אסיפה פאר פרויען - אלע חסידות'ער נעמען אנטייל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: אסיפה פאר פרויען - אלע חסידות'ער נעמען אנטייל

שליחה דורך פרנס החודש »

אויב איז איינער ספוילד איז עס דער טאטע, ער גיט איר א בעט צו שלאפן פיין וואס נאך? און זי באצאלט אים נאך דערפאר! זי גיט אים נאר נישט די גאנצע געלט וואס זי מאכט, און ער רעדט זיך אפ אז זי איז נישט זיין אמה העיבריה.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

כאילו ווען זייער 18-19 יעריגער בחור הייבט אן ארבייטן וואלטן זיי זיך געוואגט צו בעטן פאר די געלט.

די מיידלעך ווערן נאר קלוגער.

איך גלייב נישט אז די טאטעס וועלן מער צופרידן זיין אויב די מיידלעך מופן ארויס פון דערהיים ווייל מען דערגייט זיי די יארן.

אין עני קעיס, פארשטיי איך נישט פארוואס זיי האבן נאך נישט געמעקט דעם שמועס.
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
נעקסט לעוועל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 294
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 08, 2021 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 507 מאל

Re: אסיפה פאר פרויען - אלע חסידות'ער נעמען אנטייל

שליחה דורך נעקסט לעוועל »

שמעון וואלף האט געשריבן:
פרנס החודש האט געשריבן:עס זעט אויס אז די מערכה אויף די שרעקליכע מכשול אז געוויסע מיידלעך רעדן מיט זייערע פרענדס נאך עלף אזייגער איז שוין צופיל אפילו פאר די יושבי חושך, סעטוטסעך הויך יום טוב אויף אייוועלט…
ס'נישט ריכטיג זיי צו באטיטלן אלץ יושבי חושך. אסאך אירע דרייען זיך דארט פשוט ווייל דאס איז די בעסטע וואס זיי קענען האבן. זייער פילטער לאזט נישט דורך ק"ש וכדומה
סאיז מער אויף די שטרענגע צענזור אויף אייוועלט וואס לאזט די תושבים און די חושך
(כמעט נישטא קיין איין נייעס אשכול וואס איז נישט צענזורירט און געשניטן שטיקער)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פרנס החודש האט געשריבן:אויב איז איינער ספוילד איז עס דער טאטע, ער גיט איר א בעט צו שלאפן פיין וואס נאך? און זי באצאלט אים נאך דערפאר! זי גיט אים נאר נישט די גאנצע געלט וואס זי מאכט, און ער רעדט זיך אפ אז זי איז נישט זיין אמה העיבריה.
דער פראבלעם איז אז דער טאטע רעדט זיך איין אז ער איז אחריות אויף וואס זי טוט. אויב וואלט ער געוואוסט אז זי איז בארעכטיגט צו טון וואס אימער זי וויל (כל זמן זי גייט נישט אנטקעגן זיין ווילן ביי אים אין שטוב) וועלן זיך רוב פראבלעמען אויפהערן.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

שוין. פארמעקט. אוי האבן די חברה מורא פון נייע אינפערמעישאן.
איך גלייב אבער אז גענוג האבן עס געליינט.

אפילו אויב עס איז נאר דארט פאר 5 מינוט, איז עס גענוג אריין צו לייגן ספיקות פאר די וואס ניצן זייער קאפ אביסל.
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

פרנס החודש האט געשריבן:
IMG_0497.jpg
זאל א מיידל נאר זאגן פאר איר טאטע איך מאוו מיר ארויס איך דינג מיך א דירה האלט מיך נישט אויס און איך האלט מיין ארבעטס געלט פאר מיך, אוי וועט דער טאטע איבערדרייען א וועלט זי זאל ציריק אהיים קימען.
יותר ממה שהבת רוצה לינוק, רוצה האב להניק.

איז קימטס מיר נישט פארקויפן אז די מיידלעך זענען פאראזיטן.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

עס קומט אריין אין די מערכת,

אז אין סאטמאר בארא פארק, אין די לעצטע קלאס, איז שוין דא זעקס גיטין הש"י.

