the trolley problem plus

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

Categorical Imperative.jpg
דר. סידני מארגענבעסער. :D
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »


זיין שוועסטער׳ס לעהזונג, איינס בעסער פונעם אנדערן...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ובנוגע ווי אזוי ״הלכה״ גייט צו לגבי דעאנטאלאגיע לעומת קאנסעקווענטעליסט שרייבט דר. זאב פאלק:
[left]Indeed, should we employ a utilitarian concept of law such as that proposed by the eighteenth-century philosopher of jurisprudence jeremy Bentham, which sets among its criteria for adjudging the validity of a legal code its utility, it would be difficult to understand halakhah (rabbinic law) as a genuine legal system, because very often a halakhic decision is made on a conceptual basis without regard for its consequences. According to the rabbis, a person should fulfill his duties for their own sake and not for extraneous motives (M. Avot 2:2, 12; 6:1). God's commandments were not intended to promote happiness (BT Er. 31a), which is the object of law according to the utilitarian school of jurisprudence[/left]
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

אין די לעקציע [1:11:06-1:15:00] רעדט דר. ראַבּערט סאַפּאָלסקי ארום איבער דר. יהושע גרין'ס ניוראלאגישע עקספּערימענטן אין דעם געביט וואו מ'זעהט אז די ביי וועמען עס איז דא מער אקטיוויטעט אינעם ענטעריאר סינגוּלעיט קאָרטעקס [וואו עס איז אזא סארט קאנעקשאן צווישן די לימבּיק סיסטעם, וואס איז די עמאשעמאל חלק פונעם מח, און די פּריפראָנטעל קאָרטעקס, וואס איז די קאגניטיוו/לאגישע חלק פון דעם] וועלן נישט וועלן מקריב זיין דעם מענטש צו ראטעווען די איבעריגע, בפרט וואו זיי דארפן דאס טוהן און אים הרג'ענען בידים.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

לויט די גמ' זאל ער לאזן די פינף גע'הרג'ט ווערן, אלץ דילמא דמא דההוא גברא סומק טפי.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:

זיין שוועסטער׳ס לעהזונג, איינס בעסער פונעם אנדערן...


די יונגעל האט געהרגעט אלע 6
די מיידל האט געראטעוועט אלע 6
א שיינעם אנעקדאט אקעיגן די וואס זאגן אז ג'ענדער איז fluid.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דר. יובל נח הררי ברענגט ארויס [21:39-22:10] אז אין היסטאריע און אויף גרעסערע סקעילס איז עס (עכ"פ בדרך כלל) קיינמאל נישט קיין אפציע צווישן נאר צוויי ברירות אזוי ווי אין די טראַלי פראבלעם - עס זענען אלס דא אנדערע אויסוועגן ווי אזוי זיך אומצוגיין, נישט צו דארפן צוקומען צו נאר איינע אדער דאס אנדערע.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

אין די לעקציע ברענגט דר. תמר גענדלער צו שטודיעס ווי טאמער איז די ברירה צווישן הרג'ענען 5 מענטשן אדער 1 מענטש, און דער מענטש איז זיך אליינס (אדער אויך זיך ווען עס איז א דריטע ברירה), האלטן מער מענטשן פונעם דעאנטאלאגישע מהלך אז מ'טאר נישט גורם זיין הריגה אפילו וואו עס קומט אויס אז מ'ראטעוועט מער מענטשן. ווי אויך טאמער איז דער 1 מענטש מיט א נאמען, ווי איידער א נומער, דאן נעמען מענטשן אויך מער אָן דעאנטאלאגישע מהלך. (זי זאגט אויך אז מ'זעהט ביי ליבעראלן אז טאמער וועט די נאמען זיין א "שווארצע" סארט נאמען, וועלן זיי נאך מער נאכגיין א דעאנטאלאגישע מהלך, ווי איידער ווען ער האט א "ווייסע" נאמען.)

