קינדער-הייראט ביי הרב יואל ראטה (אפגעטיילט)
- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

נעקסט קענען זיי שרייבן איבער child marriage.
נישט נערמאל וואס גייט פאר ביי ר' יואלי ראטה.
און אונזער בעשוי סיסטעם איז נישט צופיל בעסער.

.I got voices in my head.
- פרנס החודש
- ידיד ותיק
- הודעות: 699
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
- האט שוין געלייקט: 3763 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל
פארקערט גאר, ר' יואלי ראטה האט שוין א בעסערע סיסטעם, ער מאכט זיי כאטש חתונה… ווען ביי אונז קען מען זיך ארומדרייען פאר נאך א פאר יאר זאגן תיקון הכללי…
ערנסט גערעדט, ווען איך זעה מענטשן זענען פארנומען מיט child marriage אן בכלל קומען מיט אן אלטערנאטיוו, וואונדער איך זיך צו עס איז נישט סתם געהאקט פשוט ווייל עס איז נישט אנגענומען אין די אמעריקאנע גאס.
מיין פראפעסארקע האט מיר געפרעגט אינמיטן קלאס מיין בליק אויף יונג חתונה האבן, האב איך גענטפערט אז איך האלט דערפון ווייל מענטשן זענען למעשה מער צופרידן אזוי און עס איז מער נאטירליך.
אויב לאזט מען נישט צו קיין extra marital relations איז יונג חתונה מאכן די איינציגסטע אויסוואל, ממילא האט יואלי ראטה כאטש א מהלך, משא"כ די חסידישע און ישיבה'שע מהלכים.
אדרבה @בת קול, קום אריין זאגן דיין מיינונג איבער עקסטרע-מעריטאל רילעשנאס און ווי אזוי א געזונטע סיסטעם דארף צו ארבייטן.
כנראה איז דאס חתונה האבן שפעט (אויב בכלל) די גרעסטע פראבלעם כהיום אין די מערב וועלט (יא, די גויים האבן אויך שיינע פראבלעמען).

Don’t ask unless you want to hear the answer.
- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
אין די גוי'אישע וועלט האט מען בכלל נישט חתונה מיטן ערשטן קראש.
דא איז בכלל נישט פון קיין קראש אפילו צו זאגן. די חתן כלה זענען נאאיוו און ווייסן ניטאמאל וואס חתונה האבן מיינט.
פשוט אן arranged געצווינגענע child marriage, מיט קינדער וואס פארשטייען ניטאמאל וואס מען טוהט מיט זיי.
האבן א בעיבי ביי די 15 איז נישט נערמאל. א בעיבי וואס געבוירט א בעיבי.
(קום נישט זאגן אז ס'דא גוים וואס האבן אויך יונג. עס איז אן אראפגעקוקטע זאך ביי זיי, און ווערט בכלל נישט גערעכט פאר נארמאל.)
איך פלאן צו reporten די חתונה. איינער איז מיט מיר?
פשוט זיך אנצונעמען פאר די אומשולדיגע קינדער, און פארן עתיד.
ר' יואלי ראטה פירט אן די נעקסטע לב טהור.

- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
ווען איך האב פון די ערשטע מינוט געשריבן [מ'קען נישט דא שרייבן קיין מיאוס'ע טיטלען קעגן א צווייטן, ווי כ'האב דיר שוין כמה וכמה פעמים געזאגט. מנהל] האט מען מיך גערודפט און צענזורירט. קען זיין איך דארף מיך פשוט מאכן א פרויענישע ניק און איך בין גוד טו גאו.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
עס קומערט גאנץ ווייניג פאר די ניו יארק טיימס איבער אומרעכטן וואס קומען פאר ביי חסידישע אידן. וואס שטערט זיי איז אז די חסידישע געמיינדע as a whole האט צו שטארקע מאכט, און איז נישט איינשטימיג מיט די געדאנקן גאנג פון די ליבעראלע אגענדע. דערפאר זיכן זיי מעשיות מיט שמוץ מיט וואס צו פארשמירן אלע חסידישע אידן. מעשיות וועגן עפעס א קליינע קולט ווי מען טוט אומרעכן מיט חתונה מאכן יונג קינדער- ווען רוב חסידישע עולם האלט טאקע דערקעגן, גייט זיי גאנץ ווייניג אהן. איך גלייב נישט אז זיי וועלן רעדן וועגן אזא זאך.בת קול האט געשריבן:נעקסט קענען זיי שרייבן איבער child marriage.
נישט נערמאל וואס גייט פאר ביי ר' יואלי ראטה.
און אונזער בעשוי סיסטעם איז נישט צופיל בעסער.
איך מיין אז די ביסט אביסעלע עקסטרעם. נישט אז איך האלט אז ער האט עס ארויס און זיין מהלך איז גוט, אבער קיין געפערליכע טשיילד אביוז איז עס נישט. ובפרט אז ער טוט אלעס לעגאל דאכצעך (קארעקט מי איף אם ראנג). ער האט געניג שונאים, אז ער וואלט עפעס געטון אומליגאל וואלט ער שוין לאנג געזעצן. איך מיין אז די חתונה אליין ווארט ער אז ביידע זאלן זיין 16 יאר, און לויט די ניו יארק געזעץ קען מען חתונה האבן מיט די צושטימונג פון די עלטערן ביי די 16. (דאכצעך)בת קול האט געשריבן:אין די גוי'אישע וועלט האט מען בכלל נישט חתונה מיטן ערשטן קראש.
