פייער צווישען וויזניץ מרכז און סערט וויזניץ

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

מאכט סענס וואס צפת זאגט, ווייל ביי די פאריגע חתונה ווען מ'האט אנגעהויבן זינגען האט הרב מענדעלע שטיל געמאכט מיט כעס דקדושה.

זעט אויס אז די פיצא דעליוועריס איז אויך א טעסק פון די וועד החתונות...
דאס איז נישט מיך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:33 am
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

שליחה דורך דאס איז נישט מיך »

צפת האט געשריבן:
5. נעכטן האט ויז'ניצע רבי ארויסגעשיקט א בקשה צו זיינע חסידים, אז קיינער זאל נישט ענטפערן און קיינער זאל זיך נישט אננעמען פאר זיין כבוד.
פאלגענד איז די בקשה
https://www.dropbox.com/s/9b4bg1v0686if ... .opus?dl=0
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די היינטיגע רבי'ס זענען די גרועים שבישראל יעדע בעל בתישע מענטש פארשטייט אז מען דארף פארקוקען ווען עפעס שמעקט נישט ביים מחותן אז די נייע קאפל זאל זיך אוועקשטעלן, די רבי'ס געספוילטע דרעקעס חוץ אני ואפסי איז גארנישט דא עטס קענטס ענק פארשטעלן וואס די קאפל מאכט יעצט מיט?
די סערעטער הייסט כאילו יא א נארמאלע מענטש זייער וויכטיג געווען די דרשה יא? כאילו דאס גייט פארלעשן די טעראר (אויב עס איז טאקע דא) א באנדע מטורפים
נחום הסופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

שליחה דורך נחום הסופר »

עמעזאן האט געשריבן:די היינטיגע רבי'ס זענען די גרועים שבישראל יעדע בעל בתישע מענטש פארשטייט אז מען דארף פארקוקען ווען עפעס שמעקט נישט ביים מחותן אז די נייע קאפל זאל זיך אוועקשטעלן, די רבי'ס געספוילטע דרעקעס חוץ אני ואפסי איז גארנישט דא עטס קענטס ענק פארשטעלן וואס די קאפל מאכט יעצט מיט?
די סערעטער הייסט כאילו יא א נארמאלע מענטש זייער וויכטיג געווען די דרשה יא? כאילו דאס גייט פארלעשן די טעראר (אויב עס איז טאקע דא) א באנדע מטורפים
אפשר האט ער אמאל געהייסן א נארמאלע מענטש,
נישט נאך די פרישע דרשה.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קודם לאמיר הערן וואספארא טעראר מ'האט געטוהן, און נאכדעם וועל מיר קענען דן זיין צו ער איז א נארמאלער מענטש אדער נישט. קען זיין אז ס'איז געגאנגען אזוי ווייט אז ער האט שוין געמוזט רעדן.

ביי די וועי, עפעס דערמאנט ער דארט אין די דרשה וועגן עפעס א פריערדיגע חתונה וואס ער איז יא\נישט געגאנגען. ווייסט איינער פון וואס ער רעדט?
דאס איז נישט מיך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:33 am
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

שליחה דורך דאס איז נישט מיך »

אויב איינער קען געהעריג מסביר זיין וואס גייט דארט פאר?
ווער שלאגט זיך מיט וועם און פארוואס?
און וואס האט דאס צוטוהן מיט די קינדער פון סערט וויזניץ?
פשוט איך בין אינגאנצען צעמישט...
אדונינו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

שליחה דורך אדונינו »

פורים קטן האט געשריבן:קודם לאמיר הערן וואספארא טעראר מ'האט געטוהן, און נאכדעם וועל מיר קענען דן זיין צו ער איז א נארמאלער מענטש אדער נישט. קען זיין אז ס'איז געגאנגען אזוי ווייט אז ער האט שוין געמוזט רעדן.

ביי די וועי, עפעס דערמאנט ער דארט אין די דרשה וועגן עפעס א פריערדיגע חתונה וואס ער איז יא\נישט געגאנגען. ווייסט איינער פון וואס ער רעדט?
ווען די יעצטיגע מחותן (ר' ברוך האגער) האט חתונה געמאכט אין מאנסי (מיט זוועהיל) איז דער זיידע (אדמו"ר מ'סערט) נישט געקומען.

ביי די יעצטיגע חתונה זאגט מען פון ווייבער שול אז די רעביצין איז בכלל נישט געווען, ביים מצוה טאנץ פון סערט איז אחי"ם ארויסגעלאפן, און ביים לעצטע שבע ברכות (אין מרכז) איז סערט נישט געקומען.

הכלל, יעדער ווייסט פיין וואס גייט פאר, דער שוואנצי קומט זיך הייסע פעטש, אבער דער סערט'ער איז נישט דער גרויסע חכם/אוהב שלום, פאר א סבה זענען זיי מחותנים, נאך וואס קיינער האט נישט געוואלט זיך משדך זיין מיט אחי"ם שוין 25 יאר צוריק, עס איז די איינציגסטע מאל וואס די חכמת אליעזר איז א מחותן מיט די ישועות משה, זיין אנדערע איידעם (פרימישלאן) איז שוין אפגע'גט, נאר דער וויענער איידעם שטייט ווייט, אבער נישט געזארגט, זיין טאג וועט נאך קומען, מארק מיי ווארדס.
אדונינו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

שליחה דורך אדונינו »

דאס איז נישט מיך האט געשריבן:אויב איינער קען געהעריג מסביר זיין וואס גייט דארט פאר?
ווער שלאגט זיך מיט וועם און פארוואס?
און וואס האט דאס צוטוהן מיט די קינדער פון סערט וויזניץ?
פשוט איך בין אינגאנצען צעמישט...
סערט האט פיינט מרכז צוזאמען מיט גאנץ כלל ישראל, און יעדע מאל עס קומט צו א שמחה משותפת איז דא ווארע, די מרכז חסידים פרובירן עס אראפ צו מאלן כאילו עס איז סה״כ די אינגערע זון פון סערט (חיליש-חיליק-יחיאל יהושע) אז ער איז סה״כ צוקריגט מיט זיין עלטערע ברודער (ברוך) און ער וויל אים אפטון, ממילא טוען זיי אפּ כל מיני טעראר, און ווארפן עס אויף חיליק, ביז זיין טאטע האט געפלאצט, און געשריגן בקול רעש גדול, לאזט אפּ מיין זון, איך האב אייך פיינט, און עס האט גארנישט מיט אים.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

עמעזאן האט געשריבן:די היינטיגע רבי'ס זענען די גרועים שבישראל יעדע בעל בתישע מענטש פארשטייט אז מען דארף פארקוקען ווען עפעס שמעקט נישט ביים מחותן אז די נייע קאפל זאל זיך אוועקשטעלן, די רבי'ס געספוילטע דרעקעס חוץ אני ואפסי איז גארנישט דא עטס קענטס ענק פארשטעלן וואס די קאפל מאכט יעצט מיט?
פארוואס טראכסטי אז די קאפל מאכט מיט?
די כלה איז אן אייניקל פון סערט וויזניץ און פון וויזניץ אחי"ם. די חתן האט גארנישט מיט ביידע
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

שליחה דורך צפת »

אביסל אויסצוקלארן דער מצב:

1. דער סערעטער רבי איז א צובראכענער מענטש. ער איז נישט קיין מענטש מיט קיין אייגענע מיינונג און מען קען אים אנדרייען און פארדרייען א קאפ.

2. די רביצין איז א שווערע מענטש און איז א ריכטיגער 'אשתו שולטת עליו'. זי האט שוין באוויזן זיך צו צוקריגן מיט א האלבן שטעטל. איינע פון אירע זאכן: ערב-שבועות איז געווארן א מנהג, אז די פרויען קויפן בלומען פאר די רביצין, עס איז געווארן א גאנצע קאמפעטישן ווער עס קויפט שענערע בלומען, זי מאכט חשבונות און שטעלט די בלומען דא און יענע דארט, ווייזט פאר דעם און יענעם וועמענ'ס בלומען עס איז שענער... עס איז געווארן א משוגעת אז פרויען אינוועסטירן שווערע געלטער פאר די בלומען פון די רביצין... דאס איז בלויז איינע פון אירע זאכן. אלע מחלוקת אין סערט אין די לעצטע תקופה, קומט זיך איר קרעדיט דערפאר.

3. די רביצין שטייט מיט חיליש. אסאך מענטשן האבן פיינט חיליש, ווייל ער האט באוויזן איבערצוקערן דאס חסידות אין די לעצטע יארן און ער מאכט פראבלעמען.

4. די עלטערע ברודער איז נישט צופיל הונטערשטעליג, און איז זיך אויך ווערד זיין געלט.

5. די פרומשלאנער איידעם איז דא סיבות פארוואס זיי זענען גע'גט.

