עס זעט אויס אז די מערכה אויף די שרעקליכע מכשול אז געוויסע מיידלעך רעדן מיט זייערע פרענדס נאך עלף אזייגער איז שוין צופיל אפילו פאר די יושבי חושך, סעטוטסעך הויך יום טוב אויף אייוועלט…
וואלווי האט געשריבן:ס'איז געקומען צו א פאוינט אז די גאנצע כינוסעריי אנשיקעניש זעהט מער און מער אויס ווי ס'קומט פון די מארקעטינג, פרינטער, האָלל אייגענטימער, סאונד סיסטעם, באס סערוויסעס, אינדאסטריע. ס'גייט זיי גאנץ גוט, ווי מער משוגע די רוחניותדיגער אטאריטעיט אונזערע ווערט, אלס מער פרנסה האט די מארקעטינג און ענטערטעינמענט אינדאסטריע. אפשר דארפן מען מער אינזין האבן די לא יצטרכו עמך בית ישראל זה לזה. איינער איז דא גוט צופראסקעט, און ס'איז קלאר נישט דער פשוטער איד אויפן גאס.
געהערט אמאל פון איינעם א פשט אין גמרא אין ברכות, מ'נאיז אריין געקומען צו דוד המלך און געזאגט צו עם, עמך ישראל צריכין פרנסה, האט ער זיי גענטפערט, לך התפרנסו זה מזה, גייטס דערשטיקטס ענק איינעם מיט'ן צווייטן. לויט ווי דו לייגסט עס אראפ שיינט דאס צו זיין גאנץ א שיינער פשט

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
אפשר קען מען פשעטלן ווייטער.....
עשרה קבים שיחה ירדו לעולם תשעה נטלו נשים ומשעה אחד עשר נטלו מהם ונתנו לכל העולם כולו
פרנס החודש האט געשריבן:עס זעט אויס אז די מערכה אויף די שרעקליכע מכשול אז געוויסע מיידלעך רעדן מיט זייערע פרענדס נאך עלף אזייגער איז שוין צופיל אפילו פאר די יושבי חושך, סעטוטסעך הויך יום טוב אויף אייוועלט…
ס'נישט ריכטיג זיי צו באטיטלן אלץ יושבי חושך. אסאך אירע דרייען זיך דארט פשוט ווייל דאס איז די בעסטע וואס זיי קענען האבן. זייער פילטער לאזט נישט דורך ק"ש וכדומה
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:יעדער בר-דעת פארשטייט אז מען רעדט נישט ווען דאס מיידל גייט ארויס אויפן גאס גייענדיג ערגעץ...
מען רעדט אויסדריקלעך ווען דאס מיידל זיצט אינדערהיים און קאלעצט ארום... והמכין יכין...
[נישט אז איך האלט אז אסר’ן איז די סלושען, נאר בלויז מסביר זיין וואס זיי רעדן]
ובכל אופן @לאנגע הויזן, האסט זייער א גוטע פענע קיפ איט אפ..
סאו וויאזוי קען מען עס אינפארסירן? אז עס איז דא א סעלפאון פאר ווען מען גייט אין גאס האט מען דאך דאס גרייט אויך אינדערהיים צו ניצן? איך טראכט אז יעדער זאל מוזן האבן אזא לאק באקס אין שטוב, בערך אזוי ווי די לאק באקסעס וואס אסאך שולן האבן. און נאר די מאן זאל האבן די שליסל...
בעסער געזאגט, די מאן זאל האבן די קאמבינאציע עס צו קענען עפענען עלעקטראניש פון זיין סמארטפאון, אזוי וועט ער עס קענען עפענען אפילו ער איז נישט אינדערהיים ווען די ווייב וויל ארויסגיין. מה טוב ומה נעים וואלט געווען אויב מען קען איינפירן אז די מאן זאל נאר האבן האלב פון די קאמבינאציע און די ראשי קהילה זאלן האבן די אנדערע האלב, אזוי אז יעדעס מאל וואס די ווייב וויל ארויסגיין פון שטוב זאל די מאן אריינלייגן זיין האלב פון די נומערן און ער וועט אנריפן די ראשי קהילה אז זיי זאלן אריינלייגן עלעקטראניש זייער סעט פון נומערן... און אזוי וועט מען אויך שוין קענען אריינכאפן צו וויסן וויפול די פרויען זענען ליידער עובר אויף דעם כל כבודה בת מלך פנימה... אזא הייליגע סיסטעם!! אוי ווי גאט פרייט זיך אויבן אין הימל! מען האלט ממש איין טריט אוועק פונעם תיקון השלם!
אהה מי כעמך ישראל! אזא הייליג פאלק!
הו קעירס וועגן אינפארסירן? די טראכסט צו טיף.
זענען פארהאן ליידיגגייער וואס זיכן פשוט עקשאן. זאל זיין יעדע שטיק צייט אין די העדליינס איבער א פרישע פירצה, מאכן אן אסיפה, כינוס התעוררות, אסיפת הורים, גענעראל פארזאמלונג, מעמד עם קדוש וכל שום וחניכה דאית להו. דערנאך וועט מען פראקאלמירן די תקנות וואס זענען "באשלאסן געווארן" ביים כינוס (עהעעעם), והיה מחניך קדוש! דעטס איט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמעון וואלף, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
היסטאריע האט געשריבן:עפעס שמעקט מיר דא, אז סאטמאר ווייל פארמאכט צוועלפטע קלאס משום סיבה, און גייען ארום אנשטינקען גאנץ כלל ישראל, כדי צו פאר וואסערן זייערע פראבלעם.
איינער ווייסט די אמת'ע סיבה פין צוועלפטע קלאס אין סאטמאר?
כדי צו לייזען די פראבלעם פון נישט וועלן חתונה האבן - דארפן די מיידלעך האבן מער קאנעקשאן מיט די
opposite gender דהיינו זכרים - און telzeq וועט נאך 11 אזייגער אדורךלאזן פאון קאללס בלויז נאר פון מיידלעך צו בחורים, והכל יבוא על מקומו בשלום...
און סימן טוב ומזל טוב וכו’ וכו’