דא איז בכלל נישט פון קיין קראש אפילו צו זאגן. די חתן כלה זענען נאאיוו און ווייסן ניטאמאל וואס חתונה האבן מיינט.
פשוט אן arranged געצווינגענע child marriage, מיט קינדער וואס פארשטייען ניטאמאל וואס מען טוהט מיט זיי.
האבן א בעיבי ביי די 15 איז נישט נערמאל. א בעיבי וואס געבוירט א בעיבי.
(קום נישט זאגן אז ס'דא גוים וואס האבן אויך יונג. עס איז אן אראפגעקוקטע זאך ביי זיי, און ווערט בכלל נישט גערעכט פאר נארמאל.)
איך פלאן צו reporten די חתונה. איינער איז מיט מיר?
פשוט זיך אנצונעמען פאר די אומשולדיגע קינדער, און פארן עתיד.
ר' יואלי ראטה פירט אן די נעקסטע לב טהור.
יעדע פיפצן יעריגע בחור ווייסט היינט וואס חתונה האבן איז, אפשר אמאל האט מען נישט געוויסט, אבער העי, get up and smell the coffee, זיי ווייסן זייער גוט וואס חתונה האבן איז, און בפרט די בחורים וואס לערנען ביי יואלי ראטה. זיי ווארטן און קוקן שוין ארויס דערויף. געוועליך זענען די מיידלעך יא זיבעצן, א צייט וואס איז שוין אנגענומען ביי מערערע חסידישע פלעצער צו ווערן כלות, איך האב נאכנישט געהערט פון א 15 יעריגע מיידל וואס האט געהאט א קינד ביי זייער קהילה (נאכאמאל, קארעקט מי איף אם ראנג)
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- פרנס החודש
- ידיד ותיק
- הודעות: 699
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
- האט שוין געלייקט: 3763 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל
בת קול, דו שרייבסט איבער אומשולדיגע קינדער און איבער דעם עתיד, דו לייגסט אבער נישט אראפ ווי אזוי דו ווילסט זייער עתיד זאל אויסקוקן. דו ברעגסט ארויס פראבלעמען, אבער דו ברענגסט נישט קיין אלטערנאטיווע. ווי ערווענט אין מיין פריערדיגע תגובה וויל איך טוישן די צוגאנג ביי אונזער עולם אן אריינפאלן אין די פראבלעמען פון די "אמעריקאנע" גאס , עס קוקט מיר אבער אויס פון דיין איגנארירן מיין פראגע אין מיין פריערדיגע תגובה, אז דיין אלטערנאטיווע איז פשוט נאכטון די אמעריקאנע גאס. אויב אזוי פרעג איך דיר, אויב שוין טוישן א סיסטעם פארוואס עס טוישן צו א צווייטע צובראכענע סיסטעם? פאר וואס נישט זיך אראפזעצן טראכטן איבער ווי אזוי וואלט געווען די מערסט פראקטישע צוגאנג? פארוואס נישט אויפקומען מיט עפעס בעסערס?בת קול האט געשריבן:אין די גוי'אישע וועלט האט מען בכלל נישט חתונה מיטן ערשטן קראש.
דא איז בכלל נישט פון קיין קראש אפילו צו זאגן. די חתן כלה זענען נאאיוו און ווייסן ניטאמאל וואס חתונה האבן מיינט.
פשוט אן arranged געצווינגענע child marriage, מיט קינדער וואס פארשטייען ניטאמאל וואס מען טוהט מיט זיי.
האבן א בעיבי ביי די 15 איז נישט נערמאל. א בעיבי וואס געבוירט א בעיבי.
(קום נישט זאגן אז ס'דא גוים וואס האבן אויך יונג. עס איז אן אראפגעקוקטע זאך ביי זיי, און ווערט בכלל נישט גערעכט פאר נארמאל.)
איך פלאן צו reporten די חתונה. איינער איז מיט מיר?
פשוט זיך אנצונעמען פאר די אומשולדיגע קינדער, און פארן עתיד.
ר' יואלי ראטה פירט אן די נעקסטע לב טהור.
איך וואלט דיר געוואלט פרעגן, וואס ברויך א 17 יעריג בחור טון מיט זיינע urges אין אן עולם התיקון?
Don’t ask unless you want to hear the answer.
- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
די כלה פון די שידוך וואס איז היינט געווארן איז 14 יאר אלט.שמן למאור האט געשריבן:יעדע פופצן יעריגע בחור ווייסט היינט וואס חתונה האבן איז, אפשר אמאל האט מען נישט געוויסט, אבער העי, get up and smell the coffee, זיי ווייסן זייער גוט וואס חתונה האבן איז, און בפרט די בחורים וואס לערנען ביי יואלי ראטה. זיי ווארטן און קוקן שוין ארויס דערויף. געוועליך זענען די מיידלעך יא זיבעצן, א צייט וואס איז שוין אנגענומען ביי מערערע חסידישע פלעצער צו ווערן כלות, איך האב נאכנישט געהערט פון א 15 יעריגע מיידל וואס האט געהאט א קינד ביי זייער קהילה (נאכאמאל, קארעקט מי איף אם ראנג)
קען זיין זי האט נאך אפילו קיינמאל געהאט א פיריעד.
זי קומט פון א פרומע שטוב און ווייסט נישט פון גארנישט.
די לעגאלע עלטער פון חתונה האבן איז לעצטנס געווארן ארויף געריקט צו 18.
ב.ק. Fails מאכט זיך יעדע מאנטאג און דאנערשטאג.
אפגערעדט אז אפאר פון זיינע קאפלס האבן געהאט בעיביס 9 חדשים נאכן חתונה.
איינער וואס נעמט זיך נאך אן פאר אים איז אדער נישט באהאוונט, אדער סתם פארריקט.
.I got voices in my head.
איינע פון די הויפט צייכענעס צו א קולט איז דאס אז דער פירער איז דער אויסשליסליכער בעה״ב אויף די אינטימישע לעבן און חתונות פון די גרופע מיטגלידער. יואל ראטה באגייט דא א געפערליכע אומרעכט מיטן בעאיינפלוסן זיינע מעמבערס חתונה צו האבן יונג. בעסער געזאגט, דאס איז נישט יונג, דאס איז פיצי, יונג איז אכצן.
בכלל פירט ער זיך ווי א קולט פירער לויט אלע דעות, דאס אז ער איז מסביר ווי שלעכט און פינסטער די וועלט אינדרויסן פון ברסלב איז, זיין האס צו די וועלכע האלטן קעגן אים, זיין שטענדיגע ליבע זיך צו מאכן פאר א קרבן, און העולה על כולם דאס חתונה מאכן פיצי קינדער און זיי באפעלן צו שפילן הויז.
קלוגע מענטשן האבן זיך שוין פון אים אפגעשאקלט א לאנגע צייט צוריק, אבער אין א דור וואו יעדער זוכט ווארעמקייט איז ער מסוכן לציבור.
בכלל פירט ער זיך ווי א קולט פירער לויט אלע דעות, דאס אז ער איז מסביר ווי שלעכט און פינסטער די וועלט אינדרויסן פון ברסלב איז, זיין האס צו די וועלכע האלטן קעגן אים, זיין שטענדיגע ליבע זיך צו מאכן פאר א קרבן, און העולה על כולם דאס חתונה מאכן פיצי קינדער און זיי באפעלן צו שפילן הויז.
קלוגע מענטשן האבן זיך שוין פון אים אפגעשאקלט א לאנגע צייט צוריק, אבער אין א דור וואו יעדער זוכט ווארעמקייט איז ער מסוכן לציבור.
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
לויט טעלעגראם איז דער חתן 14 און די כלה 15. עכ"פ בעיביס זענען זיי ביידע.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
איך וואלט מיר פארגעשטעלט אז ער טוט עס אויף א לעגאלע וועג. ער גייט צו א סטעיט וואס דארט איז עס לעגאל און טוט עס דארט.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
- פרנס החודש
- ידיד ותיק
- הודעות: 699
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
- האט שוין געלייקט: 3763 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל
Re: קינדער-הייראט ביי הרב יואל ראטה (אפגעטיילט)
און דאס קען ער פארשטייט זיך נאר טון מיט די צושטימונג פון די עלטערן, אז נישט איז עס טרעפיקינג.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 379
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 573 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל
די ארגומענט אז מיידלעך זאלן חתונה האבן צוליב וואס בחורים האבן דעזייער'ס איז א שאנדפולע. ס'האט נישט קיין הענט און פיס.
מצד שני איז @בת קול'ס מהלך היפש איגנאראנט, דאס אז יונגע מיידלעך זענען נישט קיין סעלושאן פאר בחורים איז אמת, אבער קענסט נישט לאכן מענטשן אין פנים ווען די זאגסט אז די פארשטייסט בכלל נישט זייערע אישו'ס.
מצד שני איז דער מהלך אז מיידלעך זענען נישט אנטוויקלט כלל נישט אמת, ס'איז געשמאק זיך איינצורעדן אז ווען מ'וואלט געווען עלטער וואלט מען געהאט א בעסערע צוזאמענלעבן, דער פאקט איז אז מיט דעם בליק אויף געשלעכטליכקייט און מיט די נעגאטיווע געפילן אנבאלאנגט די אייגענע קערפער מיט וועלכע רוב היימשיע מיידלעך האבן חתונה וואלט זיי נישט געהאלפן צו ווארטן אפילו ביז די הונדערט און צוואנציג, סוואלט אלס געווען צו פריה.
דער פאקט איז אז אין די אלגעמיינע וועלט הייבן מיידלעך אן צו האבן פיזישע רילעישאנשיפ'ס ביי די פופצן יאר און דורכשניט [יעדער איז מכובד אליינס צו גוגלען] און גארנישט פעלט זיי נישט. ביי אונז וואלט מען ווארשיינליך נישט געהאט קיין גרויסע אישו חתונה צו האבן ביי די זעכצן ווען מ'יז ווען ריכטיג אנטוויקלט.
