מאי חנוכה? פּאָליטעיסטיג vs מאָנאָטעיסטיג!

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3334 מאל

מאי חנוכה? פּאָליטעיסטיג vs מאָנאָטעיסטיג!

שליחה דורך קאך_לעפל »

בימים ההם בזמן הזה:

די שטורמישע שלאכטן זענען אין אירע העכסטע שטופעס, זעלנער פאלן פון אלע זייטן. די שלאכט-פעלדער זענען אויסגעווייקט מיט בלוט פון ג'הרג'טע זעלנער! אט געלונגט פאר איין זייט צו פארכאפן סטראטעגישע פאזיציעס, אבער נאך א קורצע וויילע שטארק זיך די אנדערע זייט און שטויסט צוריק דעם פיינט. שטעט און דערפער גייען אריבער פון איינע צום די צווייטע אין א אויג-פארכאפנע געשווינדקייט. דער פיינט גיבט נישט אויף... ער שיקט אריין זיינע ספעציעלע געשולטע קאמאנדא איינהייטן, און זיי זייען אן טויט און כאאס אין די רייען פונעם פיינט. די האנד צו האנד שלאכטן זענען ברוטאליש... די פעלד מארשאלן פון די קעמפנדע זייטן זיצן מיט מאפעס אויסגעשפרייט אויפן טיש צו די שיין פון ליכט, און אנעליזירן די פאזיציעס אויף די פראנטן. מ'טוישט סטראטעגיע צו ווער ווייסט צום וויפילסטע מאל. ספּעציעלע מיליטערישע קעריערס פירן אריבער די באפעלן פון די הויכראנגיגע גענעראלן הארט צו די פראנט ליניעס... די פּאָלקאָווניקעס באנוצען זיך מיט זייערע לוטענאַנטס ארויסצוגעבן קורצע מיליטערישע באפעלן פאר די קאמאנדירן אויפן פראנט. און די שלאכטן באנייען זיך מיטן גאנצן שטארקייט לויט די נייע סטראטעגיעס...
גאט אין הימל אויף וואס האט מען זיך אזוי געשלאגן און גע'הרג'עט?
***
איז אזוי: דאס אלטע גריכיש קולטור איז געווען באזירט אויף צוויי פונדאַמענטאַלע געדאנקן:

א.) פּאָליטעיסטיג – די פארצייטישע גריכער האבן ערשט נישט געגלויבט אין קיין מענטשליכע געצן. זיי האבן אבער יא געגלויבט אין העכערע מיסטישע כוחות וועלכע קאנטראלירן דאס וועלטס-נאטור און אלעס וואס איז אין איר. און זיי האבן געגלייבט אז אויב מ'לעבט אין גוטן מיט געטער, און מ'פלעגט זיי נאכאנאנד מיט וואס מער קרבנות, זענען זיי אויף די גוטע זייט פון דאס מענטשהייט. און אז נישט, איז דאס פארקערט. זיי האבן אין אלגעמיין געדינט צו א פאנטעאן (א געצן-פאמיליע) וואס ס'איז באשטאנען פון צוועלעף אָלימפּיאַנע געטער – וועלכע האבן אין אלגעמיין געדעקט די הויפט עספעקטן פון די גאנצע נאטורליכע וועלטס-באשאף. (דאס אפגאט זעאוס, איז געווען דער זיידע פון צווישן זיי.) אויב מ'האט ערליך געדינט די אפגאט פון פייער, איז ער געווען וואויל און ער האט נישט געשיקט דאס פייער צו פארניכטן שטעט. דאקעגן אויב מ'האט אים נישט גענוג ערליך געדינט און מ'האט אים נישט אונטערגעקויפט מיט גענוג קרבנות, האט ער געשיקט זיינע בושעווענדע פייער צינגער וועלכע האבן פארניכטעט שטעט און דערפער אן קיין רחמנות. דאס זעלבע אויך מיטן גאט פון רעגן, אויב מ'האט אים ערליך געדינט האט ער געשיקט רעגן צו באוואסערן די פעלדער, און אויב נישט, איז נישט געגאנגן קיין רעגן און די פעלדער זענען נישט געוואקסן, און ס'האט אין רעזולטאט אויסגעבראכן א שרעקליכער הונגער...
אין די צייטן פון דער גרויסער אדלער פון מזרח - אלכסנדר מוקדון, האט זיך דאס פּאָליטעיסטיג גלויבן דראסטיש געטוישט. אלכסנדר האט נישט פארגינען אז די צוועלעף אָלימפּיאַנע אפגעטער זענען מער רעספעקטירט ווי אים, און אז דאס פאלק גלויבט מער אין זיי ווי אין אים זעלבסט. דערפאר האט ער אין א פרעצעדענטלאזע שריט זיך אויך דעקלערט אלס א גאט. און ער האט באוואויגן זיינע אונטערטאנען צו גלייבן אז ער פארמאגט געהיימע מיסטישע כוחות מיט וועלכע ער קען מאַניפּולירן דאס וועלטס נאטור גענוי אזוי ווי די צוועלף אָלימפּיאַנע געטער... ער האט זיך באנוצט מיט זיינע אומנאטורליכע מיליטערישע איינגשאפטן איינצונעמען די גאנצע וועלט, וואס דאס האט געזאלט אנדייטן אז יא! אלכסנדר איז אויך א גאט, און ער איז אייניג-גלייך מיט די אָלימפּיאַנע אפגעטער.
לויט דעם קען מען עטוואס פארשטיין פארוואס אין די צייטן פון שמעון הצדיק, האט אלכסנדר אזוי שטארק געגארט אז מ'זאל אראפשטעלן א סטאַטוע פון אים אינעם בית המקדש. דאס האט ער פארשטאנען אז די אידן דינען דעם באשעפער פון אברהם, יצחק, און יעקב. און דאס אז די אידן דינען נישט צוועלף געטער פון די אָלימפּיאַנע אפגעטער ווי דאס אלגעמיינער גריכיש פאלק, האט אים נישט אזוי שטארק געארט. אבער דאס אז די אידן אנערקענען אים נישט אלס א גאט, האט ער שוין אנגעקוקט ווי א נאציאנאלע זיכערהייט פראבלעם. נעמליך, אז אויב די אידן גלויבן נישט אין אים, פילייכט וועלן די גריכן אים אויך שוין מער נישט אנערקענען אלס א אפגאט אייניג מיט די אָלימפּיאַנע געצער. דאס איז שוין געווען פאר אלכסנדר גאר א ערענסטער פראבלעם...
דער קליגער כהן גדול שמעון הצדיק, האט גאר גרינטלעך באנומען דעם קעניג'ס שווערע דילעמא. דערפאר האט ער באוואויגען דעם קייזער אז אלע עלטצטע יונגלעך פון די כהנים וועלכע וועלן געבוירן ווערן יענעם יאר וועלן גערופן ווערן מיטן נאמען פון קייזער, אלכסנדר! און דאס וועט שאפן אזא סארט איינדרוק ביים גריכיש פאלק, אז די אידן אנערקענען אויך אז אלכסנדר איז עפעס מער ווי א אלגעמיינער פליישיגער מענטש... אבער אין די ווירקליכקייט איז עס געווען בלויז א נאמען און גארנישט מער! ס'איז פאר דעם קייזער זייער געפאלן דאס פלאן פון שמעון הצדיק, און ער האט זיך טאקע דאן אפגעלאזט פון די אידן.
די טראדיציע פון אלכסנדר מוקדון האט אויך נאכגעפאלגט ביי די שפעטערדיגע העלעניסטישע קעניגן, הויפטזעכליך ביים קייזער אפיפאנעס, וועלכער איז געווען באוויסט אלס אנטיוכוס דער פערטער. ער האט גענוי ווי זיין פארגייער אלכסנדר מוקדון, געשטרעבט אז דאס גריכיש פאלק זאל אים באטראכטן און דינען אלס א אפגאט גלייך צו די אָלימפּיאַנע געצער... און ער האט געהאט מער שוויין ווי אלכסנדר...ווי מיר וועלן אט שילדערן...

ב') גריכיש פילאָזאָפיע – די אלטע גריכן האבן שטארק געגלייבט אין ראציאנאליזם. זיי האבן געגלייבט אז דער מענטש און דאס נאטור איז נישט בלויז ווי אזוי עס קוקט אויס פון אינדרויסן נאר עפעס פיל מער טיפער. און דאס צו קענען דעציפערן ראציאנאל, פאדערט זיך צוויי פונדאַמענטאַלע באשטאנדטיילן:

• ס'איז קריטיש וויכטיג צו קענען פרעגן יעדע סארט פראגע וואס עס דארף געפרעגט צו ווערן. אפגעזען ווי אומפאפולער אדער ראדיקאל ס'זאל זיך נאר הערן.
• יעדע זאך דארף זיין אפן פאר דעבאטע, גארנישט איז נישט אראפ פון טיש, וואס מער ארגומענטן אלס נענטער איז מען צום ראציאנאל.

באגרעניצטקייט צו פרעגן די ריכטיגע און נויטיגע פראגעס, און באגרעניצטקייט צו אפענע דיסקוסיע, איז א דירעקטער שטער צום ראציאנאל טראכטן. און אויף די דאזיגע צוויי פונדאַמענטן האבן אפלטון און זיין תלמוד כבנו אריסטו געבויעט זייער וואונדערליכע לערע.
***
מיר פייערן יעדעס יאר דאס יום טוב פון חנוכה. די פראגע איז פארוואס? מיר האבן געזיגט אין קריג? הונדערטער מלחמות האבן אידן געזיגט אין לויף פון די פריערדיגע גענעראציאנען. יהושע האט באזיגט די כנענים, ברק האט באזיגט סיסרא, שאול האט באזיגט עמלק, דוד האט באזיגט די פלשתים... און אפילו נאך די מעשה פון חנוכה – האט דען אלכסנדר ינאי נישט אפגעהאלטן קיין מעכטיגע מיליטערישע זיגן אין די שלאכטן אין עמק הירדן, און גולן, צי אין עמק החולה, אדער עזה און נאך? זיכער אז יא! אלזא וואו איז די יום טוב? די באשיידונג צו דעם איז א צווייטע פראגע, וואו זענען די נצחונות היינט? וואס האבן מיר היינט אין אונזער טעג פון די אלע פארצייטישע מיליטערישע טריומפן? אין די צייט וואס עטוואס שפעטער זענען געקומען די ארמייען פון טיטוס און אדריאנוס קייזער און אונז גענצליך באזיגט, און די אלע מעכטיגע מיליטערישע געווינסן זענען צונישט געווארן ווי א זייפן בלאז... און ווי ביים חלום פון פרעה ס'האט זיך גאר גארנישט דערקענט אויף די מאגערע אז זיי האבן איינגעשלינגן די פעטע, ווי ס'וואלט ווען קיינמאל נישט פאסירט. זיכער מאכן מיר נישט קיין יום טוב אויף א צייטווייליגע געווינס... דאן מיט וואס איז חנוכה אנדערש?
בסדר מ'האט געטראפן א ריין קריגל אויל... איז דאס דען דאס איינציגסטע נס וואס ס'האט ווירקליך פאסירט אין בית המקדש? איז די נס פון טרעפן דאס ריין קריגל אויל געווען גרעסער ווי דאס נס אז אין די צייטן פון שמעון הצדיק - ווען דאס נר תמיד געברענט פאר גאנצע פערציג יאר אן קיין אפשטעל? און וואס טוהט זיך מיט די צען ניסים אין בית המקדש וואס ס'האט זיך אפגעשפילט אויף א טעגליכער פארנעם, וואו איז די יום טוב פאר דעם?
לאמיר פארשטיין נאך מער. די יוונים זענען אריין אין היכל, און וואס האבן זיי געטאן? זיי האבן פאראומווערדיגט אלע אויל, און אויפגעלעזט די עבודה אין בית המקדש - די הייליגע עבודה וואס סאיז געווען איינגעשטעלט אין בית המקדש זינט די צייטן פון עזרא הסופר, איז געקומען צו אן האלט צום ערשטן מאל. איין מינוט, פאוואליע.. אויב די יוונים האבן געהאט אזויפיל מאכט, פארוואס האבן זיי נישט גענצליך פארניכטעט דאס בית המקדש – די נאציאנאלע שטאלץ פונעם אידישן פאלק, גענוי אזוי ווי זייערע נאכפאלגער די רומיים האבן געטאן ארן שפעטער? און דאס וואלט ווען געווען די ענדע פון דאס אידישע נאציאנאליזם, און עס וואלט ווען געווען א באדייטענעם זיג פאר זיי?