זעהט אויס, אז עס איז דא א פראבלעם, מען ווייסט נאך נישט וואס, פראבירט מען צו קראצען און מאצען, סעלפאון'ס, זעלבסשטענדיקייט, גיי ווייס.

וויאזוי זאגט דער זקן פין דער האטליין?
דער אלטע אידיאטישע מארמארישע וועג ארבעט שוין נישט, מען דארף זוכען נייע קאנסטראקטיוו וועגען.


אויב איז דא א פראבלעם אז די מיידלעך'ס נאטור פין זוכען לאוו און אנערקענונג ברענגט זיי צו וועלען מתחבר זיין מיט זייערע חבר'טס, אפשר איז צייט אויפצוהערען מיט אונזערע שגיונות.

אסאך האבען געשריבן וועגען דער התבדלות, אוודאי איז דער התבדלות שולדיג אין דעם, סיי ביי בחורים וואס ווערן אטראקטעד צו אנדערע בחורים, און סיי ביי מיידלעך וואס ווערען אטראקטעד צו אנדערע מיידלעך. מענטשען וועלען טוהן וואס זייערע אינסטינקט זאגט זיי צו טוהן. די טעכטער פין לוט, מיינענדיג אז די וועלט איז חרוב, האבען גענומען דער טאטע אויך.

אבער דער התבדלות איז אביסל צו א שווערע זאך דורכצוברעכן, אויב מען וויל זיין רעאליסטיש. ביי חרדים ווי דער התבדלות איז אזוי שטארק, אז אפילו אויב זאל עס מיינען אז האלב חרדים וועלן ווערן פריי צוליב דער התבדלות, איז התבדלות וויכטיגער ווי דעם. פארוואס? ווייל חרדים דינען קולטור, נישט דער תורה, ווי אויסגעשמועסט כמה פעמים אין אנדערע אשכולות.

וואס יא?

מען דארף רעדען מער וועגען אינטימע ענינים, סיי מיט בחורים, סיי מיט מיידלעך. די רש"י'ס וואס מען סקיפט, די גמרא'לעך וואס רעדן וועגען די ענינים, און ביי די מיידלך די סייענס סאבדזעקס וואס מען טוט אויסרייסן פון די ביכער, און עס איז דא נאך אסאך דוגמאות וואס מען טוט אלץ אין דער ענין פון אויסרייסן יעדעס מדובר פין אינטימע ענינים און רמזים. ווען מען וואלט געוועהן מער אפן צו רעדן אביסל וועגען דעם, וואלט עס שוין געוועהן גענוג אריין צו לייגן אין די הערצער פין די יונגע מוחות א תאווה של ממש, פון וועלן קענען און האבן דער אפאזיטע מין.

ענדערש א מעשה פון א בחור וואס האט געטראפען און געשמועסט מיט א מיידל, ווי א בחור וואס האט געהאט נישט כשר'ע שייכות מיט א אנדערע בחור.

ענדערש א מעשה פון א מיידל וואס האט געשמועסט און געטאטשט א בחור, אדער אפילו געהאגט און מנשק געוועהן, ווי איידער א קלאס מיט זעקס גיטין, אדער מיידלעך וואס ווילן נישט חתונה האבן.

דאס אויסרייסן יעדעס זיק של תאווה פין מיידלעך האט א השפעה.

דאס איז די תוצאה פון אונזער אייגענע געמאכטע חומרות און עקסטרעמע פארדאמונג פין יעדעס אזכרה פון עניני מין, און בכלל בילדער פון פרויען וכו'.

טאמער איינער מיינט אז דער פראבלעם איז נאר ביי מיידלעך, חלומ'ט ער, ביי בחורים איז עס מער, נאר היות מען איז געוואוינט צו א געוויסע פראצענט הניכר נאך פון א מאל, איז דער גרויסע צוגעקומענע חלק פין בחורים נישט אזוי ניכר.

אבער פרעגט אייך נאך ביי די שדכנים, עס איז היינט א דור פון בחורים, ווי חוץ אפאר מצויינים זענען די בינונים געווארען גאר שוואך. נישטא קיין בינונים, יעדער איינער מיט א מוח בינוני פאלט מורא'דיג נידריג.

אוי לו לדור שכך מנהיגיו, זיי ווייסן נישט ווי זיך צו ספראווען, האבען נישט קיין אהנונג וואס טוט זיך, און צו אלע צרות זענען זיי נאר ביזי ווי אזוי אריין צו קעשן לטובת עצמם, און רייטען סיי אויף דער צבור'ס הצלחות, און סיי אויף די פראבלעמען, אלץ לצורך עצמם.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

פרנס החודש האט געשריבן:
IMG_0497.jpg
כ'מיין אין היסטאריע פון קאווע שטיבל איז נאכנישט געווען אזא געשמאקע שמועס ווי דעם אשכול, ענדיוועיס, סתם פאר די רעקארד, מיין באבע ע"ה האט מיר אמאל געזאגט לגבי די היינטיגע יאגעניש צו הייראטן אז "ווען מ'האט אונז אוועקגעפירט (ביי די האלאקאוסט) בין איך געווען 23 יאר אלט, און קיינע פון מיינע פרענדס זענען נאכנישט געוועהן קיין כלה..." עכלה"ק.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
פרנס החודש האט געשריבן:
IMG_0497.jpg
כ'מיין אין היסטאריע פון קאווע שטיבל איז נאכנישט געווען אזא געשמאקע שמועס ווי דעם אשכול, ענדיוועיס, סתם פאר די רעקארד, מיין באבע ע"ה האט מיר אמאל געזאגט לגבי די היינטיגע יאגעניש צו הייראטן אז "ווען מ'האט אונז אוועקגעפירט (ביי די האלאקאוסט) בין איך געווען 23 יאר אלט, און קיינע פון מיינע פרענדס זענען נאכנישט געוועהן קיין כלה..." עכלה"ק.
א ראי' אז פרי-ערעינדזשד מעריעדזש האט שוין געסאקט פארן קריג...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער עולם ברענגט ארויס וויכטיגע נקודות ווי אזוי און פארוואס מ'איז אנגעקומען צו אזא מצב.
אז ס'איז א תוצאה פון אונזער אייגנארטיגע אויפגעשטעלטע תהליכי החיים בתוכנו...

עכ"פ, אויב אזוי זעה איך נישט וואס מ'איז אין א פאניק, מ'דארף צאמנעמען די ציבור און מאכען כינוסים?!

ס'קומט דאך שוין באלד כ"א כסלו, איז פאסיג אז ביים גרויסען מעמד זאל מען אויסשרייען, יאפ אונזער מהלך איז די בעסטע מהלך, נאר אזוי קען מען אנהאלטן די ריכטיגע וועג און יעצט קען מען שוין זאגען בפה מלא...
The results are in

יעצט קען מען ווייטער זינגען; חסדי ....... בך בטחו...
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

דו קומסט מיר פאר ווי דעם צווייטן רביה"ק בנש"ק תורות ווי דער רבי זי"ע איז מרעיש עולמות קעגן די ציונים און זייערע ניצחונות און ניסים אין די מלחמת ששת הימים, און די אגודה'סטישע רבנים. און דער רבי מיט זיין שאגת ארי שרייט מיט ווייטאג היעלה על הדעת!! ווי קאן מען אפילו זאגן אנדערש?!?! במילא יעצט קאן מען שוין פארשטיין... דער בוכ"ע זאל זיך מרחם זיין.... בהתגלות כבוד שמים בב"א..

ידיד נפש אב הרחמן.... אל מסתתר... און בענטשן.. און היצטערט איז שוין אלעס פארענטפערט. נישטא מער קיין ניסים אלעס איז בדרך הטבע און אחאב איז אסאך מער צדיק פןן די אגודה'סטישע רבנים און הכל על מקומו יבא בשלום.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

איך מיין אז עס איז א גוטע צייט מען זאל בודק זיין אויב ביי די ליטווישע איז אויך דא א פארמערונג פון גיטין.

איך האב שוין לאנג א טעאריע אז בעצם טרעפן די ליטווישע יא אסאך בעסערע און מער צוגעפאסטע שידוכים דורך די דעיטן סיסטעם. הגם קיין עולם התיקון איז עס נישט, עס איז למעשה דאך דא דארטן א סעגרעגאציע, און עס גייט נישט צו אויף א אויפן אז דער בחור האט צוואנציג אויסוואלן אויפן טיש בבת אחת. ווען ער זאגט ניין אויפן ערשטן גייט ער צום צווייטן און נאכן זאגן ניין אויפן צווייטן גייט ער צום דריטן... און אויב זיין נערווען לאזט זיך אויס ביים דריטן אפילו די ערשטע איז מער צוגעפאסט קען ער שוין נישט צוריק דרייען דעם זייגער...
ועוד פראבלעמען וואס איז דא... דאך האלט איך אז די פראצענטן פון צופרידענע קאפלס איז דארטן העכער.

קיין סטאטיסטיקס האב איך טאקע נישט אויף דעם און איך גלייב נישט אז עס איז פארהאנען, אבער קאמען סענס זאגט אז ווי מער מען טוט נארמאלע באווארענונגען און פעולות צו טרעפן עפעס גוט, אלס מער שאנסן האט מען אז עס וועט געלונגען.
אז מען וואלט געמאכט שידוכים ביי אונז אזוי ווי יענע מלכה פון חז"ל מיט די טויזנט עבדים ושפחות אהן קיין שום חשבון וואלט געווען גאר אסאך נישט געלונגענע קאפלס, אז מען וואלט שוין געהאט א בעסערע סיסטעם ווי עפעס א שדכן שטעלט יא צוזאמען עפעס מיט א חשבון אבער קיין ברעקל אינפערמאציע וואלט מען נישט געטון, וואלט געווען אביסל בעסערע ראטעס פון צופרידענע קאפלס, לייג צו אינפערמאציע, גיען די פראצענטן ארויף, וא"כ איז די שכל פשוט מחייב אז מיט דעיטן וואלט געווען מער א העכערע ראטע פון צופרידענע קאפלס.

יא, כווייס אויך אז מען קען פאפן, גאר אסאך מיידלעך קענען זיך באהערשן פאר די שעות וואס מען דעיט, מען קען נאכאלטס נישט אלעס זען, עס קומט נישט צו צו די געמישטע סקולס ווי מען קען זיך גוט אדורך אין אדורך, אבער דאך זענען דא א פראצענט וואס קענען זיך 'נישט' באהערשן ביי די פאר דעיטס און די בחור קען יא מער דערשנאפן אז עס איז נישט פאר אים, עט ליסט מער ווי ווען ער וואלט נאר געזעסן מיט איר ביי א טיש פאר צוויי בעשויס. די חילוק קען און לכאורה טוט טאקע געהעריג אויפהייבן די צופרידנהייט ראטע ביי די ליטווישע... און געדענק, מען רעדן דא פון די עתיד פונעם מענטשנס גאנצע לעבן, אויב אפילו טוט עס אויף אויף איין קאפל פון הונדרעט האט זיך עס שוין געלוינט. ובפרט אז איך האלט אז עס איז דא אסאך א העכערע פראצענט פון פאטענציאלע צופרידענע קאפלס.

די ארגומענט קעגן מיין טעאריע איז אייביג געווען אז תכלית זעט מען נישט אז די גיטין זאלן זיין מער ביי די חסידישע ווי ביי די ליטווישע וא"כ איז די גאנצע געביידע צעפאלן.

מיין ארגומענט דערקעגן איז אייביג געווען אזוי: קוקן אויף גיטין איז בכלל נישט די מעסטערל צו דערגיין וואו איז דא א העכערע פראצענט פון צופרידענע קאפלס. אויב וואלט מען זיך גע'גט אין אונזער סעסייעטי בלויז ווייל מען איז נישט צופרידן וואלט מען טאקע געקענט מעסטן אזוי, אבער למעשה אין אונזער געזעלשאפט איז זיך גט'ן א זאך וואס מען טוט נאר ווען עס איז כלו כל הקיצין, די ווייב אדער מאן איז ממש משוגה ואין יום שקללתו ברובה מחברתה נאר דעמאלטס הייבט מען אהן צו ארויפברענגען דעם געפערליכן געדאקן אויפן מחשבה אז 'אפשר אפשר' מען גייט הייסן א גרוש...

