האסטו שוין געבויט/געטוישט א מיינונג צוליב אן אשכול אויף ק"ש?

אסאך זאכן וואס מענטשן שרייבן אויף קאווע שטיבל איז מיט די ציל צו שעירן א מיינונג און האפענטליך צו איבערצייגן אנדערע.
מיין שאלה איז צוויי פאכיג: איז דא עפעס וואס די האסט בכלל נישט געהאט קיין מיינונג, און צוליב א געוויסע אשכול/שרייבער האסטו געבויט א מיינונג אויף די נושא? אויב יא, וועלכע טאפיק און וועלכער שרייבער אשכול?
צוויי: איז דא א נושא וואס די פלעגסט האבן איין מיינונג, אבער די האסט געטוישט דיין מיינונג צוליב א געוויסע אשכול/שרייבער? אויב יא, וועלכע טאפיק און וועלכער שרייבער אשכול?
איך וועל אנפאנגען: אויף די נושא פון קינדער פון רבי'ס האב איך נישט געהאט קיין געהעריגע אויסגעבויטע מיינונג און די ארטיקלען פון @העניך האבן מיר געגעבן א ריכטיגע פערספעקטיוו.

-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 198
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
- האט שוין געלייקט: 460 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל
איך האב זייער ליב די איידיע פון דעם אשכול
די אישּׁאָ איז נאר, אז איך גלייב מענטשן ווערן כסדר נשפע פון וואס זיי ליינען, נישט אלעמאל זענען זיי אויפמערקזאם (aware) דערויף און צומאל קען גאר זיין אז זיי טוישן א מיינונג אבער זיי שעמען זיך מודה צו זיין.
איך געדענק א נאנטע פריינט האט זיך אמאל אויסגעדריקט צו מיר: איך בין גרייט צו טוישן מיין מיינונג יעדן טאג. און איך האב נישט פארשטאנען די מעלה פון אזא געדאנקען גאנג. ס'געווען א ווילד פרעמדע זאך פאר מיר, ווייל אין די חינוך וואס מ'האט מיר געגעבן האט מען אסאך געהאקט וועגן חדש אסור מן התורה, און נישט צו פארענדערן קיין האָר פון די מסורה; מ'האט אויך אסאך חוזק געמאכט פון די וואס טוישן סיי וואס און עס אנגערופן אומסטאַבּיל. ממילא קען איך פארשטיין אויב זענען דא מענטשן דא וואס פילן אז טוישן א מיינונג איז נישט א גוטע זאך.
יעצט לגבי דיין שאלה, איך מיין אז איך האב געטוישט, נישט ממש מיין מיינונג, אבער די וועג וויאזוי איך טראכט וועגן די מצב פון חינוך הבנים, דורך פארשידענע קאַמענטס וואס מענטשן האבן געמאכט וואס האט מיר געהאלפן איינזעהן אז פאר אסך מענטשן איז עס פיל מער קאמפליצירט ווי ס'שיינט ווען כ'קוק עס אן אויבערפלעכליך. אין אנדערע ווערטער, ליינענדיג די תגובות פון מענטשן בארייכערט עס מיין בליק אויף דעם.

- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
איך קים נישט דא צי משפיע זיין אדער נשפע ווערן, אבער איין זאך האב איך מיך אויסגעלערנט דא זייער שטארק, אז איך מיז האבן דעקונג אויף יעדע זאך וואס איך זאג ווייל דא טאלערירט מען נישט קיין ב"ש.
למעשה האב איך עס גענימען צי מיין טעגליכע לעבן אויך, איך האב מיך אנגעהויבן האלטן אקאונטעבל אויף מיינע אייגענע שיטות, איך האב אנגעהויבען דורך טראכטן האט עס דעקונג אדער איז עס נאר באזירט אויף טראומה, נאיוועטעט, נישט טראכטן, פחדים וכו' מילא אלץ א פועל יוצא האב איך געטוישט א שיינע ביסל פון מיינע שיטות.

If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
ארגינעל האב איך געהאלטן אז עס קען ממש נישט זיין אז הרב קרישבסקי האט טאקע געטון דאס וואס מען האט אים באשילדיגט אין טון...
אבער נאכן ליינען די אשכול פון @me smart האב איך זיך געטוישט מיין מיינונג, אז מעגליך איז ער יא שילדיג...
לול!!!

