My psychedelic revelation

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

My psychedelic revelation

שליחה דורך פרייוויליג »

כ'זיך,
כ'בין נישט מיך,
עס פלאגט מיין געוויסן,
כ'דריי מיך ארום צוריסן,
מה למעלה ומה למטה,
מיין זעל ברענט ווי א פייער אויף וואטע,

אויבן אין מיין מוח,
דארט שפירט מיין נשמה ריין און הויך,
ווי א קלארע פייער וואס האט נישט קיין רויך,
ס'שפירט לייכט, עס דארף נישט קיין כוח,

די הארץ מאכט שווער,
וויפיל עס האט דארף עס מער,
קוק אויף מיר, קוק אהער,
ווען איך רעד, שרייט ער ווער,

ער מאכט מיך נידריג,
בעט זאכן וואס זענען איבריג,
מאכט נישט אויס אויב עס זינדיג,

איך ווער א קנעכט,
די הארץ איז אלץ אין געפעכט,
לויפט נאך, אפילו עס איז נישט עכט,
אינטערסירט נישט אויב עס שפירט שלעכט,

איך שוועב צווישן צוויי וועלטן,
א רואיגער מינוט טרעף איך זעלטן,
איך האב נישט די מיה,
דאס לעבן איז פארמאטערט, נישטא קיין רוה,

מיין לעבן זינגט און טרויערט,
מיין נשמה פרייליך, מיין הארץ פארזויערט,
זאכן רוקן זיך נישט, ס'גייט נישט forward
אלעס איז פארמאכט, ס'איז אינגאנצן פארמויערט,

מיין טייער קינד, קום מיט מיר,
לאמיך דיך עפענען די טיר,
כאפ מיך אן ווייל איך בין מיט דיר,
איך וועל דיך מגלה זיין א סוד,
איך בין דיין ג-ט,

גארנישט עקזעסטירט נישט נאך איך,
דו ביסט מיך, און איך בין דיך,
אלעס ווערט פארשווינדן, נישטא מער דעם זיך,

מיין נשמה איז מער נישט צוגעבינדן צו א קייט,
עס איז נישט נאנט און נישט ווייט,
עס האט נישט קיין ספעיס עס האט נישט קיין צייט,

איך זע די וועלט כחלום יָעוּף,
איך בין א נשמה, און נישט קיין גוּף,
אין א פארבייגענעדע שאטן,
טוען זיך מיינע פיין בראטן,

דאס לעבן איז אן אילוזיע פיל מיט חזיונות,
די מציאות איז א שפיגל פון מיינע דמיונות,
א מאדל פון מיין אייגענע נסיונות,
אדם חופש בדמיונו, דאס זענען מיינע עוונות,

דאס גאנצע לעבן איז געווען שנעל ווי אן אויגן בליק,
מיין לעבן האט זיך נישט אנגעהויבן 33 יאר צוריק,
איך בין נישט קיין מענטש וואס שפירט אז ער האט א נשמה,
איך בין א נשמה וואס שפירט ווי א מענטש, אן קיין שום הַגְזָמָה,

איך האב געשפירט דערשראקן,
איך בין געליגן איך האב נישט געקענט וואָקן,
איך האב געזוכט צו אנטלויפן,
נישט געווען וואו, נישט געווען קיין שום אופן,

מיין איינציגסטער טרייסט,
אז ארום מיך שוועבט א געטליכן גייסט,
ער נעמט מיך ארום פון אלע זייטן,
ער באפרייט מיך פון אלע קייטן,

נישטא אזא זאך ווי שלעכטס, כאב געהאט א טעות,
מיין באשעפער טוט נאר גוטס, ממנו לא תצא רָעוֹת,
די וועלט ווערט גוט, מענטשן זענען גוט, איך ווער מיטאמאל וואַך,
אלע וואסערן פירן דאך צום גרויסן טייך,

טאטע לאז מיך נישט דא איבער,
פונקט ווי דא אין צימער,
וויל איך דיך ווייטער שפירן וואו אימער,

איך וויל בלייבן מיט דיך שפאצירן,
איך וויל קענען עפענען אלע טירן,
נאר מיט דיך וויל איך זיך קענען באצירן,

מיין לעבעדיגן טאטע, דער המטיב והטוב'ן.
שפיר איך מיט מיך פונקט ווי אויבן,
אן אלמעכטיגער וואס זיין גרויסקייט זעט זיך ארויס פון "פּלענטס" גלייך ווי בלומען.


באניצער אוואטאר
עולם הזה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2020 5:55 pm
האט שוין געלייקט: 240 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

שליחה דורך עולם הזה »

ג-ע-וו-א-ל-ד-י-ג !!
האסט מיר גענומען אויף א געטליכע רייזע.
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 1053 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל

שליחה דורך מונטסורי »

מיין גאט ווי איך בין דיר מקנא! ווי דאס גאנצע וועזן מיינער גארט פאר אביסעלע רוגע, אביסעלע געטליכקייט, אביסעלע שקט, אביסעלע גארנישט, אביסעלע קול דממה דקה, א לויטערע שטילקייט, כאטשיג אביסל, נאר עקזיסטענץ, באשעפער זיסער, נאר עקזיסטענץ.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

פרייוויליג האט געשריבן: מיין איינציגסטער טרייסט,
אז ארום מיך שוועבט א געטליכן גייסט,
ער נעמט מיך ארום פון אלע זייטן,
ער באפרייט מיך פון אלע קייטן,
אני הקטן זעה געווענליך נאר ענטיטיעס וואס זענען אונטער מיך אבער אפאר וואכן צוריק האב איך דאס ערשטע מאל געהאט אזא סארט מחזה פון איינער וואס איז העכער מיר, הגם ס'נישט געוועהן גאט, לכאורה א ספיריט גייד, (ער האט מיך געזאגט זיין נאמען און ס'נישט געוועהן קיינע פון די שבע שמות שאינם נמחקים...) אבער כ'האב אויך באקומען דעם געפיל ווי ער היט אויף מיך די גאנצע צייט, ס'האט געפילט זייער fuzzy און comforting.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן: מיין איינציגסטער טרייסט,
אז ארום מיך שוועבט א געטליכן גייסט,
ער נעמט מיך ארום פון אלע זייטן,
ער באפרייט מיך פון אלע קייטן,
אני הקטן זעה געווענליך נאר ענטיטיעס וואס זענען אונטער מיך אבער אפאר וואכן צוריק האב איך דאס ערשטע מאל געהאט אזא סארט מחזה פון איינער וואס איז העכער מיר, הגם ס'נישט געוועהן גאט, לכאורה א ספיריט גייד, (ער האט מיך געזאגט זיין נאמען און ס'נישט געוועהן קיינע פון די שבע שמות שאינם נמחקים...) אבער כ'האב אויך באקומען דעם געפיל ווי ער היט אויף מיך די גאנצע צייט, ס'האט געפילט זייער גוט, !YUM
ס'נישט פון די שבע, אבער ס'קען זיין פון די שבעה...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

:lol: :lol: :lol: אויך נישט, כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון א גאט מיט דעם נאמען, פון מענטשן מיט דעם נאמען האב איך יא געהערט...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן::lol: :lol: :lol: אויך נישט, כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון א גאט מיט דעם נאמען, פון מענטשן מיט דעם נאמען האב איך יא געהערט...
פון סייקאדעליקס הערט מען נישט, מ'זעהט...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

wow!

ווי פרעגט מיין אינגעלע:
ס'א עכטע מעשה??...
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

חברה, חברה! טוט דאס נישט...
ווערט אונז נישט אנטרינען אין עולם ה(....), אונז דארף נאך בעלי ׳שכל׳ דא, און טאקע דא מיט צוויי פיס, מיט וועם צו גיין צום טיש...

די סארט (און פיל מער...) זאכן האבן צייט לאחר מאה ועשרים.
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:חברה, חברה! טוט דאס נישט...
ווערט אונז נישט אנטרינען אין עולם ה(....), אונז דארף נאך בעלי ׳שכל׳ דא, און טאקע דא מיט צוויי פיס, מיט וועם צו גיין צום טיש...

די סארט (און פיל מער...) זאכן האבן צייט לאחר מאה ועשרים.
It's ok, לאז דיין אינער טשיילד רעדן, לאז עם רעדן, הער עם אויס, שמייכל צו עם, פייט עם נישט, עקסעפט עם, די ביסט אויך אין די ליכטיגקייט, עמברעיס עם. די ביסט די ליכטיגקייט, דיין עולם הזה איז דיין ליכטיגקייט, דיין שכל איז אויך דיין ליכטיגקייט, דיינע צוויי פיס אויך, דא אין דער וועלט אויך, די ביסט יעצט די לאחר מאה ועשרים פון דיין לאחר מאה ועשרים.
It's all ok
It's all beautiful and Serene
It's all about oneness

אל תירא עבדי יעקב כי בתוך עמי אני יושבת
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

וואלווי האט געשריבן:
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:חברה, חברה! טוט דאס נישט...
ווערט אונז נישט אנטרינען אין עולם ה(....), אונז דארף נאך בעלי ׳שכל׳ דא, און טאקע דא מיט צוויי פיס, מיט וועם צו גיין צום טיש...

די סארט (און פיל מער...) זאכן האבן צייט לאחר מאה ועשרים.
It's ok, לאז דיין אינער טשיילד רעדן, לאז עם רעדן, הער עם אויס, שמייכל צו עם, פייט עם נישט, עקסעפט עם, די ביסט אויך אין די ליכטיגקייט, עמברעיס עם. די ביסט די ליכטיגקייט, דיין עולם הזה איז דיין ליכטיגקייט, דיין שכל איז אויך דיין ליכטיגקייט, דיינע צוויי פיס אויך, דא אין דער וועלט אויך, די ביסט יעצט די לאחר מאה ועשרים פון דיין לאחר מאה ועשרים.
It's all ok
It's all beautiful and Serene
It's all about oneness

אל תירא עבדי יעקב כי בתוך עמי אני יושבת
פיין געזאגט. גוט געזאגט....
נאר ביטע זיי נישט בייז ווען כ׳גיי דיר דאס קוואוטן אין ׳אנדערע׳ אשכולות :-|
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

וואלווי האט געשריבן:
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:חברה, חברה! טוט דאס נישט...
ווערט אונז נישט אנטרינען אין עולם ה(....), אונז דארף נאך בעלי ׳שכל׳ דא, און טאקע דא מיט צוויי פיס, מיט וועם צו גיין צום טיש...

די סארט (און פיל מער...) זאכן האבן צייט לאחר מאה ועשרים.
It's ok, לאז דיין אינער טשיילד רעדן, לאז עם רעדן, הער עם אויס, שמייכל צו עם, פייט עם נישט, עקסעפט עם, די ביסט אויך אין די ליכטיגקייט, עמברעיס עם. די ביסט די ליכטיגקייט, דיין עולם הזה איז דיין ליכטיגקייט, דיין שכל איז אויך דיין ליכטיגקייט, דיינע צוויי פיס אויך, דא אין דער וועלט אויך, די ביסט יעצט די לאחר מאה ועשרים פון דיין לאחר מאה ועשרים.
It's all ok
It's all beautiful and Serene
It's all about oneness

אל תירא עבדי יעקב כי בתוך עמי אני יושבת
עולמך תראה בחייך.
פארשפארט