***

לגבי קאנט׳ס דעאנטאלאגיע איז אינטרעסאנט וואס דער עקידה שרייבט (פ׳ בראשית שער י) בנוגע זיין קאַגניטיוויסט/ריעליסט מהלך במאראל און אז ס׳איז יא שייך צו זאגן אויף מאראלן ״אמת״ און אז זיי ווערן נישט נשתנה:
וכן הדברים השרשיים הכוללים שבדינים הם בלתי משתנים כי אם במקרה ועל הזרות כמו שאמר שאם הפקיד אדם חרב ביד זולתו ורוצה עתה לקחתו להרוג את רעהו שיהיה אז הצדק שלא להשיבה אליו עם שהשבת פיקדון הוא מהדברים הקיימים.
כידוע האט קאנט געהאלטן, עפ״י זיין קאטעגארישע אימפּעראטיוו, אז אין אזא פאל דארף מען דאס יא צוריקגעבן.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

לגבי נוצן מאטעמאטיקס אין מאראלישע/עטישע באשלוסן, ווי צב״ש ביי די טראַלי וואו מ׳חשבונ׳ט פון ראטעווען 5 אויפ׳ן חשבון קעגן 1, שרייבט דר. דערעק פּאַרפיט אז דאס איז נישט אזוי פשוט. לדוגמא, וואו עס זענען דא 4 מענטשן וואס ארבעטן צו ראטעווען 100 מענטשן, און עס זענען דא 10 אנדערע מענטשן וואס קיינער געבט זיך נישט אפ זיי צו ראטעווען, איז קען איינער קלערן אז עס איז זיך בעסער מצרף צו זיין צו די 4 צו ראטעווען די 100 מענטשן, הגם זיי גייען געראטעוועט ווערן אָן דיר אויך. דאס איז ווייל מ׳קלערט אז 1/5 פון 100 (די ״געראטעוועכץ״) איז דאך 20, וואס דאס איז דאך מער ווי 10. עס איגנארירט אבער די causal חלק, והיינו דאס וואס עס פעהלט אויס דער מענטש ביי די 10 זיי צו ראטעווען, משא״כ ביי די 100 וואס האבן שוין 4 וואס געבן זיך אפ מיט זיי.

***

דר. פּיִטער זינגער ציטירט פון ירמיה בּענטאם אז א טענה קעגן יוּטיליטעריעניזם (בתוך קאנסעקווענטשעליזם) איז אז די מהלך אליין על הכלל קען דאך האבן שלעכטע יוטיליטיס/קאנסעקווענצן. אבער מ׳דארף זיך באנוצן מיט די עצם געדאנק פון יוּטיליטעריעניזם/קאנסעקווענטשעליזם דאס צו טענה׳ן.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

ער דרייט זיך ארויס פון די קשיא (אזוי ווי מיין מגיד שיעור ביי א שווערע תוס')

אני הק' האלט אז מען דארף אלעמאל ציילן וויפיל מענטשן גייען שטארבן.
דארף מען ריקן דעם לעווער צי הרג'נן איין און ראטעווען 5? יא!
דארף מען אריינווארפן עוג מלך הבשן צו ראטעווען די פינף? יא!
דארף מען הארגענען איין צי ניצן זיינע איברים צי ראטעווען 5? יא!

וואלט איך אריינגעטאנצן און פראנט פון א טרעין צי ראטעווען 5 און שטארבן דורך דעים? ניין, ווייל איך בין סעלף סענטערעד אזוי ווי אינז אלע!


סאיז בעצם זייער א פשוטע שאלה, שטעל דיך פאר אז גאט אנטפלעקט זיך צי דיך און פרעיגט זאל איך היינט הרג'נן 1 מענטש אדער צוויי, אוואדי וואלסטו געענטפערט 1, איז יעצט ווען די שטייסט ביים לעווער פונעם טרעין ביסטו גאט ("כביכול" ווהטעווער די פליפ דעיס מיינט) אויפן טרעין, והיינו טעמא דעוג מלך הבשן והיינו טעמא דלהרוג אחד כדי להשתמש באיברי להציל עוד חמשה.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: the trolley problem plus

שליחה דורך תוהו ובוהו »

קהל'ס נער האט געשריבן: סאיז בעצם זייער א פשוטע שאלה, שטעל דיך פאר אז גאט אנטפלעקט זיך צי דיך און פרעיגט זאל איך היינט הרג'נן 1 מענטש אדער צוויי, אוואדי וואלסטו געענטפערט 1, איז יעצט ווען די שטייסט ביים לעווער פונעם טרעין ביסטו גאט
דער גאנצער א.ג. 'טראלי פראבלעם' גייט ארויס פון אן הנחה אז ס'איז דא (לפחות, א ספק) א ראציאנאלער מושג פון 'שב ואל תעשה עדיף' - נישט טון און דורכדעם גורם זיין עפעס איז א קלענערע מאראלישע ''עוולה'' ווי יא טון און גורם זיין עפעס.

איינמאל מען האט די הנחה קען מען פילאזאפירן פון היינט ביז מארגן: וויפיל איז די געוויכט פונעם 'שב ואל תעשה'; וויפיל מענטשן מעגן שטארבן אלעס כדי איך זאל מיך קלאפן אויפ'ן בייכל "שב ואל תעשה עדיף" וכו' וכו'.

דעריבער איז דער צושטעל צו גאט נישט קיין גוטער צושטעל, ווייל דעמאלט איז נאר דא א נאמבער געים וואס לא עלה על דעת פילאזאף מעולם צו הרג'ענען פינף ענדערש ווי איינעם.

לענ''ד האט די שב ואל תעשה לעגענדע קיין שום מאראלישער געוויכט. חוץ, פארשטייט זיך, די פראקטישע עפעקטס אויפ'ן דרייווער'ס החלטה צוליב די פסיכאלאגיע און טראומאטישע נאכווייען וואס מאכן א פעולה'דיגע אויסוואל קען אויף אים האבן [טיילווייז, צוליב וואס ער זעלבסט גלייבט אין א מושג פון שב ואל תעשה, חד גדיא], דאס איז אבער נישט קיין חלק אינעם אנגעבליכן טראלי 'פראבלעם' עכ''פ לפי הבנתי.

לסיכום, צו אלע צוקונפטיגע טראלי-שאפערן, איר קענט רואיג ממית'ן דעם קלענערן מספר, יהרגו ענווים ולא תתבעו. חתי''ק
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

Re: the trolley problem plus

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

קהל'ס נער האט געשריבן: דארף מען הארגענען איין צי ניצן זיינע איברים צי ראטעווען 5? יא!
האלטסט טאקע אזוי?

אויב ביסטו קעניג פאר א טאג, און עס קומט צו דיר א דאקטער "אדוני המלך, איך האב א מענטש וואס האלט ביים שטארבן, די איינציגע וועג אים צו ראטעווען איז מיט א הארץ טראנספלענט היינט, און עס איז נישטא צו באקומען א הארץ."

אין די זעלבע שפיטאל זענען דא צוויי מענטשן וואס בלוטיגן נעבעך אויס, און די איינציגע וועג זיי צו האלטן ביים לעבן איז דורך צולייגן בלוט פון א צווייטן. אבער די בלוט קאסע איז לער, נישטא קיין בלוט פאר קיין רפואה.

ממש נעבן זיי ליגט איינער וואס גייט אויס יעדער מינוט, ער דארף א לונגען.

נאך צוויי מענטשן דארפן א ניר עמערדשינסי, א זעקסטער מוז באקומען מארך פון די שדרה, נאך צוויי דארפן א שטיק לעבער, און איינער דארף גאר וויכטיג א פענקריעס.

"אלזא" פירט דער דאקטער אויס "אדוני המלך, געב מיר רשות צו ארויסגיין אויפן גאס, טרעפן א געזונטן מענטש, מען וועט אים אריינשלעפן אין שפיטאל, צושניידן אויף שטיקער, און ראטעווען די אלע מענטשן".

קהל'ס, מיר ווארטן אויף דיין באפעל.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קהל'ס נער האט געשריבן:
ער דרייט זיך ארויס פון די קשיא (אזוי ווי מיין מגיד שיעור ביי א שווערע תוס')

אני הק' האלט אז מען דארף אלעמאל ציילן וויפיל מענטשן גייען שטארבן.
דארף מען ריקן דעם לעווער צי הרג'נן איין און ראטעווען 5? יא!
דארף מען אריינווארפן עוג מלך הבשן צו ראטעווען די פינף? יא!
דארף מען הארגענען איין צי ניצן זיינע איברים צי ראטעווען 5? יא!

וואלט איך אריינגעטאנצן און פראנט פון א טרעין צי ראטעווען 5 און שטארבן דורך דעים? ניין, ווייל איך בין סעלף סענטערעד אזוי ווי אינז אלע!


סאיז בעצם זייער א פשוטע שאלה, שטעל דיך פאר אז גאט אנטפלעקט זיך צי דיך און פרעיגט זאל איך היינט הרג'נן 1 מענטש אדער צוויי, אוואדי וואלסטו געענטפערט 1, איז יעצט ווען די שטייסט ביים לעווער פונעם טרעין ביסטו גאט ("כביכול" ווהטעווער די פליפ דעיס מיינט) אויפן טרעין, והיינו טעמא דעוג מלך הבשן והיינו טעמא דלהרוג אחד כדי להשתמש באיברי להציל עוד חמשה.
דאס איז וואס טעיט טוט אגאנצן טאג ווען מ׳פרעגט איהם א קשיא געט ער עפעס א מאדנע ענטפער און די קענסט דיך נישט טעהנען מיט איהם ווייל בעצם האט ער גארנישט געזאגט, אבער צו זיין קרעדיט מיז איך זאגן אז ער מאכט עס זייער גוט
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

יעקב מעקסוועל האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן: דארף מען הארגענען איין צי ניצן זיינע איברים צי ראטעווען 5? יא!
האלטסט טאקע אזוי?

אויב ביסטו קעניג פאר א טאג, און עס קומט צו דיר א דאקטער "אדוני המלך, איך האב א מענטש וואס האלט ביים שטארבן, די איינציגע וועג אים צו ראטעווען איז מיט א הארץ טראנספלענט היינט, און עס איז נישטא צו באקומען א הארץ."

אין די זעלבע שפיטאל זענען דא צוויי מענטשן וואס בלוטיגן נעבעך אויס, און די איינציגע וועג זיי צו האלטן ביים לעבן איז דורך צולייגן בלוט פון א צווייטן. אבער די בלוט קאסע איז לער, נישטא קיין בלוט פאר קיין רפואה.

ממש נעבן זיי ליגט איינער וואס גייט אויס יעדער מינוט, ער דארף א לונגען.

נאך צוויי מענטשן דארפן א ניר עמערדשינסי, א זעקסטער מוז באקומען מארך פון די שדרה, נאך צוויי דארפן א שטיק לעבער, און איינער דארף גאר וויכטיג א פענקריעס.

"אלזא" פירט דער דאקטער אויס "אדוני המלך, געב מיר רשות צו ארויסגיין אויפן גאס, טרעפן א געזונטן מענטש, מען וועט אים אריינשלעפן אין שפיטאל, צושניידן אויף שטיקער, און ראטעווען די אלע מענטשן".

קהל'ס, מיר ווארטן אויף דיין באפעל.
צום באפעל!

איך ווייס נישט וואס מיינט מאראל, אבער אויב מיינט עס וואס עס איז די ריכטיגע זאך צי טאן איז עס אז מען זאל צופליקן דעם געזינטן מענטש אויף פינף כדי פינף אנדערע זאלן ווערן געזינט.

יעצט די מעשה ווי די קרוינסט מיך פאר קעניג ברעינגסט ארויס די געפילישע זייט וואס איז טאקע זייער שווער צי פראסעסען, וואס הייסט מען גייט נעמען א נערמאלע געזינטע מענטש און מען גייט עים רצח'נן אויפן מזבח פון פינף קראנקע נפשות? טאקע א שווערע געפיל צו האבן, און א טראומאטישער געוויסן ביסן, אבער מיט א רוהיגן שכלדיגע מהלך ווען די ביסט גאט פאר א טאג און די קענסט מאכן אדער פינף קראנקע געזינט מיטן פרייז פון איין געזינטע שטארבט אדער פארקערט וואלסטו נישט געהיילט די פינף קראנקע?
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

גאט קומט נישט אריין דא, גאט מאכט א גאנצע טאג געזונטע, קראנקע, טויטע, און לעבעדיגע. איך פארשטיי נישט זיינע חשבונות, און איך פראביר אפילו נישט.

ווען איך האב די אפשען צו צושניידן א מענטש לטובת הכלל, וואלט איך עס בשום אופן נישט געטון. אפילו א מיליאן מענטשן גייען שטארבן. אויב איז ער גרייט זיך איבערצוגעבן לטובת הכלל, און ער בעט מיר עס צו טון, וואלט איך עס געווען גרייט צו טון.

אויך אויב עס איז זיין שילד די גאנצע זאך, דעמאלטס וואלט איך אים גערן גע'הרג'עט, אפילו ווען איך קען שוין נישט ראטעווען די מיליאן.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: the trolley problem plus

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

איך בין גענויגט צום זייט פון לאזן די פונעף מענטשן שטארבן און נישט הארגענען אפילו איינעם.

איך בין נישט גאט. נאטור וואס אין דעם זענען אריינגערעכנט מענטשליכע אויפירונגען, האט געפירט צו דעם אז פונעף מענטשן זאלן ווערן אראפגעבינדן. יעצט איך וועל לאזן נאטור טון זיין ארבייט, אבער איך וועל נישט הארגענען קיין מענטש דערפאר.

אוודאי אויב איך קען אפשטעלן נאטור פון הארגענען וועל איך דאס טון, אבער נישט אויף יענעם'ס חשבון.

פון די אנדערע זייט קלער איך ("עס ווי ספיק")
וואס טוט זיך מיט א גאנצע לאנד פון מיליאנען מענטשן וו"ס איין מענטש? האַ? דא כאפט שוין יא א קיצל. איך וואלט לכאורה נישט געלאזט א גאנצע לאנד גיין אין פייער. איינער דא וואלט געטון אנדערש?

יעצט וואו איז די גרעניץ? איין מענטש לאזן שטארבן, ווערסעס הארגענען איינעם און צו דער זעלבע צייט פארוואנדערן נאך איינעם, דאס מיינט איינס אנקעגען א טויטער מיט א פארוואנדערטע.


וואס טוט זיך מיט א פאל ווען ס'איז פונעף לעבנס, אנקעגען שווער פארוואנדערן איינעם ( למשל נאר זיין פיס איז צוגעבינדן צו די באן שינעס)?

האו עבאוט פונעף מענטשן שטארבן וו"ס פארוואנדערן צוואנציג מענטשן בידים?

און וואס טוט זיך מיט א גרויסע סומע געלט פון איינעם, אדער די פארמעגן פון טויזענטער מענטשן וואס האבן געארבייט יארן פאר זייער דאלער ווערסעס איין טויטער?

ווער בין איך מחליט צו זיין וואס איז מער?
כ'ווייס שוין אליינס נישט.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

דאס איז נאך פון פאר ער האט זיך גע׳שמד׳ט צו איסלאם? לכאורה פון נאכדעם..
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
פישל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 12:26 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

שליחה דורך פישל »

די גאנצע נושא איז א טיפע פיליזאפישע דעבאטע און מען קען דרייען אהין און אהער אויף ביידע וועגן.

לאמיר עס אבער נעמען אויף א שטאפל ווייטער.

ווען דו ביסט (צום ביישפיל) אילן מאסק, און דו דארפסט פראגרמירן די סעלף דרייווינג סיסטעם וויאזוי צו רעאגירן אין מסוכן'דיגע מאמענטן, וויאזוי דארף מען פראגראמירן די פאלגענדע סיטואציע?

די קאר פארט אויף 65 מפ"ש אויף א שמאלע גאס, אויף די לינקע זייט איז דא א הויכע צוים און אויף די רעכטע זייט איז דא איין מענטש וואס שפאצירט אויפן סיידוואלק, און פליצלינג לויפן פינף אנדערע מענטשן אריין אין פארנט פון די קאר, ס'איז דא פונקטליך א 3/4 פון א סעקונדע פאר די קאר צו מאכן זיין החלטה וואס צו טוהן; פארן ווייטער גראד און הרג'נען איין מענטש? אדער זיך געבן א דריי ארויף אויפן סיידוואלק און הרג'נען איין מענטש?

אדער נאכמער, וואס וועט זיין ביי אזא מעשה, די קאר פארט אויף א הויכן בריק, די לינקע זייט איז דא א הויכע צוים, און אויף די רעכטע זייט איז דא א קליינע צוים וואס אויב פארט מען אריין אין עס וועט זיך עס איבער רייסן און די קאר וועט אריין פאלן אינעם וואסער. פלוצלינג לויפן אריין פינף מענטשן אין פארנט פון די קאר. די קאר קען אדער מאכן א רעכטס און אריינפארן אין די וואסער צוזאמען מיט די דרייווער אדער קען די קאר פארן גראד און הרג'נען פינף מענשטען. די קאר דארף מאכן זיין החלטה צו הרג'נען פינף פרעמדע מענטשן ווערסוס איין מענשט וואס דאס איז די דרייווער פון די קאר, וויאזוי וואלסטו געפראגרעמט די קאר?

(אינאיינוועגס ברענגט דאס אויך ארויס די סכנות וואס פול סעלף דרייווינג קארס קען ברענגען, אבער דאס באלאנגט אין אן אשכול פאר זיך)
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

יעקב מעקסוועל האט געשריבן:גאט קומט נישט אריין דא, גאט מאכט א גאנצע טאג געזונטע, קראנקע, טויטע, און לעבעדיגע. איך פארשטיי נישט זיינע חשבונות, און איך פראביר אפילו נישט.