נאר די באשיידונג קען פילייכט זיין ווי פאלגענד:

אנטיוכוס האט נישט ווי זיין פארגייער אלכסנדר מוקודון, יא סוקסעסירט אין זיין מיסיע. ער האט באוויזן צו פארוואנדלען דאס פאלק אין יהודה צו העלעניסטישע פאלק. דאס מערהייט פון דאס אידש פאלק האבן געגלייבט אין די אָלימפּיאַנע געצער, און זיי האבן נישט געהאט קיין שום פראבלעם צו גלייבן אז דער שטאלצער אנטיוכוס איז אויך א גאט. און ס'קען געמאלט זיין אז זיי האבן ווייטער געגלייבט אינעם באשעפער פון אברהם, יצחק, און יעקב. נאר וואשזשע דען? ער איז אויך איינע פון די געטער! ס'איז פארהאן די צוועלעף די אָלימפּיאַנע געצער, און דער אפגאט אנטיוכוס, און אויך די באשעפער פון אברהם, יצחק, און יעקב... ס'איז נישט געווען ביי זיי קיין שום קאנסטראסט...
די אידן האבן זיך אויך באשעפטיגט אין גריכיש פילאָזאָפיע, און זיי האבן אויפגעהערט גלויבן. זיי האבן נישט געהיטן די געבאטן פון די תורה וועלכע האבן לויט זייער פילאזאפישע ראציאנאל זיך נישט געלייגט אויף די געדאנקן. דאס איז געווען ווארשיינליך דאס איינציגסטע מאל אין די היסטאריע וואס דאס מערהייט פון כלל ישראל האבן עמטליך אויפגעהערט צו פראקטצירן תורה-אידישקייט. פארוואס זאל דען אנטיוכוס וועלן פארניכטן דאס בית המקדש ווי אזוי די רוימער האבן געטאן - וואס דאס צייגט אויף א נאציאנאלע געווינס, אין די צייט וואס ער האט סוקסעספול דעגרייכט זיין מיסיע?
ס'איז אבער פארט פארבליבן א קליין הייפעלע פון ערליכע אידן וועלכע האבן געגלייבט אינעם איינציקייט פון הייליגן באשעפער, און זייער גלייבן אין די תורה איז געווען אפילו אן קיין שום ראציאנאל. זייער הויפט באזע איז געווען אין די שטאט מודיעין. טראץ דעם וואס זיי זענען געווען א מינדערהייט פון פאלק, האט דאס זיי פארט נישט אפגעהאלטן צו פירן אן אומבויגזאמער קאמף קעגן דאס מערהייט פון פאלק, און מיט די ארמייען פון אנטיוכוס וועלכע האבן געשוצט אויף זיי... די שלאכטן זענען געווען ביטערע און שווערע. די קולטור קריג צווישן א מאָנאָטעיסטיג רעליגיע (א רעליגיע וואס אנערקענעט בלויז איין גאט), און די פּאָליטעיסטיג רעליגיע (א רעליגיע וועלכע אנערקענט א גרופע פון געטער) איז געווען אויף די העכסטע אקטאוועס. ס'איז געווען א קריג פון לעבן און טויט, ביטערע מיליטעריש שלאכטן איבער רעליגיע זענען זיך פארלאפן אין לאנד... ביי די ענדע האבן די מכבייער געזיגט... זיי האבן אויסגערייניגט גאנץ ארץ ישראל פון די אָלימפּיאַנע געצער און פון דעם אנטיוכוס אפגאט, און זיי האבן איינגעשטעלט געזעץ אין לאנד, אז עס איז בלויז ערלויבט צו דינען דעם גאט פון אברהם, יצחק און יעקב.
אויסגעשעפט און פארמאטערט פון די שווערע שלאכטן מאכן זיך די חשמונאים זייער וועג צום פארוויסטן בית המקדש... זיי שפאנען אין ערגערניש, ס'איז זיי קאלעמוטנע אויפן הארץ, זיי ברומען זיך אזוי אונטער מעלאַנכאָלישע מעלאדיעס... און אט קומען זיי שוין אן אין בית המקדש, זיי הייבן אן צו נישטערן פאר אויל צו צינדן די מנורה, אבער ווען? וואו ?וואס? גארנישט קיין ריין אויל, ס'איז נישט צום האבן. זיי שטייען אזוי אינגאנצן אנידערגעשלאגן און צוקלאפט... ווען מיטאמאל הערט זיך א האסטיגער געשריי... ריין אויל! ריין אויל! צו זייער פרייד איז נישט געווען קיין גרעניץ. א יאר דעראויף האבן זיי אפגעלערנט אלס א נס דאס אז זיי איבערקומען די מאָנאָטעיסטיג רעליגיע (אין אונזער פאל איז דאס גלויבן בלויז אינעם באשעפער פון אברהם, יצחק, און יעקב) איבער די נארישע פּאָליטעיסטיג רעליגיע... און דאס איז שוין איינמאל ווערט א יום טוב....און אפילו ביז אין אונזערע טעג...

א פרייליכן חנוכה...

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר