כ"א כסלו - עלה נעלה

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
[NAMELESS]

כ"א כסלו - עלה נעלה

שליחה דורך [NAMELESS] »

גייענדיג היינט אויפן גאס האב איך באמערקט אז אויף איינע פון די "כ"א כסלו פלאקאטן" שטייט געשריבן גרויסע שרייעדיגע ווערטער "עלה נעלה", נעמליך ארויסצוברענגען אז אונזערע מוסדות זענען אויפ'ן וועג ארויף, אדער מיר וועלן ארויפגיין צום דינער....

איראניש ביז גאר, אז אט די ווערטער איז גענומען געווארן פונעם פסוק אין פרשת שלח, אוואו די מרגלים האבן פארפירט אז ס'איז נישט יעצט די צייט אריינצוגיין קיין ארצינו הקדושה ווייל לא נוכל לעלות, "מיר קענען נישט ארויפגיין קיין ארץ ישראל", אבער כלב בן יפנה איז געקומען און געזאגט "עלה נעלה" כי יכול נוכל, לאמיר ארויפגיין עס איבערנעמען און ירש'נען - ויהס כלב את העם אל משה ויאמר "עלה נעלה" וירשנו אתה כי יכול נוכל לה: און כלב צוזאמען מיט יהושע בן נון האבן געזאגט פאר די אידישע געמיינדע; טובה הארץ מאד מאד.. ארץ אשר הוא זבת חלב ודבש...

ווארשיינליך גייען אלפי ישראל מיטהאלטן אן אינטערעסאנטע עפיזאד. זיי וועלן מיט שפאנונג מיטהאלטן ביי די "עלה נעלה - כ"א כסלו מסיבה" ווי אזוי עס וועט ווערען איבערג'עחזר'ט איינמאל און נאכאמאל פארוואס מ'זאגט נישט "עלה נעלה", בעלי דרשנים גייען ארויסברענגען סיבות און טעמים פארוואס מ'גייט מיט די אנדערע מהלך פון "לא נוכל לעלות" !!!
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: כ"א כסלו - עלה נעלה

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

מ'זאגט אז ביי חסידים איז נישט פארהאן קיין סתירות, שטענדיג וועט מען געפונען ע' פנים צו פארענטפערן יעדע סתירה. עלה נעלה מיט לא נעלה קען מען שרייען בנשימה אחת און אפילו נישט שטאלפערן איינמאל אינדערמיט.

וואס איז אבער יא א חידוש, דעם בילד וואס די מהר"א פראקציע האט ארויסגעשטעלט אלץ א גורל ווער עס גיבט פינף הונדערט דאללער גייט אריין גיין אין א גורל און וועט געווינען, צו וואו?! צו מקומות הקדושים! אה אוואו זענען די מקומות הקדושים? פארשידענע קברים פארווארפן אין פארשידענע גלות שטעט אין לענדער. שינאווע, סיגוט, קאלוב, ליזענסק, צאנז, קערעסטיר, מירון אוהעל. אויסגערעכנט נעמען פון די צדיקים וואס ליגן באהאלטן דארט אין די הייליגע יוראפעישע ערד. די ניינטע אויף די ליסטע איז דעם ציון פון דעם אור החיים הקדוש. און ס'שטייט ניטאמאל אין דעם שטאט וואו ער ליגט, נאר ט"ו תמוז אוה"ח הק' וזהו. סארא חוצפה דאס איז! ס'טייטש זיי טוען ניטאמאל אנערקענען דעם שטאט ירושלים! ירושלים איז נישט אויף די סאטמערע/סאקמערע מאפע!!!

הערט א מעשה?! די חשוב'סטע שטאט אין דער וועלט, און די עלה נעלה/לא נעלה חברה זענען נישט גורס ירושלים, א חרפה און א בושה! כ'מיין אז ירושלים פארדינט נאך צו זיין פון די מקומות הקדושים טאקע אפשר נישט אזוי הייליג ווי שינאווע, סיגוט, צאנז, ליזענסק, קאלוב, קערעסטיר, מירון, אוהעל, קרית יואל און וויליאמסבורג, אבער פארט אז דער אוה"ח הק' ליגט דארט, מוז עס פארמאגן עפעס א קדושה. דאס אז די ערשטע און צווייטע בית המקדש זענען דארט געווען און די דריטע גייט אויך דארט געבויעט ווערן בקרוב דאס מיינט גארנישט דאס מאכט עס נאכנישט פאר קיין הייליג פלאץ. א הייליג פלאץ איז נאר וואו די גרויסע דינאסטיעס האבן מקדש געווען און אויך נאר אין די גלות לענדער פון וואו אידן זענען פארטריבן געווארן. נעבעך!בילד

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
א בני יואל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

שליחה דורך א בני יואל »

נו
סאיז דאך דא א באקאנטע מעשה מיטן בית ישראל ווען זיי האבען זיך איינמאל געטראפען פליצלינג ביים שיף אין ארץ ישראל
ווען דער סאטמער רבי זי״ע האט עם געפרעיגט פארוואס ער גייט צי אלע מקומות ווי מערת המכפילה אין קבר רחל ווען ס׳שטייט אז אוירא דארץ ישראל האט זיך געריקט פיר הינדערט פרסה ( איך דענק נישט דעים לשון)
האט דער בית ישראל אים גענטפערט
א מעטער ארויף א מעטער אראפּ אויף לי עווניא ליגען זיי זיכער נישט
קען זיין זיי האבען באשלאסען צי פראפעגאנדירן יענעם מהלך
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:הערט א מעשה?! די חשוב'סטע שטאט אין דער וועלט, און די עלה נעלה/לא נעלה חברה זענען נישט גורס ירושלים, א חרפה און א בושה! כ'מיין אז ירושלים פארדינט נאך צו זיין פון די מקומות הקדושים טאקע אפשר נישט אזוי הייליג ווי שינאווע, סיגוט, צאנז, ליזענסק, קאלוב, קערעסטיר, מירון, אוהעל, קרית יואל און וויליאמסבורג, אבער פארט אז דער אוה"ח הק' ליגט דארט, מוז עס פארמאגן עפעס א קדושה. דאס אז די ערשטע און צווייטע בית המקדש זענען דארט געווען און די דריטע גייט אויך דארט געבויעט ווערן בקרוב דאס מיינט גארנישט דאס מאכט עס נאכנישט פאר קיין הייליג פלאץ. א הייליג פלאץ איז נאר וואו די גרויסע דינאסטיעס האבן מקדש געווען און אויך נאר אין די גלות לענדער פון וואו אידן זענען פארטריבן געווארן. נעבעך!
דיין תגובה האט מיר ארויפגעברענגט במחשבה א פשט וואס כ'האב אמאל געהערט אויף א גמרא אין כתובות דף ק"י:

ת"ר לעולם ידור אדם בא"י אפי' בעיר שרובה עובדי כוכבים ואל ידור בחו"ל ואפילו בעיר שרובה ישראל שכל הדר בארץ ישראל דומה כמי שיש לו אלוה "וכל הדר בחוצה לארץ דומה כמי שאין לו אלוה" שנא' לתת לכם את ארץ כנען להיות לכם לאלהים.
וכל שאינו דר בארץ אין לו אלוה אלא לומר לך כל הדר בחו"ל כאילו עובד "עבודת כוכבים"

אידן וואס וואוינען אין ארץ ישראל, האבן זיי אויטאמאטיש א שטרעבונג אנצוקומען קיין ירושלים, רצונם וחפצם טראגט זיי צו דער בית המקדש דער צענטער פון השראת השכינה. ווידעראום דער אידן וואס וואוינען אין חוץ לארץ, האבענדיג אויך א נפש יהודי איז ער אויך מבקש עפעס אן הייליגע פלאץ און זוכט א מקום קדוש - השראת השכינה. וואס עס קען ליידער פאסירן, מיט די צייט מאכט מען אייגענע געמאכטע הייליגע פלעצער - מקומות הקדושים אין חו"ל, ביז מ'קען חלילה נעמען געוויסע מקומות און זיי פארוואנדלען פאר א מקום לעבודה זרה רח"ל.
פארשפארט