היסטאריע האט געשריבן: (דער וואס האט געשריבן בדרך כלל אז ער דינגט זיך מיט יעדעס ווארט באזונדער, זאל אזוי גוט זיין, און איינרעדען זיין שקר, אז ער טוט נישט זאכן נאר צו זיין נארמאל, א צווייטער).
איך טוה אין מיין לעבן דאס וואס איך האלט אז איך ברויך טון!
יא, עס נעמט אסאך ארבייט, עס קאסט טיילמאל אסאך שווייץ און שטארקייט. פארשטייט זיך עס זענען דא אין געוויסע עספעקטן וואו איך ראנגעל מיך נאך מיט די peer pressure. אבער ווי געזאגט, איך ראנגעל זיך, איך גיי טרעפ ביי טרעפ, שוין פאר עטליכע יאר.
דו וועסט קיינמאל נישט פארשטיין די גליקליכקייט פון אויפשטיין אינדערפרי און האבן די וועלט פאר זיך. ס'איז א פילינג וואס אמאל האב איך נישט געוואוסט עקזיסטירט. איך enjoy און איך עפרישיעט יעדעס מינוט פון טאג. מיין קאפ איז לויז און אפען "און לעבן איז מיין שווים באסיין."
ווי מער איך געב נישט קיין פ. פאר קיינעם, און ווי מער איך ארבייט אויף זיך, אלץ בעסער און בעסער ווערט לעבן. עס עפענען זיך אויף נייע וועלטן, דאס גאנצע קאפ טוישט זיך. ס'איז א געוויסע רוהיגקייט און אנגעפילטקייט וואס איז ווערד ביי מיר צו אויפגעבן פאר דעם אלעס!
----
כ'וויל נאר איין זאך אויסשמועסן: יעדער לעבט פאר אנדערע מענטשן, דאס איז די וועלט. אפילו איינער וואס האט עכט געארבייט אויף זיך יארן, ער וועט נישט ארויסגיין אין גאס נאקעט.
וואס יא? מען געט א פ. בלויז ווען ס'איז וויכטיג צו געבן א פ.
איך גיי כסדר דורך אין קאפ חשבונות, און איך קוק, וואס וועט מיר ברענגען קוואליטעט, ארדענונג, פרייליכקייט וכו' אין לעבן, און איך ארבייט אויף דעם. כאטש אפילו מען דארף טון זאכן וואס זענען אומבאקוועם סאשעלי, (דאס רעכענט אריין פעמעלי קאמיונעטי וכו') און נאך מער פון דעם, מען דארף טיילמאל איינעמען דאס פיל פון בישות (טו סאם עקסטענד). דאך ווייס איך אז וואס איך טו איז ריכטיג, און ב"ה איך בין אנגעקומען טויזנט מאל ווייטער ווי איך האב געקלערט אז איך קען דערגרייכן אין קוואַליטעט.
היינט איז דאס שוין ביי מיר א טשעלענדזש. יעדעס מאל איך ברעך דורעך מיינס א ציל, איז דאס ווי א געווינס אויף א שווערע שלאכט פעלד. ס'איז עדרעלאנין.
זאגן אז יעדער לעבט פאר מענטשן און דאס איז עס. דאס איז סתם א פוילע און אחריות'לאזע וועג פון טראכטן, ס'איז א תירוץ פון נישט קעיר נעמען פון פראבלעמען. פראבלעמען וועלכע זענען אזוי גרויס און אזוי ביטער אז די וועסט דאס בלויז וויסן אי"ה ווען דו וועסט שוין זיין אינדרויסן.
א גרויס טייל פון די ארבייט, איז טאקע זיך ארום נעמען מיט מענטשן וואס גייען כאטש אביסל אויף דעם שטראז. פון זיך ווייטער ווייקן אין די לאקאלע זומפ וועט גארנישט ווערן.
פילעזאפיש קען מען דרייען אהער און אהין, און חקר'נען אויב ס'איז באמת דא א חילוק. נאך אלעם יעדער וויל סערווייוון "די בעסט פאסיבעל". סא איינער סערווייווט דורעך אפציע נומער איינס און איינער דורעך אפציע נומער צוויי, אדער נאך וועגן וכו'.
BUT YOU ARE MISSING OUT IN LIFE!