והעושה שלום במרומיו וכו'.
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

אויב איינער קען מיך מסביר'ן פארוואס די סערעטער האט איבערגעדרייט א חופה? מילא מ'זינגט א שוואנצנות ניגון, פארשטייט מען, אבער דאס איז דאך א וויזניצע ניגון אן ווערטער וואס מ'זינגט אויך אין אנדערע וויזניצע הויפן ביי די חופות. יא, כ'פארשטיי מ'האט אפגעשמועסט אז מ'גייט נישט זינגען אבער וועגן דעם גיין אנהייבן די ברכה אינמיטן? אלעס דארף גיין מיט פראפארציע.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

רעדאגירט אויפן פארלאנג פון איינע פון די סערעט וויזניצע חסידים בתוכינו.
והשם הטוב יכפר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קהל'ס נער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
גוצא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 28, 2021 1:58 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

שליחה דורך גוצא »

איך פרוביר באמת צו פארשטיין וואס דער סערעטער האט דא געוואלט אויפטון מיט די דרשה. ארויסצוקומען אזוי שארף, בפרט ברבים, דארף דאך דינען א מטרה, עס דארף זיין סטראטעגיש, סתם צו וויינען ווייל ער איז באליידיגט אדער צוריק צו טשעפענען ווייל מען האט אים געטשעפעט איז קינדעריש, און סתם זוכן רחמנות איז נער׳יש.

במושכל ראשון וואלט מען געזאגט אז אזעלכע דברים חוצבים להבות אש איז געווידמעט אויפהייטערן די חסידים אז זיי זאלן זיך אננעמען פאר אים און פאר זיין כבוד, אזא סארט מלחמה דעקלעראציע, אבער עס שיינט דא ווי ער האט מורא עס צו נעמען אזוי ווייט און וויל נישט עס זאל גיין עד כדי כך.

מעגליך, אז האט ער פשוט מורא פון די מענדעליסטן און נישט געטראפען קיין אנדערע וועג וויאזוי אפצושטעלן די אזויגערופענע טעראר נאר ארויסצוקומען ברבים. אויב איז דאס טאקע געווען זיין מטרה, קומט ער פאר ווי א שוואכלינג.
דאס איז נישט מיך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:33 am
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

שליחה דורך דאס איז נישט מיך »

ביי וועמען איז די פרעמעשלאנער געווען א איידעם?
לך לך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 339
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 2:51 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

שליחה דורך לך לך »

כזעה די מענדעליסטן זענען פעסט דא אין קאווע
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

שליחה דורך צפת »

ווייל דער רבי האט געזאגט נישט פארענטפערן.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

וואס זאגט דער חכם פין וויזניץ?
קיינער זאל זיך נישט אננעמען פאר מיין כבוד!!!

ווען ער זאל האבן שכל, זאגט ער, קיינער זאל מיר נישט מבזה זיין מיין כבוד.
אלא מאי, פארשטייט דער רבי אויך, אז מיט די מעשים מגונים, גיבט מען אים כבוד.

גיי פארשטיי דער שכל פין א מאמאראשע באטשי.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

כ'בין נייגעריג וואס סיי וועלכע אנדערע חסידות וואלט געטון ווען זיי האלטן אינמיטן זינגען א ניגון וואס זיי פירן זיך צו זינגען ביי חופות און א צווייטע רבי נעמט זיך מסדר קידושין זיין אינמיטן...
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

עס מאכט נישט אויס עכט, עס קען זיין אז ער האט זיך נישט גערעכענט צו די פילינגס פין וויזניץ. וואס איז דער חשבון פין חסידים וואס פירן זיך אויף ווי כילוגיאנעס? זיי ווייסן אז דער כבוד פין זייער רבי ווערט נישט גרעסער. בפרט מיט ר' מענדל וואס מען ווייסט אז דער דפוק האט נאך הנאה פין דעם. זיי טוהן עס, ווייל ליידער איז חסידות א עבודה זרה, און מיט יעדעס זאך וואס זיי קענען דינען דער עבודה זרה גיבט עס זיי סיפוק.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

וואס איך זאג איז, אז אויב איינער וויל אראפרייסן די עצם מושג פון חסידות דאן איז איין זאך, אבער קיין איין אנדערע חסידות וואלט נישט רעאגירט אנדערש צו אזא חוצפה. הרב מענדעלע איז טאקע א טויטע משוגענער אבער די סערעטער האט דא געטון א עקסטרעם זינלאזע זאך.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיליאנער האט געשריבן:כ'בין נייגעריג וואס סיי וועלכע אנדערע חסידות וואלט געטון ווען זיי האלטן אינמיטן זינגען א ניגון וואס זיי פירן זיך צו זינגען ביי חופות און א צווייטע רבי נעמט זיך מסדר קידושין זיין אינמיטן...
איך ווייס נישט וואס מ'האט אפגעשמועסט פון פריער. אבער פארגעס נישט אז די חתונה איז פארגעקומען אין סערט וויזניץ, ביי זיי אין הויף, נישט אין מרכז, ממילא איז די געפיל פונקט פארקערט, די מרכז חסידים דארפן זיך צושטעלן צום סערטער, ווייל עס איז זייער פלאץ. אויב זיי הייסן אויפהערן זינגען, דארף מען אויפהערן.
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

שליחה דורך צפת »

מען דארף פארשטיין די פערסענעלטי פון דעם סערעטער, כדאי צו פארשטיין וואס דא איז געשען.

מענטשן פרעגן, על מה יצא הקצף, וואס פלוצלינג האט ער זיך אזוי אויפגערעגט? - זיי זענען דאך אזעלכע גוטע מחותנים, מען זעט זיי שטענדיג ביי די שמחות צוזאמען און זיי זענען זיך מכבד איינער דעם צווייטן אזוי שיין. נאך די וואך ביי שלש-סעודות האט דער מרכז רבי אזוי שיין אויסגעלויבט זיין מחותן און גאנץ סערעט, ער האט ארויסגעברענגט אז מען זעט נישט אויף די גאנצע וועלט, אז צוויי חסידות'ן קענען זיך צוזאמענקומען א שבת און עס זאל אריבערגיין אזוי שיין און זיך אזוי שטארק מכבד זיין (ער האט געזאגט נאכמער, אז מען רעדט נישט פון צוויי פרעמדע רבי'ס, נאר פון רבי'ס פון איין גזע - ויז'ניץ, און דאס זעט מען נישט אויף די גאנצע וועלט, אז מען זאל זיך אזוי שיין דורכקומען...)

אויב אזוי, וואס איז פלוצלינג געשען? - ווייל מען האט געזינגען עפעס א נארישע ניגון?

מען דארף פאר דעם קענען דעם סערעטער רבי'ן. דא איז געשען עפעס, נישט פון יעצט, נאר ס'איז א בילד-אפ פון א לאנגע צייט.

דער סערעטע רבי איז אן ענוותן און שפל-ברך, ער איז אן איידעלער איד און א גרויסער מוותר. ס'זענען דא מצבים וואס ער פארקוקט און איז מוותר, אבער אין זיין הארץ טוט עס אים וויי און ס'שטערט אים, דאס בויט זיך אויף אלס מער און מער. דער מצב צווישן אים מיט דער מרכז רבי איז א מצב וואס האט זיך אויפגעבויט יארן. די מרכז חסידים האבן פארלאנגען, זיי זענען שווערע מענטשן וואס זענען נישט עכט מכבד אנדערע, נאר מן השפה לחוץ. דער סערעטער, אלס וואוילער מחותן האט אלס געשוויגן און ביי זיך אין הארץ אוועקגעמאכט, אז ער דארף גארנישט און ס'איז גוט אזוי... מצד שני האט די מרכז רבי מיט די חסידים פארשטאנען אז סערט איז נישט מקפיד און ס'איז טאקע גוט אזוי. זיי האבן זיך אפילו איינגערעדט, אז זיי קוקן מיט אהדה אויף מרכז און זיי האבן דאס גאר ליב. אין הארץ האט זיך אבער אויפגעבויט א ווייטאג, וואס איז געוואקסן מיט יעדע שמחה וואס איז פארבייגעגאנגען. דער סערעטער האט געשפירט אז מען רעכנט זיך נישט עכט מיט זיי און מען איז נישט באמת מעריך און מחשיב סערט. גוט, ער איז דאך איידל און ער גייט נישט פארלאנגען אנערקענונג, אבער ס'האט אים וויי געטון.

יעצט דא האט עס געפלאצט, און ווען עס האט געפלאצט איז שוין אלעס ארויסגעקומען.

דער מרכז רבי מאידך, איז א ספק צי ער האט געכאפט וואס דא איז געשען. ער קוקט עס אן ווי עפעס אן אומפארשטענדליכע אויפברויז אטאקע און ער האלט אז דער סערעטער אליין שעמט זיך מיט זיין דרשה און א מינוט נאך וואס ער האט עס געזאגט האט ער שוין חרטה געהאט אויף דעם. ער טראכט צו זיך 'נעבעך, ער האט זיך פארלוירן אין א שווערע מינוט און ער מיינט דאס אפילו נישט'. דעריבער זאגט ער פאר די חסידים, 'פארגעסט דערפון און קיינער זאל גארנישט טון'. ער מיינט נעבעך אז אזוי וועט ער אפשטילן די מחלוקת און ער כאפט נישט אז דאס האט זיך שוין אויפגעבויט פון יארן און דאס דארף שווערע ארבעט צוריקצושטעלן דעם שלום כימי קדם.

ונחיה ונזכה ונראה.
נחום הסופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

שליחה דורך נחום הסופר »

אינטרסאנט אז קיינער דערמאנט עס נישט, די שוואנצאנעם האבן בכלל נישט געזינגען זייער (וכולם מקבלים) ניגון "מיט די שוואנצונעס ווערטער" נאר אן די ווערטער, בלויז די תנועה, ס'מאכט א גרויסע חילוק אין די מעשה
פארשפארט