע געגענט אין וויליאמסבורג נעבן די פראדזשעקס, און זי טראכט זיך אזוי איבער ווי אזוי די חתונה איז געפארן אלעס ווי געפלאנט מיט אלע שטיקס וכדומה.

אזוי וואקענדיג האט זיך איר געדאכט אז זי זעהט פון דערווייטענס צוויי ברייטביינערדיגע פארדעכטיגטע גוים קומען איר אנקעגען, פארשטייט זיך אלץ נקבה האט זי גלייך געמאכט א יוטירן און אנגעהויבן צוריקצוגיין מיט שנעלע טריט ארום צו גיין די גאס פון די אנדערע זייט.

אבער ווי נאר זי דרייט זיך אויס זעהט זי נאך צוויי גוים פון אינטער איר גרייט איר צו פארציקען.

אירע ערשטע מחשבות האבן גלייך געצויגן צו אנרופן איר מאן און לאזן וויסן אז זי איז אין א מעגליכער באלדיגע געפאר, אבער נאך א סקונדע טראכטן האט זי באשלאסן אז די וויכטיגסטע זאך יעצט אויף די מינוט וואלט געווען צו רופן שומרים אדער פאליציי, וואס אין די 10 סקונדעס ביז די איבערפאל וועט זי שנעל אריינזאגן איר לאקאציע און זיי וועלן ביז א מינוט זיין דארט איר צו ראטעווען.

די חברה שטייען שוין אזא 30 פיס אפגערוקט פון איר, זי לייגט פלינקערהייט אריין איר הענט אין איר פאקעטבוק, זי וויל ארויסשלעפן איר סעלפאון, אבער.. אוי באשעפער! לעצטע וואך האט דאך די רביצין גע'אסר'ט פאר די נשים אין די קהילה צו האבן א פשוט'ער טאלק אנלי סעלפאון, צוליב וואס א פרוי האט געשיקט א בילד פון א מתנה באקומען פון איר מאן אין די ייחד שטיבעל.. השם ישמור.

גראדע האט מען אויך ארום גערעדט איבער נישט לאזן מיידלעך זיך דרייען אין די גאסן נאך 11:00.
.I got voices in my head.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: אסיפה פאר פרויען - אלע חסידות'ער נעמען אנטייל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

בת קול האט געשריבן:די מיידלעך ווילן יא חתונה האבן.
נאר נישט אזוי יונג.

סאטמאר רעדט פון פארמאכן די 12טע קלאס אז די מיידלעך זאלן מסכים זיין צוריק צו גיין צום אלטן, אבער צוריק גייט א קאזע.
אויך לעצטענס געהערט דערפון

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
נעקסט לעוועל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 294
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 08, 2021 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 507 מאל

שליחה דורך נעקסט לעוועל »

און ווען די שטריק וועט זיך איבערייסן, און זיי וועלן פייפן אויף די סעלפאונס און 11:00 קוירפיו און די שווארצע שטרימפ, וואס וועט מען שרייען דעמאלס? ווער איז שולדיג?
יאאאא, די טאטע האט באהאלטן א ציוניסטישע שוטנשטיין אונטער די גאטשעס…. די השפעה..
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די פראבלעם איז, מען דערקענט נישט קיין חילוק צווישען סעלפאון'ס, די פאון וואס האט אויך טעקסט זעהט אויס ממש ווי די כשרע סעלפאון'ס וואס איז טאלק only.

כ'וואלט מציע געווען מען זאל לייגען אויף די כשר'ע א seam, אזוי וועט מען וויסען אז דאס איז אן אויסגעהאלטענע פאון..
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

אך ערגער פון כעלם, דארט האט מען כאטש געבויעט א שפיטאל לעבן די ציבראכענע בריק, אינז אסר'ן סעלפאונס ווילל ס'דא א ציבראכענע בריק....
דער דמיון צו כעלם, איז אייזן.

אסר'ן סעלפאון, פארמאכן צוועלפטע קלאס.

אפשר זאל מען מתיר זיין צו עפענען דער מחיצה אביסעל.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך זעה יעצט אויף אייוועלט אז מען פלאנט נעקסטע וואך אן אסיפה אין וויליאמסבורג.
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט