איך וועל בקרוב עפענען אן אשכול איבער מיינע פראגעס.יהורם האט געשריבן:אצינד ווען עס איז שוין פארענטפערט געווארן וואס זיין ציל איז; וואלסטו ארויסגעשריבן דיינע קשיות? מענטשן האבן ליב זיך צו אידענטיפיצירן.
באשולדיגונג פון א מאמין
- פרנס החודש
- ידיד ותיק
- הודעות: 699
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
- האט שוין געלייקט: 3763 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל
- פרנס החודש
- ידיד ותיק
- הודעות: 699
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
- האט שוין געלייקט: 3763 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל
Re: באשולדיגונג פון א מאמין
הבהרה:
מיין בחירה אראפצונעמען מיין בארד און פיאות איז געווען צוליב סאציאלע סיבות נישט אידעאלאגישע.
מיין בחירה אראפצונעמען מיין בארד און פיאות איז געווען צוליב סאציאלע סיבות נישט אידעאלאגישע.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
- נעקסט לעוועל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 294
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 08, 2021 12:58 pm
- האט שוין געלייקט: 427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 507 מאל
מעי איי דיסעגרי? אר עטליעסט טריי מיי לאק?נוח האט געשריבן:וואס איז נאך מער מאדנע איז אז מ'טרעפט דאס כסדר אין אונזערע אויסגאבעס, ווי מ'דרוקט וואס גרים באשולדיגן זייערע גלחים אז מ'דרייט זיך ארויס פון ענטפערן יסודות'דיגע פראגעס, ואין איש שם על לב, נישט די שרייבערס, נישט די מגיהים, נישט די דרוקער, און נישט רוב פון די ליינערס, אז ביי אונז איז גענוי דאס זעלבע! דאס ווייזט די טיפע פסיכאלאגיע פון אין אדם רואה נגעי עצמו, ווען מ'רעדט פון די פשוט'ע מציאות'דיגע זאכן וואס שפילן זיך אפ ביי אונז יעדן טאג, אבער מ'זאגט עס מיט פאטאס וועגן אנדערע אן ס'זאל אפילו בייפאלן וואספארא חוזק דאס אונז ווען ביי אונז אין גענוי דאס זעלבע...פרנס החודש האט געשריבן: יארן שפעטער ווען איך האב אנגעהויבן פרעגן פראגעס האב איך צו מיין וואודער געהאט די זעלבע עקפיריענס ווי יענער גלח. ווען איך בין ארומגעגאנגען צו רבנים פרעגן די מערסט פשוטע פראגעס איבער אידישקייט, האבן זיי נישט געקענט פארשטיין פארוואס איך בין בכלל אינטערעסירט אין דעם ״גיי לערן הלכות שבת״ האבן זיי מיר געזאגט. פלוצלינג האב איך איינגעזען אז די גרעסטע רבנים האבן קיינמאל נישט דורך געטון די מערסט פונדאמענטאלע פראגעס איבער אידישקייט. אויב אזוי אויף וועמען פארלאזן מיר זיך? פארוואס וויינען זיי אזוי ביי תקיעת שופר דרשה? עס גייט זיי בכלל נישט אן אויב אידישקייט איז אמת אדער נישט!!!
א שטיקל חילוק איז דא:
ביי די קריסטן איז נישט דא די תירוצים אויף די פונדאמענטאלע יסודות,
משא"כ ביי אונז איז דא, ס'איז דא מורה נבוכים, ס'איז דא נאך וואס צונעמען די יסודות פון דת און אלקות וכו',
אבער מיט די שטארקע טענה אז סאיז נישטא וועם צו פרעגן… קיינער רעדט נישט דערוועגן… די רבנים קענען ניטאמאל די פונדאמענטעל פון אידישקייט… עגרי איך מיט דיר 100 פראצענט.
ס'נישט אינגאנצן מן ענין השאלה, אבער ס'ווארפט א שטיקל ליכט, און אויב דו זוכסט די אמת לאמיתו (נישט אנציווארפן די שולד אויף דעם און יענעם) איז דא די יכולת צו טרעפן די אמת.
מיי פערסאנעל עפיניאן.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
- נעקסט לעוועל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 294
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 08, 2021 12:58 pm
- האט שוין געלייקט: 427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 507 מאל
מיי מיסטעיק אז איך גלייב אז די קריסטן האבן ניטאמאל די פונדאמענטאלע ענטפערס,רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ס'איז יא דאנעקסט לעוועל האט געשריבן: ביי די קריסטן איז נישט דא די תירוצים אויף די פונדעמאנטאלע יסודות
נאו דשאדשמענט פליעז,
יכול להיות, קיינמאל נישט דורך געטון די קריסטליכע גלויבן (קוים וואס איך דיעל מיט מיין אייגענע..)
אבער רבינו שליט"א, לאמיר די פרעגן די שאלה פשוט,
ווען מ'שטעלט אוועק די אידישע מיט די קריסטליכע גלויבן, סייד ביי סייד, וועלכע וואלט געקענט דעליווערן מער קאנקריט פונדאמענטעל ענטפערס?
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
ווענדט זיך וועלכע דענאמינאציע פון נצרות, ווענדט זיך וועלכע דענאמינאציע פון אידישקייט, אבער אין דורכשניט זענען ביידע די זעלבע, און בכלל האט יעדע דענאמינאציע פון נצרות אן ענליכע דענאמינאציע אין אידישקייט. איסלאם גראדע האט בעסערע ענטפערס פון ביידע, בודדהיזם האט נאך בעסערע.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- נעקסט לעוועל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 294
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 08, 2021 12:58 pm
- האט שוין געלייקט: 427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 507 מאל
Re: באשולדיגונג פון א מאמין
איך האב איין קושיא אויף איסלאםרביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווענדט זיך וועלכע דענאמינאציע פון נצרות, ווענדט זיך וועלכע דענאמינאציע פון אידישקייט, אבער אין דורכשניט זענען ביידע די זעלבע, און בכלל האט יעדע דענאמינאציע פון נצרות אן ענליכע דענאמינאציע אין אידישקייט. איסלאם גראדע האט בעסערע ענטפערס פון ביידע, בודדהיזם האט נאך בעסערע.
פארוואס הרגנען מענטשן נישט פון דיין גלויבן ?
באט עניוועיס איי עם אוט,
וואס איך ווייס רעד איך אריין
און וואס איך האב נאכנישט דורך געטון, לאז איך פאר די אלץ ווייסערס
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
דאן פארוואס האסטו זיך בכלל אנגערופן? ווייל דו האסט געמיינט אז קיינער וועט דיר ארויסרופן פאר דיין בולש*ט, נעקסטע מאל האף איך וועסטו קלוגער זיין
גראדע דאס וואס דו האסט גע'טענה'ט אז "די רבנים קענען ניטאמאל די פאנדאמענטעל פון אידישקייט… (ליין: וואס איך האב אפגעמאכט איז די פאנדאמענטעל פון אידישקייט)" איז אויך אבי גערעדט
גראדע דאס וואס דו האסט גע'טענה'ט אז "די רבנים קענען ניטאמאל די פאנדאמענטעל פון אידישקייט… (ליין: וואס איך האב אפגעמאכט איז די פאנדאמענטעל פון אידישקייט)" איז אויך אבי גערעדט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- פרנס החודש
- ידיד ותיק
- הודעות: 699
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
- האט שוין געלייקט: 3763 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 6
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 10:27 am
נישט אלע זענען די זעלבע זאך
1.ערשטנס וויל איך אוועקשטויסן די חבר'ה וואס האבן משוגע געמאכט וועגן די פיאות וכו'פרנס החודש האט געשריבן:יארן צוריק האב איך געליינט אן ארטיקל אין די מעלות פון א גלח וואס האט זיך מגייר געווען, איינע פון די צענטראלע פונקטן איז געווען ווי ווען ער האט געפרעגט פראגעס איבער קריסטענטום האט מען אים אויסגעלאכט פארן פרעגן אזאלכע אומוויכטיגע פראגעס. און דאן האט ער איינגעזען אז קיינער איז בכלל נישט אינטערעסירט אויב די רעליגיע איז בכלל אמת אדער נישט און ער האט זיך מגייר געווען.
איך בין געווען א זיבעצן יעריגעס בחור אין ישיבה, האב איך געטראכט איבער ווי ווייט איך בין באגרעניצט צוליב דעם סיסטעם. עס איז געווען ווען איינער פון מיינע חברים פון ישיבה האט חתונה געהאט אין בארא פארק און די ישיבה האט ווי געווענליך צוגעשטעלט נאר איין באס. די באס איז געווען איבערגעפילט מיט בחורים צוליב די חתונה און דער דרייוער האט נישט געוואלט פארן, זענען געגאנגען די בחורים וואס פארן טעגליך קיין בארא פארק און אנגעהויבן טיילן קלעפ פאר די בחורים וואס זענען געווען אויפן באס צוליב די חתונה. איך בין געווארן צוויי מאל אראפגעשלעפט פון די באס אבער איך האב זיך צוריק ארויפגעשווערצט און למעשה געווען ביי די חתונה.
שטיי איך אזוי און באטראכט די שלעגעריי אויפן באס אנגעפירט דורך א משגיח אין ישיבה און זע ווי די ישיבה׳ס פירערשאפט האט נישט קיין שום פראבלעם צו טיילן קלעפ פאר בחורים תלמידי חכמים וואס זיצען אכט ניין שעה א טאג און לערנען. דאס האט מיר געברענגט צו מאכן א ערנסטע חשבון הנפש, איך האב אנגעהויבן טראכטן איבער די הפסד פון זיצען אין ישיבה כנגד שכרה. איך האב געטראכט איבער ווי פיל א ישיבה בחור גיט אוועק כדי צו לערנען אין ישיבה, ער גייט מיט שווארצע הוט און רעקל, גייט מיט בארד און פיאות אפילו עס איז נישט באקוועם, גייט מיט קראצעדיגע אומבאקוועמע אונטערהויזן. א ישיבה בחור גיט אויף אויף אן א שיעור זאכן וואס דער אלגעמיינער טינעדשער האט, ווי ארומהאצקענען מיט מיידלעך, קוקן מאוויס, הערן מאוויס, באקומען נארמאלע וויסענשאפט איבער די וועלט. א יעדעס ישיבה בחור קען ווען זיך אויפהייבן און זיך איינשרייבן אין א אלגעמיינע היי סקול אדער קאלעדש און לעבן א גוטן טאג. נאר וואס פאסירט ווען ער זיצט אין ישיבה און גיט אוועק די בעסטע און שענסטע יארן פון זיין לעבן צו זיצן אין ישיבה און רייסן שטיקער פון די מענטשליכע תאוות, רעספעקטירט אים איינער פאר דעם? אדער נעמט מען עדווענטעדש פון דעם בחור׳ס תמימות אים אויסניצן און פייניגן? וועם נעמט מען אויף אלס משגיח אין ישיבה, איינער וואס רעספעקטירט א בחור א בן תורה אדער איינער וואס באהאנדלט אים ווי א הונט?
מען לאזט נישט דעם בחור ניצן די סובוועי, וואס דארף ער טון ווען זיין נאנטסטע חבר האט חתונה? א בחור וואס גיט אוועק זיין לעבן פאר תורה דארף כאפן קלעפ פארן זיין אויף א נישט ריכטיגע באס?
יענעם טאג האב איך פארשטאנען אז עפעס איז נישט ריכטיג, איך האב פארשטאנען אז די רבי׳ס מנהלים און ראשי ישיבה נוצן מיין רעליגיע מיר אונטערצודריקן. איך האב איינגעזען אז זיי רעספעקטירן בכלל נישט קיין תורה אדער יראת שמים.
יענעם טאג האב איך געמאכט א חשבון אז איך בין באמת צו יונג, אומערפארן, און אומוויסענד צו קענען זעהן אויב די רעליגיע וואס מען פארקויפט מיר איז ריכטיג. אבער איך האב אפגעמאכט אז אויב איך ווען איך וועל עלטער ווערן וועל איך איינזעהן אז מיינע עלטערן און רבי׳ס האבן מיר ליגן געזאגט איבער אידישקייט, וועל איך זיי קיינמאל נישט מוחל זיין דערויף!!!
יארן שפעטער ווען איך האב אנגעהויבן פרעגן פראגעס האב איך צו מיין וואודער געהאט די זעלבע עקפיריענס ווי יענער גלח. ווען איך בין ארומגעגאנגען צו רבנים פרעגן די מערסט פשוטע פראגעס איבער אידישקייט, האבן זיי נישט געקענט פארשטיין פארוואס איך בין בכלל אינטערעסירט אין דעם ״גיי לערן הלכות שבת״ האבן זיי מיר געזאגט. פלוצלינג האב איך איינגעזען אז די גרעסטע רבנים האבן קיינמאל נישט דורך געטון די מערסט פונדאמענטאלע פראגעס איבער אידישקייט. אויב אזוי אויף וועמען פארלאזן מיר זיך? פארוואס וויינען זיי אזוי ביי תקיעת שופר דרשה? עס גייט זיי בכלל נישט אן אויב אידישקייט איז אמת אדער נישט!!!
ווען איך האב אפגעשניטן מיין בארד און פיאות בין איך שאקירט געווארן אז ״קיינער״ פון מיינע חבירים, רביים, אדער פאמיליע האבן נישט געפעלט פאר וויכטיג מיר צו פרעגן ״פארוואס״ איך האב געמאכט דעם באשלוס, דאס זענען די מענטשן וואס האבן זיך אלס געזארגט פאר מיין טובה און יעצט זענען זיי ניטאמאל אינטערעסירט צו וויסן פארוואס איך האב געמאכט אזא באשלוס? מענטשן האבן מיר באשולדיגט, אויסגעלאכט, באנעבעכט, געפרעגט ווען איך קום צוריק, אבער קיינער האט נישט געפרעגט פארוואס.
ביז איך האב איינגעזען אז עס גייט זיי נישט אן, נישט מיין טובה, נישט אידישקייט, נישט גויאישקייט, גארנישט.
השם משמים השקיף על בני אדם
היש משכיל דרש אלהים,
הכל סר יחדיו נאלחו
אין עושה טוב
אין גם אחד!
און יעצט פרעג איך אייך ווער גלייבט אין אידישקייט,
איך אדער זיי?
ער האט דאס געברענגט אלץ א ראיה אז קיינער פון זיין סביבה האט נישט געהערט פון עם, עד כדי כך אז אפילו ווען ער האט אראפגענומען די בארד און פיאות האבן זיי גארנישט געפרעגט,
2. איך בין זייער אנטוישט צו הערן אז די משגיחים האבן זיך געקריגט מכות מיט די בחורים, און די פלאץ ואוו איך בין אויסגעוואקסן איז נישט געווען אזא זאך, אפילו נישט קרוב צו דעם (אבער ווי דערמאנט פריער, די מעשה מיט דעם באס איז נאר א דוגמא, און דערפאר ענטפערן פאר דעם ספסיק מעשה וועט נישט זיין א' ריכטיגער ענטפער)
3. ולגוף הטענה, איך וועל מסכים זיין מיט דיר אז ס'איז דא פלעצער וואו די משגיחים און ראשי ישיבות אליין האבן די שאלות און ווייסן נישט אן ענטפער, און דאס איז א גרויסע עוולה פאר די בחורים און די עלטערן אויך, (א טאטע שיקט א קינד אין ישיבה כדי די ישיבה זאל עם מחנך זיין אויפן דרך התורה וואס דאס איז כולל אויך אמונה און ריכטיגע השקפה), און מיט דעם ביסטו אינגאנצען גערעכט אז איך ווייס ניט ווער איז א גרעסער גלייבער און ווער איז טאקע פרום,
(4.)אבער ווען איך גיי אין שפיטאל וואס איז פיל מיט דאקטוירים מיט "ספעשילטי" פאר א מחלה אין מיין פיס, און א גאנצע יאר ארבעט איך מיט א "סורטן" מעדעצין, און נאך א גאנצע יאר קומט אויס אז דער דאקטור האט א טעות געהאט און איך האב עפעס א צווייטע מחלה, צו דען וועל איך נישט גיין מער אין שפיטאל צו אן אנדערע דאקטער?? ברור ופשוט אז ניין! וואס איך טריי צו זאגן איז, אז אמת טאקע און דע פלאץ וואו דו ביסט אויסגעוואקסן האבן די משגיחים ר"י רבנים נישט געענטפערט דיינע פראגעס (וויל זיי אליין מסתמא ווייסן ניטאמאל),
(5.) אבער ס'איז דא אנדערע דאקטוירים וואס ווייסן יא וואס גייט פאר, און די פלאץ וואו איך בין אויסגעוואקסן האב איך געהאט פראגעס שוין ווען איך בין געווען אלט 15 יאר און איך האב זיך אוועקגעזעצט מיט מיין מג"ש און מיר האבן זיך דורך געשמועסט און מיר האבן קלאר געמאכט, אז ס'איז דא מאלן וואס "מוישקה דער ייד פון די קרעטשמע שטארבט צום סוף"
וואס איך זאג איז אז ס'איז דא א גרויס חלק פון פרומע אידען און ישיבות וואו מ'רעטציך דורך אין אלע פראגעס וואס סקען נאר זיין
און נישט אלעמען זענען אזוי שווארץ!
און צום ענדע זאלסטו וויסען אז ה' האט ליב יעדע איד ואוו ער זאל ניט זיין און וואס פאר אן עלטער, און מען דארף עם דינען אויכעט without א בארד און פיאות!
נ.ב.
שכיועח פאר אריופברענגן דעם טאפיק
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 6
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 10:27 am
אפשר טאקע העלפסטו מיר אריוס
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווענדט זיך וועלכע דענאמינאציע פון נצרות, ווענדט זיך וועלכע דענאמינאציע פון אידישקייט, אבער אין דורכשניט זענען ביידע די זעלבע, און בכלל האט יעדע דענאמינאציע פון נצרות אן ענליכע דענאמינאציע אין אידישקייט. איסלאם גראדע האט בעסערע ענטפערס פון ביידע, בודדהיזם האט נאך בעסערע.
איך האב טאקע א פראגע וואס איך האב געפרגט א פאר בודהיסטן (זיי האבן נישט גהעט אננטפער
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
- פרנס החודש
- ידיד ותיק
- הודעות: 699
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
- האט שוין געלייקט: 3763 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל
מיין באשולדיגונג איז דירעקטירט זייער ספעסיפיש צו די וואס:הטוב והמטיב האט געשריבן:1. ערשטנס וויל איך אוועקשטויסן די חברה וואס האבן משוגע געמאכט וועגן די פיאות וכו'
ער האט דאס געברענגט אלץ א ראיה אז קיינער פון זיין סביבה האט נישט געהערט פון עם, עד כדי כך אז אפילו ווען ער האט אראפגענומען די בארד און פיאות האבן זיי גארנישט געפרעגט,
2. איך בין זייער אנטוישט צו הערן אז די משגיחים האבן זיך געקריגט מכות מיט די בחורים, און די פלאץ ואוו איך בין אויסגעוואקסן איז נישט געווען אזא זאך, אפילו נישט קרוב צו דעם (אבער ווי דערמאנט פריער, די מעשה מיט דעם באס איז נאר א דוגמא, און דערפאר ענטפערן פאר דעם ספסיק מעשה וועט נישט זיין א' ריכטיגער ענטפער)
3. ולגוף הטענה, איך וועל מסכים זיין מיט דיר אז ס'איז דא פלעצער וואו די משגיחים און ראשי ישיבות אליין האבן די שאלות און ווייסן נישט אן ענטפער, און דאס איז א גרויסע עוולה פאר די בחורים און די עלטערן אויך, (א טאטע שיקט א קינד אין ישיבה כדי די ישיבה זאל עם מחנך זיין אויפן דרך התורה וואס דאס איז כולל אויך אמונה און ריכטיגע השקפה), און מיט דעם ביסטו אינגאנצען גערעכט אז איך ווייס ניט ווער איז א גרעסער גלייבער און ווער איז טאקע פרום,
(4.)אבער ווען איך גיי אין שפיטאל וואס איז פיל מיט דאקטוירים מיט "ספעשילטי" פאר א מחלה אין מיין פיס, און א גאנצע יאר ארבעט איך מיט א "סורטן" מעדעצין, און נאך א גאנצע יאר קומט אויס אז דער דאקטור האט א טעות געהאט און איך האב עפעס א צווייטע מחלה, צו דען וועל איך נישט גיין מער אין שפיטאל צו אן אנדערע דאקטער?? ברור ופשוט אז ניין! וואס איך טריי צו זאגן איז, אז אמת טאקע און דע פלאץ וואו דו ביסט אויסגעוואקסן האבן די משגיחים ר"י רבנים נישט געענטפערט דיינע פראגעס (וויל זיי אליין מסתמא ווייסן ניטאמאל),
(5.) אבער ס'איז דא אנדערע דאקטוירים וואס ווייסן יא וואס גייט פאר, און די פלאץ וואו איך בין אויסגעוואקסן האב איך געהאט פראגעס שוין ווען איך בין געווען אלט 15 יאר און איך האב זיך אוועקגעזעצט מיט מיין מג"ש און מיר האבן זיך דורך געשמועסט און מיר האבן קלאר געמאכט, אז ס'איז דא מאלן וואס "מוישקה דער ייד פון די קרעטשמע שטארבט צום סוף"
וואס איך זאג איז אז ס'איז דא א גרויס חלק פון פרומע אידען און ישיבות וואו מ'רעטציך דורך אין אלע פראגעס וואס סקען נאר זיין
און נישט אלעמען זענען אזוי שווארץ!
און צום ענדע זאלסטו וויסען אז ה' האט ליב יעדע איד ואוו ער זאל ניט זיין און וואס פאר אן עלטער, און מען דארף עם דינען אויכעט without א בארד און פיאות!
נ.ב.
שכיועח פאר אריופברענגן דעם טאפיק
1) האבן נישט קיין רעספעקט צו א בן-תורה (ווייל ער איז נאך א בחור אין ישיבה פאר די חתונה/האט אן אנדערע מיינונג, וכדומה)
2) די וואס נוצן אידישקייט אויסצונוצן די תמימות פון אונזערע קינדער/פרויען זיי אונטערצודריקן פיזיש/אינטעלעקטואל/גייסטיש/פאליטיש כדי צו אנהאלטן שליטה.
אויב דיינע עלטערן/רביים גייען נישט אריין אין איינע פון די קאטעגאריעס האב איך זיי בכלל נישט געמיינט!
Don’t ask unless you want to hear the answer.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 47
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 11, 2021 10:09 am
- האט שוין געלייקט: 66 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל
קען פליז מסביר זיין צו דעקן וואס די שרייבסט עדער ברענגן רעפרענסעסרביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווענדט זיך וועלכע דענאמינאציע פון נצרות, ווענדט זיך וועלכע דענאמינאציע פון אידישקייט, אבער אין דורכשניט זענען ביידע די זעלבע, און בכלל האט יעדע דענאמינאציע פון נצרות אן ענליכע דענאמינאציע אין אידישקייט. איסלאם גראדע האט בעסערע ענטפערס פון ביידע, בודדהיזם האט נאך בעסערע.