עמקות המחשבה האט געשריבן:די מעשה בעצם איז א שרעקליכע מעשה, אבער פון דעהם ביז באשמוצן אלע דרייווערס איז פאל מיר א גאנג, איך זעה טעגליך באס דרייווערס וואס צופליקן זיך פאר די סעיפטי פון קינדער, אסאך מאל כאפן זיי אריין שרעקליכע קולות סתם פאר די עוולה פון בלאקן ביידע לעינס ווי די געזעץ פארלאנגט, זיי קומען אסאך מאל אפילו אראפ פון זייער בעקוועמע זיצן אריבער צו טראגן קינדער די גאס, אלעס אז דיינע קינדער זאלן אהיים קומען געזינט און שטארק, אוודאי איז דא ווילדע דרייווערס וואס פארן ווי חיות און פארשטייט זיך מ׳דארף קעיר נעמען פון דעהם, אבער פארוואס סתם באשמוצן יעצט אלע דרייווערס
עמקות המחשבה: ייש"כ. איך האב (ב"ה) געדרייווט/דרייוו א באס אין ביידע פלעצער. בארא פארק און מאנסי. ווען די געמיטער וועללן זיך א ביסל בארואיגן און די היץ וועט אראפגיין וועל איך (בלי"נ) געבן אן אפשאצונג איבער באס דרייווינג און באסדרייווערס בכלל.
שלא כידידנו הנעלה הרב ..."פרנס החודש"...וועלכער האט פאראויסגעזאגט שעות של קורת רוח פון היציגע דעבאטעס צווישן בערל בעל עגלה און א בני יואל (מענטש). ווייל שרייען אויף די העכסטע טענער און ארויסווארפן באשולדיגונגען און רופן נעמען האט נישט קיין פשט און קיין תכלית.
ביזדערווייל. די מערסטע קרעדיט אין די גאנצע פרשה קומט זיך פאר קהל'ס נער און עמקות המחשבה. וועלכע האבן (שני נביאים נתנבאו בסיגנון אחד) ביידע, אזוי אויך ווי אנדערע ניקס מיט ישוב הדעת גערופן זיך א ביסל צו בארואיגן און נישט ארויסווארפן אלגעמיינע סטעיטמענטס אזוי ווי..."אלע באסדרייווערס זענען חיות און מטורפים"...!
א בני יואל האט געשריבן:לאור המצב היינט אין מאנסי מיטען באס וואס האט געקראכט אין א הויז אין ליידער פארווינדעט אפאר קינדער האלט איך אז מען מעיג אויסשמיעסן די מצב פען די באס דרייווערס אין מאנסי אין אויך אין אלע היימישע געגענטער
איך האלט אז די דרייווערס זענען חיות מטורפים וואס מען דארף איינמאל פאר אלעמאל זיך נעמען טיילען טיקעטס פאר אלע פין זיי אין אזוי אפקלינען די פאריקטע דרייווערס וואס פליען אדורעך רויט לייטס אין דרייווען ראנג וועי אין אסאך מער
קהל'ס נער האט געשריבן:וליוסי געשטעטנער אמר:
אינז ווייסן אז די האסט געזיכט אויפציטין פאר כלל ישראל מיט דיין ספיד באמפ (עכ"פ אזוי האף איך) למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז די ספיד באמפ מאכט נאר ערגער, זיי'זשע מוחל לייג אוועק דיין איגאו און יעצט גיי עסק'ן אז מען זאל עס אוועקנעמען.
און קים נישט מיט דיינע טענה אז מענטשן זאלן נישט פארן אויף די גאס, קודם כל זייט ווען זאגט מען פאר מענטשן אז זיי טארן נישט פארן אויף א געוויסע גאס ווייל סקימט איינעם נישט אויס גיט, והשנית והוא העיקר אינז ווייס מיר אז די צאלסט נישט קיין פראפערטי טעקס אויף דיין הויז איז ווי האסטו די חוצפה צי זאגן פאר איינער וואס צאלט יא פראפערטי טעקס נישט צי פארן אויף דיין גאס.
קהל'ס נער: איך ווייס נישט איבער וועלכן ספעציפישן פאל דו רעדסט, און וואס די אישו איז דארט. איך האב נישט קיין פאליטישע אינטערעסן. נאר איין זאך קען איך זאגן מיט א זיכערקייט, אז די אזוי-גערופענע ספיד באמפס וועלכע מ'לייגט ארויס אין געוויסע גאסן דא אין מאנסי (איך רעד נישט פון די אריינגעבויטע וועלכע זענען דארט א גאץ יאר) וואס מ'נעמט אוועק פאר'ן ווינטער און מ'לייגט זיי צוריק אין ספרינג. אט די באמפס צוברעכן די טשעסי/אנדערקערידזש פון די סקול באסעס, אפילו מ'פארט אריבער שטייט, ווייל די באסעס (און אויך טראקס) האבן אזא מין אייזן וועלכע האלט די עקסל מחובר צו די טשעססי. דער אייזן הייסט א "יו-באלט" (ווייל ס'איז אין פארם פון א "יו"). און א יעדעס מאל דער באס פארט אריבער אויף דעם (היימיש געמאכטן) ספיעד באמפ כאפט דער גאנצער באס זייער א שטארקן שאק אז דער גאנצער באס טרייסלט זיך.
איך בין געווען אויף באס אינספעקשאנס, און איינס פון די ערשטע זאכן וואס אינספעקטארס קוקן איז דער מצב פון די יו-באלטס. אין זייער א סאך פאלן זענען די באלטס לויז, און דאס איז א סכנה אז דער באס קען פארלירן די רעדלעך אינמיטן פארן מיט די קינדער.
קאצקע ציקער: די ביסט גערעכט מיט דיין אפשאצונג. נאר מ'דארף מאכן א חילוק אין וועלכע שטאט מ'רעדט. איך האב געדרייווט א באס סיי אין בארא פארק/ניו יארק סיטי און סיי אין מאנסי. אין בארא פארק, ליידער, אזוי ווי אין גאנץ נ.י. סיטי רעספעקטירט מען נישט רויטע לייטס און סטאפ סיינס פון די סקול באסעס. (כמעט) א יעדער פארט אריבער די באסעס ווען זיי האבן אנגעצינדן די רויטע לייטס און ארויסגעשטרעקט די סטאפסיין. אידן און גויים. אפילו היימישע אידן מיט לאנגע, ווייסע בערד. מהאי טעמא האבן טאקע אלע היימישע מוסדות אין נ.י. סיטי באסעס מיט 2 טירן. כדי די קינדער זאללן נישט דארפן אריבערגיין די גאס צום באס. אויך די פאליסלייט וועלכע ארבעטן אין די אידישע געגנטער שטערן נישט די אידישע דרייווערס אפ צו בלאקן די גאס. אויסער די פאליסן וועלכע קומען פון אנדערע נישט אידישע געגנטער, זיי טשעפען זיך אמאל אן אויף די אידישע דרייווערס וועלכע בלאקן אפ א גאס. אזא פאליסמאן האט מיך אמאל געסטראשעט אז ער קען מיר געבן א טיקעט פאר אפבלאקן די גאס. האביך איהם געזאגט. גוט. געב א טיקעט. איכ'ל דיך זעהן אין קאורט. האט ער אפגעפיצט...!
משא"כ אין מאנסי רעספעקטירט 99.9% פון די דרייווערס די רויטע לייטס פון די סקול באסעס. דערפאר האבן טאקע אלע היימישע מוסדות אין מאנסי באסעס נאר מיט איין טיר...!
יעצט בעל עגלה פארציילט א מעשה אז ער האט זיך געשטעלט שיעף און א פאליס האט עם אפגעשטעלט, און נאכדעם וואס ער האט געזאגט "סי יוא אין קארט" האט דער פאליס אפּגעפיצט. 'אדער יא אדער נישט'. איך בין נישט מחויב צו גלייבען אזוינע שטותים, ווייל וואס למשל האט ער מורא געהאט? דער פאקט אז דאס מיינט אבּסראקטינג טרעפיק בלייבט א פאקט /דרייווינג אין אנקאמינג דיירעקשען/דרייווינג ראנג וועי/ רעקלעס דרייווינג /ועוד, אנטשולדיגט איך בין נישט מחויב צו גלייבען אזא מעשה, ס'קוקט אויס ווי א חלום.
למעשה די סיבה פארוואס מען שטעלט נישט אפ אונזערע דרייווערס איז ווייל זיי פארשטייען וואס עס גייט פאר און זיי רעכענען זיך מיט די קינדערס סעיפטי.
יעצט לאמיר רעדן פין די קאר דרייווערס. יא זיי זענען אויך ציווילדעוועטע חיות, אבער דאס אז איינער דרייווט א באס מיינט נישט אז וויבאלד ער איז שטערקער און גרעסער קען ער טון וואס ער וויל אין וואס אים שמעקט,
אריין שניידן אין קארס וואס קימען צו פארען און דו קומסט ארויס פין א געסעלע און דו ווילסט זיך אריינשטיפען אויף די מעין גאס מיינט נישט אז וויבאלד דו ביסט גרעסער מעגסטו עס טון. סיי ס'איז נישט מענטשליך, סיי דו ביסט א חיה רעה, און סיי דו ברענגסט אריין א סכנה אלע קינדער אויפן באס און אויך פאר דעם דרייווער אין וועם דו שניידסט אריין. און יא, אויב יענער שטעלט זיך נישט אפּ פאר וואטעווער ריזען קענסטו איבערדרייען דעם באס מיט די קינדער און הארגענען מער ווי איין מענטש, אין נאכדעם?
און ער איז א מערדער אהה אין קול מיט וואסער וועט אים דערנאך ריפען א העלד.
איך פארצייל דעי מעשה ספעסיפיק ווייל איך האב א ווידיא פון דעם ווי אזוי א צולאזטער דרייווער פון א מוסד קומט ארויס פון קיערסינג פארקוועי אריין אין 306 און שניידט אריין אין קארס פון ביידע זייטען. איי וועסטו שרייען דאס מיינט נישט יעדער, נאר איינער? דערמאנט מיך א מאנסי טרעילס דרייווער האט מיר אמאל געזאגט 'איך האב א מוהל מעסער איך שנייד אריין אין יעדעם', פארוואס, ווייל איך בין גרעסער אין איך קען, אבער איינמאל די וויץ געלונגט נישט....
איך קען א דרייווער אין בארא פארק וואס פלעגט אלעמאל דרייווען מיט די סעל און רעדן, איך האב אמאל מיטגעהאלטען ווי אזוי ער איז געווארן אפגעשטעלט מיט א סקול באס אין איך באמערק ווי אזוי דער פאליס לאזט אים גיין, גיי איך צו אין איך פרעג עים ווי אזוי האסטו דאס באוויזן? ענטפערט ער אז ער איז א שומרים מעמבער און ער האט געוויזען א קארטעל.
איז דאס גערעכט? יא, ס'איז אים געלונגען. דאס מיינט נישט אז ער איז סעיף, דאס מיינט נישט ער איז גערעכט.
יעצט, דריי מיר נישט קיין קאפּ מיט זאגען אז "נישט יעדער איז אזוי",
נעכטן שרייט מיר א יונגערמאן אז מען דארף בלעימען די מוסדות ווייל זיי יאגען די דרייווערס, און די דרייווער האט נישט קיין ברירה, ממילא דרייווען זיי אזוי,
אבער דער פאקט שלאגט ווייטער אין פנים אריין אזוי דרייווען זיי ווי חיות, רוב מאל געלונגט עס און איינמאל נישט, און דעמאלטס אהה, יעדער פארענטפערט דעם דרייווער,
ער איז נאך מסביר 'געהערט פונעם דרייווער אז ער איז ארויסגעפאלן פונעם זיץ'... וואספארא גערעדאכטץ איז דאס? דו האסט שוין געזעהן א מענטש פאלט ארויס פון א זיץ ווען ער פארט אויף פופצען מייל א שעה מיט סיט בעלטס אנגעטיהן?
העי בעל עגלה, דו דרייווסט א באס... 'סמאכט סענס?
מר. בני יואל, די ביסט גיט אויף גיסן פעך און שוועבל למעשה האסטו נישט געענטפערט אויף מיין שאלה צי די קענסט די פלאץ.