אומאנטוויקלטע טינעידזשער פון ביידע דזשענדער'ס גייען דורך שבעה מדורי גיהינום ווען זיי האבן חתונה, @בת קול האט שוין באטיטלט דעם חתן בליל החתונה אלס פשוטער הענקער און מאנס און דער צייט וואס ער איז נישט קיין קלענערער רחמנות פון זיין כלה פאר ווער ס'האט שוין אמאל פרובירט.
אין תכלית זאג איך דריי נקודות, איינס אז דער ארגומענט אז מיידלעך דארפן דינען די בחורים איז א שאנדפולע, צוויי אז מזאל נישט ווענדן דעם שולד פינגער אנטקעגן די מענער ווען אין תכלית זענען זיי די זעלבע שולדיג פון די מיידלעך. דריטנ'ס, אונזער אישו איז בכלל נישט פריה חתונה האבן. דער אישו איז וויאזוי מ'האט חתונה.

אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
לאמיר עס אביסל צונעמען.
קודם כל איז די געדאנק פון חתונה מאכן יונג אין היכל הקודש נישט זיין אייגענע געדאנק, עס קומט נאר פון זיין רבי די מהרא"ש. נישט אז דאס פארמינערט די עוולה, נאר עס קומט נישט ממש פון א פלאץ פון א קולט פירער וואס טרעפט אויס נייע וועגן זיך משתלט צו זיין אויפן ציבור. עס איז מער זיין בלינדע אמונה וואס ער האט אין זיין רבי, אז אלעס וואס ער האט געזאגט איז קודש קדשים מפי ר' נחמן אליינס.
יעצט, עס איז דא בעיקר צוויי חלקים אין וואס חתונה האבן יונג הערט זיך אומדערהערט פאר רוב באזעצענע מענטשן.
איינס איז די חלק פון אינטימישע באציאונגען וואס מען האלט אז עס איז נישט ריכטיג צו האבן אזוי פרי.
די צווייטע איז די חלק פון די אחריות צו פירן א שטוב, און אין דעם איז נכלל האבן קינדער, וואס רוב מענטשן קוקן אהן אז מען דארף זיין גענוג אלט צו קענען האבן אזא אחריות.
אין די אלגעמיינע וועלט איז אינטימישע באציאונגען מיט חתונה האבן בכלל נישט געבינדן, רוב טינעידזשערס האבן *** פאר זיי ווערן 18, א שנעלע גוגל זיך ווייזט אז די אלגעמיינע צייט צו פארלירן די ווירג'יניטי אין אמעריקע שטייט ביי 16.9 יאר. דאס איז די עוורידזש און עס רעכנט אריין די גאר רעליגיעזע וואס זענען אבסינענט ביז מערידזש. אין די אלגעמיינע וועלט איז האבן סקט מיטן חבר'טע ביי די 15 בכלל נישט קיין אפגעפרעגטע. יא, בת קול, אודאי רעגן זיך די מאמעס, אבער דאס איז א פאקט און עס געשעט ממילא, און אייגנטליך זע איך נישט די גרויסע עוולה אין דעם אז א אינגל מיט א מיידל וואס ליבן זיך זאלן האבן געשלעכט ביי די 15-16.
פארשטייט זיך אז מען דארף נעמען קאונטערסעפטיווס, און אויף דעם האט מען טאקע ***-**.
יעצט די עיקר סיבה פארוואס אין די אלגעמיינע וועלט איז חתונה האבן פרי אזוי אומדערהערט איז ווייל מען קוקט אויף די צווייטע חלק. ביז די דרייסיג דארף מען זיין ביזי צו טשילן און זיך בויען א קאריערע, צו נעמען אויף זיך די עול פון חתונה געהאטע לעבן איז צופיל פאר א אינגע מענטש.
יעצט לענינינו, די חלק פון אינטימישע באציאונגען איז דאך ביי זיי בכלל נישט קיין גרויסע פראבלעם, און איך קוק עס אויך נישט אהן אלס די גרויסע עוולה דא. יא, דאס אז מען קוקט עס אהן אלס א וועג צוצושטעלן א טוילעט פאר דעם בחור, די געדאנקן-גאנג איז טאקע פאלש. אבער דאס אז א מויד מיט א מוידקע וואס ליבן זיך האבן געשלעכט ביי די 15-16 איז בכלל נישט אזא עוולה. וועסטו שרייען הא! זיי קענען זיך דאך אבער נישט! וויאזוי קענען זיי זיך ליבן?! מיי פרענד, די זעלבע פראבלעם וועסטו האבן ביי די 18-19 אויך, דאס איז א צווייטע פראבלעם וואס אונזער סעגראגירטע סאסייעטי האט. נישט דא שטעקט די פראבלעם.
ווידעראום די צווייטע טענה אז אזעלכע אינגע קינדער קענען נישט טראגן קיין אחריות פון פירן א שטוב. איז קודם בנוגע די חלק פון האבן קינדער האף איך טאקע אז מען נעמט בורט קאנטראל ביז די מיידל איז עלטער. אודאי העלפט עס נישט אייביג, אבער דאס איז א חלק פון לעבן און די פראבלעם איז דאך דא ביי די אלגעמיינע וועלט אויך. מען דארף עס פשוט נעמען מער ערנסט און נעמען די ריכטיגע באווארענונגען.
און בנוגע די עיקר פראבלעם אז עס איז צו א גרויסע אחריות פאר אזעלכע קליינע קינדער. קודם כל אונזערע 18 יעריגע שנוקעס שטייען נישט צופיל בעסער... גיי פארצייל פאר א גוי אז מען מאכט חתונה ביי די 18 אנשטאט ביי די 30, ער וועט דיר אנקוקן די זעלבע פאררוקט. אבער די גרויסע חילוק דא איז אז חתונה האבן מיינט ביי אונז גאר עפעס אנדערש ווי אין די אלגעמיינע וועלט. אין די גרויסע וועלט מיינט חתונה האבן אינדעפענדענס, מען מופט זיך קיין ווייסעכווי, מען שטעלט זיך אוועק אויף די אייגענע פיס, סיי פאקטיש, סיי פינאנציעל, און מען דארף טאקע זיין גענוג אלט פאר דעם. אבער ביי אונז לעבט מען דאך ממילא ביז די 25 יאר אונטערן מאמעס פארטוך. מען שטעלט זיך עניוועי נישט אוועק אויף די אייגענע פיס ביז די 30, נו וואס איז די גרויסע חילוק 15 אדער 18, וועט מען עסן נאך דריי יאר מער די מאמעס געפילטע פיש.
זופ האקט גאר ענליך.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום בת קול, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
די טעמע איז שוין אזוי אויסגעדראשן אז איך זעה נישט וואס מען דא נאך מוסיף זיין
איר ווייסט פארוואס די רבנים זענען שטיל? ווייל זיי קוקן זיך צו וואס גייט פאר ביי זיי אין די קהילות ווי בחורים גייען אראפ פון זינען ביז מען טרעפט די שידוך ח''ו נישט פאר די 18, און ווי די מיידלעך גייען חרוב נישט האבענדיג וואס צו טון מיטן טאג, ווען זיי ווערן 18 וועלן זיי נישט חתונה האבן ווייל זיי האבן קיין אנונג וואס עס מיינט, בפרט קיינער גיט נישט קיין הדרכה נישט פאר די בחור און נישט פאר די מיידל, ממילא איז חתונה האבן די קאשמאר פאר די מיידל.
ר' יואל ראטה'ס חסידים דרייען זיך געהעריג צווישען אונזער עולם - די ערשטע סימן אויף נישט קיין קולט. יעדער קען אוועקגיין ביי ווען ער וויל, קיינער איז עם נישט מעכב, און עס שוין פאסירט מער ווי איינמאל - נאך א סימן אויף נישט קיין קולט.
ר' יואל ראטה גיט הדרכה פאר יעדע חתן, און עס איז געשטעלט א פרוי וואס גיט הדרכה פאר יעדע כלה, מען לערנט זיי ביידע אויס די געשמאק פון חתונה האבן. גלייבטס מיר ביי אונז גייען 20 יעריגע שנה ראשונה ווייבלעך אריבער פיל מער אביוז דורך זייערע הונגעריגע 20 יעריגע ישיבה בחורים מענער.
איר ווייסט פארוואס די רבנים זענען שטיל? ווייל זיי קוקן זיך צו וואס גייט פאר ביי זיי אין די קהילות ווי בחורים גייען אראפ פון זינען ביז מען טרעפט די שידוך ח''ו נישט פאר די 18, און ווי די מיידלעך גייען חרוב נישט האבענדיג וואס צו טון מיטן טאג, ווען זיי ווערן 18 וועלן זיי נישט חתונה האבן ווייל זיי האבן קיין אנונג וואס עס מיינט, בפרט קיינער גיט נישט קיין הדרכה נישט פאר די בחור און נישט פאר די מיידל, ממילא איז חתונה האבן די קאשמאר פאר די מיידל.
ר' יואל ראטה'ס חסידים דרייען זיך געהעריג צווישען אונזער עולם - די ערשטע סימן אויף נישט קיין קולט. יעדער קען אוועקגיין ביי ווען ער וויל, קיינער איז עם נישט מעכב, און עס שוין פאסירט מער ווי איינמאל - נאך א סימן אויף נישט קיין קולט.
ר' יואל ראטה גיט הדרכה פאר יעדע חתן, און עס איז געשטעלט א פרוי וואס גיט הדרכה פאר יעדע כלה, מען לערנט זיי ביידע אויס די געשמאק פון חתונה האבן. גלייבטס מיר ביי אונז גייען 20 יעריגע שנה ראשונה ווייבלעך אריבער פיל מער אביוז דורך זייערע הונגעריגע 20 יעריגע ישיבה בחורים מענער.
- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
די חילוק איז אז עס איז געהעריג רעיפ.שמן למאור האט געשריבן: יעצט לענינינו, די חלק פון אינטימישע באציאונגען איז דאך ביי זיי בכלל נישט קיין גרויסע פראבלעם, און איך קוק עס אויך נישט אהן אלס די גרויסע עוולה דא. יא, דאס אז מען קוקט עס אהן אלס א וועג צוצושטעלן א טוילעט פאר דעם בחור, די געדאנקן-גאנג איז טאקע פאלש. אבער דאס אז א מויד מיט א מוידקע וואס ליבן זיך האבן געשלעכט ביי די 15-16 איז בכלל נישט אזא עוולה. וועסטו שרייען הא! זיי קענען זיך דאך אבער נישט! וויאזוי קענען זיי זיך ליבן?! מיי פרענד, די זעלבע פראבלעם וועסטו האבן ביי די 18-19 אויך, דאס איז א צווייטע פראבלעם וואס אונזער סעגראגירטע סאסייעטי האט. נישט דא שטעקט די פראבלעם.
און בנוגע די עיקר פראבלעם אז עס איז צו א גרויסע אחריות פאר אזעלכע קליינע קינדער. קודם כל אונזערע 18 יעריגע שנוקעס שטייען נישט צופיל בעסער... גיי פארצייל פאר א גוי אז מען מאכט חתונה ביי די 18 אנשטאט ביי די 30, ער וועט דיר אנקוקן די זעלבע פאררוקט. אבער די גרויסע חילוק דא איז אז חתונה האבן מיינט ביי אונז גאר עפעס אנדערש ווי אין די אלגעמיינע וועלט. אין די גרויסע וועלט מיינט חתונה האבן אינדעפענדענס, מען מופט זיך קיין ווייסעכווי, מען שטעלט זיך אוועק אויף די אייגענע פיס, סיי פאקטיש, סיי פינאנציעל, און מען דארף טאקע זיין גענוג אלט פאר דעם. אבער ביי אונז לעבט מען דאך ממילא ביז די 25 יאר אונטערן מאמעס פארטוך. מען שטעלט זיך עניוועי נישט אוועק אויף די אייגענע פיס ביז די 30, נו וואס איז די גרויסע חילוק 15 אדער 18, וועט מען עסן נאך דריי יאר מער די מאמעס געפילטע פיש.
זופ האקט גאר ענליך.
א 14 יעריגע האט נישט גענוג אן אנטוויקלטע מח צו געבן קאנסענט און וויסן אז זי קען בכלל זאגן ניין.
וויאזוי גלייכסטו אפילו צו א situation וואס די עלטערן זענען דערקעגן, צו א מצב ווי די עלטערן שטיפן פאר רעיפ?
אמת עס איז שלעכט אויך ביי די 18, אבער א 18 יעריגע איז מער בכח צו זאגן ניין ווי א 14 יעריגע.
ס׳איז אמת אז מיר האבן א פראבלעם מיט די גאנצע בעשוי סיסטעם, אבער דאס איז נישט די סעלושאן. דאס מאכט עס נאר ערגער.
אויב א 18-20 יעריגע האט אפשר אביסל זיך געקענט קעגנשטעלן צו א שידוך, איז דאס שוין אויך נישט קיין אפציע.
האבן א בעיבי ביי די 20 איז שווער. האבן א בעיבי ביי די 15 איז נאר שווערער.
עס העלפט נישט דעם פראבלעם. עס מאכט נאר ערגער.
Not everything in life is about s3x.
.I got voices in my head.
- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
עס קוקט מיר אויס ווי א שטיקל סתירה.זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:די ארגומענט אז מיידלעך זאלן חתונה האבן צוליב וואס בחורים האבן דעזייער'ס איז א שאנדפולע. ס'האט נישט קיין הענט און פיס.
מצד שני איז @בת קול'ס מהלך היפש איגנאראנט, דאס אז יונגע מיידלעך זענען נישט קיין סעלושאן פאר בחורים איז אמת, אבער קענסט נישט לאכן מענטשן אין פנים ווען די זאגסט אז די פארשטייסט בכלל נישט זייערע אישו'ס.
מצד שני איז דער מהלך אז מיידלעך זענען נישט אנטוויקלט כלל נישט אמת, ס'איז געשמאק זיך איינצורעדן אז ווען מ'וואלט געווען עלטער וואלט מען געהאט א בעסערע צוזאמענלעבן, דער פאקט איז אז מיט דעם בליק אויף געשלעכטליכקייט און מיט די נעגאטיווע געפילן אנבאלאנגט די אייגענע קערפער מיט וועלכע רוב היימשיע מיידלעך האבן חתונה וואלט זיי נישט געהאלפן צו ווארטן אפילו ביז די הונדערט און צוואנציג, סוואלט אלס געווען צו פריה.
דער פאקט איז אז אין די אלגעמיינע וועלט הייבן מיידלעך אן צו האבן פיזישע רילעישאנשיפ'ס ביי די פופצן יאר און דורכשניט [יעדער איז מכובד אליינס צו גוגלען] און גארנישט פעלט זיי נישט. ביי אונז וואלט מען ווארשיינליך נישט געהאט קיין גרויסע אישו חתונה צו האבן ביי די זעכצן ווען מ'יז ווען ריכטיג אנטוויקלט.
אומאנטוויקלטע טינעידזשער פון ביידע דזשענדער'ס גייען דורך שבעה מדורי גיהינום ווען זיי האבן חתונה, @בת קול האט שוין באטיטלט דעם חתן בליל החתונה אלס פשוטער הענקער און מאנס און דער צייט וואס ער איז נישט קיין קלענערער רחמנות פון זיין כלה פאר ווער ס'האט שוין אמאל פרובירט.
אין תכלית זאג איך דריי נקודות, איינס אז דער ארגומענט אז מיידלעך דארפן דינען די בחורים איז א שאנדפולע, צוויי אז מזאל נישט ווענדן דעם שולד פינגער אנטקעגן די מענער ווען אין תכלית זענען זיי די זעלבע שולדיג פון די מיידלעך. דריטנ'ס, אונזער אישו איז בכלל נישט פריה חתונה האבן. דער אישו איז וויאזוי מ'האט חתונה.
אויב די בחורים זענען אזוי דארשטיג פאר א מיידל, וויאזוי איז עס רעיפ פאר זיי חתונה צו האבן?
און אויב ווילן זיי טאקע נישט חתונה האבן, וואס איז פשט פון די גאנצע מהלך?
.I got voices in my head.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 379
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 573 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל
כהאלט אז די וועג וויאזוי מען באציהט זיך דא איינער צום צווייטן איז אומגערעכט, ווען יענער שרייבט קלאר און דייטליך זיין מיינונג איז אומגערעכט צו אריינטראסקען א האלבער פלאקן אן פונקטליך מסביר זיין וואס מען וויל און וואס עס מיינט.בת קול האט געשריבן:
עס קוקט מיר אויס ווי א שטיקל סתירה.
אויב די בחורים זענען אזוי דארשטיג פאר א מיידל, וויאזוי איז עס רעיפ פאר זיי חתונה צו האבן?
און אויב ווילן זיי טאקע נישט חתונה האבן, וואס איז פשט פון די גאנצע מהלך?
לגופו של ענין האב איך געמאכט צוויי פונקטן.
אין אנהויב ווען אינטימעסי איז גאר אומבאקוועם איז עס נישט באקוועם פאר קיינעם, צו באשולדיגן איינעם אין סיי וואס איז אומגערעכט. סאיז א געמיינזאמע אקט פון חורבן.
די צווייטע נקודה איז אז די סיבה פארוואס די מענער לערנען זיך עווענטועל שנעלער צו ווי די פרויען האט נישט מיט עידזש, ס'האט מיט קולטור.
אין צוויי ווערטער, נניח אז חתונה מאכן יונג איז א חורבן דאן באשולדיג די כלה פונקט ווי דעם חתן, הער אויף צו האקן אויף די מענער וועלכע ליידן פונקט אזוי אין די ערשטע תקופה ווי די פרויען.
צווייטנ'ס, די חורבן וואס ס'איז שוין יא דא קומט בעיקר פון די פרעספעקטיוו אויף געשלעכטליכקייט, נישט פון די עידזש. והא ראיה איז די אלגעמיינע וועלט איז שוין דא געשלעכט אין די עידזשעס אין גרויסן. אלזא קוק נישט אויף עידזש. קוק אויף פרעספעקטיוו.
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
עטליכע מגיבים האבן שוין ערווענט, צו עס איז טאקע דא א חילוק אויב "מ'מאכט חתונה" ביי די 16 ווי איידער ביי די אכצען יאהר. אליבא דאמת, אזוי ווי אנדערע האבן שוין ארויסגעברעגט, איז דאס טאקע דער בעיסליין פון ווי די שמועס הייבט זיך אן, מ'דארף קוקען אויף די פרעספעקטיוו וואס מ'טוט ביים אלגעמיינער ציבור...
בקיצור, ס'איז דא שיינע סברות לכאן ולכאן, בין בדברים הנוגעים סאציאל בין בדברים הנוגעים לאידישקייט.
אבער קוקנדיג פון א פינאנציעלע שטאנדפונקט איז דאס לכאורה א שטארקע מעלה. ישיבה גדולה שכ"ל און אנדערע הוצאות וואס א בחור ביי די זעכצען קאסט אפ, קען אנקומען צו די הויעכע ציפערן אן ערך פון 40 50 אלפים!!! בנוסף לזה, דער אינגערמאן ביי די 18 זייענדיג שוין צוויי יאהר נאכ'ן חתונה, אויב ער וויל זוך לערנען א פאך קען ער הנאה האבן פינאַנציעל פון זיינע קאלעדזש פראגראמען, צוליב דעם וואס זיין פאטער האט עס נישט געמוזט אריינגעבן פאר א ישיבה גדולה.
בדרך אגב, שפארט מען זיך אסאך עגמת נפש פון זוכן א גוטע ישיבה גדולה, וואס איז קריטיש וויכטיג פאר שידוכים...

- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
Re: קינדער-הייראט ביי הרב יואל ראטה (אפגעטיילט)
יעדער זאל זיך חתונה האבן (אויב בכלל) צו וועם מען וויל און צו וועם מען ליבט. עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ פארוואס מען דארף בכלל האבן א פרעמדע מענטש אינעם בילד. ווער דארף א רבי, רב וכו'וכו' צו חתונה האבן? חתונה האבן איז א זאך פון הומען נאטור.
איי געס מענטשן זענען אויפגעוואקסן אזוי מין קראנק, אז מען קען נישט נעמען קיין איינציגע אייגענע טריט אין לעבן. דער עולם ווארפט זיך ארויף אויף קולט פירער ווי פיצי בעיביס, צו זאל עס זיין רי יאול ראטה, די לאקאלע רב אדער משפיע און אפילו עלטערן, וואט די העק?
אפילו די קולט פירער זענען נישט געניג זיכער מיט זיך אליינס, זיי וועלן אלעס ארויסווארפן (ספינען) אויף פריערדיגע צדיקים.

איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
מען שפארט טאקע געלט ווען מען מאכט דעם בחור'ל בר מצוה און חתונה די זעלבע נאכט.קרן זוית האט געשריבן:אבער קוקנדיג פון א פינאנציעלע שטאנדפונקט איז דאס לכאורה א שטארקע מעלה. ישיבה גדולה שכ"ל און אנדערע הוצאות וואס א בחור ביי די זעכצען קאסט אפ, קען אנקומען צו די הויעכע ציפערן אן ערך פון 40 50 אלפים!!! בנוסף לזה, דער אינגערמאן ביי די 18 זייענדיג שוין צוויי יאהר נאכ'ן חתונה, אויב ער וויל זוך לערנען א פאך קען ער הנאה האבן פינאַנציעל פון זיינע קאלעדזש פראגראמען, צוליב דעם וואס זיין פאטער האט עס נישט געמוזט אריינגעבן פאר א ישיבה גדולה.
.I got voices in my head.
- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:כהאלט אז די וועג וויאזוי מען באציהט זיך דא איינער צום צווייטן איז אומגערעכט, ווען יענער שרייבט קלאר און דייטליך זיין מיינונג איז אומגערעכט צו אריינטראסקען א האלבער פלאקן אן פונקטליך מסביר זיין וואס מען וויל און וואס עס מיינט.בת קול האט געשריבן:
עס קוקט מיר אויס ווי א שטיקל סתירה.
אויב די בחורים זענען אזוי דארשטיג פאר א מיידל, וויאזוי איז עס רעיפ פאר זיי חתונה צו האבן?
און אויב ווילן זיי טאקע נישט חתונה האבן, וואס איז פשט פון די גאנצע מהלך?
לגופו של ענין האב איך געמאכט צוויי פונקטן.
אין אנהויב ווען אינטימעסי איז גאר אומבאקוועם איז עס נישט באקוועם פאר קיינעם, צו באשולדיגן איינעם אין סיי וואס איז אומגערעכט. סאיז א געמיינזאמע אקט פון חורבן.
די צווייטע נקודה איז אז די סיבה פארוואס די מענער לערנען זיך עווענטועל שנעלער צו ווי די פרויען האט נישט מיט עידזש, ס'האט מיט קולטור.
אין צוויי ווערטער, נניח אז חתונה מאכן יונג איז א חורבן דאן באשולדיג די כלה פונקט ווי דעם חתן, הער אויף צו האקן אויף די מענער וועלכע ליידן פונקט אזוי אין די ערשטע תקופה ווי די פרויען.
צווייטנ'ס, די חורבן וואס ס'איז שוין יא דא קומט בעיקר פון די פרעספעקטיוו אויף געשלעכטליכקייט, נישט פון די עידזש. והא ראיה איז די אלגעמיינע וועלט איז שוין דא געשלעכט אין די עידזשעס אין גרויסן. אלזא קוק נישט אויף עידזש. קוק אויף פרעספעקטיוו.
I don’t think you get my point.
איז דער בחור desperate חתונה צו האבן, אדער איז עס א טראומא?
אויב דער בחור וויל נישט האבן דעם טראומא, וואס איז די איילעניש?
.I got voices in my head.
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 766 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: קינדער-הייראט ביי הרב יואל ראטה (אפגעטיילט)
געוואלדיגע דברי חכמה.קרן זוית האט געשריבן:אבער קוקנדיג פון א פינאנציעלע שטאנדפונקט איז דאס לכאורה א שטארקע מעלה. ישיבה גדולה שכ"ל און אנדערע הוצאות וואס א בחור ביי די זעכצען קאסט אפ, קען אנקומען צו די הויעכע ציפערן אן ערך פון 40 50 אלפים!!! בנוסף לזה, דער אינגערמאן ביי די 18 זייענדיג שוין צוויי יאהר נאכ'ן חתונה, אויב ער וויל זוך לערנען א פאך קען ער הנאה האבן פינאַנציעל פון זיינע קאלעדזש פראגראמען, צוליב דעם וואס זיין פאטער האט עס נישט געמוזט אריינגעבן פאר א ישיבה גדולה.
בדרך אגב, שפארט מען זוך אסאך עגמת נפש פון זיכען א גוטע ישיבה גדולה, וואס איז קריטיש וויכטיג פאר שידוכים...
מאך חתונה די קינדער ביי די זיבן וועסטו זיך שפארן פינאנציעל פון כיתה ה' און ווייטער. בנוסף לזה וועט שוין די קינד אויך קענען ארומגיין פורים פאר זיך אליין, אנשטאט צוזאמנעמען התחייבות פאר'ן ישיבה.