"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
דער אידיש-רוסישע פסיכאלאג לעוו וויגוצקי האט אריינגעברענגט דער באגריף ''Zone of Proximal Development''- דאס איז א באגריף אין דעוועלאפמענט פסיכאלאגיע וואס באציט זיך צו די רעינדזש פון קוואליפיקאציעס און יכולות'ן וואס דער קינד קען נאך נישט דעגרייכן בכוחות עצמו נאר מיט די הילף פון מער ערוואקסענע און ערפארענער פון אים. לויט ויגוצקי'ן, דורך געזעלשאפט'ליכע אינטעראקציעס צווישן דער קינד און אַן ערוואקסענער טוט דער ערוואקסענער כביכול 'ארויפשלעפן' דער קינד צו זיין לעוועל און אזוי אנטוויקלט זיך דער קינד.
פאר מיר איז קאווע שטיבל דער Zone of Proximal Development, א פלאץ ווי עס דרייען זיך מער ערפארענע, מער קלוגערע און געלערנטע ווי מיך און ווי @קהל'ס האט ערווענט: דא קען מען נישט רעדן [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] און מען מוז טראכטן צוויי מאל פאר מען שרייבט. אט די הויעכע לעוועל 'שלעפט' מיך ארויף אביסל און יא, איך האב אסאך געלערנט, אנטוויקלט מיינונגען און קלוגער געווארן אין א געוואלד פון נושאים בזכות דעם.
ספעציעל דורך אונזער וואן און אנלי @מי אני און וועלכע האט מיך אויסגעקלארט אסאך נושאים אין אידישע השקפה און פילאזאפיע ווי אויך בארייכערט מיין וויסנשאפט מיט אלגעמיינע ידיעות. איך בין דאנקבאר פאר אים און פאר אלע חברים בהווה ובעתיד וואס באשטייערן פון זייערע קענטעניסן להרבות חכמה ומדע בקרב מחנינו. קיפ איט אפ!

Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
פרוביר רעדן ב"ש מען וועט דיר בראטן לעבעדיגערהייט, די קענסט האלטן וואס די ווילסט, אבער די דארפסט מסביר זיין וואס און פארוואס די האלטסט באזירט אויף וואס אז נישט מאכט מען מיט דיר געפעפערטע חרוסת.תרמב האט געשריבן:איך האלט אין איין טוישן מיינונג געבויעט אויף זאכן וואס איך לייען, און איך לייען דא גאר אסאך.
@קהלס נער, פון ווי נעמסטו אז מ'טאלערירט נישט דא קיין ב"ש, איך קען דיר ציווייזן אסאך....
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
בדרך כלל איז טאקע אזוי, אבער סאיז דא יוצא מן הכלל.קהל'ס נער האט געשריבן:פרוביר רעדן ב"ש מען וועט דיר בראטן לעבעדיגערהייט, די קענסט האלטן וואס די ווילסט, אבער די דארפסט מסביר זיין וואס און פארוואס די האלטסט באזירט אויף וואס אז נישט מאכט מען מיט דיר געפעפערטע חרוסת.תרמב האט געשריבן:איך האלט אין איין טוישן מיינונג געבויעט אויף זאכן וואס איך לייען, און איך לייען דא גאר אסאך.
@קהלס נער, פון ווי נעמסטו אז מ'טאלערירט נישט דא קיין ב"ש, איך קען דיר ציווייזן אסאך....
גראדע אן אנגעזעענער ניק האט געשריבן עפעס א נקודה פאריגע וואך בנוגע עפעס א געוויסע נושא, נאכען אים אנפרעגן צוויי מאל פאר הסבר אויף זיינע רייד און אויף וואס עס איז באזירט, האט אויסגעזען ווי ס'איז אים נישט וויכטיג צו ענטפערן.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
- האט שוין געלייקט: 946 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
ענוה!
עס האט מיר געבויעט און אריינגעברענגט אין א העכערע לעבן, וואס קומט צוזאמען מיט ענוה. מען זעט ווי סאך עס איז דא זיך צו לערנען.
חכמה!
א אפענע טעלעפאון בוך, א קאלעקטיוו אוצר פון ידיעות.
בינה!
די צוגאנג וויאזוי די לייבן פון קאווע שטיבל צונעמען און אנאליזירן א נושא. עס איז מער די צוגאנג צו די נושא ווי די נושא אליינס. ובפרט פון די חכמים וואס איך האב די זכיה צו שמועסן פריוואט.
דעת!
לדעת את המעשה אשר יעשון, פראקטישע עצות און הדרכה בכל תחומי יהדות, סיי פון די אשכולות און סיי פון די קשרים וואס איך האב געמאכט.