דאס הייסט אז נאר אויב עס איז עק וועלט קאנסידערט מען זיך צו גט'ן, וא"כ איז פארשטענדליך פארוואס עס איז נישטא קיין גיטין מער דא ווי דארט, ווייל די פראצענטן פון גייסטיש אומסטאבילע פרויען אדער מענער זענען דאך גלייך ביי די ליטווישע און חסידישע... אויב אזוי איז מיין טעאריע געבליבן א טעאריע...

אבער היות עס איז געווארן א נייע סטייל אז מען גט זיך יא בלויז ווייל עס פעלט קעמיסטרי, מען טרעפט פשוט נישט ליבע און מען איז בלויז נישט צופרידן, קען מען יעצט פון פריש באטראכטן און זען אויב די פראבלעם איז ערגער ביי אונז ווי ביי די ליטווישע...

אפשר קען אונז @ליטוואק פון בודאפעסט ארויסהעלפן מיט די נומערן.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

שליחה דורך פרנס החודש »

איך האב דיר געגעבן א לייק אן בכלל ליינען ווייל דו האסט אנגערירט אזא וויכטיגע נושא און נאך געשריבן אזא לאנגע תגובה אויך. יעצט האב עס דורכגעליינט זעה אז דו שרייבסט מיט א געוואלדיגע קלארקייט. למעשה מיין איך אז לעצטענס איז די ראטע פון גיטין ביי חסידים שוין ווייניגסטנס אזוי הויך ווי ביי די ליטאים און אפשר העכער. דאס גיט צו שטארקייט צו דיין נקודה.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

ביי ליטווישע איז דא נאך א זאך, אז זיי טרעפען זיך בשעת מען איז חתן כלה, און אסאך שידוכים ווערען אויס, ווייל מען הייבט אהן זעהן מער דער פנימיות.

ביי חסידים, ארבעט עס מער מיט א שפיל צו קענען פאפען חתן כלה. למשל, די היימישע מלמדים (גראדע אויך דא צו ווייניג) וועלען אויסלערנען א בחור וואס צו זאגן, און וואס צו רעדן.

געוועהנליך איז כמעט נישטא וואס א בחור זאל נישט וועלען א מיידל, טאמער עפעס, איז דער מיידל דער וואס זאגט אפ, ביי חסידים.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

שליחה דורך פרנס החודש »

פאר דעם אליינס ברויך מען זיך טרעפן פאר די חתונה כסדר, וויפיל געלט און עגמת נפש מען שפארט זיך דורך אפלאזן פון א שידוך וואס וואלט סיי ווי געווארן אויס ביז א חדש נאך די חתונה
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
נעקסט לעוועל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 294
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 08, 2021 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 507 מאל

Re: אסיפה פאר פרויען - אלע חסידות'ער נעמען אנטייל

שליחה דורך נעקסט לעוועל »

וואלווי האט געשריבן:ס'איז געקומען צו א פאוינט אז די גאנצע כינוסעריי אנשיקעניש זעהט מער און מער אויס ווי ס'קומט פון די מארקעטינג, פרינטער, האָלל אייגענטימער, סאונד סיסטעם, באס סערוויסעס, אינדאסטריע. ס'גייט זיי גאנץ גוט, ווי מער משוגע די רוחניותדיגער אטאריטעיט אונזערע ווערט, אלס מער פרנסה האט די מארקעטינג און ענטערטעינמענט אינדאסטריע. אפשר דארפן מען מער אינזין האבן די לא יצטרכו עמך בית ישראל זה לזה. איינער איז דא גוט צופראסקעט, און ס'איז קלאר נישט דער פשוטער איד אויפן גאס.
טיקעטס וועלן פארקויפט ווערן אין די סקולס…
ווער מאכט די גראב געלט פון די ״קידוש שם שמים..?״
די קאנספיראציע באקומט הענט און פיס…

בילד
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

פרנס החודש האט געשריבן:פאר דעם אליינס ברויך מען זיך טרעפן פאר די חתונה כסדר, וויפיל געלט און עגמת נפש מען שפארט זיך דורך אפלאזן פון א שידוך וואס וואלט סיי ווי געווארן אויס ביז א חודש נאך די חתונה
אדער ער וועט זיך נישט גט'ן און צאמליידן זיין גאנץ לעבן.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

שליחה דורך פרנס החודש »

שמעון וואלף האט געשריבן:
פרנס החודש האט געשריבן:עס זעט אויס אז די מערכה אויף די שרעקליכע מכשול אז געוויסע מיידלעך רעדן מיט זייערע פרענדס נאך עלף אזייגער איז שוין צופיל אפילו פאר די יושבי חושך, סעטוטסעך הויך יום טוב אויף אייוועלט…
ס'נישט ריכטיג זיי צו באטיטלן אלץ יושבי חושך. אסאך אירע דרייען זיך דארט פשוט ווייל דאס איז די בעסטע וואס זיי קענען האבן. זייער פילטער לאזט נישט דורך ק"ש וכדומה
נו וועגן דעם הייסן זיי דאך יושבי חושך, ניין?
Don’t ask unless you want to hear the answer.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געוויסע טענה'ען מיט רעכט אויב ס'איז שוין דא אן אויפוואכונג בנוגע פארברענגען די צייט, וואס טוט זיך מיט אייוועלט פארברענגענישען?!

מען דארף איינפירן אז אינדערפרי בזמן התפלה ווי אויך 2 שעה ביינאכט בזמן הלימודים זאלען די פילטער קאמפאניס בלאקירן אייוועלט!!

ווי עסקנים געבן איבער איז דאס למעשה א בור ברשות הרבים, אפי' לאמיר זאגען ס'איז אן אויסגעהאלטן פלאץ, סוף סוף איז דאס א צייט פארברענגעניש אויפען חשבון פון תורה ותפלה!!
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

פארוואס נאר 2 שעה און פארוואס נאר אייוועלט, מען ברויך פארלאנגן פון די פילטער קאמפאניס אינגאנצן צי פארמאכן די אינטערנעץ פון 5 נאכמיטאג ביז 9 צופרי ווייל די שעות זענען נישט לצורך פרנסה.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

פארוואס נאר 2 שעה אין פארוואס נאר אייוועלט, מען ברויך פארלאנגן פון די פילטער קאמפאניס אינגאנצן צי פארמאכן די אינטערנעץ פון 5 נאכמיטאג ביז 9 צופרי ווייל די שעות זענען נישט לצורך פרנסה.
דאס איז א גוטע עצה.

הגם, די פרויען קענען פארברענגען צווישן זיך, און די מענער ביזי אויף דער אינטערנעט, און אלעס פארט.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
לאנגע הויזן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך לאנגע הויזן »

איינער מאכט שוין געלט אויף די נייע חורבן הדור.
IMG_20221201_204307_193.jpg
באניצער אוואטאר
נעקסט לעוועל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 294
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 08, 2021 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 507 מאל

שליחה דורך נעקסט לעוועל »

היסטאריע האט געשריבן:
פארוואס נאר 2 שעה אין פארוואס נאר אייוועלט, מען ברויך פארלאנגן פון די פילטער קאמפאניס אינגאנצן צי פארמאכן די אינטערנעץ פון 5 נאכמיטאג ביז 9 צופרי ווייל די שעות זענען נישט לצורך פרנסה.
דאס איז א גוטע עצה.

הגם, די פרויען קענען פארברענגען צווישן זיך, און די מענער ביזי אויף דער אינטערנעט, און אלעס פארט.
אויב אזוי איז דאך סתם א שאד צו צאלן פאר די דשאמבא חתונה, זאלן זיי שוין בלייבן בחורים און מיידלעך פאר דעי פרייז...
פארשפארט