אנקעטע איבער חסידיש אידיש

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען
באניצער אוואטאר
לאשיצער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:49 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל

אנקעטע איבער חסידיש אידיש

שליחה דורך לאשיצער »

א קאלעגע מיינע אין דייטשלאנד, ד"ר לאה שעפער (א פארשער פון די אידישע דיאלעקטן), וויל פארשטיין די היינטיגע אידישע שפראך (בפרט איר גראמאטישע סטרוקטור) און האט דעריבער צאמגעשטעלט אן אנקעטע מיט פראגעס. אין דער אנקעטע דארף מען איבערזעצן זאצן פון ענגליש (/עברית) אויף אידיש. זי האט ביי מיר געבעטן איך זאל דאס מיטטיילן דא מיט די חשוב'ע חברי השטיבל: https://www.soscisurvey.de/yiddish-haynt

אויב האט איר צייט און געדולד ביטע פילט אויס די אנקעטע.
אויב האט איר פראגעס דערוועגן שרייבט מיר באזונדער און איך וועל זיין דער פארמיטלער מיט ד"ר שעפער.

ש'כח און א פרייליכן חנוכה!
חמלה גדולה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 19, 2017 4:03 pm
האט שוין געלייקט: 3964 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שליחה דורך חמלה גדולה »

Done, but the English and Hebrew don't match in a lot of places
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די עברית איז א חורבן נורא, עס טוישט אפטמאל די משמעות פונעם פראגע.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שוין...!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

יהורם האט געשריבן:די עברית איז א חורבן נורא, עס טוישט אפטמאל די משמעות פונעם פראגע.
איך האב פראבירט און ביים ערשטע פראגע זיך אנגעשטויסן אין די פראבלעם.
he slept in a small bed
הוא ישן במיטה הקטנה
די ענגלישע וואלט איך איבערגעטייטשט: ער איז געשלאפן אין א קליינע בעט.
די עיברית'ישע: ער איז געשלאפן אין די קליינע בעט
באניצער אוואטאר
לאשיצער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:49 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל

שליחה דורך לאשיצער »

די פראגעס פון דער אנקעטע האט ד"ר שעפער גע'ירשנ'ט פון א פריערדיגן פראיעקט, וואס אנדערע לינגוויסטן האבן דורכגעפירט מיט א 60-50 יאר צוריק. כדי זי זאל קענען פארגלייכן די ענטפערס האט זי נישט געטוישט די פראגעס. (אזוי האט זי מיר געגעבן צו פארשטיין ווען איך האב איר געשיקט אייערע רעאקציעס.) ש'כח!
גליקלעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2016 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

שליחה דורך גליקלעך »

גייט ערגעץ ווערן געפאבלישט די ריזאלטס? און די חילוק פון זעכציג יאר צוריק?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

זייער אסאך אידישע ווערטער ווערן היינט געזאגט אנדערש ווי ווען מען שרייבט. וואס קען גורם זיין אז די אנקעטע זאל זיין אפגעריקט פון די מציאות. איינער פון די פיר מאל אין די אנקעטע וואס איך האב דאס געזען איז געווען מיט די ווארט הינט, וואס רוב עולם זאגט היינט מערסטנס דאגי אבער וועט אייביג שרייבן הינט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קורקלענד: פונקט אויף דעם ווארט זענען דא מערערע וועגן פון ספעללינג.
1) הינט. היינטיג אידיש. אדער לשון רבים.
2)הונט. מער ליטוויש/אידיש
3). יעקיש. אידיש-דייטש. הונד
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

קורקלענד האט געשריבן:זייער אסאך אידישע ווערטער ווערן היינט געזאגט אנדערש ווי ווען מען שרייבט. וואס קען גורם זיין אז די אנקעטע זאל זיין אפגעריקט פון די מציאות. איינער פון די פיר מאל אין די אנקעטע וואס איך האב דאס געזען איז געווען מיט די ווארט הינט, וואס רוב עולם זאגט היינט מערסטנס דאגי אבער וועט אייביג שרייבן הינט.
וואס עפעס? קינדער זאגן דאגי אבער ערוואקסענע זאגט הינט אדער dog
פארשפארט