ווי זאגט שמן למאור נאך בשם רביה"ק די דריטע הקפה וועסטו שוין מיזן טאנצן אליין.
א שטיק צייט צירוק איז געווען אין די נייעס די סטאטיסטיקס פון פאטאליטעטן פון קינדער אין ניו יארק סטעיט דורך סקול באסעס אין די לעצטע צען יאר. פיר פון פינף זענען געווען ישיבה באסעס!, עס איז געווען אויף די פראנט פעידש פון ״די צייטונג״, איינער געדענקט?
קהל'ס נער האט געשריבן:מר. בני יואל, די ביסט גיט אויף גיסן פעך און שוועבל למעשה האסטו נישט געענטפערט אויף מיין שאלה צי די קענסט די פלאץ.
ווי זאגט שמן למאור נאך בשם רביה"ק די דריטע הקפה וועסטו שוין מיזן טאנצן אליין.
ניין איך קען נישט די פלאץ אבער א סימפל גוגגעל סורדז אויך די גאס ווייזט מער ווי גענוג
שמן למאור: איך האלט אז דו ביסט בדרך כלל גערעכט מיט דיין אפשאצונג פון דעם מצב.
נאר אונז דארפן טראכטן למעשה וואס קענמען טון? לפענ"ד. דארף מען גרינדן א נייטראלע קאמיטע פון באזעסענע בעלי בתים וועלכע זאללן האבן די אויטאריטי איבער די אחריות פון די באסדרייווערס פון אונזער געגנט אין מאנסי/עירמאנט, וכו,.
מ'דארף געדענקען אז רובא דרובא פון די היימישע באסדרייווערס (פון די גוי'אישע קאמפעניס רעדן מיר איצט נישט. דאס איז א מסכת בפני עצמו). און זיי דרייוון די באסעס מיט די סעיפטי פון די קינדער און פאבליק אין זייער קאפ.
נאר ס'זענען דא געוויסע מוסדות וואו די מענעדזשערס און בעלי בתים לייגן זייער שטארקע פרעשור אויף די דרייווערס. צו אריינכאפן וואס מער סטאפס. און ס'זאלל זיי קאסטן ווי ווייניגער געלט. און דאס רופט זיך אן אויף א נעגאטיוון אופן אויף די באסדרייווערס.
מיין מזל איז אז איך האב (ב"ה) זייער א גוטן און פארשטענדליכן באס מענעדזשער. וועלכער לייגט קיינמאל נישט קיין פרעשור אויף די באסדרייווערס. נאר איך האב אמאל געארבעט אין א געוויסן מוסד וואו דער בעה"ב האט געזוכט צו שפארן געלט. און נישט צוגעשטעלט עטליכע קליייניקייטן וועלכע וואלטן פארגרינגערט פאר די דרייווערס. נאר ער האט געלייגט זייער א סאך פרעשור אויף די דרייווערס. ווען איך האב דאס איינגעזעהן, האביך געמאכט אן החלטה צו רעזיגנירן פון די קאמפעני. ווען איך האב געפיהלט אז איך קען נישט נאכקומען די סעיפטי רעגולאציעס . ווייל דער בעה"ב האט נישט געטון זיין חלק...!
רבותיי: איך האב יעצט איבערגעליינט דעם דיאטריב...(Diatribe)...פון א "בני יואל"...! איך וויל נישט ארויסלייגן קיין פערזענליכע אפשאצונג אדער אטאקעס. נאר איך זעה אז דער מענטש האט (לכה"פ) אן אגענדא/קאמפלעקס. ער איז נישט גרייט אויסצוהערן א צווייטנ'ס מיינונג. וואס איינער פארציילט פון זיין אייגענע עקספיריענס איז חלומות, פאנטאזיעס און שטותים. ער נעמט חלקים פון א צווייטנ'ס מיינונג און מישט עס אויך. און מאכט א קוגל וואס שטימט מיט זיין אגענדא אדער בויכווייטאג. ער האט גענומען שטיקלעך פון מיין תגובה און עס אויסגעדרייט און פארדרייט.
נאר אויב ער וואלט געווען א נארמאטיווער (אנדערש פון נארמאלער) מענטש וואלט איך איהם מסביר געווען אז ווען איך האב געזאגט אז די היימיש געמאכטע ספיעד באמפס צוברעכן די באסעס, מיינט דאס נישט אז זיי זענען נישט ניצלעך. זיי מאכן אז דרייווערס (סיי פון קארס און סיי פון באסעס) זאללן פארן שטייט. אבער דאס דארף צו זיין פראפעסיאנאל געבויעט. כ'וועל ניצן א ווארט פון מיין רבי שליט"א..."ווער ס'פארשטייט, פארשטייט"...!
א בני יואל: איך האב נאכנישט געזעהן דיינע יו טוב לינקס. (כאטש איך בין בטבע זייער א נייגעריגער מענטש). צוערשט וויל איך דיר זאגן א ייש"כ פאר בכלל מעורר זיין איבער אן ענין וואס קען און דארף האבן א תיקון.
נאר דו האלטסט מיך ענטערטעינד און אויפגערעגט (זייער שטארק) אין די זעלבע צייט.
צוערשט לאמיר רעדן איבער דיין פראפייל פון מיר. אין א פאר זאכן (2) ביסטו ספאט-אן. אין רוב פון דיינע סטעיטמענטס און אזויגערופענע פאקטן ביסטו אזוי ווייט אף-מארק. כרחוק מזרח ממערב. אויך. דו נעמסט ווערטער און זאצן (אויב דו ווייסט וואס די ווארט מיינט) אינגאנצן ארויס פון דעם קאנטעקסט אין וואס זיי זענען געזאגט געווארן. דו נעמסט האלב געבאקענע פאקטן און מאכסט א קוגל פון דעם און דו ציעסט דיינע אייגענע מסקנות
אונז האמיר א כלל. ווען א מענטש? מאכט אלגעמיינע באשולדיגונגען. און באשולדיגט א גאנצע גרופ פון מענטשן . צי זאלל דאס זיין אן עטנישע מינאריטעט אדער מענטשן וועלכע ארבעטן אין די זעלבע ליין. און לייגט ארויף א סטעמפל אויף זיי איז ער שוין אפגעפרעגט. און זיין אינפארמאציע און אזוי-גערופענע פאקטן זענען גארנישט ווערד צו ווערן גענימען אין באטראכט...!
איך בין זיכער אז ווען דו זאלסט קומען מיט מער קאנקרעטע פאקטן וואלט דער עולם מער אנגענימען דיינע ווערטער.
למשל. נאר איין פאקט (אדער אססאמפשן) וואס דו דערמאנסט. אז אויב איך דרייוו שוין א באס פאר א לאנגע צייט דאמאלס איז מיין דרייווינג לייסנס גארנישט ווערד. עכט וואלט איך דיר אפילו נישט געדארפט ענטפערן אויף דיין אבסורדאלן סטעיטמענט (ווייל דאס ווייזט אז דו ביסט נישט קיין ערנסטער מענטש). נאר איך וועל דיר יא ענטפערן. אז מיט עטליכע יארן צוריק ווען די סי.די.על. איז געווארן א פעדעראלע ליינס (האסט אפילו דאס נישט געוויסט...לאל) האבן אלע באסדרייווערס און טראק דרייווערס געדארפט אדורכגיין א פרישן טעסט. נאכ'ן אדורכשטודירן א ביכל פון עטליכע הונדערט פעידזשעס...!
איך לאך מיר נאר אונטער ווי דו מאכסט אססאמפשנס...איך האב (ב"ה) א פולן סקעדזשול פון דרייווינג טעגליך. 6 טאג א וואך...כה יתן ה' הלאה.
איך מוז מודה זיין אז דו ביסט א גוטער פאנטאזירער. דו וואלסט (אפשר) געדארפט ווערן א שרייבער. אין דעם סטייל פון די אמאליגע היימישע שרייבערס. ווי שמחה פלאכטע און יונה קרעפל. איך בין זיכער אז דו וואלסט געווען זייער שטארק סוקסעספול. איך וואלט זיכער געווען איינער פון די ערשטע צו ליינען דיינע סיפורי מעשיות...!