ווען איך האב די אפשען צו צושניידן א מענטש לטובת הכלל, וואלט איך עס בשום אופן נישט געטון. אפילו א מיליאן מענטשן גייען שטארבן. אויב איז ער גרייט זיך איבערצוגעבן לטובת הכלל, און ער בעט מיר עס צו טון, וואלט איך עס געווען גרייט צו טון.

אויך אויב עס איז זיין שילד די גאנצע זאך, דעמאלטס וואלט איך אים גערן גע'הרג'עט, אפילו ווען איך קען שוין נישט ראטעווען די מיליאן.
כ'מיין מען קען מסכם זיין אינזער מח' אין איין ווארט, געפיל ווס. שכל.
די געפיל לאזט נישט הרג'נן א מענטש אפילו 5 גייען געראטעוועט ווערן, און די שכל זאגט ס'לוינט זיך צי אינוועסטן איין מענטש אויף צי פארדינען פינף.

ר' יעקב מעקסוועליתא אומר זיל בתר רגש, ר' קהל'ס דפום נערא אומר זיל בתר שכל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
שארפןקאפ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2020 2:21 am
האט שוין געלייקט: 281 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

Re: the trolley problem plus

שליחה דורך שארפןקאפ »

איך וואלט געזאגט פארקערט ראטווען די 5 מענטשן איז פון רגש, אין די פארקערטע איז שכל,
דאס איז די וועג ווי אזוי איך קוק דאס אן, איך האב גארנישט מיט קיין איין פון די מענטשן אין איך קום זיי גארנישט אפילו נישט צו באשליסן וואס צו טון, נישט פאר די 5 אין נישט פאר די 1 ,
שכלדיג האב איך נישט קיין פראבלעם אז אלע 6 מענטשן שטארבן, געפיליש וואלט איך געוואלט ראטעווען אלע 6, ניין?

נאר וואס דען איך קען נישט ראטעווען אלע 6 אדער 5 אדער 1, אבער שכלדיג איז שב ועל תעשה אייביג עודיף ווייל עס איז נישט מיין ביזנעס,אבער געפיליש יא ווי אזוי קען איך צו לאזן 5 מענטשן זאלן שטארקן ווען עס קען נאר זיין 1....

והא ראיה אז זיך אריינמישן איז א געפילישע שריט, ווייל אויב וועט דאס איין מענטש זיין דאן אייגענעם קינד, וועסטו מסתמא האלטן אנדערש....

Sent from my SM-S908U1 using Tapatalk
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

קהל'ס נער האט געשריבן:
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:גאט קומט נישט אריין דא, גאט מאכט א גאנצע טאג געזונטע, קראנקע, טויטע, און לעבעדיגע. איך פארשטיי נישט זיינע חשבונות, און איך פראביר אפילו נישט.

ווען איך האב די אפשען צו צושניידן א מענטש לטובת הכלל, וואלט איך עס בשום אופן נישט געטון. אפילו א מיליאן מענטשן גייען שטארבן. אויב איז ער גרייט זיך איבערצוגעבן לטובת הכלל, און ער בעט מיר עס צו טון, וואלט איך עס געווען גרייט צו טון.

אויך אויב עס איז זיין שילד די גאנצע זאך, דעמאלטס וואלט איך אים גערן גע'הרג'עט, אפילו ווען איך קען שוין נישט ראטעווען די מיליאן.
כ'מיין מען קען מסכם זיין אינזער מח' אין איין ווארט, געפיל ווס. שכל.
די געפיל לאזט נישט הרג'נן א מענטש אפילו 5 גייען געראטעוועט ווערן, און די שכל זאגט ס'לוינט זיך צי אינוועסטן איין מענטש אויף צי פארדינען פינף.

ר' יעקב מעקסוועליתא אומר זיל בתר רגש, ר' קהל'ס דפום נערא אומר זיל בתר שכל.
ור' שמן אומר, שהשכל מחייב לחזור אחר הרגש.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

ר' קהל'ס דמן שכליא, ווער ביסטו צו גיין בידים הרג'ענען א מענטש צו ראטעווען אנדערע אויב די ווילסט עס נישט טון פאר דיר אליינס ווייל די ביסט סעלף סענטערד? יענער בעיניו איז די זעלבע סעלף סענטערד, און ער האט די זעלבע זכות קיום ווי דיר.

ווי אנדערע האבן ארויסגעברענגט, אויב האלסטו נישט אז שכל'דיג וואלסטו אויך געדארפט מנדב זיין דיין לעבן פאר 5 אנדערע - דאן איז דיין שיטה ריין רגש.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
פארשפארט