א קאלעגע מיינע אין דייטשלאנד, ד"ר לאה שעפער (א פארשער פון די אידישע דיאלעקטן), וויל פארשטיין די היינטיגע אידישע שפראך (בפרט איר גראמאטישע סטרוקטור) און האט דעריבער צאמגעשטעלט אן אנקעטע מיט פראגעס. אין דער אנקעטע דארף מען איבערזעצן זאצן פון ענגליש (/עברית) אויף אידיש. זי האט ביי מיר געבעטן איך זאל דאס מיטטיילן דא מיט די חשוב'ע חברי השטיבל: https://www.soscisurvey.de/yiddish-haynt
אויב האט איר צייט און געדולד ביטע פילט אויס די אנקעטע.
אויב האט איר פראגעס דערוועגן שרייבט מיר באזונדער און איך וועל זיין דער פארמיטלער מיט ד"ר שעפער.
ש'כח און א פרייליכן חנוכה!
אנקעטע איבער חסידיש אידיש
דער אשכול פארמאגט 9 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן